מדות מוזהבות-די גאלדענע מידות-The kindness פון די חבירים דא

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

עקזעקטלי.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

דעטס פעינפול.
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

מוזעך דאך רויסברענגן די זעלטענע קיינדנעס... פון ר' יאנאש ראקאשמערווערגער הי"ו. ערעב שאבעס לאנגע שטרעקע נאך כאטסאס, קורצע פאר די זעמאן, האבעך זיך גענויטיגט אין א געוויסע פעיווער (טויבע בלע"ז) אויפ'ן אינטערנעט. האט ער מירעס געטוהן ביד רחבה וברוח נדיבה....... יאשער קויאח, זאל דיר דער פון עויבן בעגליקן מיט אלדאס גוטס.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jewboy »

איך מוז מודה זיין, ס'איז ס'ערשטע מאל וואס איך קוק און זעה די אשכול, זייער א שיינע אשכול.

אי"ה עלעך אויך צו לייגן דא מיינע (יענעם'ס) געגאלדעטע מידות
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אה, דא איז דאס פלאץ ארויסצוברענגן די געוואלדיגע גוט הארץ פון מאשקע, וועלכער האט מיר היינט מפנה געווען פונעם אלטן בית עולם אין קרית יואל ביזן באס סטאנציע, מיט א סטאפ אינדערמיט ביים בינען-אינפעסטירטע אמאל-געוועזען-קאלטע-קולעי-וואסער-היינט-בלויז-ווארימע-וואסער מאשין.

ביי דער געלעגנהייט וועל איך איבערזאגן א וויץ פון מאשקע: ארויסקומענדיג פונעם בית הכבוד בין איך אריין אינעם שטובל וואס דערויף שטייט כהאי לישנא: "ווארט זאל - געטראנקן און טועמיה" (עפעס אזוי) מיטן ציהל עפעס אנצובייסן, זיך דערקוויקן דעם נשמה נאך א לענגערע רייזע און א תהילים זאגן ביים ציון המצוינת קודש הקדשים פון אבינו רועינו רבינו הקדוש מ'סאטמאר זי"ע (בעל חידושי תורה תשט"ז אלטע דרוק. קרעדיט: מאשקע), אבער וואו? וואס? ווען? אויסער א סאדע מאשין וואס בעט געלט און א צועפענטע פעקל קאקאש קעיק אויסגעגאסן אויפן טיש, איז גארנישט געווען דארט אין מויל צו נעמען. רוף איך זיך אן צו מאשקע'ן אז אויפן שילד שטייט א פרעכער ליגן!

זאגט ער מיר אז איך האב פשוט נישט גוט אפגעליינט די ווערטער: ווארט זאל - געטראנקן און טועמיה... דא קען מען זיצן און ווארטן אויף די געטראנקן און טועמיה...
אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jewboy »

געווען ביניך מיט די משפחה אין קרעטשמע געגענט מיט באלייפיג א חודש צוריק, מיר זענען געגאנגען וויזיטן אפאר חבר'ה, און אזוי פארקערט זענען געווען וואס זענען אונז געקומען וויזיטן.

סעהאצעך געמאכט אז מיר האבן געדארפט אנקומען אין גרויסן שטאט ניו יארק און קיין באסעס אין יענע צייטן זענען נישט געווען, (היינטיגע צייטן איז שוין דא איבעראל באסעס מיט באנען), אבער עפעס א סערוויס איז יא געווען יעמאלט און מיר האבן עס פארפאסט כ'וויס נישט צו בכוונה צו נישט, סידא וואס זאגן אזוי, און סידא וואס זאגן אזוי.

למאנסע. מיר האבן געטרייט און געזוכט א וועג וויזוי אנצוקומען אין שטאט אריין פון קרעטשמע געגענט, מיר האבן געטרייט קלינגען פריינד'ס סערוויס אונזער געטרייער מאשקע האט זיך אנגערופן קום ק. איכעל טוהן דאס מאשקע מיט ענק און איכעל ענק נעמען, עס איז מיר געווען זייער אומאגענעם פון עם אויף דעם, אבער קיין בריירע האביך נישט געהאט אדער ווארטן פאר קומענדיגן טאג, אדער זיך אריינלייגן אין הקדש שטיבל מיט א פ. און מיט א בעיבי.

געזאגט האביכעם שוין שכויח אפאר מאל, אבער דא שרייב איכעס ווייל כ'וויל מעזאל וויסן וואספארא גוט הארץ ער און זיין מאשקעטע האט.
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

ידידי היקר הרב מבני היכלא דקרעטשמע, דאס איז די שכח אשכול.....
שרייב מיר איבער די שכח....
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

לחיים צו וואס מאכסטו זיך משוגע?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

טייערע אידן, חברים וידידים, וויסן זאלט איר א זאך וואס איך בין דזשאסט ריסענטלי געוואויר געווארן, ביי אייך איז עס אפשר א אלטע מעשה, אבער ביי מיר איז עס א דבר חדש.

דהיינו..

אז דא טאקע ממש דא, אין אט די קרעטשמע, דרייט זיך ארום א אידל, א שטארק געבויטער קרעפטיגער מענטש, שלאנק און הויך, דאס בערדל זיינע האלב פארדרייט פעך שווארץ, ווי א ספרדישע חכם, די אויגן זיינע בלוי ווי דער הימל און קלוג ווי דער זון.

אלזא, אט דער לעצטער, פון וועם איך רעד, איז אזוי די מעשה, פערצופאל האב איך מיך גענוטיגט אין א טובה'לע גדולה בעיני וקטנה בעיניו, איז ווי א מלאך המושיע, אויסגעוואקסן, דער איד.
מיינט נישט אז דער איד, האט צו פיל איבריג צייט, בכלל נישט, קוים קוים, מיט מסירת נפש זיך אפגעריסן פון הויות דהאי עלמא, אלץ, א טובה צו טון א ידיד.

ה"ה הרחום ומוקיר רבנן, והוא גופא צורבא מרבנן, שיף עייל ושייף נפיק, ולא מחזיק טיבותא לנפשי, ידיד נפשי כקש"ת מוהר"ר חיים ברוך ברכה שליט"א, אב"ד וק"ק עיר הנגינה במדינת הקרעטשמע.

והוא רחום יכפר, די גמרא זאגט מ'זאל נישט זאגן באכסני' ווער דער מאכסן איז, וועגן דעם זאג איך נישט, וואס כאטשיג דא איז דאך נישט שייך, ווייל דרשינן טעמא דקרא, די גאנצע סיבה איז דאך נאר, מ'זאל אים נישט גורם זיין קיין אנלויף מיט קונדן, אבער בענינינו, וועט ער דאך זיך אזוי מחי' זיין, ווי מער ווי מער, אבער דאך מחמת חששא בעלמא, אז איינער וועט עס נאך נעמען ערנסט, זאג איך נישט, ומי שיכאפ יכאפ...

און איך האף אז בזה יצאתי ידי שמים וידי הבריות, כנאה וכיאות....

מברך מעומק לב.
בני היכלא
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח לחיים-ולברכה פארן ארויפברענגן דעם אשכול, איך זאל נישט דארפן פארשטויבט ווערן זוכנדיג צווישן די אלטע וויינען און עסיג, דיר אפצוגעבן דיין גוט פארדינטן יישר כח פאר די מעשה צדקה וחסד וואס דו האסט מיר היינט געטאן מיט א זעלטענע לייטזעליגקייט.

ואל סאכדעס יאמר: לחיים-ולברכה האט אפשר נישט געוואוסט 5:28 פארוואס ער ברענגט ארויף דעם אשכול, ווייל הערשט צוויי מינוט דערויף האב איך אים געבעטן דעם גמילת חסד של אמת, עס איז אבער געווען אין די בחינה פון ניבא ולא ידע.

אלזא, צוליב א געוויסע סיבה, וואס טייל פון אייך וועלן וויסן און אנערקענען, האב איך היינט געדארפט אפליפערן 4 אייער שאכטלעך צו פיר אנדערע אדרעסן איבערן שטאט. זאל איך גיין רופן א קאר סערוויס? ער וועט דאך מיר רעכענען טבין ותקלין פארן ארומפירן און ווארטן ביז יעדע פעקל ווערט אפגעליפערט צום פונקטליכן אדרעסע. וואס טוט א איד? מען קלערט א מינוט, ביז דער אייבערשטער שיקט אריין א מחשבה'לע: האסט דאך א גוטן פריינט אין שטאט.. נוץ אים אויס!

געקלערט און געזאגט. דער סעליולער דרוקט אויפן ספיד-דייל "לחיים ולברכה", דער לעצטער הייבט אויף מיט א שמייכל וואס שיקט אריבער פרייליכע סיגנאלן צום אנדערן זייט טרייבל. דאס שמייכל איז גארנישט קלענער געווארן נאכן הערן די מורא'דיגע פלאן וואס איך שלאג אים פאר: צו ווערן מיין פריוואטע שאופער אויף א האלבע שעה צייט...

זייענדיג טרוד על המחיה ועל הכלכלה האט ער געזאגט אז איך זאל אים געבן א האלבע שטונדע, און אום זעקס אזייגער וועט ער קענען אויספירן מיין פארלאנג.

וואס טוט א איד ווען ער האט אן איבריגע שעה? (ער גייט אין קרעטשמע) ער זעצט זיך לערנען. האבן מיר ב"ה געכאפט א לערן, און צוריקגערופן ר' חיים ברוך'ן אקוראט זעקסע זייגער.

דאן האט ער שוין געהאט א סיבה אהיימצוגיין, ומי אנכי להכניס ראשי צווישן חיים ברוך און זיין חיה ברכה... האב איך געלאזט מעלדן אז עס איז שוין סייווי שפעט צו מנחה-מעריב, און די גאנצע פלאן איז אפגעלייגט געווארן מיט א שעה/אנדערטהאלבן.

האלב אכט - צו זיין פונקטליכער: עטליכע מינוט פריער - האבן מיר אנגעקלונגען לחיים'ן, אויפן סעקונדע האט ער זיך אנגערופן מיטן הנני הנני טאן "איך ווארט שוין אויף דיין רוף", און מיר האבן אפגעשמועסט אז ביז א צען מינוט וועט ער שטיין מיט זיין וואגאן פארענט פון מיין דירה, וכך הוה!

איך האב אריינגע'סדר'ט די חפצים אינעם אויטאמאביל זיינעם, און ער האט מיר גענומען אויף א שפאציר איבער די לענג און ברייט פון שטאט, אויסטיילנדיג מוציא'ס פאר דעם און יענעם. די שטרעזל האט גענומען א וויילע, און איך האף אז ער וועט באצאלט ווערן פונעם שוכן מרומים כפלי כפלים אויף זיין טירחא און שכר בטילה.

די קלימאקס פונעם אווענט איז געווען ווען מיר זענען אנגעקומען צום לעצטן דעסטינאציע, און איך האב זיך גערישט ארויסצוגיין פון קאר, פלוצלינג וואקסט אונז ארויס יואל'י!!! יואלי גרויזאמער אליין!!! בכבודו ובסעליורו!

איך בין ארויס פונעם פאדערשטן זיץ, און גרויזאמער האט מיר ממלא מקום געווען, און ביידע אינאיינעם זענען זיי אראפגעפארן צום הויפטקווארטיר פונעם גרויזאמער קאמפיין אין א בונקער ביים עק דארף.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

קרעמער.
אזוי אויסצורעכענען?
קענסט דאך יא זייגער, קרעמער מדייק בשעתא.

ווען איך ליין ווען דאס, א מינוט פריער, איי וואסערע מטעמים איך וואלט געמאכט, וואספארא צימעס דאס וואלט געווען, ס'וואלט זיך געגאסן און גערינען די שמאלץ פון די לעפצן.

איי וואס איז געווען איז געווען, וואס איז געשען איז געשען, וואס עס וועט זיין וועט זיין, איצטערט האט קרעמער געשריבן א גוטס...
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

נו, ווייטער?
An article a day keeps the babies away
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

אוי קעזי רעזן האח צאט לעז, מוסד דרבינו יואל, הוי אוי אוי אוי יוי יוי מוסד דרבינו יואל.....
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

מיין פראגע/בקשה איז געווען געוואנדן צו קרעמער'ן.
An article a day keeps the babies away
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

מאשקע.

וואס איז שוין געשען?

איך האב געזונגען ווייטער, דארפסט פארשטיין איך האב דאך געהאלטן אינמיטן זינגען.....

האסט געכאפט דעם ניגון?, דאס פלעגט מיר גראגערען אין קאפ אריין, פורים אלס אינגל מיט די אלע מאבילס, דאס איז שוין געווען די ערגסטע ניגון בימים ההם בזמן הזה.

איין מינוט, איך גיי ארויסגיין קוקן, אויב איך בין אין קרעטשמע אדער אין פארברענגען, [ווער דערקענט נאך היינט א חילוק, אבי מ'האט געדארפט צוטיילן], ווייסטו וואס איך ווייס דאך נישט וואס איך וועל זען, קודם, שלח.......... עמי ויעבדוני.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

לחמך על פני המים...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

רפו"ש לכאלי עמך
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

איךךךךך לאךךךךךך.....
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

מיינסטו אוודאי, איך שעלאך...
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

דו רעדסט פון "דזשעלי שלאך"?
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

ניין כ'אנישט גערעדט פון איהם בכלל. ניטאמאל ווייסעך ווער דאס איז.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

יעדער ווייסט מ'סתם וואס איך האב געדארפט, און וואו אויך ווער עס האט מיר עס ערלעדיגט,


לאמיר נאר אנדעקען אפאר פרטים וואס זענען נאך פארהוילען, פארען ציבור.

איידער איך האב זיך אפי' געוואנדען דא צום עולם, האב איך אנגעקלינגען חיים ברוכ'ען, הערט וואס ער האט מיר גענטפערט, איך בין איצט און קר"י, אבער בערך א צוויי שעה העל איך זיין אין וומ"ס, און איך העל עס ארלעדיגען,

אבער בני לבנך האב איך זיך געוואנדען מיט אן אפענע רוף דא צו די חברים, און איך האב און א ערך פון צוואנציג מינוט, געהאט צוויי וואלענטירען, און פאטאקי וואס האט ארויפגעלייעט א קאנטעקט, האט זוכה געווען מיט די מצוה.

און וואס מיינט איר, ער האט עס פארגעסען אויפציפיקען? ניין, ער האט עס יא אויפגעפיקט.

און וואס מיינט איר, ער האט עס אויפגעפיקט, אהיים גענימען צו זיך, און מיך מחבד געווען עס אויפציפיקען? ניין, ער האט מיר עס אפגעברענגט אהיים.

און וואס מיינט איר, ער האט באקימען פון מיר א טיפ? ניין, ער האט געוויסט אז א טובה פאר קנאוי, איז א חסד של אמת.

און וואס מיינט איר, איך האב מיך אפי' באדאנקט פאר אים?, ניין.

פארדעם, פיל איך פאר א פליכט, אראפ צונעמען א ביסעל פון מיין צייט און זיך אנטשולדיגען, און אין איינוועג'ס יחקק בספר זכרון מידותיו המזוהבות,

איך בין געווען אזוי אין שאק, איך האב זיך די ערשטע מאל געטראפען מיט א פאטאקי, איינער פון גאווערנעטער משפחה פון די לאנד נייע יארק, (הנקראת ע"ש העיר יארק אשר באנגליה) וואס איז איינע פון די פיפציג לענדער וואס האבען געמאכט א באנד, ד. ה. ווען נישט די באנד וואלט ער ווען שוין נישט געקענט לויפען פאר פרעזידענט'שאפט, ווארעם ער איז דאך שוין גזיצען אויפען העכסטען נוי יארק'ער בענקעל,

נו ווען די וואלסט ווען געהאט אזא גרויסע'ר זכי' וואלסטו דען נישט געווארען פארלוירען,

אין א סיריעס נאויט א אמתדיגע שכוח פון טיף אין מיין הארץ, פאר יעדער וואס איז גרייט געווען מיר צו העלפען בכלל, און פאר פאטאקי וואס האט מיר טאקע געהאלפען בפרט, ויהאי רעוה שתזכו לרב נחת וכל טוב כל הימים.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

קאנוי

עלד

קרעדיט דזשובוי

(איך האב געמיינט אז סאיז עברית פוי טמא רבותי ניין סאיז נישט)
פשוט ע'ל ל'א ד'בר

זאגט מיך קאנוי
י"ד

וואס איז דאס פרעג איך אים
10-4
(קרעדיט מאשקע)

האומר דבר בשם אומרו...
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

מביא מגילה לגולם...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

מאשקע, קענסטעס גראד אריין לייגן דארט ווי ס'באלאנגט, דו ווייסט וואו, איא?
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”