אלעס ארום געאגראפיע

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

קודם א דאנק פאר די שיינע הערות.

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:-מיטל אלטער (medieval) איז פארעכנט ביז ארום 1500 למספרם,


עס איז דא צוויי פאזעס וואס ווערן פארעכנט אלס די מיטל אלטער, איינס איז ארום טויזענט יאר, אזוי ווי איך האב געשריבן אויבן, דאס איז די early middle ages.
די קומענדיגע 500 יאר בערך איז פארעכנט צווישן די high און די late מיטלאלטער, וואס ציעט זיך ביז די אינדוסטריעלע רעוואלוציע.
(אויבן האב איך אביסל געמישט אבער א דאנק א חשוב'ער מעיר האב איך בעסער מעיין געווען)
בעסער אז מען זאל זיך נישט צוברייטערן אויף היסטאריע ענינים צו לאזן דעם אשכול מיטן ארגינעלן ציל.


שפאניע איז געווען שטארק פאראויס און די געיעג איינצינעמען שטחים אינעם נייע וועלט -אמעריקע-


איך האב דאס שוין ערווענט אויבן אז נאך וואס די קאטאליקן האבן איבער גענומען שפאניע האבן זיי זיך אנטוויקלט צו א גרויסמאכט, אבער געגאנגען מטה מטה אין עקאנאמיע און וויסנשאפט.


-דייטשלאנד און יאפאן זענען געווען זייער זייער פארגעשריטן נאך פאר די צוויטע וועלט קריג, די גוטע מאשינען איז נישט א רעזולטאט פון א פארבאט אויף מיליטער


זיי זענען געווען פארגעשריטן מיליטעריש, די ציווילע פארגעשריטנקייט איז א דירעקטע רעזולטאט פון דעם, טשעק איט אוט.

זיבן לענדער האבן גרעסער וואסער גרעניצן ווי אמעריקע, פאלגענד איז א קורצע ליסטע פון די לענג פון וואסער ברעגעס
קאנאדא: 125,570 מייל / רוסלאנד: 23,397 / יאפאן: 18,486 /אויסטראליע: 16,006 אמעריקע: 12,380/ כינע: 9000 / ענגלאנד: 7723 /בראזיל: 4654 / שפאניע: 3048


די פוינט איז אלוועלטליכע עקסעס, די אלע דערמאנטע לענדער זענען אדער פארפוירענע וואסערן (ווי רוסלאנד און קאנאדע) אדער די באטנס פירן נאר צו איין ים געגענט אויפן גלאוב (ווי ענגלאנד יאפאן אסטראליע שפאניע) בראזיל האט א צווייטע פראבלעם כנז''ל
משא''כ אמעריקע ווי געשריבן אויבן.
לעצט פארראכטן דורך נאך פונדערהיים אום מיטוואך יוני 06, 2018 12:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:הערות

- די אלע שיטות אז די וועלט איז נישט רינדעכיג זענען נישט ווערט זייער סטארעזש אויפ די איי וועלט סערווער, נישט אינטערעסאנט צי רעדן דערפון

נישט ממש אזוי....
אמת אז די וואס פרובירן צו איבערצייגן די ריכטיגקייט פון דעם שיטה זענען היבשע אויבער'חכמים, דאך איז עס גאנץ אינטערסאנט, בפרט די חלקים וואס ווערן אראפגעברענגט אין ספרים.

וואס די סייענטיסטן זאגן און טענה'ן אויף דעם בין איך נישט באקאנט, אבער (להבדיל) אין ספרים טרעפט מען די תורה'דיגע הכרעה, און דאס וועל איך בעז"ה מיט'טיילן, די אנדערע חלקים זאלן די יודעי דבר אריינפילן.

בקיצור נמרץ איז אזוי.
דער חות יאיר אין סי' רי"ט האט א שמועס דערוועגן און ער שרייבט:
זאת הארץ אשר אנחנו עומדים עלי' וראינוה תמיד בעינינו מחולקים בעל החכמה הזו, כי יש אומרים שהיא עם המים שסביבה דמות כדור עגולי, והיא כדור שלם עד שבני אדם הולכים מעבר שני לארץ ממש תחתינו, וכפות רגלם נגד כפות רגלינו ממש, [וכו'].
ויש אומרים שהארץ שקועה חצי', ושטה במי אקיינוס כתפוח שט בקערה של מים, [וכו'].
ורז"ל סתמו דברים במסכת חגיגה (יב:) ואמרו 'והארץ על המים, ממקרא מלא לרוקע הארץ על המים'. עיי"ש באריכות.

עכ"פ קומט אויס אז דער חות יאיר נעמט אהן אזוי ווי דעם שיטה, (פארקערט ווי מ'האלט היינט צוטאגס), מכח די גמ' אין חגיגה.
[אגב, המהרש"א בחידושי אגדות (במס' חגיגה שם) פי' דרש הנ"ל דרומז על התורה שנמשלה למים והעולם עומד על התורה עיי"ש, ומ"מ צ"ע אם יש לעשות פלוגתא בינו ובין החו"י, אך אולי יש ליישב בזה דברי מהרח"ו שיובא להלן, ודו"ק].

אבער דער הייליגער ר' חיים ויטאל שרייבט אין זיין ספר התכונה (פרק א):
דע כי הארץ היא עגולה כדור א' מכל קצותי' בהשואה א', ואינה שטוחה ולא מרובעת או תמונה אחרת.
[אידיש טייטש: זיי וויסן אז די ערד איז איין רינדיכיגע 'באהל', אייניג פון אלע זייטן, נישט פלאך, און נישט געקעסטלט, און נישט קיין שום אנדערע פארעם].
איז אויבנאויף האמיר א מחלוקת צווישן חות יאיר און רח"ו.

אגב, דער ספר התכונה פון מהרח"ו איז ערשט געדרוקט געווארן בשנת תרכ"ו (בירושלים עיה"ק תבו"ב), און לכאו' האט דער חו"י נישט געזעהן וואס רח"ו האט געשריבן, וי"ל אז אילולי וואלט ער געזעהן דברי המהרח"ו וואלט ער אויך אזוי אנגענומען, אבער עכ"פ לדידן איז דאך קלאר אז מ'נעמט אהן ווי רח"ו, שאין אחר דבריו כלום.

ס'איז זיכער נאך דא אסאך אויף דעם, אפשר מיט די צייט וועט מען קלוגער ווערן.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29339
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

@נאך פונדערהיים, לגבי רוסלאנד זענט איר גערעכט מיט די פארפרוירענע וואסער נקודה, אבער קאנאדע האט געהעריגע אויפגעלאזטע ברעגעס ביים אטלאנטיק און פאסיפיק פונקט ווי אמעריקע.
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

ביים פאסיפיק זיצט אלאסקע אויף גאנץ א שיין שטרעקע.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

צל עובר האט געשריבן:@נאך פונדערהיים, לגבי רוסלאנד זענט איר גערעכט מיט די פארפרוירענע וואסער נקודה, אבער קאנאדע האט געהעריגע אויפגעלאזטע ברעגעס ביים אטלאנטיק און פאסיפיק פונקט ווי אמעריקע.

אז דו וועסט כאפן א שנעלע בליק אויף קאנאדא'ס ברעגעס ביים פאסיפיק וועסטו תיכף זען אז זיי זענען אומניצבאר צוליב די בערגיגקייט ווי אויך איז עס שטארק צושטיקלט און האט נישט קיין ברייטע באדן אוועק צו שטעלן אן אינדאסטריאלן פארט.
והיינו דאהני להו אז די גאנצע געגנט איז אומבאוואוינט און אומבאארבעט.

זייער אטלאנטישן ברעג איז טאקע (א קליין חלק, רעלאטיוו צו אמעריקע) ראוי צו ניצן, און דארטן לעבט טאקע די עקאנאמיע, און אלע גרויסע שטעט געפונען זיך דארטן אדער ביי די דערנעבנדיגע טייכן וואס פירן צום אטלאנטיק.

וואס איך בין נישט אינגאנצן קלאר איז וואס האלט אפ מעקסיקא פון וואקסן,
אויף די מינוט פלאגן זיי זיך שטארק מיט פארברעכן און אן אומסטאבילע רעגירונג, אבער צוריק אין היסטאריע האבן זיי לכאורה געדארפט האבן גאנץ שיינע אפערטוניטיס צו וואקסן.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

.
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

נאך פונדערהיים האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:@נאך פונדערהיים, לגבי רוסלאנד זענט איר גערעכט מיט די פארפרוירענע וואסער נקודה, אבער קאנאדע האט געהעריגע אויפגעלאזטע ברעגעס ביים אטלאנטיק און פאסיפיק פונקט ווי אמעריקע.

אז דו וועסט כאפן א שנעלע בליק אויף קאנאדא'ס ברעגעס ביים פאסיפיק וועסטו תיכף זען אז זיי זענען אומניצבאר צוליב די בערגיגקייט ווי אויך איז עס שטארק צושטיקלט און האט נישט קיין ברייטע באדן אוועק צו שטעלן אן אינדאסטריאלן פארט.
והיינו דאהני להו אז די גאנצע געגנט איז אומבאוואוינט און אומבאארבעט.

זייער אטלאנטישן ברעג איז טאקע (א קליין חלק, רעלאטיוו צו אמעריקע) ראוי צו ניצן, און דארטן לעבט טאקע די עקאנאמיע, און אלע גרויסע שטעט געפונען זיך דארטן אדער ביי די דערנעבנדיגע טייכן וואס פירן צום אטלאנטיק.

וואס איך בין נישט אינגאנצן קלאר איז וואס האלט אפ מעקסיקא פון וואקסן,
אויף די מינוט פלאגן זיי זיך שטארק מיט פארברעכן און אן אומסטאבילע רעגירונג, אבער צוריק אין היסטאריע האבן זיי לכאורה געדארפט האבן גאנץ שיינע אפערטוניטיס צו וואקסן.

דאכט זיך מיר אז פנחס גלויבער האט געהאט אמאל א שיינע שמועס פארוואס אמעריקע האט זיך יא אויסגעארבעט און מעקסיקאו נישט.
מי הוא זה
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 23, 2014 7:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי הוא זה »

What is good GLOBE to buy?
Disclosure: My references to Bitcoin exclusively mean Bitcoin, not other cryptos. It implies owning and holding Bitcoin in a physical hardware wallet, not on exchanges
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

מי הוא זה האט געשריבן:What is good GLOBE to buy?

ווער האט אפירגעזיכט די אשכול רבוש"ע.....

דיין שאלה ווערט אדרעסירט דא ערגעץ, מיש צוריק.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
קליינע טאטע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 4:52 pm

Re: אלעס ארום געאגראפיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינע טאטע »

@נאך פונדערהיים אפשר אביסל פרישע סחורה?
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: אלעס ארום געאגראפיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

די עולם לעכצעט וועל איך שרייבן אביסל געאגראפיע, נישט אפשר די אינטערסאנטסטע אבער במקום שאין איש איז טאלאפי אויך א פיש.
יעדע לאנד בעצם איז בעיקר באוואוינט לויט די געאגראפיע, די הויפט פונקט איז די וואסערן און טייכן.

מען קען זען יעדע גרויסע שטאט אין אייראפע ליגט אויף א טייך, בודאפעסט איז דאך צוטיילט אין צוויי דורכן ברייטן דענאבע טייך, אויף דער טייך אביסל ארויפצו געפינט זיך אויך פרעשבורג - בראטיסלאווע, נאך אביסל ארויפצו געפינט זיך די ריזיגע שטאט ווין, און נאך מער ארויף 'רעגענשבורג', און אזוי ווייטער נאך אסאך גרויסע שטעט וואס ליגן אויפן דענאבע וואס לויפט פאר מיילן לאנג דורך מערערע אייראפעישע לענדער.
ווייטער איז קיעוו אויפן דנייעפער, ווארשא און קראקע אויפן וויסלא, פראנקפורט דמיין אויפן מיין און שפייער און דיסלדארף אויפן ריין, לאנדאן אויפן טעמז, און אזוי ווייטער יעדע גרעסערע שטאט.

און דאס איז פשוט וויבאלד דאן איז די שנעלסטע פארקער געווען אויפן ים און מען האט געדארפט זיין אויף א ברייטן טייך צו קענען ברענגען און טראגן סחורה און אויך אז מענטשן זאלן קענען גרינג גיין פון איין ארט צום צווייטן.
און פארשטייט זיך אויך ווייל מען דארף דאך האבן וואסער צום טרינקען, נישט אזוי?


די זעלבע ביי אונז אין אמעריקע ווי אדער איז מען אויפן גרויסן אקעאן און די גרעיט לעיקס אדער אויף א טייך, בעיקר די מיסיסיפי טייך וואס פארמאגט די מיניאפעליס, סענט לואיס, מעמפיס, און אזוי מיט אוהייא טייך ווי עס געפינט זיך פיטסבורג, סינסינעטי און לואיסוויל, און נאך און נאך.
אויך האבן זיך געבויט שטעט אין אמעריקע לויט ווי מען האט געטראפן גאלד, אבער אויך דאן האט עס לכתחילה געדארפט זיין נעבן א טייך אז מען זאל קענען דעליווערן די שטיקער גאלד און פארדינען דערויף.

און אוודאי מאכט אויס די געאגראפיע ווען עס איז א מדבר אדער אייז פארפרוירן, למשל אלגיריע וואס איז פון די צען גרעסטע לענדער אין די וועלט, אבער קוים באוואוינט און מיילן ווייט וואוינט נישט קיין נפש חי, און אזוי מיט נאמיביע אין אפריקע וואס איז די צווייט מערסט צושפרייטע לאנד אין די וועלט, מיט א קנאפע צוויי מיליאן מענטשן אין א ריזיגע לאנד וואס אנדערע לענדער וואלטן זיך געוואונטשן פאר אביסל פון זייערע שטחים, אבער מדבר בלייבט מדבר און קיינער זוכט עס נישט, און די זעלבע מיט מאנגאליע וואס איז די ווייניגסט באוואוינטע לאנד אין די וועלט פער מייל.
און ווייטער מיט די גיגאנטישע אסטראליע וואס אין די צענטער איז כמעט נישט פארהאן קיין נפש חי אויסער די טראדיציאנאלע אבירזשיענס, און די שטחים זענען ווערטלאז, אויסער אויב מען טרעפט דארט אויל פארשטייט זיך.
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

Re: אלעס ארום געאגראפיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

קען איינער רעקאמאנדירן וואו מען קען דאונלאודן א גוטע גלאוב פאר'ן קאמפיוטער (אופליין)?
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
Excellent
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2023 4:38 am

Re: אלעס ארום געאגראפיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Excellent »

האט איינער אביסל געאגראפישע פרטים איבער אנטארטיקע?
אִם אַתָּה מַאֲמִין, שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”