באריכט: אנדעקט גאר שעדליכע כעמיקאלן אין ברויטן

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2231
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

באריכט: אנדעקט גאר שעדליכע כעמיקאלן אין ברויטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט שטיפער »

שלום וברכה מיין טייערע ליבע הארציגע פריינד ני"ו וואס איז א חלק פון כלל ישראל, א אות פון תורתינו הק'.

איך ווייס אז ס'איז נישט דיין טייפ צו לעזן הארציגע געפילישע ארטיקלען, וויסן זאלסטו אבער, אז נאך מער האב איך נישט ליעב צו שרייבן אזוינע בריוון, אבער וואס זאל איך טוהן, ההכרח לא יגונה, צוזעענדדיג ווי דו מיטשעסטיך אזוי ליידער, און איך זיי אז ס'האלט שוין ביי דיר כמעט ביי א מצב פון באו מים עד נפש, שרייבט זיך מיר פון מיר אליינ'ס, און מיינע געפילן שפראצן ארויס ווי הייסע לאווע נאכן עס באגראבן טיעף טיעף אינטן, איינהאלטנדיג פאר לאנגע יארן.

איך בין איבערצייגט ביז גאר אז דאס וואס איך וויל יעצט שרייבן איז בלויז ריין לשם שמים, ווייל נאכן ענדליך טרעפן צייט צו שרייבן, און נאכן אנהייבן שרייבן מיינע ערשטע שורות, האט פאסירט א בלעקאוט דא אינעם בילדונג אוואו איך געפין זיך, און איך האב נישט געקענט ממשיך'ן ביז יעצט – מעשי יצר.

די נושא איז א ווייטאגליכע נושא, דאס איז די אמת'ע אידישקייט וואס מיר וואלטן געברויכט ווען צו האבן.

איז לאמיר אנהייבן מיט א באקאנטע מעשה.

דער הייליגער 'נודע ביהודה' זי"ע דער רב אין גרויסן אידיש'ן שטאט פראג, צו וועמען אלע גדולי הדור איבערן כדור העלום האבן זיך געשיקט בריוו'ן – שו"ת – שווערע שאלות איבער אלע ד' חלקי, ער האט געפירט זיין שטאט מיט שטארקייט אין פקחות, ער איז געווען דער באליבטער רב וואס דער עולם איז געווען גרייט נאכצוגיין בלינדערהייט פארלאזענדיג זיך אויף זיין געוואלדיגע גאונות און פקחות, ווי באקאנט מיט די מעשה ווען בערקע דער גויאישער בעקער האט פרובירט צו פאר'סמ'ן די גאנצע אידענטום פונעם שטאט פראג, און די גאנצע שטאט האט געגלייבט אינעם רב אויפ'ן ווארט אז דער לוח איז פאריקט און מען דארף האלטן פסח א טאג לענגער.

דער נודע ביהודה האט געהאט א פעסטע ישיבה מיט הערליכע תלמידים, מאכט זיך אמאל אז א תלמיד פונעם היילידן נודע ביהודה איז ליידער פארפאלן געגאנגען, און ער איז דערקייקלט געווארן ביז אזוי ווייט, אז ער איז ל"ע געווארן א משומד, ביז ער איז גאר געווארן א 'גלח'!...

ווי עס פארשטייט זיך האט עס פאר זיין רבי דער נודע ביהודה זייער שטארק געגאנגען צום הארצן, הלמאי אז עס זאל קענען פסירן אזא זאך אז א תלמיד פון זיין ישיבה זאל זיך דערקייקלן צו אזא מצב אזש ביזן ווערן א גלח?

האט ער געזאגט פאר זיינע ארומיגע אז ער וואלט זייער געוואלט מען זאל זעהן צו עס קען צושטאנד קומען א באגעגעניש מיט זיינ'ס א געוועזענע תלמיד דער אויבנדערמאנטע גלח, אפשר דאך וועט ער ארויס באקומען פון איהם וואס עס האט אים געברענגט דורכצופירן אזא שענדפולער אקט.

מ'האט טאקע זיך אריינגעלייגט דערין, ביז מ'איז דערגאנגען אז ביי א געוויסער צייט אין טאג קוקט דער גלח ארויס פון פענסטער, און דעמאלט'ס קען מען פן די גאס איהם באגריס, ווי נאר מען איז דאס דערגאנגען האט מען דאס איבערגעגעבן פארן נודע ביהודה, און ער האט קלאר געשטעלט זיין פלאן אז ער וויל פאר יעדע פרייז אין דער וועלט דארט זיין בשעת מעשה.

אומר ושותה האט ער זיך אויפגעשטעלט און באלד אהין געגאנגען און צוגעווארט און ווי נאר די פורהאנג האט זיך געריקט אין א זייט, האט דער נודע ביהודה באלד דערקענט זיין געוועזענער תלמיד און ער האט איהם שיין באגריסט, און ער פרעגט ווען מ'קען זיך טרעפן פנים אל פנים.

דער גלח האט באלד אנגעגעבן א צייט ווען מ'וועט קענען צוזאמען גיין כאפן א שפאציר און דער נודע ביהודה איז א צופרידענער אהיימגעגאנגען.

צום באשטימטן צייט דער נודע ביהודה שטייט און ווארט שוין און מ'זעהט שוין פון דערווייטנ'ס דעם גלח קומען צו גיין, דער באגעגניש איז עפעס נישט געווען די ווארעמסטער באגעגעניש, און דער נודע ביהודה איז באלד צוגעגאנגען ווי מען זאגט, צום פונקט, און ער פרעגט זיין געוועזענער תלמיד, וויאזוי קען זיין צו דיר, אז פון אזא חשובער תלמיד ווי דיר זאל צוקומען צו אזא נידריגער מצב?

ענטפערט דער גלח, טייערער רבי, איך וועל אייך פארציילן א מעשה וואס האס פאסירט דעם פארגאנגענעם פסח.

ומעשה שהי' כך הי'; פארגאנגענע יאר פסח בין איך איינגעשטאנען ביי דעם עושר, די פסח איז געגאנגען אויף א געהויבענעם אופן ווי געווענדליך, אינמיטן די סעודה האט מען אריינגעברענגט א געוויסער געקעכטס, און ווי נאר מען האט דאס אויפגעשניטן פארן עולם האט מען באלד אנדעקט א ווייצל אינעם מאכל! שאקירטערהייט האט מיר דער בעה"ב גערופן און געבעטן איך זאל גיין צום רב אין שטוב מיטן מאכל און פרעגן וואס דער הלכה איז מיט דעם מאכל.

איך בין טאקע באלד אהינגעגאנגען צום רב אין שטוב, און דער רב געדענקט אוודאי ווי מיר האבן דן געווען צדדים לכאן וצדדים לכאן, און דער רב האט ביים ארויסגעבן זיין פסק געזאגט, אז באמת וואלט מען געקענט מקיל זיין וויבאלד עס איז דאך דא אזויפיל שיטות וואס האלטן אז דאס האט נישט קיין שום חשש חמץ, אבער וויבאלד ישראל עם קדושים, און חמץ בפסח איז אזוי הארב זאל מען עס נישט עסן נאר באלד אוועקווארפן.

ווי נאר איך בין ארויס פון דארט'ן האט מיין יצר אנגעהאבן צו ארבעטן, זאגענדיג, דער רב האט דאך אליינ'ס געזאגט אז מען קען מקיל זיין אא"וו, און איך האב טאקע נישט געקענט בנסיון זיין, און באלד געמאכט א ברכה און אריינגעביסן דערין, אויף געגעסן, און אהיים געקומען צוריק צום שטוב פונעם עושר און איבערגעגעבן דעם רבי'ןס פסק, און איך האב צוגעלייגט אז איך שוין אויך מקיים געווען דעם תשבותו און עס שוין מבער געווען.

דער עולם האט שוין לאנג פארגעסן דערפון, אבער נישט מיין יצר, ער האט שוין איינמאל געדענקט, יעצט איז ער שוין געקומען מיט אינגאנצן א אנדער נוסח, די ווייסט דו האסט געטוהן?, האט ער צו מיר געשריגן, דו האסט געגעסן חמץ בפסח!!! דער עונש דערפאר איז כרת בזה ובבא די האסט שוין נישט קיין חלק אלוק ממעל אא"וו, ס'א שאד יעדע מצוה וואס דו טוהסט פון יעצט און ווייטער, ענדערשער גיי ענדזשוי דיך דיין איבריגע צייט פונעם לעבן ווייל אויף יענע וועלט וועסטו שוין סיי ווי סיי גארנישט האבן!

אין יענע צובראכענע מאמענט האט איך טאקע אפגעמאכט אז צו זיין א איד האט שוין טאקע במילא נישט קיין פשט, און אזוי האב איך מיך דערקייקלט ביז ווי דער רב זעהט מיר יעצט.

דער הייליגער נודע ביהודה הערט זיך צו צו יעדעס ווארט, און ער רופט זיך אן מיט א פלאם פייער, איך פארשטיי נישט, דו אליינ'ס זאגסט דאך אז דיין יצר האט דיר פשוט אריינגענארט אין זאק אריין דורכן דיר איין רעדן אז דו האסט עובר געווען אויף אזא הארבע עבירה פון עסן חמץ בפסח און דער צייט וואס דו אליינ'ס ווייסט אז דאס איז נאר געווען א חומרא, און וויסן זאלסטו אז אפילו יעצט ווי דו האלסט שוין טאקע גאר ווייט, בוסטו נאכאלס נישט אויסגעשלאסן פון זיך צוריק קערן און ווערן א ערליכן איד.

דברים היוצאין מן הלב נכנסים אל הלב, דער תלמיד האט אנגענומען זיין רבי'ן רייד און האט זיך אינגאנצן צוריק געקערט און זיך געשטארקט בתורה ועבודה און געווארן איינע פון די ריזן אין זיין רבי'ןס ישיבה.

יעצט אביסל א נקודה למחשבה, שטעל דיך פאר אז דער תלמיד טרעפט נישט זיין רבי'ן, דער אז ער מאכט אפ אז ער וויל נישט זיך צוהערן צו זיין רבי'ן, אדער ער האלט אז זיין רבי זאגט נישט דער אמת? ער וואלט זיך אפגעלעבט זיין גאנץ לעבן ווי א טמאנער גלח, משומד, ווען ער וואלט ארויף געקומען אויף יענע וועלט וואלט ער צוריק געגעבן זיין פארשמיצטע פארבלאטיגטע נשמה, און דאן ווען ער וועט זיין ניכטערן און ער וועט קענען באטראכטן זיין ביטערן טעות וואס ער האט געמאכט מיטן יצר הרע וועט ער זיך קענען רייסן די האר פון קאפ פאר זיין נארישקייט אבער ס'וועט אים שוין יעצט גארנישט העלפן! ס'איז שוין דערנאך! אפילו א ברסלב'ער וועט אים שוין נישט זאגן אז ער קען נאך ארויס פון שאול תחתית (חוץ אפשר אויב ער האט געהאט לאנגע פאות...).

יעצט אבער האט ער יא געהאט דעם שכל, און ער האט נאך דער גרייכט סאך א העכערע מדריגה פון פריער, במקום שבעלי תשובה עומדים אין צדיקים גמורים יכולים לעמוד.

פארוואס דארף איך צו דיר מאריך זיין מיט אזא לאנגע מעשה?

וועל איך דיר זאגן: איך זעה ווי עס בייסט דיר אזוי שטארק, דיין מחשבה עגבערט אין דיר בשכבך ובקומך, ווי דו גייסט און ווי די שטייסט, ביי סליחות ווי ביי נעילה, ביי די מגילה ווי ביי די מנורה צינדן, ביים סדר נאכט אא"וו ביי יעדע ערענסטע מאמענט, עס עגבערט, איך ווייס דאך יא ווער איך בין... איך ווייס דאך אז איך האלט נישט ביי גארנישט, איך ווייס דאך אז נישט די פרעשער פון מיין משפחה, באקאנטע און חברים, און ווען כ'האב ווען וואו צו גיין וואלט איך שוין לאנג נישט דא געווען, איז ווי לאנג נאך וועל איך מיך דארפן אזוי פייניגן און זיך דרוקן די אלע ערענסטע מאמענטן, ווי לאנג וועל איך דארפן אנהאלטן מיין מאסקע? ווען וועט זיך דאס ענדיגן? אויף יענע וועלט ווען מען וועט מיר באשטראפן פאר אלע מיינע חטאים??

וויל איך צו דיר זאגן מיין טייערער און הארציגער ברודער! ניין און נאכאמאל ניין! כל ישראל בחזקת כשרות, דו ווייסט וואס דאס מיינט? יעדער איד וויל זיין גוט, יעדער וויל טוהן דעם רצון ה', איך זאג דיר ציה אז ווען מ'געט דיר ווען א ריסעט באטן צו ריסעטן דיין לעבן און אנצוהייבן פון דאס ניי אפווישן אלע עוונות וואלסטו דאס געטוהן! נאר דער יצר לאזט דיר דאס נאר נישט טראכטן!

טראכט אריין: דיין יצר הרע טענה'ט, וועמען פאפסטו מיטן זיך אויפפירן ערליך? דארפסטו וויסן אז די שאלה גייט פונקט פארקערט, נישט אז איך בין א איד ווייל איך פאפ, ח"ו, איך בין א איד ווייל אינעווייניג אין מיין נשמה וויל איך באמת זיין א איד, און ווען איך פאל ליידער דורך און איך טוה א עבירה דעמאלטס פאפ איך! באמת וויל איך זיין ערליך, איך פאפ מיט מיינע עבירות זיך צו געפעלן פאר די וועלט, אבער באמת בין איך ערליך, ח"ו צו זאגן פארקערט, דאס איז דער יצר הרע! מאך דיך נישט צו טוהן פון דיין חבר וואס פרעגט דיר וועמען דו פאפסט, פרעג אים צוריק וועמען ער פאפט מיט זיין תפיסה שיך, ראונד גלעזער, סושי, הויזן וואס האלט זיך פארן צופליקן אא"וו.

זעה נישט צו באוויינען דיין באשלוס! נאך די 120 וועט שוין זיין צו שפעט!



די קעפל האט גארנישט צו טוהן מיט די אינהאלט, ס'איז פשוט דיר דא אריינצוברענגען.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

צייט שטיפער האט געשריבן:די קעפל האט גארנישט צו טוהן מיט די אינהאלט, ס'איז פשוט דיר דא אריינצוברענגען.

אמת, און ס'יז דיר געלונגען.

ישר כח. שטארקע חיזוק.
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1541
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

צייט שטיפער האט געשריבן:די קעפל האט גארנישט צו טוהן מיט די אינהאלט, ס'איז פשוט דיר דא אריינצוברענגען.


געלונגען! און שטארק הנאה געהאט, עס איז א גוטע חיזוק.
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3071
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

געלונגען!
אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויי-פיי »

משהלע האט געשריבן:געלונגען!

;a-1;
tumsup
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5565
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

בענקעל האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:די קעפל האט גארנישט צו טוהן מיט די אינהאלט, ס'איז פשוט דיר דא אריינצוברענגען.

אמת, און ס'יז דיר געלונגען.

ישר כח. שטארקע חיזוק.

געוואלדיג .
די קעפל האט עפעס מיטן נודא ביהודא מיט דע פארסאמטער ברויט?...
און אז מען רעדט שוין דעי מעשה האט עפעס א מקור?
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

Mega - thank you
האב שכל און גיב א שמייכעל!
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1603
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

הערליך שיין!!
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

זייער שיין אין ריכטיג. טענקיא
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2906
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

יש"כ פארן שיינעם שמועס. רבי אברהם מרדכי מלאך אין א שיעור בעפאר פסח האט במיטב לשונו שטארק ארומגעארבעט אין די נקודה פון התחדשות; מאי דהוה הוה, הויב אן פון דאס פריש!
אוועטאר
חכם ממה נשתנה
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 08, 2015 8:26 pm
לאקאציע: א גאנצע צייט אינטער די השפעה פון די אפיקומן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם ממה נשתנה »

:smile: גאר גוט געלונגן (...Clickbait)
חכם מה הוא אומר.. (הגדה של פסח)
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

fiena nieas האט געשריבן:
בענקעל האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:די קעפל האט גארנישט צו טוהן מיט די אינהאלט, ס'איז פשוט דיר דא אריינצוברענגען.

אמת, און ס'יז דיר געלונגען.

ישר כח. שטארקע חיזוק.

געוואלדיג .
די קעפל האט עפעס מיטן נודא ביהודא מיט דע פארסאמטער ברויט?...
און אז מען רעדט שוין דעי מעשה האט עפעס א מקור?

איך האב זיך שוין טאקע אסאך מאל געוואונדערט אויף די מעשה? האט עס א מקור? איז עס באשריבן ערגעץ? אפילו ברמיזה?

איך טראכט אריין ווי אזוי וואלט היינט געקענט פאסרין אזא מעשה. א רב זאל זיך קענען אויפשטעלן זאגן אז ס'איז דא א טעות בחושבנא דירחא? ווי אזוי האבן אנדערע רבנים עס אנגענומען?
גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע-גדולה »

שיין געשריבן.
איך האב אבער נישט קיין אהנונג פארוואס דו האסט געטון אזא ביליגע bait אקציע.
עס איז annoying , און פארמינערט די חשיבות פון דיין מסר.
ביטע טו עס נישט נאכאמאל
mi a nagy ügy
לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפציק »

זייער זייער שיין.

אז דער עולם פרעגט, (דו ביזט אויך שולדיג פאר'ן נוצן די קעפל) אין איינע פון די אויסגאבעס אויף פסח, אדער דער איד, אדער קינדליין? כ'דענק נישט, איז געווען א הערליכע אפהאנלונג וועגן די מעשה פון נודה ביהודא, זייער זייער אונטערסאנט, סיי וועגן די מקורות, וואס איז נישטא, נישט אין קיין ספרים נישט אין קיין פנקסי קהלה אין ערגעץ, זיי צו ס'איז שייך במציאות, עס איז דא א מיליאן אין איין קשיות אויף די מעשה, און בלייבט אז אנדערע מעשיות זענען געווען, אבער די קען מען ערנסט מפקפק זיין..
אדרבה ווער ס'האט קען ממציא זיין.
ווי זע' מיר
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 23, 2017 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווי זע' מיר »

זייער גוט.
די האסט מיר מוראדיגע איבערגענומען.
PLEASE DON'T SPIN, ACT LIKE AN ADULT !!
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5565
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

לייפציק האט געשריבן:זייער זייער שיין.

אז דער עולם פרעגט, (דו ביזט אויך שולדיג פאר'ן נוצן די קעפל) אין איינע פון די אויסגאבעס אויף פסח, אדער דער איד, אדער קינדליין? כ'דענק נישט, איז געווען א הערליכע אפהאנלונג וועגן די מעשה פון נודה ביהודא, זייער זייער אונטערסאנט, סיי וועגן די מקורות, וואס איז נישטא, נישט אין קיין ספרים נישט אין קיין פנקסי קהלה אין ערגעץ, זיי צו ס'איז שייך במציאות, עס איז דא א מיליאן אין איין קשיות אויף די מעשה, און בלייבט אז אנדערע מעשיות זענען געווען, אבער די קען מען ערנסט מפקפק זיין..
אדרבה ווער ס'האט קען ממציא זיין.

בלייבט נאר איבער צו ווינטשן אז די מעשה איז לכאורה געבאקן
שפרינגער
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 01, 2018 3:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפרינגער »

קודם א דאנק פאר הרב צייט שטופער אויף די חיזוק.
גרויסע-גדולה האט געשריבן:שיין געשריבן.
איך האב אבער נישט קיין אהנונג פארוואס דו האסט געטון אזא ביליגע bait אקציע.
עס איז annoying , און פארמינערט די חשיבות פון דיין מסר.
ביטע טו עס נישט נאכאמאל

ווען נישט זיין אקציע וואלסטו דאס ביליגע מוסר אויך נישט געליינט, אזוי האסטו כאטש מוסר, אפילו ס'איז ביליג...

לגבי די מעשה פון די פאר'סמ'טע ברויט צי ס'האט א מקור איז אזוי, אינדערהיים פלעגט נישט זיין קיין טויזנטער לוחות פארן ציבור געדריקט, דער רב פלעגט אליינס מאכן דעם לוח אנהייב יאר צי אנהייב חודש, און דאס אויפהענגען אין ביהמ"ד, און אויף דעם האט זיך דער גאנצער עולם פארלאזט, ס'איז נאך היינט דא דער לוח פונעם רשכבה"ג מרן החתם סופר זי"ע, אויב דער הייליגער נודע ביהודה האט זיך אויפגעשטעלט אחרון של פסח און געזאגט אז ער האט זיך טועה געווען, איז נישט געווען וואו צו נאכקוקן צי ער איז יא גערעכט צי נישט, מ'האט איהם געמוזט גלייבן אויפן ווארט, אויך איז נישט שייך צו פרעגן וואס די אנדערע רבנים האבן געזאגט דערצו ווייל צומארגנס האט דאך שוין יעדער געוואוסט פארוואס ער האט דאס געטוהן, אלזא, צוליב די אלע קשיות קען נאך די מעשה זיין אמת.

אבער, ס'מוז נאכנישט זיין אמת..., אלע קראנטע מעשה דערציילערס זענען שטארק מפקפק אין די מעשה, ס'איז דא א דרשה פון כ"ק מרן בעל ברך משה זי"ע (אב תשנ"ד) וואו ער דערמאנט די מעשה, ער באטאנט עטליכע מאל בעפאר און דערנאך אז אזוי פארציילט די וועלט אבער איך ווייס נישט צי ס'איז אמת, מ'זעהט קלאר פון די וועג פון רעדן אז ס'איז שטארק מפוקפק'דיג, ער האט דאס נאר פארציילט אויף ארויס צו ברענגען א געוויסע נקודה.
גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע-גדולה »

שפרינגער האט געשריבן:קודם א דאנק פאר הרב צייט שטופער אויף די חיזוק.
גרויסע-גדולה האט געשריבן:שיין געשריבן.
איך האב אבער נישט קיין אהנונג פארוואס דו האסט געטון אזא ביליגע bait אקציע.
עס איז annoying , און פארמינערט די חשיבות פון דיין מסר.
ביטע טו עס נישט נאכאמאל

ווען נישט זיין אקציע וואלסטו דאס ביליגע מוסר אויך נישט געליינט, אזוי האסטו כאטש מוסר, אפילו ס'איז ביליג....

יישר כח פארן אויסקלארן.
איך פיל יעצט בעסער דערוועגן.
איך בעט דער עולם זאל טון annoying זאכן כדי איך זאל הערן מוסר.
mi a nagy ügy
אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2231
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט שטיפער »

איך האב נישט געוואוסט אז דער עולם איז ערענסט פאר א כאפקע ערענסטע מוסר,
איך האב שוין אסאך אשכולות געשריבן, קיינמאל באקומען אזויפיל פידבעק - מי כעמך ישראל!

לידיעה בעלמא, האב איך דאס באמת דירעקט געשריבן צו איינעם, נישט סתם ביים גיין ליידיג (ווי מיין ניק איז מוכיח...) כ'האף ס'האט אויפגעטוהן, כ'וואלט געטוהן אלעם אין דער וועלט יענעם ארויסצוהעלפן,
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יעצט אנגעקומען דאס צו ליינען. יישר כח!
אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינטשיגער »

גאר שטארק
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”