פסח: א נאכט פון אמונה און השראת השכינה.

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

פסח: א נאכט פון אמונה און השראת השכינה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

בס"ד


פרידן צו אייך מיינע ליבע חברים,


ווען מיר גרייטן זיך צום הייליגן יו"ט פסח, די נאכט וואס מיר באקן אריין אין אונזער קינדער און אין אונז אליין אמונה אינעם גרויסן בורא, שטעל איך פאר אפאר געקליבענע מאמרי חיזוק באמונה ובטחון, וואס כ'האמיר אפגעשריבן דורכאויס דעם יאר.


זיצט זיך א יונגעל אין כיתה ביי ריסעס מיטן קאפ אויפען טיש און וויינט. אן עלטערע יונגל גייט אריבער און הערט דאס געוויין, ער מאכט אויף די טיר פון קלאס און דערזעהט זיך אין א טונקלע צימער, ווען גלייך ביים טיר זיצט דאס קינד ביי זיין דעסק און כליפעט. חבר מיינע פרעגט ער, וואס איז געשעהן ? האט דיר איינער געטשעפעט אדער וויי געטאן? ניין, ענטפערט דאס פארוויינטע נשמה'לע, מיין מלמד האט גענומען אלע קינדער אויף א טריפ היינט, אבער זעהט אויס אז מיין מאמע האט נישט באקומען די צעטל אז מ'דארף היינט קומען 10 מינוט פריער, און איך בין אנגעקומען נאך וואס זיי זענען שוין אוועק געפארען....


דער עלטערע קינד האט רחמנות געהאט און געזאגט, הער אויס, יעצט איז ריסעס צייט ממילא האב איך אביסל צייט צו פאברענגן מיט דיר ביז איך דארף צוריק גיין אין קלאס. אבער איין זאך פארשטיי איך נישט, דיין פלאץ איז דאך ממש אונטערן לייט סוויטש! ווילסט וויינען, געזונטערהייט. אבער למען ה' פארוואס דארפסטו זיצן אין טונקל? הייב אויף דיין האנט און צינד אן די לעקטער!


רבותי, אז ס'איז אונז ממילא באשערט צו זיצן דא אין גלות, פארוואס דארפן מיר עס דורך מאכן אין א טונקעלקייט? לאמיר נאר אויפהייבען די הענט און אנצינדען דעם סוויטש, זיך מחזק זיין און פארברענגן אינאיינעם. מיר דארפן עניוועי דא זיין, זאל עס כאטש זיין לעכטיג!


דער הייליגער אברבנאל זאגט א טעם פארוואס מיר אידן זענען געגליכען צו כוכבים - שטערן, ווייל די כוכבי לילה זענען אלעמאל ברקיע שטענדיג זענען זיי דארט נאר מיר זעהן זיי נישט. ביינאכט ווען ס'איז טונקל דאן בלוטשקענען זיי און זענען נראה לכל. די זעלבע זאגט זאגט ער איז א איד, די שיינקייט פון איד איז בעת צרה, ווען ס'איז טונקל דאן בליטשקעט ער מיט פראכט. צו מיט די מידת החסד וואס לייכט ארויס ווען אידן העלפן זיך ארויס בזמן ווען ס'גייט נישט אזוי גוט, צו יעדער איד פאר זיך ווען ס'גייט אים שווער, הייבט אן ארויסצושיינען זיין אמת'ע גבורה, זיין העלדישע אמונה, און זיין אופן פון זיך ארויסהייבען העכער פונעם פלאנטער און נאר ווערען נענטער מיט זיין בורא.


שפאניע. א לאנד וואס ברענגט ארויף אויפן געדאנק שרעקדיגע עפיזאדן פון אינקוויזעטארן, שפאנעדיגע מאמענטען פון קידוש ה', און א פלאץ וואו א איד האט נישט געטארט באטרעטן אירע ערד פאר הונדרעטע יארן. אבער דאס לאנד שפאניע פארמאגט אויך א הערליך קאפיטאל היסטאריע פון בעפארן גירוש, ווען תורה האט געבליהט אין אירע גרעניצען. שטעט ווי קארדאווא וואס האבען פארמאגט ישיבות און צעהדליגע ראשונים וואס האבען געלעבט אין יענע תקופה האבן אנגערופען שפאניע זייער היים. איינער פון די איז געווען דער רבינו בחיי, דער חכם ונבון וואס האט באלאכטען די וועלט מיט זיין פירוש על התורה, איז נישט נאר געוועהן באעהרט ביי אידן און להבדיל גוים צוגלייך, נאר אפי' די שרים און מיניסטארן פלעגן הנאה האבן פון זיין חכמה וישרות. אויך דער קעניג פון שפאניע פלעגט כסדר פארברענגן מיטן רבינו בחיי, און ווי אויך זיך כסדר מתוכח זיין אויף פארשידענע מיינוגס פארשידענהייטען ציווישען זיי.


איין טאג זאגט דער קעניג פאר דעם אידישען חכם, אז בעצם איז נישט פארהאן קיין חילוק אינעם מציאות פונעם מענטש ציווישען א איד און להבדיל א גוי, נאר א איד האט א תורה וואס איידלט אים אויס און איז אים מחנך לטב, אבער אן קיין תורה וואלט ער געווען דער זעלבע מגושם ווי דער גוי. ווידער רבינו בחיי האט געהאלטען אז ניין, יעדעס אידיש קינד ווערט שוין געבוירען מיט אינערליכע ירושה שטריכען וואס זענען איידלער און ריינער פונעם המון עם. וואס אפי' ער קומט קיינמאל נישט אן צו לערנען תורה דאך האט ער אין זיך געוויסע מדות וואס פליסען אין זיינע אדערן, וואס האלט אים שטענדיג העכער ווי די בני עשיו וישמעאל.


דער קעניג האט באשלאסען אז ער וועט שוין אויסלערנען דעם אידישען רב ווער איז גערעכט, און גלייך באפוילען זיינע באדינער צו גיין צום שפיטאל און אוועק כאפען צוויי ניי געבוירענע קינדער, מיטן תנאי אז איינער פון זיי זאל זיין א אידיש קינד און דאס אנדערע א קריסט. פארשטייט זיך א ז די שפיטאל באאמטע זענען געווארען גוט באצאלט נישט אויסצוזאגען פאר קיינעם וואס דא האט פאסירט. און די צוויי בעיביס זענען אריבערגעפירט געווארען צום קעניגליכען פאלאץ גרייט פארן קעניג'ס עקספערימענט. קיינער אויסער דער מלך האט נישט געוויסט ווער איז וועלעכע, מ'האט זיי ביידע אנגעטוהן די זעלבע און אויפגעצויגען מיט די זעלבע עסענווארג און שפילערייען. און אזוי זענען זיי אינאיינעם געוואקסען ביים קעניג אין הויף, ווען קיינער דערקענט נישט אויף קיינעם פון זיי עפעס א סימן פון א אידישע צורה, עטליכע טעג איידער זייער אכצטענטע געבורטס טאג רופט דער קעניג אריבער דער רבינו בחיי צום פאלאץ, און פרעגט צו ער געדענק זייער אלטע ויכיוח צו א איד ווערט געבוירען מיט אידישע סימנים צו נישט, און ער זאגט אים אין אפאר טאג וועל איך דיר איבערצייגען אז איך בין געווען גערעכט און א איד באקומט נאר זיין מהות פון די תורה. דו ביסט העפליך געלאדענט צום געבורטסטאג סעודה ווי דו וועסט קענען פראבירען מיט וועלכע מעטאדען דו ווילסט, אויף צו ווייזען דיין צד.


הונדרעטע מלכים ושרים, קלוגע וויסענשאפטליכער און געלערנטע גלחים, זענען זיך צאמגעקומען מיטהאלטען דעם איינמאליגע געשעהניש, דער קעניג האט אנגעטוהן די צוויי יוגענטליכע מיט די זעלבע מונדורען און זיי אפי' אפגעשוירען מיט זעלבען האר שניט, אזש זיי האבען כמעט אויסגעזעהן ווי צוויליג ברודער. ער האט זיי ביידע געזעצט נעבן זיך און מיט א שטארקע שטומע אנגעהויבען פארציילען וואס האט פאסירט מיט אכצען יאר צוריק, און יעצט - רופט ער זיך אן צום רבינו בחיי - לאמיר זעהן צו איר קענט אונז איבערצייגען וועלכע פון די צוויי קינדער איז פון אידישען פאלק, א זאך וואס נאר איך אליין ווייס. רבינו בחיי שטעלט זיך אויף און בעהט מ'זאל אריין ברענגן א שיסל טרויבען, לייגט עס אראפ אין פארנט פון די צוויי עקספערעמענטס און הייסט זיי עסן.


איינער פון זיי ברעכט אראפ א הענגל טרויבען און נעמט זיך עסן אפעטיטליך, בשעת דער צווייטער זיכט אויף אלע איינצעלע טרויבעלעך אינעם שיסל און דערקוויקט זיך. רופט זיך אן רבינו בחיי דער יונג וואס האט אראפ געבראכן פונעם צווייגל דער אחז א איד! דער קעניג ווערט צוטומל'ט און זאגט, אמת דער איז טאקע דאס אידיש קינד, אבער פונוואנעט האט איר דאס דערשנאפט? האט זיך דער רבינו בחיי אויפגעשטעלט און געזאגט: מיר אידן לעבען צוגעבינדען איינער צום צווייטען און צוגעבינדען צו אונזער טאטע אין הימל! א איד האט מקור פון ווי ער איז יונק, דערפאר ווען איך האב געזעהן ווי ער ברעכט אראפ א צווייגל טרויבען פונעם הענגל איז ביי מיר געווען ברור אז ער איז איד, ווייל כאטש ער האט קיינמאל קיין אידישען חינוך באקומען האט ער אבער א נאטורילכע אינסטינקט זיך צו צושלעפן צו א מקום חיבור - צו האבן א קאנעקשען. משא"כ דער גוי לעבט פאר זיך אפגעזונדערט פון מענטשהייט און דער וואס האט אים באשאפען און דערפאר האט ער טאקע אויסגעקליבען די איינצעלע טרויבן, ווייל דאס האט גערעדט צו זיין אינערליכע געפיהל.


אידן טייערע, מיר לעבן אין א וועלט וואס יעדער האט זיך זיין פעקל מרור, און אסאך מאל איז עס אזוי ביטער, אבער דוקא אין די זמנים ווערט אונזער קאננעקשען מיטן רבוש"ע אסאך אסאך שטערקער. א קרעכטץ מן המיצר וועקט אויף אונזער אינערליכע נאנטקייט צו אונזער ליבן טאטען אין הימל.


מ'פארציילט אויף איינער פון די זקני ירושלים אז ער פלעגט זיך כסדר פארפליישיגן, זאגענדיג אז ער וויל זיין מקושר מיטן רבונו של עולם פאר נאך 6 שעה! אז ער וועט נישט קענען אריינעמען קיין מילכיגס אין מויל פאר די קומענדיגע זעקס שעה, באפעסטיגט ער זיין קשר מיט די תורה און מיט זיין בורא פאר נאך א וויילע און נאך א וויילע.


צדיקים האבן געזאגט אז די קללה פונעם נחש אז וואס ער וועט עסן וועט האבן א טעם פון ערד, קען לכאורה ווערן אנגעקוקט ווי א ברכה, אז ווי ער וועט נאר זיין, אין וואספארא מצב וועט ער אלעמאל האבן זיין מאכל, וואס פעהלט אים נאך? נאר דער תירוץ איז דער באשעפער האט אים געשאלטען אז ער זאל מער נישט האבן קיין שייכות מיט אים. אנדרעש ווי אנדערע בעלי חיים וואס זענען דיפענדעט אויפען באשעפער דער משביע לכל חי, האט אבער דער נחש באקומען דער קללה אז ער דער בורא שאקעלט זיך אפ פון אים. איך גיב דיר עסן אין וועלכע פלאץ דו ווילסט נאר, אבער צו מיר זאלסטו מער קיינמאל רעדן, בעהט פון מיר גארנישט! און דאס איז די גרעסטע קללה וואס קען נאר זיין, אז מען זאל אפהאקען דעם קאננעקשען מיט באשעפער.


מיט עטליכע יאר צוריק האט די וועלט אויפגעריסן מיט די שרעקליכע נייעס וואס ס'האט נעבעך פאסירט אין טולז פראנקרייך, ווען א קאלט בלוטוגע מערדער פונעם איסלאמישען אפשטאם האט איין צופריה גע'הרג'ט אפאר אומשולדוגע נפשות, ובניהם אפאר יונגע קינדערליך הי"ד. געציילטע וואכן נאך די פאסירונג איז פארגעקומען אן עצרת הספד אויף די קדושים אין ירושלים. ס'איז שוין פון פאראויס געווען באשטימט א ליסטע פון מגידים און דרשנים, דערפאר איז דער עולם ביים הספד געווען אביסל איבעראשט ווען נאך אלע דרשות האט זיך א שווארצע גוי אויפגעשטעלט רעדן אפאר ווערטער. דער דזשענטעלמאן שטעלט זיך פאר ווי דער אמבאסאדאר צו איינע פון די אפריקאנע לענדער, און פארציילט אז ער האט געוואלט מיטהאלטן דעם עצרת צו זעהן דאס ריאקציע פונעם אידישן פאלק צו אזא שוידערליכע אטאקע. פארציילענדיג אז ביי אים אין געבורטס לאנד ווען אזא מעשה פאסירט ווען וואלט שוין לאנג אויסגעבראכן א בלוטוגע ברודער קריג ציווישען די מחנה באטראפענע און די מערדער. און ווי שאקירט איז ער געווארען צו הערן ביי דעם הספד, אנשטאט אונטערייצען די מענטשען אקעגן אלע אראבער מיט א רוף פון נקמה, איז גאר די תוכן הדרשות געווען ווי אלעס איז שוין פון פאראויס באשטימט פון אויבען. און פארקערט גאר, די איינציגסטע זאך וואס מען קען יעצט טוהן להבא, איז נאר זיך צו פארבעסערן מיט מעשים טובים. ער איז אזוי נספעל געווארען דערפון אז ער האט זיך געמוזט אויפשטעלן איבערגעבן זיינע הרגשים, און אויסגעפיהרט אז ער האט איינגעזעהן אז כלל ישראל איז א פאלק וואס וויינט נישט אויפן עבר נאר שטרעבט אויף א בעסערע עתיד.


נישט אז מיר דארפן צוקומען צו די עדות פון א אפריקאנע דיפלאמאט, אבער דאך איז דער מעסעדזש קלאר, אז מיר זענען נישט א פאלק וואס קוקט צוריק, נאר אדרבה מיר לעבן מיטן עתיד. אני מאמין - איך גלייב, באמונה - אין דער יסוד פון אמונה, פון האפענוג, פון קוראזש, פון פראבירען נאכאמאל און נאכאמאל, מיטן פולסטען בטחון אז איך וועל זעהן א שינו לטובה בעזר ה'.


ס'איז געווען אין א פאבריק ווי איינער פון די ענערעגישע און פעהיגע ארבייטער איז געשטיגען אין ראנג ביז ער איז אויפגענומען געווארן אלס הויפט מענעדזשיר אינעם פאבריק. די ערשטע זאך האט ער זיך איבערגעמאכט דעם אפיס לויט זיין געשמאק, מיט א פיש טאנק, א קליינע ריפרידשערעיטער, און טייערע מעבל. און הגם ער איז בדרך כלל געווען א צוגעלאזענע צו זיינע קאלעגע ארבייטער, האט אבער יעדער געוויסט אז ווען ס'קומט צו זיין פלעשל טרינקן אינעם קליינעם פרידזש, דא איז ער שוין נישט קיין ווייעך הארציגע. אך און וויי פאר דער וואס וועט זיך דערוואגען צו נעמען אפי' א קליין ביסל, דער נייע מענעדזשער וועט אים נישט מוחל זיין און עס קען אים נאך קאסטן דעם דשאב. איין טאג איז דער פרעזידענט פונעם פירמע געקומען אויף א באזוך, צו זעהן דאס גאנצע הלוך ילך און אויף פאסן וואס מ'דארף פארעכטן. צום סוף פונעם טאג ברענגט אים דער מענעדזשער אריין אין זיין נייע אפיס, און צייגט אים די פיש טאנק און די אנדערע שיינע באקוועמע מעבל וואס ער האט אנסטאלירט. און דאן האט עס פאסירט, נישט מער און ווייניגער דער פרעזידענט גייט צו צום פרידזש, נעמט דאס פלעשל וואס באלאנגט צום מענעדזשער און גיסט זיך אן א גלעזל. די ארומעגע זענען געווען זיכער אז דער מענדעזשער וועט אויספלאצן אין א גערעגטע אויסברוך כמנהגו, אבער ניין, ער בלייבט מיטן שמייכל כאילו לא הי'. דערנאך ווי דער פרעזידענט איז אוועק פון דארט צופרודען, האט זיך איינער פון די ארבייטערס אנגערופען, העי באס, וואס איז פשט אז דער גאסט האט נישט באקומען די פארציע וואס מיר באקומען ווען טרויען צו נעמען פון דיין באטל טרונקען? אוי דו נער, וואס פארשטייסטו נישט, צו דער פרעזידענט קען איך נישט אזוי רעדן ער איז מיין בעל הבית, און דאס אז ער נעמט פון מיין באטל טרונקען רעגט מיר נישט אויף, נאר אדרבה ס'איז מיר א כבוד אז ער פיהלט זיך אזוי באקוועם דא. סוכ"ס באלאנגט דאך דער גאנצע אפיס פאר אים, ס'נישט מיין טרונק, ס'איז זיינס!


דער נמשל מיינע פריינט, איז אפשר נישט דומה שוה בשוה צום משל, אבער דער פונקט וואס איך וויל ארויסברענגן איז, אז עס קומט אויס אסאך מאל אז מיר האבן טענות. טענות אויף די יעניגע וואס זענען נישט גענוג סענסעטיוו צו אונזער פראבלעם, טענות וואס קענען אפשר זיין גערעכט און אפשר נישט. אבער איין זאך איז זיכער אז אויף דעם בעל הבית האבן מיר נישט קיין תרעומות, דאס אז איך מאך מיט דעם צער, און איך פיהל עס אביסל שטערקער ווען מיינע נאנטע האלטען שוין ווייטער ווי מיר אין לעבן, דעס איז נישט קיין ציפ חלילה פון מיין ליבע טאטע. ניין, עס איז מיר א זכי' אז דער בורא פיהלט אז כ'בין ווערד אריבער צו גיין דעם ים הגדול. אודאי וויל איך ס'זאל זיך שוין ענדיגן און איך זאל קענען צייגען אויף די זמנים אלס א חלק פון מיין עבר, אבער ווילאנג איך בין אין דעם נסיון וועל איך עס מקבל זיין מיט א שטארקייט, און מיטן גוטען געפיהל אז מיין בעל הבית האט געפיהלט פאר וויכטיג מיר צו באזוכן.


הרב שמעון שוואב שרייבט אין זיין ספר, אז אלס קליין קינד האט ער אמאל באקומען א מתנה עפעס א שפילצייג פון זיין טאטען'ס א חבר אן עושר, אבער ווי שאקירט איז ער געווארען ווען נאך עטליכע מינוט האט עס יענער צוגענומען פון אים. ס'איז אים אלעמאל געבליבען אין די ביינער דער געפיהל וואס ער האט געשפירט ווען דער מענטש האט אוועקגענומען דעם שפילצייג. יארן שפעטער האט ער אויסגעפונען אז דער מענטש איז געשטאנען מיט קאמערא - א נייע ערפינדונג אין יענע יארן - און געכאפט פיקטשערס פון אלע פאקסן אויף זיין פנים. סיי די פרייליכע ווען ער האט ערהאלטן די מתנה און סיי די פאר'צער'טע ווען ער האט עס פארלוירען. ער איז סך הכל געווען א חלק פון יענעם'ס photo shoot און פערזענליכע הנאה.


פירט הרב שוואב אויס, די זעלבע זענען מיר מענטשן, מיר באקומען כסדר שפילצייגן אין לעבן פון אונזער טאטען אין הימל, או אסאך נעמט ער עס צו פון אונז, אבער מיר אלעמאל געדענקן אז דער בורא וויל פשוט זעהן ווי אזוי מיר זעהן אויס אין די מצבים, וואס פאר א פנים מיר טראגן, דערפאר דארפן מיר געדענקן צו שמייכלען תמיד צום פאטאגראפירער דער עין רואה דארט במרום.


דער מהר"ל (כמדומה בהקדמה שני' בגבורת ה') איז מסביר דעם ענין פון נס ומופת, אז גענוי ווי למשל צוויי מענטשן קומען אן צו א עלעגאנטע שמחה און איינער פון זיי איז א פארטי פלענער וועט ער אויפכאפען די פיצעלע דיטעילס וואס פשוטי עם זעהן נישט, יא זיי ווערן אויך באגייסטערט פונעם דיקאר, אבער דער מבין וואס ליגט דעראין פארשטייט עס בעסער. ווייל א מענטש האט א לימיט ביז ווי ווייט זיינע השגות קומען אן. און אפי' א מבין אין א געוויסע ענין פארשטייט טאקע מער, אבער עפעס העכער פון זיין פעיגרעיד איז אים אויך אומפארשטענדליך, די זעלבע איז מיט די מופתים בכל דור ודור. מיר קענען זיי נישט באגרייפען ווייל ס'איז גרעסער פון אונזער באקס.


דער סאטמאר רבי ז"ל בעל דברי יואל, איז אמאל געגאנגן מנחם אבל זיין א איד וואס האט ליידער פארלוירען א קינד עטליכע וואכן נאכן געבורט ל"ע. האט דער רבי ז"ל זיך דאן אנגערופען אז אויב א קינד האט געהערט אפי' נאר איינמאל קידוש פרייטאג צו נאכטס, האט שוין די נשמה עפעס מיטצונעמען, און אויב גלייבט מען דעראין איז שוין אלעס ווערט. מי יבין בסוד קדושים, אבער אין פאקט איז דאך קידוש א זכר ליציאת מצרים און אויך א זכר למעשה בראשית. מיר זאגן עדות יעדען ליל שבת פון פריש אז מיר גלייבן אז דער באשעפער האט אלעס באשאפען, און אז ער און נאר ער קען אונז ארויס נעמען פון א ביטערן גלות. בפרט יעצט פסח ווען מיר גייען זיצן מיט אונזערע שניי ווייסע קיטלעך, גייט אונזער אמונה ווידער ווערן באפעסטיגט. א נאכט וואס די שערי שמים זענען אפען, א נאכט ווי יעדעס אידיש קעפל איז אפן צו הערן דברי אמונה פון זיינע עלטערן. כמה שנאמר והגדת לבנך, ס'איז נישט קיין ציווי, ס'איז אן הבטחה כידוע. אין אזא נאכט בעהטן מיר זיך אויס ביי אונזער ליבען טאטען אין הימל, אז ער זאל אונז אריין שיקן פרישע אנגעפולטע אמפערס מיט אמונה ובטחון. כח צו קענען דערהייבן אונזערע נסיונות, כח זיך צו שטארקן אין די שווערע מינוטן, און כח צו דערלעבן די ענדגילטיגע ישועה אי"ה.


שמעתי מהרה"צ המשפיע רבי אלימלך בידערמאן, אז מיר זאגן ה' מלך ה 'מלך ה' ימלוך לעולם ועד. לכוארה וואלטן מיר געדארפט אנהייבן מיטן לשון עבר און נישט מיטן הוה. נאר זאגט ער בדרך משל, אז אין רוסלאנד ווען מ'פלעגט נעמען סאלדאדטן אין מיליטער, פלעגט מען זיי פרעגן אפאר פעסטצושטעלן זייער געטריישאפט צו מוטער רוסלאנד. איינמאל איז אנגעקומען א דארפישע פויער, און מ'פרעגט אים, ביסטו גרייט אוועק צו געבן אלע דיינע פעלדער צום רעגירונג, זיכער שרייט ער אויס. ביסטו אויך מסכים צו שענקן אלע דיינע שאף און רינדער צו רוסלאנד, דער פויער שרייט אויס מיט העלדישקייט, אודאי פאר רוסלאנד געב איך אלעס. פרעגט מען אים ווידער, דיין הינדל ביסטו אויך גרייט אוועק צו געבן, דא איזמער שוין שטיין געבליבען און זאגט עד כאן, מיין הינדל גיב איך נישט אוועק אפילו פאר מוטער רוסלאנד. אויב אזוי, זאגן די אפעצירן קענסטו קיין געטרייע סאלדאט נישט זיין און גיי דיר צוריק אהיים. אויפן וועג ארויס געט אים איינער א פרעג, איך פארשטיי נישט, אויב האסטו שוין מסכים געווען אוועק צו געבן דיינע בהמות און פעלדער וואס האט דיך געשטערט זיך צו שיידן פון דיין קליינטישקען הינדל? אוי דו נער, צולאכט זיך דער פויער, קיין פעלדער האב איך נישט קיין בהמות אויך נישט, איז וואס גייט מיר אן עס אוועקצוגעבן, אבער א הינדל האב איך און דאס געב איך בשום אין אופן אוועק...


זאגט ר' מיילאך מיר פאנגן אן מיטן הוה ווייל דאס האבן מיר יעצט, אז מיר גלייבן אז אינעם יעצטיגן מצב איז דער באשעפער דער שליט על כל, איז דאס דער שטערקסטע יסוד, יעצט קען מען שוין גלייבן אויפען עבר און עתיד אויך, אבער צום ערשט ברויך מען גלייבן אינעם הוה!


מיינע ליבע חברים, אונזער הוה איז שווער, אן אריין צו גיין אין פרטים ווייסט יעדער זיין פעקל, מ'קלערט צוריק צום גליקליכן עבר אן קיינע דאגות, ווי אויך חלום'ט זיך פון א גאלדענע עתיד. אבער מיר דארפען געדענקן אז ראשית ה' מלך, לאז נישט די יעצטיגע מצבים דיך אראפ שלעפן, נאר דייקא יעצט שטארק דיך אז אונזער גוטע ליבע טאטע איז מיט אונז דא, און ער וויל נאר אונזער גוטס, און ס'וועט אי''ה זיין גוט.


כ'האב לעצטענס געהערט א מעשה וואס הערט זיך אביסל פיקטיוו, ס'איז געווען א איד וואס איך געפארען מיט א פליגער פון לאס אנדשעלאס צוריק אהיים קיין ניו יארק פרייטאג פארמיטאג, ער האט זיך געגעבן גענוג צייט אנצוקומען אהיים אויף שבת, אבער צו זיין מזל שוין זיצענדיג אויפן פליגער האט זיך אנגעהויבען דילעיס. פון אנפאנג איז ער נישט געווען צו נערוועז וויסענדיג אז ער האט נאך צייט ביז שבת, אבער ווען ס'איז שוין אריבער 2 שעה האט ער שוין אנגעהויבען טראכטן אז שבת וועט ער מוזן פראווענען אין לאס אנדזשעלאס. די פראבלעם איז נאר אז איינמאל מ'זיצט שוין אויפן פליגער לאזט מען שוין קיינעם אראפ אלס חשש פון א באמבע וכדו' אין די רענצלעך, דער איד א עכטע בעל בטחון, הייבט אן דאווענען און זאגט אז אויב ס'געלונגט אים אראפ צו גיין יעצט פונעם פליגער, איז ער מקבל מער נישט ארויס צו פארען למרחקים אויף פרייטאג. ווי נאר ער ענדיגט זיין תפילה פאלט אים איין אזא געדאנק, ער כאפט אן זיין הארץ און סיגנאלט צום סטוארד זאל שוין קומען ווייל ער מיינט ער כאפט א הארץ אטאקע, שנעל איז מען געקומען צו לויפען און דער איד פאנגט אן זאגן אלע סימפטאמס וואס צייגן אויף הארץ פראבלעמן. גלייך רופט מען אויס אויב ס'איז דא א דאקטאר אויפען פלייט, און א פרוי פון די אנדערע זייט פליגער שטעלט זיך אויף און זאגט אז זי איז א דאקטער. זי קומט צו צון 'פאציענט' און נאכן אונטערזוכן זאגט זי יא, עס זעהט אויס ווי א הארץ אטאק און מ'ברויך אים שוין אראפפירען פון פליגער און זי אלס דאקטער טראגט זיך אן אים צו באגלייטען. דער איד האט שוין אנגעהויבען מיינען אז אפשר אז זיין שפיל גאר געווארען אן עכטע אטאקע, אבער קיין צייט צו טראכטן איז נישט געווען, שנעל לייגט מען אים אריין אין א ווילטשיער, און דער פרוי דאקטער פיהרט אים אראפ פון פליגער. ווי נאר. זיי קומען אן צום טערמינאל, גיבט ער שפרונג אויף כאחד האדם פונעם בענקל, צום שאק פונעם דאקטער און אן א ווארט לויפט ער גלייך כאפן א טעקסי צום אידישן געגענט ווי ער האט געהאט משפחה און איז ב"ה אנגעקומען באצייטענס פאר ליכט בענטשן.


זונטאג צופרי האט ער גענומען א פליגער אהיים, און ביינאכט האט ער פארציילט פאר זיין רב די געשיכטע, אינאיינעם מיט זיין פרישע קבלה און די וועג ווי ער איז אנגעקומען אין צייט אויף שבת. עטליכע חדשים שפעטער רופט אים אן זיין רב און זאגט אים יעצט וועל איך דיר דערציילען די צווייטע העלפט געשיכטע, איך בין יעצט אין לאס אנדזשעלאס, און כ'האב אויפגעטרויטען מיט א דרשה אין איינער פון די שוהלען דא דעם פארגאנגענעם שבת. בתוך הדרשה האב פארציילט דיין מעשה ארויסצוברענגן ווי מ'דארף נזהר זיין נישט זיך ארויסלאזן ערב שבת צו שפעט. נאכן דרשה קומט א פרוי צו צו מיר און זאגט, ראביי איך בין דער פרוי אבער איך בין נישט קיין דאקטער... איך בין געווען אויפן וועג צו ניו יארק פאר א משפחה שמחה און איך האב אויך אנגעהויבן ציטערן ווי איך וועל זיין שבת, און ווי נאר כ'האב געהערט אז מ'זיכט א דאקטער איז מיר איינגעפאלן זיך צו מאכן ווי איינס, כדי זיך צו פארזיכערן א וועג אראפ פון פליגער, כ'זאל כאטש נאך קענען אנקומען אהיים אין צייט פאר הדלקת הנירות....


רבותי, צו דער מעשה איז אמת ווייס איך נישט, אבער איך גלייב אז אזא מעשה קען פאסירן, מיר זענען א פאלק וואס איז מלומד בניסים, און אין יעדער דור ווערן געמאכט ניסים. א פארפאלק 15 יאר נאכן חתונה קען האבן א קינד בדרך נס, א אינגערמאן קען באקומען א דשאב אפפער אסאך בעסער ווי זיין לעצטע פון ווי ער איז געפייערט געווערן א יאר צוריק, און א מאמע אין שפיטאל קען אהיים קומען צו אירע קינדערליך געזונטערהייט צום פלא פון דאקטוירים. יא, אלעס איז מעגליך ווען מיר גלייבען!


דער דובנא מגיד ברענגט א משל אויף כי בשמחה תצאו ,אז א גביר האט זיך משדך געווען מיטיט א רב אן עני, און זיך אונטערגענומען אלע הוצאות חוץ איין מתנה פאר די כלה האט ער פארלאנגט פונעם מחותן א גאלדענע קייטל, פון א וואך נאכען תנאים האט ער אנגעהויבען שיקן בריוו פארלאנגען די איינצעלע מתנה און אפי' געסטראשעט מיט צוברעכן די שידוך. בלית ברירה האט דער רב פארקויפט אביסל ספרים און צונאם געבארגט געלט פארן קייטל. ביים חתונה פרעגט דער רב פון זיין מחותן פארוואס ער האט אזוי געמוטשעט, האט דער גביר גענטפערט , כ'האב געוויסט אז דו האסט נישט קיין געלט און כדי צו שאפען אביסל, וועסטו מוזען אויפען וועג צו די חתונה אריבער פארען עטליכע שטעט און זאמלען צדקה ,און דאס וואלט נישט געפאסט פאר מיינס א מחותן.


די זעלבע זאגט די מגיד, עס פעהלט אונז נאך אויס היפש ביסל טרערן פאר די גאולה, אבער כביכול וואלט אונז געקענט אויסלייזען און דערנאך וועלען מיר וויינען. נאר ס'נישט קיין כבוד פארען בורא אז זיין מחותן וויינט, דערפאר וויל ער אונז שיקען די אלע פיין יעצט, און דערנאך כי בשמחה תצאו וועט עטס ארויסגיין פון גלות פריילאך אפגעצאלט די חובות.


האטס מיר אלע א כשר'ן פרייליכן יו"ט, און זאלן מיר שוין בקרוב זוכה זיין צום גאולת עולם, בביאת בן דוד גואלינו אמן כיה"ר.
אוועטאר
איךביןאיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 06, 2017 11:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איךביןאיך »

PDF פאר ווער עס קען עס נישט יעצט ליינען
Document1.pdf
(106.31 KiB) געווארן דאונלאודעד 245 מאל
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

זעהט אויס אינטערסאנט, איך האב עס דאונלאודעט און איך האף עס צי ליינען בעזהי"ת

יישר כח
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

חז...ק האט געשריבן:זעהט אויס אינטערסאנט, איך האב עס דאונלאודעט און איך האף עס צי ליינען בעזהי"ת

יישר כח
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
טיכטיגער
שר האלף
תגובות: 1923
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיכטיגער »

פסח א נאכט פון אמונה.pdf
(106.94 KiB) געווארן דאונלאודעד 235 מאל

אויב שוין יא פארוואס נישט עטוואס שענער?!
"ס'דא מענטשען וואס גייען צו פרנסה/ביזנעס אווענט'ס, און ס'איז דא מענטשען וואס מאכן עכט ביזנעס!"
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

אדורכגעליינט היינט צופרי אין זייער הנאה געהאט
די מעשה פין רבינו בחיי איז זייער אינטערעסאנט וואס איך קיינמאל נישט געהערט.

יישר כח
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

WOW
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

ייש"כ
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

Wow ישר כח גדול!!!
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

א דאנק פארן מגיב זיין. א ספעציעלע ייש"כ פאר איךביןאיך און טיכטיגער פאר די פי.די.עף.
א גוט יו"ט.
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

שמו האט געשריבן:ייש"כ
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

הערליך הערליך
בנימין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 16, 2011 10:58 am
לאקאציע: ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין »

פשיהא! פיינע ווארע
מארקעטינג\ברענדינג עדווייס? פרעגט מיר אין אישי, כ'ענטפער גערן.
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6300
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

זייער ווארעם אין שיין א יישר כח
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2804
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

Wow אויסטערליש!!!!
סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1825
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוואליעווער אייניקל »

כ'האב עס ארויסגעדרוקט און געליינט יו"ט
און ב"ה שטארק הנאה געהאט
ממש געוואלדיג!!

געב נאך
בארבער
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 23, 2013 10:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארבער »

געלעגער האט געשריבן:הערליך הערליך
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

ארויף לכבוד יו"ט
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

א גראם מיט טעם האט געשריבן:ארויף לכבוד יו"ט
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

א גראם מיט טעם האט געשריבן:ארויף לכבוד יו"ט
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: פסח: א נאכט פון אמונה און השראת השכינה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

ייש"כ!!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”