מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איך בין זייער סיריעס
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:51 pm

Re: מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך בין זייער סיריעס »

טשעירמאן האט געשריבן:
איך בין זייער סיריעס האט געשריבן:
די ריין-לאזע באקוועם-לאזע אמן באס שטעלט צו אזאלכע געשמאק-לאזע סערוויס אזש זיי זענען ברירה-לאז געווען געצווינגען ארויפצוגיין מיט א נישטיגע פרייז העכערונג.
:evil: :oops: :evil:
ארויף צו $4.25
איך בין שטוםלאז.. :wink: :wink:
הלוואי העטן זיי אויך טראפיק-לאז גיווען, וואלט נאך א האלבע צרה באשטאנען.
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

און טאנצן-לאז און איבל-לאז און שטופעריי-לאז און רשעות-לאז וואלט אויך געווען א גוטע זאך.
:evil: :evil: :evil: :evil: :twisted: :twisted:
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
notification
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 12, 2022 2:15 pm

Re: מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך notification »

משה כהן האט געשריבן:
מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג- ב"פ באס (די 'אמן באס')... ח"א

שוין איידערן ארויפשטייגן אויפן באס בין איך שוין געווען היפש אנגעצויגן, נעמליך איך דארף כאפן דעם אויטאבאס אין די קומענדיגע מינוט'ן און אנקומען צו מיין שכנ'ס פדיון הבן אין צייט, איך בין דאך דער כהן הפודה... איך שטיי ביים לעצטן באס סטאנציאן אין בארא פארק, איך ווארט אין די פרעסטן, אין די ציפעדיגע קעלט וואס עסט אויף די גלידער, איך שטיי מיט מסירות נפש, אלעס כדי צו שפארן אפאר דאללער און קענען כאפן א רייזע מיט די 'אמן באס'.

אויסער מיר, שטייען נאך עטליכע, זייער צורה און קליידונג זאגן עדות אז זיי פארן אנטייל נעמען צו א שמחה אין וומסב"ג, א טאטע מיט זיינע זעקס פיצלעך ווארטן אויפן אויטא באס, ווארשיינליך איז שוין זיין בני בית ארויפגעשטיגן אויפן פאריגן באס. דער עולם האלט שוין די דריי איינצעלנע דאללער'ס אין די הענט מיט נאך עטליכע קוואדער'ס און מ'ווארט בכליון עיניים אויפן אויטאבאס אין די ביטערע פרעסטן.

עס גייט פאריבער פינף מינוט און פופצן מינוט, און עס איז נישטא קיין זכר פון קיין אמן באס, יעדער פרעגט איינער דעם צווייטן: דו, זאג נאר! ווען האט דער באס געדארפט אנקומען?! איך אליין וואס איך בין שוין געווען נערוועז אויפן העכסטן גראד, האב יענעם געענטפערט צוואנציג מינוט צוריק. יענער מיט די זעקס פיצקעלעך געבט נישט אויף: דו ביסט זיכער? אפשר איז שוין די באס געפארן? הייב איך יענעם אן מסביר צו זיין אין די קעלט, אז איך בין שוין דא געווען דער ערשטער ביים סטאנציע, אין צייט, און איר אלע זענט אורחים דא ביים סטאנציע, נו, אז איך זאג אייך אז דער באס איז נאכנישט געקומען, איז דער באס נאכנישט געקומען, פארשטאנען?! דער אינגערמאן ווענדט זיך צו זיינע קינדער און זאגט זיי: קינדער: עטס האטס געהערט וואס די טאטע דא האט געזאגט?!...

תוך כדי דיבור, קומט צו קריכן עפעס א עלנדע פרוי וואס שלעפט זיך מיט הויפענעס פלאסטישע זעקלעך, און ווענדט זיך צו מיר כאילו זי רעדט יעצט צו איר מאן ווען ער איז נאך געווען בחיים חיותו.... זאגטשע נאר אינגערמאנטשיקל: איר ווייסט אפשר צו די באס מיט די 'באנטש' טירן איז שוין דא געווען?!... עס איז מיר זייער קאלט באקלאגט זי זיך... איך האב געזעהן אז עס ווערט מיר גוט, איך האב נישט געהאט קיין כח נאך א טאג ארבעט זיך מטפל צו זיין מיט די ישישה... איך האב געהויבן פוס, נישט עפעס אויסערגעווענליך שנעל, נאר פאמעליך, איך האב מיר געמאכט כאילו איך האב נישט געהערט פון אירע ווייטאגן און אירע בקשות למיניהם, איך ריק מיר אוועק טריט ביי טריט מאכנדיג כאילו איך רעד מיט איינעם אויפן טעלעפאון.

אבער זי געבט נישט נאך: אינגערמאנטשיקל, איר הערט נישט אז איך רעדט צו אייך? ווי איז אייער דרך ארץ? מיינע פיס ווייען מיר שוין, איך בין א עלטערע פרוי, איך ווארט אויפן באס, איך בין געגאנגן צופיס א לאנגן וועג, איך שטיי אין די קעלט וכו' וכו', זי שרייט אויף די העכסטע טענער, אבער אין קול ואין עונה... איך בין נישט מחוייב צו ענטפערן פאר יעדן מאן דהו, -'גאפל אפ פון מיר!' קלער איך צו מיר עטוואס הויעך.

זי האט געזעהן אז עס וועט איר נישט העלפן קיין כי-הוא-זה ווען זי וועט שרייען צום "אינגערמאנטשיקל" האט זי זיך געוואנדן צום דעם פאטער פון די ששה בנים ובני בנים, און זי האט אנגעפאנגן מיט גענוי די זעלעב פראגע'ס. יענער אינגערמאן זייענדיג א ערנסטער אינגערמאן האט מיט קאפ אראפ איר געענטפערט אויף אלע אירע פראגן ברחל בתך הקטנה.

דער עולם ווארט אויף שטארלן פון האפענונג, אז דער אור-אלטער באס זאל שוין איינמאל פאר אלעמל אנקומען צו איר דעסטינאציע, אבער אויפן האריזאנט זעהט מען גארנישט א חוץ די פארבייגייענדע מאטאריסט'ן און ביציקלעך וואס פארן מיט א שנעלקייט אריבער דעם רשות הרבים, מיט עטליכע כינעזע וואס קלייבן צוזאם באטל- נאך-באטל אין די בלויע זעקלעך, כידוע...

עודנו עומד און איך קוק אופן שאסיי מיט אנגעצויגענע בליקן ווארטנדיג צו הערן די גערודער פונעם אמן באס, די פרוי איז ווארשיינליך א משלחת וחוזרת, איך זעה ווי זי שלעפט זיך אין מיין ריכטונג... אוי, עס ווערט מיר גוט... אינגערמאנטשיקל: -ווענדט זי זיך צו מיר מיט א בקשה- "איך זעה אז די אויטאבאס קומט נאכנישט, אפשר וואלט איר מיר געקענט טוהן א מצוה, טוט מיר א טובה, און היט אויף מיינע פעקעלעך, און דערווייל וועל איך גיין צו דא דערנעבעדיגן געשעפט נעמען א שטרוי פאר מיין 'דרינק'?!?... עס ווערט מיר גוט... אינגערמאנטשיקל - זעצט זי פאר- איר הערט וואס איך בעט אייך? איר זאלט היטן מיינע זעק און איך גיי נעמען א שטרוי, איך בין דא צוריק אין א מינוט... ווען איך וואלט ווען אויסגעטוישט א ווארט מיט איר וואלט איך איר ערקלערט אז איר פלאן איז בכלל נישט קיין רעאליסטישטע, לו יצוייר אז דער באס וועט טאקע נישט אנקומען פאר א מינוט, אבער חשובע רעביצין: איר קענט אייך קוים באוועגן לויט ווי איר האט פריער מעיד געווען, נו, וואס איז אייער פלאן? ביז ווילאנג איר וועט נאר טראכטן פון אנהויבן טראכטן פון זיך א ריר צו געבן וועט שוין פארבייגיין לכה"פ 15 מינוט?... אבער איך זאג איר עס נישט, איך וויל נישט אריינגיין מיט איר אין א דין ודברים.
פארזעצונג קומט אי"ה
ראשי פרקים פון פארזעצונג

גערודער אויפן באס – דער משולח נעבן מיר מיט'ן קליינעם חומש'ל אין די האנט- די צוויי קליינע בארדענען – מיין שכן הערט קול מבשר אויפן העכסטן גראד און מיין שכן פון די רעכטע זייט מאכט מיר סתם אזוי נערוועז...
;l;p-
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3374
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

ס'הייסט נאך אמן באס?
איך האב געמיינט זיי האבן שוין געטוישט נאמען צי מיימאנעדיס באס
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

קענדי'ס האט געשריבן:
ס'הייסט נאך אמן באס?
איך האב געמיינט זיי האבן שוין געטוישט נאמען צי מיימאנעדיס באס
אמיינעדיס באס!
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3943
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

Re: מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארנישט מיט נישט »

לואי שיינער קען נישט אויך אפקויפן די אמן באס?
א שפיצל וואס מ'טוט אן אדער אפ?
אוועטאר
שטייעף פאבלאפסקי
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 09, 2022 2:46 pm

Re: מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייעף פאבלאפסקי »

זעהט אויס זיי שטעלן זיך פאר אז זיי זענען נעקסט אויף די ליסט, האבן זיי געמאכט דאס בראטל פון מיימאנעדיס אזוי העט מען זיי צורוהען...
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

שטייעף פאבלאפסקי האט געשריבן:
זעהט אויס זיי שטעלן זיך פאר אז זיי זענען נעקסט אויף די ליסט, האבן זיי געמאכט דאס בראטל פון מיימאנעדיס אזוי העט מען זיי צורוהען...
וואס מיינסטו צו זאגן?
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

גארנישט מיט נישט האט געשריבן:
לואי שיינער קען נישט אויך אפקויפן די אמן באס?
;l;p- אזוי אויך די BQE און FDR
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע: ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

ממוצע האט געשריבן:
גארנישט מיט נישט האט געשריבן:
לואי שיינער קען נישט אויך אפקויפן די אמן באס?
;l;p- אזוי אויך די BQE און FDR
פלוץ פלצתי o-h?e o-h?e
Times New Roman (Headings CS)...
אבימלך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 11:16 pm
אפשר אויב מען וועט זאגען פאר מענטשן אז די מוח איז א עפפ, וועלען זיי אנהייבן עס צו ניצען!!!
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

וויסענדיג די שטרענגע קראנקע געזעצן אויפן וומ''ס-ב''פ באס, בין איך איידער'ן אויפשטייגן אויפ'ן באס שנעל געלאפן אין באנק אויפטוישן מיינע געלטער אויף סינגלס. מיט מיין נארישע קאפ האב איך געמאכט א חשבון אז אזוי בין איך אויפן זיכערן זייט, און איך וועל נישט דארפן הערן דעם באבלאזענעם ניין ביים בעטן טשעינזש.

מיט זיכערקייט הייב איך אן אריינלייגן איין דאלאר אויפאמאל, אבער ניין די געזעצן האבן זיך שוין געטוישט! 'נאו סינגלס' זאגט מיר די צפון קארעאנע דרייווער מיט כעס. 'פארוואס נישט'? פרעג איך מיט וואונדער. די רעאקציע אויף מיין שאלה איז נישט געמאכט פאר שוואכע הערצער.

און יא, כ'האב געטראפן א וואוילע איד וואס האט מיר אויפגעטוישט מיינע סינגלס אויף א פינעווער, ער זאגט מיר אז יעדע מאל ער פארט אויפ'ן באס נעמט ער מיט עטליכע עקסטרע פינעווערס, צו קענען טון א חסד מיט אידן וואס פאלן אריין אומוויסענדיגערהייט מיט די נישט ריכטיגע קארענסי וואס איז באשלאסן געווארן אינעם וומ''ס-ב''פ הויפטקווארטירן.

איך וויל בעטן דעם עולם דא, אז ווי נאר איינער ווערט געוואור פון א נייעם געזעץ/גזירה/משוגעת פון דעם באס קאמפעני זאל מען ביטע קומען מעלדן דא די דעטאלן, און אזוי איינשפארן עגמת נפש פאר אנשים נשים וטף.

אה, און נישט פארגעסן צו זאגן ברכת השחר בחברותא.
אוועטאר
Thank you
שר שמונת אלפים
תגובות: 8036
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

וויפיל האלט די פרייז יעצט?
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4563
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע: מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

בן כלבא שבוע האט געשריבן:
וויסענדיג די שטרענגע קראנקע געזעצן אויפן וומ''ס-ב''פ באס, בין איך איידער'ן אויפשטייגן אויפ'ן באס שנעל געלאפן אין באנק אויפטוישן מיינע געלטער אויף סינגלס. מיט מיין נארישע קאפ האב איך געמאכט א חשבון אז אזוי בין איך אויפן זיכערן זייט, און איך וועל נישט דארפן הערן דעם באבלאזענעם ניין ביים בעטן טשעינזש.

מיט זיכערקייט הייב איך אן אריינלייגן איין דאלאר אויפאמאל, אבער ניין די געזעצן האבן זיך שוין געטוישט! 'נאו סינגלס' זאגט מיר די צפון קארעאנע דרייווער מיט כעס. 'פארוואס נישט'? פרעג איך מיט וואונדער. די רעאקציע אויף מיין שאלה איז נישט געמאכט פאר שוואכע הערצער.

און יא, כ'האב געטראפן א וואוילע איד וואס האט מיר אויפגעטוישט מיינע סינגלס אויף א פינעווער, ער זאגט מיר אז יעדע מאל ער פארט אויפ'ן באס נעמט ער מיט עטליכע עקסטרע פינעווערס, צו קענען טון א חסד מיט אידן וואס פאלן אריין אומוויסענדיגערהייט מיט די נישט ריכטיגע קארענסי וואס איז באשלאסן געווארן אינעם וומ''ס-ב''פ הויפטקווארטירן.

איך וויל בעטן דעם עולם דא, אז ווי נאר איינער ווערט געוואור פון א נייעם געזעץ/גזירה/משוגעת פון דעם באס קאמפעני זאל מען ביטע קומען מעלדן דא די דעטאלן, און אזוי איינשפארן עגמת נפש פאר אנשים נשים וטף.

אה, און נישט פארגעסן צו זאגן ברכת השחר בחברותא.
:lol: :lol:
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

Thank you האט געשריבן:
וויפיל האלט די פרייז יעצט?
פיר שעה צוריק האט עס געהאלטן ביי פינף דאלאר. יעצט ווייס איך נישט.
אוועטאר
Thank you
שר שמונת אלפים
תגובות: 8036
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

בן כלבא שבוע האט געשריבן:
Thank you האט געשריבן:
וויפיל האלט די פרייז יעצט?
פיר שעה צוריק האט עס געהאלטן ביי פינף דאלאר. יעצט ווייס איך נישט.
ווען איז עס ארויף פון 3.50?
אוועטאר
א סקאפ טונא
שר חמש מאות
תגובות: 656
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 01, 2022 8:24 pm
לאקאציע: ב.פ. באס

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א סקאפ טונא »

דורך געטראכטער האט געשריבן:
קענדי'ס האט געשריבן:
ס'הייסט נאך אמן באס?
איך האב געמיינט זיי האבן שוין געטוישט נאמען צי מיימאנעדיס באס
אמיינעדיס באס!
אפשר מאכט מען אזא סעיו אמיינעדיס קאמפיין?

ווער עס האט סיי וועלעכע איבערלעבעניש אדער מיס-באהאנדלונג מיטן באס זאל זיך לאזען הערן

לאמיר מאכען א טאון האול מיטינג געהריג מיט מיוזיק אין א זאל

איינער איז אין?
When people show you who they are, Believe them
אוועטאר
חאטצקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

א סקאפ טונא האט געשריבן:
דורך געטראכטער האט געשריבן:
קענדי'ס האט געשריבן:
ס'הייסט נאך אמן באס?
איך האב געמיינט זיי האבן שוין געטוישט נאמען צי מיימאנעדיס באס
אמיינעדיס באס!
אפשר מאכט מען אזא סעיו אמיינעדיס קאמפיין?

ווער עס האט סיי וועלעכע איבערלעבעניש אדער מיס-באהאנדלונג מיטן באס זאל זיך לאזען הערן

לאמיר מאכען א טאון האול מיטינג געהריג מיט מיוזיק אין א זאל

איינער איז אין?
מען וועט נעמען די טשייניזע דרייווער צו מאכן סושי ביים מעמד.
דיינע קינדער זענען דיין עול און אחריות, דיין ווייב איז נאר דא דיר ארויסצוהעלפן. ס'איז נישט איר אחריות און די העלפסט (אפשר) ארויס.
אוועטאר
א סקאפ טונא
שר חמש מאות
תגובות: 656
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 01, 2022 8:24 pm
לאקאציע: ב.פ. באס

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א סקאפ טונא »

חאטצקל האט געשריבן:
א סקאפ טונא האט געשריבן:
דורך געטראכטער האט געשריבן:
קענדי'ס האט געשריבן:
ס'הייסט נאך אמן באס?
איך האב געמיינט זיי האבן שוין געטוישט נאמען צי מיימאנעדיס באס
אמיינעדיס באס!
אפשר מאכט מען אזא סעיו אמיינעדיס קאמפיין?

ווער עס האט סיי וועלעכע איבערלעבעניש אדער מיס-באהאנדלונג מיטן באס זאל זיך לאזען הערן

לאמיר מאכען א טאון האול מיטינג געהריג מיט מיוזיק אין א זאל

איינער איז אין?
מען וועט נעמען די טשייניזע דרייווער צו מאכן סושי ביים מעמד.
:grin: :grin:
When people show you who they are, Believe them
אוועטאר
בערך
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2022 11:29 pm

Re: מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערך »

אמאל געווען אין דער איד פיקטשער'ס פון 'וויליאמסבורג פיפציג יאר צוריק' דארט האט מען געזען א בילד פון ליע העכער די הייוועי. זעהט מען אז אלעס פון דעמאלטס קוקט שוין היינטצוטאגס אויס אנדערש. ספינקא ביהמ"ד זעהט מען דארט. די סטארס. און אלעס און די גאנצע פלאץ דארט איז שוין אנדערש. חוץ! איין זאך די אמן באס....!"די זעלבע באס פון פיפציג יאר צוריק"
אבער באמת דארף מען נישט צוקומען צו א פיקטשער צו וויסן אז דעסיז זוי אלט. מפילט עס אויף'ן באס אפילו משטייט ביי א רויט לייט! שוין, זאל בקרוב זיין גיטע באסעס, אמן,
אוועטאר
יעך פארשטיי
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 9:19 am
לאקאציע: אין הימעל

Re: מיין רייזע אויפן וומסב"ג- ב"פ באס (די 'אמן באס')... חלק ג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעך פארשטיי »

משה כהן האט געשריבן:
מיין רייזע אויפן וומסב"ג- ב"פ באס (די 'אמן באס')... ח"ג

איך שטיי אויפן באס, אינגאנצן פארלוירן, אובד עצות, מאין יבוא עזרי? איך גיי דא שטיין א גאנצן וועג אויף דעם דאמפסטע"ר מיט רעדלעך??...

דער משולח מיט וועם איך האב נישט לאנג צוריג געבויעט קשר, ער האט זיך ערגעץ מסדר געווען א מקום, זעהט אויס אז נאך איינער האט אים דערקענט און ער האט זיך דערוויסט איבער זיין ענג'ן מצב אין שטוב מיט זיינע ח"י ילדים, און האט אים מכבד געווען מיט א זיץ, נישט אויף די שטיגן פון די באס ממש, נאר א זיץ געהעריג ביי די עזרת גברים. מיינע בליקן זענען געוואנדן צום משולח, און ער געבט מיר א וואונק מיט זיין אהבת רעים אז איך זאל מיך דערנענטערן צו אים, ער פרעגט מיר: מדוע אתה עומד ככה?! אה?? הערט איר א מעשה ער פרעגט מיר צו וואס איך שטיי?.... – אין לי מקום לשבת פה, ענטפער איך אים, געמיינט האב איך אז ער פארשטייט א עסק, און אז ער זעהט א אויטובוס פיל מיט זעקלאך און פעקלעך און מענטשלאך, וועט ער אליינס פארשטיין אז איך האב מיר נישט געטראפן א ארט ווי זיך צו סארטירן... שוין... זעהט אויס אז אפילו די בני ארץ ישראל, נאר ווען זיי געפינען זיך אין זייער לאנד איז גילטיג דער "אווירא דארץ ישראל מחכים", אבער ווי נאר ער טרעט ארויס מיט איין פינגער פון די פיס חוץ מגבולות ארץ ישראל, ווערט אלעס אנטרינען פון אים, און עס איז נישט פארהאן נישט קיין אווירא, נישט קיין א"י, און נישט קיין מחכים... וד"ל.

ער פארשטייט אבער נישט וואס מיין פראבלעם איז: חביבי! -ווענדט ער זיך צו מיר מיט א געשמאק- אתה צדיק! יש לך מקום פה, לידי, אתה יכול לשבת פה!!! דער משולח האט מיר "געאאפערט" א זיץ נעבן אים... נישט האבנדיג קיין ברירות צוויי, ליבערשט ווי שטיין א גאנצן וועג, האב איך מיר א זעץ געטאן אויף די פלאסטישע זיצן וואס מען שטעלט צו פאר די אמנים מיטרייזנדע... אהא... זארגן אז יענער זאל ענטפערן אמן, ברוך הוא וברוך שמו, ביי ברכת השחר, שווענדעט ער אויס טויזנטער דאללארן, אלעס כדי מזכה צו זיין א צווייטן מיט 'אמנים', אבער דאס אז זיינע פאסאדזשירן זאלן קענען כאטשיג זיצן, כאטשיג האבן א פאר אינטשעס ווי זיך מסדר צו זיין דאס נישט! בשום פנים ואופן!...

הגם, איך פערזענליך בין מורא'דיג מכיר און משולחים און אין זייער חשיבות, ערליכקייט, פרישות און צדקות, און איך שעץ זיי זייער שטארק, נישט אזוי ווי פיל אמעריקאנע, מיט דעם אלעם זיצנדיג נעבן אים פאר געציילטע סעקונדען, איז מיר געווען זייער אומאנגענעם, איך האב אים א פרעג געטוהן (איך האב געוואלט...)" חביבי! אתה צדיק! תגיד לי, ממילא בארץ ישראל אין מקלחת זה בסדר... אבל גם בחוץ לארץ אין מקלחת???????????? (= פרייע איבערזעצונג: ממילא אין ארץ ישראל זענען נישט פארהאן קיין שויער'ס דאס גייט שוין מיט, אבער אין אמעריקע איז נישטא??....) מה זה שאתם פה באמעריקא ואתם מסריחחחחחחחחחחחחחחחים?????..... וואס איז דאס, די מינימאלסטע געברויכן אויך נישט?!?! אבער, איך בין א סבלן, איך האב מיר צוריקגעהאלטן, און אויף דעם ווערט געזאגט "כשם שקיבלת שכר על הדרישה כך קבלת שכר על הפרישה...

נישט אומזיסט שעץ איך די משולחים, איך ווייס אז ווען זיי האבן א פרייע מינוט, וועלן זיי זיך אדער זעצן לערנען (ללמוד), אדער וועלן זיי זאגן א גוט ווארט פאר א צווייטן (ללמד), אדער וועלן זיי גיין נאך געלט פאר די ח"י ילדים זייערע...

איך זיץ אויף מיין מקום מיט וואס דער משולח האט מיר מכבד געווען, איך שפיר אז איך זיץ אפאר סענטימעטער העכער די ערד פלאך פונעם שאסיי, אלעס קריצט און גרידערט, דער פלאכער וואקעלדיגער באס, געבט צו שפירן פאר אלע מיטרייזנדע... איך שפיר עס איז כלו כל הקיצין, איך האב פשוט געוואלט אראפגיין פון באס. איך זיץ און טראכט איבער אראפגיין, און אט פאסירט א השגחה פרטית... דער באס קומט צו האסטיגן אפשטעל... שוין, ממש השגחה פרטית! איך האב נאר געקלערט אראפצוגיין, און שוין שטעלט זיך דער באס אפ... איך שטעל מיך אויף, איך וויל אויספירן מיינע מחשבות מן הכח אל הפועל... איך גיי צו פארנט, דארט ווי די מטבעות ליגן אנגעהויפנט... געמיינט האב איך אז דער באס נעמט ארויף נאך פאסאדזשירן, און די טירן זענען אפן, און איך וועל מיר קענען ארויסשלייכן... אבער ניין! דאס איז פשוט געווען א צייטווייליגע אפשטעל מחמת איזה סיבות, אפשר דאס מיינט א שאר"ט סטא"פ? קלער איך צו מיר...

שוין, אז מען קען נישט אראפגיין איז נישט, מען וועט מוזן צו ווארטן ביז מען וועט אנקומען צום דעסטינאציע, איך האף אז מען וועט נישט אנקומען צום "פיינעל דעיסטנעישן (בלע"ז)" ווי יענקל מיללער רופט עס -צום בית החיים-...

איך דריי מיר צוריק, נעמליך איך גיי מיך צוריק זעצן נעבן החבר שלי... מיין ידיד פון ארץ ישראל... דער באס האט זיך געהאלטן אונאיין הויבן און נידערן, מיר זענען געווען די קרבנות עולה ויורד, קיין איין רגע פארט ער נישט געמיטליך מיט א בא'טעמ'קייט. פלוצלינג.... עס זעצט, קלינגט, עס קנאקט עס האמערט....... דער גאנצער הויפן מטבעות האט איבערגערינען.... עס האבן גערינען מטבעות..... עס האבן גערינען מטבעות פון כולל אינגעלייט, משולחים, עלנדע פרויען... כוהן הפודה'ס... ניישלאס רעשט (טשעינדז"ש)... ווער ווייסט דען וויפיל די שקלים (קוואדער'ס) האבן שוין מיטגעמאכט ביז אהער?... דער עולם שטעלט זיך צוביסלעך אויף פון זיצן... מען גייט נתעשר ווערן... איך קלער צו מיר: " פיין איז די אמן באס מזכה די מיטרייזנדע" (איז נישט געשטאנען אויף די דרויסנדע ווענט פונעם באס, אז עניית אמן איז מסוגל לעשירות?!?!?!.....).

נאך דעם וואס דער כינעזער מנהיג און שאפער האט געשריגן "פאנג פאנג פאנג, קאנג.. חאנק קאנג".. איז קלאר געווארן אז ווער עס גייט זיך וואגן צו נעמען איין מטבע איז אחת דתו, האבן זיך די וואס האבן געהאט זיצן צוריק געזעצט אויף די ערטער, און מען זעצט פאר מיט'ן רייזע...

נאך עטליכע מינוט פארן, שטלעט זיך אויף א עלעטערע איד, מיט זעקל אין די הענט, און ציהט ארויס תורה בלעטלעך און אלטע צייטונגען און טיילט פאר די מיטרייזנדע... לויט ווי איך האב באמערקט האט ער "געאאפער"ט" פאר די רייזנדע פארשידענע בלעטעלאך און דזשורנאלן, א שטייגער ווי בעלייכטונגען, דער אידישע פלאם, דאס אידיש ליכט, מיט נאך אלטע צוריסענע בלעטלען פון בידערמאן'ס תורות, המספיק גאזעט, מיט כל מיני בלעטעלאך... איך האב נישט גענומען גארנישט פון דעם מזכה את הרבים, שונא מתנות יחיה, איך האב נאך געוואלט איבערלעבן דעם נסיעה... און ווי אויך פארמאג איך האב דאך מיין משולח, דער משפיע לייוו...
פארזעצונג קומט אי"ה
נו????? המשך????
אַכָּבֵּ"י
הַנְּתוּנִים בַּצָּרָה וּבַשִּׁבְיָה הָעוֹמְדִים בֵּין בַּיָּם וּבֵין בַּיַּבָּשָׁה הַמָּקוֹם יְרַחֵם עֲלֵיהֶם וְיוֹצִיאֵם מִצָּרָה לִרְוָחָה וּמֵאֲפֵלָה לְאוֹרָה וּמִשִּׁעְבּוּד לִגְאֻלָּה הָשָׁתָא בַּעֲגָלָא וּבִזְמַן קָרִיב וְנֹ"א
מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

Re: מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

אין דיע גאנצע שמועס וועגען די באס האט די כהן הפודה נאכנישט גענדיגט זיין שיעור!
אוועטאר
איך בין זייער סיריעס
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:51 pm

Re: מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך בין זייער סיריעס »

נאכן ווארטן ''פינעף און דרייסיג'' מינוט אין די יאמערליכע רעגן שטורעמעס, באווייזט זיך דער אומפארשעמטע אמן אויטאבוס מיט איר אייגנארטיגער חן.
הערשט נאכן איינצאלן דעם נישטיגן פינעווער באנקנאט, האב איך איינגעזעהן אז איך האב אייגנטליך נישט קיין געלעגנהייט צו שטעלן נאך אן איינציגער טריט אויף פאראויס, ווייל דער גאנצער באס איז עפעס אזוי אויסטערליש אנגעשטויסן אזש מיין שטיי ארט ביים יעצטיגן רייזע איז טאקע קאנצעטרירט הארט נעבן טויער, זיך ווילד אנקלאפנדיג אין מיינע צונויפגעפרעסטע שכנים, בשעת א שטורמישע וואסער שטראם הילט איין דעם באס - א דירעקטער רעזולטאט פון די דורכגעווייקטע שירעמען און מעיל'ן לאור די שטורמישע רעגענס אינדרויסן.
אלע הויכע אייזנס וואס קומען אראפ פון דאך זענען פעסט אינוואדירט דורך צענדליגע פאר האנט פלאכן, און ווען דער באס דרייט זיך רעכטס - ווערן אלע נאכגעשלעפט מיט אומפארגעברייטע קראפט אויף רעכטס, און ווען דער כינעזער דרייווער באשליסט צו בייטן צום לינקען ליניע - ווערן אלע אהינגעשטיפט, וחוזר חלילה - לפי מצב רוחו פונעם אויבנדערמאנטער באס פירער וואס אחוץ פרעפלען אויפן טעלפאון אויף זעלטן הויכע טענער, און קארעקט מאכן אומריכטיג אריינגעלייגטע פינעווערס אין זיין געלט מאשינקע, טוט אים קיין כי הוא זה נישט באדערן אזא אומדערטרעגליכע אוממענטשליכע אויפפירונג כלפי אידן יראים ושלימים וועלכע לעכצן בסך הכל אנצוקומען פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק מיט א אנגענעמע רואיגע רייזע.
ווי קאמיש עס הערט זיך, פלאטערן גיגאנטישע ''סעיוו מאמאנעדיעס'' שילדן אויפן דרויסנדן טייל פונעם באס, בשעת אסאך מער אינטערשריפטן און פיל מאכטפולער וואלט געוועזן א ''סעיוו אמן-באס'' מעגא קאמפיין.

קרעדיט:
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

;l;p- גוט…
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
בערענשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 28, 2021 4:27 pm

Re: מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערענשטיין »

בבקשה האט געשריבן:
משלנו האט געשריבן:
אלטע מלמד האט געשריבן:
yid האט געשריבן:
אלטע מלמד האט געשריבן:
איך וויל מער אין געגנט
די לעבן גייט נישט וויאזוי מוויל
געהערט אז עס איז דא א וועג מיט די טרעין אנצוקומען מער אין צענטער פין ב''פ איך פרעג נאר ווי אזוי
ס'דא וועסט אבער אויך דארפן טרענספרע'ן. אפשר דורך מנהעטן קענסט קוקען אויף גוגול מעפס
קענסט נעמען די JZM צו די BDFM
https://www.google.com/maps/dir/Satmar+ ... 877600!3e3
אוועטאר
ארשיווער ראש הקהל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 05, 2022 7:25 pm

Re: מיין רייזע מיט'ן וומסב"ג-ב"פ באס (די אמן באס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארשיווער ראש הקהל »

כ'שפאציר מיר היינט אזוי אראפ ליע עוועניו, ווען מיינע אויגן פאלן אויף די שרייענדיגע ווערטער פון די בארא פארק באס: "האט איר געהאט א שלעכטע עקספיריענס?"
"האט איינער פון אייער משפחה געהאט א שלעכטע עקספיריענס?"
זיך ציילנדיג צווישן די וואס האבן נישט געהאט די בעסטע עקספיריענס, האב איך תיכף אפירגעזוכט א פעדער צו פארצייכענען די נומער אריינצוגעבן א קאמפלעינט,
קוקנדיג נענטער זעה איך אז די רעדע איז בכלל נישט בנוגע די בארא פארק באס, נאר זאגאר בנוגע עפעס א שפיטאל אין בארא פארק וויל איך וויסן וואו מען באקומט די נומער צו קאמפלעינען אויפן בארא פארק באס, אפשר אויף די וואנט פון מיימאנעדיס...?
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”