אינטערנעט א פאקט. איז דא א לעזונג דערצו?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7079
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

אינטערנעט א פאקט. איז דא א לעזונג דערצו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

לאמיר אבער קודם צוריקגיין עטליכע הונדערט יאהר און צוביסלעך שפאנען צו די אויבענדערמאנטע מגיפה.
דאס ערשטע זאך וואס קומט מיר ארויף אין געדאנק איז מיט וואס מיר זיינען אויפגעוואקסען אז "חדש אסור מן התורה", וואס אין דעם איז אלעס וואס בשם ניי יקרא איז געווען אפגעפרעגט. אבער געוויסע זאכן זיינען געווארען א טייל פון דעם טעגליכען לעבן און עס איז שוין פארבליבן אז דאס איז נישט ממש ניי, נאר א פארבעסערטע ווערסיע פון די ישן, אדער ישן נושן.
העמיר אויפברענגן עטליכע ביישפילען דערצו. דער קאר, דאס איז א נייע זאך לויט אלעמען, אבער יעדער באנוצט זיך דערמיט. ווייל א שטייגער, עס איז נישט ממש ניי, נאר א פארבעסעטע ווערסיע פון דעם פערד און וואגען.
א עראפלאן איז נאך עלטער, אלס דער מגדל הפורח באוויר פון שלמה המלך. אפשר איז דאס ליבערשט דעם צעפעלין, אבער פארט א דערהער פון דעם.
טעלעגראם איז געווען א נייע ערפינדונג, וואס דאס וואלט געקאנט זיין די גע'אסר'טע זאך, אבער דער טעלעפאן איז שוין געווען א נייע ווערסיע פון א אזויגערופענע אלטע זאך.
עלעקטרי און פלאמבינג אין א הויז איז זיכער א נייע זאך. אבער יעדער בלי יוצא מן הכלל האט דאס היינט.
און נאך פילע זאכען אשר אי אפשר לפורטם.

שטעלט זיך די פראגע אזוי. די אלע אויבענדערמאנטע זאכען זיינען געווען גאר מסוכן ווען מען האט עס אויסגעטראפען, און געברענגט פילע אומגליקן אנפאנג און נאך עד היום. אבער מען האט אויסגעלערנט די מענטשהייט וויאזוי זיך צו באגיין דערמיט אין א סעיף וועג.
צו ברויך מען אויסלערנען דעם עולם וויאזוי זיך צו בעגיין מיט די אינטערנעט (וואס ליידער פילע האבען, און לכל הדיעות, רבים חללים הפילה) אויף א מער זיכערן וועג, אזוי ווי מען לערנט אויס קינדער נישט צו רירן א אפענע עלעקטרי, מיט גאז אויפן שפאר, אדער די אינגע וואס לערנען זיך טרייבן אן אויטא. אדער זיך פערשטעקן אין זאמד, אז מכלומרשט קיינער האט עס נישט, און ווארענען מיט קאנסקעווענצן וועם מען וועט געוואויר ווערן אז ער האט עס און מען וועט זיי כאפען דערמיט?...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס א חילוק »

דער חילוק פון אינטערנעט און די אלע זאכן וואס די האסט געברענגט איז, אז די אלע זאכן איז קיינמאל נישט געאסרט געווארן דורך רבנים, משא"כ אינטערנעט..

די אלע זאכן קאר,טעלעגראם, פלאמינג, וכו' האבן נישט אראפגעפירט צענדליגע אידישע נפשות פון וועג..

אינטערנעט איז א פאקט, כלל ישראל איז א שטערקערע פאקט..

איז דא א כלל ישראל - וועט זיין א וועלט.. איז נישטא קיין כלל ישראל - וועט נישט זיין קיין וועלט..

איינער פון די אפיקורסים אין אומן האט אמאל געזאגט פאר דער הייליגער ר' נתן אז זיי (די משכילים) האבן אן אויסגערעכנטע וועג ווי אזוי צו מאכן אז גאנץ כלל ישראל זאל ווערן פארכאפט אין זייערע געדאנקען ח"ו. האט ר' נתן געשריגן "אויב וועט אייך עס געלונגען, וועט דער וועלט חרוב גיין, ווייל דער וועלט איז נאר באשאפן פאר כלל ישראל - און אויב איז נישטא קיין כלל ישראל - איז נישטא קיין וועלט"..

פאר די צווייטע וועלט מלחמה איז געווען כמעט אין יעדע שטוב אן אפגעפארען קינד.. דער אייבישטער האט עס אבער געסטאפט..

מיינט נישט אז עס גייט קומען נאך א וועלט מלחמה, אבער דאס איז קלאר.. כלל ישראל - וועלט..
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
תחשוב טוב
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 09, 2014 11:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תחשוב טוב »

צו געזונט האט געשריבן:לאמיר אבער קודם צוריקגיין עטליכע הונדערט יאהר און צוביסלעך שפאנען צו די אויבענדערמאנטע מגיפה.
דאס ערשטע זאך וואס קומט מיר ארויף אין געדאנק איז מיט וואס מיר זיינען אויפגעוואקסען אז "חדש אסור מן התורה", וואס אין דעם איז אלעס וואס בשם ניי יקרא איז געווען אפגעפרעגט. אבער געוויסע זאכן זיינען געווארען א טייל פון דעם טעגליכען לעבן און עס איז שוין פארבליבן אז דאס איז נישט ממש ניי, נאר א פארבעסערטע ווערסיע פון די ישן, אדער ישן נושן.
העמיר אויפברענגן עטליכע ביישפילען דערצו. דער קאר, דאס איז א נייע זאך לויט אלעמען, אבער יעדער באנוצט זיך דערמיט. ווייל א שטייגער, עס איז נישט ממש ניי, נאר א פארבעסעטע ווערסיע פון דעם פערד און וואגען.
א עראפלאן איז נאך עלטער, אלס דער מגדל הפורח באוויר פון שלמה המלך. אפשר איז דאס ליבערשט דעם צעפעלין, אבער פארט א דערהער פון דעם.
טעלעגראם איז געווען א נייע ערפינדונג, וואס דאס וואלט געקאנט זיין די גע'אסר'טע זאך, אבער דער טעלעפאן איז שוין געווען א נייע ווערסיע פון א אזויגערופענע אלטע זאך.
עלעקטרי און פלאמבינג אין א הויז איז זיכער א נייע זאך. אבער יעדער בלי יוצא מן הכלל האט דאס היינט.
און נאך פילע זאכען אשר אי אפשר לפורטם.

שטעלט זיך די פראגע אזוי. די אלע אויבענדערמאנטע זאכען זיינען געווען גאר מסוכן ווען מען האט עס אויסגעטראפען, און געברענגט פילע אומגליקן אנפאנג און נאך עד היום. אבער מען האט אויסגעלערנט די מענטשהייט וויאזוי זיך צו באגיין דערמיט אין א סעיף וועג.
צו ברויך מען אויסלערנען דעם עולם וויאזוי זיך צו בעגיין מיט די אינטערנעט (וואס ליידער פילע האבען, און לכל הדיעות, רבים חללים הפילה) אויף א מער זיכערן וועג, אזוי ווי מען לערנט אויס קינדער נישט צו רירן א אפענע עלעקטרי, מיט גאז אויפן שפאר, אדער די אינגע וואס לערנען זיך טרייבן אן אויטא. אדער זיך פערשטעקן אין זאמד, אז מכלומרשט קיינער האט עס נישט, און ווארענען מיט קאנסקעווענצן וועם מען וועט געוואויר ווערן אז ער האט עס און מען וועט זיי כאפען דערמיט?...

סאיז א פאקט אין גייט ווערען שטערקער אין שטערקער וואס יעדער גייט מיזען ציקימען דערצו במילא דארף מען אויסלערנען דעם עולם וויאזוי זיך צו בעגיין מיט די אינטערנעט
אוועטאר
Horizontal
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
לאקאציע: אין די ברייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Horizontal »

אינטרנט (מיט א פילטער) איז נישט גע'אסר'ט געווארן דורך רבנים
און יא, לדעתי דארף מען לערנען די קינדער וויאזוי זיך צו באנוצן דערמיט אויף א אפגעהיטענע וועג
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט
אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס א חילוק »

Horizontal האט געשריבן:אינטרנט (מיט א פילטער) איז נאכנישט גע'אסר'ט געווארן דורך רבנים
און יא, לדעתי דארף מען לערנען די קינדער וויאזוי זיך צו באנוצן דערמיט אויף א אפגעהיטענע וועג

א קאר איז קיינמאל גאסערט געווארן אפילו אן א פילטער

און א פלעינע טעלעפאון אויך נישט און פלאמינג אויך נישט און א טעלעגראם אויך נישט.. און דאס איז דער חילוק..
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
תחשוב טוב
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 09, 2014 11:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תחשוב טוב »

וואס א חילוק האט געשריבן:
Horizontal האט געשריבן:אינטרנט (מיט א פילטער) איז נאכנישט גע'אסר'ט געווארן דורך רבנים
און יא, לדעתי דארף מען לערנען די קינדער וויאזוי זיך צו באנוצן דערמיט אויף א אפגעהיטענע וועג

א קאר איז קיינמאל גאסערט געווארן אפילו אן א פילטער

און א פלעינע טעלעפאון אויך נישט און פלאמינג אויך נישט און א טעלעגראם אויך נישט.. און דאס איז דער חילוק..

די פראגע איז נישט געווען צי מען האט עס געאסרט צי נישט, די פראגעמאיז אז למשל א קאר איז בימים ההם געווען פונקטמאזוי מסוכן ווי דער אינטערנעט פראצענטאל, מיטמא קאר קען מען אנקימען ווי מען וויל אין וכו וכו וכו, אוודאי איז איטערנעט א שנעלערע מיכשול, אבער די פאקט א קאר דארף מין לייסענס איטער 18 יאר טאר מין נישט דרייווין אין נאך דיגמאות, אין א אינטערנעט אויך דעיס גייט יעדער מיזען האבן אינדערהיים ווי סעקוקט יעצט אןיס, דעיס אז רבנים וועלען אסרן אויך מיט א פילטער מיינט נאך נישט אז סגייט נישט זיין סמיינט אפשר נאר אז די חוכא וטלילא עט זיין ליידער גרעסער, א בעל אחריותדיגער דארף טראכטען אין פעיסען ריאלעטי בפאר מעט אסרט, מילא לדעתי דארך מען אויסלערנען אין האמערען אין נאכאמאל האמערען אז מעדארף האבן א יודישע פיחטער אין שטיין על המשמר אין אויסלערנין ווזוי מעניצט עס אין נישט דענייען די גאנצע זך אין גיבען א אסר אפ אין זאגען ממוז האבן 2 פאןנס ווייל דאס גייט נישט ארבעטען אין די בזיונות פארן דערעכפאל עט זיין זייער גרויס , כנלע"ד
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7079
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

דאס איז באמת נאר בדרך בדיחותא...
איך קאן מיך פארשטעלן אז דאן איז נאכנישט געווען די איסור אויף קארס, ווייל עס זיינען אפשר נישט געווען די סארט ארבעטסלאזע אינגעלייטלעך וואס האבען געקלערט אז זיי וועלן ארויסקומען מיט אן איסור דערויף, און נאר ווער עס צאלט זיי איין א יערליכען סכום מעג דרייווען...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2824
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

איידער מען גייט זוכן א לעזונג וויל איך קודם פארשטיין די קעפל, ׳אינטערנעט, איז דא לעזונג דערצו?׳

איז דא א לעזונג צו וואס? צו אינטערנעט? אדער צו אינגעלייט וואס זוכן שמוץ אויפן אינטערנעט? אפשר אויף די אינגעלייט וואס שווימען ארום אין נישט גוטע ערטער? אפשר אויף די נארישקייט וואס טוט זיך אויף די אינטערנעט?

דער עולם גולם (ח״ו קיינער איז נישטא קיין גולם, סנאר אן אויסדרוק) טרומפירט איבער דעם פראבלעם אינטערנעט, אבער עס איז ווי מען זאגט: קארס פליען אויפן הייוועי איז דא לעזונג דערצו? די פראבלעם איז נישט די קארס וואס פליען די פראבלעם וואס ׳מיר מענטשן׳ האבן איז אויב מיר באשליסן אריינצןשפאצירן אויפן שאסיי.

דעריבער זאל דער עולם אריינקומען און זאגן זייער מיינונג איבי וועלכע פראבלעם ׳מיר׳ האבן מיט די אינטערנעט, נישט וואס דער אינטערנעטס פראבלעם איז, ווייל דער אינטערנעט איז נישט אין א סכנה נאר מיר זענען אין א סכנה (אויב מיר ווייסן נישט וויאזוי זיך אומצוגיין דערמיט)
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2824
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

לדעתי איז דאס איינע פון די שטערקסטע אפהאלטן פון אונזער היימישע עולם פון זיך באגיין ריכטיג צו די אינטערנעט. די מציאות אז מען האט גענומען די אינטערנעט און דאס באקרוינט אלס פראבלעם, אנשטאט מודה זיין אז ׳מיר׳ זענען דעם פראבלעם, ׳מיר׳ דארפן ארבעטן אויף שמירת עניים, ׳מיר׳ דארפן ארבעטן אויף זיין ערליכע אידן, ׳מיר׳ דארפן זיך אויסלערנען ווי צו זיך ספראווענען מיט נסיונות, אנשטאט דעם האט מען געטראפן א גרינגע (אבער צום א ביטערע שווערע) וועג ארויס, נעמליך, די אינטערנעט איז די פראבלעם! וואס ווען ווי? איך ווייס נישט, די אינטערנעט איז די פראבלעם, ׳דאס׳ רייסט שטיקער ל״ע.

יא, דאס איז דער פועל יוצא, דער מכה בפטיש, דער היכי תמצא פון דער היינטיגער דור וויאזוי מען פארט ליידער אפ פון אידישען וועג רח״ל, אבער דאס איז נישט דער אנפאנג פונעם פראבלעם, והאי לך ראיה (מאנכע וועלן דאס נישט וועלן הערן) אין אייראפע פארן קריג איז געווען מער אפגעפרענע, פארדארבענע בעלי עבירות ווי היינט, און אלעס אנע אינטערנעט!!! וויאזוי קען זיין?

איך לאז אייך אליין ענדיגן דעם שורה
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2541
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

שוין געווען אמאל אזא שמועס, מיט א אנדערע קנייטש.

viewtopic.php?t=34706
#בשיטה נישט
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3635
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

ממש אזוי האט געשריבן:לדעתי איז דאס איינע פון די שטערקסטע אפהאלטן פון אונזער היימישע עולם פון זיך באגיין ריכטיג צו די אינטערנעט. די מציאות אז מען האט גענומען די אינטערנעט און דאס באקרוינט אלס פראבלעם, אנשטאט מודה זיין אז ׳מיר׳ זענען דעם פראבלעם, ׳מיר׳ דארפן ארבעטן אויף שמירת עניים, ׳מיר׳ דארפן ארבעטן אויף זיין ערליכע אידן, ׳מיר׳ דארפן זיך אויסלערנען ווי צו זיך ספראווענען מיט נסיונות, אנשטאט דעם האט מען געטראפן א גרינגע (אבער צום א ביטערע שווערע) וועג ארויס, נעמליך, די אינטערנעט איז די פראבלעם! וואס ווען ווי? איך ווייס נישט, די אינטערנעט איז די פראבלעם, ׳דאס׳ רייסט שטיקער ל״ע.

יא, דאס איז דער פועל יוצא, דער מכה בפטיש, דער היכי תמצא פון דער היינטיגער דור וויאזוי מען פארט ליידער אפ פון אידישען וועג רח״ל, אבער דאס איז נישט דער אנפאנג פונעם פראבלעם, והאי לך ראיה (מאנכע וועלן דאס נישט וועלן הערן) אין אייראפע פארן קריג איז געווען מער אפגעפרענע, פארדארבענע בעלי עבירות ווי היינט, און אלעס אנע אינטערנעט!!! וויאזוי קען זיין?

איך לאז אייך אליין ענדיגן דעם שורה
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
לייבעלע הירש
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבעלע הירש »

לעזונג.
יעדער קען האבן אינטערנעט וויפיל מען וויל... אבער בתנאי אז ער איז קאנעקטעט מיט א נעטווארק ווי פאלגענד.
יעדע סמעדרעש זאל האבן א גרויסע ריזיגע קאמפיוטער ציגעטשעפעט צי א קלינגעדיגע אלארם סיסטעם, אלע חברי קהילה וועלן מיזן זיין אריינגעסיינט אינעם פראגראם.
יעדעס מאל ער באזוכט אין פלעצער שלא כהוגן וועט זיך דער סיסטעם ציפייפן..
א שטייגער ווי 20 יאר צירוק ווען ער איז אריין אין א שמיציג פלאץ אין מאנהעטען אין פונקט פארט אדוירך א מאנרא באס
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8744
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

לייבעלע הירש האט געשריבן:לעזונג.
יעדער קען האבן אינטערנעט וויפיל מען וויל... אבער בתנאי אז ער איז קאנעקטעט מיט א נעטווארק ווי פאלגענד.
יעדע סמעדרעש זאל האבן א גרויסע ריזיגע קאמפיוטער ציגעטשעפעט צי א קלינגעדיגע אלארם סיסטעם, אלע חברי קהילה וועלן מיזן זיין אריינגעסיינט אינעם פראגראם.
יעדעס מאל ער באזוכט אין פלעצער שלא כהוגן וועט זיך דער סיסטעם ציפייפן..
א שטייגער ווי 20 יאר צירוק ווען ער איז אריין אין א שמיציג פלאץ אין מאנהעטען אין פונקט פארט אדוירך א מאנרא באס

דאס קאן זיין א קלא דלא פסיק..........
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2824
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

לייבעלע הירש האט געשריבן:לעזונג.
יעדער קען האבן אינטערנעט וויפיל מען וויל... אבער בתנאי אז ער איז קאנעקטעט מיט א נעטווארק ווי פאלגענד.
יעדע סמעדרעש זאל האבן א גרויסע ריזיגע קאמפיוטער ציגעטשעפעט צי א קלינגעדיגע אלארם סיסטעם, אלע חברי קהילה וועלן מיזן זיין אריינגעסיינט אינעם פראגראם.
יעדעס מאל ער באזוכט אין פלעצער שלא כהוגן וועט זיך דער סיסטעם ציפייפן..
א שטייגער ווי 20 יאר צירוק ווען ער איז אריין אין א שמיציג פלאץ אין מאנהעטען אין פונקט פארט אדוירך א מאנרא באס

לייבעלע, א לעזונג צו וואס?
לייבעלע הירש
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבעלע הירש »

ממש אזוי האט געשריבן:

פארשטיי אז אינז אידן זענען א עם קדוש, קיינער ווערט ח"ו נישט נחשד אז ער איז עובר אויף איסורים.
נאר וואזשע דען, אינז פארמאגן א ריזיגער יצה"ר וואס ליידער געשעט דוירכפעלער וואס פארדעם האט אינז השי"ת געגעבן א מתנה כי ימנך פשוטה לקבל שבים, די מציאות איז אז ווען דער יצה"ר איז זיך מתגבר איז אבער פארהאן א וועג אז דער מענטש איז זיך מתבונן אז דאס קען עם גורם זיין בושות... האלט ער זיך צירוק. פינטל
כמבואר בחז"ל

לייבעלע הירש האט געשריבן:

איך הער, סאו דו ווילסט זאגן א לעזונג צו א פראבלעם וואס מיר קענען האבן מיטן אינטערנעט, ווייל די אינטערנעט איז אין טאש, קיינער דארף נישט וויסן וואס דו טוסט, האסטו מער שאנסן נכשל צו ווערן ח''ו. גערעכט. אבער דער לייזונג קען מען מאכן בכלליות. א שיינע הילף צו עבודת השם ית'. געוואלדיג.

ביסט מסכים אז עס 'אונזער' פראבלעם און נישט די אינטערנעט? כדאיתא בחז''ל
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובה דורך ניס קראכער »

Horizontal האט געשריבן:אינטרנט (מיט א פילטער) איז נישט גע'אסר'ט געווארן דורך רבנים
און יא, לדעתי דארף מען לערנען די קינדער וויאזוי זיך צו באנוצן דערמיט אויף א אפגעהיטענע וועג

נו אפשר זאגסטו מיר ווי אוזי מען לערנט אויס
ווי אזוי זיך צו היטן?
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
לייבעלע הירש
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבעלע הירש »

ממש אזוי האט געשריבן:
לייבעלע הירש האט געשריבן:
ממש אזוי האט געשריבן:
לייבעלע הירש האט געשריבן:לעזונג.
יעדער קען האבן אינטערנעט וויפיל מען וויל... אבער בתנאי אז ער איז קאנעקטעט מיט א נעטווארק ווי פאלגענד.
יעדע סמעדרעש זאל האבן א גרויסע ריזיגע קאמפיוטער ציגעטשעפעט צי א קלינגעדיגע אלארם סיסטעם, אלע חברי קהילה וועלן מיזן זיין אריינגעסיינט אינעם פראגראם.
יעדעס מאל ער באזוכט אין פלעצער שלא כהוגן וועט זיך דער סיסטעם ציפייפן..
א שטייגער ווי 20 יאר צירוק ווען ער איז אריין אין א שמיציג פלאץ אין מאנהעטען אין פונקט פארט אדוירך א מאנרא באס

לייבעלע, א לעזונג צו וואס?

פארשטיי אז אינז אידן זענען א עם קדוש, קיינער ווערט ח"ו נישט נחשד אז ער איז עובר אויף איסורים.
נאר וואזשע דען, אינז פארמאגן א ריזיגער יצה"ר וואס ליידער געשעט דוירכפעלער וואס פארדעם האט אינז השי"ת געגעבן א מתנה כי ימנך פשוטה לקבל שבים, די מציאות איז אז ווען דער יצה"ר איז זיך מתגבר איז אבער פארהאן א וועג אז דער מענטש איז זיך מתבונן אז דאס קען עם גורם זיין בושות... האלט ער זיך צירוק. פינטל
כמבואר בחז"ל

איך הער, סאו דו ווילסט זאגן א לעזונג צו א פראבלעם וואס מיר קענען האבן מיטן אינטערנעט, ווייל די אינטערנעט איז אין טאש, קיינער דארף נישט וויסן וואס דו טוסט, האסטו מער שאנסן נכשל צו ווערן ח''ו. גערעכט. אבער דער לייזונג קען מען מאכן בכלליות. א שיינע הילף צו עבודת השם ית'. געוואלדיג.

ביסט מסכים אז עס 'אונזער' פראבלעם און נישט די אינטערנעט? כדאיתא בחז''ל

ריכטיג
אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס א חילוק »

אינטערעסאנט, פארוואס האבן די רבנים גע'אסרט רויטע (שרייענדיגע) קליידער? אינטערנעט אן א פילטער?

פארוואס לאזט מען נישט די אלע זאכן טון און דערנאך שרייען "מיר זענען די פראבלעם"..

פארוואס לאזט מען נישט האבן אפענע אינטערנעט אויב נאר "מיר" זענען די פראבלעם - און נישט דער אינטערנעט..

פארוואס האט מען גע'אסרט טעלעווישן אויב נאר "מיר" זענען די פראבלעם?!
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

וואס א חילוק האט געשריבן:אינטערעסאנט, פארוואס האבן די רבנים גע'אסרט רויטע (שרייענדיגע) קליידער? אינטערנעט אן א פילטער?

פארוואס לאזט מען נישט די אלע זאכן טון און דערנאך שרייען "מיר זענען די פראבלעם"..

פארוואס לאזט מען נישט האבן אפענע אינטערנעט אויב נאר "מיר" זענען די פראבלעם - און נישט דער אינטערנעט..

פארוואס האט מען גע'אסרט טעלעווישן אויב נאר "מיר" זענען די פראבלעם?!

ארויסגעכאפט מיינע ווערטער פון מויל
הערטס אויף צו דרייען א קאפ אז מיר זענען די פראבלעם
אידן זענען א הייליג פאלק אין ווילן זיין ערליך
אבער מיט'ן אינטערנעט איז כמעט אוממעגליך פינטל.
אמאל איז טאקע אויך געווען אפגעפארענע וכו' וכו'
אבער אמאל ווען איינער האט אנגעהויבן צו גליטשן האט עס יעדער תיכף באמערקט
היינט ווען איינער גליטשט קען ער זיך נאך אליינס איינרעדן אז ער איז אקעי!!!

יעצט קומט צו גיין א לחש צורך פרנסה
וואס אויף דעם ברויך מען טרעפן א לעיזאנג
איז דא פילטערס פאר דעם צוועק
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
רשי הקטן
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2013 9:58 am

ענפער אויף די קשיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רשי הקטן »

די אינטערנעס איז גאר אנדערש ווי א קאר/געז רענטש וואס איז אויך א סכנה.

ווארום, ווי נאר מען מען איז מסביר א קינד אז אנרירין א געז רענטש וועט אים פארברענען, אדער אז דרייווען א קאר איז א סכנה אז מען ווייסט נישט וויאזוי, פארלירט ער די תאוה דערפון.

משא"כ ביי די אינטערנעט, מען קען רעדן פון די סכנה ביז מארגן, אבער די תאוה (איך רעד שוין נישט פון שמוץ) וועט זיך בכלל נשט אפקילן.

אוודיא ווען מיר זאלן ווען האבן א גאר שטארקע אמינה, אין ווען מיר וואלטן געווען אזאלעכע הייליגע אידן, אז ווען מען זאגט אינז אז "די אינטערנעט איז א סכנה," וואלן מיר עס געשפירט טיף אין די ביינער, אין מיר וואלטן געהאט א פראבלעם דערמוט גענוי ווי מיר האבן א פראבלעם מיט ווערן פארברענט" וואלט מען געקענט אויסלערנען וויאזוי זיך אימצוגיין דערמיט אויף א גוטן וועג. ליידער ווערן מיר נישט אפעקטירן פון די אנטערנעט סכנה אזוי ווי פארברענט ווערן.

עס איז דא איין עצה, מען דארף אריינברענגען אין מחנך זיין די קינדער מיט א שטערעקערע אמינה, אז וועט מיר וועלן נאר זאגן אז מען קען אריינפאלן מיט עבירות אויף די אינטערנעט זאל ער ציטערן דערפון ווי פון פייער.
איש פשוט אני
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 12, 2017 9:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש פשוט אני »

צו געזונט האט געשריבן:לאמיר אבער קודם צוריקגיין עטליכע הונדערט יאהר און צוביסלעך שפאנען צו די אויבענדערמאנטע מגיפה.
דאס ערשטע זאך וואס קומט מיר ארויף אין געדאנק איז מיט וואס מיר זיינען אויפגעוואקסען אז "חדש אסור מן התורה", וואס אין דעם איז אלעס וואס בשם ניי יקרא איז געווען אפגעפרעגט. אבער געוויסע זאכן זיינען געווארען א טייל פון דעם טעגליכען לעבן און עס איז שוין פארבליבן אז דאס איז נישט ממש ניי, נאר א פארבעסערטע ווערסיע פון די ישן, אדער ישן נושן.
העמיר אויפברענגן עטליכע ביישפילען דערצו. דער קאר, דאס איז א נייע זאך לויט אלעמען, אבער יעדער באנוצט זיך דערמיט. ווייל א שטייגער, עס איז נישט ממש ניי, נאר א פארבעסעטע ווערסיע פון דעם פערד און וואגען.
א עראפלאן איז נאך עלטער, אלס דער מגדל הפורח באוויר פון שלמה המלך. אפשר איז דאס ליבערשט דעם צעפעלין, אבער פארט א דערהער פון דעם.
טעלעגראם איז געווען א נייע ערפינדונג, וואס דאס וואלט געקאנט זיין די גע'אסר'טע זאך, אבער דער טעלעפאן איז שוין געווען א נייע ווערסיע פון א אזויגערופענע אלטע זאך.
עלעקטרי און פלאמבינג אין א הויז איז זיכער א נייע זאך. אבער יעדער בלי יוצא מן הכלל האט דאס היינט.
און נאך פילע זאכען אשר אי אפשר לפורטם.

שטעלט זיך די פראגע אזוי. די אלע אויבענדערמאנטע זאכען זיינען געווען גאר מסוכן ווען מען האט עס אויסגעטראפען, און געברענגט פילע אומגליקן אנפאנג און נאך עד היום. אבער מען האט אויסגעלערנט די מענטשהייט וויאזוי זיך צו באגיין דערמיט אין א סעיף וועג.
צו ברויך מען אויסלערנען דעם עולם וויאזוי זיך צו בעגיין מיט די אינטערנעט (וואס ליידער פילע האבען, און לכל הדיעות, רבים חללים הפילה) אויף א מער זיכערן וועג, אזוי ווי מען לערנט אויס קינדער נישט צו רירן א אפענע עלעקטרי, מיט גאז אויפן שפאר, אדער די אינגע וואס לערנען זיך טרייבן אן אויטא. אדער זיך פערשטעקן אין זאמד, אז מכלומרשט קיינער האט עס נישט, און ווארענען מיט קאנסקעווענצן וועם מען וועט געוואויר ווערן אז ער האט עס און מען וועט זיי כאפען דערמיט?...

עס איז באקאנט די מעשה מיט ר' יונתן אייפשיץ ווי נאר די מייז איז ארויס פון טאביק פישקעלע, זענען די קעצלעך ארויס פון זייער קאנטראל און איבער געלאזט די טעצער אויפן עולם, און פארגעסן פון אלע טרענירונגן וואס מען האט זיי פראגראמירט
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2824
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

ניס קראכער האט געשריבן:
וואס א חילוק האט געשריבן:אינטערעסאנט, פארוואס האבן די רבנים גע'אסרט רויטע (שרייענדיגע) קליידער? אינטערנעט אן א פילטער?

פארוואס לאזט מען נישט די אלע זאכן טון און דערנאך שרייען "מיר זענען די פראבלעם"..

פארוואס לאזט מען נישט האבן אפענע אינטערנעט אויב נאר "מיר" זענען די פראבלעם - און נישט דער אינטערנעט..

פארוואס האט מען גע'אסרט טעלעווישן אויב נאר "מיר" זענען די פראבלעם?!

ארויסגעכאפט מיינע ווערטער פון מויל
הערטס אויף צו דרייען א קאפ אז מיר זענען די פראבלעם
אידן זענען א הייליג פאלק אין ווילן זיין ערליך
אבער מיט'ן אינטערנעט איז כמעט אוממעגליך פינטל.
אמאל איז טאקע אויך געווען אפגעפארענע וכו' וכו'
אבער אמאל ווען איינער האט אנגעהויבן צו גליטשן האט עס יעדער תיכף באמערקט
היינט ווען איינער גליטשט קען ער זיך נאך אליינס איינרעדן אז ער איז אקעי!!!

יעצט קומט צו גיין א לחש צורך פרנסה
וואס אויף דעם ברויך מען טרעפן א לעיזאנג
איז דא פילטערס פאר דעם צוועק

וואס איך זאג איז אזוי: כי יצר האדם רע מנעוריו, א מענטש האט א נפש הבהמית, דער נפש הבהמית דרייעט אים א קאפ, און אין הכי נמי א איד בעצם עצמו איז א חלק אלוקי ממעל ממש כדמבואר בתניא פרק ב׳, דער רבוש״ע האט אונז דא אראפגעשיקט אויף די וועלט לעשות דירה בתחתונים, אן אריינגיין בפרטים בפשטות פשוט בוחר צו זיין אויף די גוטע זאך, און דערפאר האט ער געשטעלט פאר אונז נסיונות כדי צו מאכן שטארק דעם בחירה.

די אויבנדערמאנטע פראצעדור (מגושם׳דיג גערעדט) פון בחירה און נסיונות איז שוין פארהאן זינט בריאת העולם. נאר היות ווי די השתלשלות הדורות איז ווי א צוגרייטונג צו ביאת משיח דארפן אידן אדורכגיין צירוף אחר צירוף, און ווי מען זעט אז דור דור ודורשיו, יעדע דור האט זיך געפאדערט זיינע כלים פאסיג צו די דעמאלטס׳דיגע ניסיונות. אונזער דור איז געבענטשט מיט א דעמאקראטישע וועלט, די לעבן איז באקוועם, נישט דא קיין גזירות,

איינע פון די זאכן וואס מיר האבן אויך היינטיגע צייטן רופט זיך אינטערנעט. די אינטערנעט פארבינדט אונז שנעל צו מענטשן, ברענגט ביזנעס, און די מענטשהייט בענעפיטירט אינגרויסן דערפון.

יעצט, ס׳איז נישט דא קיין חסרונות אין די אינטערנעט? אוודאי יא! ווען מען עסט צופיל קאקאש קעיק ווערט מען פעשליך.. מיינט דאס אז קאקאש קעיק איז א שלעכטע זאך? קאקאש קעיק איז פראבלאמטיש? אדער אונז זעמיר פראבלאמאטיש דהיינו אז אונזער גוף איז נישט אויסגעשטעלט אויף צו קענען ארייננעמען אין זיך א ראל קאקאש קעיק?

דאס מיין איך צו זאגן. מיר זענען פראבלאמטיש מיינט נישט אז כלל ישראל איז נישט הייליג, ח״ו, ישראל קדושים הם, און טאקע וועגן דעם קענען מיר נישט סובל זיין געוויסע זאכן פון די אינטערנעט, מיר דארפן זיך האלטן הייליג ווייל מיר זענען הייליג, אבער דער אינערליכע קאנפליקט צווישן קדושה וטומאה, צווישן יצר טוב און יצר הרע איז אייביג געווען, עס איז ׳אונזער׳ מלחמה. דורכן זיין אזויפיל פאקעסירט אויפן ׳אינטערנעט פראבלעם׳ לייזט מען נישט אונזער פראבלעם, מיר בלייבן מיט די זעלבע יצר הרע און מיט די זעלבע מלחמה, מיט די זעלבע בחירה.

אוודאי דארף מען לייגן פילטערס און מען דארף זיך היטן ווי פון פייער נישט ארויפצוגיין אויף אומריינע סייטס, אבער אויב מען איז פארנומען מיטן סור מרע בלייבט מען אין די בלאטע, מען טוט נישט גארנישט איבער בערייכערען די אמונה פון אידישע קינדער, מען טוט נישט גארנישט צו העלפן מענטשן פארשטיין וויאזוי מען קען נוצן די אינטערנעט אויף וויפל דארף עס.

מען שפירט פארלוירן, מען ווייסט נישט פונקטליך וויאזוי זיך אומצוגיין דערמיט, ווייל זינט ששת ימי בראשית איז נישט געווען אזא סארט מציאות פון טעכנעלאגיע און מען קען נישט נוצן די אלטע פארשריפטן וויאזוי זיך צו ספראווענען מיט דעם מציאות, וואס טוט מען? אנשטאט זיך צו אריענטירן און זען אז ׳מיר׳ דארפן זיך בויען, וויל מען אוןעקשטופן די אינטערנעט ווייל עס איז די אינטערנעטס שולד. עס איז אונזער שולד אז מיר נעמען נישט גענונג קעיר פון אונזערע רוחניות׳דיגי געברויכן, מיר דארפן האבן מער שטאלץ אז מיר זענען אידן, מיר דארפן לערנען מער חסידות, מיר דארפן זיין מער בשמחה!

מיר דארפן ארבעטן אויף זיך! נישט אויף די אינטערנעט!
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

ניס קראכער האט געשריבן:אבער אמאל ווען איינער האט אנגעהויבן צו גליטשן האט עס יעדער תיכף באמערקט
היינט ווען איינער גליטשט קען ער זיך נאך אליינס איינרעדן אז ער איז אקעי!!!

דאס האב איך שוין געהערט נאך פאר אינטערנעט, מ'דארף נישט "אלעס" באשולדיגן אין די אינטערנעט...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

תחשוב טוב האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:לאמיר אבער קודם צוריקגיין עטליכע הונדערט יאהר און צוביסלעך שפאנען צו די אויבענדערמאנטע מגיפה.
דאס ערשטע זאך וואס קומט מיר ארויף אין געדאנק איז מיט וואס מיר זיינען אויפגעוואקסען אז "חדש אסור מן התורה", וואס אין דעם איז אלעס וואס בשם ניי יקרא איז געווען אפגעפרעגט. אבער געוויסע זאכן זיינען געווארען א טייל פון דעם טעגליכען לעבן און עס איז שוין פארבליבן אז דאס איז נישט ממש ניי, נאר א פארבעסערטע ווערסיע פון די ישן, אדער ישן נושן.
העמיר אויפברענגן עטליכע ביישפילען דערצו. דער קאר, דאס איז א נייע זאך לויט אלעמען, אבער יעדער באנוצט זיך דערמיט. ווייל א שטייגער, עס איז נישט ממש ניי, נאר א פארבעסעטע ווערסיע פון דעם פערד און וואגען.
א עראפלאן איז נאך עלטער, אלס דער מגדל הפורח באוויר פון שלמה המלך. אפשר איז דאס ליבערשט דעם צעפעלין, אבער פארט א דערהער פון דעם.
טעלעגראם איז געווען א נייע ערפינדונג, וואס דאס וואלט געקאנט זיין די גע'אסר'טע זאך, אבער דער טעלעפאן איז שוין געווען א נייע ווערסיע פון א אזויגערופענע אלטע זאך.
עלעקטרי און פלאמבינג אין א הויז איז זיכער א נייע זאך. אבער יעדער בלי יוצא מן הכלל האט דאס היינט.
און נאך פילע זאכען אשר אי אפשר לפורטם.

שטעלט זיך די פראגע אזוי. די אלע אויבענדערמאנטע זאכען זיינען געווען גאר מסוכן ווען מען האט עס אויסגעטראפען, און געברענגט פילע אומגליקן אנפאנג און נאך עד היום. אבער מען האט אויסגעלערנט די מענטשהייט וויאזוי זיך צו באגיין דערמיט אין א סעיף וועג.
צו ברויך מען אויסלערנען דעם עולם וויאזוי זיך צו בעגיין מיט די אינטערנעט (וואס ליידער פילע האבען, און לכל הדיעות, רבים חללים הפילה) אויף א מער זיכערן וועג, אזוי ווי מען לערנט אויס קינדער נישט צו רירן א אפענע עלעקטרי, מיט גאז אויפן שפאר, אדער די אינגע וואס לערנען זיך טרייבן אן אויטא. אדער זיך פערשטעקן אין זאמד, אז מכלומרשט קיינער האט עס נישט, און ווארענען מיט קאנסקעווענצן וועם מען וועט געוואויר ווערן אז ער האט עס און מען וועט זיי כאפען דערמיט?...

סאיז א פאקט אין גייט ווערען שטערקער אין שטערקער וואס יעדער גייט מיזען ציקימען דערצו במילא דארף מען אויסלערנען דעם עולם וויאזוי זיך צו בעגיין מיט די אינטערנעט

דאס איז דיין נביאות!!!
אבער דער אייבערשטער האט געזאגט אן אנדערע נביאות, אז נצח ישראל לא ישקר,
אין די היסטאריע פון כלל ישראל איז שוין געווען אסאך מאל וואס ווער ס'האט געטראכט פונעם 'פאקט' איז געווען זיכער אז דאס איז עס! ס'גייט נאר ווערן ערגער און ערגער און ס'נישטא קיין ישועה, צי נאך ביי די מתיונים וואס "%99" כלל ישראל איז געווען פארכאפט ביז דער באשעפער האט עס אפגעשטעלט דורך 'רבים ביד מעטים' און מעטים מיינט אמת'דיג מעטים... און אזוי איז געווען ביי די משכילים, רעפארמער, ביז די חילול שבת אין אמעריקע וואס 'יעדער' האט געשריגן 'זיי נישט קיין בת היענה... פארשטעקט נישט דיין אויגן מיט זאמד... ס'איז א פאקט! אין אמעריקע קען מען נישט אנגיין אנדערש...'
ביז "פלוצלינג" האט זיך עס אפגעשטעלט ווען קיינער האט זיך נישט גערישט פון וועלכע זייט ס'וועט נאך קומען די ישועה.

מיר האלטן היינט אט אט פאר משיח! און דער אייבערשטער קלויבט אויס מי ומי ההולכים, ווער איז באמת גרייט פאר מיר.
און דאס אז אזא גרויסע פראצענט כלל ישראל האט עס, מאכט טאקע שווערער דעם לעצטן פארהער! אבער מיטן פאלגן די דעת פון אונזערע רבנים וואס דער באשעפער האט אונז געגעבן גייען מיר דאס דורך שוויצן!
ס'קוקט אויס ווי מ'גייט איין טאג נישט קענען אן קיין סמארטפאן, אבער דער טאג גייט נישט אנקומען! ווייל נצח ישראל לא ישקר!

און יעצט קענען זיך אלע וואס שרייען 'פאקטן', ווייטער זיך פארשטעקן די פנים אין זאמד און שרייען ווייטער.
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”