ענדליך געבראכן טעלער!!!!!!!!!!!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

חסד שבמלכות
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 28, 2014 10:23 am

ענדליך געבראכן טעלער!!!!!!!!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד שבמלכות »

(באקומען לעצטענס אין אימעיל, איך האב עס נישט באגעגנט דא, האב איך געטראכט אפשר קען מען דא נהנה זיין דערפון)



משה מיט דוד זענען געווען צוויי גוטע חברים אין ישיבה, צוזאמען האט מען געלערנט, צוזאמען האט מען פארברענגט, צוזאמען האט מען געשטופט די צייט, און אז ווען ס'איז געווען א רעגנדיגן טאג האט מען זיך צוזאמען מחזק געווען, בקיצור צוויי נאנטע חברים וואס האבן צוזאמען דורכגעשפרייזט די בחור'ישע יארן מיטן גאנצן פעקעזש וואס ס'ברענגט מיט זיך מיט.

די יארן שטייען נישט, איין טאג איז משה א חתן געווארן מיט זיין באשערטן זיווג, און נאך א האלב יאר האט ער חתונה געהאט בשעטומ"צ, דוד איז געבליבן אליין אין ישיבה בחור'ן, ער האט געהאט שוועריגקייטן מיט שידוכים, און פון יעצט האט ער זיך אליין געספראוועט מיט זיינע טאג טעגליכע שוועריגקייטן, נישט האבנדיג פאר וועמען זיך אויסצוגיסן דאס הארץ.

איין טאג האט זיך משה דערוואוסט אז זיין חבר דוד האט געטראפן א נייעם נאנטן חבר מיט וועם ער פארברענגט ממש 24 שעה א טאג, דער חבר איז נישט קיין אנדערער ווי א סמארטפאון!!!, און מיט דעם חבר זיצט ער ממש א גאנצן טאג, מ'קען צו אים נישט רעדן, דוד האט עס זייער וויי געטון.

ויהי היום, ס'איז געווען א חתונה פון איינער פון די חברים, משה איז געקומען צו פארן צו די חתונה, און ער באגעגנט דארט זיין אלטן חבר דוד, אבער ער דערקענט אים נישט, ער דרייט זיך ארום דארט אין זאל א גאנצע צייט מיט די אויגן אראפ, צוגעבינדן ווי מיט שטריק צו זיין נייעם חבר, יעדע פאר מינוט שמייכלט ער צו זיך, נעבעך... וואס אזא כלי קען מאכן מיט אזא געלונגענעם געשמאקן בחור.

משה גייט צו צו דוד, שלום עליכם דוד!, דוד וועקט זיך אויף ווי פון שלאף, אה משה! וואס מאכסטו!, שוין לאנג נישט געהערט פון דיר!, און משה עפענט אויף אים צוויי פרעגנדיגע אויגן, ער קוקט אויף אים און אויף די כלי וואס ער האלט אין די האנט, ווי איינער זאגט, וואו קומט דאס צו דיר?

דוד ווייסט אפילו נישט וואס משה וויל פון אים, און משה עפענט א מויל און הייבט אים אן צו פרעגן, דוד? דאס פאסט פאר דיר? דוד! דו ביסט שטערקער פון דעם! לאז דיך אפ פון דעם! דאס וועט דיר צוגרינד לייגן דיין לעבן!

דוד לאכט זיך אונטער, לאז אפ, דו ווייסט וואס דאס איז אפילו? א פיינע כלי, מיט אזויפיל פונקציעס, מ'קען אלעס מיטהאלטן, דו ביסט שוין ארויס פון ישיבה, דו לעבסט אין די וועלט, איך מוז עפעס זיין מצומצם און אפגעריסן פון די וועלט?

משה זעט ס'איז נישטא מיט וועם צו רעדן, לאזט ער אים אפ, מ'הייבט אן רעדן אנדערע זאכן.

אינמיטן קומט דער חתן אריין צו די חתונה, די חברים טאנצן פרייליך און לעבעדיג, משה באמערקט ווי דוד האט זיך מכבד געווען מיט עטליכע כוסות וויין, און די אויגן שטייען אים נישט גראד. משה שפירט אז ער האט דא א געלעגנהייט, ער שלעפט דוד אין א זייט און זעצט זיך אראפ מיט אים, ער לייגט אים א האנט אויפן אקסל און הייבט אן רעדן צו זיין הארץ.

"דודי! דער אייבערשטער האט דיך ליב! דער אייבערשטער וויייסט וואסערע כוחות דו האסט, ער האט דיר געשיקט אזא נסיון ווייל ער ווייסט אז דו קענסט דאס ביישטיין, א שאד אז דו נוצט נישט אויס דיינע כוחות, דודי, ס'איז שווער, ס'איז נישט גרינג מיט אלע שוועריגקייטן ארום און ארום, אבער זאלסט וויסן אין די שווערע מינוטן שטייט דער אייבערשטער און קוקט וואס דו גייסט טון, ער ווארט צו זען ווי אזוי דו גייסט דיך שטארקן".

דוד איז געווארן רויט, און כטוב לבו ביין האט ער מיט געוויין אלעס ארויסגערעדט פון הארץ זאגנדיג: "איך ווייס משה דו ביסט גערעכט, דו ווייסט נישט וויפיל מאל איך האב דאס שוין געוואלט צובראכן, איך וויל עס געבן פאר מיין טאטן אין הימל, אבער וואס קען איך טון, איך קען מיך זייער גוט, איך ווייס היינט צוברעך איך עס, און מארגן קויף איך א נייע, אזוי בין איך, איך בין ממש משוגע לאותו דבר, ממילא וואס האב איך עס פון צוברעכן אויב מארגן קויף איך א פרישע?"

משה האט אבער נישט נאכגעלאזט און רעדט ווייטער צו אים "זייט ווען טראכסטו פון מארגן? היינט אנערקענסטו אז דאס איז די רצון ה'? דער אייבערשטער וויל "היינט" זען אז דו געבסט אים אוועק די כלי, מארגן? וואס וועט זיין מארגן?? דאס וועט מען מארגן זען, קודם ווייז פארן באשעפער היינט אז דו ביסט גרייט אים אוועקצוגעבן דעם כלי, דוד איין נאכט געב פארן באשעפער, איין נאכט וועסטו עס נישט נוצן!, אז דו וועסט מארגן קויפן א נייע איז דאס א נייע מסכת, קודם געב די היינטיגע נאכט פארן באשעפער, כביכול דער באשעפער גייט מרוויח זיין פון דיר איין נאכט, דאס איז פאר אים ווערט גאר אסאך, טו דאס פארן באשעפער'ס וועגן, איין נאכט אן דעם טעלעפאן!.

דוד שאקלט מיטן קאפ, ביסט גערעכט, ס'איז טאקע ווערט אפילו איין נאכט, און ער נעמט זיך וויינען, "איך דארף טאקע איין נאכט מיטן באשעפער, אבער א מינוט, יעצט דרייט זיך מיר דא דער קאפ, איך קען נישט קלאר טראכטן, לאז מיר ווארטן אויף מארגן, מארגן וועל איך עס מסדר זיין".

משה האט אבער נישט נאכגעלאזט, ער שלעפט אים ארויס אינדרויסן פון זאל ביים פארקינג לאט, ער שלעפט אים צו א ווינקל, ער נעמט פון אים די כלי און ער לייגט עס אראפ אויף דער ערד און רופט זיך אן צו אים: "דודי! איין נאכט געב פארן באשעפער! נאכדעם זאל זיין וואס זאל זיין, אבער איין נאכט! דו האסט יעצט א שעת כושר, געב דאס אוועק פארן באשעפער, און דערצייל אים אלע דיינע שוועריגקייטן, דערצייל אים ווי דו פלאגסט דיך מיט שידוכים, זאג פארן באשעפער, באשעפער איך צוברעך דעם סמארטפאון, און דו צוברעך מיט א טעלער בקרוב!"

דוד הערט די ווערטער און ער הייבט אויף זיין פיס, אבער נישט סתם, נאר ווי א שיכור, און געבט א טאנץ ארויף אויפן סמארטפאון מיט אזא זעץ, און צוברעכט עס!

און דוד נעמט זיך טאנצן מיט משה אזוי אנגעטרינקענערהייט דארט אין פארקינג לאט, ער האט געטאנצן און געטאנצן ממש עד כלות.

ס'איז געווארן שפעט, משה לאזט אים דארט איבער אליין, ער דארף שוין אהיימפארן, משה איז מלא התרגשות וואס דא האט פאסירט, אבער אויך מלא חששות, ווער ווייסט וואס קומט מארגן, ער גייט זיך אויסניכטערן, און ווער ווייסט וואס איך גיי כאפן פארן דאס אנדרייען.

די סוף פון די מעשה איז געווען, דאס איז געווען די לעצטע מאל וואס דוד האט געהאלטן אזא כלי אין די האנט, ער האט זיך פשוט אפגעזעגנט דערפון, ער האט זיך צוריקגעזעצט לערנען אין ישיבה.

א שטיק צייט שפעטער איין טאג באקומט משה א טעלעפאן קאל פון דוד דאס ערשטע מאל זייט די חתונה, דוד זאגט: משה היינט נאכט ברעכט מען ביי מיר טעלער!

וואו? - פרעגט משה

אין פארקינג לאט... ענטפערט דוד מיט א לאכעדיגן טאן.

און דוד הייבט אים אן צו דערציילן, זאלסט וויסן, וואס ס'האט מיר געגעבן כח יענע נאכט זיך אפצורייסן פון דעם, איז געווען אז איך האב געוואוסט איך געב פארן באשעפער נאר איין נאכט! מער פון דעם דארף איך נישט געבן! אויפצומארגנס קען איך קויפן א נייע!, אבער די נאכט האט געשלעפט נאך א נאכט און נאך נאכט ביזן היינטיגן טאג, און מער האב איך צו דעם נישט צוגערירט.
אוועטאר
שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 07, 2015 7:49 pm
לאקאציע: שול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמש »

;l;p-
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

רירענד! וויכטיגע נקודה '1 נאכט'!
יישר כח פארן ברענגן
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
ערליכע בחור
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערליכע בחור »

מורא'דיגע מעשה!!
וויכטיגע נקודה [לכבוד שובבי"ם]
מען דארף זעהן זיך צו האלטן ערליך... חזק ואמץ...
אוועטאר
אין שטעטל
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:38 am
לאקאציע: אינטערוועגנס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין שטעטל »

געוואלדיג
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

ערליכע בחור האט געשריבן:מורא'דיגע מעשה!!
וויכטיגע נקודה [לכבוד שובבי"ם]
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

פיינע מעשה המעורר!

ייש"כ
זוכט איר דוי?
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

א געוואלדיגע מעשה, מיט א מורא'דיגע מוסר השכל פאר אונז אלע, אויף אלע אונזערע פשוטע נקודות

(איך געדענק נישט פון וועלכע צדיק מ'דערציילט, אז ער האט אמאל געזאגט פאר איינער וואס לא השאיר עבירה שלא עבר, און ער האט אים געוואלט מעורר לתשובה זיין, אבער דער חוטא האט געוויינט, רבי איך בין שוין פארפאלן

האט אים דער צדיק געזאגט, קינד מיינ'ס איך וויל דיר נישט זאגן זאלסט נישט זונדיגן, נאר איין זאך, ווען ס'קומט דיר אינטער א עבירה, זאג 'נישט יעצט נאר נאך 5 מינוט', ווארט 5 מינוט, און זאג אז דאס איז וואס דו געבסט אוועק פארן באשעפער

ולמותר לציין, אז ער איז געווארן א פולקאמער בעל תשובה.
לעצט פארראכטן דורך שמו אום מאנטאג יאנואר 01, 2018 7:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
איך ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך ווייס »

געוואלדיגע נקודה
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

חושב מחשבות... האט געשריבן:רירענד! וויכטיגע נקודה '1 נאכט'!
יישר כח פארן ברענגן
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
פון יעצט
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 08, 2016 8:10 am
לאקאציע: כ'ווייס נישט וואו כ'בין כ'ווייס אבער וואו כ'וויל אנקומען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון יעצט »

כ'מיין אין גליון הליכות החיים איז געשטאנען די מעשה

א איד אין א"י האט געזאגט פאר א חילוני (ווי פארשטענדליך, נישט א להכעיס'ניק) אז אויב לעשט ער נישט אויס דעם ציגארעטל ווען ער פארטיגט רייכערן האט דער אייבערשטער הנאה
יענער האט געטראכט, אזא קלייניקייט וועט ער טוהן. פארוואס נישט
די סוף מעשה - קענען מען זיך שוין פארשטעלן - איז. אז ער איז געווארן א פולשטענדיגער בעל תשובה און פארציילט די מעשה
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

"ביז יעצט,
האסט פארגעסן צוצולייגן, דו רעדסט פון שבת, איא?
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

די מעשה איז געשריבן געווארן און די גליון שלהבת (וואס ווערט לעטצענס איבער געטייטשט אויף אידיש) דורך די שרייבער הרב פאלאק וואס איז אויך די שרייבער פון אז נדברו
עלון שלהבת מס 6 (4).pdf
(217.45 KiB) געווארן דאונלאודעד 89 מאל

מקען זיך אויף סיינען דא
[email protected] * גליון שלהבת אידיש

[email protected] * גליון שלהבת ענגליש

[email protected] * גליון שלהבת לשוה"ק
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
מוכר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 2:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוכר ספרים »

ווי אויך ווערט געברענגט די מעשה אין באר הפרשה פון הרב בידערמאן פרשת לך, און להבדיל און מאמענט פרשת בא אינעם שמועס מיט הרב טויבער
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”