קערעסטירער טאג בוך

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

ווייטערדיגע באריכטען גענומען פון דא:
אטעטשמענטס
פארבלאט.jpg
פארבלאט.jpg (62.01 KiB) געזען 774 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

אקטיוויטעטן אין רבי ישעי'לעס הויז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

נאטיצן און באריכטן מהיכלא דמלכא, "רבי ישעי'לעס הויז" אין שטאט קערעסטיר אונגארן יצ"ו, אנגעפירט דורך די בארימטע "הכנסת אורחים קערעסטיר", אין שפיץ פון משפחת רובין שליט"א נכדי רבי ישעי'לע זי"ע, ליינט און האט הנאה.

בס"ד
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

ירח האיתנים במקום הקודש
"רבי ישעי'לעס הייליגע הויז"


שוין ווי פריער באריכטעט -אין די פארגאנגענע נייעס באריכט- כחצות הלילה איז דער עולם געגאנגען אין מקוה אריין לטהר ולקדש, זיך צו גרייטען צום "לשמוע אל הרנה ואל התפילה". אריינטרעטענדיג לימי הרחמים והרצון, ביי חצות האט מען זיך געשטעלט סליחות אין הייליגן קוויטל שטוב, בהתעוררות רב.


פר' נצבים


זונטאג:

פארטאגס האט זיך געשטעלט א מנין ותיקין, און נאכדעם האט זיך געשטעלט נאך א מנין שחרית, איבער'ן פארמיטאג זענען געוועהן מערערע אידן פון לאנדאן, וועלעכע זענען געקומען מתפלל זיין אין אזא גרויסע טאג אינעם הייליגן קוויטל שטוב און ביים ציון הק'. שפעטער אין טאג האט מען אויפגענומען א גרופע יונגעלייט פון אמעריקא וואס האבען שובת געוועהן שבת סליחות אין אומאן, נאכמיטאג איז אנגעקומען די גרופע עסקנים פונעם מוסד "רופא חולים קענסער סאסייעטי" וועלעכע זענען געוועהן אויף'ן וועג צוריק פון מירון פראווענען שב"ק "שבת סליחות" מיט די נגידי ועסקני המוסד בראשות הרה"צ ר' אלימלך ביעדערמאן שליט"א.

פארנאכט'ס האט מען אפגעשיקט עסן קיין אוהעל פאר די גרופע אנגעפירט דורך ר' אברהם מאיר שווארץ הי"ו. עס האבען זיך געשטעלט אלעס אינאיינעם 4 מנינים מנחה און 2 מנינים מעריב און כחצות הלילה האט זיך געשטעלט די ערשטע מנין סליחות פון יום ב' סליחות פאר די ציבור וואס האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג אינמיטן די נאכט.

מנינים זונטאג איבער'ן טאג
אטעטשמענטס
Kerestir10_29_19__1_.jpg
Kerestir10_29_19__1_.jpg (39.52 KiB) געזען 770 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

מאנטאג:

3 אזייגער פארטאג'ס איז אנגעקומען די גרופע תלמידי וחסידי סאטמאר פון ר' אברהם מאיר שווארץ הי"ו הנ"ל באגלייט דורך מגיד מישרים ר' יוסף הערש וויינשטאק שליט''א נאכען פראווענען שבת סליחות אין שטאט דינוב, נאך א טבילה ארן די הערליכע ווארעמע מקוה, האט זיך געשטעלט א מנין סליחות בהתעוררות רב, און דאן זיך ארויסגעלאזט קיין בודאפעסט צום עירפארט אויף'ן וועג אהיים מיט פילע השפעות, שפעטער איז געוועהן די קביעות'דיגע מנין סליחות בשעה 5:30 דערנאך שחרית, און צו שחרית איז אנגעקומען די גרופע פון "בוני צאנז" וואס האבען געוויילט שבת סליחות אין שטאט צאנז.

נאכמיטאג איז אנגעקומען די גרופע בחורים פון ישיבת לצעירים סאטמאר וומסב"ג אין באגלייטונג פון די מנהל הרה"ג ר' קלמן האלברשטאם שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מצאנז גריבוב שליט"א ווי עס האט זיך געשטעלט א מנין מנחה און דערנאך סועד געווען סעודת ערב, שפעטער איז געוועהן נאך 2 מנינים מנחה ובתוכם הרה''ג ר' מאיר העללער שליט''א רב בבית שמש. במשך די נאכט איז געוועהן גאר א גרויסע עולם בליעה"ר אהן אפשטעל און עס האבען זיך כסדר געשטעלט מנינים מעריב ביז באלד דריי אזייגער פארטאגס, און די הייליגע קאך האט כסדר געפיבערט און מען האט געקאכט און צוגעשטעלט כסדר פרישע עסן נאכענאנד פאר די פילע אורחים חשובים.



קבוצה פון תלמידי ישיבה לצעירים סאטמאר וומס"ב בראשות די מנהל הישיבה הרה"ג ר' קלמן האלברשטאם שליט"א
אטעטשמענטס
Kerestir10_29_19__2_.jpg
Kerestir10_29_19__2_.jpg (49.83 KiB) געזען 768 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

דינסטאג-מיטוואך-דאנערשטאג:

במשך די ימי סליחות איז געוועהן א שטארקע פארקער פון 100'טע אידן בליעה"ר וועלעכע האבען אויסגענוצט די צייט לטובה און געקומען מתפלל זיין אין די מקום קדוש, "ר' ישעי'לעס הייליג הויז" ווי עס האט געהערשט א שטארקע התעוררות, עס איז יעדען טאג געוועהן עטליכע מנינים שחרית מנחה און מעריב, דינסטאג ביינאכט איז געקומען די גרופע אנגעפירט דורך "ללכת טורס" וואס האבען געוויילט שבת סליחות אין מעזשביזש, מיטוואך און דאנערשטאג זענען געוועהן אסאך גרופעס אויפן וועג צו/פון אומאן, אזוי אויך איז געוועהן "ישיבת קול ארי' " אין באגלייטונג מיט זייערע מגידי שיעור, ליל שישי במשך שעות הלילה איז געוועהן א גרויסע גרופע פון חסידישע ברסלב'ע אידן פון א''י אויפן וועג קיין אומאן לקראת ר"ה, אזוי אויך איז געוועהן א שיינע חבורה פון חסידי בעלזא אויף'ן וועג קיין בעלזא אוקריינא צו ווייילען דארט אויף שבת לקראת יומא דהילולא פון הייליגען "שר שלום פון בעלזא זי"ע" וועלעכע געפאלט אויס די מארגען'דיגע ערש"ק.



די קבוצה פון ללכת טורס
אטעטשמענטס
Kerestir10_29_19__3_.jpg
Kerestir10_29_19__3_.jpg (46.24 KiB) געזען 763 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

ער"ש-שב"ק:

פרי פארטאגס צו סליחות זענען אנגעקומען עטליכע אידן פון וומסב"ג וועלכע זענען געוועהן אין יאמפולע אויף'ן יארצייט פון הייליגען ר"ר מיכל'ע זלאטשוב'ער זי"ע כ"ה אלול העעל"ט, און נאך סליחות געפארען צום עירפארט צו זיין אויף שב"ק און ר"ה אין אנטווערפען בצל כ"ק אדמו"ר מ'פשעווארסק שליט"א.

די שב"ק בחצה"ק איז געפראוועט געווארען אויף א שיינעם פארנעם וואס איז געוועהן צוגעשטעלט דורך אונזער געטרייע קעכער מו"ה ר' אפרים שלמה טאמבור הי"ו מיטן משגיח הכשרות הרב אברהם שלום ראזענבערגער שליט''א וואס זענען ספעציעל געבליבען פאר א גרופע אידען וואס האבן נאך געוואלט אריינכאפן בכלות השנה במקום קדוש, "ר' ישעי'לעס הייליג הויז"! און מוצש"ק נאכען פראווענען א שיינע געהויבענע סעודת מלוה מלכה האט מען זיך בדחילו ורחימו געגרייט צו "זכור ברית" ערב ראש השנה, און דערנאך האט מען זיך אהיימגעקערט אויף יו"ט ראש השנה, אזוי ווי אלע ימים טובים און מען פארשליסט די הייליג הויז.



ביי הבדלה מוצש"ק
אטעטשמענטס
Kerestir10_29_19__4_.jpg
Kerestir10_29_19__4_.jpg (42.56 KiB) געזען 748 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

שיקט א קוויטעל קיין קערעסטיר 24 שעה אין טאג


דרוקט דא:
www.kerestir.com

קוויטל 1.PNG
קוויטל 1.PNG (265.55 KiB) געזען 743 מאל



קוויטל 2.PNG
קוויטל 2.PNG (314.02 KiB) געזען 743 מאל



קוויטל 3.PNG
קוויטל 3.PNG (447.62 KiB) געזען 743 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

פר' וילך


צום גדלי':

מיטוואך פארמיטאג זענען צוריקגעקומען, דער געטרייער קעכער מו''ה ר' אבא גרינבוים הי"ו פון לאנדאן, און דער חשובער משגיח הרב הערשל ראטטער הי"ו פון בני ברק, און עס איז געוועהן א גרויסער עולם פון אומאן, ארץ ישראל און פון לאנדאן, בין הבאים האט מען אויפגענומען מיט כבוד, הרה''ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט''א דומ''ץ ביהמ''ד בית מנחם צבי סאטמאר אין וויליאמסבורג, נאכמיטאג האט מען אויפגענומען הרב ר' יצחק אייזיק שיף שליט"א, און הרב חיים דוד לאנדא שליט"א בן הגה"צ אב"ד עדעלין מאנסי שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מ'תולעת יעקב שליט"א נכדי רבינו, עס האט זיך געשטעלט פילע מנינים מנחה מיט קריאת ויחל און בזמן האט מען זיך געשטעלט מעריב נאכפאלגענדיג מיט א רייכע אויספאסטען.



פילע מנינים מנחה מיט קריאת ויחל
אטעטשמענטס
Kerestir10_29_19__5_.jpg
Kerestir10_29_19__5_.jpg (35.82 KiB) געזען 742 מאל
Kerestir10_29_19__6_.jpg
Kerestir10_29_19__6_.jpg (31.68 KiB) געזען 742 מאל
Kerestir10_29_19__7_.jpg
Kerestir10_29_19__7_.jpg (36.98 KiB) געזען 742 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

מעריב און אויספאסטן מוצאי צום גדלי'
אטעטשמענטס
Kerestir10_29_19__8_.jpg
Kerestir10_29_19__8_.jpg (45.26 KiB) געזען 740 מאל
Kerestir10_29_19__9_.jpg
Kerestir10_29_19__9_.jpg (34.77 KiB) געזען 740 מאל
Kerestir10_29_19__10_.jpg
Kerestir10_29_19__10_.jpg (38.75 KiB) געזען 740 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

דאנערשטאג:

אין די צופרי שעות האט מען אויפגענומען עטליכע נכדי הרה"ח ר' יושע לעפקאוויטש הי"ו פון בארא פארק מיט נאך עטליכע עסקנים פון הכנסת אורחים ד'ראצפערט, אנגעפירט דורך משפחת לעפקאוויטש הנכבדה, וועלעכע זענען געקומען לעשות את השבת בצה"ק שוין זייענדיג דא –אין אונגארען- אין בעפארברייטונג צום יומדה"ל פון זקינם הרה"ק ר' הירצקע'לע ראצפערטער זצוק"ל, וועלעכעס געפאלט אויס ערב יום הקדוש.

שפעטער איז אנגעקומען א חבורה פון חסידי אלכסנדר פון בארא פארק וואס זיי זענען געוועהן אויף'ן וועג צוריק פון וויילען ר"ה אין א"י און האבען זיך אפגעשטעלט על הדרך אין זשעליחוב-פולין מתפלל געוועהן על מקום מנוחת קדשו פון הרה"ק ר' אהר'לע מ'קאזשניץ זי"ע ביומא דהילולא (וואס כידוע איז ער נפטר געווארען אין געטא בשנות הזעם ושם מנוח"כ) און נאכדעם געקומען קיין קערעסטיר מתפלל צו זיין בימי הרחמים ורצון אין "ר' ישעי'לעס הייליג הויז". עס האבן זיך געשטעלט אלעס אינאיינעם 2 מנינים שחרית, א מנין מנחה, און 2 מנינים מעריב.


עש"ק-שב"ק "שבת תשובה":

פרייטאג האט זיך געשטעלט א גרויסע מנין סליחות באשמורת הבוקר און נאכדעם 2 מנינים שחרית, דער שב"ק איז געפראוועט געווארען אויף גאר א געהויבענעם שטייגער –מיט אלע געסט אינאיינעם- אן ערך פון 40 נפשות, סיי די תפילות און סיי די סעודות זענען געפראוועט געווארען מיט א שטארקע התעוררות זייענדיג, אונטער די השפעה פון קדושת המקום והזמן. מוצש"ק נאך מל"מ האט זיך געשטעלט די ערשטע מנין סליחות דורך די שובתי שב"ק וועלעכע האבען זיך תיכף דערנאך זיך געלאזט אויף'ן וועג צום עירפארט כדי צו פראווענען יוה"ק צוריק אין אמעריקא.



הבדלה מוצאי שבת שובה
אטעטשמענטס
Kerestir10_29_19__11_.jpg
Kerestir10_29_19__11_.jpg (37.55 KiB) געזען 733 מאל
Kerestir10_29_19__12_.jpg
Kerestir10_29_19__12_.jpg (31.96 KiB) געזען 733 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

.
אטעטשמענטס
בית רבינו.jpg
בית רבינו.jpg (151.99 KiB) געזען 697 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

פר' האזינו


זונטאג:

פארטאגס 5:30 איז געוועהן די קביעות'דיגע מנין סליחות נאכפאלגענדיג מיט א גרויסע מנין שחרית, נאכמיטאג האט זיך געשטעלט א מנין מנחה ובזמן א מנין מעריב, און שפעטער ביינאכט נאך א מנין מעריב.


מאנטאג-י"ג מידות:

צופרי האט מען אויפגענומען די ברייט באקאנטע ראצפער'טע חבורה פון נכדי הרה"ק ר' הירצקא'לע זי"ע וואס קומען מדי שנה בשנה פראווענען יום הק' סמוך ונראה לציון קדשו, בבנין הכנסת אורחים ד'ראצפערט, אנגעפירט דורך משפחת לעפקאוויטש החשובה, לרגל די יומא דהילולא קדישא ערב יוה"ק, בתוכם הגה"צ רבי ליפא זילבערמאן שליט"א אבד"ק ראצפערט נכד בעל הילולא און הרב ר' נפתלי הירצקא בערגער שליט"א נכד רבינו ונכד הרה"ק מ'ראצפערט זי"ע, און מען האט זיך געשטעלט א מנין סליחות פאר שמע קולינו האט הרב ר' אלי' שלמה הכהן קאהן שליט"א, מנהל מחנה בית רחל, אויפגעטרעטען בדרשות התעוררות ארויסברענגענדיג די געהויבענע זמן ווי מען שטייט, און וויפיל מען קען זיך אויסבעטען טאקע דייקא במקום קדוש "ר' ישעי'לעס הייליג הויז" ווי דער צדיק האט געפויעלט אזויפיל ישועות פאר כלל ישראל, און מען דארף זעהן אויסצוניצען די געלעגענהייט. נאך א דערהויבענע תפילת שחרית האט מען געלייענט קרבנות כמנהג סיגעט-סאטמאר, נאכדעם איז די גאנצע עולם ארויף לציון הק', און נאך תשליך ביים באדראג איז מען צוריקגעקומען צו תפילת מנחה און אויספאסטען נאך חצות היום, מען האט פארוויילט במשכן קודש קערעסטיר צווישען -דאס הייליגע הויז, ציון הק', תשליך ביים באדראג,- אן ערך פון 6-7 שעה און עס איז געווען א מחזה הוד בחודש תשרי ווי אידן יראים ושלמים מיטן גאנצן ערנסטקייט שפאצירן אויף די קערעסטירער גאסן, א מעין ד'מעין משנות קדם! בשנות רביה"ק זי"ע ווען אידן פון די גאנצע וועלט פלעגען קומען לברך ולהתברך בימי הרחמים ורצון, ווי עס איז חרות על מצבת קדשו "נהרו אליו רבבות אלפי ישראל מאפסי ארץ ואיים" און מען פלעגט דא פויעלן אלעס גוטס, זענען אונז בטוח אין די הבטחה פון הייליגען רבי'ן קודם פטירתו: אם יבואי לביתי יוושעו כמו עד עתה!



הרב אלי' שלמה קאהן שליט"א טרעט אויף מיט דברי התעוררות
אטעטשמענטס
Kerestir10_29_19__13_.jpg
Kerestir10_29_19__13_.jpg (52.53 KiB) געזען 694 מאל
Kerestir10_29_19__14_.jpg
Kerestir10_29_19__14_.jpg (51.15 KiB) געזען 694 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

קריאת הקרבנות
אטעטשמענטס
Kerestir10_29_19__16_.jpg
Kerestir10_29_19__16_.jpg (60.98 KiB) געזען 693 מאל
Kerestir10_29_19__15_.jpg
Kerestir10_29_19__15_.jpg (57.69 KiB) געזען 693 מאל
Kerestir10_29_19__17_.jpg
Kerestir10_29_19__17_.jpg (72.63 KiB) געזען 693 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

תשליך ביי באדראג אין קערעסטיר
אטעטשמענטס
Kerestir10_29_19__19_.jpg
Kerestir10_29_19__19_.jpg (132.11 KiB) געזען 689 מאל
Kerestir10_29_19__18_.jpg
Kerestir10_29_19__18_.jpg (48.8 KiB) געזען 689 מאל
Kerestir10_29_19__20_.jpg
Kerestir10_29_19__20_.jpg (61.97 KiB) געזען 689 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

ביים צירוק קומען פון תשליך, און ביי מנחה אין הייליגען קוויטל שטוב, ווי עס ווערט געזעהן הגה"צ רבי ליפא זילבערמאן שליט"א אב"ד ראצפערט מיט הרב ר' אלי' שלמה קאהן שליט"א
אטעטשמענטס
Kerestir10_29_19__21_.jpg
Kerestir10_29_19__21_.jpg (74.22 KiB) געזען 687 מאל
Kerestir10_29_19__22_.jpg
Kerestir10_29_19__22_.jpg (53.79 KiB) געזען 687 מאל
Kerestir10_29_19__23_.jpg
Kerestir10_29_19__23_.jpg (34.29 KiB) געזען 687 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

שפעטער האט מען אויפגענומען און פלאצירט קרוב צו 100 אידן וואס זענען געקומען לקראת יום הקדוש, עס האבן זיך געשטעלט מערערע מנינים מנחה און מעריב.


דינסטאג-ערב יוה"ק:

פארטאגס איז געוועהן מנינים סליחות ושחרית, פארמיטאג איז אונזער איבערגעגעבענער געטרייער עסקן מו"ה ר' אבא גרינבוים הי"ו ארויף לציון הק', און מתפלל געוועהן לקראת יום הק' פאר אלע תומכים לחצר הקודש און פאר די אלע וואס שרייבען זיך איין צו זיך מזכיר זיין, נאכמיטאג נאך די סעודה איז דער גאנצער ציבור ארויף צום ציון הקדוש [כמובא בשו"ע] מתפלל זיין, און דאן זיך געגרייט אפצורעכטען יום הק' אינעם הייליגן הויז.



דער געטרייער קערעסטירער קעכער מוה"ר אבא גרינבוים ובניו און מוה"ר מרדכי גאלדשטיין ובנו ר' אפרים ביים צוגרייטן די סעודות ערב יום הקדוש אין רבי ישעי'לעס הייליגע קאך -
און ביים מתפלל זיין ביים ציון הק' ערב יום הקדוש
אטעטשמענטס
Kerestir10_29_19__25_.jpg
Kerestir10_29_19__25_.jpg (69.71 KiB) געזען 616 מאל
Kerestir10_29_19__26_.jpg
Kerestir10_29_19__26_.jpg (59.29 KiB) געזען 616 מאל
Kerestir10_29_19__27_.jpg
Kerestir10_29_19__27_.jpg (55.05 KiB) געזען 616 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

יום הקדוש:

די הייליגע טאג איז אפגעראכטען געווארען אין "ר' ישעי'לעס הייליג הויז" "בתשובה ובתפילה" דורך קרוב צו 100 אידן ווי מען האט מתפלל געווען אין די גרויסע שטוב -הנקרא "בית שלמה" [ע"ש מו"ה ר' שלמה בן שמואל יוסף ריעדער ז"ל] און ווי אויך אינעם הייליגן קוויטל שטוב. מוצאי יוה"ק נאך הבדלה איז געוועהן צוגעשטעלט א שיינע רייכע סעודת יו"ט, און עטליכע געסט זענען געקומען צו פארן פון ראצפערט אפצורעכטן די סעודת (מוצאי) יו"ט בביתו נאווה קודש.

די מודעות וואס האבען געהאנגען אין הייליגען הויז לקראת יום הק'
אטעטשמענטס
Kerestir10_29_19__28_.jpg
Kerestir10_29_19__28_.jpg (43.28 KiB) געזען 613 מאל
Kerestir10_29_19__33_.jpg
Kerestir10_29_19__33_.jpg (37.67 KiB) געזען 613 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

תפילת מעריב מוצאי יום הקדוש
אטעטשמענטס
Kerestir10_29_19__31_.jpg
Kerestir10_29_19__31_.jpg (50.79 KiB) געזען 610 מאל
Kerestir10_29_19__30_.jpg
Kerestir10_29_19__30_.jpg (52.77 KiB) געזען 610 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

הבדלה און אויספאסטן מוצאי יום הקדוש
אטעטשמענטס
Kerestir10_29_19__32_.jpg
Kerestir10_29_19__32_.jpg (59.59 KiB) געזען 610 מאל
Kerestir10_29_19__34_.jpg
Kerestir10_29_19__34_.jpg (69.1 KiB) געזען 610 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

דאנערשטאג:

"ויהי ממחרת" יום הכיפורים נאך א גרויסע מנין ופת שחרית, האבען אלע געסט זיך צוריק געקערט למעונם, מיטנעמענדיג מיט זיך אלע השפעות טובות, דאן האבען די שליחי בית רבינו אפגעשפארט דאס הויז אויף ביז נאך יו"ט סוכות –און אזוי ווי אלע ימים טובים- האט מען איבערגעלאזט א נומבער ווי מען קען זיך פארבינדען כדי צו עפענען דאס הייליג הויז פאר די מבקרים אין די טעג וואס אונזערע שליחים געפונען זיך נישט אויף'ן פלאץ, ווי אויך איז אין הויז געוועהן צוגעשטעלט לייכטע איבערבייס פאר די וואס וועלען עווענטועל אנקומען. און די געטרייע שליחים זענען אהיימגעפארען אפרעכטען דעם יו"ט מיט בני משפחתם.

די יורשים נכדי רביה"ק ר' ישעי'לע זי"ע הענגען א מודעה פאר די וואס קומען צום ציון הק'
אטעטשמענטס
unnamed 1.jpg
unnamed 1.jpg (133.87 KiB) געזען 609 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

מודעה על בית רבינו במשך ימי חול המועד
אטעטשמענטס
unnamed 2.jpg
unnamed 2.jpg (139.5 KiB) געזען 565 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

מזל טוב לכבוד די געטרייע און גאר איבערגעגעבענע קעכער
אטעטשמענטס
מזטוב.PNG
מזטוב.PNG (512.7 KiB) געזען 565 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

מז"ט לכבוד נכדי רבינו
אטעטשמענטס
unnamed.jpg
unnamed.jpg (51.83 KiB) געזען 565 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

.
אטעטשמענטס
אש''ל.jpg
אש''ל.jpg (485.78 KiB) געזען 564 מאל
אורחים בורחים דורכים
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחים בורחים דורכים »

האלט מיט די ווייטערדיגע כסדר'דיגע באריכטען אי"ה דא אין די אשכול




צו זיך אויפשרייבען כדי צו באקומען די נייעס אויף אימעיל, ביטע שיקט א אימעיל צו:
[email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”