א צענטער?! א צענטער?! – מיינע תשעה מתפללים!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

א צענטער?! א צענטער?! – מיינע תשעה מתפללים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

קומטס מיט מיר, לאמיר אדורך שפאצירן די אלטע האלצערנע טישן און אריבער גיין צווישן די שורות, באקענט אייך מיט די תשעה עונים און לערנט אייך אויס, צו וועם מען קען גיין נאנט און וואו מען דארף שטיין ווייט. מאכט זיכער זיך נישט אנצורייבן אין די בענק, ווייל זייערע שטעכעדיגע שפענדלעך זענען אגרעסיווער פון אונזערע איידעלע רעקלעך.

די שריט זאלן זיין איידל און געלאסן, עס זאל נישט ציהען קיין אויפמערקזאמקייט, זייטס פארזיכטיג ביים אראפלייגן א טריט, ווייל געוויסע באלאטעס לאזן ארויס א קרעכץ ווען מען טוט אויף זיי טרעטן.

** 1 **

אין אמת'ן וואלט איך איהם נישט געוואלט פרעזענטירן אלס ערשטע, אבער וואס זאל איך טוהן אז זיין מושב איז גלייך ביים טיר. פון דארט האט ער א קלארען בליק מהנעשה, סיי בין כותלי בית המדרש און סיי אין פאליש, דאס האלט איהם אביסל באשעפטיגט ווען עס ווערט איהם לאנגווייליג. גיט נאר א קוק ווי ער זיצט, אזוי באקוועם, ווען ער קען ווען, וואלט ער אפילו ביי שמונה עשרה געבליבן זיצן, וואס זאל ער נעבעך טוהן אז השי"ת האט איהם באשאנקן מיט געזונט און ער האט נישט קיין שום תירוץ נישט צו דארפן שטיין. זיין קאפ דרייט זיך מצפון לדרום, אהין און צוריק, אהין און צוריק, ער זוכט א קרבן וואס זיין של ראש איז אביסל פאריקט.

שבת, איז ער דער ערשטע אויסצוליינען אלע גליונות פון דעקל צו דעקל, פארשטייט זיך נאר די מזל טוב'ס. כאטש וואס ביי הודו איז זיין טיש באדעקט מיט ליין-מאטריאל פון יעדע כולל, חדר און ארגאניזאציע, וועט ער שוין ביי שמור וזכור קלאצן אויפן הערליכע לוחות וועלכע באצירט דעם ארון הקודש. אויב דער אייבישטער העלפט, פארפלאנטערט זיך די בעל תפילה ביי לא תבושו, וועט ער זוכן אין אלע עקן צו עס איז דא נאך איינער וואס שמייכעלט.

** 2 **

לאמיר זיך דערווייגען אריין צו גיין אביסל טיפער, לאמיר באטראכטן די פארשידענע געשטאלטן וואס באשיינען דאס שטיבל, ווי למשל דער יעניגער וואס לאהנט זיך אן אויפן בימה עפעס אויף אן אומגעווענליכע אופן. צוליב זיין הויעכקייט מוז ער זיך אביסל בייגן צו קענען אפרוהען זיין קערפער אויפן באלעמע, עס קען זיך דאכטן אז ער ליידט פון מאגן-שמערצן. ווען א צווייטער וואלט דאס געטוהן, וואלט ער איהם זיכער אויפמערקזאם געמאכט מיטן הלכה וואס זאגט אז מען טאר זיך נישט באנוצן מיט א בימה פאר קיין שום אנדערע צוועק.

פון איהם ברויך מען נישט קיין מורא האבן, מען קען זיך צו איהם דערנענטערן, נאר גיבט אכטונג אז עס זאל נישט זיין הארט פאר קדיש, ווייל ער רעדט נישט ביי קדיש! נו, ווער רעדט דען יא? קיינער נישט, אבער ער האט אייביג עפעס צו זאגן פונקט ווען מען הייבט אן קדיש, און כדי נישט צו פארלירן דער וואס גייט עס באלד הערן, וועט ער יענעם א קלאפ געבן אויפן פלייצע אז ער האט עפעס גאר וויכטיג צו זאגן און אין די זעלבע צייט וועט ער צוזאמען קלעבן די שפיצן פון אלע זיינע פינגערס פון די רעכטע האנט, און שאקלען דערמיט צוויי מאל אראפ און ארויף, מרמז צו זיין אז ער זאל ווארטן, ווייל יעצט איז קדיש און דערנאך האט ער א באמבע צו זאגן.

דער הערער וועט שטיין ווי א גולם נעבן איהם און צוזאמען ענטפערן אומגעדולדיג אלע אמן'ס קוקענדיג צום ערד און נאך עושה שלום וועט יענער ענדליך זאגן מיט א שמייכל פון אויער צו אויער א וויץ וואס דארף צו זיין א "געשמאקע" טשעפע.

** 3 **

זיך אומקוקענדיג ארום די פיר ווענט, פאלט שנעל אויף דער יוד מיטן שאל וואס האט נארוואס פארקלאפט דעם פענסטער, עס איז קענטיג אויף איהם זיין אויפברויז, ער איז זיכער אז שוין ווידער א מאל האט עמיצער דווקא געלאזט אריין קומען אביסל לופט פון אינדרויסן, בלויז איהם אפצוטוהן. פון זיין טאש שטעקט פערצופאל ארויס א צעטל מיט אנווייזונגען וויאזוי איינצונעמען א געוויסע טעבלעט.

אזוי איז ער צופעליג גאנץ א געשמאקע מענטש, שטענדיג האט ער א שיין ווארט צו די האנט. סוכות, קען מען הערן פון איהם א חידוש אין א סוגיא אויף ד' כוסות און פסח א שיינע אפטייטש אויף מצות לולב. דאס אז ער ווייסט נישט וויאזוי צו סעיווען עמיצער'ס נומבער אין זיין טעלעפאון מאכט איהם נאכנישט קיין שווערע מענטש. וואס גייט מיר אן אז יעדע צווייטע מאל וואס מען שטויסט זיך אין איהם אן, זוכט ער וויכטיג עמיצערס נומבער, גראדע איז עס אייביג דער זעלבע.

** 4 **

זעהט עטס, פון יענעם וואלט איך אנטלאפען, ער פארכאפט מענטשען אן קיין רחמנות. גיי ארויס פון זיין וועג, שטיי ווייט, ווייל ער איז מקפיד אז איינער זאל ענטפערן אמן אויף זיינע ברכות, און געווענליך איז דאס זייגער צוועלף. ער איז א מומחה צו טרעפן דער מענטש וואס יאגט זיך דאס מערסטע. אויב איז עס עמיצער וואס האט זיך שוין אנגעפעלצט און כאפט שוין אן די קלאמקע ארויסצוגיין, מה טוב ומה נעים. און אויב האלט ער א קאווע אין זיין האנט ווייל ער וויל דאס מיטנעמען צו זיין אויטא, הרי זה משובח.

ער פרעגט ניטאמאל צו יענער איז מסכים, ער קומט צו לויפן פון די אנדערע עק מיט א געשריי, נא, נא, נא, ברוך אתה... ער לאקערט בלויז אויף אזעלכע וואס הייבן אן צו האבן א שלעכטע געוויסן, זיי טראכטן שוין פון זייער גיהנם וואס זיי גייען פארדינען אויב זיי ענטפערן נישט ברוך הוא וברוך שמו פאר דעם אנטשעפעניש. עס געלונגט איהם אפילו אויפצוהאלטן יענעם ביז נאך הגומל חסדים טובים אינדערצייט וואס אנדערע זיינס גלייך באווייזען דאס נאר ביז הנותן ליעף כח.

** 5 **

אה, דארט קומט צו גיין א פנים זועפות, מיט קליינע טריט וואס רייבן זיך אויפן ערד, א וואונדער אז זיינע שיך זענען שוין לכל הפחות פערצן יאר אלט. אייביג שטעקט איהם עפעס צווישן די ציין, און אייביג ווען ער קומט צום דאווענען ליגען הויפענעס ספרים אויף זיין פלאץ. עס איז א טעגליכע סצענע צו זעהן ווי ער טראנספארטירט אלעס צום שכן וואס האט איהם אמאל שטיל געמאכט ביים ליינען. "עס איז געווען סתם פאר רשעות," טענה'ט ער, "מיום עמדי על דעתי האב איך נישט אויסגערעדט ביים ליינען, עס איז געווען בין גברא לגברא, אבי מיך מבזה צו זיין, דער כלב."

די יודעי דבר זאגן אז דער קען לערנען, עס הייסט אז תלמוד בבלי און ירושלמי זענען שגור על לשונו. קיינער ווייסט נישט פונקט, אבער זיין נעפיו דערציילט, אז אין די משפחה איז מקובל אז אין ישיבה קטנה האט ער זיך פארהערט גאנץ משניות יומא.

צו ער ווייסט וואס מיינט סימפאטיע? קוקט נישט אויס! אבער צו קינדער איז ער אלערגיש, זיי זאלן נאר נישט קומען אין זיינע ד' פרסות, ער האט זיי פיינט בתכלית השנאה. פארדעם איז טאקע געווען א היסטארישע חידוש ווען ער האט דערלאנגט א צוקערל פאר א יונגעלע פאריגע וואך שבת.

** 6 **

לאמיר זיך ווענדן אביסל מער צפון זייט, דארט ווי עס געפינט זיך די תיקון טישל, לאמיר טיילן אביסל אונזער געזעלשאפט מיטן יונגערמאן וואס זיצט שוין אויף דעם ארט פאר היבש א וויילע. ער האט שוין נאס געמאכט אלע ברוינפען גלעזער און אראפגענומען די הארטע דעקל פון אלע שטיקלעך לעקעך. בשעת ער קייעט נאך האלב וועגס אויס א כזית מזונות, ליגט שוין זיין האנט אויף די לעצט פארבליבענע ראגעלע, און בשעת ער שלינגט אראפ דאס ראגעלע ברעקעלט ער אן די מאור ושמש וואס ער האלט אינמיטן זיך פארטיפן.

עס זעהט נישט ממש אויס ווי ער איז פארטראכט, נאר ער האט שוין פשוט אנגעהויבן כאפן אז די טאצן זענען ארויס נקי און די פלעשער ענטהאלטן שוין באלד נישט קיין פליסיגקייט. אריינקוקען אין א חסידיש ספר פארדעקט אביסל זיין שאנד, זאלן אנדערע טראכטן אז ער האט זיך בטעות דא אראפגעזעצט, מען מעג אמאל דן זיין לכף זכות א צווייטן, עס וועט גארנישט פאסירן.

** 7 **

דא אנטפלעקט זיך א פרישע געזיכט, עס איז קענטיג זיין שמחה, א לידל זינגט ער זיך אונטער און האפט אז אלע טראכטן ווי שיין ער זינגט. נישט בחנם לעשט ער דריי מאל א חודש עין הרע. כאטש וואס ער גייט קיינמאל נישט צו צום עמוד, הערט מען שטענדיג זיין שטימע ביים זינגען. אפשר אז מען וועט איהם צושיקן, וועט ער גיין. פון צייט צו צייט קען ער אינמיטן קל אדון מחליט זיין אז מען דארף אראפ גיין אדער ארויף גיין מיט א טאן, דעמאלט וועט ער זיך דרייען אין בית המדרש און מאכן מיט די הענט ווי א דיריגענט. געווענליך מאכט ער דאס ווען די ניגון קלאפט אויסערגעווענליך.

צופעליג האט ער נאך א טאלאנט חוץ פון אראפלייגן די שענסטע "ושמרו", נעמליך ער מאכט די בעסטע טאמאטען-דיפ. אסאך האבן זיך שוין געבעטן ביי איהם ער זאל זיי ארויסגעבן זיין סוד, אבער ער האלט זיך שטאלץ און געבט עס נישט ארויס, ער טיילט ענדערש אויס אין שול קליינע שיסלעך פאר זיינע גאר נאנטע, מען דארף זיך אבער נישט בעטן, ער האט א גוט הארץ.

** 8 **

האב איך איינעם פארפאסט? אה, געב א קוק, דארט ביים שמות קעסטל. יא, יא, דער וואס ליגט מיטן נאז טיף צווישען די בלעטער. ער איז דער וואס האט גורם געווען אז איך זאל נישט קענען ברענגן קיין שמות אין בית המדרש אריין, יא ער. מוז ער דען זעהן אלע מיינע אנגעהויבענע חידושי תורה וואס זענען געבליבן ביים האלבן קשיא? איך ווייס נישט וואס ער זוכט דארטן אבער קיין בטלן איז ער נישט.

ער איז א יודע ספר און קוועלט פון א שיינע דבר תורה. פרייטיג צו נאכטס, קען מען איהם כסדר זעהן ארומלויפען מיט א אויפגעמישטע ספר קוועטשנדיג די פינגער צו א געוויסע שורה ווייל פון דארט און ווייטער איז דאך געוואלדיג. צו זיין מזל האט ער נישט קיין סך וואס פרייען זיך מיט. ער טרעפט אן עמיצער וואס האלט אינמיטן אפווישן זיין בעקיטשע פון אויסגעגאסענע טאביק, יענער קוקט אריין מיט גרויסע אויגן אינעם ספר און פרעגט איבער פון וועלכע שורה ער זאל קוקען. דער יעניגער קוקט און קוקט און דער אנדערע ווארט שוין אויף זיין התפעלות אויספלאץ, ער קען שוין קוים ווארטן איהם צו קוקן אין די אויגן און געבן דעם פעסטן שמייכל אז עס זאלן זיך ארויסזעהן אפילו די גאלדענע ציין.

אבער יענער קוקט און קוקט, מען ענדיגט שוין באלד דאס דאווענען און דער חכם קוקט נאך און קלערט זיך "ער האט מיך נישט געזאגט ביז וואו צו ליינען." ענדליך כאפט זיך יענער און ציהט זיך ארויף א געמאכטע שמייכל מיט א "פשששיהא" אויסרוף "געוואלדיג, שכח". יענער לויפט שוין ווייטער און זוכט נאך עמיצער מיט אויסגעגאסענע טאביק.

** 9 **

אויפן וועג ארויס שטויסט מען זיך אן אין נאך עמיצער וואס קעמט זיך פונקט זיין בארד בעפאר ער גייט עס אריינדרייען. ער האלט שוין גרייט זיין גומי ווען ער ענדיגט פונקט צו געבן א גאנצע פאליטישע אנאליז. פונדערווייטענס זעהט ער שוין א צווייטען קומען און גרייט שוין צו זיין עקאנאמיע מבינות.

אינטערעסאנט צו זעהן, ווען ער גייט אריין אין בית המדרש, ווי ער קוקט זיך אום כאילו ער זוכט עפעס, און פלוצלינג גייט ער צו א געוויסע ריכטונג כאילו ער האט געטראפן וואס ער זוכט. אט קומט ער צוריק מיט א בענקל, אנדערש פון אלע, די איינציגסטע בענקל וואס קוקט אויס אזוי. עס איז א אפגעקראצטע גאלד-פארביגע בענקל מיט א רויטע סחורה'דיגע איבערצוג. איך מיין אז דאס קומט נאך פון די אמאליגע ווייבער-שול בענקלעך, א אוד מוצל, שריד דור דעה. ער האט עפעס שוין אזא געוואוינהייט, יעדע קינד ווייסט דאס שוין, אז דאס איז זיין בענקל, שוין, זאל ער עס וואויל באקומען.

אויך איז ער דער איינציגסטער דא, וואס וועט קיינמאל נישט נוצן קיין טישו פון א באקס, ער האט שטענדיג ביי זיך א סחורה'נע טאשענטיכל, א פאטשיילע. אויך דאס איז ברייט באקאנט.

*****

פיין, האט איר אביסל קענען געלערנט די תשעה מתפללים, די קאלירפולע קאמבינאציע וואס טרעפט זיך אין די בתי כנסיות ובתי מדרשות, די אניאגראם פון מיטגלידער אין א שול, יעדער מיט זיינע אייגענשאפטן און משוגעתן.

יעצט, רבותי, מען ברויך א צענטער צום מנין!!!
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

אויסנאם אויסנאם גוט! חחחח!
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

;l;p- :grin: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :wink:
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

הו הא פיין געלאכט. חחח
האב שכל און גיב א שמייכעל!
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

שמחת עולם האט געשריבן:פיין, האט איר אביסל קענען געלערנט די תשעה מתפללים, די קאלירפולע קאמבינאציע וואס טרעפט זיך אין די בתי כנסיות ובתי מדרשות, די אניאגראם פון מיטגלידער אין א שול, יעדער מיט זיינע אייגענשאפטן און משוגעתן.

יעצט, רבותי, מען ברויך א צענטער צום מנין!!!

**10**
איך מיין אז שמחת עולם וועט זיין א גוטער צענטער, ער וועט א יעדן פון זיי שטעלן אין פלאץ און אויסמענטשלען, א גרויסן יישר כח

אה, ניין, אויב וועלן זיי ווערן מענטשן, וועט שמחת עולם שוין נישט קענען מאכן אזא שיינע ארטיקל פון זיי, מיר וועלן מוזן זוכן אן אנדער צענטן
אם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

שמחת עולם זייער שיין געשריבן שטארק הנאה געהאט יישר כח
Liberalism is a mental disorder
אוודאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 13, 2013 11:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוודאי »

געוואלדיג געוואלדיג, אראפגעלייגט דעם מנין מיט׳ן גאנצן קנאק.
דיינע אבזערוואציעס, און ווער רעדט נאך פונעם שריפט, איז אויסערגעווענדליך.
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

נאו וועי! דאס'ז צי א קליינע מנין! ביסט זיכער אז מ'ברויך נישט מער מענטשן? ווייל מ'ברויך מיר נאך אבזערוואציעס...

איי, ושמחת עול"ם על ראש"ם.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

זייער הנאה געהאט. האב איך נישט געוואוסט אז דו דאווענסט נעבן מיר אין שול
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 07, 2015 7:49 pm
לאקאציע: שול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמש »

;l;p- ;l;p- זייער גיט!!
אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנדאנער »

אויב די זיכסט א צענטער מיז זיין אז די ביסט איינער פון די ניין
אויב אזוי וועלכער?
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

דארפסט א צענטער?
איך שיר דיר שוין אריבער אפאר צענטער'ס פון מיין טישא אוינים, נאדיר דעם טאביק טיילער, בואי בשלום טאנצער, ויכולו שותף זוכער, און קענדי טיילער
אבער נאר בתנאי אז ס'וועט נאכקומען נאך אזא אנאליז איבער די צוגעקומענע

יש"כ, נאדיר א גרינעם אויכעט ;l;p- ;l;p- ;l;p-
זייער א גוטער שריפט, און א פיינע אויגן ברילן וואס כאפן אויף די אלע דעליקאטע דעטאלן
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

יאפ האמער פיין הנאה געהאט, ספעציעל פון די מסודר'דיגע שריפט, און אזויפיהל זיסע דעטאלן...

מיין פראבלעם איז נאר פארוואס ביי די מנין איז נאר געווען ניין מענטשן, וואלט נישט בעסער געווען ווען מ'האמער ווען א שוהל פון 50 יודן אדער גאר 200 מתפללים? מיר וואלטן געהאט א פארזעצונג יעדע פאר טעג פון נאך א מנין קערעקטערס... נו'שוין... בעגערס קענט בי טשוזי... דאס האמער געקריגן און שוין!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

הנאה געהאט!

מיר ווארטן אויף א המשך.
אוועטאר
גארגארפיק
שר האלף
תגובות: 1732
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארגארפיק »

wow wow
זיער זיס
מודעה משמחת! נינידזשער (סטעיט פאליס) ראוד ספיד לימיט איז 55! שוין יאהרן לאנג....
[email protected]
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

געוואלדיג!!

איך קען גוט די אלע ניין חברה... ווען מ'וואלט געמעגט וואלט איך זיי אויסגערעכנט דא מיט די נעמען... אזוי גוט אראפצומאלן די קערקטערס!
אוועטאר
גלעזעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 13, 2016 1:54 pm
לאקאציע: אינעם קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלעזעלע »

גאר גוט.
אשאד מדארף נאר 10 פאר מנין! ווען מדארף ווען 20, וואלט איך געהאט מער צו ליינען פון דיין זיסע פעדער.
דאס איז א שטיקל מיט ווערטער וואס ווערט צוגעלייגט צו אלע "מיינע" תגובות
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

איך האלט ביי פינף און דער האלבע קאווע איז שוין צושאסן אויף די ארבע רוחות...! חחח
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 12:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל בוימענגארטן »

זייער פיין! שכח.
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

שוין לאנג נישט אזוי הנאה געהאט פון א ארטיקל... עס האט מיר גראדע געדויערט היבש לאנג צו דערגיין יעדעמ'ס נאמען אבער איך מיין אז איך האב עס דערשנאפט...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
שירה פען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2017 9:49 am
לאקאציע: office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שירה פען »

;l;p- ;l;p-
music helps your mood
אוועטאר
גארגארפיק
שר האלף
תגובות: 1732
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין

געטראפן דעם צענטן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארגארפיק »

מיט גרויס פרייד מעלדן מיר אז יא! מיר האבן געטראפן דער צענטן! יא נאכן איינשפאנען די סאפסעקירטסטע איינהייטן איז אונז ב"ה געלונגען צו טרעפן דעם צענטן!

דער צענטער
דער צענטער
88435-OIXUVA-957.jpg (147.09 KiB) געזען 3144 מאל

זעהסט דעם דארט?

ניין?

נאך אלס נישט?

איך וועל דיר מסביר זיין פארוואס די און קיינער פון די מתפללים האבן אים נישט באמערקט. ער זיצט דארט אויפן רעכטן באנק, זעהסט נאך אלס נישט? אונטער יענע היט.

אה יעצט זעהסטו שוין איא?
די סיבה פארוואס די איך און אלע ארימיגע באמערקן אים נישט איז ווייל ער זיצט שוין דארט אזוי לאנג אז ער זעהט שוין אויס ווי א חלק פון די פיר ווענט, יא ער שטעלט זיך אהין טעגליך יעדן טאג נאך בעפאר דער ערשטער קומט אן און ער פארזאזט זיין מקום פונקט א דריי פערטל שעה נאכן לעצטן מתפלל, דאווענדיג לאנגזאם ברכות מיטן ערשטן מנין הודו מיטן צווייטן אא"וו, דעריבער ווען מיר האבן איינגעשפאנד די עף בי איי און די סיי איי עי ועוד ועוד האבן זיי אים גלייך אונטער אן אויגן בליק געפינען, וויבאלד זיי זענען נישט געוואוינט צו דעם מאדענעם און זעלטענעם סצענע, מיטן גראבן פינגער האבן זיי גלייך אנגעצייגט אויף אים,

פארשטעקנדיג זיך פאר בושה, האב איך זיי באצאלט זייער טיפ און פארשיקט,

פאר די וועלכע האבן נאך נישט באזיכט ביי אונז און שטובל, וועל איך פרובירן מיט מיין ארימע פענע וועלכע איז ניטאמאל ווערט צו באשרייבן אונזער חשובע ר' צענטער שליט"א, (נישט צומישן מיט ר' סענדער אויך א אפטע מתפלל, אבער דאס וועל איך שוין לאזן פאר אנדערע).

ר' צענטער, קומט אן יעדן טאג ווי א שווייצער זייגער ארים 5:00 און זעצט זיך גלייך אראפ דארטן אויפן רעכטן באנק, מיט זיין תהילים'ל און זיין אלטע צוריסענע תפילין בייטל וועלכע שטעקט זיך ארויס פון אינצווישן די פלעסטיק און פון דארט שטעקט זיך ארויס פארשידענע שאפינג בעגס פון אלע מאסן און קאלירן, פון וועלכע עס רינט ארויס די שריים פון די תיקן פון די לעצטע פאר חדשים, (לויט וויפיל חדשים עס איז פון פסח) און (אומ)אנגענעמען גערוך פארשפרייט זיך דערפון, דארט זיצט ער און טוט זיך אן פראסקעט אן אלע שכינים ביים עטופה, ביז ער איז זעכער אז אלע שכינים ווייסן שוין פון זיין אנוועזנהייט, דאן מישט ער אויף זיין אור אלטן עמדין סידור, פון וועלכע עס פארשפרייט זיך א וואלקעינאו פון שטויב וועלכע זענען נאך געזיצן אויפן הייליגן שטריימל פונעם בעל שם הק', וועלכע גיבן נאר צו צו די ארימיגע הותעוררות, דאן שלעפט ער ארויס זיינע תפילין און ווי טעגליך נעמט ער ארויס בטעות זיינע ר"ת תפילין, מיט א הויכן קרעכץ לייגט ער עס צריק און נעמט ארויס די רש"י תפילין די רצועות פאלן גלייך אויפן ערד די מלחמה האט ער שוין נעכטן אויפגעגעבן, יעצט איז ער פארנומען צו זיכן צו איינער קוקט אויף אים, דער בעל תפלה האלט שוין ביי ברכו ווען ער טוט זיך אן די של ראש, איבערקוקנדיג 250 מאל צו עס איז אויפן ריכטיגן ארט, ליידנדיג אויף
Ole Chlem Disorter שוין קומענדיג פון אלע אויסהיילער און און קראנק מאכער, הקיצור ביז וואס ווען ווי האלט שוין דער בעל תפלה ביי חזרת הש"ץ, ער הייבט אן דאווענען לאנגזאם שטייט ווארט ביי ווארט ווי מען ציילט אתרוגים, אדורך לאזנדיג אלע מנינים אין דעם שטובל, ביז ענדליך פארן ערשטן מנין מנחה שטעלט ער זיך אויף און כאפט צוזאם די איבריגע שטיקלעך קעיק און פארטרוקנטע ברוינפן פון די תיקן, פון וועלכע ער עסט מיט געשמאק און ס'איבריגע לייגט ער צריק מיט זייערע חבירים אין תפילין בייטל, לויפענדיג כאפן די ערשטע מנין מנחה ווי זיין שטייגער און אט אט דאס איז אונזער וועלט בארימטער ר' צענטער שליט"א
מודעה משמחת! נינידזשער (סטעיט פאליס) ראוד ספיד לימיט איז 55! שוין יאהרן לאנג....
[email protected]
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

שוין, דארף מען מער נישט קיין צענטער... א פיינער ארטיקל מיט אזויפיל דעטאלן... איר זענט זיכער נישט יענער מיט די פינטעלע אויף די פלוס גלעזער...
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

;l;p- ;l;p-
לייבעלע הירש
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבעלע הירש »

פיין פיין
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”