"א גוטן אלע חשובע צוהערער... נייע שטערן..." קול מבשר אינטערוויו

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טישטוך
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

"א גוטן אלע חשובע צוהערער... נייע שטערן..." קול מבשר אינטערוויו

תגובהדורך טישטוך » דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 3:36 am

זיץ איך מיר אין מיין קאר אויפן וועג אהיים פון די ארבעט, איך דריק אריין די באקאנטע נומערן אין מיין טעלעפון און הייב אן אויסהערן דעם אינהאלט קנעפל, על הא ועל דהא'ס און ביזנעס און סוקסעס אינטערסירן מיר גאר ווייניג, איך דרוק שנעל דעם # און איך הער אז אה! עס איז שוין דא א נייע אנאליז פון הערשל פרידמאן, אבער נעע, נישט פאר יעצט... עפעס זאגט ער וועגן א נייע אינטערוויו מיט איינער פון די נייע אויפקומענדע שטערנס בעולם הנגינה, די נאמען איז מיר בכלל נישט וויכטיג און איך גיי ממילא וויסן בערך אויסנווענדיג וואס דער גייט מיר פארקויפן אין דעם אינטערוויו (וואס ער האט אויסגעצאלט מיט די רעשטע פון זיין לעצטן דזשאב... דריי וואכן צוריק...) אבער נאכן אויסהערן דעם אינהאלט קנעפל ווייטער זעה איך אז עפעס עקסטער איז נישט דא היינט אויף די ארענע... שוין.. גיי איך אויסהערן וואס דער נייער שטערן האט מיר צו דערציילן.

די אינטערוויו הייבט זיך אן אזוי:

וועלוול שמעלצער: א נייע שטערן האט זיך ארויפגעדראפעט אויפן לייטער פון דעם עולם הנגינה, גיימיר יעצט אריבער צו דעם טייערן איד וואס גיבט אונז אוועק פון זיין פארנומענע צייט (זיין וואס??...) זען מי הוא זה ואיזהו ווער איז דער וואס קינד און קייט וואונדערן זיך אזוי ווער איז דער מיטן שיינע שטימע וואס זינגט אזוי פעסט יעדע נאכט ביי חתונות (ממש אזוי... מממ...) א גוטן ר' עקיבא שמחה! עה.. עקיבא שמחי? קיווי? שמחה? שמחי?
עקיבא שמחי: (שעמעוודיג...) עההעעם! עקיבא שמחי מיין איך איז גוט... א גוטן וועלוועל, וואס מאכט מען?
וועלוול: יעדער איינער דרייט זיך ארום מיט פראגעס ווער איז דער נייער זינגער וואס גיבט ארויס אזוינע פיינע סחורה פארן היימישן ציבור, דעריבער האבן מיר זיך פארבינדן מיט אייך אז איר זאלט אונז דערציילן ווער זענט איר און וויאזוי זענט איר אזוי שנעל ארויף אויפן מארקעט און אויפגעכאפט ביים עולם?
עקיבא שמחי: אזויווי האסט געזאגט, (נאך איין עהההעם!) בין איך ב"ה זייער זייער פארנומען, ממש יומם ושבותו לא ישבו... עם, עפעס אזוי... (דא גיבט ער אזא לאך ווי כ'האב גארנישט געזאגט...) און ב"ה דער באשעפער האט מיר געגעבן א טאלאנט וואס איך פרוביר אהערצושטעלן פארן ציבור, און... ב"ה ב"ה מען הערט צוריק פאזיטיווע פידבעק פון יעדן איינעם אנגעהויבן ביי חסידים און געענדיגט ממש ביי די... ביי די גרעסטע ליטווישע.
וועלוול: אזוי, איר האט ליטווישע חתונות?
עקיבא שמחי: יא! איך קען זיין איין נאכט פארנומען ביי א דזשאב אין פרדס צבי און דעם נעקסטן נאכט קען איך זיין ביזי ביי א רייכע איווענט אין עטרת ריבא אין לעיקוואוד!
וועלוול: וויאזוי קאמיוניקירט איר מיטן ליטווישן און מער מאדערנעם ציבור?
עקיבא שמחי: אין אנהייב איז עס מיר געווען זייער שווער... איך האב גראדע געהאט איינמאל וואס איינער האט מיר געביכלט פאר א ליטווישע חתונה אום ל"ג בעומר און אזוי פאר פסח צייט האב איך פונקט גערעדט מיטן מחותן איבער א פרייז האב איך אים געווינטשן נאכן שמועס העפ"י פעססאווע"ר און דער האט מיר אראפגעלאזט אזאנס און אזעלכעס 'דעט ווי קנאו האו טו סעי פעיסאח...'
וועלוול: (שמייכלט) כככ... און וויאזוי איז אריבער די חתונה אויב מ'מעג פרעגן...
עקיבא שמחי: (קווענקלט... דעם אמת אדער נישט...) ב"ה זייער זיייער פיין.
וועלוול: וויאזוי זענט איר אריין אין די מוזיק ליין?
עקיבא שמחי: עממ.. כ'העל דיר זאגן דמ'אמת, עס איז געווען ביי מיין פירסט רימאווד קאזינס חתונה און די ספיקער סיסטעם האט געקראכט, אזויווי יעדער האט געוואוסט אז איך בין ב"ה געבענטשט געווארן מיט גאר א הויעכן שטימע האט מען מיר געבעטן פארצוזינגען אז ד'רוילעם זאל קענען ווייטער טאנצן, איינער האט מיר פונקט געהערט און ווי עס זעט אויס האט ער גאר שטארק הנאה געהאט פון מיר און ער האט מיר געביכלט דארטן אויפן פלאץ, און פון דעמאלטס איז ב"ה געפארן א באן... יעדע נאכט מיט פרישע שמחות, די רעסט איז היסטערי ווי מ'זאגט.
וועלוול: איז לאמיר אריבערגיין מער צו אזא סענסיטיווע שאלה, ווואאאסססס אאייז עקיבא שמחי'ס גייייד ליינס?
עקיבא שמחי: איז אזוי, פאר איך בין אריין אין די זינגען אינדעסטרי האב איך אפגעמאכט צוויי זאכן וואס פון דעם גיי איך זיך נישט רירן, נאמבער וואן איז אז איך גיי קיינמאל נישט פארפאסן מיין נאכמיטאג שיעור און נאמבער טא אז איך גיי קיינמאל נישט זינגען קיין חזנות.
וועלוול: ניין, איך מיין צו פרעגן עפעס מער אידישקייט פאליסיס וואס איר גייט נישט אריבערגיין.
עקיבא שמחי: איך וועל דיר זאגן דעם אמת אז איך האב קיינמאל נישט אפגעמאכט עפעס ספעציעל, אבער גראדע אז מען רעדט שוין האט מיר פונקט פאריגע וואך א גאר גרויסער גוי'ישער פראדוסער געפרעגט אויב איך וואלט געוואלט אריבערגיין צו איינע פון זיינע אווענטן געבן פאר זיי צו הערן אביסעלע דזשואיש מיוזיק, איך ווייס נישט וואו ער איז געוואויר געווארן וועגן מיר קען זיין ווייל ער האט געזען איינע פון מיינע פאפולערע קליפס (יע יע וואס ער האט ארויפגעלייגט אויף שיעזאלי פאר 300 דאלער...) אדער ווייל ער האט מיר געזען ביי א ליטווישע חתונה... הכלל, איך האב עס פארשטייט זיך אפגעזאגט ווייל ער האט געבעטן צופיל געלט.
וועלוול: אוי וויי, איר קענט עס משלים זיין בחינם דא אויף קול מבשר ביי די כשרונות אפטיילונג (נומבער פיר פון די מעין מעניו...)
עקיבא שמחי: (פינקלט) קען זיין איך וועל דיר עפעס אריינשיקן אויב כ'וועל האבן צייט.
וועלוול: מיט וואס זענט איר אזוי פארנומען אויב מען מעג פרעגן?
עקיבא שמחי: נו זאג דו.
וועלוול: אן אלבום?
עקיבא שמחי: נישט ממש, גראדע האב איך געטראכט פון ארבעטן אויף איינס, מעיבי וואן דעי... גראדע האלט מען יעצט פארן ריליסן א סינגל, ב"ה זייער א שיינע און הערליכע ארבעט, עולם! ס'קומט גרויסע חידושים און פרישע טאלאנט.
וועלוול: וואס מיינט פרישע טאלאנט? פון נייע מיוזישנס און זינגער'ס? נייע בדחנים?
עקיבא שמחי: נישט ממש... מען קען נישט אלעס ארויסגעבן (נאכדערצו ווען ס'נישטא וואס...) אבער חברה סטעי טאנד, ס'קומט פרישע חידושים.
וועלוול: אפשר דאך גיבט איר אביסל ארויס אזא סניק פיק (וואס מיינט עס?) פארן נייגעריגן ציבור?
עקיבא שמחי: אקעי, וועלוול האסט גע'פועל'ט, (אה... ביינעימענען פועל'ט מען שנעל... גוט צו וויסן...) עס גייט זיין א מורא'דיגע חידוש, עס גייט זיין א ניגון וואס איז אביסל א הארא און אביסל א טעקנאו, עס איז געבויעט אויף ווערטער פון ר' נחמן פון ברסלב אז דער אייבערשטער האט אונז זייער ליב און עס איז נישטא קיין יאוש.
וועלוול: ווער האט קאמפאזירט דעם ניגון אויב מעג מען פרעגן?
עקיבא שמחי: עמממ... מ'מעג פרעגן... בעסער נישט... אבער מען רעדט ממש פון ריכטיגע סחורה, יונגע ענערזשי!
וועלוול: וואס וועט זיין די נאמען פונעם סינגל?
עקיבא שמחי: כי בשמחה, ווייל עס רעדט זיך פון שמחה און גראדע הייס איך עקיבא שמחה וואס הערט זיך גאנץ סימילעיר...
וועלוול: שוין! זאל דער אייבערשטער העלפן אז איר זאלט טאקע קענען דעליווערן פיינע סחורה פאר כלל ישראל און ברענגען עקיבא מיט שמחה פאר אלע אידישע קינדערלעך בכל מקום שהם.
עקיבא שמחי: אמן! הצלחה רבה וועלוול!
וועלוול: א שכח פארן ארויפקומען אויפן ליין.
עקיבא שמחי: א שכח פאר דיר פארן געבן די געלעגנהייט צו רעדן צו אזוי פיל יודן אויפאמאל.
וועלוול: ביי ביי...
עקיבא שמחי: וואס?
וועלוול: איך האב אייך געווינטשן הצלחה.
עקיבא שמחי: אה... הצלחה וועלוול.
וועלוול: הצלחה רבה.
עקיבא שמחי: יא יא פאר דיר אויך.

ערגעצוואו זעט אויס האט זיך דער טעלעפון אפגעהאקט צווישן זיי... מיט געמישטע געפילן בין איך אנגעקומען אינדערהיים און אויפגעגעסן שטילערהייט מיין נאכטמאל...
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 708
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

תגובהדורך דער בדחן » דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 8:08 am

קיווא שימחי..............

צוקער זיס

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1725
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 8:24 am

גוט !

אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 8:44 am

;l;p-

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2731
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 8:45 am

Nice

Thanks

שירה פען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 06, 2017 9:49 am
לאקאציע: office

תגובהדורך שירה פען » דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 9:55 am

;l;p- ;l;p- ;l;p-
music helps your mood

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 10:01 am

דו ביזט נעקסט אויף וועלוול'ס ליסטע...
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 10:10 am

צוקער ;l;p-
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 12:00 pm

:lol: געביכלט פאר געלעכטער
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1538
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 12:30 pm

פיין דעסקרייבט די היינטיגע נייע שטערן'ס.... פיין געשמייכלט

ייש"כ
זוכט איר דוי?

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלפיים
תגובות: 2164
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 2:04 pm

דאס איז נישט א נייע שטערן דאס איז א פילע לבנה.
ונזכה כולנו לבנין ירושלים. הכ"ד המצפה לישועה קרובה.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
geek
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 27, 2011 6:33 pm

תגובהדורך geek » פרייטאג נובעמבער 10, 2017 2:24 am

delicious

אוועטאר
טישטוך
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

באשרייבונג אין די היימישע אויסגאבעס איבערן נייעם שטערן עקיבא שמחי

תגובהדורך טישטוך » פרייטאג נובעמבער 10, 2017 5:04 am

עקיבא שמחה, ווער האט נאכנישט געהערט פון עקיבא שמחי דער נייעסטע און סאמע גרעסטע היימישע זינגער? איך האב שוין געהערט און מיינע חברים האבן שוין געהערט, און יעדער איינער האט שוין ווארשיינליך געהערט...
א היימישע אויסגאבע האט מיר געבעטן אים אביסעלע צו באשרייבן, לאמיר אייך מיטטיילן וויאזוי דער אינטערוויו איז צוגעגאנגען...

אין א שפעטן דאנערשטאג נאכט האב איך אריינגעפארקט מיין קאר ביי די פאמפ פארנט פון די ווילא פון דעם שטערן! מיינע געפילן האבן געברויזט און אין מיין קאפ האב איך זיך אויסגעמאלן וויאזוי עס וועט אויסקוקן מיין ערשטן באגעגעניש מיט דעם פרישן סעלעברעטי עקיבא שמחה, איך בין אריין אין זיין פראכטפולע דירה וועלכע איז סטאנציאנירט אין א פראכטפולע בעיסמענט אויף פען סטריט און איך האב מיר אראפגעזעצט אויפן קאוטש וועלכע דינט אויך אלס א קאך בענקל, מיין אויער האט מיר אריבערגעשיקט מעסעזשעס אז ער האלט אינמיטן עסן נישט ווייט פון דא, איך האב זיך עס שנעל איבערצייגט נאכדעם וואס ער מיר געקומען פאכענען מיט די הענט ווי מיר צו זאגן א גוטן, איך האב געמערקט זיין פילן מויל און איך האב גלייך פארמעקט פון מיין נאטיץ ביכל די קשיא פון וואו ער האלט אז זיין דיקע שטימע קומט... נאכן זיצן דארטן א קורצע האלבע שעה איז ער אריינגעקומען זיך אנטשולדיגן אז ער גייט נאר ארויס הכנות אויף ממש צוויי מינוט, ווי צו ברענגען א ראיה צו זיינע רייד האט ער אויפגעהויבן אזוינע צוויי פינגערלעך...
ענדליך איז ער ארויסגעקומען מיט שאקעלדיגע נאסע הענט, ער האט געדריקט אויף די ווארט לע"שות!" און זיך אראפגעזעצט צום טיש, ער האט זיך אנגעהויבן אנטשולדיגן פאר מיר אז ער איז פשוט געווען אזוי פארנומען נעכטן נאכט אז ער האט נישט געקענט עסן האט ער עס פשוט יעצט משלים געווען, שוין, איך האב פארשטאנען, איך בין צוגקומען צום ווארט נאך א לאנגן הוס.
עקיבא שמחי איז זייער א נאבעלע כאראקטער נאך אלעמען, יעדע שאלה וואס איך האב אים געפרעגט האט ער געענטפערט מיט אזא זיסן שמייכל אזש זיינע הויזנטראגער זענען אים ענג געווארן, די ערשטע שאלה וואס כ'האב אים געפרעגט איז פארשטייט זיך געווען ווי לאנג ער איז שוין אין די ליין, ער האט מיר געענטפערט קראצענדיג זיין מארדע אז ער איז נאכנישט אין די ליין, ער שפירט אז עס איז נישט א ליין, עס איז מער א נשמה זאך, איך פרעג אים אזוי זאג מיר נאר דעם אמת וואס איז די פלאן אויף דער צוקונפט? ער זאגט מיר אביסל פארוואלקנט אז היות ער מוז מארגן גיין אויף א דזשאב זייער פרי ווייסט ער נאכנישט, צווישן אנדערע האט ער מיר דערציילט אז נעכטן שפעט אינמיטן נאכט האט ער פראקטיצירט דאס זינגען פאר גאר א גרויסער אווענט וואס האט געדארפט פארצוקומען אין מיאמי ביעטש פלארידא ווען אינמיטן האט ער געהערט זעצן אויפן טיר... ער זאגט מיר אז די נשמה איז אים שיעור ארויסגעפלויגן פון פחד, ער איז צוגעלאפן צו זיינע קאלאטשן און זיי אנגעטון און געעפנט דעם טיר און געטראפן זיין לענדלארד מיט א שרעקעוודיגן געזיכט און שלעכטע מינע אויפן פנים, יענער האט זיך נישט געזוימט נאר אנגעהויבן שרייען מיט א ברויזנדן שטימע "וואס וועקסטו אויף מענטשן? ביסט א נארמאלער מענטש??" עקיבה שמחי האט אים געענטפערט אז ער זאל נאר נישט שרייען ווייל אין עטליכע יאר ארום וועלן מענטשן קומען זיך פאטאגריפירן ביי דעם הויז און זאגן אז אט דא פלעגט צו וואוינען דער ריזיגער סעלעבריטי קיווע שימחע! ער זאגט מיר אז זיין לענדלארד האט גלייך מסכים געווען און אים געזאגט אז אויב וועט ער ממשיך זיין מיט דאס נאכט זינגעריי קען זיין וועט עס שוין פאסירן מארגן...
איך פרעג אים צו ער האט אפשר א רב אדער מורה דרך אויף דעם ענטפערט ער מיר אז אלע אידן זענען ברודערס און ער האט קיינמאל נישט געפרעגט קיינע דיעות פון זיינע ברודערס איז וועט ער ווייטער נישט פרעגן, ער זאגט אז ער איז קאנעקטעד צום טאטן אין הימל און קיינער האט נישט וואס אריינצורעדן דערין, דער גרעסטער חידוש איז מיר געווען אז עקיבא שמחי פארמאגט נאך אלעמען א מורא'דיגע טאלאנט אין מאכן ווערטלעך, משך די גאנצע אינטערוויו זענען מיר געזעסן און געלאכט ווען יעדעס מאל וואס ער זאגט א גוטס שווימען ארויף צוויי חתיכות פון זיין פעסטראמי סענדוויטש אויף זיינע ליפן, איך האב זיך דערמאנט אינדערמיטן אז איך האב נאכנישט אראפגעלייגט מיין רעקארדער אויפן טיש! אוי א בראך! עקיבא שמחה האט מיר געפרעגט צו איך וויל יעצט נאכאמאל אנהייבן די גאנצע זאך פון אנהייב ווייל ער האט נישט קיין כח איבערצועסן נאכטמאל...
זעענדיג בלויע לעקטערלעך ביי די פענסטער האב איך זיך שנעל געזעגנט פון עקיבא'נען ווייל קיין טיקעט פארן פארקן ביים פאמפ האט מיר נישט געשמעקט און אויך ווייל... שוין, לשון הרע...

לאמיר אייך נאר דערמאנען חשוב'ע אייוועלט זיצער אז דער עקיבא שמחי איז באזירט אויף אמת'ע פאקטן... יעדער איז בארעכטיגט צוצולייגן וכל המוסיף מוסיפין לו מן השמים...
ביי ביי
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3838
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » פרייטאג נובעמבער 10, 2017 3:25 pm

פיינע איידיע דעיס! געלאכט עטליכע מאל. אייזערינע שריפט און זאפטיג אראפגעלייגט. ייש"כ!

איין זאך האסטו פארגעסן ביים אינטערוויא, די צעהנדליגע אימעילס פון שוואכע בחורים וואס האבן נאכאמאל אנגעהויבען לייגן תפילין ווען זיי האבן געהערט א שטיקל ווי ער זינגט....
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3893
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » פרייטאג נובעמבער 10, 2017 3:53 pm

דער האט געהאט א גוטן טושטוך ביים אינטערוויו! נהניתי
...

אוועטאר
tech yid
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 7:09 pm
לאקאציע: נישט ביים קאמפיוטער

תגובהדורך tech yid » מוצ"ש נובעמבער 11, 2017 7:33 pm

גוט געזאגט
הק׳ טעקעלע

אוועטאר
שמחת עולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 31, 2013 7:35 am

תגובהדורך שמחת עולם » מוצ"ש נובעמבער 11, 2017 7:37 pm

געוואלדיג! הנאה געהאט פונעם געדאנק בכלל און פונעם שריפט בפרט!
בעפאר דו גייסט נעמען סיי וועלכע שריט לויט די ראַט פון א חבר,
טראכט גוט אריין!
האט ער דיך גע׳עצה׳ט אדער גע׳העצ׳ט ? ? ?
__________
שמחת עולם - מיין ארטיקלען מפתח

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2983
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » מוצ"ש נובעמבער 11, 2017 7:41 pm

פיין הנאה געהאט פון די ליצנותא דעבודה זרה, וד"ל
ואני מלא טעויות תמיד, פעם בסברא, פעם בגמרא, ואיני נכלם בזה.
(קוב"א)

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5609
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג נובעמבער 12, 2017 12:16 am

געוואלדיג
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2619
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג נובעמבער 12, 2017 12:48 am

זיס ווי צוקער!

תמשיך...
סוף מעשה במחשבה תחילה.

אוועטאר
פיינקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 28, 2017 2:59 pm

תגובהדורך פיינקייט » מאנטאג נובעמבער 13, 2017 8:13 pm

PDF?
"כלנו לנארמאל"!!!...(קרעדיט:שאץ מאץ)

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

תגובהדורך פרוביר אויך » מאנטאג נובעמבער 13, 2017 8:41 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:זיס ווי צוקער!

תמשיך...
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
שמרי' קערנקרויט
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 18, 2017 11:11 pm
לאקאציע: ביים טיר פון בית המדרש

תגובהדורך שמרי' קערנקרויט » מאנטאג נובעמבער 13, 2017 9:48 pm

טישטוך האט געשריבן:
לאמיר אייך נאר דערמאנען חשוב'ע אייוועלט זיצער אז דער עקיבא שמחי איז באזירט אויף אמת'ע פאקטן... יעדער איז בארעכטיגט צוצולייגן וכל המוסיף מוסיפין לו מן השמים...

דאס איז נאך די בעסטע חלק 8.)
א שנארער
הצלחה מיט שששמחחההה!

רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובהדורך רה''ק דקהל פורים » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 5:40 am

געוואלדיג געוואלדיג! פיין געלאכט..
ווער דארף א (צוקראצטע) טיש ווען מ'האט א טישטוך?
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 5:51 am

יעדעס ווארט צו צעקייען
א כפר"ה אויף אייוועלט...


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט