איך לויף אויך

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

איך לויף אויך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

א נאכט פאר די היסטארישע וואלן פון יאר תשע"ח, איר פרעגט אודאי וואס איז אזוי היסטאריש, איך פרעג אויך… אלנספאלס געוויינליך איז היסטאריע א זאך וואס איז שוין אלט א צוויי צענדליג יאר אדער מער, אבער דא רעדט מען פון א אויסנאמספאל, מ'רעדט פון היסטאריע בשעתה, עס איז ממש הימל און ערד און די לויפערס, עס איז די טראמפייטער עפאכע ווי מ'מוז נישט זיין קיין פאליטיקאנט צו לויפן, מ'דארף קענען שרייען גענוג הויך און מ'קען אויפטוהן פאר אידישקייט.

ווער געדענקט נאך די צייטן ווען א פאליטיקאנט איז געקומען מיט א רעזומעי, ער האט געוויזן וואס ער האט אלס אויפגעטוהן, און ווען א סתם פארשקלאפטער אידעלע האט געחלומ'ט פון לויפן פאר א אמט איז אים געווארן קאלמוטנע אויף די וואנצן, ער האט דאך נישט וואס פארצושטעלן, סך הכל האט ער געלערנט אין חדר און געפאלגט די רבי, נישט איבערגעדרייט די זופ אויף די טאמעיטע'ס ביי לאנטש, טאקע א וואויל אינגל אבער נישט קיין באגנוגענדע סיבה פאר די שטימען פון דעם אמעריקאנעם מהות.

איז אבער געקומען גוטע צייטן, מ'קען לויפן אן קיין סיבה, מ'קען לויפן אן קיין ריכטונג, און מ'קען לויפן אן קיין שום געהעריגע ליניע, ועל הכל קען מען שטורעמען די גאסן אז מיט דעם לויפן בין איך גאר מקיים דעם הוי רץ לדבר מצוה, און יעדער איד מוז האבן א חלק אין דעם מצוה דרבים, מ'מוז שטימען ווייל אין דעם איז תלוי דער עקזיסטענץ פון אידישקייט.

ווען איך הער אזא זאך, אזא גאר געהויבענע מצוה, און אזא געהויבענע זכי' פון ממש דורות זאלן זיין תלוי אין לויפן פאר פאליטישן אמט, מאך איך מיר א חשבון הנפש אז א מענטש לעבט דאך נישט אייביג, און אם לא עכשיו אימתי, דעריבער בין איך געקומען צו א פעסטן באשלוס, אז לא להנאת גופי, ולא להנאת רוחי, אלא לכבוד שעמום בין איך מיך מוסר נפש ומודעה אז:

איך לויף פאר פאליטישן אפיס!!!

איך וועל נישט אנהייבן אייך צו פארדרייען קיין קאפ מיט סיבות פארוואס איך האלט אז דאס איז ממש לטובת הכלל אז איך זאל לויפן, און אויך נישט איבער וועלכן אמט איך לויף וואס איך האב נאך נישט באשלאסן, אבער איך האב באשלאסן אזוי.

דאס עצם לויפן איז א געזונטע זאך, אויסער וואס ס'איז דא מענטשן ארום מיר וואס וואלטן זיך שטארק געפריידט מיך צו זעהן לויפן, און זיי דארפן נישט קיין געהעריגע אינפארמאציע וואו איך לויף צו.

און ווי נישט ווי מיט די דרכי הפאליטיקא וואס טוען זיך היינט אפ, האב איך מיר געמאכט א שנעלן חשבון אז איך האב גאר אסאך געלייסטעט פארן ציבור. איר קוקט זיך ארום און איר זעהט די בנינים תלמודי תורה און ישיבות, דאס זענען אלע מעשי ידי להתפאר וואס איך האב אין די פארגאנגענע 20 יאר געלאזט בויען, און נישט נאר דאס, נאר אפי' נאך אלס קליין קינד (איך בין פאררויטלט יעצט, איך גלייך נישט זיך אויפצוטוהן, נאר וואס טוט מען ניטש לשם שמים) ווען איך האב נאך געלערנט אין חדר די א' ב' בין איך שוין געווען פון די פיאנערן וועלכע האבן געלאזט בויען די הערליכע בנינים, וואס דעמאלס זענען נאך ווייט נישט געווען אזוינע גראנדיעזע ווי אט די וואס איך האב מיט די יארן געלאזט בויען.

איך וויל נישט רעדן וואס איך האב אלס אויפגעטוהן אין דעם ענין פון טרעפיק אין ברוקלין, עס איז א דבר ידוע פאר די וואס קענען מיך אז איך האב אלס אכט געגעבן אויף די חוקי המדינה, נישט צו אריבערפארן דעם רויטן לאמפ אדער אנדערע געזעצן וועלכע איך וואלט געקענט לייכט קומען לידי נסיון אריבער צו פארן ווען קיינער זעהט נישט און פארדינען א שנעלן דאללער ווען מ'כאפט מיך נישט, פארט האב איך צוליב מיין געטריישאפט צום פאלק, און איבערגעגעבנקייט צו מיינע אידישע ברודער וועלכע ליידן אין גלות אזוי פיל יארן אלס פרובירט צו פארלייכטערן דעם מצב און נישט שאפן קיין עקסטערע עקסידענטן אדער אנדער אומאיינגענעמליכקייטן.

אויסער דעם וואס ס'איז א שאנדע און א בושה אז ס'נאך דא היינט אידן וואס לויפן נישט, אין די צייט וואס דאס איז קלאר א בחינה פון פורש מן הציבור, איז עס אויך א זאך וואס העלפט הייבן דעם זעלבסט זיכערקייט וואס איז היינט אזוי שטארק וויכטיג מער ווי אלעמאל.

יא, דאס אליינס אז איך האב גענומען קלאסן פאר זעלבסט זיכערקייט האט מיך קלאר געלערנט אז כדי צו קענען אויפריכטיג שטייגן און נישט פאלן פון מיין שטענדיגע הייפער זעלבסטזיכערקייט איז וויכטיג צו לויפן פאר א פאליטישן אמט, און ווייזן פאר די סובקאנטשעס אז מ'האט נישט מורא, מיין לערער האט געזאגט אז מ'דארף טוהן זאכן וואס מ'האט אלס מורא געהאט צו טוהן, און וואס אנדערע לאכן אפ פון דיר, און איך שפיר אז אויב טוה איך אט דאס בין איך מוציא ידי שניהם מיט איין שאס.

לאמיר אייך פארציילן מיין אגענדע, און וואס איך וועל אלס אויפטוהן פארן ציבור אויב זאל איך ח"ו געווינען דעם אמט.

ערשטנס ווענדט זיך וועלכע אמט איך וועל לויפן, אבער אויב איז עס אן אמט וואס קען אפי' נאר עפעס אויפטוהן פאליטיש וועל איך על הכל די ערשטע זאך זיך נעמען צום אומבאמערקטן פראבלעם פון די ערב פסח'דיגע פייערן, איך וועל בויען א צענטער קאלעך אויוון וואס דארט וועט מען באקן חלות אויף איין זייט און עס פארברענען אויף די צווייטע, אזוי אז די אידישע מאמע זאל אפאר טעג פאר פסח קענען אפאטעמען פון דעם פארפיינטעטן חמץ.

דאס צווייטע פראבלעם איז די מאסן אויסוואנדערונג פון ברוקלין, מ'לאזט איבער די עלטערע דור אן קיין פארזארגער אין א ארץ לא גרועה און מ'אנטלויפט זיך צו די בערג, דאס איז נישט עטיש און אודאי נישט מסורה'דיג אויסגעהאלטן, אלזא וועל איך שטארק שטופן א געזעץ וואס לאזט נישט אוועקציעהן זיך מער ווי 45 בלאק צו איינער פון די שוויגער עלטערן, מ'קען נישט אפלאכן פון דעם דור וואס האט אזוי געהיטן אויף דעם מסורה.

די מקוה טיהרן אין היימישע בתי מדרשים וועלכע דרייען זיך מיט אייזענעס און לאזן נישט אריין אומבאצאלט וועלן אויסגעראטן ווערן אינטער מיין אויפזיכט און מ'וועט אבסאלוט קענען אריינגיין אן קיין שום אפצאל, נאר אויף ארויסגיין וועט זיין א אפצאל וואס דאס איז שוין א זאך וואס איז אויסגעהאלטן תורה'דיג, עס איז אבער קלאר קעגן דעם דעת תורה אפצוהאלטן אידן פון "אריין גיין" אין מקוה.

ועוד ועוד פארשידענע גאר וויכטיגע תיקונים פארן דור, וואס איך שפיר אז אם אין אני לי מי לי וכשאני לעצמי מה אני, אלזא קיינער טאר נישט פעלן, און יעדער זאל שטימען פאר מיר כדי מ'זאל קענען אויפטוהן לד' ולתורתו.

איך וועל נישט ארום לויפן צו רבנים און אדמורי"ם פאר בילדער, זיי זענען מיר גארנישט שולדיג אז איך זאל פון זיי טרייבן אזוינע ביליגע ליצנות, איך וועל דינגען א ספעציעלן גראפיקער וועלכער וועט פאטאשאפן די אלע בילדער אן קיין שום טירחא מצד די רביים, און דאס וועט אויך פארמינערן די קאסטן פון מיין קאמפיין, און ווי אויך וועל איך קענען האבן בילדער מיט אדמורי"ם פון דעם דור ישן נאך פון פארן קריג, דאס וועט זיכער ארויסברענגען נאסטאלאגיע ביי די שטים ערטער און מ'וועט זעהן א שטיצע ווי קיינמאל בעפאר.

איך וועל בעיקר זיך פארלייגן ארויסצוברענגען דאס ענטוזיאזם ביים ציבור, ווי שטארק און מעכטיג דער עולם ווארט שוין קוים צו שטימען פאר מיר, און יעדער וועט מיר גלייבן… פון וואו ווייס איך? קוקט די צייטונגען די פארגאנגענע וואך און זאגט אליינס.

בנערינו ובזקננו נלך, קיינער טאר נישט פעלן, די דורות פון אייערע קינדס קינדער זענען אלע אנגעוואנדן אין די גאר וויכטיגע קריטישע באמבאסטישע שטימען פאר מיין פאליטישן אמט. געדענקט! דער עתיד ליגט אין אייערע הענט, און פאר איר לייגט תפילין מאכט זיכער עס אראפצולייגן אויף א זיכערן ארט (שאלה פון חציצה).

א גוטע נאכט.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

דעיס איז ריכטיג נאכל מחמת מלחו, א געזאלצענס!
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

אז זאלץ וואסער וועט לויפן וועט זיין אסאך פאן, שטעלט אייך פאר א קאמפיין ווי יעדע טאג קומט ארויס אזא ארטיקל, אמאל פלעגט מען הערן פונעם עפטער, היינט פעלט אויס יעדער פאר יעגער מיט היי קינד אים מאכן ארויס נעמען זיין פעדער.
לעצט פארראכטן דורך הערליך אום דינסטאג נאוועמבער 07, 2017 12:49 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

דו זעהסט אויס מער און מער ווי נעלסאן מאנדעלע - ביידע זעהט עטס געוועהן באהאלטען פארען לויפען פאר א פאבליק פאזיציע.

פאר איך פארגעס, יא איך האב שטארק הנאה געהאט!!!
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

פארגעס נישט צו מאכען ראבאט קאלס. און פארזיכער זיך א צד שכנגד, אנעדעם געעווינט מען נישט קיינע וואלען.
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

איי העוו טו סעי, ס'האט זיך שוין באלד געלוינט די גאנצע וואלן כאאס, אז 'זאלצי' זאל אונז ווידעראמאל מהנה זיין מיט א געזאלצענע ארטיקל אווי אין די גוטע צייטן... האמיר פיין הנאה געהאט!!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6300
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
די מקווה איידיע וואלט געברעגנט אסאך שטימען
יישר כח
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אמאליגע צייטען איז מען נישט געלאפן ביים היימישן ציבור.... לעצטענס האט זיך דערעולם אריינגעלייגט אין עקסערסייז אין ס'טוט זיך א געלויפאכטס
איזי
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

האלא איך האב אראפגעלייגט דעם עתיד פאר א מינוט און איינער האט עס מיר אוועקגעלקחנ'ט.... ווי געב איך מיר אן עצה?...

זאלצל ;l;p- A-1
זוכט איר דוי?
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

א מייסטערווערק !
אזוי ארויסברענגען דעם לעכערליכקייט ,,,
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

יישר כח ר׳ זאלץ וו. הנאה געהאט.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

א דאנק אייך הרב ר' מי מלח
ווען איר קומט דא ווערט פריילעך
אי"ה צום ווידערזען
ביים ווידערוויילונג קאמפעין.

געדענקט!
rain or shine!
צו די וואלן מוז מען גיין!
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

צום ערשט דארף מען וויסן אויב מען האט אריינגעלייגט זאלץ אין די וואסער ווס מען האט געטיילט פאר די מערעטאן לויפערס.
אויב נישט זאל זאלצי לויפן נעקסטע יאר
שירה פען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2017 9:49 am
לאקאציע: office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שירה פען »

;l;p- ;l;p-
music helps your mood
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

דונש האט געשריבן:האלא איך האב אראפגעלייגט דעם עתיד פאר א מינוט און איינער האט עס מיר אוועקגעלקחנ'ט.... ווי געב איך מיר אן עצה?...

זאלצל ;l;p- A-1

קודם ביסטו באפרייט פון די חוב קדוש פון שטומען.

זאלצי יעצט לאמיר הערן איבער די צד שכנגד...
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

דאס איז עפעס געוואלדיג!
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

די לויפסט קעגן שמאטע?
אדער קעגן סענדער?

יישר כח שטארק הנאה געהאט
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
גארגארפיק
שר האלף
תגובות: 1732
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארגארפיק »

זאלץוואסער האט געשריבן:גיי מיר זיך נעמעם צוריק שרייבן...

שכח
מודעה משמחת! נינידזשער (סטעיט פאליס) ראוד ספיד לימיט איז 55! שוין יאהרן לאנג....
[email protected]
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

געוואלדיג!

איז ווען גייט מען דיר זעהן אפנעמען קישענעס ביי אלע רעבי'ס?
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 5:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטיגן טאג »

געזיכט זאלץוואסער אויפן בעללאט...
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

farshlufen האט געשריבן:געדענקט!
rain or shine!
צו די וואלן מוז מען גיין!

שטימען אויך?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
נערישער אינגרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נערישער אינגרמאן »

;l;p- ;l;p-
איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו (משלי י"ט ג')
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

גלייבט אים נישט קיין אות אחת, ער האט מיר אליינס געזאגט אז ער לויפט נאר פאר די איין סיבה, ווייל ער וויל פארלירן וואג.

(אנאנס באצאלט דורך פאזיטיוו קאמפיין)
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

זייער פיין! געב נאר אבאכט זיך נישט אויסצוגליטשן.
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

מתוק כזאלץ, און צום פינטל! ;l;p-

כחמישים עמודים (סגורין) הוה בידן, מלא וגדוש בפלפלין ובצלים, ובא מי מלח ושדא ביה נגרא.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”