שלאקטע שלאקטע אית ליה...
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- אי-רעלעווענט
- שר חמש מאות
- תגובות: 555
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
- לאקאציע: אין בונקער
שלאקטע שלאקטע אית ליה...
יענקל וויל עפענען זיין שלאק, היינט צופרי האט גערעגענט אלע שלעק זענען געווען פארמאכט.
יעצט קוקט איהם אויס ווי עס רעגענט שוין נישט, אבער וואו נעמט מען די גאט׳ס צו עפענען?? אפשר דריזעלעט נאך? וואס טוט מען??
ער גיבט זיך אן עיצה....
שטארצץ ארויס זיין קעפעלע פון די סוכה פעצטער׳ל מהעט קוקן אויף די סוכה פון געצלען, אויב זייער שלאק איז שוין אפען איז א סימן אז עס רעגענט טאקע שוין נישט...
געציל וויל כאפן א דרימל, אלטס א חסידישע איד איז ער מקפיד נישט צו שלאפן חוץ לסוכה אפילו ס׳רעגענט. יעצט דאכט זיך איהם סהאט שוין אויפגעהערט רעגענען ער וועט קענען כאפן זיין געגארטן שלאף, וויל ער נישט עפענען די שלאק ווי לאנג ער איז נישט זיכער טאקע אז עס רעגענט שוין נישט. נו העט מען כאפן א בליק אויף גרונמ׳ס סוכה. זיי די גרונמס ווייסן אלטס פינקלעך צו עס רעגענט אדער נישט.
ביי די גרונם פאמיליע איז היינט נאכט די יערליכע סוכה איזשפיזא פון יוס׳לן, גרויסע הכנות קומען פאר פארשידענע מיני געדישעכצער ווערן צוגעגרייעט, ב״ה די גאנצע משפחה קומט זיך שוין אמאל צונאזאם, די שמחה איז גרויס. אבער א שטיקל וואלקן שוועבט, עס רעגענעט.... וועט מען קענען פארברענגען אינאיינעם בשבת אחים אין די סוכה? משה גרונם לויפט אריין פארסאפעט. ער קומט מיט א בשורה טובה. ער מיינט עס האט שוין אויפגעהערט רעגענען און מקען שוין זיך גיין וואשן. ביזטו זיכער ? פרעגט גרונם פארוואונדערט. כמיין זאלסט קוקן אויב די זאלצמאנ׳ס האבן שוין געעפענט זייער שלאק.
מיט גרויס איבעראשונג גרייטן זיך די זאלצמאנס צו גרויסן טאג. היינט גייט מען חאלעמויעד האלטן צו האמעלאלו פארק! יעדער איז עקסיידעד, טאטע מאמע ארבעטן פיבערהאפטיג איינצופאקן יעדעמס געברויכן. פארפאקט שוין מען לאזט זיך ארויס אויפן וועג. פלוצלונג אזוי נישט מיר נישט דיר לאזט זיך אראפ א שלאקס רעגן. אוי וויי שרייעט שלומי! כהאב פארגעסן צו פארמאכן די שלאק! כפרת עוונות מיט איציקס נוי סוכה. מאמי וועט שוין ארבעטן שווער אויפצורוימען די איבערקערניש אין די נאסע סוכה.
יא טאטי, די זאלצמאנס שלאק איז אפען! די גרוינעמס שלאק ווערט ארויפגעקאלערט.
יאפ, די גרונעמס האבן שוין אויפגעמאכט זייער שלאק! געציל שיינט פאר שמחה ער וועט ענדליך שוין כאפן זיין דרימל!
מיט הנאה קוקט יענקל צו וואו געציל עפענט שוין טאקע זיין שלאק. ער פאטשט זיך אין בייכל, כהאב געוויסט איך האב א גוטע שמעק צו רעגן ווען עס הערט אויף ווייס איך די ערשטע רגע!
א גוטן מועד אלע אידן!

לעצט פארראכטן דורך אי-רעלעווענט אום מאנטאג אקטאבער 09, 2017 5:19 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
- טראבל מעיקער
- שר האלף
- תגובות: 1662
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
- שאינו יודע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6764
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm
- ראפאט קראמפלי
- שר האלפיים
- תגובות: 2341
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
- לאקאציע: אין טעלער.
- עירמאנט'ער
- שר האלפיים
- תגובות: 2295
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm
זייער גוט
דערמאנט מיר די מעשה וואס איך האב געהערט פון הרב א. מ. מלאך פון די בעדונאר ( וויאזוי ספעלן זיי זיך? ) וואס זייער פירער ווייסט אז עס גייט זיין א קאלטע ווינטער און הייסט זיינע מענטשן האקן האלץ אגאנץ זימער.
דער עולם האקט און האקט און עס ווערט נישט קאלט. פארט דער פירער אריין אין שטאט און זיכט אויף א טעלעפאון, רופט דעם הויפט וועטער חכם פון דעם לאנד פרעגן וויאזוי דאס ווינטער גייט זיין. ענטפערט יענער אז עס קומט א זייער קאלטע ווינטער ווייל ער האט געהערט אז די בעדונאר האקן דאס יאר אסאך אסאך האלץ....
וגו' וגו'

ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
מה נענה אנן אבתרייהו
- וואוילע שעפעלע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6345
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
- לאקאציע: אין שטאל
- משה כספי
- שר האלפיים
- תגובות: 2070
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
- לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
- פארבינד זיך:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:א גוטער הומאריסטישער בליק אויף אונזער א גאנץ יאריגער לעבן...
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
- קליינטשיגער
- שר חמש מאות
- תגובות: 755
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
אמת ביז גאר!
ויש גורסין: "שלאקטי שלאקטעה אית לה"...
ודוק והבן
ויש גורסין: "שלאקטי שלאקטעה אית לה"...
ודוק והבן
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
- אי-רעלעווענט
- שר חמש מאות
- תגובות: 555
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
- לאקאציע: אין בונקער
Re: שלאקטע שלאקטע אית ליה...
רעלעוואנט.
Re: שלאקטע שלאקטע אית ליה...
זייער גוט שטיקל דאס...
שטארק הנאה געהאט מיך צו טרעפן
איך ווייס נאר נישט ווער איך בין, געצל אדער גרונם

- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: שלאקטע שלאקטע אית ליה...
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
Re: שלאקטע שלאקטע אית ליה...
שוין, האמיר אויספראבירט!
איך האב יעצט צוגעמאכט מיין שלאק גייט נישט דורך א מינוט און מיין שכן מאכט אויך צו...
איך האב יעצט צוגעמאכט מיין שלאק גייט נישט דורך א מינוט און מיין שכן מאכט אויך צו...
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 925
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm