צייט צו פארמירן א וועד ההורים אין די מוסדות?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

צייט צו פארמירן א וועד ההורים אין די מוסדות?

תגובה דורך חדשות »

די לעצטיגע בריווען וואס עלטערן באקומען מיט שכ"ל פרייזן פארן קומענדיגן יאר הייבן ערענסט אויגן ברעמען ביי א ריזן צאל מענטשען. מוסדות אקראס די בארד האבן מחליט גווען צו דראמאטיש העכערן שכ"ל פרייזן, אין רוב פעלער מיט א מינימום פון גאנצע 50% העכערונג אדער גאר דאפעלט וויפיל עס איז גווען פאריאר. אין אסך פעלער דערגרייכט דער העכערונג צו 150%.

א ידיד מיינער זאגט מיר אז זיין שכ"ל קומענדיגער יאר גייט אים קאסטן $3900 א חודש, אנשטאט...1500 א חודש. דאס הייסט אז דער איד גייט צאלן 50,000$ א יאר פאר שכ"ל.

איז אזוי, ווען איך ווייס ווען אז טאקע די אידן וואס לערנען די תורה מיט אונזערע קינדער, האבן באקומען ריזן געהאלט העכערונגען און האבן אנגעהויבן באקומען 2000$ א וואך וועיזשעס, נו החרשתי. דאס זעלבע אויב וואלט מיין ניכטע די לערערין אהיימגעקומען מיט די בשורה טובה אז מען האט געדאפעלט איר געהאלט פון גאנצע $150 צו $300 א וואך, וואלט איך בעסער פארשטאנען...אבער דער מציאות איז דאך נישט אזוי.

א שנעלער חשבון זאגט מיר אז ווייניגער ווי א דריטל פון די קאסטן פונעם מוסד קומט אן צו די אידן וואס טוען פאקטיש לערנען מיט אונזערע קינדער, די איבריגע גייט לכאורה פאר אדמינעסטראטיווע אויסגאבן, און אויפצוהאלטן די טייערע בניינים, גלאזענע טירן, קאלירטע בראשורען ועוד ועוד.

און יעצט צו די מיליאן דאלאר פראגע...

איז נאכנישט די העכסטע צייט אז עס זאל געשאפן ווערן א וועד הורים וואס זאל זיין דער פארמיטלער צווישן די עלטערן און די הנהלת המוסדות, און אויב רוב עלטערן זענען קעגן געוויסע הוצאות, אדער זענען קעגן א געוויסע דראסטישע טויש וואס מוסדות ווילן מאכן, זאל זיין א געוויסע מהלך ווי אזוי דאס זאל קענען געברענגט ווערן צו די הנהלת המוסדות אויף א וועג אז זיי זאלן זיך מוזען רעכענען דערמיט. דער מצב כהיום איז אז אפילו עס איז דא 5000 מענטשען וואס זענען נישט צופרידן, איז יעדער פאר זיך נאר א יחיד, מיט וועם די הנהלה דארף זיך גאנץ ווייניג רעכענען.

נאך א נקודה, עס איז ברייט באקאנט, אז מוסדות על אף פארשידענע אידעלאגישע דיפערענצען ארבעטען צוזאמען ווען עס קומט צו שכ"ל העכערונגען, כדי עס זאל זיין א פאראייניגטען פראנט פון אלע מוסדות. איז נישט צייט אז עלטערן זאלן טוען דאס זעלבע?

נ.ב. להבהרת הענין, דער אשכול איז נישט געמאכט אראפצורייסן חלילה די הנהלת המוסדות. די עסקנים וואס טוען פאר די מוסדות זענען על פי רוב מענטשען וואס ליגט אויף זיי א שווערען יאך צו דעקען בוזשעטען פון צענדליגער מיליאנען דאלארן, און ארבעטען גאר שווער אז אלעס זאל קלאפן, און אז אונזערע קינדער זאלן קענען לערענען און שטייגען. די נקודה איז נאר אז אונז עלטערן דארף מיר האבן פארטרעטערשאפט ביים טיש (ענדליך צו א יוניאן וואס פארטרעט די ארבעטער ביי די בעלי בתים ווי באלד די ארבעטער אלס יחידים קענען גארנישט אויפטוען). ביטע נישט נוצען דעם אשכול אלס פלאטפארמע אנטקעגן פריוואטע מענטשען אדער ארונטערצורייסן עסקנים. ביטע האלטן דעם אשכול קאנסטראקטיוו.
לעצט פארראכטן דורך חדשות אום דינסטאג יולי 11, 2017 5:25 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

תגובה דורך מיגו »

יא, עס איז העכסט צייט פאר אזא ועד. הגם דו האסט לכאורה א טעות אינעם חשבון, די מוסדות וואס פארטרעטן מיך האבן נישט געהעכערט אפילו נאנט צו דעם, נאר ערשט געשיקט צו די עלטערן די חשבונות וויפול א קינד קאסט זיי אין בעפארברייטונג צום יערליכען העכערונג, און דערנאך די העכערונג זעלבסט איז בערך א דריטל אדער א פערטל. דוק ותשכח
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובה דורך חדשות »

מיגו האט געשריבן:יא, עס איז העכסט צייט פאר אזא ועד. הגם דו האסט לכאורה א טעות אינעם חשבון, די מוסדות וואס פארטרעטן מיך האבן נישט געהעכערט אפילו נאנט צו דעם, נאר ערשט געשיקט צו די עלטערן די חשבונות וויפול א קינד קאסט זיי אין בעפארברייטונג צום יערליכען העכערונג, און דערנאך די העכערונג זעלבסט איז בערך א דריטל אדער א פערטל. דוק ותשכח


איך חלום נישט. איך האב געזען פאקטישע פרייזן וואס מען בעט (נישט ווייפיל עס קאסט) פון $400 אדער $500 א קינד, ארויף פון $200 א קינד. אז עס וועט אויספעלן קען איך ארויפשטעלן א קאפי פונעם ביל.

(זיי שרייבן אז עכט קאסט עס 500 אדער 650 א קינד..... געוואנדען לויטן עלטער פונעם קינד.)
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

תגובה דורך מיגו »

שטעל. אבער עס איז נישט אקראס די בארד. ווי געזאגט
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובה דורך חדשות »

מיגו האט געשריבן:שטעל. אבער עס איז נישט אקראס די בארד. ווי געזאגט

אלע האבן דראמאטיש געהעכערט. לפי ידיעתי איז רוב פון די העכערונג כאטש 50%.

הגם איך בין נישט באקאנט פונקטליך אין יעדען איינציגען מוסד, ווייס איך אבער וואס טועט זיך ביי די גרויסע/גרעסטע מוסד.
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

זיכער דארף זיין א וועד ההורים נאכדערצו טאמער די מנהל גשמי מיינט אז די מוסד איז זיין פריוואטע ביזנעס און אז די עולם מיטשעט זיך פאר פרנסה נאר פאר אים צו קענען באצאלען חוץ דעם דארף מען נישט קענען אטעמען (איך קען א פאר אזעלכע מנהלים איינער האט אפילו געהאט די חוצפה צו זאגען פאר א טאטע אז איך ווייס אז דו האסט נישט קיין געלט אבער טאמער דו וועסט טוהון דאס און דאס וועסטו קענען ארייבאקומען א פאר דאלער איי ער וועט נאכדעם דערלייגען אויף אייביג אבער ער האט גאר פארשטאנען אז די טאטע דארף עס טוהון און די זעלבע מנהל וואטשט די מוסדות חשבונות וואס געהערט פארען ציבור א מיליטערישע סוד וואס אפילו א וועד טאר נישט וויסען)
אבער פארשטייט זיך אז עס טאר נישט זיין מענטשען מיט געלט (ווייל א זאטער פארשטייט נישט דעם הונגעריגען און איך האב מיך כמה פעמים איבערצייגט אז א גוועזענע הונגעריגער פארגעסט שנעל און פארשטייט אויך נישט) עס מיז זיין נאר צוזאמגעשטעלט פון מענטשען וואס מוטשען זיך צו צאלען שכר לימוד אבער אויך זיי פארשטייען די וויכטיגקייט פון צאלען שכר לימוד
זיס ווי האניג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 8:28 am

תגובה דורך זיס ווי האניג »

וועליכע שטאט רעדט מען דא?
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

.
לעצט פארראכטן דורך שמעלקא זאפטיגער אום זונטאג יולי 16, 2017 9:53 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובה דורך שאינו יודע »

עס איז שוין לאנג צייט

מען דארף פשוט זיך צוזאמנעמען

אפשר וועט אייוועלט זיין די גוטע שליח צו מאכן א סוף צו די הימל שרייענדע עוולות
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
יאנקל
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

תגובה דורך יאנקל »

נו אדרבה !!!! איך זע הונדערטער ( אויב נישט טויזענטער ) מענטשן שרייען דאס, מען דארף עפעס טוען, נישט זיך א יעדעס יאר לאזן , בפרט היי יאר
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

.
לעצט פארראכטן דורך שמעלקא זאפטיגער אום זונטאג יולי 16, 2017 9:53 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובה דורך שמואל בארג »

לדעתי וועט א יוניאן צוגרינד לייגן די תלמוד תורה'ס ווי זיי האבן צוגרינד געלייגט צענדליגע ביזנעסער אין אמעריקע.

איך וויל נישט שיקן אין א מוסד ווי טאטעס זענען בעה"ב נישט די הנהלה.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

ווי אזוי וועלען זיי צוגרינד לייגען די תלמוד תורה'ס ??
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובה דורך שטאלצער יוד »

שמואל בארג האט געשריבן:לדעתי וועט א יוניאן צוגרינד לייגן די תלמוד תורה'ס ווי זיי האבן צוגרינד געלייגט צענדליגע ביזנעסער אין אמעריקע.

איך וויל נישט שיקן אין א מוסד ווי טאטעס זענען בעה"ב נישט די הנהלה.

ווען דעם דארף זיין 3 ברענטשעס. עלטערן, הנהלה, און א רבנישע קערפערשאפט.
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובה דורך אוהב ספרים »

זייטס בודק די שכר לימוד אין מאדערנערע מוסדות וכדומה, און אלעס וועט זיין צופרידען
צד תמות
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובה דורך צד תמות »

אוהב ספרים האט געשריבן:זייטס בודק די שכר לימוד אין מאדערנערע מוסדות וכדומה, און אלעס וועט זיין צופרידען

אבער מ'דארף אויך בודק זיין וויפיל זיי צאלן פאר זייערע מלמדים וכו'
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובה דורך צו געזונט »

אוהב ספרים האט געשריבן:זייטס בודק די שכר לימוד אין מאדערנערע מוסדות וכדומה, און אלעס וועט זיין צופרידען

דארטן זיינען די מלמדים אויף א פולע פעיראל. זיי ברויכען נישט לערנען פרייועט מיט תלמידים אויף צו קאנען דורכלעבן
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובה דורך לא לנו »

צו געזונט האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:זייטס בודק די שכר לימוד אין מאדערנערע מוסדות וכדומה, און אלעס וועט זיין צופרידען

דארטן זיינען די מלמדים אויף א פולע פעיראל. זיי ברויכען נישט לערנען פרייועט מיט תלמידים אויף צו קאנען דורכלעבן

דוכט זיך מיט'ן באצאלטן שכ"ל פאר די קינדער געבענטשע פאמיליעס גלייכט זיך עס אויס.
ווי האלט איך דא
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 26, 2017 4:49 pm

תגובה דורך ווי האלט איך דא »

עס איז געקומען א איד צן רביה"ק מסאטמאר זי"ע זיך אפצורעדען אויף די חשבונות פון די הנהלה האט אים די רבי גענטפערט איך פארשטיי דיך נישט ביי דיר אין געשעפט ביזטו דארט א גאנצען טאג אבער דו דארפסט נאך אלץ אויפהאלטען א בוק קיפער, אין עס שטימט דיר נאך נישט אלץ נישט, אין סוף יאר דארפסטו גיין צו אן אקאונטענט, אין קומסט נאך צו מיר פאר אן עצה אין ביי מיר אין געשעפט ווילסטו מיר איינטיילן ????.....
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

תגובה דורך זבחי צדק »

איינער האלט דא אז מען גייט עס צאלן???
עס וועלן וואקסן און בליען די צאל פון עלטערן וועלכע גייען האבן באלאנסן ביזן הימל אריין, און די הנהלת המוסדות וועלן קענען דינגען מארשאל'ס צו עוואקואירן מאסן קינדער
ערנס גערעדט, עלטערן וועלכע קענען נישט באצאלן גייען דאך זיך נישט אויפלעזן....

אגב, בינעך געווען פאריאר אין אפיס פון די מוסדות פון מיינע קינדער, האב איך גראדע באמערקט, ווי דער קאלעקטאר וואס זיצט דארט, וויזיט 'אייוועלט' , סאו איז כדאי צו וויסן, וואס מען שרייבט דא, קומט אן צו די ריכטיגע אויערן....
לעצט פארראכטן דורך זבחי צדק אום מאנטאג יולי 10, 2017 2:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 12:26 pm

תגובה דורך איך ווייס »

זבחי צדק האט געשריבן:איינער האלט דא אז מען גייט עס צאלן???
עס וועלן וואקסן און בליען די צאל פון עלטערן וועלכע גייען האבן באלאנסן ביזן הימל אריין, און די הנהלת המוסדות וועלן קענען דינגען מארשאל'ס צו עוואקואירן מאסן קינדער
ערנס גערעדט, עלטערן וועלכע קענען נישט באצאלן גייען דאך זיך נישט אויפלעזן....

וואס הייסט
זיי גייען הייסן די עלטערין נעמען וואוטשערס
אז די קענסט נישט באצולן דאן ביטעזשע סאיז דא א עצה
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

תגובה דורך זבחי צדק »

מען טשארדזשט פאר עלטערן מיט וואוטשערס אויכעט
און נאכדעם אבער קרייט מען היתכן דער עולם נעמט 'פראגראמען'...... ['דינא' אלערט...]
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובה דורך לא לנו »

איך ווייס האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:איינער האלט דא אז מען גייט עס צאלן???
עס וועלן וואקסן און בליען די צאל פון עלטערן וועלכע גייען האבן באלאנסן ביזן הימל אריין, און די הנהלת המוסדות וועלן קענען דינגען מארשאל'ס צו עוואקואירן מאסן קינדער
ערנס גערעדט, עלטערן וועלכע קענען נישט באצאלן גייען דאך זיך נישט אויפלעזן....

וואס הייסט
זיי גייען הייסן די עלטערין נעמען וואוטשערס
אז די קענסט נישט באצולן דאן ביטעזשע סאיז דא א עצה

נו וואס איז די עצה?
שרייבן ווייניגער אויף איי-וועלט...
איך ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 12:26 pm

תגובה דורך איך ווייס »

זבחי צדק האט געשריבן:מען טשארדזשט פאר עלטערן מיט וואוטשערס אויכעט
און נאכדעם אבער קרייט מען היתכן דער עולם נעמט 'פראגראמען'...... ['דינא' אלערט...]

איינער וואס האט וואוטשערס בדרך כלל האט א וועג ארויס....
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

הגם אני בתוך הצרה פונקט ווי דיר אבער פארן אראפרייסן און באשולדיגען אלס גנבים גיוו מי עי ברעיק.
שאלה: וויפיל קאסט דיין קינד פארן מוסד ?
פארשפארט

צוריק צו “דעת הקהל”