אפיניען: זעלבסשטענדיגקייט – אירע פראבלעמען פארן דור

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

אפיניען: זעלבסשטענדיגקייט – אירע פראבלעמען פארן דור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

עס גייט נישט אדורך קיין טאג אין וועלכען מען שטויסט זיך נישט אן ערגעץ וואו מיט די פראבלעמען וואס מיטשענען די היינטיגע יוגענט.
אויף אייוועלט אליינס איז שוין פולע אשכולות געעפנט געווארן (און פארמאכט געווארן) איבער די נושא פון חינוך און וואס איז די שורש פון וועלכע די 'היינטיגע' פראבלעמען קומען.

כמעט ווי אלע מחנכים און די אידן וואס טוען אין די נושא זענען איינשטימיג אז די גרעסטע פראבלעמן מאכט זיך צוליב וואס די היינטיגע אינגווארג וואקסט אויף מיט א גרויסע מאס חוצפה צום דור הקודם. זיי האלטן אז זיי פארשטייען פיל בעסער צו זייערע נסיונות, צו זייערע אישוס. זיי לאזן נישט די עלטערע, מער ערפארענע זיי זאגן וויאזוי זיך צו פירן.

די מחנכים רופן אן די פראבלעם "פריע זעלבסשטענדגקייט". דאס הייסט, אז אודאי ברויך יעדע מענטש אין א גשמיות'דיגע זין קענען אויפבויען אין זיך א געוויסע מאס זעלבסשטענדיגקייט מיט וועלכען מען ברויך זיעך אומגיין אין לעבן. אבער עס האט א זמן און א גיל ווען מען קען זיין זעלבסשטענדיג פון די עלטערען! א קינד וואס איז אינטער די חינוך פון זיינע עלטערען קעניש האבן קיין זעלבסשטענדיגקייט! סיי ווייל ער איז "טאקע" נישט געניג רייף, באזעצען און עקספיריענסד אין לעבן, און סיי ווייל די עלטערען ברויכן אים קענען מחנך זיין, און אויב דאס קינד האט נישט קיין הכנעה פאר די עלטערען זענען די תוצאות זייער ביטער.

לענינינו.
יארן צוריק – א קיימא לן פון קרוב צו 250 יאר. איז אויפגעשטאנען א גרופע וועלכעס האט אפען ערקלערט "מיר ווילן זיין זעלבסשטענדיג!". זיי האבן אן קיין בושה, און מיט א געוואלדיגע מאס חוצפה אראפגעווארפן פון זיך די עול פון זייערע עלטערען און מנהגים. זיי האבן פארפירט "מיר קענען זיך אליינס אן עצה גיבן! טיילט אונז נישט איין וואס און וויאזוי צו פירן אונזער ווירטשאפט!".

פארשטייט זיך אז די תוצאות האבן נישט געשפעטיגט. רבים חללים הפילה – ליידער! עס האט אסאך קרבנות געקאסט. אבער די זענען געבליבען ביי זייערס און זיך נישט וואוסענדיג געמאכט פון די קרבנות, און געשריגען אז זיי מוזן ווייזן אז זיי ווייסן וואס זיי רעדן און אז זיי מיינען די גוטס פון די מענטשהייט! – און ביז היינט ליידן מיר נאך דערפון!

אז מען קוקט זיך היינט ארום און מען וויל אפשאצען די חורבן וואס יענע מאוומענט האט אנגעברענגט ביז היינט ציטאגס ווערט מען סורפרייזד וואספארא חורבן דאס האט געברענגט!

טראכט אריין.
יולי דעם פערטען – July 4! – די טאג פון "זעלבסשטענדיגקייט"!
א טאג אין וועלכען מען האט אראפגעווארפן פון זיך עול המלכות! מען האט זיך געזוכט בעסערע גליקען.
א טאג וועלכע אירע נאכווייען טראגן זיך מיט עם ישראל ביז היינט!

די הפקירות איז לא יאומן כי יסופר! אין גאנצען לאנד בטל'ט מען די צייט מיט נארישקייטען און הוליערייען! קיין שום אחריות האט מען נישט! ארבייטען ארבייט מען נישט! שלאפן גייט מען אין די נאכט אריין! טויטע פאלן ביי די שעה.. די גאסן זענען פאר'כאזערט פון די נאכווייען וואס די צעווילדעוועטע אומצעוויליזירטע פארשוינען וועלכע פראווענען "זעלבסשטענדיגקייט" האבן אנגעברענגט!

ס'איז נישט נארמאל!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

בונו-שע-לוילאם וואס דעם פאלט נישט ביי....

שמאטע+צוויבל=שוגע מעטארע.
זוכט איר דוי?
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

דער צד שכנגד איז אז עס איז כעת א טובה פאר כלל ישראל אז די זעלבסשטענדיגע פלאץ האלט אונז און עס איז נישט דא קיין סכנה פון ווערן געהרגעט יעדן טאג ווי עס איז געוועהן ליידער די מצב אין די פארגאנגענהייט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

אמת!!

יישר כח!
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

ככ... יעצט אנגעקומען..

דער האט זיך צושמאטעט...
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

א נייע יום המר, און דער צייט וואס זאגען הלל, זאגט שמאטע תחנון.
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1069
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

גערעכט גערעכט גערעכט

איך מוז אבער אויך צולייגן, אז די פרייהייט און פריע זעלבסטשענדיגקייט ביים חרדי'שן יוגנט, איז נישט דוקא א תוצאה פון יענע פרייהייט, ווייל מיר זענען יארן געווען געבינדן און אונטערטעניג אונטער אונזערע עלטערן און מחנכים, נישט טראכטנדיג אפילו אז עס איז שייך אנדערש, דער פראבלעם איז אבער געווארן צוליב עטליכע זאכן.

1) דאס וואס טייל פון 'אונזערע' מחנכים האבן אדאפטירט יענעם געדאנקען גאנג, און האבן אנגעפאנגען צו פארפירן, אז מען דארף זיין מער ליבעראל צו די קינדער, נישט שלאגן קיינמאל חס ושלום, מען טאר נישט 'הייסן' טוהן, מען מעג נאר פארשלאגן, און אויב דאס קינד האלט נישט דערביי, איז מען נאר ערלויבט צו בעטן אדער ערקלערן, און נישט מער.

עס איז שפעט געווארן די אנדערע סיבות וועלן נאכפאלגן אי"ה.
אם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

דונש האט געשריבן:בונו-שע-לוילאם וואס דעם פאלט נישט ביי....

שמאטע+צוויבל=שוגע מעטארע.

:lol: :lol:
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”