לאמטערנע #2 הארד קאפי - אנקעטע

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

וואלט איר געקויפט א FULL COLORED לאמטערנע פאר 13 דאלער

יא, איך וואלט געצאלט דרייצן דאלער צו באקומען לאמטערנע דעליווערט צו מיר אהיים
14
21%
איך וואלט עס געקויפט, אבער דרייצן דאלער איז צו סאך געלט
39
58%
איך פרינט עס אליין ארויס/לאמטערנע אינטערעסירט מיר נישט
14
21%
 
סך הכול שטימען: 67

אוועטאר
לאמטערנע
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 13, 2017 2:25 pm

לאמטערנע #2 הארד קאפי - אנקעטע

תגובהדורך לאמטערנע » זונטאג יולי 02, 2017 4:23 pm

אזוי ווי לאמטערנע נומער צוויי איז ב"ה א חידוש אין אידישע ליטעראטור, גאר רייך אין תוכן און אויג פארכאפענד אויסגעשטעלט, ווילן מיר אהערשטעלן אז מען זאל קענען באקומען די לאמטערנע געדרוקט, אינגאנצן קאלירט!

פארשטייט זיך אבער אז צו דרוקן א פול קאלירטע קונטרס קאסט פיל מער ווי א שווארץ-און-ווייסע קונטרס, אזוי אויך קומט דא צו די הוצאות פון שיפינג וויבאלד דא רעדט זיך עס פון פארקויפן אנליין, און לאמטערנע האט נישט קיין שום עדס. דעריבער ווילן מיר וויסן צו דער עולם וואלט געצאלט $12.50 - $13 צו באקומען א קאלירטע לאמטערנע אויף די פאסט. די פרייז פון $13 איז וויפיל עס קאסט צו דרוקן פלאס די הוצאות פון די פאסט. (די פלאן לויטעט לע"ע עס צו פארקויפן דורך א פריוואטע סייט וואס איינס פון די חשוב'ע אייוועלט שרייבער האט אנגעבאטן צו נוצן בחנם, און דאס נעמט אראפ די הוצאות מיט וואס פארקויפן אויף עמעזאן איז פארבינדן.)

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1639
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

תגובהדורך טראבל מעיקער » זונטאג יולי 02, 2017 4:36 pm

איך האב געוועלט פאר איינס אפילו אז איך האב עס שוין ארויסגעפרינט....

איין פיצי זאך באדערט מיך פארוואס ס'שטייט נישט איי וועלט... אבער נו שוין.
איזי

אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה מאשקאוויטש » זונטאג יולי 02, 2017 4:37 pm

וויבאלד עס ווערט סערווירט פארן גאס, פעהלט זיך נישט אויס קיין עקסטערע אויגן וועלכע זאלן זיך צוכאפן צום אייוועלט... ודו"ק ותבין

און אז מ'רעדט שוין יא. איך האב בטעות געשטימט אויף נומער צוויי, אבער געמיינט צו זאגן איינס (נו אוואדע, ווער דען אויב נישט דער גראפיקער זאל עס ווילן קאלירט... אבער ניין, ס'נישט קיין ראי', דער שיסטער גייט מיט צעריסענע שיך...)
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1639
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

תגובהדורך טראבל מעיקער » זונטאג יולי 02, 2017 5:17 pm

יא כ'פארשטיי אבער נאכאלץ באדערט עס...

איך קען מנדב זיין פאר'ן שוסטער די שיך.... א קליינע סימען פון אַפּרישייישאַן (Token of appreciation)
איזי

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5533
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג יולי 02, 2017 5:31 pm

כ'שעם מיר צו זאגן אבער ס'איז צו אסאך געלד פאר מיר נאך בעיקר ווען כ'קען עס ארויספרינטען.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה מאשקאוויטש » זונטאג יולי 02, 2017 5:43 pm

eller האט געשריבן:כ'שעם מיר צו זאגן אבער ס'איז צו אסאך געלד פאר מיר נאך בעיקר ווען כ'קען עס ארויספרינטען.

דארפסט זיך נישט שעמען, די אנקעטע איז בלויז צו עס וועט זיך אויסצאלן די דרוק צו נישט, אויב גייט איר עס נישט קויפן, דאן שרייבט קלאר ארויס. קיינער פארדינט דא סייוויי נישט.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » זונטאג יולי 02, 2017 5:44 pm

אין די ליין מאטריאל וועלט איז 13 דאלער אסאך געלט, איך פערזענדליך וואלט געצאלט דערפאר ווייל איך האב הנאה פון די ארבעט וואס מען האט אהערגעשטעלט, און כדי צו מחזק זיין די זאך, אבער עס איז אסאך געלט צו בעטן פון מענטשן, איך זע נישט קיין סוקסעס מיט די פרייז.

אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה מאשקאוויטש » זונטאג יולי 02, 2017 5:46 pm

נו אדרבה, קיינער אויף אייוועלט פארמאגט נישט קיין דרוקעריי צו דרוקן די לאמטערנע פאר קאסט פרייז?
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...

זכריה ירוחם תנחום
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:07 pm

תגובהדורך זכריה ירוחם תנחום » זונטאג יולי 02, 2017 5:52 pm

דער דרוקער וועם איך האב געפרייסט קומט עס אויס $11.20 פער שטיקל, פלאס פאקונג און שיפינג.
אז איינער קען עס ערלעדיגן פאר ביליגער, אדרבה ואדרבה.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » זונטאג יולי 02, 2017 5:56 pm

פארוואס נישט נעמען קיין עד׳ס?

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18106
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג יולי 02, 2017 5:57 pm

וואלט נישט כדאי געווען העכסטענס אפאר אדווערטייזמענטס אז מ'זאל עס קענען פארקויפן [אפילו פאר די גאס] פאר א ביליגערע פרייז?

און וויפיל קאסט עס דורך עמעזאן?

---
קענסט האקן ביז מארגן

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5415
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג יולי 02, 2017 6:34 pm

איך וואלט געצאלט 13 דאללער. אבער כ'מיין ס'איז אסאך פאר א גרויס חלק פון די ליינער.

ס'דא א פרינטינג סערוויס אויף עמאזאן, ס'איז שוין אינקולדעד דערינען די שיפפינג. ברויך מען בודק זיין אויב ס'נישט ביליגער.

https://www.createspace.com/Special/Ent ... /index.jsp
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

זכריה ירוחם תנחום
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:07 pm

תגובהדורך זכריה ירוחם תנחום » זונטאג יולי 02, 2017 7:19 pm

מ'קוקט אריין אין דעם אויך.

יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 520
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

תגובהדורך יאיר גאלד » זונטאג יולי 02, 2017 7:28 pm

כ'מיין אז מען זאל פרעגן אנדערע דרוקער אויך. 11 דאלער איז גאר אסאך, ספעציעל ווען מען רעכנט צו דרוקן כאטש א דריי פיר הונדערט שטיק.
פארוואס טענה'סטו דיך מיט מיר? זעסטו דען נישט אז כ'הייב נישט אן צו וויסן וואס כ'רעד?!

אההה, ווייל דו ווייסט אויך נישט וואס דו רעדסט!

יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 520
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

תגובהדורך יאיר גאלד » זונטאג יולי 02, 2017 7:31 pm

מען קען פרובירן 'קאנטראל פ' פרינטינג אין ב"פ אויף 16 עוו. רוב גליונות און קונטריסים ווערן ביי אים געדרוקט צוליב זיינע ביליגע פרייזן און העפליכע סערוויס. איך האב שוין געהאט כמ"פ גוטע עקספיריענס ביי אים.
פארוואס טענה'סטו דיך מיט מיר? זעסטו דען נישט אז כ'הייב נישט אן צו וויסן וואס כ'רעד?!

אההה, ווייל דו ווייסט אויך נישט וואס דו רעדסט!

אוועטאר
לאמטערנע
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 13, 2017 2:25 pm

תגובהדורך לאמטערנע » מאנטאג יולי 03, 2017 11:25 pm

מיט גרויס פרייד טוען מיר מעלדן אז ס'איז מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף געלונגען צו ערמעגליכן צו קויפן לאמטערנע #2 אנליין, אינגאנצן קאלירט, סייז 8.5 ביי 11, פאר'ן פרייז פון $12.49 ($8.50 פלאס $3.99 שיפינג)

לאמטערנע #2

(צוליב טעכנישע סיבות איז דער בילד פון די לאמטערנע אויסגאבע אינ'ם לינק פארקערט. עס איז בלויז צוליב טעכנישקייטן און בעזר השם וועט די געדרוקטע באנד זיין אויסגעשטעלט געהעריג בתכלית היופי.)


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נוסח אשכנז, קלאצער און 6 געסט