טאמאטעס, שמיטה, מישא-גרעגארי בוק

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

טאמאטעס, שמיטה, מישא-גרעגארי בוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוםטובערליך »

בס"ד

אין די לעצטע צייטן האבן זיך מיט אנגעזאמלט אונטער די צינג עטליכע נקודות וואס דער עולם קען-מעג-דארף-זאל-מוזנישט הנאה האבן אדער וויסן דערפון. איז דאך אזוי - דא אין קרעטשמע קען מען כאפן א פיינעם טרינק משקה, און אויך זיין דולה ומשקה (קרעדיט: דולה ומשקה) צו קענען גיסן פון זעך אויף די גאנצע קרעטשמע כלב אחד באיש אחד. כאפטצעם פאר געלעכטער.


1

פלאם טאמעיטאס אין מיין גראסערי זענען לעצטנס אנגעשמירט אזוי דיק מיט אויל אז די האנט ווערט פארשמירט. איך האב געפרעגט אפאר מענטשן וועגן דעם, אפשר איז דאס א שאלה אין כשרות, אפשר א שאלה אין פוד סעיפטי, אבער קיינער האט נישט געענטפערט.

די ערשטע זאך האב איך געטאן, איז געווען אויפצוהערן קויפן די פלאם טאמעיטאס.

שפעטער האב איך געהערט פון איינעם אין די אינדוסטריע אז מען שמירט כסדר וואקס (WAX) אויף די פלאם טאמעיטאס צו מאכן א גלאנץ, נאר ביי די שיפמענט האט מען געגאסן צופיל וואקס, און אויך איז עס כשר, זאגט יענער. איך גלייב יענעם אויפ'ן ווארט, ויאכלו טאמאטן וישבעו.


2

די CRC כשרות ארגאניזאציע, דאס איז די שיקאגא ראביניקל קאונסיל, האט ארויסגעגעבן א עמערדזשענסי מעלדונג אז זייער אסאך פרוכט און גרינצייג אין אמעריקע קומען פון מדינת ישראל אן קיין שום הכשר. עס איז אן ערנסטע שאלה פון שמיטה, ווי אויך וועגן תרו"מ.

אויף איין זאך זאגט די גרופע הונדערט פראצענט אז עס קומט פון א"י, איז די "סוויט פעפערס" - זיסע פאפריקא - וואס איינער זאגט מער מיינט מען די טייערע טאמאטעס פון געל, אראנדזש און ראויט וואס קאסטן בערך פיר דאלאר א פונט.

איינער וואס ארבייט אין א גראסערי זאגט מיר אז זיינע סוויט פעפערס קומען נישט פון א"י, נאר פון אנדערע לענדער, און מ'קען דאס עסן.

איך זאג נישט קיין פסק - יעדער זאל טאן וואס זיין רב זאגט.


3

"גרעגארי קומט צוריק אהיים" איז א אידישער בוך וואס ליגט שוין א שיינע פאר חדשים אויף די שעלפס אין ספרים סטאר, אבער איך האב עס געקויפט הערשט לעצטע וואך.

רבותי, לא נראה כבושם הזה א לאנגע צייט - און עס איז אן אמת'ע געשיכטע, נישט קיין נאוועל.

זייער דראמאטיש, זייער עמאציאנאל, זייער גוט געשריבן. עס איז איבערגעטייטשט פון רוסיש.

איך האב נישט קיין השגה ווער עס האט געשריבן דעם בוך אויף די אידישע שפראך. אז איר פרעגט מיך, בין איך "חושד" ר' שמעון ראלניצקי נ"י, עס איז אביסל זיין פלעיוואר, אבער נישט אינגאנצן. קיין שום היינטיגע בוך אויף אידיש האט נישט די סארט שפראך.

ר' שמעון, טאמער האסטו געשריבן דעם בוך, ביסטו געשטיגן אין מיינע אויגן אומבאשרייבליך און איך וואלט געראטן זאלסטיך אריינלאזן אין דעם מער.

אויסער די געשמאקע שפראך, איז עס א מורא'דיגע מעשה, און אמת אויך, לכה"פ רוב דערפון.

יישר כוח פאר "המעתיק", ר' אבא מיט די גאנצע סטעף, פאר צושטעלן אזא קוואליטי ביכל (עס האט כמעט 700 זייטן).

ווער עס האט ליב צו "ליינען א בוק" זאל דאס קויפן (נאר אז מ'קען זיך ערלויבן, 'שטייט זיך).

(למען האמת האב איך קריטיק פאר לייגן איין פיקטשער אין די ערשטע קאפיטלעך וואס דערציילט א גרויסן סוד פון שפעטער און נעמט אוועק א שטיקל דראמא, אויך די נאמען פונעם בוק איז צו שטארק ארויסגעזאגט און נעמט אוועק אביסל דראמא, אבער נישט געפערליך.)

מ'קען זיך אריינלאזן בעובי הקורה אינעם אינהאלט פונעם בוק, עס האט א געוואלד מיט אינהאלט, וועגן אמונה, שלום בית, בטחון, און להבדיל קאמוניזם, חורבן אייראפע, וכו' - מ'קען שרייבן א גאנצע בוך וועגן דעם. צווישן די שורות קומט ארויס זייער אסאך טיפקייט איבער דאס לעבן פון מישא מיט זיין מסירות נפש'דיגע ווייב.

אבער אייער צייט איז באגרעניצט, וועל איך עס נישט טאן, איך זאג ענק קויפט דעם בוק.

אז א פארנומענער יונגערמאן האט געקענט ליינען אזא דיקן ביך אין בלויז איין האלבע וואך, פון מיטוואך ביז מוצאי שבת, זאגט עס שוין אסאך אז מ'קען עס נישט אראפלאזן פון די האנט... עס איז גוט, זייער גוט.

יישר כוח פאר אלע וואס האבן געהאלפן דערצו.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א גוטן זונטאג הער יו"ט ערליך; ברוך שובך.

די "גרעגארי קומט צוריק אהיים" געשיכטע איז געלאפן אין פארזעצונגען אינעם וועכנטליכן שאפערס-רוט וואס ערשיינט ביי אונז אין וויליאמסבורג, איך האב עס אין אנהייב מיטגעהאלטן, אבער צוליב פארנומענקייט וכדומה האב איך דאס איבערגעלאזט אינדערמיט. די בני בית פלעגן אבער אראפלויפן אין געשעפט יעדן מיטוואך כאפן א שאפערס-רוט צוליב גרויס נייגער איבער גרעגארי'ן. איך האב גראדע געוואלט קויפן דעם בוך, אבער דאכט זיך אז עס קאסט א הון תועפות (מיין מקוה איד האט באקומען א באפעל צו פארקויפן פאר נישט ווייניגער ווי 28, אויב מיינע אויערן זענען געווען גענוג איבערגעשפיצט ווען ער האט גערעדט מיטן דיסטריביוטער יענעם ערב שבת נאכמיטאג).

אויב מיין פארגעפיל זאגט עפעס, איז דאס גראדע געשריבן געווארן דורך ר' ט. יצחקי ('סגנון') פון מאנסי, וועלכער שרייבט מערערע מאמרים און ארטיקלן אין די פארשידענע וועכנטליכע אויסגאבעס (שאפערס-רוט וכדומה).
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

טאקע אן אינטערעסאנטע מעשה דער גרעגארי.

די עיקר אמת'דיגקייט ליגט אין די פשטות פונעם שרייבער, אן קיין צוגעלייגטע איבעריגע זיסע פעפער ... וואס די געווענליכע שרייבער גלייכן צוצושמירן דאן האט עס א טעם ווי א צוקוועטשטע פלאם טאמאטא.. וואס קומט פון ארץ ישראל אן א הכשר...

איך האב די מעשה שוין געליינט טאקע אינעם שאפערס רוט וואס האט מיך געהאלטן געשפאנט אלע וואך. זומער האב איך געשאלטן ווייל די שאפער רוט קומט דאן נישט ארויס. ב"ה איך בין געווען צופרידן אז ס'אט זיך גוט אויסגעלאזט..


קרעמער;
'די בני בית פלעגן אבער אראפלויפן אין געשעפט'

פון וויפיל 'בני בית' רעדסטו דא?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוםטובערליך »

איך פארשטיי נישט איין זאך - וואס מאכט מיך זייער נערוועז.

אין די גאנצע וועלט איז דא א געפערליכע פרינציפ פון נישט "ספוילען" א מעשה אדער ווידעאו פאר איינעם וואס האט עס נאך נישט געליינט אדער געזען. פארוואס ביינונז גיט מען נישט אכטונג אויף דעם?

ווען איך ליין א בוך וועל איך זיין געפערליך ברוגז אויף איינעם וואס דערציילט מיר די ענדע. כ'מיין אז יעדער פארשטייט דאס.

דא אין אונזער פאל,

1) די נאמען פונעם בוך זאגט אליינס אויס אסאך, א גרויסער טעות לדעתי. די געשיכטע איז זייער דראמאטיש, אבער וואלט געווען מיליאן מאל מער אויב די בוק וואלט געהייסן, "מישא און גרעגארי," אדער "פעטער טאליק", אדער פשוט "...ארגענטינא".

2) דא גייט נאך אונזער ליבער "שוועמל" און זאגט אפען ארויס איין טייל וויאזוי די בוך ענדיגט זיך. ווען איך ליין דעם קאמענטאר בעפאר'ן קויפן דעם בוך, וואלט איך מן הסתם עס נישט געקויפט. באמת. פארוואס? ווען איך קויף א בוך איז עס צו הנאה האבן פון די מעשה, און טייל פון די הנאה איז די איבערראשונג פון די פלאט, די אומגעראכטענע אנטוויקלונגען, וכו' וכו' - נו, אז איך ווייס פאראויס די ענדע, איז נישטא קיין הנאה אין עס ליינען, שפירט זיך די גאנצע זאך ווי ארויסגעווארפן צייט פאר גארנישט - ווי איך זאל ציילן וויפיל קארס זענען שוין דורכגעפארן מיין גאס.

איר פארשטייט?

יישר כוח
אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 726
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענטאאש »

יום, טוב, ערליך.

שוין פון לאנג האט זיך מיט אנגעזאמלט אונטער די צינג עטליכע נקודות אויסצודרוקן ווי איך האב הנאה פון ר' יום טוב'ן. איז דאך אזוי - דא אין קרעטשמע קומט ער בלויז אריין כאפן א פיינעם טרינק משקה, און אויך זיין דולה ומשקה (קרעדיט: דולה ומשקה) צו קענען גיסן פון זעך אויף די גאנצע קרעטשמע כלב אחד באיש אחד. און דער עולם איז כאפטצעם פאר הנאה-געלעכטער.

1:

יום: ער פאלט טאקע אריין נאר דא אמאל אמאל א טאג דא, א טאג דארט.

2:

טוב: אבער בוי איז ער גוט...

3:

ערליך: ערליך איז ער מן הסתם אויך, אבער זיינע סחורה זענען 'הערליך' דאס איז זיכער.


א הארציגן יישר כח. נע, כ'וואלט בכל נישט געווען ברוגז אויב דו לאזט זיך הערן אפטער.
יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוםטובערליך »

ווייסטעך איך גלייך קריטיק מער ווי אלעס, איך ווער משוגע פאר קריטיק.

וועל עך דער זאגן אפאר קאמפלימענטן סתם לשבר את הטבע.

די בעסטע פון דיין תגובה איז די "בוי" און די "נע"

שטימט?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

נע בוי, נע בוי, דיין טעמפל מזמרים.
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: טאמאטעס, שמיטה, מישא-גרעגארי בוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

דער געשיכטע קלונגט אמת'דיג, אין דערצייט וואס די דעטאלן זענען ווי אין א נאוול. אלעס פאלט אין פלאץ 'צו גוט'. דער וועכטער אויפן בריקל ווערט ארלעדיגט בליץ שנעל, פונקט קומט טאליק אן קיין אמעריקא בשעת מישא קומט וכו' וכו'
דער ענדיגט זיך מיט א טיפישע נאוועל אנעקדאט אז אין פלארידע האט מען זיך געטראפן צוריק מיט דעם אלטן רב פון טאשקענט.

אויב האט איינער אינפארמאציע פון די אלגעמיינע וועלט איבער די ווארשיינליכקייט פון די געשיכטע, זאל דאס מיטטיילן.

אבער דאס איז זיכער, לא נראה כבושם הזה. די אידישע וועלט קען און דארף ענטהאלטן נאך אזאנע ביכער.
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: טאמאטעס, שמיטה, מישא-גרעגארי בוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

די גרעגארי מעשה איז אמאל געלאפן אין די שאפערס רוט? דער שרייבער דארט האט דאך קלאר געשריבן אז ס'איז א נאוועל
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: טאמאטעס, שמיטה, מישא-גרעגארי בוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

יא, די מעשה איז דארט געלאפן, און ס'מיר א שמחה צו הערן אז כ'האב צוגעטראפן, דער שרייבער אליינס האט מודה געווען אז ס'איז א נאוועל.
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

קרעמער האט געשריבן:נע בוי, נע בוי, דיין טעמפל מזמרים.

חחח... קרעמער, ווי ניד יו בעק...
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: טאמאטעס, שמיטה, מישא-גרעגארי בוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

אהער און אהין האט געשריבן:דער געשיכטע קלונגט אמת'דיג, אין דערצייט וואס די דעטאלן זענען ווי אין א נאוול. אלעס פאלט אין פלאץ 'צו גוט'. דער וועכטער אויפן בריקל ווערט ארלעדיגט בליץ שנעל, פונקט קומט טאליק אן קיין אמעריקא בשעת מישא קומט וכו' וכו'
דער ענדיגט זיך מיט א טיפישע נאוועל אנעקדאט אז אין פלארידע האט מען זיך געטראפן צוריק מיט דעם אלטן רב פון טאשקענט.

אויב האט איינער אינפארמאציע פון די אלגעמיינע וועלט איבער די ווארשיינליכקייט פון די געשיכטע, זאל דאס מיטטיילן.

אבער דאס איז זיכער, לא נראה כבושם הזה. די אידישע וועלט קען און דארף ענטהאלטן נאך אזאנע ביכער.

viewtopic.php?p=3021063#p3021063
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: טאמאטעס, שמיטה, מישא-גרעגארי בוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

הר גריזים האט געשריבן:די גרעגארי מעשה איז אמאל געלאפן אין די שאפערס רוט? דער שרייבער דארט האט דאך קלאר געשריבן אז ס'איז א נאוועל

איז דאך עס נישט אינטערעסאנט..
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”