א מצוה טאנץ אדער א הספד?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

א מצוה טאנץ אדער א הספד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

איך קום אריין אין זאל נאכן זיצן אין טרעפיק א דריי פערטל שעה אויפן עף די אר, די זיץ פלייש איז מיר שוין אויסגעלאפן, איך וויל מיך זעצן און פארברענגען מיט מיין משפחה וועלכע איך האב שוין נישט געטראפן א שטיק צייט, א סעודה וועל איך שוין ווארשיינליך מער נישט טרעפן אבער כאטש א שטיקל מזונות און א גלעזעלע שנאפס וועל איך נאך קענען האבן, ענדליך איך מאך זיך באקוועם אויף א טיש ווי איך וועל נישט כאפן קיין אויג נאכן זיך אנרוקן אזוי שפעט רוקט זיך צו צו מיר א שוואגער און איך הייב אן געמיטליך פארברענגען מיט אים ווען פון די הינטערגרונד הער איך "רבותי מיר וועלן בענטשן" און דעם דוי הסר ניגון נאכפאלגענדיג... אזוי ווערט דאס קרעמל פון מיין פאמיליע אלס מער היימישער און געשמאקער, אפילו דער עלטסטער שוואגער דער חשובער מגיד שיעור האט זיך שוין אויך גענומען די מיה זיך צו צוריקן דאס בענקל... פלוצלינג אומגערישט קומט אריין א יונגערמאן מיט א שאל... ער גייט צו מיט זיכערע טריט צום שפילער און זאגט אים עפעס אריין מיט א שיפן מויל און דער שפילער שאקלט צו מיטן קאפ און גיבט אים איבער דעם מייקראפאון, מיט א זיכערקייט מאכט דער יונגערמאן וועמענס נאמען איך האב נאכנישט זוכה געווען צו קענען עד הנה אריין אין די מייק א לאנג פארצויגענעם גריצלנדן שששש...שששש... אזש מיינע נערוון האבן זיך שוין ווידעראמאל שיעור צושפילט... ער הייבט אן מיט אזא שטאטע קה ריבון עלם ניגון און הייבט אן שפריצן קאמפלימענטן אן א שדיעור ביז איך הער אז ער מיינט די כלהס עלטער זיידע זכותו יגן ואנחה... נאך א שטיק צייט פארט ער אריין אין אזא בכל צער וצער ניגון און הייבט אן וויינען אויף צרות הכלל, איך וויל אנהייבן צוריק דעם געשמאקן שמועס און איך פרעג אזוי אומשולדיג "נא... וואו האמיר געהאלטן?..." אבער יעדער איינער שיקט מיר בייזע בליקן "ששש... דער בארימטער בדחן פלוני פלאנעוויטש גראמט יעצט אויס די זיידע פון דעם חתן" איך גיב א קוק ארום דעם זאל און יעדער איינער ווישט זיך די טרערעלעך! וואס גייט דא פאר?
יודן, איז דא א מקור צו די אלע געשלעפעכצער און געוויינערייען ביים מצוה טאנץ? ווי איך געדענק שטייט כל ה"משמח" חתן וכלה נישט פארקערט...
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

יאך נעם אלס דעם אר עף קעי ברידזש און אזוי איז אלס אקעי
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

היינו טעמא דפורים, היינו טעמא דל"ג בעומר, יעדע זמן שמחה פארדרייט מען און ס'ווערט אן עת רצון זיך אויסצובעטן, און פוילן. ס'זענען געווען צדיקים וואס האבן געהאט א ספעציעלע עבודה און די זמני שמחה אבער אין מקרא יוצא מדי פשוטו און פאר די המון עם דארף מען נישט פארדרייען די קאפ. עת לבכות ועת לשחוק, זאגט שלמה המלך און ביטע פארדריי נישט די יוצרות
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
יום אחד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יום אחד »

קומט א שוואגער אריין צום קבלת פנים(דרך אגב ווער איז מקבל וועם? די חתן מיטן פנים זועפות? אויך א דאבאטע פאר זיך...) און פרעגט אזוי שטילערהייט דעם שכן ווען ענדיגט זיך די חתונה? צו זיין מזל האט ער אנגעטראפן די מחותנ'ס זון, ער שפירט זיך געטראפען און שרייט מיין טאטע איז נישט קיין שנארער (נאר מ'איז געקומען נאך געלט אין ביהמ''ד בדרך כבוד...) דעס איז נישט קיין "תקנות חתונה" דא איז נישט דא קיין זייגער מ'וועט ענדיגען ווען מ'וועט ענדיגען!
לעצט פארראכטן דורך יום אחד אום מיטוואך יוני 07, 2017 8:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אי אפשר שתקרא עבודת עבד, אלא כשגוף הדבר זר בעיניו. :שם משמואל
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

יום אחד האט געשריבן:(דרך אגב ווער איז מקבל וועם? די חתן מיטן פנים זואפות? אויך א דאבאטע פאר זיך...)


ר' חיים קריזווירטה זצ"ל האט אמאל געזאגט פאר א חתן ביים קבלת פנים -ווען ער האט געזען אז ער וויינט- וויינען האסטו געדארפט ביז היצט, יעצט דארף מען שוין זיין פרייליך.
זוכט איר דוי?
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

קיין טענה אויפען בדחן קען מען נישט האבן, ווייל ער ווערט באצאלט צו מאכען אזא סארט דשאב, יעדער מחותן האט היינט א ברירה צו נעמען די בדחנים וואס מאכען א מצוה טאנץ אין 40 מינוט אדער די וואס נעמט זיי פיהר שעה. איי פרעגסטו פארוואס דארף עס זיין א הספד? איר ווייסט אליינס נישט וויפיל מחותנים פארלאנגען עס מידי יום ביומו....
איך האב שוין געהאט מחותנים וואס האבען מיר געזאגט אפען, ווען דו רופסט מיך אויס, רעד פון מענטשען וואס ווארטען אויף קינדער, רעד פון קראנקע ,וכלשונו: מאך מיך בוכה'נען .... איך וויל וויינען אויף צרות ישראל. ס'איז אן אמאושענאל זמן און מ'וויל זיך אויסגעבן, וואס נארמאל וואלט מען זיך געשעמט אין פובליק צו פארגיסען א טרער, איז עס היינט א סטייל.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

יום אחד האט געשריבן:קומט א שוואגער אריין צום קבלת פנים(דרך אגב ווער איז מקבל וועם? די חתן מיטן פנים זואפות? אויך א דאבאטע פאר זיך...)


מ'איז מקבל די אבות וואס קומען אראפ פון די חתונה. ביטע נישט לאכן פון מנהגי ישראל, איך פארשטיי אז איר מיינט נישט גארנישט, אבער אנדערע קענען עס שלעכט פארשטיין.

ולגבי די פנים זועפות חלק, א חתן וואס האט א נישט ערנסטע פנים, איז נישט מסודר.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איבערן קבלת פנים, ס'דארף צו זיין בבחינת "וגילו ברעדה".
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

געדענקענדיג חתונות פון צוואנציג, דרייסיג, און מער יאהר צוריק, פלעגט דער חתן זיין "ערנסט" ביי די קבלת פנים, אבער ביים אויפנעמען די געסט פלעגט ער עס טוהן מיט א שמייכל. גראמען איז געווען לשמח חתן וכלה און נאר ווען מען האט אויסגערופן די חתן כלה האט מען מען אין איינצעלנע ערנסטע ווערטער ארויסגעברענגט אז זיי קאנען זיך אויסבעטן בני חיי ומזוני.
אלס דעם ענין פון עלטערן וואס קומען אראפ, האמיר אויך געהערט אז מען נעמט זיי אויף מיט א ערנסטקייט, אבער נישט מיט טרויער און זויערקייט.
די מאדע פון וויינען און הספדים אוואו ביי לוויות איז אן אויפקום פון די נייע מיללעניום.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
חמרא
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2016 8:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא »

תשעה באב אויב איינער וויינט איז ער נישט קיין חסיד. ביי א חתונה דארף מען יא וויינען. א צודרייטער וועלט
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

דונש האט געשריבן:
יום אחד האט געשריבן:(דרך אגב ווער איז מקבל וועם? די חתן מיטן פנים זואפות? אויך א דאבאטע פאר זיך...)


ר' חיים קריזווירטה זצ"ל האט אמאל געזאגט פאר א חתן ביים קבלת פנים -ווען ער האט געזען אז ער וויינט- וויינען האסטו געדארפט ביז היצט, יעצט דארף מען שוין זיין פרייליך.

ראפשיצער רב זי"ע [נישט ראספשע..] האט אנדערש געזאגט
ידוע די מעשה מיטן חתן וואס האט נישט געוויינט און האט עם געזאגט דעם משל מיטן צבי והצביה, מיר וועלן זיך טרעפן ביים פעלן-סוחר...

אבער צו דעם בינעך יא מסכים
דאס געוויינעכץ און עמאשענאכטס ביי מצוה טאנץ, האט נישט קיין הענט און קיין פוס, און אויך נישט קיין שום מקור!
אוועטאר
יום אחד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יום אחד »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:
יום אחד האט געשריבן:קומט א שוואגער אריין צום קבלת פנים(דרך אגב ווער איז מקבל וועם? די חתן מיטן פנים זועפות? אויך א דאבאטע פאר זיך...)


מ'איז מקבל די אבות וואס קומען אראפ פון די חתונה. ביטע נישט לאכן פון מנהגי ישראל, איך פארשטיי אז איר מיינט נישט גארנישט, אבער אנדערע קענען עס שלעכט פארשטיין.

ולגבי די פנים זועפות חלק, א חתן וואס האט א נישט ערנסטע פנים, איז נישט מסודר.


ח''ו, סתם געפרעגט די וואך ביי א קבלת פנים קיינער האט נישט געוויסט קיין זיכערע פשט, אדרבה היכן המקור שהפשט הפשוט הוא קבלת האבות?
אטעטשמענטס
Untitled.png
Untitled.png (197.74 KiB) געזען 3162 מאל
אי אפשר שתקרא עבודת עבד, אלא כשגוף הדבר זר בעיניו. :שם משמואל
גם זה יעבור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 3:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם זה יעבור »

[quote="שמעלקא זאפטיגער"]

מ'איז מקבל די אבות וואס קומען אראפ פון די חתונה. ביטע נישט לאכן פון מנהגי ישראל, איך פארשטיי אז איר מיינט נישט גארנישט, אבער אנדערע קענען עס שלעכט פארשטיין.

אוואו איז דאס מקובל? פון די גראמער
איז דא א מקור צו דעם?
און זוהר שטייט אז די עלטערן פון א חתן/כלה יתום קומען די עלטערן, אבער זיידעס און און עלטער זיידעס? פון ווי קומט דאס?
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

דאכטזעכמר אז אין זוהר שטייט אז די עלטערן קומען ביי יעדע שמחה
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

גראדע האבעך זייער ליב צי הערן אין בעט שיינע גראמען
לדעתי פלעין אויסצירימען צרות ישראל איז טאקע נאריש אבער אראפ לייגן שיין אין ווארעם די הודאה צום אייבערשטען עד היכן הגענו איז זייער א געשמאקע זאך פאר א מחותן
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
נחום
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 11:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום »

די כיצד מרקדין לפני הכלה האט מען איינגעפירט צו מאכען מיטען גרעסטען ערענסקייט נישט מיט קיין הוללות, - ווי אויך איז עס געווען ביי צדיקים א מוראדיגע זמן עת רצון, עס שטייט אין ספרי קבלה גרויסע ענינים למעלה אויף דעם ענין, און אפילו מיר קלענערע בעלי השגות וואס קענען נישט די היילגע זאכען, נעמט עס נישט אוועק די פאקט אז עס איצטער א עת רצון , אפילו איר/מיר ווייסענן נישט פונקטליך ווי אזוי עס ארבעט, מען בעיט זיך אויס א גליקליך לעבען פאר בנים ובני בנים יעדער לויט זיינע השגות.. ווי אוך איז מען דאך געשפרינגען און געטאנצען א גאנצע צייט ביז יעצט. ווי די הלכה זאגט טאקע.. יעצט איז די צייט פאר וגילו ברעדה א ערענסט שבח והודיה לק-ל חי .. פול מיט פנימיותדיגע שמחה.. עס שאדט נישט אז מען איז אביסעלע מגזם מיט די שבחים מען רעדט דאך דא פון ערליכע יודען וואס זענען שומרי תורה ודי בזה
טראסקע אוועק דיין סמארט פאון ! וועט אייך גוט זיין בזה ובבא !
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

שלום עליכם מחותן שוין לאנג נישט געהערט פון אייך דא אויפן וועלטל

זעהט אויס אז מרעדט פון גראמען האט זיך די "מחותן" אויפגעוועקט...
לעצט פארראכטן דורך נודה לך אום דאנערשטאג יוני 08, 2017 12:28 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

נודה לך האט געשריבן:שלום עליכם מחותן שוין לאנג נישט געהערט פון אייך דא אויפן וועלטל

מען רעדט דאך פון זיין חתונה מסתמא, איז ער זיך געקומען פארענטפערן.
כל מקדש
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 12:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל מקדש »

נחום האט געשריבן:די כיצד מרקדין לפני הכלה האט מען איינגעפירט צו מאכען מיטען גרעסטען ערענסקייט נישט מיט קיין הוללות, - ווי אויך איז עס געווען ביי צדיקים א מוראדיגע זמן עת רצון, עס שטייט אין ספרי קבלה גרויסע ענינים למעלה אויף דעם ענין, און אפילו מיר קלענערע בעלי השגות וואס קענען נישט די היילגע זאכען, נעמט עס נישט אוועק די פאקט אז עס איצטער א עת רצון , אפילו איר/מיר ווייסענן נישט פונקטליך ווי אזוי עס ארבעט, מען בעיט זיך אויס א גליקליך לעבען פאר בנים ובני בנים יעדער לויט זיינע השגות.. ווי אוך איז מען דאך געשפרינגען און געטאנצען א גאנצע צייט ביז יעצט. ווי די הלכה זאגט טאקע.. יעצט איז די צייט פאר וגילו ברעדה א ערענסט שבח והודיה לק-ל חי .. פול מיט פנימיותדיגע שמחה.. עס שאדט נישט אז מען איז אביסעלע מגזם מיט די שבחים מען רעדט דאך דא פון ערליכע יודען וואס זענען שומרי תורה ודי בזה

זייער פיין זייער שיין אבער דאס איז א נייע זאך ביי מצוה טאנץ צי מאכן אזא שפיל
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דונש האט געשריבן:
יום אחד האט געשריבן:(דרך אגב ווער איז מקבל וועם? די חתן מיטן פנים זואפות? אויך א דאבאטע פאר זיך...)


ר' חיים קריזווירטה זצ"ל האט אמאל געזאגט פאר א חתן ביים קבלת פנים -ווען ער האט געזען אז ער וויינט- וויינען האסטו געדארפט ביז היצט, יעצט דארף מען שוין זיין פרייליך.

ביי אונז האט מען געוואוסט מיט מקורות פון פריערדיגע אז ביז נאך די חופה איז א בחינה פון יום כיפור, און פון די חופה און ווייטער איז א בחינה פון שמחת תורה.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אה, און טאקע "יום כיפור" טוט מען תשובה מיט אומגעהויערע שמחה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יום אחד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יום אחד »

די גאנצע א''ג ערענסטע גראמען האט הבדחן ר' חיים מענדל ז''ל איינגעפירט דא נאך די מלחמה ווען רוב חתנים /כלות זענען געווען יתומים,(און דאך האבן אסאך טענות געהאט) ער האט אבער גראד נאכדעם געהויבען חתן/כלה מיט זיינע באוויסטע ווערטלעך. היינט איז מען געבליבען נאר מיט די פסולת. און פארשטייט אז דאס איז גאר געווערן א מנהג ישראל שאין להרהר...
אי אפשר שתקרא עבודת עבד, אלא כשגוף הדבר זר בעיניו. :שם משמואל
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

יום אחד האט געשריבן:די גאנצע א''ג ערענסטע גראמען האט הבדחן ר' חיים מענדל ז''ל איינגעפירט דא נאך די מלחמה ווען רוב חתנים /כלות זענען געווען יתומים,(און דאך האבן אסאך טענות געהאט) ער האט אבער גראד נאכדעם געהויבען חתן/כלה מיט זיינע באוויסטע ווערטלעך. היינט איז מען געבליבען נאר מיט די פסולת. און פארשטייט אז דאס איז גאר געווערן א מנהג ישראל שאין להרהר...


קען זיין אז ער האט אנגעהויבן צו פארן אויף דעם קו אבער איך האב געהערט א טעיפ (יא עס איז נאך געווען א קאסעטע, געבארגט פון א חבר אין ישיבה גדולה אזוי אז איך האב עס נישט) ווי הבדחן הנ"ל גראמט ביי די מצוה טאנץ בבית פאפא (אויב איך געדענק גוט איז עס ביי די חתונה פון דומ"ץ פאפא וומ"ס) און איך זעה עס אלס א פרייליכע צייט פון נטרקיןס וכו' עס איז גאנץ שנעל יעדער באקומט אן עקסטער מצוה טאנץ און עס נעמט איינס צוויי, און עס זעהט נישט אויס מען זאל זיך יאגן דארט נאר אזוי איז געווען די נאר"ם

אדרבה אויב איינער קען שאפן דער רעקארדירונג וואלטן איך מיט נאך אידן הנאה געהאט
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

איינער פלאנט צו שאפן די רעקארדירונג? עס וואלט געווען גאר גאר אינטערעסאנט צו הערן...
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”