ביסט א היימישער איד, זיי א מענטש און מאך א קידוש השם

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4218
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

ביסט א היימישער איד, זיי א מענטש און מאך א קידוש השם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

איך שרייב דא, ווייל איך האב געלייענט פון א צווייטע חבר אין קרעשטמע "איך בין נישט דיין עבד". ער זאגט זייער גוט. ער איז גערעכט. איך האב געוואלט מוסיף זיין צו זיין תגובה, אבער... איך האב נישט געוואלט פארדרייען דעהם אשכול... מאך איך א נייע.

עס איז נישט קיין סוד. א "חלק" מאנ"ש ווייסן פשוט און גראד נישט וויאזוי זיך אויפצופירן מיט פשוטע מענטשליכקייט. מען דארף וויסן אז מיהר זענען די אתה בחרתנו. האקט נישט קיין טשייניק אז דער גוי פיהרט זיך נישט אויף בעסער, ווייל:
1) ער זאגט נישט שלא עשנו גוי
2) ער זאגט נישט אתה בחרתנו
3) ווען איין גוי פיהרט זיך נישט אויף איידל אויפן פליגער, זאגט איעדער איינער "עפעס א מעשוגענער". משא"כ ווען נאר "איין" איד טומעלט אויפן פליגער, זאגט איעדער גוי, "די אידן!". יושר? ניין! אינטסעמיטזם? זיכער! אבער אזוי ארבייט עס. כל ישראל ערבים זה לזה.

ווען א גוי האלט דיך אויפן די טיהר, און די טראכטס אין קאפ "בשבילי נברא העולם", וויך אויך "הם לא נברי אלא לשמשיני" וכדומה, איז נאך א האלבער צרה. אבער פיהר זיך אויף נארמאל! זאג כאשטיג "טענק יו".

having said all that...
איך אזוי... פאר איך מיך אויפן גארדן סטעיט מיטאג צייט פרייטיג. א מחי', ליידיג... נישט ווי א גאנץ וואך זעקסע צייט... אין דערמיט קומט צו פליען א ניסען אדעסי מיניווען, קאט אריין רעכטס און לינקס. פארשטייט זיך משלנו. אלע דרייווערס קיקן מיט קריציגע אויגן... איך ווייס נישט ווי זיך אהינטוהן פאר בושה... איך בין שוין אזוי ברוגז אויף דעהם חילול השם'ניקער... איך רעג זיך!

פינעף מינוט שפעטער... א ליטוואק מיט זיין רביצן איז סטאק אויף די זייט... מסתם פאהרט ער פון לעיקוואד אויף שבת צום אין לאסס...
נו... האט איינער פון די "נארמאלע מענטשליכע" גויים זיך אפגעשטעלט? וואס ווען. מיטאמאהל געבליקט אויף דעהם אומבאהאלפענעם... ווער האט זיך יא אפגעשטעלט? ווער איז שוין געלגען אינטרן קאר אין געהאלטן אינמיטן טוישן די ספעיר טייער??? אונזערס א ידיד. איך האב זיך ממש ציוויינט... אויף איהם בין איך געוועהן ברוגז?

ממילא הערט מיר אויס אלע חברים. יא, מען מוז זיין מענטשליך. יא, מען דארף זיך אויפירן נארמאל. אבער... די ערגסטע איד איז בעסער ווי די בעסטע גוי! ווער רעדט נאך פון אונזרע אנשי שלומיני, היימישע חסידישע אידן, ווארעם צו איעדע דבר שבקדושה און אייביג גרייטן צו טוהן כל מיני חסד פאר א צווייטען. איך בין proud צו זיין א חלק פון די גרופע. פון די חאניאקן. מיהר זענען אלע ברודער. אחים לדעה. יא, מיהר קענען טוהן פאני זאכן אמאהל אמאהל... יא, מיהר קענען זיין אסאך מאהל איגנארענט. אבער מיהר זענען נאך אלץ דאס אתה בחרתנו. מי כעמך ישראל!
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
א נעכטיגן טאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נעכטיגן טאג »

זייער שיין ארויסגעברענגט.
;l;p-
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

געוואלדיג גוט! צוויי זייטן פונעם מטבע צולייגט אין איין אזא קורצן שטיקל!
---
חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימ'ל »

אה. ענדליך נעמט זיך שוין איינער אן פאר מיינע משוגע'תן...
אוועטאר
dont care
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 25, 2011 10:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dont care »

ביטע טייערע יוד, אבער נאך אלס געדענק, די ביסט דער פאן טרעגער פינעם אלמעכטיגען, אין וועגען דעם ביים פיקסען דעם רעדל איז דער קידוש השם עד אין לשער, ממילא איז ווען סי פארקערט (האלטן א טיר,ספידען, יא נעם איט) די חילול השם אין לשער
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

איך פעיסט דא וואס איך האב שוין געשריבן ערגעץ אין איי וועלט איך האף אז עס איז ok איבערצושרייבן

יעדער גוטע אדער שלעכטע זאך וואס אינץ טיען קען/האט האט א אפעקט אויף די יהדות החרידות
ווען די דרייסט זיך למשל צווישן ספאנישע גויים אין זיי פירן זיך אויף נישט שיין /נארמאל. טראכט'סטו אז אלע מעקסיקאנער זענען שלעכט מן־הסתם גייען זיי נישט אין סקול אדער נישט קיין גוטע חינוך הגם זיי פארטרעטן נישט אלע ספאנישע גויים די זעלבע פארקערט ביי די נעקסטע ארבעט האסטו גוטע עקספיריענס מיט א אנדערע גרופ מעקסיקאנער זיי גריסן דיך שיין העלפן דיך באדאנקען דיךוועסטו צוביסלעך טושן דיין מיינונג. די זעלבע ביי שחורים וכדומה
ווען אינץ גייען אין גאס מיט די חסידישע קליידונג באמערקט מען אינץ פון א מייל ווייט
די גוי וואס די ברעיןוואשט זיין מיינונג איבער אינץ מיט גוטן אדער ח''וו פארקערט קען זיין א דזשורי/ דיסטריקט אטערני /אין א מאכטפולע גאוורמענט פאזיציע די גוי וואס די האסט זיך אריינגעכאפט אין זיין לעין נאכן שטיין 5 מניט פארן עקזיט אין די אנדערע גויים וואס זעהן עס קען זיין א צייטונג שרייבער אדער סתם א אינטערנעט שרייבער אדער איינער וואס האט א שטארקע השפעה אויף זיינע חברים אדער סתם א וואטער וואס קען זיכן א העצערישע גרופע זיך צו צוקלעבן
אנשטאט זאגן אז די עסקנים טיען נישט גיט זיי כאטש די וואס טיט אין דיין פריוואטע לעבן
לאז אריין א גוי אין דיין ליין
באדאנקט זיך ווען ער העלפט דיך
וכדומה
פארביר וויפל די קענסט עם צי העלפן אין די האסט די זכיה צי מאכן א קידוש השם
ניץ די 5 שו''ע צי טוישן זייערע מיינונג לטובתינו
ביים גיין שאפונג . ביים זוכן פארקונג.
ביים גייען חוה''מ האלטן
פורים
טריי נישט צוריקצוגעבן ריטערנס נאר באין ברירה אין אנטשולדיגט זיך
אויב ח''וו די האסט שוין אויפגערעגט /געטאן א אומרעכט א גוי בעט אים איבער

אויפן עראפלאן אסאך גויים זעהן בהקוץ די ערשטע מאל א יוד. פאר שחרית האב אנזעניש ער מעג אויך ניצן די פרווייטע שטיבל . פרעג א דיין פארדעם וואס צי טיען אויב מען געט דיך א נישט גוטע סיט 400 פאר אויגן קיקן אויף דיר אויב מען הייבט זיך שפעטער. ביים זיך וואשן. ביים אנטיען די טלית. די סטוערט 'ס וועלן זיך אנהאלטן אבער די נעקסטע פלייט א חסידישער משפחה וועט פליען אין בעטן עפעס וועט ער אויסגיסן די גאנצע כעס אויף זיי. טו נישט א מצוה הבא בעבירה
ביים גיין צי שטאטישע אפיסעס
וכ

די נעבעך גוי וואס ארבעט מיט דיר וואס גייט קיינמאל נישט זיין פרעזידענט. זיין זין קען יארן ארום וואטן/ העצן/ fbi /דזשורי/ דזארדש /אנפלוס אויף מענטשן /רעפארטער /ערוועלט ווערן / וכדומה /אין אפילו ווערן פרעזידענט אין לך אדם שאין לו שעה די אדער דיינע קינדער שכנים קרובים ידידום קענען בענעפיטן וואס די האסט איינגעפלאנצט
זאג נישט אז זיי האבן אינץ עניוועי פיינט הלכה בידיע שעשו שונא ממילא מעג איך זיי שטוסן אין שפייען. אויף די עסקנים זאגסטו אז זיי מאכן א חילול השם אין ווען עס קומט צו דיר נעמסטו אפיר די הלכה בידוע . ביסט אין גלות % 80 צי100% קענסטו טושן זיין מיינונג צי ווערן מחסידי אומות העולם
דיינע מעשים האט א וועליא פון 50 1000$ $ אין אפילו איבער א מיליאן. אויף געזעצן /טובת פאר אנדערע יודן /קארט קעיסעס / גזירות ח''וו /אדער סתם ווייניגער אנטיסעמיטן קיק אויף גאווענער פאטאקי א יוד האט אים געטיען א טובה עד היום האט מען נאך הנאה פון דעם להבדיל עד דעי פון ראקלענד קאנטי איך בין זיכער אז א יוד האט אים פיין מסדר געווען ליידער די וועליא ליידער איז אין די מיליאנען ווי אויך אלע וואטערס אין דעמאקראטיע זענען א חלק פון די גאוורמענט א אוהב ישראל קען נישט טיען אסאך אויב די וואטערס זענען אנגעהעצט אינץ דארפן כסדר צוקומען צי זייערע חסדים זיי זענען בעל בחירה אין די קענסט מיט דיין בחירה זיי דרייען זייער בחירה
( אויב איינער קען בעסער מסדר זיין /מוסף זיין /אראפלייגן די ארטיקל זאל ער עס אראפשרייבן אין איך וועל עס בעז''ה פעסטן דא )


א גרויסע יישר כוח פארן העלפן /אינוועסטירן אין/כלל ישראל
אוועטאר
שעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעמעדיגער »

גוט געשריבן
לעב און לאך א גוטס
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

זייער גוט געשריבן

האסט אפשר א בילד פונעם ניסען אדעסי מיניווען?
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

איך וועל שרייבן מיט א משל ודי
קהל לייגט ארויף אויף דיין ביל פאר פסח קמחה דפיסחא 75 חוץ די חוב בעטן זיי א נדבה ארעמע מענטשן
די מקבלים זענען פריוואט אבער קהל האט א פראטאקאל אז מען דארף ארויסגעגעבן א ליסטע פון יעדע גאס וויפל מענטשן עס דארפן נעבעך צוקומען צו מתנות בו''ד
די גאס לאמיר עס אנריפען 17 סטריט 18 אין 19 סטריט נעמען 92% קמחה דפיסחא אין שבת פעקלעך די 3 סטריט 'ס האבן יעדער טייערע קארס סימבערענס וכדומה שענסטע הייזער פון די גאנצע געגנט טייערסטע קערידוש 10.000$ דזולערי והנמשל..........ואכמ' 'ל
מען דארף האבן אויסגעארבעטע מדות נישט צו ווערן אויפגערעגט
ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 10:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש העיר »

כשר טרעוול, פערל ווערטער!

וויפיל מאל קומט מיר אויס זיך צו דרייען צווישן "אנדערע סארטן", און צומאל קען מען זינקן פאר צער און בושה וויאזוי געוויסע נארישע אומפאראנטווארטליכע מאכן אן א פארקערטע פון קידוש ה'..

בבל, אויך גוט געזאגט.

איך האב זיך געטראפן מיט געשעפטליך מיט א בעסערער איטאליענער אפשטאמיגער אמעריקאנער, ער זעט נישט אויס ווי איינער וואס האט פיינט א איד, ער וואוינט אין די אומגעגענד פון מאנסי, דערציילט ער אז לעצטנס האבן זיך אנגעהויבן ארויסציען אידן ארום זיין שכינות, האט ער איד וואס וואוינט אראפ די גאס, און ארום זיין הויז איז אלעמאל ציכטיג ריין, די גראז געשניטן פון עק צו עק, די בושעס און בלומען קעיר גענומען, און קיינמאל ליגט נישט ארום קיין שמוץ אין די חצר...

פון די אנדערע זייט וואוינט א איד מיט א פענסי קאר, טייערע ווינדאו שעידס, און די פארנט און זייטן פון זיין פראפערטי איז א "מעסס", טשאקלאד רעפערס און פאטעיטא טשיפ זעקלעך פליען ארום מיט שמוציגע טישו'ס, די גראז ווערט נישט געהעריג געשניטן, און ווייסט נישט אז בושעס און בלומען דארף מען אויך אמאל אנקוקן, ער פירט אויס, ווען דו הערסט אמאל איינער זאגט "שמוציגער איד", זאלסטו וויסן פארוואס...
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

ראש העיר האט געשריבן:כשר טרעוול, פערל ווערטער!

וויפיל מאל קומט מיר אויס זיך צו דרייען צווישן "אנדערע סארטן", און צומאל קען מען זינקן פאר צער און בושה וויאזוי געוויסע נארישע אומפאראנטווארטליכע מאכן אן א פארקערטע פון קידוש ה'..

בבל, אויך גוט געזאגט.

איך האב זיך געטראפן מיט געשעפטליך מיט א בעסערער איטאליענער אפשטאמיגער אמעריקאנער, ער זעט נישט אויס ווי איינער וואס האט פיינט א איד, ער וואוינט אין די אומגעגענד פון מאנסי, דערציילט ער אז לעצטנס האבן זיך אנגעהויבן ארויסציען אידן ארום זיין שכינות, האט ער איד וואס וואוינט אראפ די גאס, און ארום זיין הויז איז אלעמאל ציכטיג ריין, די גראז געשניטן פון עק צו עק, די בושעס און בלומען קעיר גענומען, און קיינמאל ליגט נישט ארום קיין שמוץ אין די חצר...

פון די אנדערע זייט וואוינט א איד מיט א פענסי קאר, טייערע ווינדאו שעידס, און די פארנט און זייטן פון זיין פראפערטי איז א "מעסס", טשאקלאד רעפערס און פאטעיטא טשיפ זעקלעך פליען ארום מיט שמוציגע טישו'ס, די גראז ווערט נישט געהעריג געשניטן, און ווייסט נישט אז בושעס און בלומען דארף מען אויך אמאל אנקוקן, ער פירט אויס, ווען דו הערסט אמאל איינער זאגט "שמוציגער איד", זאלסטו וויסן פארוואס...

אנטשולדיגט, פין זיינע איטאליענישע ברודער, און/אדער די שפאניארדן דאון דע בלאק זענען דא גענוג און נאך וואס זעען נישט אויס קיין האר בעסער. און אפגערעדט ווען ס'קומט צו עכטע פארברעכנס, נישט סתם פאטעיטא טשיפס בעגס, ווער שטייט דענסמאל העכער אויפן לייטער?!

אלא מאי? זאגן אונז שוין חז"ל דעם סוד: ולמה נקרא שמה סיני, שמשם ירדה שנאה לאומע"ה.

כ'פארענטפער נישט דעם איד, א איד דארף אפשר לעבן מיט אביסל 'נאכמער' אחריות, אבער גיוו מי עי ברעיק, די גוים וועלן אלעמאל טרעפן עפעס... 'שמוציגער איד' איז א פלעינע שונד-ווארט, וואס גיט אביסל ארויס די אפשיי וואס דער גוי שפורט צום איד.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

שכח כשר א שיין ארטיקל
ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 10:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש העיר »

אבערוואס, אין די ענגע מחנה ביי אונז איז זייער גרינג צו אפענטפערן אויף יעדע קריטיק וואס קומט פון יעדע נישט איד "אנטיסעמיט", ספעציעל אויב ער מאכט דיך אויפמערקזאם אויף א עוולה, אדער אויף א גרויליגקייט פון האלטן א שמוציגן ווילד באוואקסענער חצר אין א גאס פון נאר ריינע חצרים, יא, ס'איז אן עקל און חילול ה', אבער די וועג וויאזוי דער האט גערעדט צו מיר איז נישט געווען מיט שנאה, און ער האט שיין אויסגעלויבט דעם אנדערן איד וואס האלט אזוי שיין און ריין, ער האט מסביר געווען דעם באקאנטן "סלענג" פון "דוירטי דזשו", אז דאס מיינט אזעלכע ווי יענעם וכו', וואס באדן אין שמוץ (לויט זייערע השגות), און יא, זייער פיל נישט אידן האבן אין זיך אביסל אדער אסאך שנאה צו אונז, און מיר דארפן עס נישט פיטערן און צולייגן אויל צום פלאם, מיר דארפן שטארק אכטונג געבן צו מאכן נאר א קידוש ה' און נישט דאס פארקערטע ח"ו..
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

דער גוי האט 'מיך' גארנישט מעורר געווען. ווייל ער אליינס האט דאך גערעדט פין צוויי אידן, און נאר איינער איז 'לפי דבריו' 'שמוציג' און אפי' אזוי גיט דאס שוין לויט אים לעגימיטעט פאר'ן אויסדרוק 'שמוציגער איד', דערום וויל איך וויסן וויפיל פין זיינע גוי'שע ברודער ער רופט אויך 'שמוציג', אין די צייט ס'זענען דא ביי זיי סאאך מער ריינקייט און היגיענע פראבלעמען ווי ביי רוב כלל ישראל.

אלס איד, האלט איך ווי אייך, אז מ'דארף מאכן א קידוש השם וואו/ווען מעגליך, איך זאג נאר לשיטתו פינעם גוי, איז עס סתם זיך ארויפגעכאפט, און די אונטערליגענדע סיבה איז נישט דאס. און אנדערע ווערטער, דער גוי האט געגעבן א שיינע הסבר אבער דער יסוד דערפין איז שקר.

וואס דארף מען מער, ווי אז אז אין דויטשלאנד פאר'ן צווייטן וועלט'ס קריג, וואו די אידן זענען געווען בעסערע לויטע (און גאר אסאך אפי' אסימילירט ל"ע, אז כמ"פ האט מען ניטאמאל געקענט באמערקן א חילוק אינעם הלוך ילך צווישן א איד אין א גוי), האט מען אויך טיטולירט די אידן אלס 'שמוציגע אידן'. ודי בזה כעת.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

אולי האט געשריבן:פארשעמונג פון ענגליש סאלדאט ברענגט פלייץ פון אנטיסמיטישער יוטוב באַמערקונגען

חילול השם בלונדון: "הוא חייל וראוי להתייחס אליו בכבוד", כך נזף איש משמר המלכה בזוג חרדים שכפי הנראה אחד מהם זרק במתכוון כפפה לכיוון חייל משמר המלכה הניצב דום, כדי שהוא יצטרך להרים אותו.

"הצבא נמצא כאן כדי להגן, הם לא כאן בשביל שהציבור יצחק עליהם. הוא חייל, הוא משרת את ארצו והוא ראוי לקבל יחס של כבוד, לזרוק את הכפפות שלך אליו? הוא לא הולך לעבוד, אתה רציני?" נשמע הבריטי אומר בנימוס אך בנחישות.

סתם געקאכט א קאשע!

ס'א באקאנטע פענאמען, מענטשן פראבירן זיי צו פראוואקירן, זיי זאלן זיך דארפן בייגן זייערע געפרעימטע רוקנס, אדער שמייכלען מיט זייערע געביגעלטע לעפצן, גוים ווי אידן צוגלייך. כ'ווייס נישט די מעשה צפעציפיש וואס דארט איז געווען, אבער ס'זעט אויס ווי זיי מאכן א בער פין גארנישט, ווילאנג איינער טשעפעט זיי נישט פיזיש מיינעך איז גארנישט אומלעגאל.

ואגב, זיי טוען נישט גארנישט, זיי האבן נישט קיין שום דזשאב חוץ שטיין דארט און זיך נאריש מאכן (גיין הין און צוריק און האקן מיט די שיך וכדו'), זיי רופן עס 'כבוד המלכה'...
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

הרב טרעוועל ;l;p-
אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

געוואלד! פון וועם שעמסטו זיך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתנאל מינצבערג »

גאר וויכטיגע נושאים דא אויסגעשמועסט, אבער איך וואלט מיר ערלויבט צוצילייגן א נקודה'לע, אז ווען מען פראקטעצירט דאס אויבנדערמאנטע, זאל עס נישט קומען מכח דיין בושה און זיך פילן ווייניגער מכח דיין זיין אנגעפעלצט אין 100 דעגרי, אדער דעם גרויסן פאטעיטא בארד,(ווי עס איז די מציאות ליידער ביי געוויסע פון אונז) געוואלד! פון וועם שעמסטו זיך? פון דער בהמה הולך על שתים?! די וואס פירן זיך אויף סאך ערגער ווי א דבר אחר?! די היינטיגע גוים האבן מיט אנישיות א שייכות ווי איך מיט יא נעים איט, אוודאי די מציאות איז אז פראקטיש מוז מען זיך אויפפירן אויף אופן וואס זיי רופן מענטשליך (עס קען אפשר אויך זיין א שאלה פון חילול השם ואכמל''ב) אבער זיי זענען כלל וכלל נישט בגדר אנושי
זאג פון א ספיידער שעמסטו זיך אויך?
שלום בית איז א טעאריע
אוועטער קרעדיט @גארנישט מיט נישט ריסייז קרעדיט @אויפגעפרישט
אוועטאר
tech yid
שר חמש מאות
תגובות: 701
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2016 7:09 pm
לאקאציע: נישט ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tech yid »

ווען א אונז וואלטן געדארפט צוקומען צי ספיידערס, און זיי וואלטן אונז בארעדט און זייער מידיע, דאן יא...
הק׳ טעקעלע
אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתנאל מינצבערג »

נתנאל מינצבערג האט געשריבן: ווען מען פראקטעצירט דאס אויבנדערמאנטע, זאל עס נישט קומען מכח דיין בושה,
אוודאי די מציאות איז אז פראקטיש מוז מען זיך אויפפירן אויף אופן וואס זיי רופן מענטשליך (עס קען אפשר אויך זיין א שאלה פון חילול השם ואכמל''ב)
שלום בית איז א טעאריע
אוועטער קרעדיט @גארנישט מיט נישט ריסייז קרעדיט @אויפגעפרישט
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4218
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

נתנאל מינצבערג האט געשריבן:גאר וויכטיגע נושאים דא אויסגעשמועסט, אבער איך וואלט מיר ערלויבט צוצילייגן א נקודה'לע, אז ווען מען פראקטעצירט דאס אויבנדערמאנטע, זאל עס נישט קומען מכח דיין בושה און זיך פילן ווייניגער מכח דיין זיין אנגעפעלצט אין 100 דעגרי, אדער דעם גרויסן פאטעיטא בארד,(ווי עס איז די מציאות ליידער ביי געוויסע פון אונז) געוואלד! פון וועם שעמסטו זיך? פון דער בהמה הולך על שתים?! די וואס פירן זיך אויף סאך ערגער ווי א דבר אחר?! די היינטיגע גוים האבן מיט אנישיות א שייכות ווי איך מיט יא נעים איט, אוודאי די מציאות איז אז פראקטיש מוז מען זיך אויפפירן אויף אופן וואס זיי רופן מענטשליך (עס קען אפשר אויך זיין א שאלה פון חילול השם ואכמל''ב) אבער זיי זענען כלל וכלל נישט בגדר אנושי
זאג פון א ספיידער שעמסטו זיך אויך?

קודם כל, שעקויעך פאר אלע שרייבערס. איעדער זאגט דא גאר גוט.

ישר כח "בבל", איך האב הנאה געהאט.
ר' נתנאל: איהר זאגט גאר גוט. אני לשכעצמי האב איך ארויסגעברענגט צוויי געדאנקען.
1) מאך נישט א חילול השם. און ווי בבל שרייבט: דיין פעולה איז אסאך מער ווערט ווי די מיינסט. נקודה למחשבה: זאג מיהר נישט דער גוי טוט אויך. דער גוי זאגט נישט אתה בחרתנו. דער גוי האט נישט (יושר אדער נישט) די ענין פון כל ישראל ערבים, אלע קוקן אויף אונז ווי איין גרופע. וואס ביי די וועי, דאס מיינט ראסיזם. טריטינג א גרופ עס וואן.

2) העווינג סעיט די אלל אף די עבאוו, איז מיין צווייטע פוינט אז זאלטץ קיינמאהל זיך נישט שעמען צו זיין א איד. איך בי שטאלץ צו זיין א חלק פון די גאנצע חסידישע געמיינדע על אף אלע אירע פראבלעמן. רובו ככולו זענען גאר איידעלע אנשטדעיגע מענטשען אפילו אין די גאס.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

די מאכטפולע פירער פין רוסלאנד וולאעמיר פוטין פארציילט אליין אז ער האט געוואינט אלץ ארעמע קינד אין פוטסבערג טיר ביי טיר מיט א יוד די איד פלעגט אים העלפן אין אויך געגעבן עסן ( עד היום האט פוטין ליב געפילטע פיש. מצה ) פוטין פארציילט אז די שכן פלעגט לערנען יומם ולילה שטעלטס ענק פאר ווען די איד
אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנדאנער »

בבל האט געשריבן:די מאכטפולע פירער פין רוסלאנד וולאעמיר פוטין פארציילט אליין אז ער האט געוואינט אלץ ארעמע קינד אין פוטסבערג טיר ביי טיר מיט א יוד די איד פלעגט אים העלפן אין אויך געגעבן עסן ( עד היום האט פוטין ליב געפילטע פיש. מצה ) פוטין פארציילט אז די שכן פלעגט לערנען יומם ולילה שטעלטס ענק פאר ווען די איד


שעם דיך נישט צו שרייבען א מקור
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

לאנדאנער האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:די מאכטפולע פירער פין רוסלאנד וולאעמיר פוטין פארציילט אליין אז ער האט געוואינט אלץ ארעמע קינד אין פוטסבערג טיר ביי טיר מיט א יוד די איד פלעגט אים העלפן אין אויך געגעבן עסן ( עד היום האט פוטין ליב געפילטע פיש. מצה ) פוטין פארציילט אז די שכן פלעגט לערנען יומם ולילה שטעלטס ענק פאר ווען די איד


שעם דיך נישט צו שרייבען א מקור

קאל מבשר אינטערויא 114
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

בבל האט געשריבן:
לאנדאנער האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:די מאכטפולע פירער פין רוסלאנד וולאעמיר פוטין פארציילט אליין אז ער האט געוואינט אלץ ארעמע קינד אין פוטסבערג טיר ביי טיר מיט א יוד די איד פלעגט אים העלפן אין אויך געגעבן עסן ( עד היום האט פוטין ליב געפילטע פיש. מצה ) פוטין פארציילט אז די שכן פלעגט לערנען יומם ולילה שטעלטס ענק פאר ווען די איד


שעם דיך נישט צו שרייבען א מקור

קאל מבשר אינטערויא 114

ניו יארק טיימס

A Jewish family—an elderly couple and their daughter, Hava—lived in our communal apartment. Hava was a grown woman, but as the adults used to say, her life hadn't turned out well. She had never married, and she still lived with her parents.

Her father was a tailor, and although he seemed quite elderly, he would stitch on his sewing machine for whole days at a time. They were religious Jews. They did not work on the Sabbath, and the old man would recite the Talmud, droning away. Once, I couldn't hold back any longer and asked what he was chanting. He explained about the Talmud, and I immediately lost interest
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

בבל האט געשריבן:די גוי וואס די ברעיןוואשט זיין מיינונג איבער אינץ מיט גוטן אדער ח''וו פארקערט קען זיין א דזשורי/ דיסטריקט אטערני /אין א מאכטפולע גאוורמענט פאזיציע די גוי וואס די האסט זיך אריינגעכאפט אין זיין לעין נאכן שטיין 5 מניט פארן עקזיט אין די אנדערע גויים וואס זעהן עס קען זיין א צייטונג שרייבער אדער סתם א אינטערנעט שרייבער אדער איינער וואס האט א שטארקע השפעה אויף זיינע חברים אדער סתם א וואטער וואס קען זיכן א העצערישע גרופע זיך צו צוקלעבן
בבל האט געשריבן:די נעבעך גוי וואס ארבעט מיט דיר וואס גייט קיינמאל נישט זיין פרעזידענט. זיין זין קען יארן ארום וואטן/ העצן/ fbi /דזשורי/ דזארדש /אנפלוס אויף מענטשן /רעפארטער /ערוועלט ווערן / וכדומה /אין אפילו ווערן פרעזידענט אין לך אדם שאין לו שעה די אדער דיינע קינדער שכנים קרובים ידידום קענען בענעפיטן וואס די האסט איינגעפלאנצט

באקאנט די מעשה אין די גמרא מיט רבי

בבל האט געשריבן:עד דעי פון ראקלענד קאנטי איך בין זיכער אז א יוד האט אים פיין מסדר געווען

לאו דווקא. נישט יעדער שונא ישראל דארף/האט א סיבה
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”