אונזער אחריות צווישן גויים

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

אונזער אחריות צווישן גויים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

יעדער גוטע אדער שלעכטע זאך וואס אונז טוען קען/האט האט א אפעקט אויף די יהדות החרידות
ווען די דרייסט זיך למשל צווישן ספאנישע גויים אין זיי פירן זיך אויף נישט שיין /נארמאל. טראכט'סטו אז אלע מעקסיקאנער זענען שלעכט מן־הסתם גייען זיי נישט אין סקול אדער נישט קיין גוטע חינוך הגם זיי פארטרעטן נישט אלע ספאנישע גויים די זעלבע פארקערט ביי די נעקסטע ארבעט האסטו גוטע עקספיריענס מיט א אנדערע גרופ מעקסיקאנער זיי גריסן דיך שיין העלפן דיך באדאנקען דיךוועסטו צוביסלעך טושן דיין מיינונג. די זעלבע ביי שחורים וכדומה
ווען אינץ גייען אין גאס מיט די חסידישע קליידונג באמערקט מען אינץ פון א מייל ווייט
די גוי וואס די ברעיןוואשט זיין מיינונג איבער אינץ מיט גוטן אדער ח''וו פארקערט קען זיין א דזשורי/ דיסטריקט אטערני /אין א מאכטפולע גאוורמענט פאזיציע די גוי וואס די האסט זיך אריינגעכאפט אין זיין לעין נאכן שטיין 5 מניט פארן עקזיט אין די אנדערע גויים וואס זעהן עס קען זיין א צייטונג שרייבער אדער סתם א אינטערנעט שרייבער אדער איינער וואס האט א שטארקע השפעה אויף זיינע חברים אדער סתם א וואטער וואס קען זיכן א העצערישע גרופע זיך צו צוקלעבן
אנשטאט זאגן אז די עסקנים טיען נישט גיט זיי כאטש די וואס טיט אין דיין פריוואטע לעבן
לאז אריין א גוי אין דיין ליין
באדאנקט זיך ווען ער העלפט דיך
וכדומה
פארביר וויפל די קענסט עם צי העלפן אין די האסט די זכיה צי מאכן א קידוש השם
ניץ די 5 שו''ע צי טוישן זייערע מיינונג לטובתינו
ביים גיין שאפונג . ביים זוכן פארקונג.
ביים גייען חוה''מ האלטן
פורים
טריי נישט צוריקצוגעבן ריטערנס נאר באין ברירה אין אנטשולדיגט זיך
אויב ח''וו די האסט שוין אויפגערעגט /געטאן א אומרעכט א גוי בעט אים איבער

אויפן עראפלאן אסאך גויים זעהן בהקוץ די ערשטע מאל א יוד. פאר שחרית האב אנזעניש ער מעג אויך ניצן די פרווייטע שטיבל . פרעג א דיין פארדעם וואס צי טיען אויב מען געט דיך א נישט גוטע סיט 400 פאר אויגן קיקן אויף דיר אויב מען הייבט זיך שפעטער. ביים זיך וואשן. ביים אנטיען די טלית. די סטוערט 'ס וועלן זיך אנהאלטן אבער די נעקסטע פלייט א חסידישער משפחה וועט פליען אין בעטן עפעס וועט ער אויסגיסן די גאנצע כעס אויף זיי. טו נישט א מצוה הבא בעבירה
ביים גיין צי שטאטישע אפיסעס
וכ

די נעבעך גוי וואס ארבעט מיט דיר וואס גייט קיינמאל נישט זיין פרעזידענט. זיין זין קען יארן ארום וואטן/ העצן/ fbi /דזשורי/ דזארדש /אנפלוס אויף מענטשן /רעפארטער /ערוועלט ווערן / וכדומה /אין אפילו ווערן פרעזידענט אין לך אדם שאין לו שעה די אדער דיינע קינדער שכנים קרובים ידידום קענען בענעפיטן וואס די האסט איינגעפלאנצט
זאג נישט אז זיי האבן אינץ עניוועי פיינט הלכה בידיע שעשו שונא ממילא מעג איך זיי שטוסן אין שפייען. אויף די עסקנים זאגסטו אז זיי מאכן א חילול השם אין ווען עס קומט צו דיר נעמסטו אפיר די הלכה בידוע . ביסט אין גלות % 80 צי100% קענסטו טושן זיין מיינונג צי ווערן מחסידי אומות העולם
דיינע מעשים האט א וועליא פון 50 1000$ $ אין אפילו איבער א מיליאן. אויף געזעצן /טובת פאר אנדערע יודן /קארט קעיסעס / גזירות ח''וו /אדער סתם ווייניגער אנטיסעמיטן קיק אויף גאווענער פאטאקי א יוד האט אים געטיען א טובה עד היום האט מען נאך הנאה פון דעם להבדיל עד דעי פון ראקלענד קאנטי איך בין זיכער אז א יוד האט אים פיין מסדר געווען ליידער די וועליא ליידער איז אין די מיליאנען ווי אויך אלע וואטערס אין דעמאקראטיע זענען א חלק פון די גאוורמענט א אוהב ישראל קען נישט טיען אסאך אויב די וואטערס זענען אנגעהעצט אינץ דארפן כסדר צוקומען צי זייערע חסדים זיי זענען בעל בחירה אין די קענסט מיט דיין בחירה זיי דרייען זייער בחירה
( אויב איינער קען בעסער מסדר זיין /מוסף זיין /אראפלייגן די ארטיקל זאל ער עס אראפשרייבן אין איך וועל עס בעז''ה פעסטן דא )

א גרויסע יישר כוח פארן העלפן /אינוועסטירן אין/כלל ישראל
לעצט פארראכטן דורך בבל אום זונטאג מאי 21, 2017 10:02 am, פארראכטן געווארן 11 מאל.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

איך עגרי מיט בבל (מיט וועם?) איבער זיין אפשאצונג.

אייביג אייביג דארף מען גריסען, דאנקען און געבן רעספעקט פאר די גוי ווייל דו קענסט קיינמאל נישט וויסען וואספארא טובה איין גוטע באצואינג קען אמאל ברענגען.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

א וויכטיגע נקודה
א פשוטע איד.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

מסכים 100%. והרבה יותר ממה שכתבת יש להתבונן בנושא חשוב זה.
הלוואי ווען די ראשי ישיבות וואלטן דאס אריינגהאקט אין די תלמידים'ס קעפ.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
לייבל שטילער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל שטילער »

האב איך נישט געוויסט אז לאבין דרייט זיך דא! (כ'ווערטל נאר, באמת א וויכטיגע נקודה)
סייג לחכמה שתיקה....
קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע אויפן וואסער »

אמאל ארויסקומענדיג פון costco, נאכן אפלאדענען מיין פולן וועגעלע אין קאר אריין, האב איך אין אכט גענומען אז דער נאנסטער פלאץ וואו מען קען צוריקלייגן די וועגעלעך אינעם פארקינג לאט, איז היפש ווייט, האב איך עס איבערגעלאזט צווישן די קארס.
מה עשה הקב"ה?
יענער רגע איז דורכגעפארן א גוי און שרייעט ארויס פון פענסטער: פארוואס לייגסטו נישט צוריק דיין וועגעלע אויפן פלאץ? האב איך זיך פארענטפערט, אז איך האב עס צוריקגעלייגט פון וואו איך האב עס גענומען.
ער האט עס נישט אנגענומען, טענה'נדיג: But you are a Rabbi!
והדברים נוקבים.

למעשה קוקט דער גוי אן יעדן הוט-און-רעקל-איד ווי א 'ראביי', ממילא מוזן מיר ביהעיוון לפנים משורת הדין.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

איך בין געווען די וואך אין א גויאישע געשעפט ווי איך האב געדארפט אנקומען צו א געוויסע טובה פון אן ארבייטער וואס האט איר נישט געשמעקט צו טאן, און האט דאס געטאן מיט א ברוגז'דיגע מינע, איך האב געשפירט אז דאס איז בלויז דערפאר ווייל איך בין א איד. אבער איינמאל איך האב געגעבן א טיפ האט זיך די גאנצע צוגאנג געטוישט.
זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער קלוג »

ר' יום טוב האט געשריבן:איך בין געווען די וואך אין א גויאישע געשעפט ווי איך האב געדארפט אנקומען צו א געוויסע טובה פון אן ארבייטער וואס האט איר נישט געשמעקט צו טאן, און האט דאס געטאן מיט א ברוגז'דיגע מינע, איך האב געשפירט אז דאס איז בלויז דערפאר ווייל איך בין א איד. אבער איינמאל איך האב געגעבן א טיפ האט זיך די גאנצע צוגאנג געטוישט.

זייער א שיינע מעשה אבער איך האלט אז דאס גייט שוין אריין אין די חלק פין מאני טאקס
אתה חונן בעט מען נאכאלץ
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

סאו וואט? פארוואס האט יעקב געשיקט פארן גרויסן ברודער אזויפיל מתנות???
מאני טאלק'ס.......פון דארט קומט דאס ווארט
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

פון די אשכול עס ברענט א פייער פון האס

Kosher Travel האט געשריבן:איך נישט וואס מוסף צו זיין, צו אלעס וואס איך האב שוין געשריבן מערערע מאהל. אבער איך קען מיך דאך נישט איינהאלטן.

- הלכה הוא בידוע איז alive and strong. מען האט אונז פיינט, פשוט ווייל מיהר זענען אידן. דער גוי האט פיינט דער איד, דער פרייער איד האט פריינט דעהם ארטאדאקס, און דער מאדערען ארטאדאקס (נישט אלע ח"ו), האלטן די חדרדים און חסידים פאר צירוקגעבליבן. וואס קענען מיהר טוהן? דאווענען, און האבן אהבת ישראל. גענוג וואס מען האט אונז פיינט פון אינדרוסען. טייערע אידן, לאמיהר ארויסווייזן אהבת ישראל. פאר איעדן איד. און אוואדאי פאר די צובראכענע אידן וואס דרייען זיך צווישן זיך.

- פיהר זיך אויף נארמאל! ניין, איהר דארפט נישט אויפהערן טוהן נארמאלע זאכן, ווייל וואס וועט דער גוי זאגן. איהר מעגט האבן מער ווי צוויי קינדער, א דאגי מיט א קעצי. אבער מעשוגענע זאכן דארף מען נישט טוהן!!! ווען דער גוי האלט דיהר אפן די טיהר אין פאלעסעיד מאלס, זאג איהם ישר כח! יא, זאג ארויס, מיטן מויל, הויעך און העפליך, מיט א שמייכל, Thank You!. טראכט נישט דאן, בשבילי נברא העולם והם לא נברא אלא לשמשיני... קוק וויאזוי גדולי ישראל האבן זיך אויפגעפיהרט! עס איז באקאנט אז הרב גרינוואלד, וואס לעבט אין תורה, ווען ער האט געוואינט אין א אפראטמענט בילדינג אין ווילאמסבורג, האט ער געהאלטן די עלעוועיטער טיהר ווען א מאמע מיט א קערידזש איז געקומען, און ער האט געגעבן א שאקל מיטן קאפ. א מוסטער פון א איד וואס האט זיך געהיטן די אויגן, און אין דער זעלבער צייט געהאט אהבת ישראל מיט גמילות חסד!

- מאך א קידוש השם ווי איהר גייט! צו דאס איז אין שפיטאל, צו דאס איז אין מאל, צי אין מאטאר וויקעל. סקיפ נישט די ליין! איי דער גוי טוט עס אויך? דער גוי האט נישט קיין אחריות פון כל ישראל ערבים זה לזה!

איך האב געהאט אסאך צו טוהן מיט נישט אידן, און ב"ה, איך קען זאגן אז איך האב געמאכט א קידוש השם! מער ווי איין מאהל, האט מען געזאגט פאר מיין ווייב מיט מיהר, "מיהר האבן נישט געוויסט אז די חסידים זענען פלעינע נארמאלע, און נאך זייער גיטע מענטשען". איך רעדט דא פון א judge, court officers, social workers, ועוד, ועוד. מאך זיכער, אז ווען איהר האט שוין יא אן אפיר מיט נישט אידן, אז זיי זעהן, אז די אלע סאושעל מידיע וואס פיטערן זיי, איז ליגענט, און נישט ח"ו, אז זיי זאלן זעהן אז עס איז אמת.

לעבט באשיידן. מען איז דאך אין גלות. רייס נישט אויף די אויגן.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

זאג דיין ווייב זאל נישט אין יעדע געשעפט ווי זי גייט איינקויפן ארומצוגיין פרעגן יעדן אינו יהודי וואס זי טרעפט אן you work here????

דרייוו נארמאל.

רעד צום באנק טעלער אדער דאקטער רעסעפשאניסט ווי גלייך יענער איז א ביזנעס עקזעקעטיוו.
אוועטאר
זזה
שר האלף
תגובות: 1769
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זזה »

בבל האט געשריבן:יעדער גוטע אדער שלעכטע זאך וואס אונז טוען קען/האט האט א אפעקט אויף די יהדות החרידות
ווען די דרייסט זיך למשל צווישן ספאנישע גויים אין זיי פירן זיך אויף נישט שיין /נארמאל. טראכט'סטו אז אלע מעקסיקאנער זענען שלעכט מן־הסתם גייען זיי נישט אין סקול אדער נישט קיין גוטע חינוך הגם זיי פארטרעטן נישט אלע ספאנישע גויים די זעלבע פארקערט ביי די נעקסטע ארבעט האסטו גוטע עקספיריענס מיט א אנדערע גרופ מעקסיקאנער זיי גריסן דיך שיין העלפן דיך באדאנקען דיךוועסטו צוביסלעך טושן דיין מיינונג. די זעלבע ביי שחורים וכדומה
ווען אינץ גייען אין גאס מיט די חסידישע קליידונג באמערקט מען אינץ פון א מייל ווייט
די גוי וואס די ברעיןוואשט זיין מיינונג איבער אינץ מיט גוטן אדער ח''וו פארקערט קען זיין א דזשורי/ דיסטריקט אטערני /אין א מאכטפולע גאוורמענט פאזיציע די גוי וואס די האסט זיך אריינגעכאפט אין זיין לעין נאכן שטיין 5 מניט פארן עקזיט אין די אנדערע גויים וואס זעהן עס קען זיין א צייטונג שרייבער אדער סתם א אינטערנעט שרייבער אדער איינער וואס האט א שטארקע השפעה אויף זיינע חברים אדער סתם א וואטער וואס קען זיכן א העצערישע גרופע זיך צו צוקלעבן
אנשטאט זאגן אז די עסקנים טיען נישט גיט זיי כאטש די וואס טיט אין דיין פריוואטע לעבן
לאז אריין א גוי אין דיין ליין
באדאנקט זיך ווען ער העלפט דיך
וכדומה
פארביר וויפל די קענסט עם צי העלפן אין די האסט די זכיה צי מאכן א קידוש השם
ניץ די 5 שו''ע צי טוישן זייערע מיינונג לטובתינו
ביים גיין שאפונג . ביים זוכן פארקונג.
ביים גייען חוה''מ האלטן
פורים
טריי נישט צוריקצוגעבן ריטערנס נאר באין ברירה אין אנטשולדיגט זיך
אויב ח''וו די האסט שוין אויפגערעגט /געטאן א אומרעכט א גוי בעט אים איבער

אויפן עראפלאן אסאך גויים זעהן בהקוץ די ערשטע מאל א יוד. פאר שחרית האב אנזעניש ער מעג אויך ניצן די פרווייטע שטיבל . פרעג א דיין פארדעם וואס צי טיען אויב מען געט דיך א נישט גוטע סיט 400 פאר אויגן קיקן אויף דיר אויב מען הייבט זיך שפעטער. ביים זיך וואשן. ביים אנטיען די טלית. די סטוערט 'ס וועלן זיך אנהאלטן אבער די נעקסטע פלייט א חסידישער משפחה וועט פליען אין בעטן עפעס וועט ער אויסגיסן די גאנצע כעס אויף זיי. טו נישט א מצוה הבא בעבירה
ביים גיין צי שטאטישע אפיסעס
וכ

די נעבעך גוי וואס ארבעט מיט דיר וואס גייט קיינמאל נישט זיין פרעזידענט. זיין זין קען יארן ארום וואטן/ העצן/ fbi /דזשורי/ דזארדש /אנפלוס אויף מענטשן /רעפארטער /ערוועלט ווערן / וכדומה /אין אפילו ווערן פרעזידענט אין לך אדם שאין לו שעה די אדער דיינע קינדער שכנים קרובים ידידום קענען בענעפיטן וואס די האסט איינגעפלאנצט
זאג נישט אז זיי האבן אינץ עניוועי פיינט הלכה בידיע שעשו שונא ממילא מעג איך זיי שטוסן אין שפייען. אויף די עסקנים זאגסטו אז זיי מאכן א חילול השם אין ווען עס קומט צו דיר נעמסטו אפיר די הלכה בידוע . ביסט אין גלות % 80 צי100% קענסטו טושן זיין מיינונג צי ווערן מחסידי אומות העולם
דיינע מעשים האט א וועליא פון 50 1000$ $ אין אפילו איבער א מיליאן. אויף געזעצן /טובת פאר אנדערע יודן /קארט קעיסעס / גזירות ח''וו /אדער סתם ווייניגער אנטיסעמיטן קיק אויף גאווענער פאטאקי א יוד האט אים געטיען א טובה עד היום האט מען נאך הנאה פון דעם להבדיל עד דעי פון ראקלענד קאנטי איך בין זיכער אז א יוד האט אים פיין מסדר געווען ליידער די וועליא ליידער איז אין די מיליאנען ווי אויך אלע וואטערס אין דעמאקראטיע זענען א חלק פון די גאוורמענט א אוהב ישראל קען נישט טיען אסאך אויב די וואטערס זענען אנגעהעצט אינץ דארפן כסדר צוקומען צי זייערע חסדים זיי זענען בעל בחירה אין די קענסט מיט דיין בחירה זיי דרייען זייער בחירה
( אויב איינער קען בעסער מסדר זיין /מוסף זיין /אראפלייגן די ארטיקל זאל ער עס אראפשרייבן אין איך וועל עס בעז''ה פעסטן דא )

א גרויסע יישר כוח פארן העלפן /אינוועסטירן אין/כלל ישראל

wow agree 100 %
קליקט דא צו זען Today's Deals

https://amzn.to/3RBAKiD

For the deals go to check out
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

[quote="ר' יום טוב"]זאג דיין ווייב זאל נישט אין יעדע געשעפט ווי זי גייט איינקויפן ארומצוגיין פרעגן יעדן אינו יהודי וואס זי טרעפט אן you work here????

אה סאיז געווען דיין ווייב וואס האט מיך געפרעגט אין גראסערי צו איך ארבעט ווייל איך בין געווען אן די הוט און רעקל?
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

קרייסלער האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:זאג דיין ווייב זאל נישט אין יעדע געשעפט ווי זי גייט איינקויפן ארומצוגיין פרעגן יעדן אינו יהודי וואס זי טרעפט אן you work here????

אה סאיז געווען דיין ווייב וואס האט מיך געפרעגט אין גראסערי צו איך ארבעט ווייל איך בין געווען אן די הוט און רעקל?

איך האב דאס אסאך!!!
מען פרעגט מיהר אין Evergreen ווי איז די בונדלעך... איך זאג אייביג Aisle Six!!!
אויב האט איינער געזאגט פאר אייער בני בית אז זי האט עפעס געזוכט און מען האט איהר געזאגט Aisle Six און זי האט עס נישט געטראפן, אז איך בין עס געוועהן. איך פלעג אמאהל זאגן שיין און איידל, אנטשולדיגט, איך ארבייט נישט דא. האט מיהר איינער אמאהל געזאגט, אז איהר ווילט, קענט איהר זאגן אז איהר ווייסט נישט. אבער זייט נישט פויל, און זאג מיך נישט איך ארבייט נישט דא, ווייל די זעסט אויס ווי איינער וואס ארבייט דא... זייט דעמאלטץ נוץ איך די Aisle Six און עס ארבייט גוט, רוב מאהל... איינמאהל און די קליינע hardware store האט מיהר איינער געזאגט דא איז נאר דא פיהר אייעלס. זאג איך איהר מיט א בלעכענע פנים, איך האב אייך געזאגט Aisle 4. זי האט נישט געוויסט צו איך בין דער מעשיגענער אדער זי...
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

כשר גערעכט..
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3975
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

Kosher Travel האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:זאג דיין ווייב זאל נישט אין יעדע געשעפט ווי זי גייט איינקויפן ארומצוגיין פרעגן יעדן אינו יהודי וואס זי טרעפט אן you work here????

אה סאיז געווען דיין ווייב וואס האט מיך געפרעגט אין גראסערי צו איך ארבעט ווייל איך בין געווען אן די הוט און רעקל?

איך האב דאס אסאך!!!
מען פרעגט מיהר אין Evergreen ווי איז די בונדלעך... איך זאג אייביג Aisle Six!!!
אויב האט איינער געזאגט פאר אייער בני בית אז זי האט עפעס געזוכט און מען האט איהר געזאגט Aisle Six און זי האט עס נישט געטראפן, אז איך בין עס געוועהן. איך פלעג אמאהל זאגן שיין און איידל, אנטשולדיגט, איך ארבייט נישט דא. האט מיהר איינער אמאהל געזאגט, אז איהר ווילט, קענט איהר זאגן אז איהר ווייסט נישט. אבער זייט נישט פויל, און זאג מיך נישט איך ארבייט נישט דא, ווייל די זעסט אויס ווי איינער וואס ארבייט דא... זייט דעמאלטץ נוץ איך די Aisle Six און עס ארבייט גוט, רוב מאהל... איינמאהל און די קליינע hardware store האט מיהר איינער געזאגט דא איז נאר דא פיהר אייעלס. זאג איך איהר מיט א בלעכענע פנים, איך האב אייך געזאגט Aisle 4. זי האט נישט געוויסט צו איך בין דער מעשיגענער אדער זי...

פארוואס זאגסטו נישט אייביג aisle 2 אין אזוי ביסטו געקאווערד אויף 100 פערצענט?
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

Haklal האט געשריבן:

ווייל דעמאלטס קען עס צופעליג זיין די ריכטיגע aisle, און ער וועט יענעם בטעות העלפן אנשטאט אנלערנען...

אגב, כ'האב זיך געמוטשעט וויאזוי צו שרייבן aisle אין אידיש... ס'איז אויסגעקומען בערך אזוי: אין לש"ק איז עס אַיִל (יענע פון די עקידה), אין אראמיש: עייל (פון כגוונא), אין ענגליש: אייזלע (aisle), נאר אין אידיש בין איך סטאק. סאו מ'האט א ווידער און א אייזל וואס קומען אריין און בלייבן סטאק...
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

בבל בבל איך ווייס ביסט שוין נישט דא און שוין די צווייטע מאל וואס איך דיסעגרי מיט דיר
אבער דאס אז דו ביסט שוין נישט דא איז דאס היבש גרינגער צו טוען

אויפן עראפלאן אסאך גויים זעהן בהקיץ די ערשטע מאל א יוד.
פאר שחרית האב אנזעניש ער מעג אויך ניצן די פרווייטע שטיבל .
פרעג א דיין פארדעם וואס צי טיען אויב מען געט דיך א נישט גוטע סיט 400 פאר אויגן קיקן אויף דיר
אויב מען הייבט זיך שפעטער. ביים זיך וואשן. ביים אנטיען די טלית. די סטוערט 'ס וועלן זיך אנהאלטן אבער די נעקסטע פלייט א חסידישער משפחה וועט פליען אין בעטן עפעס וועט ער אויסגיסן די גאנצע כעס אויף זיי.

טו נישט א מצוה הבא בעבירה

אינגאנצן נישט גערעכט
דער גוי פארשטייט זייער גוט אז יעדער האט זיינע געברויכן
און אויב איז דא א גוי וואס איז אמה על מאתיים און ער האט זיך באזעצט אויף זיין פלאץ אבער דיר גארנישט איבערגעלאזט און דו בעטסט א צווייטע זיץ וועסטו אויך זאגן 400 פאר אויגן קוקן אויף דיר?
ניין יעדער פארשטייט אז ווען א זאך וואס איך דארף העכט מעג איך בעטן און סמאכט נישט אויס 400 אדער 600 פאר אויגן!

ווען א איד שטעלט זיך דאווענען איז עס סאמטינג וואס ער מוז, ווען ער וויל נישט זיצן נעקסט צו א פרוי איז עס א צורך און איז נישט מעגליך צו בייגן
די פראבלעים ווערט ווען דו ביסט נישט זיכער ביי זיך און דו אליין בעטסט דאס אן קיין קאנפעדענס און דער גוי זעהט אז דו אליין גלייבסט נישט אין וואס דו טוהסט, סא פארוואס זאל ער דיר יא רעספעקטירן.

אבער ווען איינער גייט צו מיט גאנצן קאנפעדענט און זאגט איך קען נישט זיצן דא ווייל דאס בין איך וועט יעדער גוי פארשטיין און נאכמער אפילו ארויף קוקן.

די אנדערע זאכן וואס דו שרייבסט אז מדארף זיין א מענטש, האט נישט צו טוען מיטן גוי די אלע זאכן דארף מען אויך טוען מיט א איד!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

איינס האט געשריבן:בבל בבל איך ווייס ביסט שוין נישט דא און שוין די צווייטע מאל וואס איך דיסעגרי מיט דיר
אבער דאס אז דו ביסט שוין נישט דא איז דאס היבש גרינגער צו טוען

אויפן עראפלאן אסאך גויים זעהן בהקיץ די ערשטע מאל א יוד.
פאר שחרית האב אנזעניש ער מעג אויך ניצן די פרווייטע שטיבל .
פרעג א דיין פארדעם וואס צי טיען אויב מען געט דיך א נישט גוטע סיט 400 פאר אויגן קיקן אויף דיר
אויב מען הייבט זיך שפעטער. ביים זיך וואשן. ביים אנטיען די טלית. די סטוערט 'ס וועלן זיך אנהאלטן אבער די נעקסטע פלייט א חסידישער משפחה וועט פליען אין בעטן עפעס וועט ער אויסגיסן די גאנצע כעס אויף זיי.

טו נישט א מצוה הבא בעבירה

אינגאנצן נישט גערעכט
דער גוי פארשטייט זייער גוט אז יעדער האט זיינע געברויכן
און אויב איז דא א גוי וואס איז אמה על מאתיים און ער האט זיך באזעצט אויף זיין פלאץ אבער דיר גארנישט איבערגעלאזט און דו בעטסט א צווייטע זיץ וועסטו אויך זאגן 400 פאר אויגן קוקן אויף דיר?
ניין יעדער פארשטייט אז ווען א זאך וואס איך דארף העכט מעג איך בעטן און סמאכט נישט אויס 400 אדער 600 פאר אויגן!

ווען א איד שטעלט זיך דאווענען איז עס סאמטינג וואס ער מוז, ווען ער וויל נישט זיצן נעקסט צו א פרוי איז עס א צורך און איז נישט מעגליך צו בייגן
די פראבלעים ווערט ווען דו ביסט נישט זיכער ביי זיך און דו אליין בעטסט דאס אן קיין קאנפעדענס און דער גוי זעהט אז דו אליין גלייבסט נישט אין וואס דו טוהסט, סא פארוואס זאל ער דיר יא רעספעקטירן.

אבער ווען איינער גייט צו מיט גאנצן קאנפעדענט און זאגט איך קען נישט זיצן דא ווייל דאס בין איך וועט יעדער גוי פארשטיין און נאכמער אפילו ארויף קוקן.

די אנדערע זאכן וואס דו שרייבסט אז מדארף זיין א מענטש, האט נישט צו טוען מיטן גוי די אלע זאכן דארף מען אויך טוען מיט א איד!

זייער שיין און קלאר 'איינס'
איך בין טאקע לעצטנס געווען אויף א פליגער און מיין זיץ איז געווען נעבן א יעניגע, איך האב געווארט אפאר מינוט (שטייענדיגערהייט, קודם ווייל מען טאר זיך נישט אראפזעצן, און נאכדעם ווייל אויב זעצט מען זיך אראפ קענען זיי נאכדעם זאגן אויב האסטו געמעגט זיצן ביז יעצט מעגסטו ווייטער זיצן) ביז דער עולם האט זיך אוועקגעזעצט און איך האב שיין געבעטן איינעם פון די אנדערע אייל אויב ער וויל זיך טוישן מיט מיר ווייל מיין רעליגיע לאזט מיר נישט זיצן נעבן א פרעמדע פרוי, ער האט גלייך מסכים געווען אן קיין שום פראבלעם, נאר פאר ער האט זיך אראפגעזעצט האב איך געזאגט פאר די יעניגע די ווערטער (טייטש עס איבער אויף ענגליש...) 'איך האב גארנישט פערזענליך אקעגן אייך, נאר מיין רעליגיע לאזט מיר נישט זיצן נעבן א פרעמדע פרוי', זי האט זייער גוט אנגענומען די ווערטער און געענטפערט אז זי האט נישט קיין פראבלעם דערמיט, און איך קען מיך זייער גערן טוישן מיט א צווייטן.
אזוי ווי איך וויל גיין צו די אנדערע פלאץ גיבט זיך א רוף אן דער מיט וועמען איך האב מיך געטוישט (ער האט געהערט וואס איך האב איר געזאגט) 'ס'איז זייער שיין פון דיר אז דו האסט איר מסביר געווען פארוואס דו טוישסט דיך מיט מיר, רוב פון ענק טוישן זיך און זאגן גארנישט'...
איך האב איהם געענטפערט אז רוב מענטשן מיינען אז יעדער ווייסט אליין אז די סיבה איז רעליגיע און מען טראכט נישט אז עס קען יענעם וויי טוהן ווען ער ווייסט נישט די סיבה, אבער באמת דארף מען טאקע אין אזא פאל שיין ערקלערן פארן גוי וואס מען טוהט און פארוואס מען טוהט דאס, עס באדערט זיי נישט אזוי ווייט דאס וואס מען טוהט ווי דאס וואס דו מאכסט איהם פיהלן ווי דו ביזט דא דער בעה"ב און דו וועסט טוהן פונקט וויאזוי דיר שמעקט, אז דו ווילסט דאווענען און דו זעהסט אז עס קען אפשר שטערן א שכן לא משלנו זאג איהם וואס דו גייסט טוהן אז דו גייסט דאווענען פאר פופצן מינוט צו א האלבע שעה און פרעג איהם צו עס שטערט איהם, איך מיין אז קיינער פון זיי וועט נישט זאגן 'יא'...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

הונדערט פראצענט!

און דאס האט גארנישט צו טוען מיטן גוי
יא אויך מיט א איד דארף מען זיך פירן מענטשליך

ווען דו קענסט איהם נישט טוהן א טובה און סאיז דא א טשענס אז ער גייט מיינען אז דו מיינסט איהם פערזענליך, זאג איהם אז סאיז נישט פערזענליך נאר דו האסט א סיבה פארוואס דו קענסט נישט טוהן
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

אויך זאל מען נוצן דעם לשון opposite gender נישט women, אזוי דיסקרימינירט איר נישט קיינעם פערזענליך..
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

חוח בין השושנים האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:זאג דיין ווייב זאל נישט אין יעדע געשעפט ווי זי גייט איינקויפן ארומצוגיין פרעגן יעדן אינו יהודי וואס זי טרעפט אן you work here????

אה סאיז געווען דיין ווייב וואס האט מיך געפרעגט אין גראסערי צו איך ארבעט ווייל איך בין געווען אן די הוט און רעקל?

איך האב דאס אסאך!!!
מען פרעגט מיהר אין Evergreen ווי איז די בונדלעך... איך זאג אייביג Aisle Six!!!
אויב האט איינער געזאגט פאר אייער בני בית אז זי האט עפעס געזוכט און מען האט איהר געזאגט Aisle Six און זי האט עס נישט געטראפן, אז איך בין עס געוועהן. איך פלעג אמאהל זאגן שיין און איידל, אנטשולדיגט, איך ארבייט נישט דא. האט מיהר איינער אמאהל געזאגט, אז איהר ווילט, קענט איהר זאגן אז איהר ווייסט נישט. אבער זייט נישט פויל, און זאג מיך נישט איך ארבייט נישט דא, ווייל די זעסט אויס ווי איינער וואס ארבייט דא... זייט דעמאלטץ נוץ איך די Aisle Six און עס ארבייט גוט, רוב מאהל... איינמאהל און די קליינע hardware store האט מיהר איינער געזאגט דא איז נאר דא פיהר אייעלס. זאג איך איהר מיט א בלעכענע פנים, איך האב אייך געזאגט Aisle 4. זי האט נישט געוויסט צו איך בין דער מעשיגענער אדער זי...

פארוואס זאגסטו נישט אייביג aisle 2 אין אזוי ביסטו געקאווערד אויף 100 פערצענט?

ווייל דעמאלטס קען עס צופעליג זיין די ריכטיגע aisle, און ער וועט יענעם בטעות העלפן אנשטאט אנלערנען...

אגב, כ'האב זיך געמוטשעט וויאזוי צו שרייבן aisle אין אידיש... ס'איז אויסגעקומען בערך אזוי: אין לש"ק איז עס אַיִל (יענע פון די עקידה), אין אראמיש: עייל (פון כגוונא), אין ענגליש: אייזלע (aisle), נאר אין אידיש בין איך סטאק. סאו מ'האט א ווידער און א אייזל וואס קומען אריין און בלייבן סטאק...

לכאורה, אויב אין ענגליש איז Aisle מיט א Silence S, דאן אין אידיש דארפ מען עס שרייבן אייעל. נו... דער אייעל קען מען זאגן מיט א אלף ארוך, יוד + יוד דגוש, וכו'...
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

Kosher Travel האט געשריבן:לכאורה, אויב אין ענגליש איז Aisle מיט א Silence S, דאן אין אידיש דארפ מען עס שרייבן אייעל. נו... דער אייעל קען מען זאגן מיט א אלף ארוך, יוד + יוד דגוש, וכו'...

האסטו מיר אפגע'שחט'ן מיין ווידער און מיין אייזל. הלכה חמורך טרפון...
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

איינס האט געשריבן:הונדערט פראצענט!

און דאס האט גארנישט צו טוען מיטן גוי
יא אויך מיט א איד דארף מען זיך פירן מענטשליך

ווען דו קענסט איהם נישט טוהן א טובה און סאיז דא א טשענס אז ער גייט מיינען אז דו מיינסט איהם פערזענליך, זאג איהם אז סאיז נישט פערזענליך נאר דו האסט א סיבה פארוואס דו קענסט נישט טוהן

אוואדאי און אוואדאי דארף מען טוהן א טובה פאר א איד, און זיך צורייסן פאר א איד. מען רעדט דא פון חילול השם. און עס איז יא אמת אז אויפן איד קוקט מען א סאך מער. איך בין געפארן אויף א פליגער ווען רוב אידן מאכן א קידוש השם. אויף גאר א שיינע וועג. אבער נישט אלע...
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”