נא_שכל האט געשריבן:זייער אינטערסאנט!
ווייסט מען שוין ווען ער איז אוועק?
ס'איז נוגע לגבי א קרוב וואס ס'איז אויך נתגלה געווארען דורך די ארכיוון אז ער למעשה אוועק אין מוטהאוזן, און לפי זה מעגליך אז ער ליגט גאר אין לינץ?
ווייסט מען שוין ווען ער איז אוועק?
ס'איז נוגע לגבי א קרוב וואס ס'איז אויך נתגלה געווארען דורך די ארכיוון אז ער למעשה אוועק אין מוטהאוזן, און לפי זה מעגליך אז ער ליגט גאר אין לינץ?[/quote]
מיר האבן געפרעגט פאר איינער וואס האט געטהון אי די נושא אין ער איז געווען דארטן אין דא איז דא פרטים:
די קבר פון ר' מרדכי יודא האט שוין זיין ברודער ר' משה אריה געוואוסט יארן פריער אבער נישט אלע האבן געוואוסט פון דעם, ר' משה אריה איז געוואר געווארן פון דעם ווען ער איז שוין געווען אין ארץ ישראל, פון א תלמיד פון רמ"י וואס האט אים באגראבן, אדער געווען בשעת מעשה,
בשנת תשמ"ג איז ר' משה אריה געווען אין זעמערינג -עסטרייך אין ער האט דעמאלטס מברר געווען די פרטים אין ער איז געווען ביי דעם קבר (געהערט פון דעם משמש וואס איז געווען מיט אים, ער וואוינט היינט וומ"ס), אן קיין מנין, ער איז געווען דארט איבער שעה צייט אין געזאגט תהלים מיט בכיות נוראות.
(די תלמידים וואס זענען מו"ל זיינע ספרים האבן דאס גזעהן אין א בריוו וואו ר' משה אריה שרייבט אז ער וויל גיין צו זיין קבר האבן זיין דאס מברר געווען וואו עס געפונט זיך שפעטער האבן זיי געהערט אז ר' משה איז טאקע שוין אויכט געווען דארט, אבער יעצט איז דארט געווען לכאורה א ערשטע מאל א מנין מיט א קדיש נאך אזויפיל יארן)
ווען ער איז אוועק ווייסן זיי פון די דייטשע דאקאמענטן (צוגעלייגט) דארט שטייט כא סיון תש"ה, אויכט די בוך פון די קהל'ס געמיינדע שטייט די דאטום, עס איז דא וואס זאגן אז דאס איז די טאג פון בהערדיגונג, אבער ער איז אוועק א וואך פריער.
דארט אין לינץ אליין איז נישטא קיין סאך קברים פון מלחמה איבערלעבער נאך ארום 20/30 א חלק פון דעם זענען אוועק שפעטער אויפן וועג קיין ארץ ישראל. די היימישע נעמען וואס ער האט געזעהן דארטן: צוויי ווערצבערג'ס בחורים פון דעש, אויכט איינער יהושע בן אשר לעמיל שווארץ.
אבער וואו מיר פארשטייען פון די יודעי דבר איז די געגנט פיל מיט אידישע קברים אפילו אין גויאישע בתי קברות,
אויכט זאגט יענער א אינטערסאנטע זאך א איינער פון ר' משה ארי'ס מקורבים האט אים געזאגט אז נאכן קריג ווען זיי האבן געוואוינט אין שטאט סאטמאר האט ער געזעהן אינדערהיים ביי ר' משה ארי' א האנצוג (א מאדערנע) ער געפרעגט די רביצין בזוו"ש וואס דאס איז האט זי אים געזאגט אז דאס פון ר' משה ארי'ס זהון ברוך וואס האט באקומען פון די אמעריקאנער נאכן קריג, אין ווען ער איז אוועק האט מען דאס נאכגעשיקט זי האט אים געזאגט אז ער איז אוועק נאכן קריג פון טיפוס אין ער איז בהערדיגט אין וויען, למעשה אבער קיינער ווייסט נישט פון דעם אין וואו ער ליגט,