בשעה שיש מצה ומרור מחותנים לפניך

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

בשעה שיש מצה ומרור מחותנים לפניך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

בס''ד


משה און יענק'ל, צוויי בעל בתיש'ע אידען פון וויליאמסבורג האבען זיך משדך געווען. מזל טוב! א שמחה א גרויסע, ביידע האבען קינדער געראטענע און ערליכע, און יעדער וואס הערט נאר דערפון זאגט אז ס'איז ממש פאסיג. ס'גייען אריבער די ימי משתה ושמחה און הגם בשעת די שידוך זענען די מחותנים כסדר געווען אין פארבינדונג, אבער כדרך העולם האט זייער פריינטשאפט זיך צוביסלעך אפגעקיהלט נאך די חתונה. טאקע די קינדער זענען ממש געגאסען איינער פארן אנדערן, אבער ווער זאגט אז די מחותנים דארפען זיין בעסטע חברים? וואו נישט וואו זענען זיי צוויי אנדערע טיפ מענטשן, באלאנגען צו אנדערע חסידות'ן, ממילא איז נישט קיין וואונדער ווי אפי' ביי די שמחות מיוצאי חלציהם האבען זיי חוץ פון זיך וואונטשען מזל טוב כמעט נישט פארטוישט קיין ווארט. אבער איין זאך איז זיכער אז הגם די מחותנים זענען נישט שוה בשוה איז די תוצואה דערפון, דהיינו די זיסע לעכטיגע איייניקליך וואס קומען ארויס פון דעם זיוויג די טייערסטע ביי ביידע מחותנים.


ס'איז באקאנט אז צדיקים פלעגן גיין אונטערהערן פסח ביינאכט ווי די עמי הארצים פראווענען דעם סדר. און געהאט גרויסע כוונות דערביי, צו ביים אחד חכם ארויף צו לייגען די הענט אויף די אויגען, צו זיך שטעלן שמו''ע נאך גאל ישראל, אלעס איז לצעלה מהשגתינו. מיר ווילען אבער נאכזאגען א פשט וואס מיר האבען געהערט אויף די באקאנטע מעשה פונעם ע''ה וואס אנשטאט זאגען בשעה שיש מצה ומרור מונחים לפניך, האט ער געזאגט מחותנים לפניך. יא מצה ומרור זענען וואו צוויי מחותנים וואס האבען נישט די מינדסטע שייכות, מצה ווייזט דאך אויף אמונה און חירות און מרור איז דאך פשוט ביטער, צוויי באזונדערע וועלטן. אבער די תוצאה וואס קומט ארויס דערפון, ווען א איד איז אין א פעקל מרור, ס'גייט אים שווער מיט פרנסה צו ער מוטשעט זיך מיט א קינד בגשמיות או ברחניות ח''ו. אין די שווערע מאמענטען כאפט ער זיך אן אינעם מצה - דער סימבאל פון אמונה און ער שטארקט זיך און גלייבט אז ס'וועט נאך זיין גוט, אט די פירות זענען די טייערסטע אין די וועלט. די כוחות וואס ער בויעט זיך אויף איז אין לשער, און דאס באגלייט אים שטענדיג.


שמעתי מהרה''צ רבי נחמן בידרמאן שליט''א, אז זאלץ פאר זיך איז שווער צו פארדייען. אבער מצד שני מאכט זאלץ א צווייטע מאכל אזויפיהל בעסער, ס'איז ממתק הבשר. אזוי אויך ווען א מענטש באקומט א נסיון, וואס האט א זאלציג טעם זאל ער נישט טראכטען פון צרה אליינס, נאר ענדרעשער וואו דער פראבלעם איז אים ממתק אנדערע חלקים אין לעבן. צו ווייל ער ווערט נענטער מיט זיין בני בית, אדער דאס דאווענען באקומט אן אנדער פנים. און ווען מ'האלט דאס אויפען געדאנק מאכט עס גרינגער מקבל צו זיין אונזער פארציע זאלץ.


א מאמע פלעגט כסדר אויסלערנען פאר די קינדער אז מ'קען אלעס בעהטן פון באשעפער, און ער הערט אלעמאל אויס ווען מ'רעדט צו אים. איינמאל איז די מאמע געווען פארנומען ווען איר קליין טאכטער'ל איז געקומען וויינען אז די האנט פון איר דאלי האט זיך אפגעבראכען, די מאמע נישט טראכטענדיג, געט זיך א רוף אן, גיי בעהט צום אייבערשטען ער זאל עס פיקסען. נאך עטליכע מינוט האט זי זיך געכאפט, אוי וויי וואס האב איך דא געטוהן, אז מיין טאכטער וועט דאווענען אז די דאלי זאל צוריק גאנץ ווערן און ס'וועט נישט געשעהן וועט זי דאך אויפהערן גלייבען אז תפילה העלפט. די מאמע איז שנעל געלאפען צום קינד און באמערקט אז דאס קינד איז שוין סאך רואיגער, מאמי זאגט דאס קינד, כ'האב אנגענומען דיין עצה און געדאווענט אז אייבערשטער זאל פארעכטען מין דאלי. און? פרעגט די מאמע, וואס איז געשהען? ענטפערט דאס קינד מיט תמימות, דער באשעפער האט געזאגט ניין...


יא דער בורא קען אמאל זאגן ניין, און הגם מיר פארשטייען נישט די סיבות דערצו דארפען מיר כסדר חזר'ן און לעבן מיט די געדאנק אז כל מה דעביד לטב עביד, און יא דו האסט טאקע שוועריקייטען אבער וויפיל וואלטען זיך געוואונטשן צו האבען אונזערע שוועריקייטען? וויפיל וואלטען געוואלט א קינד וואס מאכט טראבל, אבי א קינד! וויפיל וואלטן געווען צופרידען מיט א שלעכטע בעל הבית ביים ארבעט, אבי א דשאב! כהנה וכהנה, דארפען מיר מכיר זיין אז וואס מיר האבען איז גוט.


א איד איז אמאל אריין געקומען צום אלטן מאכנוקא רבי'ן זצ''ל מיט געוויין, רבי איך דארף איר זאלט מיר פסק'נן א הימל'שע שאלה. וואס איז געשעהן פרעגט דער רבי, הייבט דער איד אן פארציילען מיט א קול געשטיקט פון טרערן. צוזאמען מיט נאך צעהנדליגע טויזענטע אידען בין אויך אריבער די ביטערע קאשמארען פונעם נאצישען טויט מאשין. איין יאר פאר פסח איז מיר געלונגען במסירות נפש אפצובאקען צוויי קליינע מצה'לעך קוים א כזית יעדע איינע, און געהאפט אז איך וועל קענען מקיים זיין דעם מצוה פסח אויפדערנאכט. כ'האב באהאלטען די הייליגע טייערע מצות אין מיינע דינע קליידער, אבער ליידער איין טאג אינמיטען די צוואנגס ארבעט זענען זיי ארויסגעפאלען. איך האב פראבירט זיי גלייך אויפצוהייבען און באהאלטען, אבער דער רשע דער עס.עס.'ניק ימ''ש האט באמערקט און גלייך צוגעלאפען און מיט זיינע אויסגעפוצטע שטיוול עס צוברעקלט אויף פיצלעך, און מיר צושטיסען מיט אכזריות און רציחה. נאך וואס ער איז אוועק האב מיט די לעצטע כוחות צונאם געקליבען די ברעקלעך, און דערנאך געפאלען אין חלשות.


א חבר מיינע האט מיר געטראגען צו די באראקען און זיך אפגעגעבען מיט מיר ביז כ'האב צוריק באקמען אביסל די כוחות. ליל הסדר שלעפ איך ארויס די ברעקלעך און זעה אז צוזאמען איז עס קוים א כזית, מיין חבר וואס האט געראטטעוועט האט זיך געבעהטען ביי מיר אז כ'זאל אים אוועק געבען די מצה, זאגענדיג אז ער האט נאך אין זיין לעבען קיינמאל פארפאסט די מצוה. איך האב אבער גע'טענה'ט אז וויבאלד איך האב איינגעשטעלט דאס לעבען קומט זיך עס מיר. האט דער חבר געזאגט ווייסט וואס, איך געדענק די גאנצע הגדה בעל פה, איך וועל דיר מוציא זיין דערמיט בתנאי אז דו גיבסט מיר די מצוה. אבער די שכר פאר די מצוה פון אכילת מצה אין אזעליכע אומשטענדען וועט גיין צו דיר. בלית ברירה האב איך מסכים געווען, זיך טרייסטענדיג מיטן פאקט אז די שכר המצוה וועל איך כאטש באקומען בעולם הבא.


נעכטן נאכט פיהרט דער איד אויס, איז מיין חבר מיר געקומען אין חלום פון יענע וועלט, מיט א בקשה אז איך זאל אים אוועק געבען די שכר המצוה. רבי! איהר הערט? מישט נאר וואס איך ביט כמעט געשטארבען פאר די מצה וואס כ'האב אפגעבאקען, און נישט נאר וואס כ'האב עס אים אוועק געגעבען, זאל איך אים אויך אוועק געבן די שכר וואס איז מיר פארבליבען, רבי וויאזוי קען טוהן אזא זאך?


דער צדיק קוקט אים אן מיט א ליבליך בליק און זאגט אים, ר' איד מן הדין מוזט איר אים אוועק געבען די שכר המצוה. מן הדין? שרייט דער איד, עס קומט זיך מיר! מיר האבען געהאט א הסכם! אמת זאגט דער רבי, אבער דער איד איז שוין אויף יענע וועלט, ער קען שוין נישט צוקויפען קיין מצוות און מעשים טובים. אבער דו, דו לעבסט נאך! דו קענסט נאך קונה זיין אזויפיהל שכר אויף תורה ועבודה, דו האסט די ברירה איינצוהאנדלען נאך שכר איידער דו שטעלסט דיך צום בית דין של מעלה, משא''כ דיין חבר קען שוין נישט גארנישט פארדינען.


רבותי, איהר הערט א מעשה? יא עס גייט דיר אמאל שלעכט, און יא ס'מאכען זיך שווערע תקופות. אבער דו לעבסט! דו ווייסט וואס דו קענסט אלס אריין כאפן, וויפל מיר קענען פארדינען מיט יעדע קליינע פעולה, אנשטאט זיך ארום דרייען ווי אויסגעלאשענע לעכט, זאלען מיר זיין די שוועבלעך וואס צינדען אן דעם פייער און מאכען ליכטיג אין שטוב און וואו נאר. ווי לאנג מיר זענען דא דארפען מיר אויסניצען די געלעגענהייט אריין צו כאפען וואס מער, טאקע דא מצבים וואס זענען שווער, אבער ס'דא אזויפיהל וואס מיר קענען יא טוהן אפי' אין די שווערע מינוטן.



הרב שניאור קאטלער ראש ישיבת בית מדרש גבוה אין לעיקוואד האט בחייו פארלוירען א זוהן הרב מאיר ז''ל, וואס מאיז געווען א גאון עצום און מ'האט פאראויסגעזאגט אויף אים אז ער וועט וואקסען א גדול, אבער ליידער איז אוועק אלס יונגערמאנטשיק. דער פאטער ר' שניאור, האט זיך בשום אופן נישט געקענט טרייסטען מיטן פאקט אז כלל ישראל האט פארלוירען אזא הערליך ביימל, און וויפיל מ'האט אים פראבירט מחזק צו זיין האט ער עס נישט געוואלט אן נעמען. איין טאג איז דער אלטער בלאזשוב'ע רבי אים געקומען באזוכען, כידוע האט דער רבי פארלוירען זיין גאנצע משפחה ביים קריג (בנו האדמו''ר זצ''ל היה ב''ח) און בלאזשוב'ע רבי רופט זיך אן, ראש ישיבה, כאטש האט ער עפעס איבערגעלאזט אויף די וועלט, טאקע קליינע יתומים'לעך אבער דורות! צוויי טעג שפעטער האט ר' שניאור אנגערופען דעם רבי'ן זאגען ניחמתנו. איר האט מיר אויפגעקלערט אז ס'דא אידען אין א ערגערע מצב ווי איך.


צום לעצטן ליבאוויטשען רבי האט א איד אמאל געשריבען א בריוו, אז היות ער מיט די פאמיליע וואקסען אויס די דירה, און ער קען נישט טרעפען עפעס גרעסער וואס זאל פיטען צו זיין בודזשעט, בעהט ער אן עצה פונעם רבי'ן וואס צו טוהן. דער רבי האט אים צוריק געשריבען אזוי, איך זעה פון דיין בריוו אז ב''ה האסט חתונה געהאט. דו ווייסט וויפיל מענטשען קענען נישט און וועלען נישט חתונה האבען. דו שרייבסט ווייטער אז דו האסט א קינדער געבענטשטע משפחה, דו ווייסט וויפיל מענטשען וואלטען זיך געווינטשען צו האבען די ברכה. ווייטער שרייבסטו אז דו פארמאגסט א דירה נאר ס'איז אביסל קליין, האסטו בכלל אריין געראכט ווי סאך מענטשן פארמאגן ניטאמאל א דאך איבערן קאפ. אנשטאט זיך זארגען וועגען דיין ''פראבלעם'' זיי ענדרעשער מכיר די אלע גוטס וואס דו פארמאגסט יא בשפע ב''ה.


ס'איז באקאנט די קשיא אויפען שאלת החכם, אז ער פרעגט דאך די זעלבע פונעם רשע, מה העדות והחיקים, און וואס איז פשט אינעם תירוץ אף אתה אמור לו אין מפטירין אחר פסח אפיקומן, האב געהערט מהרה''צ רבי נחמן בידערמאן א פשט. אז פסח ביינאכט איז דאך א זמן פון הלל ווען מיר לויבען השם יתברך אויף די ניסים שעשה לאבותינו ועמנו בימים ההם ובזמן הזה. איז די שאלת החכם, פארוואס דארפען מיר בכלל א ציווי צו דאנקען דעם באשעפער? מה העדות והחוקים, איז דען נישט אליינס פארשטענדליך אז מיר ברויכען לויבען דעם אייבערשטערן אויף אלע זיינע חסדים, יעדע מענטש וואס האט נאר דעם מינדסטע געפיהל פון הכרת הטוב פארשטייט אז ער דארף דאנקען דעם בורא ומנהיג. נאר די תירוץ איז אז מיר דארפען געדענקן די חסדים אויך שפעטער ווען מיר ווען מיר זענען אין א שווערע מצב און ס'שווער זיך צו קאנטצערירען און געדענקן די ניסים און גלייבען אז ס'קען פאסירען נאכאמאהל. אף אתה אמור לו כחוקת הפסח, אין מפטירין אחר אפיקומן, גענוי ווי מיר טארען גארנישט עסן נאכען אפיקומן כדי די טעם מצה זאל בלייבען אין מויל, אזוי אויך דארף די טעם פון הלל והודי' בלייבען ביי אונז איינגעקריצט אויף להבא אויך.


ווער עס געדענקט מיט ארום אכצען יאר צוריק האט זיך געטוהן א מהפיכה אין אמעריקא איבער די וויי טא קעי, ס'האט געהערשט א פחד צו די קאמפיוטערס וועלן נישט כאפען אז מ'איז אריבער א פרישע טויזענטע, און וועלען קראכען, למעשה האט גארנישט פאסירט יענעם שב''ק. איין אינטערסאנטע געשיכטע וואס איז דאן פארגעקומען, דער נ.י. טיימס פון די עלטסטע צייטונגען אין אמעריקא האט יענעם פרייטאג ארויס געגעבען דריי ביילאגעס. איינס מיט די נייעס פון יענעם טאג, נאך איינס ווי זיי האבען איבערגעדריקט זייער טעגליכע בלאט פון הונדרעט יאר פריער אום 1900, און צום לעצט אויך געדריקט אן אויסשטעל פונעם צייטונג אין הונדרעט יאר ארום דהיינו 2100 למספרם. אינעם ביילאגע פון 100 יאר שפעטער האבען זיי געשריבען אפאר דמיונות וואס זיי האבען געהאלטען אז ס'וועט פאסירען, למשל אז קובא וועט זיין א חלק פון אמעריקא, און אז ראבאטען וועלען זיין בארעכטיגט צו שטימען אען עלעקשאנס ועוד ועוד. איין אינטערסאנטע מנהג האט די נ.י. טיימס געהאט יעדען פרייטאג צו שרייבען דעם זמן פון הדלקת הנירות. און מזיי האבען טאקע געשריבען די דריי זמנים, פון די יארען 1900, 2000, און 2100, ווען מ'האט געפרעגט דער גוי'שע עדיטער פארוואס עס האט אויסדעפעהלט צו שרייבען דעם זמן שבת פון הונדרעט יאר, האט ער געענטפערט, דאס אז קובא וועט זיין א סטעיט אדער אז ראבאטען וועלען זיין גלייך ווי מענטשען, דעס ווייס איך נישט אויב עס וועט פאסירען. אבער אין זאך איז זיכער אז אין הונדרעט יאר ארום וועלען אידישע פרויען זיכער צינדען ליכט ערב שבת. יא אפי' דער גוי ווייסט אז דאס אידישע פאלק, כאטש זי איז אריבער אזויפיהל וועט זי בלייבען געטריי אויף אייביג.


טאטע אין הימל, דו גייסט אראפ קומען מיט דיין גאנצע פמליא צו אונזער סדר, קוק דיך אום אויף דיין פאלק וואס איז שוין אזויפיהל אריבער באופן פרטי וכללי. און דאך ליבע טאטע זענען מיר פארבליבען מיט א בלינדע אמונה אין דיר. מיר זענען געבליבען געטריי צו אונזער מסורה, די מצה זו שאנו אוכלים איז זעלבע שאכלו אבותינו אויפען וועג ארויס פון מצרים. זעה ווי מיר קלאמערן נאך צו טוהן דיין רצון, און ווייז אונז ניסים ומפיתים. ערפיל אונזער חלום, און נעם אונז אהיים קיין ירושלים ונאכל שם מן הזחבחם ומן הפסחים, אמן כן יהי''ר.
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2133
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

וואוו
Wow
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

שכוח ריזיג
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2906
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

הערליכע רעיונות. ייש"כ!
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

החיתני.

יישר כח!
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

שטארקע רייד!

ייש"כ מיר האבן שטארק הנאה געהאט!
זוכט איר דוי?
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

גאר שטארק!!


די ניט מעשה איז מיר אן אינטערסאנטער חידוש
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

פיין פיין
שטארקע חיזוק

ישר כח
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

דונש האט געשריבן:שטארקע רייד!

ייש"כ מיר האבן שטארק הנאה געהאט!
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

א דאנק אייך אלע. עס גיבט א שטופ אויף ווייטער אי"ה.
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

בענקעל האט געשריבן:החיתני.

יישר כח!
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

עירמאנט'ער האט געשריבן:פיין פיין
שטארקע חיזוק

ישר כח
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4033
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

א גרויסן יישר כח
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

ערשט יעצט באמערקט, אבער בעסער שפעטער פון קיינמאל,

;l;p- ;l;p- זייער שטארקע דיבורים, א גרויסער שכח
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

Wow!!!

הערשט יעצט געליינט אבער ס'איז געוואלדיגע גוטע סחורה מיט צו נעמען אויף א גאנץ יאר, און כסדר איבערחזר'ן
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

ארויף לכבוד יו"ט
גרינע בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
לאקאציע: אונטערן שאטן-ה' צלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע בוים »

נישטא קיין ריכטיגע ווארט אין דער אידישער ווערטערבוך צו באצייכענען דעם ארטיקל, אע"כ וועל אויסבארגן דעם ווארט "הערליך" אבער זאלסט וויסן אז עס איז פיל פיל מער פון דעם!!
עץ חיים הוא למחזיקים בה
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

א גראם מיט טעם האט געשריבן:ארויף לכבוד יו"ט
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: בשעה שיש מצה ומרור מחותנים לפניך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

;l;p- הערליך שיין!!

אגב, איך האב אויך געטראכט די קשיא אינעם שאלת החכם, ערשטנס, וואס איז די גרויס חכמה אין פרעגן מה העדות והחוקים? צווייטנס, איז דען נישט די שאלה פונעם תם אסאך א קלוגערע שאלה, די שאלה מה זאת פארקערפערט דאך אין זיך אלעס משא"כ די שאלה פונעם חכם..
האב איך געקלערט, אז די גאנצע באגריף פון חקרנען און פארשטיין קומט פון א געוויסע פלאטשיגע תמימות אז אונז קליינע מענטשעלעך מיט אונזער פיצעלע שכל קענען בכלל ארויסהאבן און פארשטיין... תכלית הידוע איז דאך שלא נדע און דער תעמעלע פרעגט מה זאת?!!
משא"כ דער חכם פרובירט אפילו נישט צו ארויסהאבן ער ווייסט זייער גוט אז ער באגרייפט נישט, וויאזוי פלאנט דען א קליינע מענטשעלע מיט א לעבן פון קורצע 80 יאר מיט א באגרעניצטע קאפ עפעס בכלל אניאגן צו פארשטיין? נאר וואס דען, האי עלמא כבי הילולה דמיא.. חטוף ואכול!! נישטא קיין צייט פאר קיין נערישקייטן, מה העדות והחוקים? וואס וויל דער אויבערשטער פון מיר? דאס אלעס איז וואס ליגט אויף אונז!!
ווי דאס ווערטל לויטעט, די ר"ת פון דאס ווארט "איד" איז, א'יך י'עצט ד'א
זאל מיר שוין בקרוב זוכה זיין צו די גאולה שלימה בקרוב!! ובניסן עתידין להגאל!! כמי צאתינו מארץ מצרים אראנו נפלאות!! זעהען מיר דאך שוין די פעמי הגאולה, וביד חזקה זו הדבר!! זאל דער אויבערשטער העלפן סזאל מער נישט שאטן פאר קיין שום איד!! און דער גאנצער כלל זאל צוזאמען בקרוב מקבל זיין פני משיח צדקינו!! במהרה דידן!!
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

א גראם מיט טעם האט געשריבן:ארויף לכבוד יו"ט
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”