די אמעריקאנע קאנסטיטוציע

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ביטע לאז זיך הערן, מען קען שטימען פאר עטליכע

א גרויסן יישר כח איך ליין מיט אינטערעסע
56
37%
עס איז א שיינע זאך אבער נישט צו אינטערסאנט פאר מיר
6
4%
נישט אינטערסאנט פאר מיר
1
1%
די קאנסטיטוציע אליינס איז צו שווער צו פארשטיין
6
4%
איך פארשטייט אביסל די קאנסטיטוציע, הסבר וואלט צוגעהאלפן
12
8%
איך קען די קאנסטיטוציע גוט (איך וועל צוהעלפן צו ערקלערן)
2
1%
איך האב נאך קיינמאל נישט געזעהן די קאנסטיטוציע
25
17%
די איבערזעצונג וואלט געדארפט זיין א פרייע איבערזעצונג, נישט ווארט ביי ווארט
9
6%
די ווארט ביי ווארט איבערזעצונג איז גוט, ערקלערונג קומט באזונדער
33
22%
 
סך הכל שטימען: 150

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאפיציעל »

ע"פ קאנסטיטוציע קען ער נישט, אפשר א שפעטערע געזעץ האט קאנגרעס געגעבן מער כח פארן פרעזידענט, אזוי ווי האסט נייעס זאגט. ווייס איך נישט

גיימיר ווייטער בעז"ה, און געדענקט, ביטע שטימען אין די אנקעטע.

[align=center]ארטיקל 1 המשך[/align]

[align=center]סעקשאן 9[/align]

קלאוס 1
די אריבערפירונג אדער אריינברענגונג פון אזאלכע פערזאנען ווי סיי וועלכע פון די שוין עקזיסטירענדע שטאטן וועלן האלטן פאר פאסיג אריינצונעמען, זאל נישט ווערן פארבאטן ביי די קאנגרעס פריער פון יאר טויזנט אכט הונדערט און אכט, אבער א שטייער אדער שטייער פארפליכטונג קען ווערן ארויפגעלייגט אויף אזא אריינברענגען, נישט איבערשטייגענדיג צען דאללער פאר יעדן פערזאן.

קלאוס 2
די פריווילעגיע פון די באפעל ארויסצוגעבן ארעסטירטע זאל נישט ווערן אפגעהאלטן, אויסער ווען אין פעלער פון אויפשטאנד אדער אינוואזיע, די ציבור'ישע זיכערהייט וועט עס פארלאנגען.

קלאוס 3
קיין "געזעץ פון באשטראפונג [נישט געטראפן קיין בעסערע ווארט]" אדער "נישט נאכן פאקט" געזעץ זאל ווערן אדורכגעפירט.

קלאוס 4
קיין פער קאפ צאלונגען, אדער אנדערע דירעקטע שטייערן זאלן ווערן ארויפגעלייגט, אויסער אין פראפארציע צו די צענזוס אדער אפציילונג דא פריער אנגעוויזן צו ווערן גענומען.

קלאוס 5
קיין שטייער אדער שטייער פארפליכטונג זאל ווערן ארויפגעלייגט אויף ארטיקלען וואס ווערט עקספארטירט פון סיי וועלכע שטאט.

קלאוס 6
קיין בעפארצוג זאל ווערן געגעבן דורך סיי וועלכע רעגולאציע פון האנדל אדער פארדינסט צו די פארטן פון איין שטאט איבער די פון א אנדערע. אויך נישט זאלן שיפן וואס קומען צו אדער פון איין שטאט, זיין פארפליכטעט איינצוגעבן, אוועקפארן, אדער באצאלן שטייערן אין א אנדערע.

קלאוס 7
קיין געלט זאל נישט ווערן ארויסגענומען פון די קאסע, נאר אין קאנסעקווענץ פון באשטימונגען געמאכט דורכן געזעץ. און א רעגולארע באריכט, און א חשבון פון די איינקופנטן און אויסגאבן פון אלע ציבור'ישע געלט זאל ווערן פובליצירט פון צייט צו צייט.

קלאוס 8
קיין נאבל טיטל זאל ווערן געגעבן דורך די פאראייניגטע שטאטן. און קיין פערזאן וואס האלט סיי וועלכע אמט פון פארדינסט אדער באגלויבטקייט אונטער זיי, זאל - אן די צושטימונג פון קאנגרעס - אננעמען סיי וועלכע געשאנק, אמט, אדער טיטל, פון סיי וועלכע סארט אימער, פון סיי וועלכע קעניג, פרינץ, אדער פרעמדע לאנד.

המשך יבא אי"ה
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

שכח אומאפיציעל ;l;p- ;l;p-
איך קוק יעדן טאג די ערשטע זאך אויף אייוועלט די אשכול אויב עס איז געווארן אפדעיטעט.

--------
הלואי די שטייערן זאלן נישט זיין מער ווי צען דאללער...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

יאצמעך האט געשריבן:פארוואס ליגט מיר אין קאפ אז דער פרעזידענט קען דערקלערן קריג?

איז נישט דא קיין אויסנאם אין פאל פון א אמערזשענסי?

לויט די קאנסטיטוציע האבן זיי נישט די פאווער צו דערקלערן קריג,

אבער פאר בערך 200 יאר האבן די אמעריקאנער פרעזידענטן אריינגעשיקט די מיליטער צענדליגע מאל אין קאנפליקטן אהן די אויטאריזאציע פון קאנגרעסס,
אריינגערעכנט פרעזידענט לינקלאן ביי די אמעריקאנע ציווילע מלחמה, אדער ביי די קאריען מלחמה אין וואס אמעריקאנע סאלדאטן זענען געווען פארמישט פאר איבער דריי יאר און עס איז קיינמאל נישט אויטאריזירט געווארן דורך קאנגרעסס, און נאך אסאך צענדליגע מאל במשך די יארן.

אין 1973 נאך די דורכגעפאלענע וויעטנאַם קריג, האט קאנגרעסס געוואוט 244 אנטקעגן 170 פאר א ביל צו איינצוימען די פרעזידענט'ס מלחמה פאווער, און עס איז באשטעטיגט געווארן דורך פרעזידענט ניקסאן.

די ביל פארבאט דעם פרעזידענט צו שיקן עני מיליטערישע כח אהן ערלויבעניש פון קאנגרעסס, אדער אין א פאל פון עמערדזענסי ביי אן אטאקע אויף אמעריקע אדער אויף אירע סאלדאטן,

די ביל האט אויך פארלאנגט אז די פרעזידענט מוז איינמעלדן קאנגרעסס איבער די אקציע ביז 48 שעה,
און אויב קאנגרעסס געט נישט קיין רשות, קענען די סאלדאטן בלייבן דארטן ביז 60 טעג, און נאך 30 טעג ווילאנג עס נעמט זיך ארויסצוציען.

און טאקע פרעזידענט קלינטאן איז געווארן באשולדיגט דורך קאנגרעסס פארן פארלעצן דאס ביל ביי די קאסאווער באמבינגס, און אזוי אויך פרעזידענט אבאמא אין 2009 אין ליביע.
http://www.infoplease.com/us/government ... gress.html
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

זייער א שיינע ארבעט!

יישר כח!

קיפ איט אפ!
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאכט סענס? »

ישר כח אומאפיציעל, און פאר אלע וואס זענען מסביר. עס איז גאר אינטערעסאנט.
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

Wow wow wow! יעצט דורך די גאנצע ביז אהער בהעלם אחת
א הערליכע ארבעט! זייער הנאה געהאט! האלט אן
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אי-רעלעווענט »

משה כספי האט געשריבן:Wow wow wow! יעצט דורך די גאנצע ביז אהער בהעלם אחת
א הערליכע ארבעט! זייער הנאה געהאט! האלט אן
אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאפיציעל »

א גרויסן ייש"כ פאר די אלע וואס גיבן אפ א דאנק, און דרוקן אויס צופרידנהייט, עס גיט חשק צו גיין ווייטער.

זעמיר ממשיך בעז"ה מיט די לעצטע סעקשאן פון די ערשטע ארטיקל וואס באהאנדלט די פארעם און כח פון קאנגרעס.


[align=center]ארטיקל 1 המשך[/align]

[align=center]סעקשאן 10[/align]

קלאוס 1
קיין שטאט זאל אריינגיין אין סיי וועלכע אפמאך, פאראייניגונג, אדער צוזאמענשטעלונג. געבן שריפטן פון "פארכאפונג און נקמה". מאכן געלט, ארויסגעבן באנקנאטן פון קרעדיט, מאכן סיי וואס - אויסער גאלד און זילבער מטבעות - א וואלוטע אין באצאלן חובות. אדורכפירן סיי וועלכע "געזעץ פון פארפאלגונג", "נישט נאכן פאקט" געזעץ, אדער א געזעץ וואס שטערט די פארפליכטונג פון קאנטראקטן, אדער טיילט צו סיי וועלכע נאבל טיטל.

קלאוס 2
קיין שטאט זאל - אן די צושטימונג פון קאנגרעס - ארויפלייגן סיי וועלכע שטייערן און שטייער פארפליכטונגען אויף אימפארטירונגען און עקפארטירונגען, אויסער וואס קען זיין אויסדרוקליך נויטווענדיג אויף אויסצופירן אירע אונטערזוכונג געזעצן. און די גאנצע איינקופנט פון אלע שטייער פארפליכטונגען און שטייערן, ארויפגעלייגט ביי סיי וועלכע שטאט אויף אימפארטן און עקספארטן, זאל זיין פארן באנוץ פון די קאסע פון די פאראייניגטע שטאטן. און אלע אזעלכע געזעצן זאלן זיין אויסגעשטעלט צו די איבערזיכט און אויפזיכט פון די קאנגרעס.

קלאוס 3
קיין שטאט זאל - אן די צושטימונג פון קאנגרעס - ארויפלייגן סיי וועלכע לאסט שטייער, אויפהאלטן טרופן אדער קריגס שיפן אין פרידנס צייטן, אריינגיין אין סיי וועלכע אפמאך אדער אנשלוס מיט אן אנדערע שטאט אדער מיט א פרעמדע מאכט, אדער זיך אריינלאזן אין א קריג, אויסער אויב פאקטיש אינוואדירט, אדער אין אזא באלדיגע געפאר וואס קען נישט פארנעמען קיין אפלייג.
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

שכח, ביטע מיר דארפן די ווייטערדיגע ארטיקלען.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

פאראינטערסירט האט געשריבן:שכח, ביטע מיר דארפן די ווייטערדיגע ארטיקלען.
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאפיציעל »

גיי מיר ווייטער צו די צווייטע ארטיקל, די פרעזידענטליכע כוח. אין דעם ארטיקל איז אויסגעשמועסט די גאנצע קאמפליצירטע עלעקטארעל קאלעדזש סיסטעם, אבער א גרויס חלק דערפון איז געטוישט געווארן אין א שפעטערדיגע אמענדמענט.


[align=center]ארטיקל 2[/align]

[align=center]סעקשאן 1[/align]

קלאוס 1
די אנפירערשאפט מאכט זאל ליגן אין א פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע. ער זאל האלטן זיין אמט דורכאויס די טערמין פון פיר יאר, און - צוזאמען מיט די ווייס פרעזידענט אויסגעקליבן פאר די זעלבע טערמין - ווערן ערוויילט ווי פאלגענד:

קלאוס 2
יעדע שטאט זאל באשטימען אין אזא וועג ווי די דארטיגע געזעצהויז קען אנווייזן, א צאל פון וויילער, אייניג צו די פולע נומער פון סענאטארן און רעפרעזענטאטן צו וועלכע די שטאט קען זיין בארעכטיגט אין די קאנגרעס. אבער קיין סענאטאר אדער רעפרעזענטאט אדער א פערזאן וואס האלט אן אמט פון באגלייבטקייט אדער פארדינסט אונטער די פאראייניגטע שטאטן זאל ווערן באשטימט אלץ א וויילער. די וויילער זאלן זיך צוזאמטרעפן יעדער אין זייערע שטאטן, און שטימען דורך געשריבענע שטים צעטלן פאר צוויי מענטשן, פון וועלכע ווייניגסטענס איינס זאל נישט זיין קיין איינוואוינער פון די זעלבע שטאט ווי זיי אליינס. און זיי זאלן מאכן א ליסטע פון אלע פערזאנען וואס מען האט געוועלט פאר, און די נומער פון שטימען פאר איטליכע, וואס די ליסטע זאלן זיי אונטערשרייבן און באשטעטיגן און דאס איבערשיקן פארזיגעלטערהייט צו די זיץ ארט פון די רעגירונג פון די פאראייניגטע שטאטן, איבערגעוויזן צו די פרעזידענט פון די סענאט. דער פרעזידענט פון דעם סענאט זאל - אין די אנוועזנהייט פון די סענאט און די רעפרעזענטאטן הויז - אפענען אלע באשטעטיגטע צעטלן, און די שטימען זאלן ווערן געציילט. דער פערזאן וואס האט די גרעסטע נומער פון שטימען זאל זיין דער פרעזידענט - אויב אזא נומער וועט זיין א מערהייט פון די פולע נומער פון באשטימטע וויילער. און אויב איז דא מער ווי איינער וואס האט אזא מערהייט און האט אן אייניגע צאל שטימען, דאן זאל די רעפרעזענטאטן הויז גלייך קלויבן דורך געשריבענע שטים צעטלן איינעם פון זיי פאר פרעזידענט. און אויב קיין מענטש האט נישט קיין מערהייט, דאן פון די פינף העכסטע אין די ליסטע זאל די דערמאנטע הויז אויפן זעלבן וועג קלויבן דעם פרעזידענט. אבער ביים קלויבן דעם פרעזידענט, די שטימען זאלן ווערן אפגענומען לויט שטאטן, ווען די רעפרעזענטאטן פון איטליכע שטאט האבן איין שטימע. א באגנוגענדע צאל אנוועזענדע פאר דעם צוועק זאל באשטיין פון א מיטגליד אדער מיטגלידער פון צוויי דריטל פון די שטאטן, און א מערהייט פון אלע שטאטן זאל זיין נויטיג פאר א ערוויילונג. אין יעדן פאל, נאך די ערוויילונג פון דעם פרעזידענט, דער פערזאן וואס האט די גרעסטע נומער שטימען פון די וויילער זאל זיין דער וויצע פרעזידענט. אבער אויב עס בלייבט איבער צוויי אדער מער וואס האבן אייניגע שטימען, זאל די סענאט קלויבן פון זיי דורך געשריבענע שטים צעטלען דער וויצע פרעזידענט.

קלאוס 3
די קאנגרעס קען באשטימען די צייט פון קלויבן די וויילער, און די טאג אין וועלכע זיי זאלן אפגעבן זייער שטימע, וועלכע טאג זאל זיין די זעלבע דורכאויס די פאראייניגטע שטאטן.

קלאוס 4
קיין פערזאן אויסער א נייטראל געבוירענע בירגער, אדער א בירגער פון די פאראייניגטע שטאטן ביי די צייט פון דאס אננעמען די קאנטיטוציע, זאל זיין בארעכטיגט צו די פרעזידענטליכע אמט. אויך נישט זאל סיי וועלכע פערזאן זיין בארעכטיגט צו דעם אמט וואס זאל נישט האבן דערגרייכט צום עלטער פון פינף און דרייסיג יאר, און געווען פערצן יאר אן איינוואוינער אין די פאראייניגטע שטאטן.

קלאוס 5
אין פאל וואס דער פרעזידענט ווערט ארויסגענומען פון אמט, אדער פון זיין טויט, רעזיגנאציע, אדער אוממעגליכקייט צו אויספירן די מאכטן און פליכטן פון די דערמאנטע אמט, דאס אייניגע זאל אראפגעגעבן ווערן צו די וויצע פרעזידענט. און די קאנגרעס קען דורכן געזעץ צושטעלן פאר א פאל פון ארויסנעמען, שטארבן, רעזיגנאציע אדער אוממעגליכקייט ביידע פון דער פרעזידענט און וויצע פרעזידענט, דערקלערנדיג וועלכער באאמטער זאלן דאן זיך פירן ווי דער פרעזידענט, און אזא באאמטער זאל זיך פירן לויט דעם, ביז די אוממעגליכקייט ווערט אוועקגענומען, אדער א פרעזידענט וועט ווערן ערוועלט.

קלאוס 6
דער פרעזידענט זאל אין באשטימטע צייטן, באקומען פאר זיין דינסט א באצאלונג, וואס זאל קיין איינס נישט ווערן געהעכערט אדער פארווייניגערט דורכאויס די צייט אפשניט פאר וועלכע ער וועט ווערן ערוועלט, און ער זאל נישט באקומען אין דעם צייט אפשניט סיי וועלכע אנדערע פארדינסט פון די פאראייניגטע שטאטן, אדער סיי וועלכע פון זיי.

קלאוס 7
פאר ער גייט אריין אין דאס אויספירן זיין אמט, זאל ער נעמען די פאלגענדע שבועה אדער פארזיכערונג: "איך טו אן ערנסטע שבועה (אדער פארזיכערונג) אז איך וועל עהרליך אויספירן די אמט פון די פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, און וועל לויט מיינע בעסטע מעגליכקייט, אפהיטן, באשיצן און פארטיידיגן די קאנסטיטוציע פון די פאראייניגטע שטאטן".

המשך יבא אי"ה
אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאפיציעל »

סעקשאן 2


קלאוס 1
דער פרעזידענט זאל זיין הויפט קאמאנדיר פון די ארמיי און ים פלאטע פון די פאראייניגטע שטאטן, און פון די מיליטער פון די פילע שטאטן – ווען אריינגערופן צום פאקטישן דינסט פון די פאראייניגטע שטאטן, ער קען פארלאנגען די מיינונג – שריפטליך – פון דעם הויפט באאמטער אין יעדע פון די אויספירנדע אפטיילונגען, איבער סיי וועלכע נושא וואס האט שייכות צו די פליכטן - יעדער איינער פון זייערע אמטן, און ער זאל האבן מאכט צו געבן באגנאדיגונען און פארגעבונגען פאר עבירות אנטקעגן די פאראייניגטע שטאטן, אויסער אין פעלער פון אימפיטשמענט.

קלאוס 2
ער זאל האבן די מאכט - דורך און מיט די ראט און צושטימונג פון די סענאט – צו שליסן פּאקטן, בתנאי אז צוויי דריטל פון די סענאטארן אנוועזנד שטימען איין. און ער זאל שטעלן – און דורך און מיט די ראט און צושטימונג פון סענאט – זאל באשטימען געזאנדעטע, אנדערע ציבור'ישע מיניסטארן און ראטגעבער, ריכטער פון די העכסטע געריכט, און אלע אנדערע באאמטע פון די פאראייניגטע שטאטן וואס זייער באשטימונג איז נישט דא אנדערש אוועקגעשטעלט, און וואס וועלן ווערן געשאפן דורכן געזעץ. אבער די קאנגרעס קען דורכן געזעץ לייגן די באשטימונגען פון אזעלכע קלענערע באאמטע, לויט וויאזוי זיי פארשטייען פאר ריכטיג, אין דעם פרעזידענט אליין, אין די געריכט הייזער, אדער אין די הויפטן פון די אפטיילונגען.

קלאוס 3
דער פרעזידענט זאל האבן די מאכט אנצופילן ליידיג געווארענע אמטן וואס קענען זיך מאכן דורכאויס די פויזע פון די סענאט, דורך געבן פארארדערנונגען וואס וועט אפלויפן ביי די ענדע פון זייער קומענדיגע סעסיע.

המשך יבא אי"ה
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

לגבי דערקלערן קריג דער פרעזידענט מעג אבער אזוי ווי מען דארף האבן דריי זאכן געלט געלט און געלט וואס דאס מוז שוין יא גיין דורך קאנגרעס דעריבער איז דער "מנהג" אז מען פרעגט קאנגרעס ווייל אז נישט קען די גאז פונעם פליגער אויסגיין אינמיטן ים
אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאפיציעל »

געוואלד געשריגן! פון די קאנסטיטוציע איז קלאר אז דער פרעזידענט "קען נישט" דערקלערן קריג, נאר די קאנגרעס. און אזוי נעמט מען אן להלכה
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

שכח אומאפיציעל, גיי אהן!

אומאפיציעל האט געשריבן:קלאוס 4
קיין פערזאן אויסער א נייטראל געבוירענע בירגער, אדער א בירגער פון די פאראייניגטע שטאטן ביי די צייט פון דאס אננעמען די קאנטיטוציע, זאל זיין בארעכטיגט צו די פרעזידענטליכע אמט.


די ביסל טינט האט אונז געגיבן אסאך שטרוי צו קייען די לעצטע פאר יאהר....
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

כבוד הרב אומאפיציעל, ביטע גייט ווייטער אהן מיט די קאנסטיטוציע, מיר קוקן שטארק ארויס דערויף,
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאפיציעל »

כבוד הרב האלט פאר יום טוב, זעהט נישט אויס אז פאר פסח וועט נאך עפעס זיין, בעז"ה נאך פסח
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

כבוד הרב,

מיר האלטן שוין נאך יום טוב, און מיר ווארטן מיט שפאנונג..
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

הנאה געהאט..
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאפיציעל »

יאצמעך האסט געשמעקט אז איך ארבעט יעצט דערויף?

דא איז דער המשך, עס איז געווען א גוט שווערע ארבעט, איך האב נישט אלעס געקענט ממש ווערטערליך איבערזעצן, ציין ברעכערישע ווערטער דא.


[align=center]ארטיקל 2 המשך[/align]

[align=center]סעקשאן 3[/align]
ער זאל פון צייט צו צייט געבן פארן קאנגרעס אינפארמאציע איבער די צושטאנד פון די פאראיינינונג, און רעקאמאנדירן זיי זאלן אין באטראכט נעמען אזעלכע מיטלען וואס ער וועט האלטן פאר נויטיג און דרינגענד. ער קען אין אומגעווענליכע פעלער צוזאמענרופן ביידע הייזער, אדער סיי וועלכע פון זיי, און אין פאל פון אומאיינשטימיגקייט צווישן זיי אנבאלאנגט די צייט פון אפלייגן, קען ער זיי אפלייגן צו אזא צייט וואס ער האלט פאר פאסיג. ער זאל אויפנעמען אמבאסאדארן און אנדערע ציבור'ישע מיניסטארן, ער זאל זעהן דערצו אז די געזעצן זאלן ווערן עהרליך אויסגעפירט, און זאל פארפיגן איבער אלע באאמטע פון די פאראייניגטע שטאטן.

[align=center]סעקשאן 4[/align]
דער פרעזידענט, וויצע פרעזידענט, און אלע ציווילע באאמטע פון די פאראייניגטע שטאטן, זאלן ווערן ארויסגענומען פון אמט ביים ווערן אימפיטשמענט פאר - און ביים געפונען ווערן שולדיג אויף - פארראט, שוחד, אדער אנדערע גרויסע פארברעכנס און קלענערע פארברעכנס.


[align=center]ארטיקל 3[/align]

[align=center]סעקשאן 1[/align]
די געריכטליכע מאכט פון די פאראייניגטע שטאטן, זאל ליגן אין איין העכסטע געריכט, און אין אזעלכע קלענערע געריכטן ווי די קאנגרעס קען פון צייט צו צייט פארארדענען און אהערשטעלן. די ריכטער, ביידע, פון די העכסטע געריכט און פון די קלענערע געריכטן, זאלן האלטן זייערע אמטן דורך א גוטע אויפפירונג, און זאלן אין באשטימטע צייטן באקומען פאר זייער דינסט א באצאלט, וואס זאל נישט ווערן פארקלענערט דורכאויס זייער פארזעצונג אין אמט.

[align=center]סעקשאן 2[/align]
קלאוס 1
די געריכטליכע מאכט זאל דערגרייכן צו אלע פעלער, אין געזעץ און גערעכטיגקייט, וואס קומען אויף אונטער די קאנסטיטוציע, די געזעצן פון די פאראייניגטע שטאטן, און אפמאכן וואס זענען געמאכט, אדער וואס וועלן ווערן געמאכט, אונטער זייער אויטאריטעט; צו אלע פעלער וואס באטרעפן אמבאסאדארן, אנדערע ציבור'ישע מיניסטארן און ראטגעבער; צו אלע פעלער פון די וואסער אויטאריטעטן יוריסדיקציע [שווער געווען פונקטליך צו איבערזעצן...]; צו קריגערייען אין וועלכע די פאראייניגטע שטאטן וועט זיין א זייט; צו קריגערייען צווישן צוויי אדער מער שטאטן; צווישן א שטאט און בירגער פון אן אנדערע שטאט; צווישן בירגער פון אנדערע שטאטן; צווישן בירגער פון די זעלבע שטאט וואס פאדערן לאנד אונטער געשאנקען פון אנדערע שטאטן, און צווישן א שטאט אדער א בירגער דערפון און פרעמדע שטאטן, בירגער, אדער זאכן.

קלאוס 2
אין אלע פעלער וואס טוען באטרעפן אמבאסאדארן, אנדערע ציבור'ישע מיניסטארן אדער ראטגעבער, און די אין וועלכע א שטאט וועט זיין א זייט, זאל די העכסטע געריכט האבן די אריגינאלע יוריסדיקציע. אין אלע אנדערע פעלער דערמאנט פריער, זאל די העכסטע געריכט האבן אפעלאט יוריסדיקציע, ביידע, אנבאלאנגט געזעץ און פאקט, מיט אזעלכע אויסנאמען, און אונטער אזעלכע רעגולאציעס וואס די קאנגרעס וועט מאכן.

קלאוס 3
די פארהער פון אלע פארברעכנס, אויסער אין פאל פון אימפיטשמענט, זאל זיין דורך געשוואוירענע ריכטער. און אזא פארהער זאל ווערן אפגעהאלטן אין די שטאט וואו די דערמאנטע פארברעכן וועט האבן באגאנגען געווארן. אבער ווען נישט באגאנגען אינערהאלב קיין שום שטאט, די פארהער זאל זיין אויף אזא פלאץ אדער פלעצער ווי די קאנגרעס קען דורכן געזעץ אנווייזן.

[align=center]סעקשאן 3[/align]
קלאוס 1
פארראט אנטקעגן די פאראייניגטע שטאטן, זאל באשטיין בלויז אין אונטערנעמען קריג קעגן זיי, אדער אין זיין געטריי צו זייערע פיינט געבנדיג פאר זיי הילף און באקוועמליכקייט. קיין מענטש זאל ווערן געפונען שולדיג אויף פארראט, אויב נישט מיט די עדות'שאפט פון צוויי עדות אויף די זעלבע קלארע אקט, אדער מיט אן הודאה אין א אפענע געריכט.

קלאוס 2
די קאנגרעס זאל האבן די מאכט צו דערקלערן די שטראף פון פארראט, אבער קיין פארשולדיגטער זאל ארבעטן קארופציע פון די בלוט אדער קאנפיסקאציע, אויסער דורכאויס דאס לעבן פון דעם באשולדיגטען פערזאן.

המשך יבא אי"ה
לעצט פארראכטן דורך אומאפיציעל אום מיטוואך אפריל 26, 2017 1:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

מעכטיג שיין!!!
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאכט סענס? »

אה, צוריק אין סערוויס! ישר כח!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

נישט באמערקט דעם אשכול ביז יעצט! ווערי שיין... קיפיראפ!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאפיציעל »

[align=center]ארטיקל 4[/align]

[align=center]סעקשאן 1[/align]
פולע באגלויבטקייט און לעגיטימע ווערד זאל ווערן געגעבן אין איטליכע שטאט פאר די ציבור'ישע אקטן (געזעצן), פארצייכענונגען (רעקארד'ס), און געריכטליכע פראצעדורן פון יעדע אנדערע שטאט. און די קאנגרעס קען דורך א כלליות'דיגע געזעץ פארשרייבן דעם אופן אין וועלכע אזעלכע אקטן, פארצייכענונגען, און פראצעדורן זאלן ווערן איבערגעוויזן, און די ווירקונג דערפון.

[align=center]סעקשאן 2[/align]
קלאוס 1
די בירגער פון איטליכע שטאט זאלן זיין בארעכטיגט צו אלע פריווילעגיעס און באשיצונגען פון בירגער אין די פילע שטאטן.

קלאוס 2
א מענטש באשולדיגט אין סיי וועלכע שטאט מיט פארראט, הארבע פארברעכן, אדער סיי וועלכע פארברעכן, וואס וועט אנטלויפן פון יוסטיץ, און וועט ווערן געפונען אין א אנדערע שטאט, זאל אויפן פארלאנג פון די פירערשאפט אויטאריטעט פון די שטאט פון וועלכע ער איז אנטרונען, ווערן אפגעפירט, צו ווערן אוועקגענומען צו די שטאט וואס האט די יוריסדיקציע איבער די פארברעכן.

קלאוס 3
קיין מענטש וואס ווערט געהאלטן צו דינסט אדער ארבעט אין איין שטאט אונטער די דארטיגע געזעצן, וואס אנטלויפט אין אן אנדערע, זאל – אין נאכווירקונג פון סיי וועלכע געזעץ אדער רעגולאציע דארטן – ווערן באפרייט פון אזא דינסט אדער ארבעט, אבער זאל ווערן אפגעפירט אויפן פארלאנג פון סיי וועלכע מענטש \ געזעלשאפט צו וועמען אזא דינסט אדער ארבעט קען זיין פעליג.

[align=center]סעקשאן 3[/align]
קלאוס 1
נייע שטאטן קענען ווערן אנגענומען דורך די קאנגרעס אונטער די פאראייניגונג. אבער קיין נייע שטאט זאל ווערן פארמירט אדער ארויסגעשניטן פון אינערהאלב די יוריסדיקציע פון סיי וועלכע אנדערע שטאט, אויך נישט זאל קיין שום שטאט ווערן פארמירט דורך די צוזאמענשטעל פון צוויי אדער מער שטאטן, אדער טיילן פון שטאטן, אן די צושטימונג פון די געזעצהייזער פון די באטרעפענדע שטאטן ווי אויך פון די קאנגרעס.

קלאוס 2
די קאנגרעס זאל האבן די מאכט צו לויז ווערן (אויפגעבן די בעלות) פון – און מאכן אלע אויספעלנדע כללים און רעגולאציעס אנבאלאנגט - די טעריטאריע אדער סיי וועלכע אנדערע שטיק לאנד וואס באלאנגט צו די פאראייניגטע שטאטן. און גארנישט אין די קאנסטיטוציע זאל ווערן אזוי אויסגעטייטשט ווי פאראורטיילט סיי וועלכע פארלאנג פון די פאראייניגטע שטאטן, אדער פון סיי וועלכע געוויסע שטאט.

[align=center]סעקשאן 4[/align]
די פאראייניגטע שטאטן זאל פארזיכערן פאר יעדע שטאט אין די פאראייניגונג א רעפובליק פארעם פון א רעגירונג, און זאל באשיצן איטליכע פון זיי אנטקעגן אינוואזיע, און אויפן פארלאנג פון די געזעצהויז אדער די אנפירער (ווען די געזעצהויז קען נישט ווערן פארזאמלט) – אנטקעגן אינערליכע געוואלדטאטן.

המשך יבא אי"ה
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

זייער שיין און מסודר
קיעפ אן ;l;p-
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”