קדושת בית המדרש, האט גארנישט מיט קיין סמארטפאון צו טון!!!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

אפשר קען איינער מסביר זיין די חילוק פון ליינען א טעקסט מעסעזש אדער די דבר יום ביומו
איך מיין, וואס איז די גדר?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

דריידל איך מיין אז ס'איז שטיקל חילוק פון ביהמ"ד גופא אדער די פארצימערען,

טאקע אינדערויסען איז ביידע נישט קיין עולה, און אינעווייניג איז ביידע יא אן עולה.
זוכט איר דוי?
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

דונש האט געשריבן:דריידל איך מיין אז ס'איז שטיקל חילוק פון ביהמ"ד גופא אדער די פארצימערען,

טאקע אינדערויסען איז ביידע נישט קיין עולה, און אינעווייניג איז ביידע יא אן עולה.

עס איז תלוי אויב מיגו איז א הנהגה אדער א בירור, און צו מ׳קען מבטל זיין א גברא וואס איז אויך א חפצא.

---

דריידל ;l;p-
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

דונש האט געשריבן:דריידל איך מיין אז ס'איז שטיקל חילוק פון ביהמ"ד גופא אדער די פארצימערען,

טאקע אינדערויסען איז ביידע נישט קיין עולה, און אינעווייניג איז ביידע יא אן עולה.


100% גערעכט אבער פארוואס האקט מען אין קאפ וועגן סעלפאונס ווען אין די זעלבע צייט לאזט מען די טעגליכע נייעס בלעטלעך? דער עולם קויפט נישט אפ היפאקריסי און טאמער וויל מען אויפטון דארף מען זיין קאנסיסטענט.

מיר האט זייער געבאדערט ווען מ'האט אנגעהויבן פארשפרייטן דבר יום אין בתי מדרשים.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6408
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

איך האב עס קיינמאל נישט פארשטאנען, ביי מיר איז טאקע ביידע די זעלבע, מען קען נוצן דעם בעיסיק פאון פאר ביזנעס, און די סמארטפאון צו קוקן די טעקסט פונעם ווייב צו ברענגען א מילך אויפען וועג אההים פון ביהמ"ד,

א סמארטפאון וואס איז געפילטערט איז באמת נישט אנדערש ווי א א זאך וואס דארף האבן א הכשר און איז יעצט כשר געווארן, נאר וויבאלד ביי אונז איז עס א בדיעבד, קוקט מען עס נישט אן אזוי, אבער אין געוויסע מקומות האב איך שוין געזען מען איז מער נזהר אין קדושת ביהמ"ד ווי חסידים מען רעדט נישט א גאנצע דאווענען, אבער די עולם דאווענט אין די סמארטפאונס מיט א ערענסטקייט, נאר ביי אונז האט מען איינגעפירט אז דאס איז מותר נאר לצורך פרנסה ממילא באהאנדעלט מען דאס ווי א ביזנעס דעווייס און מען נוצט די הלכות פון ביזנעס מדמה צו זיין מילתא למילתא, אבער ביי די יעניגע וואס איז מותר מיט א פילטער אפילו לצורך צרכי הבית איז נישט קיין נפק"מ צווישן א בעיסיק פאון און א סמארטפאון, דער עיקר איז סזאל נישט קלינגען הויך און נישט שטערן אנדערע מתפללים, מען זאל נישט רעדן דערויף אינמיטן דאווענען וואס דאס איז א זלזול אין די גאנצע תפלה, ממילה איז דער פותך האשכול גערעכט עס האט נישט מיט קדושת ביהמ"ד מער ווי א בעיסיק פאון,
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

ניס קראכער האט געשריבן:צום קעפל איך בין זיך מחולק מיט דיר
ס'האט יא א שיכות צו קדושת ביהמ"ד איי וואס גייט פאר מיט א פשוטע טעלעפאון
טאקע דאס איז דער פראבלעם מיט די סמארטפאון
ווער ס'גדענקט פאר ס'האט זיך אנגעהויבן די סאמעטוכע מיט די סמארט פאון'ס
האט מען יא פראבירט אינגאנצן פראבירט אינגאנצען אויסצוראומען טעלעפאונ'ס פון ביהמ"ד
נאר היות ס'איז אינטערגעקומען די פראבלעם מיט סמארטפאונ'ס וואס איז למעשה א גרעסערע בזיון הבימ"ד
האט מען זיך גענומען איבער דעם אין אויפגעהערט צו רעדן פון פשוטע פאון'ס

איך בין מיט דיר, איך פארשטיי אז פארדעם האט זיך אויפגעהערט די מערכה אויף די פשוטע פאונ'ס

אבער למעשה טאר דאס נישט געשהען, און מ'דארף צוריק אויפפאדערן די זאך.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

דריידל איך האב דיר געוואלט ענפערן
אבער איך זעה אז 'דניאל אויערבאך' האט שוין ארויסגעברענגט די זאך זייער קלאר, לאז איך דאס פאר אים, דו"ק בדבריו ותבין
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

שמו האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:באזני שמעתי הוראה מפ"ק של הגאב"ד ירושלים הגרי"ט ווייס שליט"א, אויב קען מען נישט קומען אין ביהמ"ד אן דעם סעלפאן, זאל מען ענדערש דאווענען ביחידות אינדערהיים ווי איידער דאווענען בציבור אין ביהמ"ד מיטן סעלל.

כמובן מיינט ער א כשר'ע סעלל (למען הדיוק)

בשעת ער האט דאס געזאגט [יארן צוריק] איז נאכנישט געווען אזא באגריף פון 'כשרע סעלל', אבער כמובן ער האט דעמאלטס גערעדט פון קדושת ביהמ"ד
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

דריידל האט געשריבן:אפשר קען איינער מסביר זיין די חילוק פון ליינען א טעקסט מעסעזש אדער די דבר יום ביומו
איך מיין, וואס איז די גדר?

ס'טאקע נישט קיין חילוק!!
דער יעניגער וועלכער האט אנגעהויבן מיט די דבר יום ביומו איז עתיד ליתן את הדין, ער האט נישט פארלאנגט קיין היתר פון קיינעם
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

וואס עפעס דער יעניגער? די גבאים וואס לאזן עס אריין זענען פונקט אזוי שולדיג.
לאו עכברא גנב
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

דריידל האט געשריבן:וואס עפעס דער יעניגער? די גבאים וואס לאזן עס אריין זענען פונקט אזוי שולדיג.
לאו עכברא גנב

אין הכי נמי
אבער עס וועט יעדער מודה זיין, די סארט צעטעלך האבן זייער אראפגעברענגט קדושת ביהמ"ד, אויף אן אופן וואס איז נישט געווען נהוג פריער
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

מ'קען דאס היינט סטאפן, סאך גרינגער ווי סעלפאונס נאר ס'איז שוין היינט געווארן א פארטייאישע זאך מוז מען עס שטיצן
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

אין אפסטעידט זעהט מען די אלע צעטלעך כמעט נאר אין קאווע שטיבל און אין בית הכבוד, אבער נישט אין בית מדרש גופא, (טאקע צוליב דעם ס'זאל נישט אראפ ברענגען דעם קדושת בית המדרש),

אבער דאס איז א מערכה פאר זיך

איך רעד פון דעם, אז מ'פירט יא א מערכה קעגן סעלפאונ'ס, נאר נישט קעגן "אלע סעלפאוןנ"ס און דאס איז לדעתי מופרך מאוד
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

שמו האט געשריבן:אין אפסטעידט זעהט מען די אלע צעטלעך כמעט נאר אין קאווע שטיבל און אין בית הכבוד, אבער נישט אין בית מדרש גופא, (טאקע צוליב דעם ס'זאל נישט אראפ ברענגען דעם קדושת בית המדרש),

אבער דאס איז א מערכה פאר זיך

איך רעד פון דעם, אז מ'פירט יא א מערכה קעגן סעלפאונ'ס, נאר נישט קעגן "אלע סעלפאוןנ"ס און דאס איז לדעתי מופרך מאוד


זאגט אבער דריידל, אויב א מערכה פאר קדושת ביהמ"ד איז דבר יום אויך אינקלודעד
זוכט איר דוי?
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

שמו האט געשריבן:אין אפסטעידט זעהט מען די אלע צעטלעך כמעט נאר אין קאווע שטיבל און אין בית הכבוד, אבער נישט אין בית מדרש גופא, (טאקע צוליב דעם ס'זאל נישט אראפ ברענגען דעם קדושת בית המדרש),

אבער דאס איז א מערכה פאר זיך

איך רעד פון דעם, אז מ'פירט יא א מערכה קעגן סעלפאונ'ס, נאר נישט קעגן "אלע סעלפאוןנ"ס און דאס איז לדעתי מופרך מאוד


ווי דער עולם האט שוין אנגעוויזן, די מערכה האט זערא מיט קדושת ביהמ"ד. פונקט פארקערט - פארן סוקסעס פון די מערכה ווילן די מערכה פירער דוקא ווי מער פליפ פאונס אין ביהמ"ד. אויב איז דער ביהמ"ד סתם א פלאץ וואו מ'נעמט נישט ארויס קיין טעלעפאן האבן זיי גארנישט מרויח געווען ודו"ק.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1069
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

זיבען און אייכציג האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:
דער צושטעל צו א בעיסיק טעלעפאן וואס מען קען רעדן טעקסטן וכו', און די נארישקייט צו צולייגן דאס נישט אריינלאזן מענטשן, איז אזוי, עס קען זיין אז א מענטש וואס זיין בחירה איז בטל, ער לאזט אריין אין זיך אלע שמוץ וואס איז מעגליך, קען זיין אז ער דארף אויך נישט זיין אין בית המדרש, עיין היטב הלכות תפילין, במי שאין יכול לשמור מחשבתו וכו', אבער כל זמן א איד איז נישט מופקר, ער לאזט נישט אריין קיין שמוץ אין זיך, און אפילו ער פאלט אמאל דורך, מאכט ער זיך גדרים וסיגים, אזא איד, איז אויסדריקליך נישט קיין שמוציגע כלי.


א איד מיט א סמארטפאון - וואס מ'דארף אננעמען מיט א פשטות אז עס איז געפילטערט - איז נישט קיין מופקר. פיריעד.

טאקע וועגן דעם מעג מען אריין לאזן א יעדן איד אין בית המדרש, אבער דעם סמארטפאון דארף מען לאזן אינדרויסן
אם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס א חילוק »

שמו האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:באזני שמעתי הוראה מפ"ק של הגאב"ד ירושלים הגרי"ט ווייס שליט"א, אויב קען מען נישט קומען אין ביהמ"ד אן דעם סעלפאן, זאל מען ענדערש דאווענען ביחידות אינדערהיים ווי איידער דאווענען בציבור אין ביהמ"ד מיטן סעלל.

כמובן מיינט ער א כשר'ע סעלל (למען הדיוק)

די ווייסט קלאר?

אפשר האט ער יא געמיינט דווקא א סמארטפאון??
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8847
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

איז אזוי קודם זעט מען דא בערך ווער ס'האט א סמארט פאון.....
בענין די צעטליך זייער אסאך בתי מדרשים ליגט עס נישט אין ביהמ"ד גופא נאר נעבן די טיר
אין מען ליינט עס טאקע נאר אין בתי כסאות אדער אין די קארידארן
ווידער אום איז דא בתי מדרשים וואס לאזן אינגאנצן נישט אריין נאר מערסתנס הענגט מען אויף איינס דערפון אויפן וואנט
לגבי דעם וואס די מערכה פירער ווילן יא אדער נישט האבן ווי מער בעסיק פאונ'ס אין ביהמ"ד ווייס איך נישט ווייל איך בין נאך קיינמאל נישט געשטאנען בראש המערכה
איך טראכט נאר אז די טענה פון מענטשן איז אז היינט מוז מען האבן א טעלעפאון צו יעדע צייט
שרייען די עסקנים אויב אזוי נישט קיין סמארט פאון נאר ס'איז געניג א פשוטע
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

וואס א חילוק האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:באזני שמעתי הוראה מפ"ק של הגאב"ד ירושלים הגרי"ט ווייס שליט"א, אויב קען מען נישט קומען אין ביהמ"ד אן דעם סעלפאן, זאל מען ענדערש דאווענען ביחידות אינדערהיים ווי איידער דאווענען בציבור אין ביהמ"ד מיטן סעלל.

כמובן מיינט ער א כשר'ע סעלל (למען הדיוק)

די ווייסט קלאר?

אפשר האט ער יא געמיינט דווקא א סמארטפאון??

עס איז נאכנישט געווען קיין סמארט פאון'ס דעמאלטס!
ס'יז א מעשה פון איבער צען יאר צוריק
וליתר דיוק וועל איך דיר זאגן פונקטליך
ער האט עס געזאגט אין אמעריקא, ביי די חנוכת הבית פון דזיקוב'ער ביהמ"ד אויף פארק קארנער סקילמאן
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

מי חכם האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:אין אפסטעידט זעהט מען די אלע צעטלעך כמעט נאר אין קאווע שטיבל און אין בית הכבוד, אבער נישט אין בית מדרש גופא, (טאקע צוליב דעם ס'זאל נישט אראפ ברענגען דעם קדושת בית המדרש),

אבער דאס איז א מערכה פאר זיך

איך רעד פון דעם, אז מ'פירט יא א מערכה קעגן סעלפאונ'ס, נאר נישט קעגן "אלע סעלפאוןנ"ס און דאס איז לדעתי מופרך מאוד


ווי דער עולם האט שוין אנגעוויזן, די מערכה האט זערא מיט קדושת ביהמ"ד. פונקט פארקערט - פארן סוקסעס פון די מערכה ווילן די מערכה פירער דוקא ווי מער פליפ פאונס אין ביהמ"ד. אויב איז דער ביהמ"ד סתם א פלאץ וואו מ'נעמט נישט ארויס קיין טעלעפאן האבן זיי גארנישט מרויח געווען ודו"ק.


האב איך געזעהן אין פארשעי בית מדרש, אז דארט איז טאקע דא א תקנה נישט ארויס צו נעמען קיין שום סעלפאון ביים דאווענען אין בית מדרש
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיבען און אייכציג »

וויל זיין גוט האט געשריבן:
זיבען און אייכציג האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:
דער צושטעל צו א בעיסיק טעלעפאן וואס מען קען רעדן טעקסטן וכו', און די נארישקייט צו צולייגן דאס נישט אריינלאזן מענטשן, איז אזוי, עס קען זיין אז א מענטש וואס זיין בחירה איז בטל, ער לאזט אריין אין זיך אלע שמוץ וואס איז מעגליך, קען זיין אז ער דארף אויך נישט זיין אין בית המדרש, עיין היטב הלכות תפילין, במי שאין יכול לשמור מחשבתו וכו', אבער כל זמן א איד איז נישט מופקר, ער לאזט נישט אריין קיין שמוץ אין זיך, און אפילו ער פאלט אמאל דורך, מאכט ער זיך גדרים וסיגים, אזא איד, איז אויסדריקליך נישט קיין שמוציגע כלי.


א איד מיט א סמארטפאון - וואס מ'דארף אננעמען מיט א פשטות אז עס איז געפילטערט - איז נישט קיין מופקר. פיריעד.

טאקע וועגן דעם מעג מען אריין לאזן א יעדן איד אין בית המדרש, אבער דעם סמארטפאון דארף מען לאזן אינדרויסן
ריכטיג. אזוי וואו א פשוטע טעלעפאון.
זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיבען און אייכציג »

ניס קראכער האט געשריבן:איז אזוי קודם זעט מען דא בערך ווער ס'האט א סמארט פאון.....
בענין די צעטליך זייער אסאך בתי מדרשים ליגט עס נישט אין ביהמ"ד גופא נאר נעבן די טיר
אין מען ליינט עס טאקע נאר אין בתי כסאות אדער אין די קארידארן
ווידער אום איז דא בתי מדרשים וואס לאזן אינגאנצן נישט אריין נאר מערסתנס הענגט מען אויף איינס דערפון אויפן וואנט
לגבי דעם וואס די מערכה פירער ווילן יא אדער נישט האבן ווי מער בעסיק פאונ'ס אין ביהמ"ד ווייס איך נישט ווייל איך בין נאך קיינמאל נישט געשטאנען בראש המערכה
איך טראכט נאר אז די טענה פון מענטשן איז אז היינט מוז מען האבן א טעלעפאון צו יעדע צייט
שרייען די עסקנים אויב אזוי נישט קיין סמארט פאון נאר ס'איז געניג א פשוטע


מ'מוז? מ'קען מאכען א גאנצע פרנסה סידי מיט אלע מיני ביזנעס לייט וואס פארמאגען נישט אפי' א בעיסיק סעלפאון און וועלן מסביר זיין וואס פארא רואיגע לעבן דאס איז. איך ווייס פערזענליך אז איין גרויסע ביזנעס מאן וואס רעדט אויפען פרנסה סידי פארמאגט נישט א בעיסיק פאון. אבער זיינע ארבעטער אוודאי מוזען האבען....
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

הרב מאגענשטערן איבער די כלי.PNG
הרב מאגענשטערן איבער די כלי.PNG (30.16 KiB) געזען 1374 מאל
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

זייער א זיסע שמועס דאס!! הערט ביזן סוף....
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

אויב איך מעג אריינווארפן מיינע צוויי סענט...
א ביהמ"ד איז הייליג עס איז א מקום קדוש, א סמארפאון איז שמוציג עס איז טמא, א בעסיק פאון איז א פשוט'ע זאך וואס אויב מען וויל קען מען עס אויך נוצן פאר שלעכטס און שטותים אבער דער עצם כלי איז נישט געמאכט פארדעם דאגעגן דער סמארטפאון מיט זיינע אלע באקוועמליכקייטן וואס ער ברענגט מיט זיך איז מעיקרא א טמא'נע זאך, דבר יום ביומו קען זיין אז עס איז נישט אויסגעהאלטן אנצואווארפן מיט דעם א שול אבער נישט אויסמישן מיט די מערכה אנטקעגן די טמא'נע סמארטפאון וואס רבים חללים הפילה ל"ע.
אוב ווילסטו קומען מיט די מעשה אראפרייסן די וועלכע שרייען קעגן סמארטפאונ'ס וויל איך דיר נישט אפילו ענטפערן, אבער אויב פרעגסטו פאר נייגער קען איך דיר געבן א לאגישער ערקלערונג אויף דעם.
ווען עס ברענט א פייער און אין א הויז דערנעבן האט איינער פיבער, פאר וועם וועט מען רופן די הצלה? פארשטייט זיך פאר די פייער און עס קען אפילו זיין אז מען וועט זיך פארגעסן אומצוקוקן אויף דעם קראנקן מיט די פיבער ווייל עס ברענט א פייער...
עס ברענט א פייער אין ביהמ"ד ווייל איינער האט ארויסגענומען א סמארטפאון, גיייסטו זיך אומקוקן אויף דער מיט די פיבער (בעיסיק פאון)? קודם לעש אויס דעם פייער און דאן וועסטו קעיר נעמען אויף די זאכן וואס ברענען נישט אויפן רגע (כאטש וואס עס איז טאקע א שטיקל פראבלעם) וק"ל.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”