שלא נהגו כבוד זה בזה

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

שלא נהגו כבוד זה בזה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

לא איש דברים אנכי, ובפרט אז איך בין כמעט נישט קיין שרייבער דא, נאר איינער וואס קומט אריין דא און דארט זיך אונטערהערן א נייעסעל און צומאהל נעם איך די קוראזש אריינצופרעגן.

אבער לא בסבי טעמא, אפשר הניחו לי מקום להתגדר, עפעס אויפצוטוען אינעם ענין פון מרבה זיין אהבה ואחוה וריעות צווישן אונזערע טייערע חברים כולם אהובים כל אחד ואחד בשמו הטוב יבורך.

ווי יעדעם באקאנט איז מען דורך זייער א זעלטענע וואל פארמעסט, די רייד פונעם לעצטען יאהר אנגעהויבן פון די פריימעריס ביזן איינשווערונג פונעם פינעף און פערציגסטן פרעזידענט איז עפעס וואס מ'כאפט נאך אליין נישט, צו ס'איז טאקע פארגעקומען אזוינס אינעם ווירקליכקייט.

און ווי באקאנט אז יודישע קינדער עם נבון וחכם, נעמען א שטעלונג אין יעדע זאך אויף דער וועלט, זאל עס זיין א ציווילע קריג אין זאמבאווע, ומכש"כ דא ביינונז אין וויינגארטן.

און ווער נאך ווי אונז מיט גמרא קעפ קענען אריינלערנען אין יעדע מציאות אדער נישט מציאות מ"ט פנים טהור, מ'קען בכח הפלפול והדרוש מאכן א מחלוקה אין מציאות ואלו ואלו מאכן א לעבן מ'לופטערט זיך אויס אביסעלע, און מ'גייט צוריק לתורה ולעבודה ולפרנסה מיט א פרישקייט.

וואס טוט זיך אז מ'פארגעסט זיך אמאהל אינעם ריתחא דוויכוח צו זאגן אמאהל א שארף ווארט פאר א צווייטן, איז דאך אודאי את והב בסופה, קיינער וויל נישט אהיימגיין ביינאכט האבנדיג איבערגעלאזט אן אנדערע יוד דא אנגעווייטאגט.

ווער וואלט דען נישט אויסגעטוען זיין העמד פאר א צווייטן יוד פון די חבירים דא, נישט קיין חילוק ווי ווייט די מיינונגען זענען אויפן פאליטישן ספעקטרום.

איז פארוואס ווערט דאס פארגעסן ביים רעדן איינער צום צווייטן?

פארוואס שרייבט מען בייסיג סארקאסטיש איינער אויפן צווייטן?

פארוואס דארף מען אייביג בלייבן מיטן לעצטן ווארט אפצוווענדן יענעם?

איז די פשוטסטע תירוץ, מ'כאפט זיך פשוט נישט, יעדער אין זיין בליק זעהט נאר זיין זייט, און פארשטייט נישט פארוואס די תגובה זאל ווייטוען פאר איינעם פון די אנדערע פאליטישע מיינונג, ס'איז פשוט אנדערע שפראכן קולטורן אין דעם הינזיכט.

על כן עלה בדעתי אויפצומאכן דעם אשכול, וואס דא זאל ווערן אויסגעשמועסט פון ביידע צדדים, וואס באדערט זיי די מערסטע, וואס נעמט זיי די מערסטע ארויס פון די כלים.

די טראמפ שטיצער (ואני בתוכם) וועלן ארויסברענגן וועלכע אויסדרוקן טוט זיי וויי, און די פון דעמאקראטישע חדר זאלן ארויסברענגן וויאזוי זיי וואלטן געוואלט אז די טראמפ שטיצער זאלן שרייבן, וויאזוי זיי זאלן זיך רעכענען מיט זייערע געפילן, און די טראמפ קעגנער זאלן אריינווארפן זייערע געדאנקן.

והיה כל הנשוך וראה אותו וחי, יעדער וועט כאפן געדאנקן פון דעם אשכול, וויאזוי צו פיין פוינטן זיין פעדער ס'זאל זיין פליסיגער און איינגענעמער פאר אלע חברים.

אויכעט איז מעגליך אז ס'וועט זיין א הילף פאר די חשובע אחראים שיחיו, צו קענען פארשטיין יעדע פאליטישע חדר, אז ווען זיי מעקן פאררעכטן, וועלן זיי האבן די קלארקייט פונעם געדאנקענגאנג פונעם עולם.

כ'בעט אנטשולדיגונג פונעם עולם פארן אויפהאלטן אזוי לאנג.

#מעיק אייוועלט גרעיט עגעין
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

קודם, דאס אז דו ביסט א טראמפיסט איז גוטע נייעס... נישט געוויסט דערפון ביז יעצט.

(מיין ערשטע שורה באדערט איינעם?...)
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

גוטע, און וויכטיגע, געדאנק.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

לכשאפנה וועלעך לייגן מיינע בליקן, אבער כ'האב נישט גגעוואלט אויפהאלטן דעם ארטיקל האב איך עס קודם ארויפגערוקט
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח עקבי הצאן פארן גיין פתיחה. איך האב אמאל געקלערט פון גיין ווייטער, און מאכן א ביר סאמיט צווישן די שפיץ שרייבער פון ביידע פארטייען, ווייל איך האלט אז רוב מיספארשטענדענישן קען מען אויסגלייכן ביי אן אויג-צו-אויג געשפרעך.

איך האב פונקט היינט געטראכט צו מאכן אן אשכול וואו יעדע צד זאל אויסקלויבן א פארטרעטער פון זיין צד וואס זאל זיך טרעפן מיט דעם אויסגעקליבענעם פונעם אנדערן צד (פארשטייט זיך אז די קאנדידאטן דארפן מסכים זיין אויף טיילווייזע גילוי). איך האב שוין אפילו אנגעהויבן רעדן צו די הנהלה וועגן באשטימען א שליש פון די הנהלה וואס זאל פארמיטלן אדער אנפירן די באגעגעניש... יעצט האסטו מיר ארויסגעכאפט דעם ראג פון אונטער די פיס, וועל איך פרובירן שרייבן דא.

ראשית דבר, איך בין א שטאלצער נעווער-טראמפ מיטגליד. דאס בין איך, און דאס פלאן איך צו בלייבן אי"ה.

דאס געזאגט, וויל איך שרייבן קודם וואס באדערט מיך פון מיין "אייגענע" לאגער, בעפאר איך וועל שרייבן וואס מיך שטערט פון די צד שכנגד:

1. מיך באדערט ווען א געוויסע ניק (איך וועל דערווייל נישט שרייבן ווער, הגם איך האב אים שוין כמה פעמים געבעטן אין אישי צו איינרוען) מיינט אז נאך יעדע פאר תגובות מוז ער לאזן לופטערן זיין מיינונג. למעשה גיבט ער גארנישט צו צום שמועס, ער פירט עס בלויז אראפ פון די שינעס, ווען די צד שכנגד מיינט אז מען מוז אים יעדע מאל אטאקירן און אפפרעגן און אוועקמאכן און אויפרעגן.

2. מיך באדערט ווען מאנכע רופן אן דעם פרעזידענט מיט לשונות של גנאי וואס האבן קיין שייכות צום ענין, צב"ש "אראנדזש האריגער". כ'מיין, לך לאומן שעשני, וואס איז ער שולדיג אז זיין האר איז דער פארב אדער זיין פנים וכו'. ווילסט שרייבן "ליגנער" וכדומה, דאס איז פעיר-געים (אויך מיט א מאס! אנדערש וועפט עס ווי לייאין-טעד און די אנדערע לשונות של גנאי וואס די ערשטע פאר מאל איז עס אפשר אינטערסאנט אבער נאכדעם זייגט עס).

יעצט וועל איך שרייבן עטליכע נקודות וואס שטערן מיך פון די פרא-טראמפ שרייבער:

1. עס שטערט מיך ווען מען לייגט בילדער פונעם פרעזידענט ביי יעדע ערשטע אדער צווייטע תגובה בלויז ווייל "פארוואס נישט" (נישט די ניק). יעדער ווייסט שוין ביי-נאו וויאזוי ער קוקט אויס, און אויסער איבערפולן דעם אייוועלט סארווירער (און אפשר שטעכן די נעוועריסטן) זעה איך נישט דעם צורך פון שטעלן אן אויפגעבלאזענע גרויסע בילד פונעם פרעזידענט ביי יעדע נישטיגע נייעסל וואס מען ברענגט.

2. עס שטערט מיך ווען געוויסע ניקס שרייבן קורצע תגובה'לעך וואס הערן זיך ווי כיתה ח' געשרייען ביי קאלאר-וואר: ווי לאוו יו טראמפ! יו אר די בעסט! כ'מיין - קאם אן - קושנער קען נישט קיין אידיש, און ווען יא האט ער האפנטליך בעסער וואס צו טוהן ווי איבערגעבן פאר זיין שווער אז פלוני פון אייוועלט האלט פון אים עולם ומלואו. אזעלכע תגובות שטערן דעם פלוס פונעם שמועס און זענען בלויז לקנתר (אין מיינע אויגן).

3. אין די זעלבע קאטעגאריע איז די קינדערישע און נארישע תגובות ווי "ווער איז אבאמא? איז דאס אן ערשטע נאמען אדער א לעצטע נאמען?" עס איז אבסורד, קינדיש, און דערנידערט דעם ניווא פונעם וועלטל.

יישר כח עקבי הצאן צום צווייטן מאל, לאמיר האפן אז פון דעם אשכול וועט עפעס פאזיטיוו ארויסקומען.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

לכאורה אין א אויפריכטיגע מינוט. מסכים צו אלע דיינע פוינטס!
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

יישר כח, כ'האף איר האט זיך נישט איבערגעדרייט ווען כ'האב ארויסגעשלעפט דעם קארפעט, היות ס'האט נישט געוואויגן צופיל האב איך נישט געכאפט איר שטייט דערויף...
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

איך האב פארשטאנען מער אז די רעדע איז ווען עס גייט פערסאנעל צווישן ניקס. ווערט איינער באמת געבאדערט אויב א אנדערע ניק שפעט אפ פון זיין פארטיי? מ'רעדט דאך נישט פון קיין חסידות דא.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

מי חכם האט געשריבן:איך האב פארשטאנען מער אז די רעדע איז ווען עס גייט פערסאנעל צווישן ניקס. ווערט איינער באמת געבאדערט אויב א אנדערע ניק שפעט אפ פון זיין פארטיי? מ'רעדט דאך נישט פון קיין חסידות דא.

ווי זאגט די וועלט אז דער הונט בילט ... אויב מ'זעהט אז דער אנדערער ענטפערט צוריק בייסיג, איז א סימן אז עפעס האט ער אויפגענומען פערזענליך די קריטיק.

און איך וואלט צוגעלייגט א פוינט אלץ א טראמפ שטיצער, (כ'וואלט געקענט אריינגיין מער באריכות פון וועלכן קוק ווינקל כ'בין געקומען צו ווערן א טראמפ שטיצער, אבער דאס איז דאך נישט דער שמועס דא), ווען ער האט דורכפעלער אודאי וועט עס מיר באדערן (פארשטענדליך נישט זיין עצמיות'דיגע דורכפאל, נאר די פארטיי/מהלך), אבער כ'וועל מיך אפווישן די נאז און שטיין אין די זייט, אפשא אריינווארפן א תגובה צו מברר זיין דעטאלן, אבער ווען איך פיל אז מ'נעמט א קלייניקייט (אין מיינע אויגן) און מ'מאכט דערפון א פאל בלאוען סקאנדאל, און ס'איז דא ב"ה גוטע שרייבערס וואס האבן דעם פעדער דערצו, ווערט מען זייער אפענדעט, כ'מיין וואס פארפירסטו דא, קענסט עס נישט שרייבן נארמאל? לאמיך אפמאכן אליין די הארבקייט די פרעצעדענלאזיגקייט דערפון, די סקאנדאל דערפון.

ועוד חזון למועד
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

אקעי, בלייבט מיר נאר איבער צו האפן קיינער איז נישט געווארן אפענדעט דורך מיר. אויב יא, אדרבה, זאל מען עס שרייבן, ברבים אדער אין אישי, אבער דער עיקר איז סוגעסטשאנס וואס (מער רעלעוואנט: וויאזוי) יא / נישט צו שרייבן
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

גראסיאס
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

מי חכם האט געשריבן:גוטע, און וויכטיגע, געדאנק.

׳ציטירט מי חכם׳ן, זאלן די אינגעלייט זעהן אז אונז קען מיר טרעפן עפעס אויף וואס מיר אגריען)
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

עקבי הצאן האט געשריבן:יישר כח, כ'האף איר האט זיך נישט איבערגעדרייט ווען כ'האב ארויסגעשלעפט דעם קארפעט, היות ס'האט נישט געוואויגן צופיל האב איך נישט געכאפט איר שטייט דערויף...


ולא עוד... דו ווייס וואס ליגט אלץ דארט אונטערן קארפעט?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

איך בין איינער וואס ענדשויט צו באטראכטען מיט א דיטעילעד בליק אזא ריזיגע ארבייט פון "פרעזידענט אוף די יונייטעט סטעיטס" בפרט, און די "יונייטעט סטעיטס גאווערמענט" בכלל. וואו טויזענטער טויזענטער ארבייטער זענען אינוואלווד אין א אויסטערלישע קאמפליצירטע טשעין אוף קאמענד.

פאר מיר איז נישט קיין נפקא מינא ווער דער פרעזידענט איז אלס זיין פערזענליכקייט, און צו ער דרייט ארויף די בארד אדער ער האלט עס ארויסגעלאזט. צו ער שנייד די נעגל פאר די מקוה, אדער נאך די מקוה.

מיר אינטערסירט נאר בנוגע "פאלעסי" דעבאטעס.

ווידעראום, אין פעלער וואס מען טענה'ט זיך איבער א "טעכנישע" זאך, וואס אין אזא ריזיגע אפערעשען וואס די יונייטעט סטעיטס גאווערמענט פירט אן איז דא א "איינגעשטעלטע סיסטעם" וויאזוי דאס ארבייט, דאן שפיר איך ווי "פארוואס מאכט מען נישט די מינדעסטע ריסערטש פאר מען הייבט זיך אן טענה'ן איבער דעם? ווי למשל ווען עס איז באריכטעט געווארן אז "די גאנצע סיניער סטעף פון די סטעיט דעפארטמענט מענעדשמענט האט ריזיינט".... איך האב דאן געטראכט צו מיר: "רבונו של עולם! די סטעיט דעפארטמענט איז אא ריזיגע אפארעשען מיט טויזענטער ארבייטער און הונדערטער מענעדשערס און צענדליגע אפטיילונגען! סיריעס? די "גאנצע סיניער סטעף"?????. שטעלט זיך ארויס אז סך הכל איז דא א אפטיילוננגג אינעם סטעיט דעפארטמענט וואס האט די נאמען "מענעדשמענט", און זייער 'מענעדשער' און 3 פון זיינע ארבייטער האבן ריזיינט... נו, ביג דיעל....'

עניוועי. דאס האלט איך פונקט ווי עקבי הצאן, פונקט ווי לכאורה. אז די "נעים קאלינג" קריכט שוין פון די נאז און פאר'כאזערט (כאזערט מיט א כאף..) אשכולות. מען קען דיסעגריען און אויפווייזען אז מען האט אנדערע אינפאו מיט א סאלידע טאן.

(לו ייצור, וואלט געווען כדאי אז מען זאל זיך צוריקהאלטן פון 'אפווענדען' איינעם בלויז ווייל מען 'שטעלט זיך פאר' אנדערש. מען קען 'איבערפרעגען' יענעם פאר די 'סארס' פון די אינפאו. מען קען אפילו זאגן אז 'די סארס האט פארלוירען 'מיין' טראסט פאר וואטעווער ריזען, צו פלעין צוליב געפיל'.
אבער ווען מען רייסט זיך ארום בלויז אויף 'געפיל' און מען וויל מאכן די 'געפיל' פאר א 'פאקט', זעהט עס אויס אביסעל נישט איי איי איי...

און די עיקר דארף מען געדענקען וואס די "אויסטרעף טאטעס" פון אייוועלט האבן שטענדיג גע'חזר'ט און פארהערט: "אייוועלט האט איין ציל! צו ארויפברענגען א שמייכעל אויף א יעדע איד!"


ותצחק שררה בקרבם לאמר: חדל להיות אורחי האנשים....
למה זזה צחקה שררה לאמר?
ותאמרו: לא! כי ציקוקט!
-:c:h o-h?e -a;-
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

שמאטע האט געשריבן:ותאמרו: לא! כי ציקוקט!

צוקוקט ווי נאר
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
חיים יענקל
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 4:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים יענקל »

שמאטע! !! ;l;p- ;l;p- :lol: :lol:

אבער נאך ווי ציקוקט!...

איך נאמאניר דיר ווען אלס סופרים דזשאסטיס דא פארן זיין אזא קאנסטיטושענליסט מיטן אויסטייטשן אין שטענדיג אינפארסירן די ווילן פון אונזערע "אויסטרעף טאטעס"!
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

כ׳לכאורה ועוד לקרא.

1. די ביליגע ׳נעים קאלינג׳ וואס איז אדאפטירט געווארן פון אונזער ירום הודו פארמיאוסט דעם מקום און פארקינדישט די סובסטאנץ פון לעגיטימע דעבאטעס.

2. די צווישנרופן און זיבן קערעקטער תגובות וואס ווערט נאכגעפאלגט און געקוואוט מיט דריי גרינע און א רייע פון גרילצנדע עמאודזשיס איז עפעס וואס נעמט מיר ארויס פון גלייכווירט.

3. די ׳פעיק מידיע׳ טרענד וואס ווערט איינגעשטעלט ווי א מעקראו נאך יעדע צוויי תגובות איבלט.

4. דאס קוואוטן ׳סתירות׳ אין די מיינונג פון א ספעציפישע ניק פארוואנדלט די שמועס אין א ברעכבארע ענדלאזע דיאלאג.

5. די אשכולות וואס עפענען זיך אין באלק צו דעבאטירן און איבערקייען יעדע נייעסל אין יעדע סארט פארמאט איז אריבער אלע גבולים.

און שוין....
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

Wow איך זע אז איך האב דא פארפאסט א ערענסטע אשכול, שמאטע דערקלערט זיך ווי א שטיקל טראמפיסט, און חיים יענקל האלט אים שוין ביים שטעלן אויפן געריכט, לכאורה זאגט גוט און עקבי הצאן זאגט נאך בעסער....

ערענסט גערעד, איי עגרי וואן מיליאן פראצענט מיט עקבי הצאן, נאר דאס איז א טשעין, איינער הייבט אן און דער צווייטער שפירט זיך געטראפן, און ער קומט צוריק מיט א קאנטער אטאקע נארוואס אויסגעטראפענע ווארט גע׳טרעידמארקט וואס דארף אפיציעל צופליקן דעם ערשטן, קומט דער דריטער צו זיך אנעמען..... אין די זייט שטייען 50 ניקים וואס ברעכן פון וואס דא גייט פאר..... יאפ עס איז שוין צייט צו אויפהערן.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

א דאנק אויסגערעכנט פארען ארויפברענגען די אשכו, סאומהאו האב איך עס אויך פארזעהן, א זאך וואס געשעהט נישט צו אפט.

איך עגרי מיט מיין פריינד ר׳ עקבי און א דאנק פארען אנמערקען אזא וויכטיגע נקודה.

לאמיר צוריקברענגען דאס שטיקעל (פיעס) און אינטערזינגען (הארמעני)
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

מטעמים האט געשריבן:א דאנק אויסגערעכנט פארען ארויפברענגען די אשכו, סאומהאו האב איך עס אויך פארזעהן, א זאך וואס געשעהט נישט צו אפט.

איך עגרי מיט מיין פריינד ר׳ עקבי און א דאנק פארען אנמערקען אזא וויכטיגע נקודה.

לאמיר צוריקברענגען דאס שטיקעל (פיעס) און אינטערזינגען (הארמעני)



גא"מ
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

מיר האבן אויך פארזעהן דעם אשכול פאר סאם ריזען..
ש'כח פארן אלעס ארויפברענגען. לאמיר האפן אז די עולם העט פארשטיין..
...
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

עפעס גייט דא פאר אז יעדער פארזעט אזא אשכול, מען דארף מאכן א יום תפילה מארגן...
אוועטאר
נגיד
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נגיד »

עקבי, גאר גוטע פאונט
(שיינסט מיר צו זיין א יודע ספר...)

די קינדערישע נעים קאלינג און "הע כאדיך געזאגט" סארט טענהרייען זענען געמאכט פאר פרי קיטע א' קינדער נישט פאר ערוואקסענע מענטשן.

נאך א זאך... געוויסע ניקס (אויף ביידע זייטן פון ספעקטרום) תגובות זענען אינפעסטעד מיט א אומגעהוירע מאס בייעס וואס ברענגט אז זייער שכל בלייבט אונטערשטעליג און זיי נעמען שטיקער נייעס, סטאטיסטיקס, באריכטן, און שרייבן עס אויף א וועג וואס איז גוט פאר זייער צד און ניטאמאל פראבירן זיי צו באהאלטן זייער איינזייטיגקייט,
דאס ברענגט אז אפי' די "נייעסן" וואס זיי ברענגען גרוילט פשוט צו ליינען ווייל סהאט מיטן מציאות ווי אראנדש סאדא צו אראנדשעס...
דאס איז לדעתי די נומער איינס גורם צו די אלע נארישע סורקעלינג טענהרייען

א פארשטענדליכער מענטש דארף קענען אפטיילן צווישן ברענגען נייעס און זאגן זיין פאליטישע מיינונג
I reserve the right to disagree
12:56
אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויבער-חכם »

געוואלדיגער אשכול דאס, יעצט געזען צום ערשטען מאל..
אויב איך מעג זאגן, מיין איך אז אייוועלט איז נאר געווארן ערגער..
גרויסע טאטעס אויף אייוועלט שלאגן זיך ארום, די ליגענער, או נאו די ליגענער..

כ׳האב מיר געשריבן די וואך אין אישי מיט צוויי גרויסער נעווער טראמפערס דא, ביידע האבן געזאגט אז ס׳איז געווארן גענצליך אומעגליך צו האבן דא א נארמאלע דיבאטע,
די טאלקינג פאוינס ווי פעיק ניוז, ביסט בייעס, די בלינדער, גייט מיר שוין אויף די געהירן, (אפגערעט די איינזייטיגקייט פין מעקן)

אונזער ירום הודו האט אריינגעברענגט אזא מין נידעריקייט פין דיבאטירן א נושא, צובאשמיצן, באוואשן, נעים קאללינג,
יעצט מילא טראמפ, ער זיכט שוין נישט מער קיין איידעמער, אן ערל וואס זוכט פאליטיק, אבער אונז חסידישע אינגעלייט שמייסן זיך דא ארום איינער דעם צווייטען ווי צוויי טייטלביימער ביים האריקען אין פלארידע.
זאג עץ זענץ נארמאל????
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

מיר שטערט נאר ווען מענטשן ״ צוטירן״ qouten בלע״ז
גאנצע שטיקער פון אנדערע ניקס און דערנאך לייגן זיי צו איין אדער 2 ליינס
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”