די פארגעסענע מענער און פרויען אין אונזער לאנד, ווער זענען זיי?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6283
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג פאברואר 06, 2017 10:49 pm

וואף... ערשט יעצט באמערקט... (פיסעם סעבישעס..)

געוואלדיג!!



(איך זעה האסטעך גענומען ארבעטן דערויף... א פיינער תלמיד, טוט צו דער זאך)
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

משה בער
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 02, 2013 10:31 pm

תגובהדורך משה בער » מאנטאג פאברואר 06, 2017 11:14 pm

מיר קענען שוין קוים ווארטן אויפן המשך. פתאום, לאז דיך נישט ווארטן

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דינסטאג פאברואר 07, 2017 1:31 am

אלע פאפולערע מענטשן גייען דעם זעלבן סארט אנצוג? זענען אלע פאפולערע מענטשן געבוירן מיט די זעלבע נאטורן? קומען זיי אלע פון איין פלאץ? ניין! אלע שיכטן, קרייזן, פראקציעס, און שירמען, פארמאגן צווישן זייערע מיטגלידער פאפולערע ווי נישט פאפולערע מענטשן צוגלייך. אלזא, וואס יא? פארוואס ווערט ראובן פאפולער און שמעון בלייבט איינגעמאכט, פארגעסן, איינזאם, און הילפלאז?

אסאך שאלות קענען ווערן פארענטפערט מיט איין איינציגע תירוץ, אבער דאס איז נישט די קעיס דא... יעדער מענטש האט אונטער זיך א בעקגראונד וואס איז גורם צו די סיטואציע אין וואס ער געפינט זיך. יעדער פאפולערער מענטש האט א צווייטע זאך אין אים וואס ציעט אטראקציע, ביי איינעם איז דאס שפראך ווען ביים צווייטן וויסענשאפט, ביי אן אנדערן איז עס הומאר, און ביים פערטן איז עס געלט. נישטא קיין איין סייז פיטס אלל.

די זעלבע ביי די ״פארגעסענע״, עס איז נישטא איין סיבה וואס מאכט מענטשן זיין פארגעסן, יעדער האט זיך זיינע נאטורן, זיינע געוואוינהייטן, און כדי מתקן צו זיין די פראבלעם איז נישט שייך צו זאגן א עצה וואס וועט ארבעטן פאר יעדעם.

איינער עצה׳ט מען זאל נעמען די שטארקייט צו רעדן צו מענטשן צו וועם מען האט נאך קיינמאל נישט גערעדט, אבער איז דאס דען א ישועה פאר יעדעם? וואס טוט זיך מיט איינעם וואס רעדט צו וועם עס לאזט זיך נאר און דאך איז ער נישט פאפולער זינט ער איז זייער נישט קלוג און רעדט שטויות בכל עת מצוא?

עס זענען דא גאר אסאך פאקטארן וואס ברענגען אן א אומפאפולערקייט, און די ריכטיגע וועג זיך צו העלפן איז דורך אריינקוקן אין זיך, טראכטן וואס איז דער פראבלעם וואס מאכט מיר זיין אומפאפולער אין מיין סביבה. איינמאל מען האט דעם פראבלעם דארף מען טראכטן פון די בעסטע וועג וויאזוי עס צו פארעכטן. און געדענקט, נישט קיין ווילדע שריט ווי געשמועסט אין די פאריגע מאמר.

עס קען קומען פון פשוט׳ע בושה, עס קען קומען פון א איינגעגעסענע פחד צו רעדן אין פובליק נאך געמיינע בושות אין די יונגע יארן ווען עפעס א בעל גאוה האט ליצנות געמאכט פון דיין שטעלונג, עס קען קומען פון נישט טראכטן בעפארן רעדן צו די נקודה וואס דו ווילסט זאגן קומט עכט אריין אין די שמועס אדער וויבאלד דו האסט זיך עס יעצט דערמאנט זאגסטו עס... עס קען קומען פון זיין אין א סביבה וואו מען איז נישט אינטערעסירט אין די זאכן וואס אינטערעסירן דיר, ועוד וכו׳ ודו״ק ואכמ״ל.

אבער דאס איז נאך אלץ נישט קיין רפואה שלימה, עס זענען דא מענטשן וואס עס איז עכט נישט שייך ביי זיי צו ״פין-פוינטן״ אויף א גורם וואס מאכט פראבלעמען, ער איז א נארמאלער מענטש, א בינוני אין אלעס, שוואכערע בעלי שכל ווי אים זענען פאפולער, שוואכערע פיסקן ווי אים שטייען אין שפיץ פונעם שמועס, אבער ביי אים האט עס עפעס נישט געכאפט. וואס טוט מען דא?

דא קומט א יסוד מוסד. ברענגען אהבה אויף זיך. טראכט וואס דו וואלסט ווען ליב געהאט צו הערן פון א צווייטן און זאג דאס פאר יענעם, אינקולדינג ענד נאט לימיטיעד טו קאמפלימענטן, ידיעות און נייעס וואס יענער ווייסט נישט, א אינטערעסאנטע ביאור אויף א זאך וכו׳.

א גאר גוטע עצה צו ברענגען אהבה אויף זיך איז דורך הערן, הערן, הערן. יעדער בעל דרשן איז נישט ווערט די פאפיר וואו עס שטייט זיין אומפארגעקוקטע דרשה אויב האט ער נישט קיין צוהערער. דער גרעסטער מויל מאכער שטרעבט און לעבט פון אוידיענץ.

מאך זיכער צו הערן און ווייזן אז דו הערסט וואס יענער פארציילט, האב הנאה, האק נישט אריין אינמיטן רעדן, און צוביסלעך וועלן מער און מער רעדנערס אנהייבן רעדן דירעקט צו דיר.

וקצרתי מאוד מאוד, ולא די אפילו לחכימא ברמיזא כזה, אך אני יצאתי ידי חובת מעורר און איינמאל די אויגן עפענען זיך און מען קוקט אביסל אריין אין זעך איז שוין האלב פון די ישועה דא.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6283
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג פאברואר 07, 2017 10:08 am

לגבי די הערן חלק, ווילעך צולייגן אז מ'זאל טאקע ניש איבערהאקן, אבער יא זעהן צו זיכער מאכן אז יענער ווייסט אז דו הערסט טאקע אויס מיטן פולן אויער.

איבערפרעגן 'יא?! טאקע אזוי?' אדער א שאלה אויף די נושא/נייעס וואס יענער האט געזאגט.
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: popo און 19 געסט