אוי נשמה וואו בוזטו?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
די געפילישע געשפרעך. בעסער געזאגט: "זוכן די געפילן", איז באשאפן געווארן אין די 2000 יארן, ס'איז א פארפוילטע געדאנק, ס'לייגט צוגרינד די מענטשהייט.
כ'וועל ענטפערן אין קורצן ווייל כ'האב נישט קיין סאך צייט צו מאכן אן ארוכות, און ווען די צייט וועט ערלויבן האפעך עס מלקט צו זיין פון די ספרים הק'.
מען דארף משתוקק זיין צו תורה ומצות, און מקיים צו זיין די מצות נישט כמצות אנשים מלומדה, נאר ווען מ'טוהט א מצוה זאל מען וויסן פארוועם מען טוהט דאס, "און ווען מ'טוהט אזוי די מצות טוהט מען עס מיט געפיל און נאנטשאפט צום בורא עולם". ד.ה. אז ווען די פילסט דיר דערוואטערט פונעם בורא זיך נישט די געפילן, זיך די מצות.
און ווען מ'טוהט מצות איז עס נישט "מיטן ציל" אז מגייט צוקומען צו די אינערליכע געפולן, די געפילן איז א זאך וואס קומט אטאמאטיש ווען מ'טוהט מצות נישט כמצות אנשים מלומדה.
ווען איינער זוכט די געפילן, ווייסט ער נישט וואס ער זוכט, און ער ווייסט נישט וואס ער וויל טרעפן.

- מה פתאום???
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4402
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
- לאקאציע: עיה״ק צפת
וויאזוי טוט מען מצוות ״נישט מצוות אדם מלומדה״, וויאזוי ארבעט דאס? אלא מאי, מען לייגט זיך אריין, מען לערנט די גדלות פון דעם פאר וועם מען טוט די מצוה, מען לערנט די גרויסקייט דערפון, די השפעה וואס דיין מצוה האט, דאן ברענגט דאס מען זאל עס טוהן מיט די ריכטיגע כוונה.
די שש מצוות תמידיות זענען געמאכט פאר גרים? אהבה, יראה, דביקות, זענען זאכן פון יארע צוויי טויזנט? ליב האבן דעם אייבערשטן מיינט ארבעטן אויף זיך אויפצוברענגען די ״געפיל״ פון אהבה. וויאזוי? עס איז דא כמה מהלכים בספה״ק ואין כאן המקום.
קוקט אויס ווי דו זאגסט איינעם נאך אבער דו כאפסט נישט יענעם׳ס פוינט...
יענער מיינט מן הסתם צו זאגן אז אנשטאט ארבעטן אויף מחשבה און געפיל זאל מען ענדערש ארבעטן אויף פעולות ואדם נפעל כפי פעולותיו. ובאמת דאס איז שוין אן אלטער מחלוקה וואס מיר זענען נישט דא זיך אין דעם אויסצו׳טענה׳ן.
די שש מצוות תמידיות זענען געמאכט פאר גרים? אהבה, יראה, דביקות, זענען זאכן פון יארע צוויי טויזנט? ליב האבן דעם אייבערשטן מיינט ארבעטן אויף זיך אויפצוברענגען די ״געפיל״ פון אהבה. וויאזוי? עס איז דא כמה מהלכים בספה״ק ואין כאן המקום.
קוקט אויס ווי דו זאגסט איינעם נאך אבער דו כאפסט נישט יענעם׳ס פוינט...
יענער מיינט מן הסתם צו זאגן אז אנשטאט ארבעטן אויף מחשבה און געפיל זאל מען ענדערש ארבעטן אויף פעולות ואדם נפעל כפי פעולותיו. ובאמת דאס איז שוין אן אלטער מחלוקה וואס מיר זענען נישט דא זיך אין דעם אויסצו׳טענה׳ן.
- מה פתאום???
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4402
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
- לאקאציע: עיה״ק צפת
- וואוילע שעפעלע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6345
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
- לאקאציע: אין שטאל
- בערל קראקאווער
- שר האלף
- תגובות: 1558
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
- לאקאציע: בעקבתא דמשיחא
משה'לע ייש''כ. זייער שיין געשריבן.
וועגן געפילן, וועלן שוין אלע מומחים דן זיין.

ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז

בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
- תמימות'דיגער
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 493
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 12:22 pm
משה'לע! גיוואלדיק! גאר גוט! חזק חזק חזק (בגי' משה)! אם תעירו ואם תעוררו את האהבה עד שתחפ"ץ - דברי הרמב"ן ידועים לכל בר בי רב חד יומא! רבותי, לאט'ס נישט דעם התעוררות אויסוועפן. לאמיר זיך שנעל אונטערנעמען א קבלה טובה נענטער צו ווערן צו גא-ט ברוך הוא (אפילו ס'קוקט אויס פיצי)!
איך טוה דא ציטירן א הפלא ופלא'דיגער חתם סופר, די צווייטע שטיקל אין פ' לך, וכסף נבחר לשון צדיק לכן אעתיק לשונו הק':
לך לך, יש לפרש לעצמך,
כי האדם תוכו טוב חלק אלהי ממעל,
וקליפותיו ארציות גופו המקיפים וסובבים נפשו היפה
המה המונעים ממנו כל טוב,
ולפעמים זוכה להגביר נפשו על גופיותיו מצד עצמו,
אך בני ביתו וארץ מולדתו והנהגותיהם מנעו כל טוב ממנו,
והאריך בזה בח"ה בשער עבודת האלקי' בטענת הנפש עם השכל ע"ש [בפ"ה],
ומפני המונעים האלו אין אדם יכול להגיע אל עצמו,
ר"ל עצמיותו ומחשבתו הפנימי חלק אלהי ממעל אשר בקרבו
אשר זהו האדם באמת,
על כן אמר לו הקב"ה
לך לעצמך
לתוך פנימיותיך,
מארצך - גופך, ארציות שבך,
כי היה בו סיג ופסולת,
ולא נזדכך עד שנולד ממנו ישמעאל,
ונולד מיצחק עשו
ושוב יעקב הי' מזוכך כולו זרע אמת,
ע"כ אמר לו
לך לך - לעצמך
מארצך - גופך
וממולדתך ומבית אביך, כי המה המונעים,
ותיסע משם וממדריגותם
ותעלה ותבוא ותגיע
אל הארץ אשר אראך - הוא ארצו וגופו של יעקב
שראהו אאע"ה בן ט"ו שנים, ובו נתקיים
ואעשך לגוי גדול - שהעמיד עדה כולם קדושים,
ואגדלה שמך, באלקי אברהם אלקי יצחק ואלקי יעקב, וק"ל.
עד כאן לשון קדשו.

כ'בין א תם - נישט א נער
נעכטן נאכט אזוי אינמיטן מעריב געב איך מיך א וועק אויף פון מיינע געדאנקען און גלייך קומט מיר ארויף די שולד געפילן פון 'נשמה וואו בוזטו' מען האלט דאך יעצט אינמיטן מעריב? וואו ביזטו?
א סקונדע דערויף האב איך מיר ארומגעקוקט און איך זעה א גאנצע ציבור אידן יעדער איז אין שול און האלטן אינמיטן דאווענען און יא יעדער האט אויך היינט געארבעט שווער, אבער מיר אלע זעמיר און שול און יא.... מיר דאווענען.
אזוי קומט מיר ארויף אין געדאנק די מימרא פונעם הייליגן ריזשנער - וואס ווי באקאנט איז דא אסאך מימרא'ס פונעם ריזשנער אויפן עיקבתא דמשיחא -
אז פאר משיח וועט קומען וועט זיין אזוי שווער די טירדות אז עס וועט קומען א איד און ארויפלייגן תפילין און ער וועט נישט וויסן א חילוק צו ער האט יעצט געלייגט תפילין אדער געטשעקט זיין בלוט דרוק, וועט עס אבער זיין אזוי חשוב אין הימל ווי דער ריזשענער'ס תפילין לייגן.

- שמואל אלצווייסער
- שר האלף
- תגובות: 1318
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
- לאקאציע: ביים נייעס טישל
- נשמת השכל
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4649
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
- לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...
Re: אוי נשמה וואו בוזטו?
הרגשים אין א מענטש זענען במקורן פון גאר א הויעכן שורש, הרגשים קומען פון נקודה פון די 'רצון' פון א מענטש, אין די ענין פון רצון איז בעצם מושרש די גאנצע בריאה - כשעלה ברצונו הפשוט וכו'.
די פלאץ פון ווי די הרגשים פון א מענטש קומען איז פונעם 'נפש הבהמי', דארט איז די מקור פון די רצונות און פילינג'ס פון א מענטש.
יעצט, וואס איז דאס דער 'נפש הבהמי'?
אין ספה"ק 'תורה אור' פרשת במדבר [אנהייב פון די תורה אויפן פסוק 'ואהיה אצלו אמון'] שטייט דארט אזוי: שהמידות שבנפש הבהמית מצד עצם מציאותן הן יותר תקיפים וחזקים יותר ממידות דבנפש האלוקית וכו' אלא שהיא בהמה.
אין אידישע איבערזעצונג: די מידות וועלעכע קומען פונעם נפש הבהמי [למשל 'חסד' אדער 'גבורה' - וואס דאס זענען די געפילן פון וועלעכע מיר רעדן דא] אין זייער עצם מציאות זענען זיי פיהל שטערקער און העכער ווי די מידות וועלעכע קומען פונעם נפש אלוקית [למשל 'חכמה' אדער 'בינה'], נאר.. אפילו די מידות אינעם נפש הבהמי זענען אין א העכערע דרגא ווי די מידות אינעם נפש אלוקית, דאך - ווילאנג עס איז נאר דא די מידות פונעם נפש הבהמי איז טאקע נאר דאס - א בהמה.
זאגט דער בעל התניא דארט ווייטער: אבל כשהבהמה נכלל בבחינת 'אדם' - אזי רב כוחו מאד וכו' שאהבתם ויראתם גדולה מאד לאין שיעור וכו', והטעם בכל זה הוא - כי גם בעולם התיקון עצמו שורש המידות הוא למעלה מהשכל וכו' זעיר אנפין [דאס גייט ארויף אויף די בהמי'דיגע מידות אינעם מענטש] בעתיקא [דאס גייט ארויף אויף די שורש פון די גאנצע בריאה - די ענין פון די ערשטע רצון] אחיד ותליא וכו' , עי"ש, ודו"ק היטב היטב.
אין אידישע איבערזעצונג: אבער ווען די ענין פון 'בהמה' - ד"ה דער נפש הבהמי ווערט צוזאמגעלייגט און צוזאמגעשטעלט מיט די ענין פון 'מענטש' - ד"ה דער אדם המדבר וועלעכע פארמאגט א נפש המשכלת, דאן האבן די מידות פונעם מענטש א כוח עד אין שיעור, און די סיבה פארוואס די מידות פונעם נפש הבהמי פארמאגן טאקע אזא געוואלדיגע כוח איז - וויבאלד בשורש פונעם הבהמי איז ער איינס מיט די העכסטע דרגה וועלעכע עס איז פארהאן, און דאס איז די שורש פון רצון פון ווי די גאנצע בריאה האט זיך בעצם אנגעהויבן - כשעלה ברצונו הפשוט וכו'.
סוי, האבן מיר דא אזוי: די שורש פונעם נפש הבהמי איז די העכסטע פון די העכסטע - די מקור פון די רצון הקדום. נאר וואזשע דען?! ווילאנג עס איז נאר דא די נפש הבהמי איז עס נאר דאס - בהמה'ישע הרגשים ותו לא, הרגשים אליינ'ס איז גארנישט! מען קען מיט זיי גארנישט טוהן, מען קען מיט זיי אליינ'ס נישט זיין דבוק קוב"ה.
כדי די הרגשים אונזערע זאלן ווערן צוריק מקושר מיט זייער שורש אויבן אויבן צו די רצון הקדום פון הקב"ה - דארף מען האב די בחינה פון אדם, ד"ה הייסט; עס דארף זיין די מידות השכל וועלעכע ווערט אנגערופן 'נפש אלוקית' וויבאלד מיט די מידות פונעם נפש אלוקית קען מען משיג זיין און פארשטיין אלוקית, מיט די מידות השכל קען מען פארשטיין און משיג זיי דברים מופשטים. און אזוי - ווער דער מענטש מיט זיין נפש אלוקית איז זיך מעמיק און קומט צו א א הבנה און גדלות הבורא און סיי וועלעכע זאך וועלעכע איז פארבינדן מיט פארשטיין העכער'ס, דאן - ווען מען פארשטייט עניני אלוקית און מען ברענגט דאס צו צו די מידות פונעם נפש הבהמית, און דער מענטש ווערט מתפעל פון זיינע הרגשים מכוח זיין מחשבה וואס ער האט געטראכט אין העכער'ס, אט אויף דעם זאגט דער תניא: אזי רב כוחו מאד! ווייל דאן איז דער מענטש צוריק מקשר די מידות פונעם נפש הבהמי צו איר שורש ביים רצון הקדום והפשוט - אשר גבוה מעל גבוה, ועין לא ראתה אלוקים זולתך!
און דאס איז וואס דער פסוק זאגט: וידעת היום והשבות אל לבבך. זאלסט וויסן מיט דיין כוח הדעת, און דערנאך זאלסטו קערן דאס וואס דו ווייסט און פארשטייסט צו דיין הארץ - כי השם הוא האלוקים! און דאס איז דער תכלית פון אלעם - כי זה כל האדם בתכלית בריתו ובבריאת כל העולמות, צוצוברענגען דורך זיין כוח השכל וואס ער פארמאגט אז זיין 'לב' ד"ה זיינע מידות פונעם נפש הבהמי זאלן מרגיש זיין און מתפעל ווערן פון די מחשבות צו די עולמות העליונים ביזן אין סוף ב"ה.
יעצט אזוי, וואס איז דאס בכלל הרגשים? וואס איז די שורש פון די געפילן וואס קומען פאר אין א מענטש?
איך וואלט עס אריינגעלייגט אין איין ווארט: פארלוירענקייט. אזוי ווי מיר האבן אנגעהויבן איז די הרגשים אין א מענטש בעצם די ענין פון די 'כוח הרצון' פונעם מענטש. די פארלוירנקייט וואס עס איז דא אינעם מענטש איז בעצם די שורש פון די דאס וואס עס ווערט נתעורר אינעם סיי וועלעכע רצון צו סיי וואס. די רצון פון א מענטש ווערט נתעורר נאר ווען די נפש שפירט ווי זי איז מנותק - זי איז ליידיג, זי שפירט א הרגשה פון חסרון - פון פארלוירנקייט, און ממילא ווערט ביי איר נתעורר א רצון נתמלא צו ווערן. און די רצון קען זיין אויף סיי וואס, פון די קלענסטע זאך ביזן גרעסטן, 'אלעס' וואס דער מענטש 'וויל' קומט מכוח א געוויסער חסרון וואס ער שפירט און ער וויל עס משלים זיין. הרגשים איז בעצם די וועג ווי אזוי עס ווערט נתגלה די פארלוירנקייט אינעם מענטש, די הרגשה פון פארלוירנקייט, דאס איז בעצם די דעפענישאן פון הרגשים.
קומט דא אויס, אז בעצם די הרגשים פון א מענטש קומען פון גאר א הויעכן שורש, די מקור הרצון איז די העכסטע פון די העכסטע, די רצון אין מענטש איז בעצם די זאך וואס מאכט א מענטש שפירן אז ער איז גארנישט - ער האט גארנישט, ער איז אויסגעליידיגט פון אלעם, וויבאלד די כוח הרצון אינעם מענטש קומט פונעם העכסטן מקום, ממילא ווערט דאס נתגלה אויף א אופן אז זי שפירט א מורא'דיגע הרגשה פון 'העדר', וויבאלד די רצון איז די נענטסטע צום שורש וואס דארט איז דאך נישטא נאך עפעס אויסער מציאת אלוקי [אוודאי איז אין ערגעץ נישטא נאך עפעס אויסער מציאת הבורא, אבער דארט איז עס בגילוי גמור], ממילא - קומענדיג פון אזא מקום שפירט זי ביי דיפאלט די העדר פון אלעם און די ליידיגקייט פון אלעם, און דאס שפילט זיך אפ אינעם הרגש פונעם מענטש [דער מענטש דארף נאר טאקע מגלה זיין ביי זיך מיט א קלארקייט די עומק השורש פון זיינע הרגשים, אז נישט - איז ער סתם א מבולבל'דיגע מענטש, נישט האבענדיגע קיין אנונג וואס אזאנס גייט פאר אין אים]. ממילא, און איז דאס די גרעסטע כלי וואס א מענטש פארמאגט וואס דורך איר קען זיך א מענטש מקשר זיין צו הקב"ה בכל נפשו ומאודו!
און ווי אזוי ברענגט מען טאקע ארויס די עומק הרצון אז זי זאל טאקע ווערן מקושר מיט הקב"ה? דאס איז ווי געברענגט אויבן פון תניא ז"ל, אז די יתרון פון א מענטש איבער א בהמה איז דאס אז ער האט צו דעם די נקודה פון שכל וועלעכע קען משיג זיין מופשטים, וואס דורך דעם קען דער מענטש מקשר זיין זיין עומק נקודת הרצון צו איר אמת'ע שורש - די רצון אלוקי - והיו אחד! ווי די לשון פון תניא אויבן: אבל כשהבהמה נכלל בבחינת 'אדם' - אזי רב כוחו מאד!
ממילא, קומט דאס אויס, אז די ענין פון הרגשים איז בעצם די שטערקסטע כלי וואס עס איז פארהאן אז א מענטש זאל זיין מקושר מיט הקב"ה ביחוד גמור, אז א דאנק די געוואלדיגע הרגש פון פארלוירנקייט וואס הערשט אין אים - ברענגט דאס אז דער מענטש זאל לויפן צו הקב"ה מתוך א געוואלדיגע רצון [רצון מלשון 'רץ'], און זיך מקשר זיין צו זיין איינציגע מציאות - כגמול עלי אמו כגמול עלי נפשו!
ממילא, איז די ענין פון הרגש נישט א זאך וועלעכע איז עפס אוועקצומאכן, דאס איז נישט עפעס פרויערישע מעשיות.. די סארט הרגשים איז בעצם פון די העכסטע זאכן, און ווען עס ווערט נתגלה אין א מענטש שטארקע הרגשים - איז דאס בעצם די זאך וועלעכע ברענגט אים פאקטיש נאנט צו גאט, ער דארף עס נאר טוהן צוזאמען מיט די כוח השכל - משיג צו זיין די מציאות פון הקב"ה אין די וועלט.
און טאקע די סארט תשוקה'דיגע נשמות וועלעכע ביי זיי אין הארץ הערשט אלעמאל די הרגשה פון פארלוירנקייט און העדר, איז דאס פשט אז זיי האבן בעצם גרויסע כוחות מגלה צו זיין און צו זיין מקושר צו הקב"ה, און טאקע דייקא מיט גרויסע השגות.
[מען דארף נאר האבן דעם ריכטיגן רבי'ן וועלעכע זאל קענען איבערגעבן די דרך אין עבודה ספעציפיש פאר די סארטן נפשות]
-גענוג געווען- שיק...

לעצט פארראכטן דורך נשמת השכל אום דאנערשטאג אפריל 15, 2021 11:09 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
- Bissli
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5049
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
- לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי
Re: אוי נשמה וואו בוזטו?
Wow!
וואס דו ווארפסט צאם לעצטענס!
באמת זענען ביידע וועגן גערעכט עס איז דא בחינת רחל וואס וועט אייביג זאגן אז די געפיל איז דער עיקר
און עס איז דא בחינת לאה וואס וועט אייביג האלטן אז דו טון איז דער עיקר
עס איז דא א שיינער שמועס פון @נשמה מיט @נשמת השכל איבער דעם

האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.
יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
- נשמת השכל
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4649
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
- לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...
Re: אוי נשמה וואו בוזטו?
Bissli האט געשריבן:באמת זענען ביידע וועגן גערעכט עס איז דא בחינת רחל וואס וועט אייביג זאגן אז די געפיל איז דער עיקר, און עס איז דא בחינת לאה וואס וועט אייביג האלטן אז דו טון איז דער עיקר
ריכטיג.
און דאס איז דער יסודות'דיגע ביאור צו פארשטיין פשט פון די וויכוח אין דעם אשכול... און אזוי אויך די אלע וויכוחים פון דעם סארט.
אבל האמת ניתן להאמר.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
- Bissli
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5049
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
- לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי
Re: אוי נשמה וואו בוזטו?
ווען דו ביזט ווען א לאה, וואלטסטו זיך גערופן "שכלת הנשמה"...
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.
יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
Re:דו השיבנו חלק פין ניגון, סאונד די זעלבע פון דו אנא ניגון פון מלחין לבית נאדווארנא
השיבנו ה׳ אליך ונשובה חדש ימינו כקדם נשמה ווי ביסטו נשמה איך ווארט אזוי לאנג אויף דיר נשמה קום צו מיר, אוי נשמה נשמה ווי ביסטו פארבלאנדזשעט ווער ווייסט ווי נשמה קום
דו השיבנו חלק פין דו ניגון, סאונד די זעלבע פון דו אנא מלך מלכי המלכים ניגון, פון דעם מלחין לבית נאדווארנא
וועלעכע ניגון איז געגאנבעט פון וועם? מן הסתם השיבנו ,ווייל אנא איז שוין זיכער 20 יאר אלט.
מילות השיר אנא:
https://jewishmusic.fm/album/mizmor-shi ... s-habayit/
אנא-אנא-אנא, אנא-מלך-אנא.
אנא, מלך מלך-מלכי המלכים, אנא? אנא? מלכי המלכים.
אוי אנא. מלך מלכי המלכים, אנא. אנא מלך מלכי המלכים! אוי-אוי-אוי-אוי-אוי-אוי. צוה.
אנא.
מלך מלכי המלכים,
אנא.
אנא מלך מלכי המלכים!
אוי-אוי-אוי-אוי-אוי.אוי? צוה.
צוה-צוה-צוה למלאכיך! מלאכי השרת משרתי עליון?
צוה למלאכיך, מלאכי השרת, אוי-אוי-אוי-משרתי עליון.
שיפקדוני!
שיפקדוני, אוי-אוי-ברחמים, ויברכוני בבואם, בבואם לביתי ביום קדשינו.
שיפקדוני! שיפקדוני!
אוי-אוי-ברחמים, ויברכוני בבואם,בבואם לביתי, ביום קדשינו.
אוי-לוי-לוי-לאם, אוי-דא-דיי-דיי-אוי-דאם. אוי-לא-דיי-לא-דיי-לא-דיי-דעם-אוי!
אוי-יוי-יוי צוה-צוה-צוה למלאכיך! מלאכי השרת משרתי עליון? אוי-צוה למלאכיך, מלאכי השרת אוי-אוי-אוי-משרתי עליון,
שיפקדוני שיפקדוני!
אוי-אוי-ברחמים, ויברכוני בבואם. בבואם לביתי ביום קדשינו.
אוי-לוי.לוי-ראם, אוי-לא-ליי-ליי-אוי-דאם. אוי-לא-דיי. לא-דיי.לא-דיי-רעם-אוי!
אוי אנא-אנא-אנא, אוי אנא-מלך-אנא. אוי אנא, מלך מלך-מלכי המלכים, אנא. אנא? מלכי המלכים.
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק