הכוכבים במסילותם...

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
super-star
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 1:24 pm
לאקאציע: אינעם צענטער פונעם בריאה

הכוכבים במסילותם...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך super-star »

כאפט א בליק אינדרויסן, די ניי געבוירן לבנהלע איז א שפרינג אוועק פון נוגה (venus), די מערסט באלויכטענע שטערן אין הימל.
די לבנה וועט אינטערגיין ביז א שעה און א האלב, אויב פארפאסט איר היינט, קענט איר זעהן מארגן נאכן צאת, ווען די לבנה וועט זיין אפילו נאך נענטער ווי היינט צום נוגה.
לעצט פארראכטן דורך super-star אום מיטוואך יאנואר 11, 2017 2:50 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
ואמר שמואל: "נהירין לי שבילי דשמיא כשבילי דנהרדעא..." (ברכות נ"ח ע"ב)
שבילי דשמיא, שיעור א'
שבילי דשמיא, שיעור ב'
הימל-מאפע 1 (ווינטער)
ליקוי חמה
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

געזען היינט פיר דרייסיג צייט א לבנה מיט א שיינע שטערן דערנעבן. איז דאס וואס דו מיינסט?
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

יא, איך האב עס אויך געזען, מה רבו מעשיך השם!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

וואס איז שלעכט מיט דעם?


viewtopic.php?f=6&t=30752
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

super-star האט געשריבן:כאפט א בליק אינדרויסן, די ניי געבוירן לבנהלע איז א שפרינג אוועק פון נוגה (jupiter), די מערסט באלויכטענע שטערן אין הימל.
די לבנה וועט אינטערגיין ביז א שעה און א האלב, אויב פארפאסט איר היינט, קענט איר זעהן מארגן נאכן צאת, ווען די לבנה וועט זיין אפילו נאך נענטער ווי היינט צום נוגה.

פאר די וואס זענען נישט באקאנט,
די לבנה געפינט זיך אנהייב חודש ממש אונטער די זון, זיין שקיעה איז אביסל נאכן שקיעת החמה, ווי א טאג ווייטער דערווייטערט ער זיך פון די זון און די צייט צווישן זיין אינטערגאנג און די זונ'ס שקיעה ווערט לענגער, פארדעם ווי א טאג ווייטער אין חודש קען מען מקדש זיין די לבנה שפעטער ביינאכט, ביז ס'קומט אינמיטן חודש ווען די לבנה איז שױן אזוי אונטערשטעלינג פונעם זון אז ער איז פונקט אנקעגען איבער אים (פארדעם זעהן אונז די זעלבע זייט לבנה אויף וועלכע די זון שיינט) וועט שקיעה הלבנה זיין צוועלף שעה נאך שקיעת החמה, און פארשטייט זיך אז אינמיטן חודש איז ער פונקט אויפן צווייטן זייט פונעם זון אויב די זון איז יעצט ביי צפון ווי ביי די חודשי קיץ (וואס פארדעם איז דעמאלט הייס ווייל אונז זענען צו צפון זייט פון קו המשווה(מיטן פון די וועלט) און די זון שיינט אויף אונז מער שעות פון מעת לעת) וועט די לבנה זיין אינגאנצן ביי דרום, וועלן אונז נישט זעהן די לבנה אזוי לאנג ווי צוועלף שעה נאכן שקיעת החמה, נאר די אידן אין אויסטראליע וואס זענען ביי דרום זייט וועלט קענען זעהן ביז צוועלף שעה נאך אונזער שקיעה, אבער אנהייב חודש איז די שקיעת הלבנה די זעלבע זייט ווי די שקיעת החמה, פארדעם אז די ווילסט וויסן ווען די לבנה וועט אונטער גיין מארגן דארפסטו וויסן די וויפלטע טאג אין חודש איז היינט (פארשטייט זיך פון די מולד) און לויט דעם וויסן ווי אינטערשטעלינג די לבנה איז פונעם זון.
מארגן ביינאכט זענען אונז פיר און א האלב טעג פונעם מולד (די מולד איז געווען דאנערשטאג פארטאגס 4:52), און אונז האלטן ביי אנהייב טבת ווען די זון איז ביי דרום.
אוועטאר
super-star
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 1:24 pm
לאקאציע: אינעם צענטער פונעם בריאה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך super-star »

היינט נאכט האט זיך די לבנה שוין אריבערגערוקט צום צווייטן זייט פון נוגה, און זי שטייט צווישן נוגה און מאדים.
מען קען זיי זעהן ביז דריי שעה נאכן זון אינטערגאנג.
שטעלט אייך צו דרום-מערב און קוקט אויף די לבנה. דער גרויסער שטערן אויף די רעכטע זייט פון די לבנה איז נוגה (venus), און אויפן לינקע זייט פון די לבנה וועט איר זען אביסל א קלענערע שטערן וועלכע שיינט מיט א ארענדש קאליר, דאס איז מאדים (mars).
אטעטשמענטס
webvic-Jan1-3-2016.jpg
ואמר שמואל: "נהירין לי שבילי דשמיא כשבילי דנהרדעא..." (ברכות נ"ח ע"ב)
שבילי דשמיא, שיעור א'
שבילי דשמיא, שיעור ב'
הימל-מאפע 1 (ווינטער)
ליקוי חמה
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

Thanks super star, and welcome.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

וועלקאם סופער סטאר, זייער אינטערעסאנט.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
super-star
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 1:24 pm
לאקאציע: אינעם צענטער פונעם בריאה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך super-star »

יעצט נאכן צאת, ביז בערך א דריי שעה, קען מען נאך זען נוגה מאדים און די לבנה אויסגעשטעלט אין א שיינע שורה.
צו טרעפן נוגה, דריידט אייך אויס צום קרן דרומית מערבית, די ריזיגע שטערן דארט איז נוגה.
דערנאך מאכט א ליין פון נוגה ביזן לבנה, די שטערן וועלכע געפינט זיך בערך אינדערמיט פון די ליין, איז מאדים. עס שיינט מיט א אראנדש רויטליכן קאליר.

היינט jan 4 איז די טאג אין יאר וואס די ערד איז די נענסטע צום זוהן ( דו ווינדערסט זיך אוודאי פארוואס עס איז אזוי קאלט ), און july 5 וועט עס זיין די ווייטסטע.
ואמר שמואל: "נהירין לי שבילי דשמיא כשבילי דנהרדעא..." (ברכות נ"ח ע"ב)
שבילי דשמיא, שיעור א'
שבילי דשמיא, שיעור ב'
הימל-מאפע 1 (ווינטער)
ליקוי חמה
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

יאפס מיר האבן עס יעצט געזען, און געכאפט א בילד...
מ'קען זעהן נוגה אויף די רעכטע זייט אונטן און די לבנה אויף די לינקע זייט מער אויבן,
מאדים קען מען נישט זעהן אויף די בילד ווייל זיין שיין איז גאר שוואך.
אטעטשמענטס
די לבנה מיט נוגה
די לבנה מיט נוגה
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

super-star האט געשריבן:יעצט נאכן צאת, ביז בערך א דריי שעה, קען מען נאך זען נוגה מאדים און די לבנה אויסגעשטעלט אין א שיינע שורה.
צו טרעפן נוגה, דריידט אייך אויס צום קרן דרומית מערבית, די ריזיגע שטערן דארט איז נוגה.
דערנאך מאכט א ליין פון נוגה ביזן לבנה, די שטערן וועלכע געפינט זיך בערך אינדערמיט פון די ליין, איז מאדים. עס שיינט מיט א אראנדש רויטליכן קאליר.

היינט jan 4 איז די טאג אין יאר וואס די ערד איז די נענסטע צום זוהן ( דו ווינדערסט זיך אוודאי פארוואס עס איז אזוי קאלט ), און july 5 וועט עס זיין די ווייטסטע.


די ערד איז די נענטסטע צום זון אבער נישט די נענטסטע צו 'אונז'


יישר כח סופער סטאר
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

ראיתי פעם בשו"ת מנחת יצחק שאסור לצלם כוכבי השמים
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

בלעטל האט געשריבן:ראיתי פעם בשו"ת מנחת יצחק שאסור לצלם כוכבי השמים

איר מיינט אוודאי שו''ת מנחת יצחק חלק י סימן ע''ב
לויט דעם טאר מען אויך נישט מאכן קיין בילדער פון די זון למשל פון די שקיעת החמה וכדו, אדער פאבריצירן בילדער פון איינע פון די כוכבי השמים, אדער אפי' א בילד פון א געשעעניש וואס אינקלוד די זון לבנה!!!,
ויש לדון בזה, וחזו מאי עמא דבר...
פאר מער קוק דא אוצר פסקי ע''ז - לר' מיכאל פרץ, רב בארגנטינה ובמקסיקו

לאמיר אבער נישט פארדרייען די אשכול...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
super-star
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 1:24 pm
לאקאציע: אינעם צענטער פונעם בריאה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך super-star »

היינט נאכט איז די לבנה זייער נאנט צו די שטערן aldabran וועלכע איז די גרעסטע שטערן אין מזל שור, און ווערט אנגערופן אין לשה"ק "עין השור" ( אבן עזרא ועוד ). עס איז אביסל שווער צו זעהן דעם שטערן צוליב די שיין פון די לבנה.
אונטער די לבנה געפינט זיך דעם מזל "כסיל" (orion), עס איז גרינג צו דערקענען דעם מזל דורך די דריי שטערנס וועלכע געפינען זיך אינמיטן די מזל, און שטייען שיף אין א רייע אזויווי א פארקערטע שורוק. זיי ווערן אנגערופן "די גארטל פון כסיל".
אינטער זיי געפונען זיך צווי שטערנס וועלכע מען רופט אן "די צוויי פיס פון כסיל", די רעכטע שטערן הייסט אין ענגליש rigal, עס קומט פון אראביש און די משמעות דערפין איז "רגל".
אטעטשמענטס
WinterCircle-copy.jpg
ואמר שמואל: "נהירין לי שבילי דשמיא כשבילי דנהרדעא..." (ברכות נ"ח ע"ב)
שבילי דשמיא, שיעור א'
שבילי דשמיא, שיעור ב'
הימל-מאפע 1 (ווינטער)
ליקוי חמה
אוועטאר
super-star
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 1:24 pm
לאקאציע: אינעם צענטער פונעם בריאה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך super-star »

פון די גארטל פון כסיל לויפט מען שיף אראפ ביז די כוכב Sirius, וועלכע ווערט דערמאנט אין די ראשונים אלס "הכלב הגדול".
Orion-in-Oct-1024x805-300x235.jpg
Orion-in-Oct-1024x805-300x235.jpg (9.37 KiB) געזען 10345 מאל


אז מען קען שוין מזל שור און מען איז שוין בקי אין כסיל קען מען ווייטער גיין פון דארט צום מזל תאומים און ווייטער, אויף דעם אי"ה מארגן.

אין אנדערע נייעס, היינט איז געווען די שפעטסטע נץ החמה דא אין צפון זייט פונעם קו המשוה, מארגן וועט זיך עס צוריקרוקן מיט עטליכע סעקונדעס.
ואמר שמואל: "נהירין לי שבילי דשמיא כשבילי דנהרדעא..." (ברכות נ"ח ע"ב)
שבילי דשמיא, שיעור א'
שבילי דשמיא, שיעור ב'
הימל-מאפע 1 (ווינטער)
ליקוי חמה
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלייכגילטיג »

א גרויסן ישר כח! אויף דעם כסיל האלט איך שוין לאנג אן אויג, ער איז זייער מערקבאר. יעצט ווייס איך שוין די נעמען פון אלע שטערנס דארט ארום. מיר ווארטן אויף די מארגנדיגע בילדער
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
עצל פוילשטריק
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 7:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עצל פוילשטריק »

דא אין וומ"ס איס כמעט אוממעגליך צו זעהן דאס אלס, איך האב פרובירט צו קוקן אויף מארס (וואס האב שוין געזעהן אפאר יאר צוריק) האב איך עס נישט געקענט זעהן צוליב די שטארקע ליכטיגקייט דא אין שטאט, ובפרט אויב די לבנה איז כמעט פול מיט א שטארקן שיין, איך ווייס נישט וואו super-star וואוינט אז ער קען עס יא זעהן, אויב וואוינט ער אין די סיטי זאל ער ביטע שרייבן ווי אזוי מ'קוקט דאס
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

Orion קען מען קלאר זעהן אין וויליאמסבורג גיב נאר א קוק ארויף!

די Orion nebula האב איך שוין געזעהן פון וויליאמסבורג מיט א 15×70 ביינאקיולערס

_____
שכח סופער-סטאר, גיי אן! איך קוק שוין לאנג ארויס אז עמעצער מיט אייערע ידיעות זאל שרייבן אין די נושא
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

פאראינטערסירט האט געשריבן:
בלעטל האט געשריבן:ראיתי פעם בשו"ת מנחת יצחק שאסור לצלם כוכבי השמים

איר מיינט אוודאי שו''ת מנחת יצחק חלק י סימן ע''ב
לויט דעם טאר מען אויך נישט מאכן קיין בילדער פון די זון למשל פון די שקיעת החמה וכדו, אדער פאבריצירן בילדער פון איינע פון די כוכבי השמים, אדער אפי' א בילד פון א געשעעניש וואס אינקלוד די זון לבנה!!!,
ויש לדון בזה, וחזו מאי עמא דבר...
פאר מער קוק דא אוצר פסקי ע''ז - לר' מיכאל פרץ, רב בארגנטינה ובמקסיקו

לאמיר אבער נישט פארדרייען די אשכול...

חזו מאי עמא דבר, איז מסתמא א וויץ.
כ'ווייס נישט ווער דער פרץ איז ער איז זיכער נישט קיין בר פלוגתא פון מנחת יצחק אבער אפילו ער זאגט להימנע מזה.
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

הערליך שיינע ארבעט סופער סטאר!

בלעטל האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
בלעטל האט געשריבן:ראיתי פעם בשו"ת מנחת יצחק שאסור לצלם כוכבי השמים

איר מיינט אוודאי שו''ת מנחת יצחק חלק י סימן ע''ב
לויט דעם טאר מען אויך נישט מאכן קיין בילדער פון די זון למשל פון די שקיעת החמה וכדו, אדער פאבריצירן בילדער פון איינע פון די כוכבי השמים, אדער אפי' א בילד פון א געשעעניש וואס אינקלוד די זון לבנה!!!,
ויש לדון בזה, וחזו מאי עמא דבר...
פאר מער קוק דא אוצר פסקי ע''ז - לר' מיכאל פרץ, רב בארגנטינה ובמקסיקו

לאמיר אבער נישט פארדרייען די אשכול...

חזו מאי עמא דבר, איז מסתמא א וויץ.
כ'ווייס נישט ווער דער פרץ איז ער איז זיכער נישט קיין בר פלוגתא פון מנחת יצחק אבער אפילו ער זאגט להימנע מזה.


להתלמד ברענגט דער מנח"י א צד להקל, די בילדער דא זענען לכאורה אין די קעטעגאריע
1 + 1 = חלה דעקל...
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

בלעטל האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
בלעטל האט געשריבן:ראיתי פעם בשו"ת מנחת יצחק שאסור לצלם כוכבי השמים

איר מיינט אוודאי שו''ת מנחת יצחק חלק י סימן ע''ב
לויט דעם טאר מען אויך נישט מאכן קיין בילדער פון די זון למשל פון די שקיעת החמה וכדו, אדער פאבריצירן בילדער פון איינע פון די כוכבי השמים, אדער אפי' א בילד פון א געשעעניש וואס אינקלוד די זון לבנה!!!,
ויש לדון בזה, וחזו מאי עמא דבר...
פאר מער קוק דא אוצר פסקי ע''ז - לר' מיכאל פרץ, רב בארגנטינה ובמקסיקו

לאמיר אבער נישט פארדרייען די אשכול...

חזו מאי עמא דבר, איז מסתמא א וויץ.

חזו מאי עמא דבר מיין איך צו זאגן קוק וויפיל פרוכת'ער האבן געמאלענע בילדער פון די זון, וכדו'

כ'ווייס נישט ווער דער פרץ איז ער איז זיכער נישט קיין בר פלוגתא פון מנחת יצחק אבער אפילו ער זאגט להימנע מזה.

כ'ווייס אויך נישט ווער ער איז, באט דזאסט פאר יאר אינפארמאציע, דער רב פרץ האט זייער שטארקע און גוטע הסכמות אויף זיין אנדערע ספר אהלי שם אויף משניות, צווישן אנדערע הסכמות.. ר' שלמה זלמן אויערבאך, ר' משה פיינשטיין, ר'משה שטערן, ר' משה האלבערשטאם, הרב אלישיב, הרב וואזנער,
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

מזל כסיל איז דען פון די י"ב מזלות?
כמיין דאס איז א באזונדערע קאטעגאריע פון עש וכסיל וכימה.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

חלהדעקל האט געשריבן:הערליך שיינע ארבעט סופער סטאר!

בלעטל האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
בלעטל האט געשריבן:ראיתי פעם בשו"ת מנחת יצחק שאסור לצלם כוכבי השמים

איר מיינט אוודאי שו''ת מנחת יצחק חלק י סימן ע''ב
לויט דעם טאר מען אויך נישט מאכן קיין בילדער פון די זון למשל פון די שקיעת החמה וכדו, אדער פאבריצירן בילדער פון איינע פון די כוכבי השמים, אדער אפי' א בילד פון א געשעעניש וואס אינקלוד די זון לבנה!!!,
ויש לדון בזה, וחזו מאי עמא דבר...
פאר מער קוק דא אוצר פסקי ע''ז - לר' מיכאל פרץ, רב בארגנטינה ובמקסיקו

לאמיר אבער נישט פארדרייען די אשכול...

חזו מאי עמא דבר, איז מסתמא א וויץ.
כ'ווייס נישט ווער דער פרץ איז ער איז זיכער נישט קיין בר פלוגתא פון מנחת יצחק אבער אפילו ער זאגט להימנע מזה.


להתלמד ברענגט דער מנח"י א צד להקל, די בילדער דא זענען לכאורה אין די קעטעגאריע

קוק אין די אויבנדערמאנטע לינק וואס ער זאגט לגבי להתלמד.
וכבר יצאתי ידי חובתי, והטוב בעיניכם עשו
אוועטאר
super-star
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 1:24 pm
לאקאציע: אינעם צענטער פונעם בריאה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך super-star »

שוועמל האט געשריבן:מזל כסיל איז דען פון די י"ב מזלות?
כמיין דאס איז א באזונדערע קאטעגאריע פון עש וכסיל וכימה.

ריכטיג.
די אלע שטערנס (וועלכע ווערן געזען אינעם צפון העמיספערע) ווערן צוטיילט אין 48 קבוצות, און 12 פון זיי זענען באקאנט אלס די י"ב מזלות.
די סיבה פארוואס מען רעדט נאר פון די 12 איז, ווייל די זון און לבנה און די אלע כוכבי לכת (שבתאי, צדק, מאדים, נוגה, כוכב) שפאצירן ארום נאר אין די 12 מזלות.
אבער אין תנ"ך און אין חז"ל ווערט דערמאנט אויך פון די אנדערע קבוצות\מזלות. אזוי ווי שוועמל האט דערמאנט, "עש כסיל וכימה" איז א פסוק אין איוב, און חז"ל אין ברכות זענען מסביר די השפעה פון די מזלות אויף קעלט און היץ.

רוב פון די י"ב מזלות האבן אין זיך נאר שוואך-שיינעדיגע שטערנס, און דערפאר ווען מען וויל אנהייבן זיך באקענען מיט די נאכט הימל אביסעלע, איז אסאך גרינגער אנצוהיייבן מיט עטליכע פון די אנדערע מזלות, ווי למשל כסיל (orion) אדער כימה (pleiades) אדער ursa major באקאנט אלס "די גרויסע שעפ-לעפל" (big dipper). האפענטלעך וועלן מיר מיט די צייט אנקומען צו לערנען איבער זיי אלע.
ואמר שמואל: "נהירין לי שבילי דשמיא כשבילי דנהרדעא..." (ברכות נ"ח ע"ב)
שבילי דשמיא, שיעור א'
שבילי דשמיא, שיעור ב'
הימל-מאפע 1 (ווינטער)
ליקוי חמה
אוועטאר
super-star
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 1:24 pm
לאקאציע: אינעם צענטער פונעם בריאה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך super-star »

בס"ד
היות די מומחים זאגן פאר פארוואלקענטע נעכט פאר רוב אייוועלט ליינער, וועלן מיר אנשטאט די אפדעיטס אביסל מער מאריך זיין אין די פשוטע יסודות וויאזוי צו אבזערווירן די נאכט הימל, פאר די וועלכע האבן נישט קיין שום פריעדיגע ערפארונג.

די מזלות
ווען מען קוקט אויפן הימל אין א קלארע טונקעלע נאכט, זען מיר טויזנטע שטערנס צוזייט איבער די גאנצע הימל. עס זעט אבער אויס ווי די שטערנס געפינען זיך אין גרופעס, און די גרויסע שטערנס אין די גרופעס פארמירן געוויסע צורות, די צורות רופט מען אן מזלות.
עס זענען דא 48 מזלות, געוויסע פון זיי האבן גרויסע שטערנס און עס איז גרינג זיי צו דערקענען (אריה, עקרב, כסיל, הדוב הגדול ועוד), אנדערע האבן נאר קליינע שטערנס און עס איז שווער זיי צו באמערקן (סרטן, דגים ועוד), רוב מזלות האבן אין זיך גרויסע און קליינע שטערנס, און ממילא איז שווער צו דערקענען זייער צורה, אבער אז מען חזרט זיך איין זייערע גרויסע שטערנס איז גרינגער זיי צו טרעפן (שור, בתולה, הכלב הגדול והקטן ועוד).
א חודשליכע מאפע פון אלע מזלות וואס מען קען זען יענעם חודש קען זייער צוניצקומען, דורכן מאפע טרעפט מען די מער בולטדיגע מזלות און מען זעט וועלכע מזלות געפינען זיך נעבן זיי, אזוי קען מען זיך אויסלערנען די גאנצע הימל.
די מאפע ווייזט די גאנצע הימל, סיי איבערן קאפ און סיי ארום און ארום. עס איז אנגעצייכנט ארום די מאפע ווי איז מזרח מערב כו', די ריכטיגע וועג איז ארויסצוגיין מיט די מאפע, און זיך אויסצודרייען צו א געוויסע זייט, למשל דרום, און מען דרייט די מאפע אזוי אז דרום איז אינטן, דאן פארגלייכט מען די שטערנס אויפן דרום הימל צו די שטערנס אויפן דרום זייט פונעם מאפע.
מיר האפן אי"ה בקרוב ארויפצושטעלן גרינגע חודשליכע מאפעס.

פארוואס ברויך מען יעדעס חודש א אנדערע מאפע?

די טעגליכע מהלך:
די מזלות בלייבן נישט שטיין אויף איין פלאץ, זיי רוקן זיך צוביסלעך פון מזרח צו מערב, פונקט ווי דער זון. א מזל וואס מיר האבן געזען אנהייב נאכט אויפשיינען אין מזרח, וועט ביי חצות הלילה זיין אינמיטן הימל, און סוף נאכט וועט עס אינטערגיין אין מערב.
עס איז כאילו די אלע שטערנס זענען אריינגעבויט אין א ריזיגן כדור וואס נעמט אונז ארום און דרייט זיך פון מזרח צו מערב, דערפאר שיינען כסדר אויף פרישע מזלות אין מזרח און אנדער מזלות גייען כסדר אונטער אין מערב.
ביינאכט און בייטאג דרייט זיך די כדור השמים, בייטאג זעט מען נישט די שטערנס צוליב דאס שיין פונעם זון.
די צוועלף באקאנטע מזלות, טלה שור כו', געפונען זיך ארום די כדור השמים אין א גלייכע רינג, אזוי ווי א גארטל. ווען מזל טלה קומט ארויף אין מזרח, קומט צוויי שעה נאך אים ארויף מזל שור, און צוויי שעה נאך אים מזל תאומים און אזוי ווייטער. נאך דגים וועלכע איז די לעצטע פון די י"ב מזלות, קומט נאכאמאל ארויף טלה.
מען קען קיינמאל נישט זען אויף אמאל מער פון 6 פון די י"ב מזלות, ווייל די אנדערע 6 געפונען זיך אינטער די ערד.

די חודשליכע מהלך:
די מזלות שיינען אבער נישט אויף יעדן טאג אין יאר די זעלבע שעה אין טאג, למשל, יעצט אין חודש טבת שיינט אריה אויף אין מזרח 6:00 פארנאכט, און 12:00 איז ער אינמיטן הימל, און 6:00 אינדערפרי גייט ער אינטער. אבער אין קומעדיגן חודש שבט וועט אריה אויפשיינען אין מזרח צוויי שעה פריער, 4:00 נאכמיטאג, און 6:00 פארנאכט וועט שוין אויפשיינען בתולה, וועלכע קומט נאך אריה.
דערפאר קען מען זיך באקענען מיט אלע מזלות, אפילו אויב מען קוקט אויפן הימל נאר אין די אווענט שעות, ווייל יעדע סעזאן אינעם יאר זעהט מען אנדערע מזלות אין אווענט. און היות רוב מענטשן קוקן אויף די נאכט הימל אין די ערשטע שעות פונעם נאכט, דערפאר זענען די חודשליכע מאפעס אויסגעשטעלט פאר די מזלות וועלכע מען זעט דעמאלס.
אינמיטן ווינטער זעט מען אין אווענט פון די י"ב מזלות, בעיקר טלה שור און תאומים, און פרילינג זעט מען סרטן אריה און בתולה, און זוממער זעט מען מאזנים עקרב און קשת, און אין הערבסט גדי דלי און דגים.
די בעסטע צייט אין יאר זיך אנצוהייבן צו באקענען מיט די י"ב מזלות איז יעצט אין ווינטער און אין פרילינג, ווייל די מזלות שור תאומים אריה און בתולה זענען פיל גרינגער ווי די אנדערע.

עוד חזון למועד, בקרוב אי"ה
ואמר שמואל: "נהירין לי שבילי דשמיא כשבילי דנהרדעא..." (ברכות נ"ח ע"ב)
שבילי דשמיא, שיעור א'
שבילי דשמיא, שיעור ב'
הימל-מאפע 1 (ווינטער)
ליקוי חמה
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”