לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:כ'האב נישט געמיינט צו זאגן אז עלעקטאראנישע אויגן קענען נישט זען מער זאכן ווי אונזער אויגן. באט "די זאכן" [אויב ס'דא] זען נישט קיין עלעקטעראנישע אויגן מער ווי אונז!
[אויב צוליב די גמ' אז מיר זען דאס נישט משום פחד, דאן וואס איז די אויפטוה אז מיר קענען עס זען אויף א קעמרע?!...]
אויף דעם האב איך דיר פריער געענטפערט איך מיין נישט דוקא ווי מען זעהט פיזישע שדים רוקן זיך, ס'איז א עקסטערע נושא.
דאס וואס איך האב געשריבן איבער אומפארשטענדליכע מעשיות היינטיגע טעג מיין איך נישט דווקא קליפס וואס מען זעהט שדים צו וואס, ס'איז דא אסאך מעשיות וואס געשעט איבער די וועלט וואס האט נישט קיין הסבר בדרך הטבע
נאר אז נישט מענטשליכע כוחות האבן געהאט א יד דערין.
צווייטנס
א קליפ אז מען וויל קען מען צומאכן אז מען וויל עס נישט זעהן.
ווען אינז זאל מיר ווען זעהן מזיקים מיט די אויגן וואלט מיר אינז נישט געקענט גיין און גאס. מזיקים דרייען זיך און די טויזענטער ארים די מענטש, די גמרא זאגט אז דאס וואס די קליידער פון א מענטש ווערט אפגעריבן קומט דורך מזיקים.
יפול מצידך אלף ורבבה מימניך.