בלאט 1 פון 7

א געטומל און א געשריי, עס טוט זיך א "בחורים ווארפעריי" - (דורך: "לכתחילה אריבער")

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2016 9:50 pm
דורך שמאטע
שמועסענדיג מיט אונזער חשובע מעמבער "לכתחילה אריבער", איז אויסגעקומען צו רעדן איבער די נייע ניגון איבער "די בחורים געווארפעריי".

אט איז וואס אונזער חבר האט אפגעשריבן בענין.
(דא געב איך איבער דאס ווארט פאר "לכתחילה'ן")

"א געטומל און א געשריי, עס טוט זיך א "בחורים ווארפעריי" "

ווידער האבן מיר א זינגער וואס האט באשלאסן אוסצונוצן זיין פלאטפארמע און אדרעסירן א פראבלעם וואס פלאגט דעם דור.

איידער איך גיי שרייבן, וויל איך צוויי זאכן מאכען זייער קלאר.

איינס, איך מאך נישט אוועק די פראבלעם פון בחורים אין ישיבות. די פראבלעם פון נישט אננעמען, די פראבלעם פון ווארפן, די פראבלעם פון מציונים, פון זיך "קלויבן" וכו' וכו'.

צו די פראבלעם איז אזוי גרויס ברייט און טיעף ווי א טייל פון די וואס רעדן פון דעם, איז א גוטע פראגע און א גוטע זייטיגע דעבאטע, אבער די נקודה איז, אז די פראבלעם איז פארהאנדן, און איך קום נישט דא אפלייקענען אז אזא פראבלעם איז דא.

ווייטער וואס מען קען טאן צו דעם, צו איז דא א פראקטישע עצה פארדעם, איז ווייטער א גוטע פראגע, און ווייטער א גוטע טעמע פאר א ברייטע דעבאטע, און עס איז לענ"ד נישט אינגאנצן אויסגעשלאסן צו זאגן אז נאר משיח צדקינו וועט ענטגילטיג און פולקאם ארלעדיגען דעם פראבלעם, זאל עס זיין במהרה בימינו, אמן.

די צווייטע נקודה וואס איך וויל זאגן אלס אן הקדמה, אז איך שרייב דאס דוקא צו די זינגער וואס האט יעצט גענומען די מייק אין די האנט און געשריבן א ניגון אויף דעם ענין.

און איך שרייבט עס יעצט, נישט ווייל איך קוק אראפ דעם בל מנגן, און איך זיך אים אונטערצורייסן, נאר פונקט פארקערט!

דער בל מנגן, דארף איך נישט מעיד זיין איז באמת פון די מער חשובע בעלי מנגנים. א בל מנגן מיט א חסידישע היימישע טעם, איינער וואס איז דוקא נישט נאכגעגאנגען די גוי'שע גאס מיט זייערע סארט נגונים, נאר זיך געהאלטן צום אלטן, און ארויסגעגעבן איין טעיפ נאכן צווייטן, וואס זענען באמת ווערט לעלות על שלחן מלכים, טעיפס וואס זענען מיט אן אמת אויסגעהאלטן דורכאויס, סיי די ניגונים וואס ער נוצט, סיי די ווערטער וואס ער גראמט.

אנדערשט ווי אדערע בעלי מנגנים וואס האבן גערעדט אדער געשינגען איבער די טעמע וואס די דערמאנטע קען נישט געזאגט ווערן.

טא, דאס וואס איך שרייב זאל בשום אופן נישט געזען ווערן ווי א אנקלאגע אויף דעם בל מנגן, נאר אויף דעם איינעם ניגון, וואס עס איז מיין מיינונג אז עס איז נישט אין פלאץ.

--
אצינד צו די טעמע.

ווי איר פארשטייט שוין, וויל איך זיך באציען צו איין ספעציפישע ניגון אויף איינע פון די נייע סי-די'ס וואס אדרעסירט ווידעראמאל די גאר ערנסטע פראבלעם פון "בחורים" און ישיבות".

עס איז דא אין די וועלט א געדאנק וואס הייסט "פאפיוליזעם". עס איז זיייער אקטועל די טעג, ווען פאליטישע פארשטייער און שרייבער זאגן אז דאנאלד טראמפ האט געווינען די פרעזידענטשאפט פון די פאראייניגטע שטאטן דורך "פאפיוליזעם".

פאפיוליזעם איז ביסוד אז די כח פון די ווירטשאפט דארף ליגן ביי די מענטשן און נישט ביי די עליטע. די כח דארף ליגן ביי די "פאפולאציע" און נישט ביי אפאר הויכראנגיגע אפציעלע באמטע וואס טיען וואס זיי ווילן און טראכטען נישט וואס איז בעסער פאר די מענטשן.

אבער עס האט באקומען א טיפערערע באדייט אין פאליטיק.

עס מיינט היינט אויך, "דאס זאגן וואס די מענטשן ווילן הערן", דאס הייסט שטודירן וואס איז דאס וואס דער עולם וויל יעצט הערן, און מיט דעם ארומארבעטן.

און עס גייט אפילו נאך טיפער, עס איז די געדאנק פון "אויסנוצן די אויפרעגונג פון די מאסן". דאס הייסט כאפן עטליכע טעמעס וואס דער עולם איז זייער אנגעווייטוגט, און ארום ארבעטן מיט דעם, און אזוי אויפטרייבן שטיצע.

עס איז אלס דא אין די גאס, און אין די אידישע גאס פונקט אזוי, געוויסע טעמעס וואס זענען רייף פאר "פאפיוליזעם". עס איז דא צום ביישפיל אין די אידישע גאס בפרט די טעמע פון "דירות"! דאס איז א טעמע וואס איז טיף א ווייטוגליכע צווישן די מענטשן און איז עפעס וואס איז גאר א גוטע פלאטפארמע פאר א "פאפיוליסט".

עס איז דא די טעמע פון "טרעפיק" און "פארקינג". דאס איז מערסטענס אין די מער שטאטישע וואוין ערטער פון היימישע אידן. דאס איז אויך א גאר גוטע טעמע ארויפצוברענגן אויפן טיש אויב וויל מען א העפטיגע זאפטיגע דעבאטע און א היציגע טענעריי.

און אזוי איז דא פילע טעמעס, און א שטארק חשובע צווישן די טעמעס – אפשר פון די סאמע חשובסטע - איז די טעמע פון "ישיבות".

אלע סארטן נקודות איבער ישיבות.

איבער נאר נעמען גוטע בחורים, איבער לערנען צופיל, לערנען צו ווייניג.... לערנען צו לומדיש, לערנען צו אויבנאויפיג.... איבער צו גרויסע ישיבות און איבער צו קליינע ישיבות.... איבער ישיבות ווי מען דארף זיין צו פרי, צו ישיבות וואס מען קומט אהיים צו שפעט.. איבער צו ווינציג בין הזמנים, און צופיל בין הזמנים... בין הזמנים אין אלול, אדער בין הזמנים אין אב.... ישיבות אין די שטאט, ישיבות אינדרויסן פון שטאט... ישיבות אין אמעריקע, און ישיבות אין ארץ ישראל....

אזוי אזוי קען מען אויסרעכענן די פילע טעמעס, און צווישן די חשובסטע פון די טעמעס איבער ישיבות איז דאס "מען ווארפט זיך מיט בחורים"!!

יעדער וואס וויל זיין א מן דאמר... יעדער וואס וויל זיין פאפיולער... יעדער וואס וויל געווינען סימפאטיע פון אנדערע... יעדער וואס וויל אז מען זאל אים אנקוקון ווי א גאנצע חכם און מר ברב אשי... שרייט איבער די שרעקליכע טעמע פון "מען ווארפט בחורים".

און דאס איז אוועק פון די פשוטע מענטשן, פון די קאווע שטיבל און פון די מקווה, און עס איז אריינגעקראכען צווישן די בעלי מנגנים.

אנדערע בעלי מנגני האבן שוין אדרעסירט די טעמע, טייל אין ניגונים, און טייל אין די אזוי פאפיולערע "וואויס-נאוט".

איז די פראגע עטליכע.

צו קען א שניידער וואס איז די בעסטע שניידער אין שטאט קריטיקעירן דעם שוסטער? ער האט א גוטע טענה, ער שרייט אז די שוסטער פארעכט נישט די שוך ריכטיג, ער ווייזט סעמפעלס... אבער צו דאס אז ער איז א גאר גוטער שניידער מאכט אין א מן דאמר אין שוסטעריי?

אז איינער איז א זינגער, און זינגט גראדע זייער גוט, מיינט דאס אטאמאטיש אז יענער קען שוין אריינרעדן אין זאכן וואס זענען הימלגרייכענד, און טיפע קאמפלעצירטע ענינים, פשוט ווייל ער קען האלטן א טאן?

ביסטו שוין אמאל געזעצען אין א ישיבה אפיס און געדארפט מאכן די באשלוסן וואס א ראש ישיבה דארף מאכען יעדן טאג? פארשטייסטו די שוועריקייטן וואס א ישיבה גייט אריבער מיט יעדע בחור עקסטער?

לאמיר עס מאכען נאך פשוטער.
דו בל מנגן ביסט א ביזנעסמאן. דו האסט א געשעפט און א פירמע וואס ערצייגט שפילצייגן. וואלסטו אריינגענומען אין דיין געשעפט אן ארבעטער וואס איז סך הכל אזוי פראבלעמאטיש פאר דיין ביזנעס ווי עס איז יענער בחור פאר די ישיבה?

און אז דו וואלסט געהאט א ארבעטער וואס מאכט דיר פראבלעמען, ער טויג נישט צו די ארבעט, ער מאכט שאדן דורך פארטרייבן קאסטומערס און קאמפאניס פון דיין ביזנעס, ער פארדארבט אנדערע ארבעטער אין די ביזנעס, ארבעטער וואס האבן געארבעט גאר פיין, און אצינד מאכען זיי נישט קיין גוטע ארבעט צוליב די איינפלוס פון די פראבלאמאטישע ארבעטער, וואלסטו יענעם געהאלטן אין די ארבעט?

ווען דו האסט א ארבעטער וואס שטעלט זיך נישט צו צו די "תקנות" פון דיין ביזנעס. ער פארברענגט די צייט, ער שפילט זיך מיטן טעלעפאון דריי פערטל טאג, ער טוט די ארבעט אפשר יוצא צו זיין, ער קומט נישט באצייטענס, ער דרייט זיך ביי די "סנעק מאשין" א האלבן טאג, וואלסטו געהאלטן אזא ארבעטער?
זיכער אז נישט! איז פארוואס פארלאנגסטו אז דער ראש ישיבה זאל יא האלטן אזא בחור?

און דאס רעדט מען נאר פון אייער פרעספעקטיוו, ווי עס קוקט אייך אויס אז יענער בחור מאכט די אלע פראבלעמען, אבער די אמת איז אז עס קען נאך זיין פיל ערגער, נאר די ראש ישיבה ווען מען האלט אים פאר פארוואס ער האט יענעם בחור נישט אנגענומען, אדער גאר ארויסגעווארפן, שוינט ער די כבוד פון דעם באטראפענעם און זיין משפחה, און טראכט יבא חץ בי, זאל מען מיר שעלטן, אבי נישט פארשעמען א צווייטן.

איי וועלן פילע אויפשפרינגען... "ווי קענסטו פארגלייכען א ביזנעס צו א ישיבה"? א ישיבה האט די פארפליכטונג צו אידן צו אידישע נשמות, משא"כ א ביזנעס איז מין פריוואטע אייגענטום.

א ישיבה וואס ווארפט זיך מיט א בחור קען אים אפהארגענען לדורות, ער שפילט זיך מיט נשמות, מיין ביזנעס איז דאך א דבר גשמי.

איז לאמיר אייך פרעגן, צו ווייסט איז אז דער הייליגער רמב"ם זאגט אז אז די גרעסטע צדקה אין די וועלט איז טרעפן פאר א איד א פרנסה? צו ווייסט איר אז צדיקים האבן געזאגט אז היינט איז די גרעסטע מצוה חסד און צדקה, צו ווייסט איר אז די בעל התניא שרייבט אין א בריוו אז דאס וואס מען זאגט "ותלמוד תורה כנגד כולם" איז נישט בזמן הזה הארט פאר משיח, נאר היינט איז די גרעסטע זאך חסד?
נאא? וואס קען זיין א גרעסערע חסד פון האלטן אזא סארט ארבעטער?

און נאך מער. צו דארף איך אייך מסביר זיין וואס מיינט אז איינער פארלירט זיין פרנסה, אדער קען נישט טרעפן קיין פרנסה? וויפיל אידישע נשמות, וויפיל אידישע שטובער ווערן צובראכען יעדן טאג ווייל עס איז נישטא קיין געהעריגע פרנסה?

דורי דורות אידישע נשמות קענען צוגרינד גיין ווייל די ראש המשפחה האט נישט קיין געהעריגע פרנסה, נא, איז נישט ריכטיג צו האלטן די ארבעטער "נישט קיין נק"מ וואס"?

פארוואס אין דיין ביזנעס זיכסטו "נאר מציונים"? פארוואס ווילסטו האבן נאר די בעסטע ארבעטער, און דו מאכסט א אינטערוויו מיט פאטענציעלע ארבעטער זיכסטו נאר "די בעסטע און שענסטע", נאר דער ראש ישיבה טאר נישט?

פארוואס מעגסטו טראכטען "אים זאל א צווייטער אריינעמען אין די ביזנעס" און דער ראש ישיבה טאר נישט אזוי טראכטען?

אויף וועמענס אחריות? אויף וועמענס אחריות גייט דער אינגעמאן ווידער אהיים קומען אן א פרנסה, ווידער שרייען אויף די קינדער פון נערוועזיטעט, ווידער זיך ארום קליגען מיט די בני בית אא"וו, פשוט ווייל "דו ווילסט האבן די בעסטע ביזנעס"....

יעצט איז אזוי, איך פארשטיי אז מען קען די צוויי זאכן נישט צוגלייכען באמת, און מען קען טרעפן חילוקים, און אנדערע וועלן טענה'ן אז עס איז הודו מיט קוש, די נקודה איז נאר געווען איין זאך:

"ווען עס קומט צו דיינע אינטערעסן, פארשטייסטו אז דו האסט צו טאן וואס איז גוט פאר דיר, אויב אזוי פארוואס פארלאנגסטו פון א צווייטן אנדערש"? ווען עס איז דיין אינטערעסן פארגעסטו פון די אלע גרויסע ענינים.. פון יענעמס געפיל, פון די רחמנות, פון די נשמות, נאר יענער דארף יא טראכטן פון דעם?

עס איז דא נאך נקודות אין דעם.
די גאנצע ענין פון "בחורים" איז געווארן אויסער די "פאפיליסטישע" טעמע, און עפעס ווי אסאך האבן געטראפן די פראטפארמע פאר אויפמערקזאמקייט, איז עס אויך געווארן איינע פון די "בעסטע" באשולדיגונגען קעגן דעם "סיסטעם" און איינע פון די בעסטע "תירוצים" פארוואס זיי פירן זיך נישט ווי עס ברויך צו זיין, פון אזעלעכע וואס זענען פאר א געוויסע סיבה ארויסגעפאלן.

און עס איז ווייטער ווי מיט די פאלטיק.

יעדן טאג, יעדע וואך איז דא פרישע "סיבות" פארוואס פרוי קלינטאן האט פארלוירן די וואלן. איין מאל איז שולדיג די רוסן, איינמאל איז שולדיג די עפ-בי-איי, איינמאל איז שולדיג בערני סענדערס, איינמאל איז שולדיג ראסיזעם, איינמאל איז שולדיג די מידיע אא"וו. יעדן טאג נייע תירוצים.

די וואס ווילן באשמוצן דעם היימישן ציבור, די וואס ווילן באשוליגען "יעדעם נאר נישט איך" פאר זייערע דורכפעלער, טרעפן כסדר נייע תירוצים, לויט וואס עס איז יעצט פאפולער.

אמאל איז די "שטרעגע טאטע" געווען די שולד, אמאל א "שטרענגע מלמד" אמאל האט א מלמד געטאן "אזוי און אזוי וד"ל", און דאס איז שולדיג, אמאל לערענט מען נישט גענוג ענגליש, אמאל לערענט מען צופיל אידיש.. אמאל לערענט מען נישט קיין מידות און דיסציפלין.. און א צווייט מאל "צודרוקט מען צופיל" מהאט האלט צופיל דיסציפלין און מען לאזט נישט אביסל לעבן...

איז די "מען ווארפט זיך מיט בחורים" ענין געווארן איינע פון די גאר פאפולערע "תירוצים" אויף אלע פראבלעמען. ווייסט פארוואס יענער איז אזוי און אזוי, ווייסט פארוואס יענער פירט זיך נישט אויף ווי מען ברויך? ווייל מען האט זיך מיט אים געווארפן!

איז איך גיי נישט אריין צו עס איז א אמת, צו עס איז א פוילע תירוץ, צו עס איז טאקע וואס איז די גורם אדער פונקט פארקערט... די נקודה איז, אז די תירוץ ווער "גענוצט" אויף צו באשמוצן דעם היימישן ציבור, און צו גיסן אויל אינעם פייער פון "די סיסטעם טויג נישט" וואס דאן "מען מען שוין טאן אלעס אין די וועלט"...

איז פארדעם, צו נעמען אזא טעמע און עס צושמירן אין פארום פון א ניגון, טוט נאר "אויפרייצן" די טעמע, עס ברענגט אז עס זאל גענוצט ווערן אויך און אפשר נאכמער ווי עס איז נישט מער ווי א תירוץ.

איי וועסטו פרעגן וועמען שטערט דאס? די ענטפער איז זייער פשוט.
די "דריטע געזעץ פון נוטן" זאגט: "פאר יעדע אקציע, איז דא א אייניגע און פארקערטע רעאקציע". דאס מיינט אז ווען מען קלאפט מיט א האמער אויף א נאגל, קלאפט די האמער די נאגל און די נאגל קלאפט צוריק די האמער מיט א אייניגע רעאקציע.

דאס איז איינע פון די גרויסע יסודות אין פיזיק, און פילע זאכן אין די וועלט וואס זענען ערפינדן געווארן אריינגערעכענט די "דזשעט" מאטאר פון א עראפלאן איז געבויט אויף דעם יסוד.

לעניניינו. אויב נעמט מען א טעמע, וואס איז וויירשיינליך צו א געוויסע מאס א ריכטיגע, און מען טוט דאס ארויסווארפן, וועט קומען א אייניגע רעאקציע אויף פארקערט. די ראשי ישיבה און די וואס שטיצן די ווערטשאפט וועלן "צוריקשלאגן" די באשולדיגונג מיט א אייניגע שטארקייט.

במילא, אויב איז די באשולדיגונג א לעגעטימער, עס ווערט נאר ארויסגעלייגט אין פאל ווען עס איז באמת דאס די פראבלעם, און ווערט נאר ארויסגעלייגט אין אזא פארום ווי די פראבלעם ווערט נישט איבערגעטריבן נישט בכמות און נישט באיכות, דאן קען מען האפן אז די רעאקציע וועט זיין א אייניגע! עס וועט קומען א רעאקציע וואס וועט זיין געמאסטן, און אויף א ריכטיגע פארום, און אפשר וועט עפעס קענען געטאן ווערן איבער די פראבלעם.

אבער אויב נוצט מען די טעמע צו אן עקסטרעם, "יעדע פראבלעם" אין שטאט איז שולדיג די פארהאסטע ראשי ישיבה... די פראבלעם פון "זיך ווארפן מיט בחורים" איז "געפערליך", ממש אין "נאצישע פראפארציעס"... וואס וועט זיין די רעאקציע אויף צוריק?

איז אויב אזוי, וואס איז די תכלית פון מאכען פון די טעמע אן ניגון? טוט עס נישט נעמען די טעמע און לייגט עס אריין צווישן "קינדער און בחורים" אנשטאט אויף די ריכטיגע פלאץ ביי די מחנכים און רבנים?

איז דען נישט ווערטער ווי "האבן א נחת רוח" צו זאן "מיר נעמען נישט אייער בחור", פשוט א איבערגעטריבענע אויפרייסערישע וועג פון רעדן פון די פראבלעם, וועט דאס נישט ברענגן א קאנטער אטאקע וואס וועט זיין אין זעלבן מאס, איבערגעטריבן און אויפרייסעריש וואס וועט אזויפיל אפטאן אז מען ווען שוין אפילו נישט קענען רעדן פון דעם, ווייל "דאס איז וואס די שקצים זאגן"?...

דאס איז דאך א קלאסישע "דיפיטינג דע פערפעס" אויב עס איז נאר אמאל געווען אזא זאך.

צוריק א רגע צו די "האבן א נחת רוח" צו זאן "מיר נעמען נישט אייער בחור".

צו האלט איר טאקע אז ראשי ישיבה זענען פשוט שלעכטע מענטשן? מיר ווייסן אז עס שטייט אז איינער וואס איז געבוירן אין משל מאדים זאל ווערן א מוהל אדער א שוחט.. צו איז איינער וואס איז א "שלעכטער" די סגולה ער זאל ווערן א ראש ישיבה?

צו זענען די אלע באשולדיגער שוין אמאל געזעצן פאר "איין טאג" אין די הויזן פון א ראש ישיבה און געדארפט מאכן באשלוסן וואס ער דארף מאכען 365 טאג א יאר?

איך ווייס און איך וועל נישט לייקענען אז עס איז זייער א הייקעלע זאך צו זיין א ראש ישיבה, א מנהל, א מלמד, א מגיד שיעור, א משגיח, אא"וו, און איך אליין נעם טאקע נישט די סארט ארבעט, און איך וואלט נישט רעקאמענדירט פאר קיינעם די סארט ארבעט, אבער צו זאגן אז די וואס טיען עס יא, און די וואס נעמען זיך יא אונטער זענען "פשוט שלעכטע מענטשן"?

די זעלבע פראגע איז דא פאר די וואס זענען כסדר פארנומען האקן באשמוצן און קאמפלעינען אויף אלע עסקנים און אישי ציבור. די אלע מענטשן זענען "שלעכט", "אומפארגנעניש", "קאראפטירט", איינזייטיג", " זעלבסט מיינענדיג" אא"וו און ווייטער.

איי איר שרייבט אז איר רעדט נאר פון "א טייל פון די ראשי ישיבה"? אבער איר וויסט דאך גאנץ גוט, אז אזוי ווי איר אליין זענען דא פילע אנדערע באשולדיגער, און צוזאמען אלע פון אייך, זענען "אלע ראשי ישיבה" די זעלבע! עס איז נישטא איין ראש ישיבה פון די בעסטע ביז די שוואכסטע וואס האט נישט א צאל מענטשן וואס באשולדיגען אין מיטן "זיך ווארפן מיט א בחור".

אויב אזוי, פונקט ווי איר ווילט נישט אז איך – איינער וואס פארשטייט נישט אין אייער ביזנעס - זאל אריינקומען צו אייך אין די ביזנעס, און איך זאל אנהייבן טיילן דעות, און אנהייבן זאגן פאר אייך וויאזוי איר זאלט יא אדער זיך נישט פירן, און ארום גיין צו די קאסטומערס אייך באשמוצן איבער געוויסע הנהגות, אנדרייען די "אינגע" צו ארויסלייגן די באשולדיגונגען אויף די גאס, אא"וו - פונקטליך דאס וואס איר האט געטאן מיט די ראשי ישיבה – פלעין ווייל איך האב געזען דארט עפעס וואס לויט מיין פארשטאנד טויג עס נישט, טוט נישט אט דאס מיט אנדערע.

איך פארשטיי נישט אין אייער ביזנעס, און איר פארשטייט נישט אין זייער ביזנעס. איר טוט וואס איר האלט אין אייער ביזנעס איז ריכטיג, און ער טוט וואס ער האלט אין זיין ביזנעס איז ריכטיג. איר ווילט נישט אז מען זאל אויפרייצן די מאסן קעגן אייער ביזנעס, טוט נישט די זעלבע פאר יענעם. איר ווילט נישט אז א הערה אין אייער ביזנעס זאל קומען אויף א איבערגעטריבענע אופן, און זאל ביי אייך ארויסברענגן בייז בלוט אנשטאט א מחשבה אז "אפשר זאגט יענער עפעס" טוט דאס נישט מיט אנדערע.

מיט דעם ענדיג איך בע"ה, און איך וויל נאכאמאל ארויסברענגן אז דאס איז נישט פערזענליך חלילה, פארקערט איך קוק אייך באמת ארויף אויף אייערע ניגונים אופן הנגינה אא"וו, איך האב גערעדט צו די איין נקודה, ביטע עס נעמען אויף דעם פארום.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2016 9:53 pm
דורך סאדאם חוסעין
גוט מארגען, שמאטע האט זיך אויפגעוועקט, גייסט אונז דערציילן א מעשה?,
איך דארף נאך איין קאפ וואסער,

קודם לייג ארויף די ניגון, נאכדעם קען מען ליינען די ארטיקעל

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2016 9:58 pm
דורך קאטשקע
איך שעץ זייער לכתחילה אריבער אבער מיט די איין נקודה בין איך אינגאנצן מחולק מיט דיר
דו האסט נישט קיין אנונג די מצב פון בחורים און ישיבות

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2016 10:00 pm
דורך שמאטע
סאדאם חוסעין האט געשריבן:גוט מארגען, שמאטע האט זיך אויפגעוועקט, גייסט אונז דערציילן א מעשה?,
איך דארף נאך איין קאפ וואסער,

קודם לייג ארויף די ניגון, נאכדעם קען מען ליינען די ארטיקעל

זעה בילד.
ii_158fb272862cc00d.jpeg
ii_158fb272862cc00d.jpeg (41.23 KiB) געזעהן 4153 מאל

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2016 10:00 pm
דורך Naftule
זייט ווען איז ישיבה א ביזנעס?

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2016 10:02 pm
דורך אויסגערעכנט
חילי דאס מאל קריג איך מיר מיט דיר אלל דע וועי. אז איך וועל האבן נערווען וועל איך שרייבן.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2016 10:05 pm
דורך יהודי
איך צאל געלט פאר די ישיבה צו מאכן מיין בחור פאר א מענטש און נישט פאר יעדע פראבלעם שיקט מען אהיים די בחור

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2016 10:06 pm
דורך פלטיאל
אוטש... חילי האסט עס געלייגט אויף די ראנג פלאץ...

עס איז כאילו דו גייסט אריין אין הארלעם שרייען ״בלו לייווס מעטטער״...

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2016 10:18 pm
דורך מטעמים
גאר גוטע פוינטס און געשריבען מיט טעם.

איינע פון די סיבות פארוואס מען קען די נושא נישט אויסשמועסן איז ווייל מען קען נישט שרייבען קיין נעמען און די אמת קומט נישט ארויס.

דער שרייבער האט אלעמאל די געדאנק פון עס מדמה זיין צו א צווייטע זאך און אזוי ארויס ברענגען זיין פונקט.

האו עבאוט מען איז עס מדמה צו די גרויסע ארגענעזאציעס וואס זיי ריפען צו ברענגען ״עווערנעס״ צו עי על עס אדער קענסער דורעך סטיקערס אדער אנדערע אינטערסאנטע וועגן און דער זינגער דא ברענגט בלויז ״עווערנעס״ צו דעם פראבלעם.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2016 10:18 pm
דורך מה פתאום???
איך האב באמת נישט פארוואס מגיב צו זיין זינט איך קען נישט ערווארטן קיין ענטפער אויף צוריק אבער אפאר קורצע נקודות וועליך יא אריינספרינקלען.

לערנען תורה מיט אידישע קינדער איז אלעמאל געווען און דארף צו זיין א עבודה לשמה. קוק א חילוק צווישן ר' משה גרין און אסאך היינטיגע ראשעשיבעס וואס ווילן טוהן שיינע שידוכים אויפן חשבון פונעם דור, קוק אן די עלטערע תופסי ישיבה וואס האבן געהאט איין מטרה, מחנך זיין א דור דעה. דערמאן זיך פון הרב קאפלמאן, אידן וואס האבן געברענט און געמיינט זייער עבודה כולה לשמה.

אודאי האבן זיי אויך צומאל ארויסגעווארפן א בחור, און ווי דו זאגסט, מיר גייען נישט אריין יעצט אין די עצם שאלה צו ארויסווארפן בחורים איז ריכטיג צו נישט, עס ווענדט זיך וואו, וואס, און ווען. איין זאך איז אבער קלאר, די יונגע דור האט איבערגענומען די ישיבות מיט איין מטרה: "יאך וויל א מוצלח'דיגע ישיבה כדי איך זאל זיין די ראש הישיבה פון א מוצלח'דיגע ישיבה און הייסן א סוקסעספול מענטש און זיין א שיינע איד".

יעצט ווען דער שיינער איד ווארפט ארויס א בחור וואס איז נישט קיין סכנה פאר קיינעם נאר בסך הכל איז ער גראב, ער האט א פיסק, און ער מאכט נישט שענער די פנים פון די ישיבה דאן איז ער א רוצח און ער באלאנגט טאקע אין שפילצייג געשעפט.

נקוט האי כללא בידך: קשוט עצמך ואח"כ קשוט אחרים! איינער וואס האלט א ישיבה פאר זעך און ווארפט פאר זעך איז א רשע.

די ווארפעריי לעצטנס קומט פון די אויבנדערמאנטע טויש, די ישיבה איז מער נישט קיין מקום תורה, עס איז א ביזנעס וואס ברענגט רווחים! די רווחים זענען געלט און כבוד!

בדרך הלצה פאלט מיר יעצט ביי "הקנאה והתאוה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם התורה" די קנאה אויף אנדערע ישיבות פון וואס די ראש ישיבה ליידט, די תאוות השררה וואס ער באזיצט, און די כבוד נאך וואס ער איז רודף, דאס ציעט ארויף די "אדם" דער בינוני בחור, דער פלעינער אדם, מן העולם התורה.

בקיצור דיין טענה ער זאל אנקוקן די ישיבות ווי זיין ביזנעס איז מופרך מעיקרא.

און יא! א מענטש וואס ארבעט פאר די גאנצע שטאט דארף הערן די מיינונגען פון די גאנצע שטאט, די טוי סטאר דארף זיך אויך צושטעלן צו די לעצטע מאדע וואס די קינדער פארלאנגען.

דיסקלעימער, עס איז פשוט אז די רעדע דא איז נישט פון "אלע ישיבות".

ועוד נשאר הרבה בקולמוסי.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2016 10:25 pm
דורך מה פתאום???
און לכתחילה סארי טו דיסעפוינט יו...

דו ביסט אן עקזעמפל פון א פאפוליסט, יעדע מאל א פאפוליסטישע טעמע ווערט הייס שיקסטו אריין אן ארטיקל...

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2016 10:28 pm
דורך היימישער אינגערמאן
מה פתאום??? האט געשריבן:איך האב באמת נישט פארוואס מגיב צו זיין זינט איך קען נישט ערווארטן קיין ענטפער אויף צוריק אבער אפאר קורצע נקודות וועליך יא אריינספרינקלען.

לערנען תורה מיט אידישע קינדער איז אלעמאל געווען און דארף צו זיין א עבודה לשמה. קוק א חילוק צווישן ר' משה גרין און אסאך היינטיגע ראשעשיבעס וואס ווילן טוהן שיינע שידוכים אויפן חשבון פונעם דור, קוק אן די עלטערע תופסי ישיבה וואס האבן געהאט איין מטרה, מחנך זיין א דור דעה. דערמאן זיך פון הרב קאפלמאן, אידן וואס האבן געברענט און געמיינט זייער עבודה כולה לשמה.

...

בקיצור דיין טענה ער זאל אנקוקן די ישיבות ווי זיין ביזנעס איז מופרך מעיקרא.

און יא! א מענטש וואס ארבעט פאר די גאנצע שטאט דארף הערן די מיינונגען פון די גאנצע שטאט, די טוי סטאר דארף זיך אויך צושטעלן צו די לעצטע מאדע וואס די קינדער פארלאנגען.

דיסקלעימער, עס איז פשוט אז די רעדע דא איז נישט פון "אלע ישיבות".

ועוד נשאר הרבה בקולמוסי.


די ישיבה שנארט דאך געלט ווען זיי קויפן און בויען איבער דעם בנין און סתם אזוי ביים יערליכען דינער וכולי, אלס ווייל זיי ארבעטען פארן אייבערשטען, און פארן ציבור. טא אודאי האלט מען זיי אויף א העכערן סטאנדארט.

איך מיין אז ווען איינער זאל ווען האבן א ישיבה און זאגט ווען כלפי תבל ומלואו, איך האב א געשעפט... נישט לשם שמים, ציבור, דינער (אזוי ווי אסך זענען טאקע) העט מען ווען געהאט ווייניגער טענות.

לעצם הענין, ווענד זיך ווי די חמר שטייט אן. און אזוי ווי יעדע זאך, וועט אייביג זיין מענטשען וואס וועלן עס נעמען צןם עקסטרעם אויף ביידע זייטן.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2016 10:29 pm
דורך ווישוואש
געווען אין דער איד לעצטנס א בריוו וועגן איינער וואס האט געהאט א ביזנעס סכסוך מיט'ן אדמיניסטרעיטאר פון זיין זון'ס ישיבה, ער האט אים גערופן צו דין תורה, און אלס נקמה האט יענער ארויסגעווארפן זיין זון, ווען ער איז געגאנגען קאמפלעינען צום מנהל, האט יענער אים געזאגט אז ער קען גארנישט טון, ער האט מורא פאר זיין דזשאב.

ווען די דעסיזשענס זאלן ווערן געמאכט דורך די ראשי ישיבה און מנהלים וואלט געווען א האלבע צרה, זיי ווילן\קענען זיך נישט שלאגן מיט די אפיס\הנהלה גשמית.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2016 10:30 pm
דורך פרוביר אויך
;
מה פתאום??? האט געשריבן:און לכתחילה סארי טו דיסעפוינט יו...

דו ביסט אן עקזעמפל פון א פאפוליסט, יעדע מאל א פאפוליסטישע טעמע ווערט הייס שיקסטו אריין אן ארטיקל...

;l;p- ;l;p- ;l;p-

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2016 10:45 pm
דורך נישט
די נקודה איז זייער ריכטיג

די פראבלעם מיט די ארטיקל איז, צוליב וואס די האסט עס מדמה געווען צו א ביזנעס וועלן עס מענטשן גאר שלעכט אפלערנען...

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2016 10:46 pm
דורך בלעטל
בעל* מנגן

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2016 10:49 pm
דורך בלעטל
מה פתאום??? האט געשריבן:איך האב באמת נישט פארוואס מגיב צו זיין זינט איך קען נישט ערווארטן קיין ענטפער אויף צוריק אבער אפאר קורצע נקודות וועליך יא אריינספרינקלען.

לערנען תורה מיט אידישע קינדער איז אלעמאל געווען און דארף צו זיין א עבודה לשמה. קוק א חילוק צווישן ר' משה גרין און אסאך היינטיגע ראשעשיבעס וואס ווילן טוהן שיינע שידוכים אויפן חשבון פונעם דור, קוק אן די עלטערע תופסי ישיבה וואס האבן געהאט איין מטרה, מחנך זיין א דור דעה. דערמאן זיך פון הרב קאפלמאן, אידן וואס האבן געברענט און געמיינט זייער עבודה כולה לשמה.

אודאי האבן זיי אויך צומאל ארויסגעווארפן א בחור, און ווי דו זאגסט, מיר גייען נישט אריין יעצט אין די עצם שאלה צו ארויסווארפן בחורים איז ריכטיג צו נישט, עס ווענדט זיך וואו, וואס, און ווען. איין זאך איז אבער קלאר, די יונגע דור האט איבערגענומען די ישיבות מיט איין מטרה: "יאך וויל א מוצלח'דיגע ישיבה כדי איך זאל זיין די ראש הישיבה פון א מוצלח'דיגע ישיבה און הייסן א סוקסעספול מענטש און זיין א שיינע איד".

יעצט ווען דער שיינער איד ווארפט ארויס א בחור וואס איז נישט קיין סכנה פאר קיינעם נאר בסך הכל איז ער גראב, ער האט א פיסק, און ער מאכט נישט שענער די פנים פון די ישיבה דאן איז ער א רוצח און ער באלאנגט טאקע אין שפילצייג געשעפט.

נקוט האי כללא בידך: קשוט עצמך ואח"כ קשוט אחרים! איינער וואס האלט א ישיבה פאר זעך און ווארפט פאר זעך איז א רשע.

די ווארפעריי לעצטנס קומט פון די אויבנדערמאנטע טויש, די ישיבה איז מער נישט קיין מקום תורה, עס איז א ביזנעס וואס ברענגט רווחים! די רווחים זענען געלט און כבוד!

בדרך הלצה פאלט מיר יעצט ביי "הקנאה והתאוה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם התורה" די קנאה אויף אנדערע ישיבות פון וואס די ראש ישיבה ליידט, די תאוות השררה וואס ער באזיצט, און די כבוד נאך וואס ער איז רודף, דאס ציעט ארויף די "אדם" דער בינוני בחור, דער פלעינער אדם, מן העולם התורה.

בקיצור דיין טענה ער זאל אנקוקן די ישיבות ווי זיין ביזנעס איז מופרך מעיקרא.

און יא! א מענטש וואס ארבעט פאר די גאנצע שטאט דארף הערן די מיינונגען פון די גאנצע שטאט, די טוי סטאר דארף זיך אויך צושטעלן צו די לעצטע מאדע וואס די קינדער פארלאנגען.

דיסקלעימער, עס איז פשוט אז די רעדע דא איז נישט פון "אלע ישיבות".

ועוד נשאר הרבה בקולמוסי.

איך טרעף מיר דא אויף דיין זייט.
און נאך מער.
לכתחלה אריבער איז מדמה א ישיבה צו א ביזנעס...
איך האף פאר דיר נייעס לכתחלה אריבער, אונזערע זיידעס האבן געפירט ביזנעסער אויך ווי אונזערע זיידעס האבן געפירט ישיבות, איך ווייס אן א שיעור פארצייטישע אידן וואס האבן געהאלטן ארבעטער אזוי ווי דו לייגסט אראפ און טאקע וועגן די סיבות וואס דו לייגסט אראפ.
היו יהודים

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2016 10:54 pm
דורך נא_שכל
לכתחלה פארוואס האסטו באהאלטן דיין רבי רבי מיכאל בער זצ"ל ווען מען דארף אים אזוי שטארק?

האט רבי מיכאל בער געהאט א אויסבליק אויף א ישיבה אזוי ווי דיין ארטיקל?

מוסט נישט אלעמאל זיך אננעמען פאר די סיסטעם!
א סיסטעם באשטייט אויך פון מענטשען, בשר ודם'ס וואס קענען מאכן טעותים.

דיין אהבה און נגיעה צו ערליכקייט, ברענגט אז די זאלסט מחפה זיין אויפן סיסטעם בכל מחיר!

נאר פאר א שטיקל רעפרענץ, אין די די אשכול פון טייבעלע "כ'בעט דיך איבער" האסטו אויך געשריבן אז מ'זאל ח"ו נישט רעדן אויפן מנהל, אבער יעצט האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער מנהל אליינס האט מודה געווען אז ער האט זיך טועה געווען.

די זעלבע זאך איז מיט די ישיבות, ס'זייער מעגליך אז אסאך מאל האבן זיי נישט קיין ברירה לויט די היינטיגע סטאנדארט (הגם דער רבי זי"ע און רבי מיכאל בער זצ"ל וואלט אפילו ביי אזעלכע אופנים אויך נישט ארויסגעווארפען) אבער זייער אסאך מאל איז עס פאר פערזענליכע איגאו'ס אדער פאר די צייטווייליגע גוטע נאמען פון די ישיבה. אויב האט איר א בחור אין א ישיבה ווייסט איר דאס אליינס, כ'בין חושד אז נישט.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2016 10:58 pm
דורך בלעטל
די נקודה פון לכתחלה אריבער דארף זיין איין! דער זינגער איז נישט קיין דעה זאגער אין דעם ענין פיריעד. דאס איז ריכטיג.
די איבריגע נקודות ווי ער נעמט א שטעלונג [בלי להיות בארעכטיגט צו דעה זאגעריי..] איז איבעריג און אויף דעם שפרינגט שוין דער עולם ארויף, מיט ריכטיגע נקודות.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2016 11:00 pm
דורך בלעטל
נא_שכל האט געשריבן:ל
נאר פאר א שטיקל רעפרענץ, אין די די אשכול פון טייבעלע "כ'בעט דיך איבער" האסטו אויך פארפירט אז מ'זאל ח"ו נישט רעדן אויפן מנהל, אבער היינט האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער מנהל אליינס האט מודה געווען אז ער האט זיך טועה געווען.

.

ביטע א לינק צו די אשכול

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2016 11:02 pm
דורך מה פתאום???
בלעטל האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:ל
נאר פאר א שטיקל רעפרענץ, אין די די אשכול פון טייבעלע "כ'בעט דיך איבער" האסטו אויך פארפירט אז מ'זאל ח"ו נישט רעדן אויפן מנהל, אבער היינט האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער מנהל אליינס האט מודה געווען אז ער האט זיך טועה געווען.

.

ביטע א לינק צו די אשכול

viewtopic.php?f=3&t=20356 ליין די לעצטע בלאט אויך.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2016 11:05 pm
דורך נא_שכל
בלעטל האט געשריבן:די נקודה פון לכתחלה אריבער דארף זיין איין! דער זינגער איז נישט קיין דעה זאגער אין דעם ענין פיריעד. דאס איז ריכטיג.

פון איין זייט איז עס א ריכטיגע נקודה.

אבער פון די אנדערע זייט איז עס ליידער אזא פראבלעם און סתם א עמך איד וואס ער אדער זיינס א נאנטע האבן די פראבלעם האבן נישט וואס צוטון דערוועגן, זיי שעמען זיך צו שרייען און אפילו זיי שרייען יא פאלט עס אויף טויבע אויערן, ממילא אויב קומט איינער - א ערליכע זינגער און ברענגט ארויף דער פראבלעם פארן ציבור און ס'מאכט א התעוררות ביים עולם, אולי ואולי וועט עס עפעס אויפטון, מ'וועט האלטן צוויי בחורים מער אין ישיבה, האט זיך שוין געלוינט. כעין אזוי ווי די וואס פארטיידיגן טיילן שומרים קארטלך פאר קינדער הגם ביי אונזער פאל איז עס סאך מער אויסגעהאלטן.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2016 11:08 pm
דורך בלעטל
ייש"כ פארן לינק

מ'קען מגיב זיין איבער 'ערליכע זינגער' כמובן איז דא נישט דאס פלאץ.
אבער, אם כדבריך, מוז איך ארויסשרייבן.. איה"נ א פשוטע איד.. יא, אבער זינגערס בכלליות זענען די שוואכסטע, און לו יהא ס'מאכט זיך אמאל נישט אזא שוואכער דארט על הכלל כולו יצא אז די חברה האט מען זיכער נישט געפרעגט.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2016 11:19 pm
דורך אינטערגעציפט
ער קוקט אויס ווי איינער פון די ראשי ישיבה

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2016 11:36 pm
דורך פאטאקי08
א נייע מעשה דאס
ערהאצעך אפגעשטעלט ביי 19999 און ער ברענגט מיר אהער ארטיקלן מיט שלוחים.. נאו נאו!
לכתחילה אז איר ווילט מען זאל ליינען זייט מוחל שרייבט עס אליין...