א געטומל און א געשריי, עס טוט זיך א "בחורים ווארפעריי" - (דורך: "לכתחילה אריבער")

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך דעצמבער 14, 2016 6:26 pm

שטיגליץ האט געשריבן:
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:מיינסט צו זאגן אז אנדערש ווי א ביזנעס וואס בעט פול פרייז אויף יעדע אייטעם מילא דארף ער נישט מאכן קיין אפיל VS מוסדות און ישיבות וואס בעטן ווייט פון פול פרייז און די חברי הנהלה לויפן ארום ווי שנארער'ס צו קענען דעקן דעם בודזשעט

ניין, ווען די געשעפט קאווערט זיך נישט פארמאכט מען עס, משא"כ דער מנכ'ל הישיבה פאדערט פונעם עולם שטיצע ווייל ער איז דאך הקב"ה'ס שליח אויפן עולם השפל צו לערנען תורה מיט אידישע קינדער

ישיבות פארמאכן זיך סך מער ווי ביזנעסער, וועגן מאנגל אין געלט

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך דעצמבער 14, 2016 6:28 pm

בלעטל האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:
מה פתאום??? האט געשריבן:ווען די אטאקע בארואיגט זיך וואלט געפאסט צו ענטפערן נארמאל.

נישטא וואס צו ענטפערן, ס'יז א נארישע טענה
דער מגיד שיעור איז דיר גארנישט שילדיג, ער קריגט קוים געהאלט באצאלט צו לערנען מיט געהעריגע בחורים, ער קריגט נישט קיין פעני עקסטער באצאלט זיך אפציגעבן מיט טראבל מעיקערס, יו גאט וואט יו פעי, סימפל,
ער איז נישט דערפאר קיין רשע מרושע, און ער איז גארנישט שולדיג פאר ר' יונתן שווארץ אז ער זאל עם באזינגען אין די גאסן
דער מנהל קען דיר פונקט אזוי אויס זינגען א קיתון של שופכין אויף דעם טראבל מעיקער בחור'ל, וואס האלט אז די גאנצע וועלט איז עם שולדיג נאר נישט ער אליינס
איך שרייב עס ביודעי ומכירי קאמינא, כ'האלט מיט די סיטואציע פון דער נאנט, איך האב מער ווי איין בחור אין ישיבה, און קרובים מגידי שיעור אין גרויסע ישיבות גדולות......

און צו אייך הרב 'מה פתאום'
קודם ענטפער מיר וואס איך האב פריער דא געפרעגט, איר האט ציגעצייכנט צו הרב קאפלמאן, דו ווייסט אז הרב קופלמאן האט יעדן זמן געטראסקעט בחורים!!! אויב ווייסטו נישט פרעג זיך נאך ביי די לוצערנע תלמידים, אוי זענען בחורים דארט געפלויגן....

און לגופו של דבר
עס האט זיך דעם זמן געעפנט א ישיבה 'שביל התורה' אין וומבס"ג פאר בחורים וואס עלטערן זיך און געפונען מער נישט זייער פלאץ אין ישיבה,
קען איך גוט סיי דעם מייסד שליט"א און דעם ראש ישיבה שליט"א
די ישיבה האט כהיום א גרויס סוקסעס ב"ה, עס האט די שטיצע פון ביידע סאטמארע פראקציעס, סיי פון קווינס און סיי פון קרית יואל
אלזא אלע וואס וויינען און קלאגן איבער ווארפן בחורים, האבן עפעס א שטיקל סעלושאן ב"ה.....

דער מגיד שיעור איז אונז טאקע גארנישט שולדיג, ער איז שולדיג דעם פאר וועם ער ארבעט, ער ארבעט פארן אייבערשטן, מיט זיינע קינדער, ארור עושה מלאכת ה' ברמיה.
דאס איז נישט קיין פלאץ וואו מען באקומט אויפן שעה פארן פאקן באקסעס, מ'טאר קוים בעטן געלט ווען נישט שכר בטלה ועוד, וועגן מה אני בחנם, ווען ער ווארפט א בחור ווייל ער האלט נישט ביים זיך מוטשען און ס'אינטערעסירט אים נישט, את הנפש הוא חובל, איז ער א עושה מלאכת ה' ברמי' און ער זאל זיך אפזאגן פון זיין ארבעט און צולאזן אידן וואס האבן א הארץ און געפיל צו העלפן די קינדער פון אייבערשטן.

וואס שרייסטו אזוי?, מען לאזט אייך גערן צו, איר קענט זיך ארויף שארצן די ארבל און קעיר נעמען פון אלע ארויס געפאלענע בחורים, איר קענט עפענען א ישיבה, איר קענט שוויצן דערפאר, געגאנגען!
האלאו? וואו זענט איר? פארוואס זענט איר נישט מחויב צו ארבעטן אויף די בחורים, העלפן די קינדער פון אויבערשטן?, פארוואס איז דער מגי"ש מער בתורת ערבות אויף זיי ווי דו? דו [אדער דער זינגער] האסט דען אין דיין לעבן א פינגער אין קאלט וואסער אריינגעלייגט צו העלפן א בחור? דער מגיד שיעור אפשר יא!
עס שרייבט זיך זייער גרינג, 'רשעים' 'עושי מלאכת ה' ברמיה' וכו' וכו', אבער דער אמת איז, אז בחורים זענען א שווער פאלק!!, אייביג געוועזן און היינט נאך מער, עס איז בכלל נישט גרינג קעיר צו נעמען פון זיי, עס נאגט אויס די כוחות, זיין א מנהל פאר בחורים איז פון די סאמע שווערסטע ארבעט וואס איז נאר פארהאן אין פעלד פון חינוך, פון די מינוט וואס מען נעמט אן דעם דזשאב איז מען שוין אויטאמאטיש דער 'רשע' פון שטאט.........
נון אז עס האנדלט זיך פון קשי עורף, אזעלכע וואס מען דארף גאל עסן מיט זיי, נעוואדע האט קיינער נישט קיין אפעטיט זיך צו ספראווען מיט זיי,
לעצט פאראכטן דורך ראספשע אום מיטוואך דעצמבער 14, 2016 6:36 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1509
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מיטוואך דעצמבער 14, 2016 6:33 pm

איך האב גארנישט געשריגן, מיינסט אז ווייל דו שרייסט שרייט יעדער??..
נישט איך און נישט דער מגיד שיעור וואס ווארפט זענען געמאכט פאר דעם.. און ווער עס איז נישט געמאכט טאר נישט שטיין דארט. אפגעזען וויפיל פינגערס ליגן אים אין קאלט וואסער.
ס'דא אידן וואס קענען יא, און אז די אלע זעלבסטדינערס וועלן שטיין אין די זייט, וועט זיין פלאץ פאר די, ביז דער עולם התיקון וועט אנקומען אבער.. זאלן זיי סתם מורא האבן זיך צו שפילן מיט אידן וועגן טאטעס פארפירן

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך דעצמבער 14, 2016 6:38 pm

איך ווייס נישט וועלכע אידן דו קענסט 'וואס קענען יא'
א 'מנהל פאר בחורים' איז פון די שווערסטע דזשאב'ס וואס איז פארהאן!!!
גיי אינטרעסיר דיך וויפיל בעלנים עס זענען דא פאר די דזשאב
איך האב מיטגעהאלטן ווי מען האט געזוכט איינעם פאר אזא דזשאב, מען האט געמוטשטעט און געבעטן, דעם און יענעם, עס איז נישט געגאנגען, קיינער האט זיך נישט ציגעכאפט דערצי.....
פון די רגע וואס מען נעמט אן דעם דזשאב, איז מען דאך שוין אויטאמאטיש דער 'רשע' פון שטאט........

איך שרייב איבער וואס כ'האב ציגעלייגט צו מיין תגובה:
עס שרייבט זיך זייער גרינג, 'רשעים' 'עושי מלאכת ה' ברמיה' וכו' וכו', אבער דער אמת איז, אז בחורים זענען א שווער פאלק!!, אייביג געוועזן און היינט נאך מער, עס איז בכלל נישט גרינג קעיר צו נעמען פון זיי, עס נאגט אויס די כוחות, זיין א מנהל פאר בחורים איז פון די סאמע שווערסטע ארבעט וואס איז נאר פארהאן אין פעלד פון חינוך, פון די מינוט וואס מען נעמט אן דעם דזשאב איז מען שוין אויטאמאטיש דער 'רשע' פון שטאט.........
נון אז עס האנדלט זיך פון קשי עורף, אזעלכע וואס מען דארף גאל עסן מיט זיי, נעוואדע האט קיינער נישט קיין אפעטיט זיך צו ספראווען מיט זיי,

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מיטוואך דעצמבער 14, 2016 6:39 pm

ראספשע האט געשריבן:
מה פתאום??? האט געשריבן:ווען די אטאקע בארואיגט זיך וואלט געפאסט צו ענטפערן נארמאל.

נישטא וואס צו ענטפערן, ס'יז א נארישע טענה
דער מגיד שיעור איז דיר גארנישט שילדיג, ער קריגט קוים געהאלט באצאלט צו לערנען מיט געהעריגע בחורים, ער קריגט נישט קיין פעני עקסטער באצאלט זיך אפציגעבן מיט טראבל מעיקערס, יו גאט וואט יו פעי, סימפל,
ער איז נישט דערפאר קיין רשע מרושע, און ער איז גארנישט שולדיג פאר ר' יונתן שווארץ אז ער זאל עם באזינגען אין די גאסן
דער מנהל קען דיר פונקט אזוי אויס זינגען א קיתון של שופכין אויף דעם טראבל מעיקער בחור'ל, וואס האלט אז די גאנצע וועלט איז עם שולדיג נאר נישט ער אליינס
איך שרייב עס ביודעי ומכירי קאמינא, כ'האלט מיט די סיטואציע פון דער נאנט, איך האב מער ווי איין בחור אין ישיבה, און קרובים מגידי שיעור אין גרויסע ישיבות גדולות......

און צו אייך הרב 'מה פתאום'
קודם ענטפער מיר וואס איך האב פריער דא געפרעגט, איר האט ציגעצייכנט צו הרב קאפלמאן, דו ווייסט אז הרב קופלמאן האט יעדן זמן געטראסקעט בחורים!!! אויב ווייסטו נישט פרעג זיך נאך ביי די לוצערנע תלמידים, אוי זענען בחורים דארט געפלויגן....

און לגופו של דבר
עס האט זיך דעם זמן געעפנט א ישיבה 'שביל התורה' אין וומבס"ג פאר בחורים וואס עלטערן זיך און געפונען מער נישט זייער פלאץ אין ישיבה,
קען איך גוט סיי דעם מייסד שליט"א און דעם ראש ישיבה שליט"א
די ישיבה האט כהיום א גרויס סוקסעס ב"ה, עס האט די שטיצע פון ביידע סאטמארע פראקציעס, סיי פון קווינס און סיי פון קרית יואל
אלזא אלע וואס וויינען און קלאגן איבער ווארפן בחורים, האבן עפעס א שטיקל סעלושאן ב"ה.....

אקעי.

קודם די טאן נידערט ביטע.

דאס אז די מגי"ש באקומט פעניס האסטו פריער געזאגט. און איך האב געענטפערט אז מ'רייסט זיך פאר די אמט און ער איז א בר מזל פארן עס באקומען, זאל ער טוהן דיארבעט בשלימות און נישט ניצן זיין שטלע נאר פאר די געשמאקע חלק דערפון.

לגבי רב קאפלמאן האב איך נישט געשפירט פאר וויכטיג צו ענטפערן זינט דו האסט נישט ציטירט מיין גאנצע תגובה און ביי די אויסגעלאזטע חלק ווערט עס הערליך מבואר.

שביל התורה קומט נישט דא אריין. ענטפער אויף וואס מ'פרעגט ביטע.

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך דעצמבער 14, 2016 6:44 pm

צי ער טוט זיין דשאב בשלימות צו נישט, האט ער פאר דעם א סופערווייזער וואס הייסט 'מנהל',

וויפיל איך ווייס נעמט מען נישט אויף קיין מגיד שיעור אויף 'ספעישל עדיוקעישאן' פאר טראבלד בחורים, א מגיד שיעור דארף דאס נישט קענען, והא ראיה מען צאלט עם נישט פאר אזא סארט ארבעט
מען צאלט עם פאר 'סטענדערד מגיד שיעור דזשאב' און דאס דארף ער טון און נישט מער, צי ער איז יא א בר מזל פארן קריגן דעם דזשאב אדער נישט

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מיטוואך דעצמבער 14, 2016 6:47 pm

האלאו נעם טיילענאל. דו שפרינגסט פון איין זאך צום צווייטן ווי א מאסן מערדער...

די שמועס האצעך אנגעהויבן מיט דעם:

ראספשע האט געשריבן:
שטיגליץ האט געשריבן:ווען מיין גראסערי גייט מאכן א דינער וואו מען קען איינקויפן די געוואלדיגע זכות פון צושטעלן קארן פלעיקס פאר אידן (פאר באצאלט שטייצעך ) וועל איך פארשטיין די צושטעל פון ביזנעס צו ישיבות

לשיטתך, האלסטו א ודאי אז א מגיד שיעור'ס וועידזש איז מסתמא דאפלט ווי דער עוורידזש רעדזשיסטער ארבעטער אין גראסערי, איז דאך נישט מער ווי רעכט אז ער זאל דאפלט ארבעטן אויף דיין בחור, איא? האב איך גוט פארשטאנען?
טאמער יא, דאן זיי מוחל טשעק די פאקטן קודם....

האב איך געענטפערט אז ער באקומט באצאלט פונקט ווי דער רעדשיסטער ארבעטער זינט א חלק פון זיין וועידש איז כבוד. והראיה אז מ'רייסט זיך פאר די דשאב.

יעצט קומט אויס אז עס איז ווייטער דא די זעלבע ריווח ווי א ביזנעס און דאך מאכט מען דינערס.

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך דעצמבער 14, 2016 6:49 pm

איך האב דיר געענטפערט אויף אלעס וואס דו פרעגסט, וואס זאל איך טוהן אז דו ליינסט מיינע תגובות מיט פזר'ס און אזלא גרש'ס

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1509
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מיטוואך דעצמבער 14, 2016 6:56 pm

ראספשע האט געשריבן:איך ווייס נישט וועלכע אידן דו קענסט 'וואס קענען יא'
א 'מנהל פאר בחורים' איז פון די שווערסטע דזשאב'ס וואס איז פארהאן!!!
גיי אינטרעסיר דיך וויפיל בעלנים עס זענען דא פאר די דזשאב
איך האב מיטגעהאלטן ווי מען האט געזוכט איינעם פאר אזא דזשאב, מען האט געמוטשטעט און געבעטן, דעם און יענעם, עס איז נישט געגאנגען, קיינער האט זיך נישט ציגעכאפט דערצי.....
פון די רגע וואס מען נעמט אן דעם דזשאב, איז מען דאך שוין אויטאמאטיש דער 'רשע' פון שטאט........

איך שרייב איבער וואס כ'האב ציגעלייגט צו מיין תגובה:
עס שרייבט זיך זייער גרינג, 'רשעים' 'עושי מלאכת ה' ברמיה' וכו' וכו', אבער דער אמת איז, אז בחורים זענען א שווער פאלק!!, אייביג געוועזן און היינט נאך מער, עס איז בכלל נישט גרינג קעיר צו נעמען פון זיי, עס נאגט אויס די כוחות, זיין א מנהל פאר בחורים איז פון די סאמע שווערסטע ארבעט וואס איז נאר פארהאן אין פעלד פון חינוך, פון די מינוט וואס מען נעמט אן דעם דזשאב איז מען שוין אויטאמאטיש דער 'רשע' פון שטאט.........
נון אז עס האנדלט זיך פון קשי עורף, אזעלכע וואס מען דארף גאל עסן מיט זיי, נעוואדע האט קיינער נישט קיין אפעטיט זיך צו ספראווען מיט זיי,

סך הכל פון דיין תגובה.
איינס, אז א מגיד שיעור איז עפעס וואס קיינער וויל נישט ווערן, קיין שום נארמאלער כאפט זיך נישט דערצו, אויטאמאטיש קומט אויס אז די שוואכסטע וואס האלטן ביי גארנישט נעמען עס.
צווייטנס, אז א בחור איז א שווער פאלק, זיין א מנהל פאר זיי נאגט אויס כוחות און איז פון די סאמע שווערסטע דזשאבס, מ'דארף עסן גאל מיט די קשי עורף.

סאו די שווערסטע ארבעט פאר די שוואכסטע ארבעטער. שיין דערלעבט. און דו פארשטייסט ניטאמאל וואס מ'רעדט דא.

באמת, איז ביידע חלקים הבלים, בחורים זענען וואוילע און פיינע, מ'קען פיין ארבעטן מיט די אינגע תמימות'דיגע נשמות אויב מ'האלט נאר דערביי מיט אן אמת

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך דעצמבער 14, 2016 6:57 pm

הרב בלעטל, איר טוט אדער איר האט געטון אין חינוך? אדער קענט איר זיך מיט איינעם אין דעם פעלד?

[איך האב בכלל נישט געשריבן די ווערטער 'אויטאמטיש קומט אויס אז די שוואכסטע וואס האלטן נישט ביי גארנישט נעמען עס' - דאס האסטו מוסיף געווען מדילך, כאוות נפשך הטהורה, וואלסט געקענט ביישטיין....., איך האלט בכלל נישט אז די וועלכע זענען אויף די פאזיציעס זענען 'די שוואכסטע'....
אויך האב איך נישט געשריבן 'א מגיד שיעור איז עפעס וואס קיינער וויל נישט הערן', דאס האסטו בכוונה פארדרייט, איך האב געשריבן 'א מנהל' וויל קיינער נישט ווערן, ויחי ההבדל]

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

אנקעטע צו דארף מען פארציילן די אמת פאר די עלטערן

תגובהדורך אלט מאנרא » מיטוואך דעצמבער 14, 2016 7:03 pm

ווי איך פארשטיי קימט די גאנצע זאך אז די ראשי ישיבות ווארפן זיך ארום מיט די בחרים, נעמט זיך פון דעם ווייל מען פארציילט נישט פאר די עלטערן די ריכטיגע סיבה פארן ווארפן וואלט איך געמאכט אן אנקעטע וואס דער עולם האלט, צי איז עס גערעכט און מען זאל נישט פארציילן, אדער זאל מען זיין אויפריכטיג מיט די עלטערן און זיי אלעס פארציילן,
נו וואס האלט דער עולם?
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

מעלות
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 30, 2014 6:17 pm

תגובהדורך מעלות » מיטוואך דעצמבער 14, 2016 7:06 pm

וואס דא גייט פאר!!!
עס זעהט אויס ווי רוסישע העקערס האבן זיך אריינגעכאפט אין מה פתאום'ס אקאונט! דאס שטימט בכלל נישט מיט די הערליכע טיפע באשרייבונג "יא די ביסט א עקסטרעמיסט"
נ.ב. וועגן בחורים אין ישיבות האב איך אסאך צו זאגן, איך האב פשוט נישט די צייט דערפאר, אזויפיל קען איך זאגן אז ארויסצוווארפן און אריינצונעמען בחורים דארף מען זיין אין די זעכציגער יארן און האבן אלע סארט קינדער, און ציטערן פון א עבירה און זיין א יר"ש מרבים וואס ווייסט די שויות פון א אידישע נשמה און פארשטייט די צער השכינה ואס איז דא ווען מ'פארפלעקט עס דאס איז נאר איין קליינע נקודה

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מיטוואך דעצמבער 14, 2016 7:12 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:ווי איך פארשטיי קימט די גאנצע זאך אז די ראשי ישיבות ווארפן זיך ארום מיט די בחרים, נעמט זיך פון דעם ווייל מען פארציילט נישט פאר די עלטערן די ריכטיגע סיבה פארן ווארפן וואלט איך געמאכט אן אנקעטע וואס דער עולם האלט, צי איז עס גערעכט און מען זאל נישט פארציילן, אדער זאל מען זיין אויפריכטיג מיט די עלטערן און זיי אלעס פארציילן,
נו וואס האלט דער עולם?

ביטע נאר איינער וואס איז שוין א טאטע פון קינדער זאל ענטפערן
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מיטוואך דעצמבער 14, 2016 7:18 pm

מעלות האט געשריבן:וואס דא גייט פאר!!!
עס זעהט אויס ווי רוסישע העקערס האבן זיך אריינגעכאפט אין מה פתאום'ס אקאונט! דאס שטימט בכלל נישט מיט די הערליכע טיפע באשרייבונג "יא די ביסט א עקסטרעמיסט"
נ.ב. וועגן בחורים אין ישיבות האב איך אסאך צו זאגן, איך האב פשוט נישט די צייט דערפאר, אזויפיל קען איך זאגן אז ארויסצוווארפן און אריינצונעמען בחורים דארף מען זיין אין די זעכציגער יארן און האבן אלע סארט קינדער, און ציטערן פון א עבירה און זיין א יר"ש מרבים וואס ווייסט די שויות פון א אידישע נשמה און פארשטייט די צער השכינה ואס איז דא ווען מ'פארפלעקט עס דאס איז נאר איין קליינע נקודה

כאפ איך נישט די קו הדמיון.

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1509
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מיטוואך דעצמבער 14, 2016 7:21 pm

ראספשע האט געשריבן:הרב בלעטל, איר טוט אדער איר האט געטון אין חינוך? אדער קענט איר זיך מיט איינעם אין דעם פעלד?

[איך האב בכלל נישט געשריבן די ווערטער 'אויטאמטיש קומט אויס אז די שוואכסטע וואס האלטן נישט ביי גארנישט נעמען עס' - דאס האסטו מוסיף געווען מדילך, כאוות נפשך הטהורה, וואלסט געקענט ביישטיין....., איך האלט בכלל נישט אז די וועלכע זענען אויף די פאזיציעס זענען 'די שוואכסטע'....
אויך האב איך נישט געשריבן 'א מגיד שיעור איז עפעס וואס קיינער וויל נישט הערן', דאס האסטו בכוונה פארדרייט, איך האב געשריבן 'א מנהל' וויל קיינער נישט ווערן, ויחי ההבדל]

איך טו אין חינוך גראדע איך בין מחנך א גאנצע שטוב, חוץ אויב דו מיינסט אז טון מיינט האבן לייסענס און א דעגרי פון א קאלעדזש..
אבער איך טו אויך אין היסטאריע, און איך ווייס וויאזוי אמאליגע מנהלים האבן זיך אויפגעפירט.

מגיד שיעור מיט מנהל האב איך פארטוישט, אבער די איבריגע איז א סך הכל פון דיין תגובה, דו ווילסט ארויסברענגען אז ס'איז א שווערע דזשאב און בארעכטיגן זייער ווארפעריי און דו כאפסט נישט אז דו שפילסט אריין אין די האנט פון שונא פון ווער ס'באקומט די דזשאב.

אבער ווי א צווייטער ניק האט דא געשריבן אז מ'דארף זיין אין די זעכציגער יארן.. ער זאגט אזוי גוט, איינע פון די גרויסע סיבות צום ניי געווארענעם פראבלעם איז די מזלזל זיין איבעראל און ביי ישיבות אויך אין די מעלה פון אמאליגע און עלטערע, סיי זייער עקספיריענס און סיי זייער מסורה, דאס איז ביים נייעם דור געווארן א געוואלדיגע זלזול אין די אידן, ווייל די אלטע האבן נישט פארשטאנען, זיי זענען נישט געגאנגען צו קורסעס און נישט געליינט קיין בוקס, די אינגע פארלוירענע אינגעלייט ווארפן זיך ארום פון פארלוירנקייט ווייל דער בחור מאכט ממש חרוב די ישיבה אז ער קומט נישט פארטאגס און ער קען נישט הענדלן די זאך, אמאל ווען עלטערע באזעסענע און מער עקספיריענסד אידן מיט הוראות פון גדולי ישראל האבן געפירט די זאך, האבן ניטאמאל גע'חלומ'ט פון מעביר זיין עכטע שווערע בחורים וואס האבן געמאכט יעדן טאג טראבל. ס'איז נישט געקומען אויפן געדאנק, די אלע מעשיות פון אמאל וואס די גדולים האבן נישט געלאזט ווארפן זענען געווען עכטע עכטע שווערע פראבלעמען, און אזעלכע פראבלעמען וואלט איך עכט נישט געקענט האבן טענות היינט, ס'איז פארט נישטא די גדולים מיט אחריות פון אזעלכע פעלער, אבער אפילו דארט האט מען פרובירט צו העלפן שווערע פראבלעמאטישע בחורים וואס האבן געמאכט שאדן, און ווייסט וויפיל שטובער היינט זענען הערליכע פירות פון אזעלכע סארט בחורים, כידוע ליודעים. אבער דער עולם וואס מ'רעדט דא איז פון שטותים והבלים ממש שוואכע כשרונות, שוואכע שטובער, אביסל א פוילער, איינער וואס מאכט ווערטלעך וכו' וכו', וואס ער האט שוין פארלוירן דעם חן בעיני המנהל און געהער נישט אין זיינע ד' אמות.
וואו נעמט מען א יונה לאנדא

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2898
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » מיטוואך דעצמבער 14, 2016 7:21 pm

אויב פארציילן זיי נישט די אמת פארוואס זאל א טאטע נישט האבן קיין טענות ?
א פשוטע איד.

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » מיטוואך דעצמבער 14, 2016 7:23 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:ווי איך פארשטיי קימט די גאנצע זאך אז די ראשי ישיבות ווארפן זיך ארום מיט די בחרים, נעמט זיך פון דעם ווייל מען פארציילט נישט פאר די עלטערן די ריכטיגע סיבה פארן ווארפן וואלט איך געמאכט אן אנקעטע וואס דער עולם האלט, צי איז עס גערעכט און מען זאל נישט פארציילן, אדער זאל מען זיין אויפריכטיג מיט די עלטערן און זיי אלעס פארציילן,
נו וואס האלט דער עולם?

ביטע נאר איינער וואס איז שוין א טאטע פון קינדער זאל ענטפערן

דיין פראגע איז בעצם ווען מען כאפט עם די ערשטע מאל ווען מען ווארפט עם שוין איז שוין צו שפעט.

ווי לאנג מען גייט ארום די שורות און מען רופט עם נישט ביים נאמען איז נישט שייך דיבעטירן די נושא.

איך פארשטיי עס איז אביסל שווער צו אדרעסירן די נושא דא קלאר מחמת תקנות המקום.

אבער בכלליות ווען די מגידי שיעורים וואלטן געהאט געדולט מחנך צו זיין מיט אהבה וואלט מען נישט צוגעקומען צו ווארפן.
במס' בבא מציעא דוכט זיך איז מבואר די מעשה מיט בנו של ר' אלעזר בר' שמעון בר יוחאי ווי ער איז געווען די טראבל מעיקר פון די שטאט בקיצור אן אמורא דוכט זיך ר"א איז אנגעקומען אין שטאט און געהערט פון די חברה מאן וועלנדיג עם צוריק ברענגן האט ער עם געשטעלט אלס א מורה הוראה אין שטאט און עם זייער מקרב געווען ביז ער איז אויפגעוואקסן אן אמורא.
א'מונה ב'טחון ג'עלט

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך דעצמבער 14, 2016 7:25 pm

בלעטל
דאס וואס דו ביזט מחנך דיין שטוב, געזונטערהייט, אבער ס'מיינט נישט אז די האסט די מינדעסטע אנונג איבער חינוך פון בחורים, בפרט עלטערע בחורים

[ביטע זיי נישט מזכיר קיין נעמען, ווייל דער נאמען וואס דו האסט דערמאנט, האב איך אויך צי ענטפערן, ואיני יכול מחמת תקנת המקום]
לעצט פאראכטן דורך ראספשע אום מיטוואך דעצמבער 14, 2016 7:26 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1509
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מיטוואך דעצמבער 14, 2016 7:26 pm

די מעשה וואס איז געשטאנען דא פריער וועגן דער וואס האט געוויזן תמונות למשל.
וואס איז אז א קינד האט א יצר, איז נישטא קיין האפענונג פאר אזא קינד ? אווער פארטיג? מ'קען שרייבן גראד פה נטמן.
קען מען נישט מחנך זיין א קינד צו יראת שמים דורך רעדן צו זיין הארץ, דורך שלאגן וכדומה.
ס'איז גאר זעלטן ווען גארנישט העלפט נישט פאר א קינד, פרובירן דארף מען זיכער.
אנשטאט, אה דער קינד איז א מושחת און משחית מ'דארף אים ווארפן אונטערן באס, און פארשטייט זיך אז ער איז נאך היינט א בחור וואס היט אפשר עפעס, וויאזוי וואלט זיך אזא מעשה געענדיגט אין תשכ"ב ??

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2898
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » מיטוואך דעצמבער 14, 2016 7:27 pm

און די פראבלעם האט זיך ערגעץ אנגעהויבן .ער איז נישט געבוירן געווארן מיט די תמונות און די הענט
א פשוטע איד.

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך דעצמבער 14, 2016 7:28 pm

בלעטל האט געשריבן:די מעשה וואס איז געשטאנען דא פריער וועגן דער וואס האט געוויזן תמונות למשל.
וואס איז אז א קינד האט א יצר, איז נישטא קיין האפענונג פאר אזא קינד ? אווער פארטיג? מ'קען שרייבן גראד פה נטמן.
קען מען נישט מחנך זיין א קינד צו יראת שמים דורך רעדן צו זיין הארץ, דורך שלאגן וכדומה.
ס'איז גאר זעלטן ווען גארנישט העלפט נישט פאר א קינד, פרובירן דארף מען זיכער.
אנשטאט, אה דער קינד איז א מושחת און משחית מ'דארף אים ווארפן אונטערן באס, און פארשטייט זיך אז ער איז נאך היינט א בחור וואס היט אפשר עפעס, וויאזוי וואלט זיך אזא מעשה געענדיגט אין תשכ"ב ??

לאמיר הערן, וואס וואלסטו געוואלט מען זאל טוהן, כ'מיין א מגי"ש וואס האט א משפחה און א פול טיים דזשאב, זאל מקדיש זיין כל כוחו ואונו ועתו וזמנו, צו רעדן? שלאגן? א גרויסן בחור???????, דו ווייסט וואס הייסט שלאגן א בחור??????
אפשר דארף מען עם געבן א לאלי?, אז דער בחור דארף שוין 'פראפעשינעל' העלפ, איז דער מגי"ש בכלל נישט קיין אדרעס פאר דעם, ס'יז בכלל נישט אין די ראמען פון זיין דזשאב
לעצט פאראכטן דורך ראספשע אום מיטוואך דעצמבער 14, 2016 7:29 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4382
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מיטוואך דעצמבער 14, 2016 7:29 pm

וויכי האט ארויפגעדרייט די פלאם און איז זיך אוועקגעגאנגען...

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1509
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מיטוואך דעצמבער 14, 2016 7:30 pm

ראספשע האט געשריבן:בלעטל
דאס וואס דו ביזט מחנך דיין שטוב, געזונטערהייט, אבער ס'מיינט נישט אז די האסט די מינדעסטע אנונג איבער חינוך פון בחורים, בפרט עלטערע בחורים

[ביטע זיי נישט מזכיר קיין נעמען, ווייל דער נאמען וואס דו האסט דערמאנט, האב איך אויך צי ענטפערן, ואיני יכול מחמת תקנת המקום]

וואס אין א שטוב איז נישטא קיין בחורים ??..

אנונג שמאנונג.. וואס מיינט א אנונג איבער חינוך, פון וואו האט עס דער צוואנציג יעריגער מגיד שיעור?
און וואו פונקטליך איז דאס מעלה מוריד, אז איך זע למשל א מגיד שיעור לערנט נישט געהעריג מיט בחורים נאר פארברענגט די צייט מיט שפילן געימס, טאר איך אויך נישט זאגן עפעס ווייל איך האב דאך נישט קיין אנונג, איך האב נישט קיין אנונג וואס דו ווילסט.

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1509
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מיטוואך דעצמבער 14, 2016 7:31 pm

יהודי האט געשריבן:און די פראבלעם האט זיך ערגעץ אנגעהויבן .ער איז נישט געבוירן געווארן מיט די תמונות און די הענט

האט ער עס געטראפן אויפן גאס אדער באקומען פון א חבר, איז נידון דינו למוות ?

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1509
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מיטוואך דעצמבער 14, 2016 7:32 pm

ראספשע האט געשריבן:
בלעטל האט געשריבן:די מעשה וואס איז געשטאנען דא פריער וועגן דער וואס האט געוויזן תמונות למשל.
וואס איז אז א קינד האט א יצר, איז נישטא קיין האפענונג פאר אזא קינד ? אווער פארטיג? מ'קען שרייבן גראד פה נטמן.
קען מען נישט מחנך זיין א קינד צו יראת שמים דורך רעדן צו זיין הארץ, דורך שלאגן וכדומה.
ס'איז גאר זעלטן ווען גארנישט העלפט נישט פאר א קינד, פרובירן דארף מען זיכער.
אנשטאט, אה דער קינד איז א מושחת און משחית מ'דארף אים ווארפן אונטערן באס, און פארשטייט זיך אז ער איז נאך היינט א בחור וואס היט אפשר עפעס, וויאזוי וואלט זיך אזא מעשה געענדיגט אין תשכ"ב ??

לאמיר הערן, וואס וואלסטו געוואלט מען זאל טוהן, כ'מיין א מגי"ש וואס האט א משפחה און א פול טיים דזשאב, זאל מקדיש זיין כל כוחו ואונו ועתו וזמנו, צו רעדן? שלאגן? א גרויסן בחור???????, דו ווייסט וואס הייסט שלאגן א בחור??????
אפשר דארף מען עם געבן א לאלי?, אז דער בחור דארף שוין 'פראפעשינעל' העלפ, איז דער מגי"ש בכלל נישט קיין אדרעס פאר דעם, ס'יז בכלל נישט אין די ראמען פון זיין דזשאב

בקיצור, ווייל א מגיד שיעור האט א משפחה און פול טיים דזשאב, איז נישטא קיין מהלך צו העלפן א בחור? וויאזוי נעמט איינער א דזשאב וואס ער ווייסט נישט וואס צו טון.

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: shalsheles, צפנת פענח און 10 געסט