א געטומל און א געשריי, עס טוט זיך א "בחורים ווארפעריי" - (דורך: "לכתחילה אריבער")

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

מיינע עטליכע געדאנקען:
1) דעם היינטיגן מצב קען מען נישט פארגלייכן צום אמאליגן, אמאל, דער בחור וואס האט זיך געפינען בין כותלי הישיבה, האט מער ווייניגער באלאנגט דארטן, און האט געוואלט דארט געהערן.

היינט, קומט א יעדער בחור אן אין ישיבה, און פיל מאל באלאנגט ער נישט דארט, און וויל נישט באלאנגען דארט.

למשל: א בחור וואס דרייט מיט א ס.........ן ער איז באמת נישט אין ישיבה, ער האט נישט קיין שום שייכות מיט קיין איין סדר הישיבה, ער נוצט נאר די פיר ווענט פון ישיבה, פאר אן אומזינסטע אפיס, וואו דורכצושטופן דעם טאג, און אז קיינער זאל נישט וויסן זיין אמת'ן פנים, ער זאל קענען טוהן א שיינעם שידוך.

אין צוגאב צו דעם טרעפט זיך אויך, אז ער מאכט זיך א ישיבה'לע אין די ישיבה, ער נעמט זיך ארום מיט א גאנצע גרופע בחורים, וואס ווערן איבערגעדרייט צו זיין אזוי ווי אים, ודי.

אזא איינעם ווייס איך נישט צי סאטמאר רב זצ"ל, און ר' מיכאל בער זצ"ל וואלטן געלאזט אין ישיבה.

2) דאס איז אויך באקאנט, אז ווען עס איז געקומען צו חוצפה, א בחור וואס האט געוויזן אז ער האט נישט קיין הכנעה, ער איז גארנישט מחוייב פאר די מנהלים, מגידי שיעור וכו', איז יא געפלויגן, די מאס חוצפה וואס געוויסע בחורים פארמאגן היינט (מעגליך צוליב די טרעק פייווס וכדומה), שטייגט איבער די חוצפה פון אמאל.

3) א בחור וואס צושטערט די גאנצע הצלחה פון ישיבה, דורך העצן די בחורים אקעגן די הנהלה/מגידי שיעור, וכו', איז פון זיך אליין געווארפן פון ישיבה, וויבאלד ער מאכט חרוב די ישיבה, און אין א קורצע צייט וועט די ישיבה סיי ווי מוזן זיך צומאכן, ער וועט סיי ווי דארפן זוכן א צווייטע ישיבה.

4) איך האב אליינס געהערט פון א מנהל, פרוובירנדיג צו שתדל'ן פאר א בחור וואס איז געפלויגן, דער טאטע האט זיך ארומגעדרייט בארעדן די ישיבה, אז מען האט זיין צדיק'ל כמעט אומזינסט ארויסגעווארפן, האט מיר דער מנהל מסביר געווען דעם ענין זייער ברמז, האב איך אים געפרעגט צי דער טאטע האלט מיט, האט ער מיר געענטפערט מיט א וואונדער: דו מיינסט אז דער טאטע וועט עס איבערלעבן? האב איך פארשטאנען אז דער מנהל איז גרייט צו נעמען אויף זיך די בזיונות, אבי נישט צו שעדיגן די געזונט פון א טאטן.

5) עס איז זייער פארשטענדליך, אז א טאטע וואס זיין זון איז געפלויגן, זאל זיך דרייען אין די גאסן דערציילן אז זיין זון איז ממש א צדיק, ער האט נאר פארפעלט עטליכע פארטאגס'ן, און נאר איינמאל אויסגערעדט אינמיטן די חמש שעות רצופות, ער וויל אז זיין זון זאל שנעל טרעפן א צווייטע ישיבה, און אין צוקונפט טוהן א נארמאלע שידוך, דעריבער כאטש עס איז פארהאן א גרויסע מצוה צו העלפן דעם טאטן און זיין בחור, צו טרעפן א צווייטע ישיבה, איז זיכער נישט פארהאן א מצוה צו אננעמען א יעדעס ווארט וואס א טאטע זאגט.
אם לא עכשיו אימתי
גרינע
שר האלף
תגובות: 1121
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2017 10:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
"יענעמס גראז איז נישט גרינע"
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

דער מנהל האט דיר מרמז געווען... איך ווייס פון א מצב ווי דער מנהל האט נישט מרמז געווען, נאר קלאר אנגעריפן די פאטער זאגן דיין זון באלאנגט נישט אין מיין ישיבה ווייל ער איז א שגץ, ער דאווענט נישט און לערענט נישט אא״וו, ווען מען האט זיך נאכגעפרעגט צו עס איז ביי די מג״ש האט מען געהערט א אנדערע מעשה בכלל..... יעצט פארוואס זאל איינער וואס האלט מיר אזא מעשה נאך אמאל טראסטן די מנהל, האט ער געזאגט... נא?

יעצט לאמיר גיין א טראפקעלע ווייטער, פארוואס די בחורים האבן נישט קיין ריספעקט פאר די מנהלים, עס איז א גרויסע פראבלעם, הישט נאר א גרויסע פראבלעם, נאר ממש די גרעסטע פראבלעם היינט בעולם הישיבות, אבער ווי אזוי ווילסטו אז די בחורים זאלן ריספעקטן דעם מנהל ווען דער מנהל ריספעקט נישט זיך אליינס??

אמאל האט מען געוויסט אז א בחור לערענט זיך פון דעם מגיד שיעור צו פונעם ראש הישיבה ווי אזוי צו לעבן ווי א איד, היינט צו טאג האט מען שוין פארגעסן וואס א מנהל איז, און פון האבן א ראש הישיבה האט זיך עס געטוישט צו האבן א ״פראסעקיוטער״ חוץ דעם זעט נישט דער בחור גארנישט אינעם מנהל.

ווי אזוי וויל מען ריספעקט פונעם בחור ווען די מנהל דרייט זיך מיט א גרויסען טעלעפאון, מיט טויזענט און איינס סיבות פארוואס ער דארף עס האבן.

ווי אזוי וויל מען ריספעקט פונעם בחור ווען דער מנהל ריקט זיך אריין ביי ברכו צו שחרית, אן קיין שום אויסרייד.

ווי אזוי וויל מען ריספעקט פון דעם בחור ווען ער קומט אריין אין סווימונג פול און ער זעט דעם א״ג ראש הישיבה צו מנהל זיך בראטן אונטערן זון....??? יא די מעשה איז אמת.

אבער דער מנהל קען פסקנען אז דער בחור איז א שגץ?!?!?!

סארי פאר מיין אויסברוך אבער איך האב א חבר וואס זיין 17 יעריגס האט נאך נישט קיין ישיבה.
גרינע
שר האלף
תגובות: 1121
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2017 10:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע »

אויסגערעכנט האט געשריבן:דער מנהל האט דיר מרמז געווען... איך ווייס פון א מצב ווי דער מנהל האט נישט מרמז געווען, נאר קלאר אנגעריפן די פאטער זאגן דיין זון באלאנגט נישט אין מיין ישיבה ווייל ער איז א שגץ, ער דאווענט נישט און לערענט נישט אא״וו, ווען מען האט זיך נאכגעפרעגט צו עס איז ביי די מג״ש האט מען געהערט א אנדערע מעשה בכלל..... יעצט פארוואס זאל איינער וואס האלט מיר אזא מעשה נאך אמאל טראסטן די מנהל, האט ער געזאגט... נא?

יעצט לאמיר גיין א טראפקעלע ווייטער, פארוואס די בחורים האבן נישט קיין ריספעקט פאר די מנהלים, עס איז א גרויסע פראבלעם, הישט נאר א גרויסע פראבלעם, נאר ממש די גרעסטע פראבלעם היינט בעולם הישיבות, אבער ווי אזוי ווילסטו אז די בחורים זאלן ריספעקטן דעם מנהל ווען דער מנהל ריספעקט נישט זיך אליינס??

אמאל האט מען געוויסט אז א בחור לערענט זיך פון דעם מגיד שיעור צו פונעם ראש הישיבה ווי אזוי צו לעבן ווי א איד, היינט צו טאג האט מען שוין פארגעסן וואס א מנהל איז, און פון האבן א ראש הישיבה האט זיך עס געטוישט צו האבן א ״פראסעקיוטער״ חוץ דעם זעט נישט דער בחור גארנישט אינעם מנהל.

ווי אזוי וויל מען ריספעקט פונעם בחור ווען די מנהל דרייט זיך מיט א גרויסען טעלעפאון, מיט טויזענט און איינס סיבות פארוואס ער דארף עס האבן.

ווי אזוי וויל מען ריספעקט פונעם בחור ווען דער מנהל ריקט זיך אריין ביי ברכו צו שחרית, אן קיין שום אויסרייד.

ווי אזוי וויל מען ריספעקט פון דעם בחור ווען ער קומט אריין אין סווימונג פול און ער זעט דעם א״ג ראש הישיבה צו מנהל זיך בראטן אונטערן זון....??? יא די מעשה איז אמת.

אבער דער מנהל קען פסקנען אז דער בחור איז א שגץ?!?!?!

סארי פאר מיין אויסברוך אבער איך האב א חבר וואס זיין 17 יעריגס האט נאך נישט קיין ישיבה.



זאלסט מיר אנטשולדיגן אבער איך זיך נאך די מנהל פון וואס די רעדטסט..
"יענעמס גראז איז נישט גרינע"
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

איך רעד פון א גרויסע ישיבה וואס די דריי זאכן וואס איך האב געשריבן גייט ארויף אויף דריי אנדערע מנהלים פונעם זעלבן ישיבה, איך האב געמאכט גאר אסאך ריסערטש.

און איך בין נישט זיכער אז דו האסט נאך געזוכט פאר אזא מנהל, זאג: דו האסט אמאל געהאט א נאנטע קרוב א ערליכע בחור אן א ישיבה?
גרינע
שר האלף
תגובות: 1121
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2017 10:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע »

וואס האט דאס אבער שייכות מיט ריספעקטירן א מנהל
"יענעמס גראז איז נישט גרינע"
גרינע
שר האלף
תגובות: 1121
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2017 10:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע »

האסט א פרעבלעם מיט ארייננעמען בחורים קען זיין ס'איז א פראבלעם היינט, אבער ס'האט גארנישט קיין שייכות צו מ'ריספעקט יא אדער נישט די מנהל
"יענעמס גראז איז נישט גרינע"
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

אויב דער מנהל ריספעקטירט נישט זיך אליינס, גייט דער בחור אים קיינמאל נישט ריספעקטירן, פארשטייסט נישט פארוואס? אויב נישט וועסטו עס קיינמאל פארשטיין.
גרינע
שר האלף
תגובות: 1121
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2017 10:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע »

אוודאי אויב איז דא אזא מנהל/ים וואס די רעדסט איז עס א גרויסע פראבלעם און א גרויסע חורבן, אבער מאכסט אזא כלל....?? און בכלל אפילו ער איז יא גוט, דער בחור ריספעקטירט אים נישט ווייל ער ריספעקטירט קיינעם נישט, נישט זיין טאטע, נישט קיין עלטערע יוד אין בית מדרש אזוי איז עס היינט ליידער.... יערידאת האדוירעס..
"יענעמס גראז איז נישט גרינע"
אוועטאר
אלעס באשערט
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעס באשערט »

הרבה קולמוסן כבר נשתברו על זה.
לכאורה וואלט געווען די בעסטע עצה צו גרינדן א "וועד הישובות" וואס וועלן באשטיין פון עטליכע פארשטענדליכע רבנים און עסקנים וואס זיי זאלן זיין די מחליטים אין די הארבע דיני נפשות סיטואציעס.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

אלעס באשערט האט געשריבן:הרבה קולמוסן כבר נשתברו על זה.
לכאורה וואלט געווען די בעסטע עצה צו גרינדן א "וועד הישובות" וואס וועלן באשטיין פון עטליכע פארשטענדליכע רבנים און עסקנים וואס זיי זאלן זיין די מחליטים אין די הארבע דיני נפשות סיטואציעס.

כאלו אז דעמאלט וועט מען זיי נישט באשייגעצן?
ועוד: אפשר געבסטו מיר א ליסטע פון רבנים און עסקנים וואס זענען גרייט צו זיצן דעם אזוי גערופענעם 'ועד הישיבות'?
אם לא עכשיו אימתי
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

בקיצור, דער פראבלעם פון:
גיוס בני ישיבה
פארלירן דעם מעמד בן ישיבה
איז נישט נאר אין ארה"ק

און ווי האבן די זיידעס געזאגט?
ס'איז שווער אויפצושטעלן ערליכע אידישע דורות אין אמעריקע (איטס בעק אין סטייל אגעין)

יהודי האט געשריבן:איך צאל געלט פאר די ישיבה צו מאכן מיין בחור פאר א מענטש און נישט פאר יעדע פראבלעם שיקט מען אהיים די בחור


ס'שוין געקומען די צייט זיך אויף ציוועקן פונעם זיסער חלום, אז איך באצאל גענוג, און דער ישיבה זאל מאכן א לייט פון מיין קינד

מידות טובות און ערליכקייט וועט ער נאר לערנען ביי דיר אינדערהיים, (עכ"פ דער קרן דערפון) וויפיל דער ישיבה וועט צולייגן צו דעם אביסל זאלץ און פעפער איז נאר א פלאס

אבער ס'איז ליידער נישט חלק פונעם חינוך וואס היינטיגע ישיבות טוען דערפאר ווידמען גענוג א גרויסן דגוש, און זיכער נישט באופן leading by example רוב מגידי שיעור זאגן אפ זיין שיעור און דעטס-איט, גוד-ביי ער איז שוין נישט דא ביז מארגן ביים שיעור

א מינוט נאכן שיעור אינעם האלוועי/לאנטשרום ווען דער מגי"ש זעהט א בחור פארשעימט א צווייטן אדער איז א מחוצף פארן קעכער/מענעדשער וועט אים זאגן א ווארט?

אויב יא איז ער דער יוצא מן הכלל

געוויסע ישיבות האבן חשובע אינגעלייט משפיעים אנצופילן אביסל דעם חלל, אבער ס'איז דיין דשאב זיכער מאכן אז דיין בחור זאל באקומען אביסל צייט פון יענעם
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
שארף
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2017 9:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארף »

שמאטע די רעדס נישט צום זאך די פארגלייכסט א ישובה צי די זינגערס ביזנעס אז ער וואלט ווען אויכט ארויסגעווארפען אן ארבייטער אויב ער שטעלט זוך נישט צי .וועל איך דיר ענטפערן דעס איז רוחניות אין די ביזנעס איז גשמיות אין נאך ווען מען ווארפט ארויס א בחור פון ישובה איז זיין לעבן גענדיגט אויף וועמענס אחריות איז דאס אין שמאטע האט נאך טענות אז א זינגער רעד פון דעם האט שוין איין רבי אדער רב גערעד פון דעם סוי וואס האסטו טענות ווען א זינגער נעמט זוך די מי אין קומט ארויס
:oops:
אין איך וויל דיר זאגן אז די פאסמאקעוועט פון יענעםס צרות
אוועטאר
אלעס באשערט
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעס באשערט »

אויסגערעכנט האט געשריבן:אויב דער מנהל ריספעקטירט נישט זיך אליינס, גייט דער בחור אים קיינמאל נישט ריספעקטירן,

דאס איז איינע פון די פולע סיבות צו די היינטיגע מצב. הונדערט פראצענט!
ר' בערל טויבער דערציילט פון א בחור וואס זיין משגיח האט אים גע'מוסר'ט פארוואס ער לערנט נישט, דאווענט נישט ווי עס ברויך צו זיין. האט אים דער בחור געענטפערט אין פרצוף: וואס ווילסטו פון מיר סך הכל? אז איך זאל אויסוואקסן ווי דיר. רחמנא ליצלן...איך האלט נישט דערביי..
איך זאג נישט אז יעדער איז אזוי, אבער גענוג און נאך וואס זענען געווארן מחנכים נאר וויבאלד זיי האבן געזוכט א דזשאב.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

אלעס באשערט האט געשריבן:
אויסגערעכנט האט געשריבן:אויב דער מנהל ריספעקטירט נישט זיך אליינס, גייט דער בחור אים קיינמאל נישט ריספעקטירן,

דאס איז איינע פון די פולע סיבות צו די היינטיגע מצב. הונדערט פראצענט!
ר' בערל טויבער דערציילט פון א בחור וואס זיין משגיח האט אים גע'מוסר'ט פארוואס ער לערנט נישט, דאווענט נישט ווי עס ברויך צו זיין. האט אים דער בחור געענטפערט אין פרצוף: וואס ווילסטו פון מיר סך הכל? אז איך זאל אויסוואקסן ווי דיר. רחמנא ליצלן...איך האלט נישט דערביי..
איך זאג נישט אז יעדער איז אזוי, אבער גענוג און נאך וואס זענען געווארן מחנכים נאר וויבאלד זיי האבן געזוכט א דזשאב.

וואס האסטו זיך אפגעשטעלט, גיי ווייטער
דער מגי"ש איז נאר געווארן א מחנך ווייל ער האט געזוכט א דזשאב
דער ראש ישיבה איז א תופס ישיבה בלויז ווייל ער קען נישט גיין ארבעטן אין מאנהעטן
דער רבי, אדמו"ר, איז עומד בראש נאר ווייל זיין טאטע פעטער, איז געווען דער לעצטער מנהיג...
ענד סאו אן....

אבער מיין בחור איז חלילה וחס גארנישט שולדיג, סתם זיך אנגעטשעפעט, נעבעך
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

זבחי צדק האט געשריבן:
אלעס באשערט האט געשריבן:
אויסגערעכנט האט געשריבן:אויב דער מנהל ריספעקטירט נישט זיך אליינס, גייט דער בחור אים קיינמאל נישט ריספעקטירן,

דאס איז איינע פון די פולע סיבות צו די היינטיגע מצב. הונדערט פראצענט!
ר' בערל טויבער דערציילט פון א בחור וואס זיין משגיח האט אים גע'מוסר'ט פארוואס ער לערנט נישט, דאווענט נישט ווי עס ברויך צו זיין. האט אים דער בחור געענטפערט אין פרצוף: וואס ווילסטו פון מיר סך הכל? אז איך זאל אויסוואקסן ווי דיר. רחמנא ליצלן...איך האלט נישט דערביי..
איך זאג נישט אז יעדער איז אזוי, אבער גענוג און נאך וואס זענען געווארן מחנכים נאר וויבאלד זיי האבן געזוכט א דזשאב.

וואס האסטו זיך אפגעשטעלט, גיי ווייטער
דער מגי"ש איז נאר געווארן א מחנך ווייל ער האט געזוכט א דזשאב
דער ראש ישיבה איז א תופס ישיבה בלויז ווייל ער קען נישט גיין ארבעטן אין מאנהעטן
דער רבי, אדמו"ר, איז עומד בראש נאר ווייל זיין טאטע פעטער, איז געווען דער לעצטער מנהיג...
ענד סאו אן....

אבער מיין בחור איז חלילה וחס גארנישט שולדיג, סתם זיך אנגעטשעפעט, נעבעך

הוא אשר דברתי, מיר מעגן זיך געבן א טראכט, וויפיל פרעדיגן מיר אין אונזערע קינדער, הכנעה - רעספעקט פאר א מגיד שיעור/מלמד/מנהל/טיטשער/פרינציפל, אויב נישט פארקערט, אז געוויסע עלטערן קענען אפילו בארעדן די מחנכים אין געגענווארט פון די קינדער, און דערנאך האט מען טענות, פארוואס איז מיין קינד נישט מצליח? פארוואס? ווייל דו לערנסט אים אויס נישט צו הערן און מקבל זיין.
א קינד כאפט אפילו אויף נאר א קרום מיט די נאז, א בלינק מיט די אויג, אדער נאר דאס אז די עלטערן זוכן צו פארדרייען די שמועס
און ווען א קינד דערציילט אינדערהיים חוצפה וואס אנדערע האבן געטוהן, דארף מען באלד קרעכצן, יא! עקטן כאלו עס טוט וויי, זאגנדיג אז זיי האפן אז דאס קינד איז נישט אינוואלווד, און אז דאס איז א געפערליכע עבירה.
אם לא עכשיו אימתי
הער אויף
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 16, 2017 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הער אויף »

2017-07-27.jpg
2017-07-27.jpg (48.27 KiB) געזען 3297 מאל
משה עסקן
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 7:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה עסקן »

א קלארערע רעזעלושען פונעם בילד?

ווי איז דעס ? וואס איז דעס?
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

איך בין מסכים צו דעם ! אבער יענע חברה האבן א שטיקל פוינט, קודם כל די וואס מ'ווארפט האט זיך עס נישט אנגעהויבן ביים ווארפן, עס האט זיך שוין אנגעהויבן ביים אריינעמען! דוק ותשכח, מ'האט שוין דאן אריינגעמישט עסקנים אין מויל מאכער'ס, און נאך אסאך קאפ דרייעניש האט די הנהלת הישיבה אריינגענומען דעם חברה מאן, און דערנאך קומט ער אין ער מאכט טראבל דרייט איבער און פארפירט... איך דארף נישט מאריך זיין אין דעם, למעשה נאך א שטיק צייט זאגט די הנהלה מה לי לצרה הזאת זאל ער גיין פון ווי ער איז געקומען... סוי מקען זיי אויך נישט דן זיין!
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1473
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינפאכער איד »

אין אמעריקע איז ליידער אויך פארהאן - פונקט ווי אין ארה"ק - דער פראבלעם אז דער "ועד הישיבות" שפילט זיך ארום מיט בחורי ישראל! דער חילוק איז נאר וויאזוי מען פארטייטשט די ווערטער "ועד הישיבות" וואס בשעת אין ארץ ישראל איז דאס דער נאמען פון אן ארגאניזאציע, באדייט דאס אין אמעריקע דער פשוט'ער פשט:
דער 'ועד' פון די 'ישיבות' ד.מ. דער 'ועד' פון יעדע ישיבה... וועלכע נעמען נישט אן קיין בחורים, עס איז ליידער א גוט ווערטל אבער וואס זאל איך טוהן אז דער נאר איז אויך מיינער און מיין ברודער'ס און מיין שכן'ס וכו' וכו' וכו'
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

קונטרס בענין ווארפן בחורים, ועניני ישיבה בזמן הזה, והמסתעף
https://www.dropbox.com/s/kvm5h9onb0x1e ... 9.pdf?dl=0
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

ויתן לך האט געשריבן:קונטרס בענין ווארפן בחורים, ועניני ישיבה בזמן הזה, והמסתעף
https://www.dropbox.com/s/kvm5h9onb0x1e ... 9.pdf?dl=0

קען נישט אויפמאכן קענסט עס ביטע שיקו א ויף א צווייטע וועג? שכח.
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”