א געטומל און א געשריי, עס טוט זיך א "בחורים ווארפעריי" - (דורך: "לכתחילה אריבער")

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:יהודי אר יו סיריעס?

דו זעהסט אויס ווי אן אמת'ער אנגעווייטאגטער קרבן

גראדע בין איך קיינמאל געפלויגן פון ישיבה.
אבער אויב מעג ער רעדן וועגן אמונה און מען דארף נישט מורא האבן פון כפירה מעג ער אויך זינגען וועגן ישיבה
א פשוטע איד.
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

פאטאקי08 האט געשריבן:א נייע מעשה דאס
ערהאצעך אפגעשטעלט ביי 19999 און ער ברענגט מיר אהער ארטיקלן מיט שלוחים.. נאו נאו!
לכתחילה אז איר ווילט מען זאל ליינען זייט מוחל שרייבט עס אליין...
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

מה פתאום??? האט געשריבן:איך האב באמת נישט פארוואס מגיב צו זיין זינט איך קען נישט ערווארטן קיין ענטפער אויף צוריק אבער אפאר קורצע נקודות וועליך יא אריינספרינקלען.

לערנען תורה מיט אידישע קינדער איז אלעמאל געווען און דארף צו זיין א עבודה לשמה. קוק א חילוק צווישן ר' משה גרין און אסאך היינטיגע ראשעשיבעס וואס ווילן טוהן שיינע שידוכים אויפן חשבון פונעם דור, קוק אן די עלטערע תופסי ישיבה וואס האבן געהאט איין מטרה, מחנך זיין א דור דעה. דערמאן זיך פון הרב קאפלמאן, אידן וואס האבן געברענט און געמיינט זייער עבודה כולה לשמה..

יא יא, גיי פרעג זיך נאך וויפיל בחורים הרב קאפלמאן האט גע'זרק'עט פון 'זיין' ישיבה, און פאר וואספארא עבירות.........
ער איז שוין טאקע א שוכן עפר, אבער עס איז אמת און וואר, אז ער האט גע'זרק'עט בחורים רעכטס און לינקס, [ידוע הפתגם שלו 'פארטס און בלייבטס'], ער האט קיינעם נישט אויסגעהערט און קיינעם נישט געפרעגט, ער האט אזוי פארשטאנען אלס ראש הישיבה, וחסל.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13862
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

יהודי
דו זאגסט גוט
אוועטאר
לאנגעפאות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנגעפאות »

מה פתאום??? האט געשריבן:איך האב באמת נישט פארוואס מגיב צו זיין זינט איך קען נישט ערווארטן קיין ענטפער אויף צוריק אבער אפאר קורצע נקודות וועליך יא אריינספרינקלען.

לערנען תורה מיט אידישע קינדער איז אלעמאל געווען און דארף צו זיין א עבודה לשמה. קוק א חילוק צווישן ר' משה גרין און אסאך היינטיגע ראשעשיבעס וואס ווילן טוהן שיינע שידוכים אויפן חשבון פונעם דור, קוק אן די עלטערע תופסי ישיבה וואס האבן געהאט איין מטרה, מחנך זיין א דור דעה. דערמאן זיך פון הרב קאפלמאן, אידן וואס האבן געברענט און געמיינט זייער עבודה כולה לשמה.

אודאי האבן זיי אויך צומאל ארויסגעווארפן א בחור, און ווי דו זאגסט, מיר גייען נישט אריין יעצט אין די עצם שאלה צו ארויסווארפן בחורים איז ריכטיג צו נישט, עס ווענדט זיך וואו, וואס, און ווען. איין זאך איז אבער קלאר, די יונגע דור האט איבערגענומען די ישיבות מיט איין מטרה: "יאך וויל א מוצלח'דיגע ישיבה כדי איך זאל זיין די ראש הישיבה פון א מוצלח'דיגע ישיבה און הייסן א סוקסעספול מענטש און זיין א שיינע איד".

יעצט ווען דער שיינער איד ווארפט ארויס א בחור וואס איז נישט קיין סכנה פאר קיינעם נאר בסך הכל איז ער גראב, ער האט א פיסק, און ער מאכט נישט שענער די פנים פון די ישיבה דאן איז ער א רוצח און ער באלאנגט טאקע אין שפילצייג געשעפט.

נקוט האי כללא בידך: קשוט עצמך ואח"כ קשוט אחרים! איינער וואס האלט א ישיבה פאר זעך און ווארפט פאר זעך איז א רשע.

די ווארפעריי לעצטנס קומט פון די אויבנדערמאנטע טויש, די ישיבה איז מער נישט קיין מקום תורה, עס איז א ביזנעס וואס ברענגט רווחים! די רווחים זענען געלט און כבוד!

בדרך הלצה פאלט מיר יעצט ביי "הקנאה והתאוה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם התורה" די קנאה אויף אנדערע ישיבות פון וואס די ראש ישיבה ליידט, די תאוות השררה וואס ער באזיצט, און די כבוד נאך וואס ער איז רודף, דאס ציעט ארויף די "אדם" דער בינוני בחור, דער פלעינער אדם, מן העולם התורה.

בקיצור דיין טענה ער זאל אנקוקן די ישיבות ווי זיין ביזנעס איז מופרך מעיקרא.

און יא! א מענטש וואס ארבעט פאר די גאנצע שטאט דארף הערן די מיינונגען פון די גאנצע שטאט, די טוי סטאר דארף זיך אויך צושטעלן צו די לעצטע מאדע וואס די קינדער פארלאנגען.

דיסקלעימער, עס איז פשוט אז די רעדע דא איז נישט פון "אלע ישיבות".

ועוד נשאר הרבה בקולמוסי.

סתם להוי ידוע רב קאפלמאן האט ביי יעדע פתוחה געזאגט
יעדע זמן איז דא נפלים

איין בחור וואס זיין טאטע איז א בוטשער איז געקימען לערנען קיין לצערן און געטרייט זיין בעסט צי לערנען פלייסיג
אפאר וואכן אריין אין זמן זאגט אים רב קאפלמאן בזה הלשון
די ביסט נישט קיין סחורה
פרעגט אים די בחור וואס האב איך שלעכט געטוהן
ענטפרט רב קאפלמאן
דיין טאטע פארשטייט צי פלייש און פארשטייט וואס איז א גיט שטיקל פלייש און וואס נישט
איך פארשטיי וואס איז א גוטע בחור און וואס נישט, די ביסט נישט קיין סחורה
דאס איז די ענדע פון די מעשה
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

און די מעשה מיטן בחור וואס הרב קאפלמאן האט אנגערופן זיין טאטן, ביטע נעמט אהיים אייער בחור, ער איז נישט קיין מענטש!
נאך א חקירה ודרישה האט זיך אויסגעשטעלט, אז די עלטערן פונם בחור האבן קאמפלעינט אויף די גשמיות וואס די ישיבה שטעלט זי, זיך באקלאגנדיג אז זייער בחור איז ממש 'אויס מענטש',
האט עם הרב קאפלמאן אהיים געשיקט, 'ער איז דאך נישט קיין מענטש'!

היינט אויב א ראש ישיבה וואלט אזוי געטוהן וואלט ער א ודאי געווען דער רשע מרושע פון די שטאט......
אוועטאר
milech fried
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am
לאקאציע: checkmate in 1
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך milech fried »

הכל בכתב האט געשריבן:געדענקט, א בחור וואס וויל זיין אין ישיבה, וועט זיין אין ישיבה. אויב וויל ער נישט, דאן וועט ער נישט זיין, און יעדער וועט זיין שולדיג דערפאר, אויסער ער אליינס!!!

געווען אין מיינע צייטן א בחור וואס האט נישט געוואלט זיין אין ישיבה. פשוט ער האט געוואלט זיין אויף די גאס.... האט ער געטוהן זאכן לא להנאת גופו נאר אך ורק מען זאל אים ארויסווארפן און זיין טאטע זאל נישט טרעפן קיין וועג צוריק פאר אים אין ישיבה אפילו מיט תחנונים, וכך הוה דער מגי"ש גייט צו צום בחור: איך האב שוין גערעדט מיט דיין טאטען און סאיז שוין כתוב וחתום די פליעסט היינט נאכט אהיים. דער בחור האט שוין געוואלט מאכן א פארטי יענעם אווענט אויף די גרויסע שמחה. למעשה האבן די בחורים אין ישיבה מסביר געווען די מגי"ש אז פונקט פארקערט דאס וויל דער בחור, ער וויל די גאס, און דא צווישן די ווענט פון ישיבה ווערט ער ניצל, איז ער למעשה ב"ה יא געבליבן אין ישיבה
וויאזוי צו שפילן שאך

שלעכטע נייעס פאר ביידן! סאיז דערנאך מיט טראמפ... צייט פאר א קריסטי אדמיניסטראציע!
אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אי-רעלעווענט »

כמיין ממוז שפאלטן,

די פריוואטע ישיבות,
די ישובות וואס באלאנגט צו א קהילה אדער קרייז,

די דימיון צו א ביזנעס איז נישט ממש, אבער יעדער פארשטייט אז א טאטע וועט ארייננעמען זיין אייגן קינד אין די ביזנעס אפילו אויב ער איז נישט איי איי, די זעלבע מיט א ישיבה וואו די טאטע באלאנגט, צאלט מעמבערשיפ, עסט די מצות, פלייש, דארט באלאנגט דאס קינד און ער מוז געטריעט ווערן אזוי ווי א אייגן קינד,

מיי סמאל מיינד שרייב איך,
מושך חסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 486
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 07, 2016 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מושך חסד »

די אשכול איז בעצם א געמיש פון צוויי אשכולות, איינס איבער די נושא צי א זינגער מעג רעדן איבער דעם, און צווייטנס איבער ווארפן פון ישיבות.

אגב מיין איך אז ס'איז קעגען די תקנות דא צו רעדן פון א פריוואטע מענטש, אפשר שוכני עפר איז אנדערש... אדער האט ער נישט קיין חסידים דא וואס זאלן קעיר נעמען.
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

שוין צייט אז די ראשי ישיבות זאלן זיך נעמען רעדן איבער די בארימטע טוי הנקרא קליק'ס וואס איז נתחדש געווארן דורך דעם בארימטן זינגער דער מחבר פון דעם ניגון 'יא, ביזט אנגענומען'....
שטיגליץ
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיגליץ »

ווען מיין גראסערי גייט מאכן א דינער וואו מען קען איינקויפן די געוואלדיגע זכות פון צושטעלן קארן פלעיקס פאר אידן (פאר באצאלט שטייצעך ) וועל איך פארשטיין די צושטעל פון ביזנעס צו ישיבות
אמאל פלעגן מאנכע פראבירן איבערצושרייבן היסטאריע, היינט פראבירט מען דיר צו איבערצייגן אז אפילו דאס וואס דו זעהסט, הערסט, און שפירסט איז אויכעט פאלטש......
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

מיינסט צו זאגן אז אנדערש ווי א ביזנעס וואס בעט פול פרייז אויף יעדע אייטעם מילא דארף ער נישט מאכן קיין אפיל VS מוסדות און ישיבות וואס בעטן ווייט פון פול פרייז און די חברי הנהלה לויפן ארום ווי שנארער'ס צו קענען דעקן דעם בודזשעט
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

שטיגליץ האט געשריבן:ווען מיין גראסערי גייט מאכן א דינער וואו מען קען איינקויפן די געוואלדיגע זכות פון צושטעלן קארן פלעיקס פאר אידן (פאר באצאלט שטייצעך ) וועל איך פארשטיין די צושטעל פון ביזנעס צו ישיבות

לשיטתך, האלסטו א ודאי אז א מגיד שיעור'ס וועידזש איז מסתמא דאפלט ווי דער עוורידזש רעדזשיסטער ארבעטער אין גראסערי, איז דאך נישט מער ווי רעכט אז ער זאל דאפלט ארבעטן אויף דיין בחור, איא? האב איך גוט פארשטאנען?
טאמער יא, דאן זיי מוחל טשעק די פאקטן קודם....
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

ראספשע האט געשריבן:

דער מגיד שיעור באקומט עפעס וואס דער רעדשיסטער ארבעטער באקומט נישט. און דאס איז די סיבה פארוואס פיל יונגע מגידי שיעור נעמען נישט די רעדשיסטער ארבעט כאטש עס וועט זיי גרינגער זיין סוף חודש.

וואס ער באקומט? קאוועד.
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

מה פתאום??? האט געשריבן:

יא יא, איך לייען דעם אשכול איינמאל און נאכאמאל, ווער דארף אזא כבוד???.....
פאר אלע מיינע שונאים געווינטשן אזא 'כבוד'....., זינגערס זאלן זיי באזינגען און פארקויפן סידי'ס אין די גאסן, וואו מען באשעלט זיי אלס די רשעים פון דור, ווייל זיי קריגן באצאלט צווישן פינף און אכט הונדערט דאלער א וואך, און האבן זיך נישט געוואלט איבערייסן מיט דיין טראבלמעיקר'ל אין ישיבה......
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

פאר א סיבה באקומט סאטמאר מער אפליקעישאנס צו ווערן א מגי"ש ווי בחורים אפליקעישאנס... און וועגן דעם צאלט מען ווייניגער.
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

מה פתאום??? האט געשריבן:פאר א סיבה באקומט סאטמאר מער אפליקעישאנס צו ווערן א מגי"ש ווי בחורים אפליקעישאנס... און וועגן דעם צאלט מען ווייניגער.

אזוי??, כ'מיין אז דו האסט שוין אזויפיל אינסייד אינפארמעישאן, אז דו קענסט טאקע אויך ווערן א זינגער צו מוסר'ן דעם דור'ס פראבלעמען
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

געענטפערט?
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

מה פתאום??? האט געשריבן:געענטפערט?

כסיל כאולתו
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

אזוי?
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

יא,
וואסי? פאסטיר נישט דע טיטול? דאן ווער א מגיד שיעור
זעה איך אז כבוד שפילט ביי אייך אויך א ראלע....
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

ווען די אטאקע בארואיגט זיך וואלט געפאסט צו ענטפערן נארמאל.
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

מה פתאום??? האט געשריבן:ווען די אטאקע בארואיגט זיך וואלט געפאסט צו ענטפערן נארמאל.

נישטא וואס צו ענטפערן, ס'יז א נארישע טענה
דער מגיד שיעור איז דיר גארנישט שילדיג, ער קריגט קוים געהאלט באצאלט צו לערנען מיט געהעריגע בחורים, ער קריגט נישט קיין פעני עקסטער באצאלט זיך אפציגעבן מיט טראבל מעיקערס, יו גאט וואט יו פעי, סימפל,
ער איז נישט דערפאר קיין רשע מרושע, און ער איז גארנישט שולדיג פאר ר' יונתן שווארץ אז ער זאל עם באזינגען אין די גאסן
דער מנהל קען דיר פונקט אזוי אויס זינגען א קיתון של שופכין אויף דעם טראבל מעיקער בחור'ל, וואס האלט אז די גאנצע וועלט איז עם שולדיג נאר נישט ער אליינס
איך שרייב עס ביודעי ומכירי קאמינא, כ'האלט מיט די סיטואציע פון דער נאנט, איך האב מער ווי איין בחור אין ישיבה, און קרובים מגידי שיעור אין גרויסע ישיבות גדולות......

און צו אייך הרב 'מה פתאום'
קודם ענטפער מיר וואס איך האב פריער דא געפרעגט, איר האט ציגעצייכנט צו הרב קאפלמאן, דו ווייסט אז הרב קופלמאן האט יעדן זמן געטראסקעט בחורים!!! אויב ווייסטו נישט פרעג זיך נאך ביי די לוצערנע תלמידים, אוי זענען בחורים דארט געפלויגן....

און לגופו של דבר
עס האט זיך דעם זמן געעפנט א ישיבה 'שביל התורה' אין וומבס"ג פאר בחורים וואס עלטערן זיך און געפונען מער נישט זייער פלאץ אין ישיבה,
קען איך גוט סיי דעם מייסד שליט"א און דעם ראש ישיבה שליט"א
די ישיבה האט כהיום א גרויס סוקסעס ב"ה, עס האט די שטיצע פון ביידע סאטמארע פראקציעס, סיי פון קווינס און סיי פון קרית יואל
אלזא אלע וואס וויינען און קלאגן איבער ווארפן בחורים, האבן עפעס א שטיקל סעלושאן ב"ה.....
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

דער מגיד שיעור איז אונז טאקע גארנישט שולדיג, ער איז שולדיג דעם פאר וועם ער ארבעט, ער ארבעט פארן אייבערשטן, מיט זיינע קינדער, ארור עושה מלאכת ה' ברמיה.
דאס איז נישט קיין פלאץ וואו מען באקומט אויפן שעה פארן פאקן באקסעס, מ'טאר קוים בעטן געלט ווען נישט שכר בטלה ועוד, וועגן מה אני בחנם, ווען ער ווארפט א בחור ווייל ער האלט נישט ביים זיך מוטשען און ס'אינטערעסירט אים נישט, את הנפש הוא חובל, איז ער א עושה מלאכת ה' ברמי' און ער זאל זיך אפזאגן פון זיין ארבעט און צולאזן אידן וואס האבן א הארץ און געפיל צו העלפן די קינדער פון אייבערשטן.
שטיגליץ
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיגליץ »

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:מיינסט צו זאגן אז אנדערש ווי א ביזנעס וואס בעט פול פרייז אויף יעדע אייטעם מילא דארף ער נישט מאכן קיין אפיל VS מוסדות און ישיבות וואס בעטן ווייט פון פול פרייז און די חברי הנהלה לויפן ארום ווי שנארער'ס צו קענען דעקן דעם בודזשעט

ניין, ווען די געשעפט קאווערט זיך נישט פארמאכט מען עס, משא"כ דער מנכ'ל הישיבה פאדערט פונעם עולם שטיצע ווייל ער איז דאך הקב"ה'ס שליח אויפן עולם השפל צו לערנען תורה מיט אידישע קינדער
אמאל פלעגן מאנכע פראבירן איבערצושרייבן היסטאריע, היינט פראבירט מען דיר צו איבערצייגן אז אפילו דאס וואס דו זעהסט, הערסט, און שפירסט איז אויכעט פאלטש......
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”