העלפט מיר ציילן, עס איז בושות.

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

העלפט מיר ציילן, עס איז בושות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

האלט מיר דא ראש השנה פארן שופר בלאזן, דער עולם זאגט מיט א ווארימקייט און א ברען די למנצח גאנצע זיבן מאל, איך האב אלס געהאט א פראבלעם מיט האלטן טרעק ווי איך האלט, איך האב מיר געשעמט צו אפען און גראב ציילן מיט די פינגערס, בין עפעס אזא נער וואס קען נישט ציילן....?

די זעלבע זאך איז יום כיפור ווען מען זאגט ה הוא האלקים, די מצב איז ביטער... ווי האלט איך... פיפטע אדער די זעקסטע... איך מוז נאכאמאל אנהייבן, אבער וואס טוט יעדער...? ווי אזוי ווייסן זיי...? האבן זיי עפעס א וועג ...? האבן זיי די זעלבע פראבלעם ווי מיר נאר זיי שפילן די געים ווי אלעס איז ווען אקעי ביי זיי....?

איך האב מיר געשעמט צו פרעגן אנדערע, נישט וויסנדיג וואספארא גענאר זיי וועלן נאך מאכן פון מיר, זענדיג מיט וואספארא קלאץ זיי האנדלען דא, האב איך נישט געהאט קיין צוויי וועגן נאא אליינס אויסטרעפן א וועג צו זיך אנייצע געבן ווי אזוי מען האלט טרעק וואו מען האלט.
ב"ה איך האב אויסגעטראפן א וועג ווי אזוי איך צייל, אבער קיינער קען עס נישט אויפכאפן, ממש קיינער, חוץ פון יעצט און ווייטער ווייל איך גיי ארויסגעבן די סוד.

וואס איך טו איז אזוי (אבער פארציילטס נישט פאר קיינעם, עס בלייבט צווישן אונז), איך האלט מיין האנט אויף די קומענדיגע פעידזש, אויף א פאזיציע ווי איך וויל שוין אט אט איבערמישן, און ביים ערשטען מאל זאגן לייג איך אונטער איין פינגערל, ביים צווייטען מאל זאגן לייג איך אונטער די צווייטע פינגער אא"וו, און יעדעס מאל פארן אנהייבן זעץ איך מיר אראפ אפציילן אלעס פינגער, איך מאך אביסל מעט, פלאס און מיינס און איך ווייס ווי איך האלט, עס זעט אויס גאנץ נארמאל, שטארט נישט ארויס, איך מיין אז קיינער האט עס נאך נישט אויפגעכאפט.

אבער.... א גרויסע אבער פלאגט מיר, צוויי פראבלעמען מאכן מיר נערוועז אז מען גייט מיר כאפן.

1) ווען איך האלט ביים פיפטן מאל, לייג איך אונטער אלעס פינעף פינגערס, דאס מיינט די גאנצע האנט ליגט אונטערן בלעטל, יעצט האט איר שוין אמאל געזען איינעם איבערמישן די בלעט מיט אלעס פינגערס שוין ליגען אונטער די בלאט פאר צוויי מינוט פארויס....?
דאס איז זייער א פארדעכטיגטע מאוו, מען קען עס זייער שנעל אויפכאפן, און דעמאלץ וועלן די בישות זיין אויף א שרעקליכע פארנעם, מען קען עס נישט אזוי לאזן אנגיין.

2) די צווייטע פראבלעם איז ווען איך האלט ביים זעקסטן מאל זאגן.
איך בין אזא סארט מענטש וואס האט נאר פינעף פינגערס אויף מיין לינקע האנט (פון די רעכטע העמער רעדן א צווייטס מאל), און ווען איך האלט ביי די זעקסטע מאל האב איך מער נישט קיין פינגערס צו אונטערלייגן און האלטן חשבון, וואס טוט מען דא... איך האב געהאט אפאר געדאנקען ווי אזוי צו עס מענאווערן, למעשה איז געבליבן אז נאך פינעף גיי איך נאכאמאל אנהייבן די ראונד, און לייגן איין פינגער, און ביי די זיבעטע מאל נאך א פינגער, און דערנאך אפציילן די פינגערס און וויסן וואו איך האלט אויף דער וועלט.
למעשה איז אונטערגעקומען א ריזיגע פראבלעם וואס איך האב פארזען ביים פלאנען.
גאר אסאך מאל זאג איך למנצח מיט אזא ברען, ממש עס פלאקערט, איך בין נישט אויף דעם עולם, און ווען איך קום צוריק אראפ, און איך הייב אן צו ציילן די פינגערס כדי צו זען וויפיל איך דארף צולייגן און וויפיל איך דארף נאך זאגן, באמערק איך אז איין פינגער איז שוין דארט, אבער איך געדענק נישט געהעריג צו די פינגער איז די ערשטע צו די זעקסטע.... איך ווער אינגאנצן צומישט... דארף איך נאך גיין נאך זעקס, אדער נאך איינס צו גיין...
און עס איז א גרויסע חילוק צו נאך איין מאל, צו נאך זעקס מאל, איך וועל מסביר'ן פארוואס, ווייל אויב האב איך נאך איינס צו גיין, מיינט אז נאך די נעקסטע מאל ענדיגן גייט דארט ליגן אונטערן בלעטל צוויי פינגערס, און דאן גייט זיך אנהייבן צו איך האב נאך פינעף מאל צו גיין, צו איך בין שוין פארטיג..
אבער אויב ווייס איך פאר א פאקט אז איך האלט נאך ביים ערשטען מאל זאגן, ווערט מיר ביטער אז ביים זעקסטן מאל גייט מיר אויף קומען די ספק פון וואס עס איז נישט גרינג צו זיך ארויסדרייען..

סאו טייערע יודן, וואס טוט מען דא...???

איך קום דא צו ענק מיט א ביטע, פארציילט מיר ווי אזוי איר האנדלט מיט אזא מצב, און ווי אזוי קיינער באמערקט נישט וואס איר טוט....

וועיטינג אן יאר ריספאנס!!!
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

נאכנישט אפגעליינט די גאנצע (אבער איך ווי אריינכאפן צו שרייבן די ערשטע קאמענט...) כ'זעה אז די פראבלעם שטערט דיר באמת ווייל ס'לאזט דיר נישט שלאפן...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

איך האב ברוך השם נישט די פראבלעם! יעזור השם להלאה..

ביי אונז אין שול איז מיין גורל געפאלן צו זיצן נעבן א עלטער אידל וואס בייזערט זיך פאר פרנסה... עכ"פ אזוי זעט עס אויס לויט וויפיל מאל דער איז געבייזערט. זאל אים גא-ט ברוך הוא שענקען אסאך הצלחה אין זיין עדווענטשור...

צוריק צום ענין. הכלל. יאך האב ביי מיר איינגעפירט אזא מנהג. אז יעדעס מאל כ'ענדיג דעם למנצח זאגן, גיב איך דעם אידל א שטיפ דעם מחזור'ל זיינעם. און דער - ווי ער זאל פארשטיין דעם ווינק - בייזערט זיך.

איז אזוי, ביים ערשטען שטיפ, זאגט ער נאכנישט עכט עפעס הילפבאר. סך הכל ברויזט ער ווי די 'סטאר פרוכט' די צווייטע נאכט יאנטעף זעהנדיג אז די 'סאברא' איז אויסגעקליבן פארן שעכעיאני... אבער ביים צווייטען שטיפ קומט דאס אויף וואס איך ציל. נעמליך, מיין אלטע שכן בייזערט זיך זאגענדיג "שוין דאס צווייטע מאל!!"...

און אזוי גייט עס ביים דריטן מאל. ווען איך ענדיג דאס קומענדיגע מאל דעם מזמור. א שטיפ. ר'בייזערט זיך. ער מעלדט מיר אז "שוין דאס דריטע מאל!!".

און אזוי גייט עס פון דריי צו פיר. פון פיר צו פינף. פון פינף צו זעקס. און פון זעקס צו זיבן.

און אט אזוי ווייסן מיר ווען מיר גרייכן זיבן פעטע קוהן.. כ'מיין זיבן בייזעכצעס, וואס לאזט אונז וויסן אז מיר האבן שוין געזאגט לעם מזמור זיבן מאל.

בברכת כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר פאר אלע אידן.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

אוי באשעפער... שיק צי צו עפעס א זיידע דעם יום כיפור,...
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

חחח. געזעהן א יונגערמאן לייגען די פינגער/פינגערס אינטער די נעקסטע פעידזש ביים ציילען די למנצחס. איך האב אים געוואלט זאגען אז מען ציילט מיט די רעכטע האנט און נישט מיט די לינקע האנט, ווייל אויב יא מאכט מען דעם ערשטען פאר א זעקסער. איך האב אים גארנישט געזאגט ווייל זייט איך האב געהערט די מעשה מיטען בעל שם טוב און די עמי הארץ וואס האט געדאווענט יעדן טאג די גאנצע סידור און דער בעל שם האט אים געוואלט פארעכטען און אין הימעל איז מען נישט געוועהן צופרידען ווייל זיין דאווענען קידוש לבנה יעדן צופרי איז געוועהן זייער חשוב בשמים.

צוריק צו דעם יונגערמאן נעבעך, איך האב אים געזעהן אזוי דערשראקענערהייט און ער האט געהאלטען אין איין ארום קיקען צו חלילה קיינער קוקט נישט אויף זיינע פינגערס, דער חורבן איז געשעהן ווען זיין מחזיר איז אראפגעפאלען און דער גאנצער עולם ארום האט אים געזעהן שטיין מיט דריי נאקעטע פינגערס.

ברוך השם ער איז נאר אפגעקומען מיט בושות. הערסט אויסי, נישט געוויסט אז דו ביזט מיין שכן אין שוהל. דיינע טישוס זעה צו לייגען אין גארבעדש פליז.

איך פיר זיך אז איך שאקעל די פינגער ביי וועלכע איך העלט יעצט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

אלץ קינד האב איך געמיינט אז דער לעבעדיגער אידל אין די שכנות'דיגע זיץ וואס זאגט הויך למנצח און ציילט זיי 7 מאל מיט די פינגער, זוכט פשוט אריינצוברענגען א חשק אין זיינע שתילי זיתים. היינט ניץ איך דעם זעלבן טריק.
בדוק ומנוסה.
לעצט פארראכטן דורך מונאוויטש אום פרייטאג אקטאבער 07, 2016 1:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

זה שמו נאה לו: "אויסגערעכנט".
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

מיר אלע מיט'ן זעלבען פראבלעם.

האט שוין איינער מעורר געווען אז אין די מחזורים דארף ווען שטיין 7 מאל די למנצח, אזוי וועט מען פשוט זאגן פון אינעווייניג, ביז מען וועט אנקומען.

געדענק איך נאך אלס קינד פלעגט זיצן לעבן מיר אן עלטערע איד מיט ocd און ער פלעגט אלס זאגן דעם למנצח 15 צו 16 מאל (אפשר האט ער פשוט פארגעסן צו ער האלט ביים ערשטן אדער ביים זעקסטן, און אנגענומען לחומרא איבער צו זאגן, ווער ווייסט)
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

איך זאג עד שיצא הספק מלבי, למעשה בלייבט עד שיצא הלב מן הספק...
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

קאזאבלאנקא האט געשריבן:איך זאג עד שיצא הספק מלבי, למעשה בלייבט עד שיצא הלב מן הספק...

;l;p- ;l;p-
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

שמאטע האט געשריבן: א עלטער אידל וואס בייזערט זיך פאר פרנסה...

:lol: :lol: :lol: ;l;p- ;l;p-
גאנץ א געניאלער געדאנק....

איך קען אויך די אידן, איך האב נישט געוואוסט אז דו ליידסט פון אים אין ביהמ"ד...

איך קען אים פון גראסערי ווען ער הייסט מיר אראפ נעמען די אייטעם פון די אויבערשטע שעלף ('היינטיגע אינגעלייטליך' שרייט ער 'קענען שוין נישט טון א טובה פאר אן עלטערער איד'...)

פון מקוה ווען ער בעט מיר איך זאל אים אנטון די זאקן אדער אפזייפן דעם רוקן...

איך וואונדער זיך אייביג צו די אידן זענען געבוירן אזוי, אדער עס קומט מיט מיט בן ששים לזקנה (טאמער קומט עס אן ווען מען ווערט אלט דאן אך און וויי צו אונז אלע... קיינער איז נישט פארזיכערט אז ער וועט נישט דערלעבן די 60... דער אייבערשטער זאל מיר געבן נאך 25 געזונטע און גליקליכע יארן, און איך וועל אויך חלילה קענען אויסקוקן אזוי... שוין דאס מיינט לכאורה דער 'אל תשליכינו')
לעצט פארראכטן דורך טשאלענט אום פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

שמאטע זאגט אלץ גוט ניין?
נאך דערצו וויאזוי ער שאקלט צו מיטן קאפ
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

געהאט די זעלבע פראבלעם.

איך נעם א געהענגל ציצית פונעם טלית, נאך יעדע למנצח פארט אראפ איין ציצ פון די הענט, ווען עס בלייבט איבער נאר איינס ווייסן מיר אז מישען אקאמפלישט...

די צרה איז נאר אז ווען איך זעה 4 ציצית'ן אין מיין הענט טראכט איך צו איך האלט יעצט אינמיטן די פינפטע מאל זאגן און ווען איך ענדיג די פינפטע גייט אראפגיין נאך איינס, אדער האלט מיר אינמיטן די פערדע מאל און לכבוד דאס אנהייבן די פינפטע פארט איינס אראפ... בקיצור, נר מצוה אלערט...

אויסגערעכנט, געוואלדיג!
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

בערל קראקאווער האט געשריבן:שמאטע זאגט אלץ גוט ניין?
נאך דערצו וויאזוי ער שאקלט צו מיטן קאפ

שמאטע ווערט פאררעכנט פון די בעסטע שרייבער'ס דא אויפן וועלט'ל, אלס מיט א גוט ווארט און געשמאקע אויסדרוקן, ליהנות בהם בני אדם...
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

טשאלענט האט געשריבן:
בערל קראקאווער האט געשריבן:שמאטע זאגט אלץ גוט ניין?
נאך דערצו וויאזוי ער שאקלט צו מיטן קאפ

שמאטע ווערט פאררעכנט פון די בעסטע שרייבער'ס דא אויפן וועלט'ל, אלס מיט א גוט ווארט און געשמאקע אויסדרוקן, ליהנות בהם בני אדם...

נו אז מען רעדט שוין יא איך בין נאך גאנץ א גרינער דא אינעם פעלד
אפשר צייכנסטו מיר צו וועם נאך איז אינטערסאנט אנצוקוקן
אביסל האב איך שוין באמערקט למשל טריסקער האט אלץ און איבעראהל א אינפארמאטיוו ווארט און צו די זאך
אזוי אויך ביי די עלעקשנס זענען דא עטליכע גרויסע מוילמאכער ווי דער הילדסהיימער און פאליק ועוד ועוד
אבער פשוט אלץ קירוב געבזשע מיר צו נאך אפאר אדרעסן פון גוטזאגערס
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

ווי באקאנט איז די 7 מאל אקעגן די 7 מידות, חג"ת נהי"ם.
ביי יעדע מאל זאגן האב איך אינזינען די מידה אין די רייע, ווען מ'ענדיגט מלכות ווייסט מען אז מ'איז פארטיג.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

זאכליך האט געשריבן:ווי באקאנט איז די 7 מאל אקעגן די 7 מידות, חג"ת נהי"ם.
ביי יעדע מאל זאגן האב איך אינזינען די מידה אין די רייע, ווען מ'ענדיגט מלכות ווייסט מען אז מ'איז פארטיג.

און ווען מען פארגעסט ביי וועלכע מידה מען האלט?
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

@זאכליך-צום זאך!!

@אויסגערעכנט, שכח פארן אריינברענגען א שטיקל חיות אין די ערנסטע עשרי"ת טעג!! ארויפגעברענגט גאר אן ערנסטע נושא אויפן טיש...

@שמאטע, דאס מאל ביזטו גוט...

---
לעצם הענין, מיר מוטשענען זיך אויך מיט די אלוועלטליכע פראבלעם. חנוכה ביים זאגן למנצח 7 מאל איז אויך דא פראבלעמען, נאר דעמאלט זיצט מען בייך אינדערהיים און ס'נישטא פון וועם זיך צו שעמען. (אגב איז שוין טאקע ארויסגעקומען א זאגער פאר חנוכה ווי ס'שטייט זיבן מאל למנצח...)
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

די ערשטע 4 מאל נוץ דיין עצה און דערנאך פאר 567 זאלסטו טייטלען דורכאויס דעם קאפיטל מיטן ערשטע צווייטע דריטע פינגער

אדער זאלסטו אנגרייטן פון פראנאויס זיבן טישאס און יעדעס מאל ווען הייבסטע אן ס'קאפיטל פינדאסניי בלאז די נאז און צעקנייטש די טישא און שטיפעס אונטערן מחזער ביז האסטע נאמאר קיין טישאס
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אי-רעלעווענט »

איך ניץ א געניאלע וועג.... כשטיפ אריין נאך א פינגער׳ל אין גארטל נאך יעדע למנצח.. לעניית דעתי איז דאס די גלייכסטע ווייל יעדע מיינט אז מיין הענט ליגן אין גארטל פאר גרויס דביקות...
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

אי-רעלעווענט האט געשריבן:איך ניץ א געניאלע וועג.... כשטיפ אריין נאך א פינגער׳ל אין גארטל נאך יעדע למנצח.. לעניית דעתי איז דאס די גלייכסטע ווייל יעדע מיינט אז מיין הענט ליגן אין גארטל פאר גרויס דביקות...

דו ביסט זיכער אז עס איז סיקיורט? קיינער זעט נישט? עס זעט אויס ווי א גוטע אייצע
אוועטאר
שופר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שופר »

שטייעך נישט דעם גאנצען פראבלעם... ווער האט ענק געהייסען ציילען מיט די פינגער פין די הענט ?! ציילטס מיט די פינגער פין די פוס !
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

אויסי, האסט קריעטעד א פראבלעם.

עס גייט זיין היבש אינטערסאנט דעס מיט צו האלטען דאס יאר ביי נעילה.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

:lol:
אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארוואס נישט »

מה פתאום??? האט געשריבן: נר מצוה אלערט...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”