בשבילי נברא העולם..! טשיקאווע עפיזאדן

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 10:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש העיר »

"המגיד הנפלא רבי מפיק מרגליות שליט"א ידרוש בשבוע זו בפרקי אבות בבית המדרש הנהדר"

נו, אז מ'הענגט אויס אזעלכע שרייעדיגע מודעות וועגן דעם מגיד נפלא, אויבן און אונטן, יאוונע ויאסנע, אינעווייניג און אינדרויסן, ס'כאפט מיך פשוט, איך ווער מורא'דיג "קאנווינסד" אז דאס וועט זיין "דער שיעור", בה"א הידוע, דאס טאר איך נישט פארפאסן..

איך בין נישט פון די "פעפערס" וואס זעטיגן זיך נישט פאר זיי מאכן שבת נאכמיטאג א רונדעכיגן פינעווער בנשימה אחת, וכל המוסיף הרי זה משונה, נאך בלויז דריי שעה שלאפן בין איך אינדרויסן פון בעט ווי א לייב, נאך דעם נעם איך זיך מיט א פייער צו די עבודה פון משלים זיין די מאה ברכות, געווענליך בין איך מדקדק צוצולייגן נאך אביסל, ווייל אינו דומה מאה ברכות למאה ואחת, ספעציעל אויב מ'קען מענג זייך דעם שבת מיט "וויעניס קראנטש", אזוי איז מען משלב די מאה ברכות מיט די געוואלדיגע מצוה פון ש'אקאלאד ב'שבת ת'ענוג, אויב איז מען מוסיף "סופער האני נוגאט" קען מען אויך מצרף זיין דעם ש'אקאלאד ב'ו ת'אכל, אויב טראגט די ב"ב אן אביסל אייז קרעים, איז דען שייך וויי צו טון און אפזאגן?, זאל שוין זיין עונג שבת מיט א שמיץ אריבער..

די וואך האב איך געדארפט דראסטיש מקצר זיין מיט די סעודת רבי חידקא, איך דארף דאך גיין הערן הרב'ס מרגליות פרקי אבות, און איך וויל נישט זיין פון די מאחרים לשבת און בלייבן שטיין, איך דארף א גוטן פלאץ, ווי מ'גייט זיך נישט שטופן, און גוט זען און הערן.. איך בין נישט געווען אנטוישט, געווען פון די עשרה ראשונים, א גוטן פלאץ גענומען, זיך באקוועם געמאכט, אויסגענוצט די צייט ביז דער מגיד נפלא קומט אן, און מיט א פארקנייטשטן שטערן אריינגעקוקט אין ספרי רבי צדוק כאחד הלומדים, ביז דער הארפאשנער אבער נעימות'דיגער קול פון רב מפיק מרגליות האט פארכאפט דעם אוידיענץ..

און, טראץ וואס נישט די גאנצע שטאט האט אזוי גוט אפגעלערנט די שרייענדע פלאקאטן וועגן דעם שיעור, און פיל זיצן אין ביהמ"ד זענען געווען ליידיג, דאך איז געווען אן אנזעבארער ציבור, און דער מגיד האט נישט אנטוישט די צוהערער, געזאגט שיינע ווארעמע ווערטלעך, געפלאכטן מיט א סיפור פונעם סאסובער באגלייט מיט א דובנער משל, אז די צוהערער זיצן אזוי צוגעקלעבט צו די הארטע בענק, גם אני בתוך עמי אנכי יושב, רואיג און באקוועם, שלונגענדיג מיט דארשט יעדעס ווארט...

ביקש ראש העיר לישב בשלוה.. אבער אזוי אומפארהאפט רוקט זיך אן א ברייטער איד, זיינע אויגן האלב פארקלעבט, א רויטער צייכן לענגאויס זיין פנים, און די לינקע פיאה האלב ארויפגעקוועטשט פון זיין שינת צהרים'דיגן קישן, עס שאקלט זיך ווי א "ספרינג" מיט יעדן טריט, אנשטאט ער זאל זיך געפונען אן ארט בין תנור לכירים זיך פארשטעקן מיט זיין שלאפעדיגן פרצוף, האט ער באשלאסן זיך אריינקוועטשן דוקא אין מיין באנק, און פונקט נעבן מיר.. אלע קוקן אים אן ווי צו זאגן "אנטשולדיגט, איר זעט דער באנק איז פול, געפינט זיך ביטע אן ארט אויף די פיל ליידיגע בענק", אבער ער פארשטייט נישט אויפ'ן ווינק, ער קוועטשט זיך מיט זיין גאנצע ברייטקייט, אריין אין א מצב פון "על כרחך אתה חי", דער עולם בליקט זיך איבער, "אביסל מענטשליכקייט?" אבער ער שפירט נישט און זעט נישט.. און איך הייב אן צו ארבעטן אויף מיינע מידות...

איך בין עס מקבל באהבה, איך מאך שלום מיט'ן מצב.. אזוי האב איך געמיינט, אבער עס הייבט זיך הערשט יעצט אן..

קוקט אויס דער איד האט געהאט א גוטן קידוש נאכ'ן דאווענען, אויך א פיינעם טשאלענט, נישט איין טעלער, נאר כאטשיג צוויי.. ווי עס קוקט אויס האט ער אויך דעם טעלער יאפטשיק נישט פארשוינט.. און א גוטן טועמיה נאכמיטאג מאכ'ן פאף, און יעצט קומען ארויס די רעזולטאטן, ער הייבט אן געבן געז, ס'איז א אומב'טעם'טער מצב, די הערינג פון דעם קידוש, די גאלע-רעטע, און די "אווערדאוז" פון טשאלענט מיט פעטע פלאנקן האבן זיך ווי אין א "כאר" צוזאם גענומען און אנגעהויבן אטאקירן... עס איז שווער און נישט אין פלאץ אריינצוגיין אין די פרטים, אבער די מצב איז געווארן מער און מער אנגעשטרענגט און שטיקעדיג ביי די מינוט, איך האב מיך שוין געוואלט אויפהייבן און אפטראגן, עס איז געווען "גדול מנשוא", אבער פארשעמען א איד חלילה וחס..

איין מעסעדזש האב איך אים יא געוואלט דעליווערן, דו מיינסט אז וועגן דיר איז באשאפן געווארן די וועלט? ניין, "לא בשבילך נברא העולם"!..
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

ראש העיר
וואס איז מיט דיר

ביי די שטיקעדיגע מינטן
האסטע מיר די שמייכל צעשניטן

געלאכט מיט א מויל א פילן
קעגן מיין ווילן
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

וואף! דער מאיאר אונזערע איז געפארן אויף וואקאציע און אהיימגעברענגט באגאזשן מיט 'שבילי'!
ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 10:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש העיר »

גייט ארום א איד נאך געלט, שטייט ער נעבן א איד כעני בפתח, אין די האנט פול מיט קוואדערס, דיימס און ניקעלס, ער האלט אינמיטן אויסציילן "רעשטע" פאר א גומל חסד, אבער "שבילי ווילדערמאן" וויל יעצט ארויסלויפן כאפן א ווייסעךוואס אינדרויסן, ער קוקט נישט אויף גארנישט במלא מובן המילה, ער שניידט אדורך דוקא פונקט צווישן דעם "נותן" און דעם "מקבל" מיט א שנעלן טעמפא און ווילדער אימפעט, ווען אין די "פראצעס" פון זיין לויפן טוט ער אריינקרעשן אין דעם האנט פון דעם "מקבל", און ווי פארשטענדליך גיט דאס גאנצע הויפן מיט קליינגעלט א מעכטיגע טראסק אויף דער ערד און שפרייט זיך אויף אלע זייטן, דער "מקבל" פאררויטלט זיך ווען ס'דוכט זיך אים אז אלע בליקן אין צימער זענען געוואנדן נאר צו אים, אבער די חיזוק פון די אידן וואס העלפן אים צוזאמקלויבן זיין אבידה איז אים אביסל מחזק, גוטהארציגע מענטשן לויפן נאך די קוילערנדיגע ניקעלס און פעניס ביז'ן אנדערן עק שול, איינער איז אבער נישט צו געפינען, דער "שבילי ווילדערמאן" וואס האט דא אנגעמאכט א סומאטאכע, און נישט נאר ער איז נישט דא צו העלפן צוזאמען קלויבן זיין איבערקערעניש, נאר אפילו אויף אזוי פיל כאטש צו זאגן "אנטשולדיגט"...


"שבילי זיכזעער" האט געענדיגט אנדרייען זיינע טוטפות, ער וויל זיך גיין וואשן די הענט, נישט פארזוימענדיג קיין אויגנבליק לויפט ער ארויס פון זיין ארט ווי א "ווירלווינט", דער טלית זיינער פליהט אויף די זייטן ווי די פליגל פון די מלאכי חב..., אזוי לויפנדיג גיט ער א שלעפ מיט איינעם'ס טלית בייטל, מיט אלעם וואס אויף איר, אין איין אויגנבליק פליהט אלעס אראפ אויף דער ערד, און שפרייט זיך אויס אויף דעם גאנצן ארום, די בייטל וכל אשר עליה, מיט די לויזע בית'לעך, דער דיקער סידור און עטליכע דאלארן מיט א שפאר ביסל קליינגעלט וועלכע זענען געלעגן אזוי שיין מסודר און רואיג ביז די אומערווארטעטער אטאקע, איז פונקט אזוי פארוואונדערט אויף די פלוצים'דיגע אומערווארטעטער אנפאל, דער בעה"ב מיט די חפצים אינאיינעם שטייען פארוואונדערט און שאקירט אז דער מזיק האט זיך ניטאמאל געגעבן א דריי אויס צו קוקן וואס איז דער רעש וואס ער האט אנגעמאכט, לאז שוין אפ אויפהייבן וואס ער האט אראפגע'זרק'עט, "שבילי זיך-זעער".....

דער בחור'ל גליטשט זיך אריין אין ביהמ"ד ווען מ'האלט שוין ביי נשמת, די פיאות גלאנצט נאך פון די נכעטיגע "די-פיטי-דו", קוקט אויס קיין מקוה האט ער שוין נישט אספייעט אריינצוכאפן, גיט זיך אזא רוק אריין צווישן צוויי אומשולדיגע אידן, וועלכע קוקן אויס פארטיפט אין זייער פלאמעדיגע "נשמת כל חי", א "באזונדערע סייעתא דשמיא" האט ער אז ער האט געטראפן ממש א ליידיגע פלאץ, און זיין סידור האט אויך געהאט פונקט גענוג פלאץ, טאקע ארויף אויף דעם שיינעם הויכן שטריימל פון דעם חשוב'ן שכן, ער לייגט ארויף דעם גרויסן סידור אזוי אז דער הערליכער הויכער "כתר" ווערט אנידערגעקוועטשט אונטער די לחץ פון דעם גרויסן סידור, איך זיץ ממש אונטער אים, איך קוק עס צו און איך קען עס נישט אריבערטראגן, מיין שכן נעבן מיר שטייט אויך מיט פארגלייזטע אויגן און קוקט זיך צו צום וואונדערליכן ספעקטאקל, נישט צום פארשטיין.. מיין שכן וועלכער איז געשטאנען דירעקט אונטער דעם בחור'ל זעענדיג אז עס גייט דורך אפאר לאנגע מינוטן און ער זעט אז דער בחור איז גאנץ באקוועם מיט דעם "שטענדערל" וואס האט זיך אים פון הימל אונטערגערוקט, און ער האט נישט קיין שום פלאן צו באפרייען דעם שטריימל פון זיין גוטן ווילן, איז געווארן אביסל צוהיצט, גייט ער אויך נוצן דעם שטענדערל וואס מ'האט "אים" צוגעשיקט פון הימל.. ער נעמט זיין סידור און לייגט עס ארויף אויף דעם בחור'ס הוט..
דער בחור איז נישט קיין נאר, גיט זיך א האלבע דריי ארום צו זען וואס דא גייט פאר איבער זיין קעפל, ער האט באלד פארשטאנען דעם משל מיט'ן נמשל, ער האט זיך אפגעטראן פון דעם טיש און געלאפן זוכן א פלאץ צו אלע פיר רוחות..
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

גאר גוט, בפרט די לעצטע מעשה...
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

ראש, דו ברענגסט מיך אריין אין ריעל לייף, וויזוי באמערקסטו אבער די אלע זאכען ?

קיפ אפ, ברענג נאך!
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

וייסעכניש צי די אלע מאסעס האבן ווירקליך פאסירט, אבער א שמייכל און א מאמענט פון מחשבה אויף א צווייטן נברא האסטו מיר זיכער געברענגט

גיי אן!!..
ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 10:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש העיר »

ערב זמן מתן תורתינו הקדושה,

שטייענדיג היינט אינדערפרי אין קאווע שטיבל צוגרייטנדיג מיין ערשטן מילכיגע טועמיה לכבוד ערב חג המילכיגס, שטייענדיג אין ווינקל מישנדיג די קאווע, קוק איך זיך אום צו די לעכטיגע בחור'לעך וועלכע מאכן די קאווע כמעט ווי אויספאלגנדיג ווארט ביי ווארט פון די "פורים קאווע אנווייזונגען", מ'נעמט א גלעזל, ס'גליטשט זיך ארויס אינמיטן אריינלאזן די קאווע שטויב דערין און פאלט אויף דער ערד, מ'איגנארירט עס און ער בלייבט ליגן כאבן שאין לו הופכין, מ'נעמט א פרישן גלעזל מיט א גענצליכע התחדשות, מ'ברעקלט אריין א שפאר ביסל קאווע שטויב, דערנאך שאקלט מען ארויס האלב דערפון אין מיסט, מ'כאפט אריין א צען צוועלף קאצקע צוקערלעך, אריין אין גלעזל, (נישט געוואוסט דער גלעזל האט אפילו פלאץ פאר אזויפיל..), מ'גיסט אריין הייס וואסער ביז אויבן, דערנאך גיסט מען אראפ אביסל אין מיסט קעסטל, מ'גיסט אן מילך ביז איבער אלע גדותיו, די "יום הששי" כוס איז גרייט, יעצט גיסט מען נאכאמאל אראפ אביסל, וואו? אין די מיסט קעסטל, (וואו דען, אפשר אין סינק גאר?..), ווען איינער לויפט אראפגיסן אין גאבעדזש, איז דער אנדערער אויפ'ן צוצוגיסן צום דריטן מאל מילך, קוקט אויס ווי א מיני באמפינג קאר ארענע, נישט מירנישט דיר קראכט אריין איינער אין צווייטן אזוי אז ס'ווערט א מצב פון "זבת חלב וקאווע", ס'רינט און שפריצט אין אלע זייטן, איך קלער מיר אבער, עס איז אינטערעסאנט אז ס'פאסירט נישט קיין ערנסטערע צוזאמען שטויס, א קליינער גיס אדער שפריץ ווי צו יוצא זיין, נישט קיין ערנסטע קאליזשן, אזוי שטיי איך גאנץ ערנסט באטראכטנדיג דעם מצב, און...

ווי צו ליינען מיינע מחשבות שטראמט ארויס א בחור מיט זיין פארטיגע קאווע, ער שפרייזט גראד און שנעל, נישט קוקנדיג צו שטארק, און מיט איין אימפעט גיט ער זעץ אריין אין א מיטל יעריגן איד וועלכער שטייט און אין זיין האנט האלט ער דעם ערשט געענדיגטע קאווע, די גאנצע קאווע גיט זיך א גיס אויס אויף דעם איד מיט'ן גרייז גרויען בארד, און דער בחור איז אויך נישט ארויס נקי מכל, אבער ווי פארשטענדליך אז נישט אים מיינט מען דא, ער האט זיך גראדע יא געגעבן א שנעלע דריי ארום, אבער נאר צו קוקן אויב זיין פלייצע איז אויך געווארן באגאסן, אין אן אויגנבליק איז ער אינדרויסן און נישט צום געפינען, מיר אנוועזנדע האבן געהאלפן דעם איד זיך צורעכט מאכן, און גלייכצייטיג אויך געווישט דעם פאדלאגע..

אך, נישט געזארגט אויף די קומענדיגע דור, ס'וואקסט אונטער א אינגער בשבילי..

פארוואס פאסירן די אלע זאכן "פונקט ווען איך בין דארט"?...
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

ער איז זיך אליינס שלידיג ווייל מיין מאמע האט נישט געלאזט גיין אין קאווע שטיבל בכלל כל שכן מישען דארט א קאווע, נאך דעם וועט ער נאך גיין אין פאליש עס אויסטרינקען,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

פיין... יעדער זעהט עס אבער נישט יעדער באמערקט, און אודאי נישט יעדער האט די פעדער עס אראפ צו לייגן...


פארגעסן פון די דריי גלעזלעך אויסצומישן די קאווע....
ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 10:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש העיר »

שוין צו וויפילטן מאל זעה איך דעם העכסט "בשבילי'דיגן" מחזה, שטענדיג טראכט איך אט גיי איך מיך אראפזעצן דאס נאטירן און פאראייביגן אין דעם "בשבילי אשכול", אבער דא קומען אייביג אונטער די נארישע טירדות, אבער די בילד וואס חזר'ט זיך איבער עודך און אודך (קרעדיט "מעלות") צומאל טאג נאך טאג, אצינד מוז איך אלעס אין דער זייט שטעלן און דאס פארצייכענען בעט ועופרת..

די מנין איז שוין אין "פול מאושען", די פלעצער אין דעם געקילטן לופטיגן ביהמ"ד איז שוין גאנץ פיין באזעצט, דער חזן שרייט שוין אויס רבי ישמעאל אומר, ווען "ר' פעסעלע" שניידט אריין אין שול מיט איין אימפעט, ער מוז נאך כאפן דעם ליבן מנין, אז נישט איז דער גאנצער טאג כאדאראם.. מיט א זריזות שלעפט ער ארויף דעם דיקן טלית איבער זיין רחבות'דיגן גוף, ער קען נישט באהאלטן די אומגעהוערע אנשטרענגונג ווען ער מוטשעט זיך צו שנעל אנדרייען די תפילין מיט די רצועות, דער בעל תפילה שפאנט שוין פאראויס, און ער מוז נאך מיטהיטשן דא, ענדליך די עבודה איז פארטיג, ער לויפט זוכן א טראפן וואסער צו באנעצן די עקן פון די פינגער, און ער איז "רעדי טו ראלל", ער הייבט אן ברומען ווי צו אויפזוכן דעם שנעלסטן שארטקאט צו קענען דעריאגן דעם לויפנדיגן בעל תפילה...

ווען דער שטורעם איז דורך דערזעט זיך ר' פעסעלע א באגאסענער מיט שווייס, ער גייט צו צום עיר קאנדישאן אן קיינע שהיות, און רוקט עס אראפ אויף נישט ווייניגער ווי 60 פארענהייט, די עיר קאנדישאן קנאקט אוועק ווי אין די נארט פאול, ס'רוב עולם מתפללים האלטן שוין נאך א שיעור גמרא אדער חק, די וואס נישט געקומען פון א שיעור זענען שוין אויך געווען אין מקוה א וויילע צוריק, שוין פארגעסן פון דעם לאנג פארדייטן ווארעמע קאווע, קיינער האט אים נישט געהייסן ארויסקומען פון שוויץ באד אריין אין ברוך שאמר אריין..

דער עולם הייבט אן פרירן פון קעלט, אבער ר' פעסעלע וועלכער איז הערשט מיט עטליכע מינוט צוריק ארויסקראכן פון די הייסע בור ווי ער האט זיך איינגעוויקט אויף א האלבע שטונדע, דערנאך האט ער זיך איבערגעפולט מיט צוויי גרויסע קאוועס, און ווען זיין היץ גרייכט אין די טויזנטער בי טי יו, ווערט אים פלוצלינג הייס, איין "מחוצפ'ל" וואגט זיך צו ארויפרוקן דעם עיר קנדישאן אויף א "פשרה'דיגן" 65 גראד, ווען ר' פעסל דערזעט דאס ווערט ער ממש ווילד, ווי קען דער ראצערל זיין אזא מחוצף, בשעת איך שוויץ אוועק דא, ס'גיסט דאס וואסער, ער לויפט תיכף צו און רוקט אראפ דעם עיר קאנדישאן אויף דאס נידעריגסטע שייך, סרייסט שטיקער, דער עולם הייבט אן קלערן פון ווינטער מאנטלען, די עלטערע הייבן פשוט אן ציטערן פאר קעלט, אבער וואס יענער? וואס וועלט? "איך בין הייס, איך שוויץ, זאלט איר אלע פריזן פאר קעלט אבער פעסעלע מוז זיין באקוועם"..

הה"ד "בשבילי נברא העולם"..
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ר' פעסעלע... וואט עי נעים

גרינע מענטשעלע!
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

איך וואט פאר די ראש העיר
שכוח פאר די הערליכע ארטיקלען
אוועטאר
ירח וכוכבים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 3:26 pm
לאקאציע: וואו גא-ט וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירח וכוכבים »

איך האב נישט געקענט אויפהערן צו לאכן, ראש העיר די האסט א מורא'דיגע טאלאנט..
אֶת הַיָּרֵחַ וְכוֹכָבִים לְמֶמְשְׁלוֹת בַּלָּיְלָה כִּלְ"חַ
(מיין גרעסטע הנאה פון אלס קינד איז געווען צו זאגן איינמאל ביי הודו כל"ח.... אנשטאט כי לעולם חסדו...)
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

אה יע ס'הייסט א ראש העיר.

פיין געזאגט איי ס'א'פעסעלע.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

מייסטערפול געשריבן
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

=k?%0 מיינסט ווייל דו ביסט די ראש העיר דארף מען דיר פאלגן??!!
די גאנצע עולם איז געווען הייס!! אז די ביזט געווען קאלט דארף נאך נישט יעדער דערפאר ליידן!!!

עניוועי ;l;p-
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

נא_שכל האט געשריבן::lol: :lol: :lol:

מ'דארף ארומשיקן די תגובה אויף וואטסעפפ ווען די חברה זיצן הכנות.

די דערמאנסט מיך א מעשה וואס האט פאסירט אין די בראשית יארן איך געדענק נישט פונטקליך אלע פרטים (אפשר וועט איינער דא קענען צולייגן מער דעטאלן), מ'האט געבויעט א כולל און מ'איז געקומען צום נדבן און געזאגט מ'דארף בויען ביה"כ'ס פרעגט ער וויפיל דארף מען זאגט מען אים ארום דרייסיג, זאגט ער איך פארשטיי נישט איך האב ביי מיר אין ביזנעס פופציג ארבייטער'ס און נאר איין ביה"כ און עס איז שטענדיג ליידיג! ודו"ק
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה ישר »

...וואס גייט פאאר, קיינער האט שוין נישט עפעס טשיקאווע עפיזאדן?
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.
ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 10:45 am

Re: בשבילי נברא העולם..! טשיקאווע עפיזאדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש העיר »

מיט בקשת מחילה סליחה וכפרה פון מיינע אלטע ידידים שוכני אייוועלט, מחמת טירדותי המרובים בין איך געווען אפוועזנד פאר א וויילע, בקרוב דארף מען זיך שוין ווייטער נעמען צו תשובה און הכנה צו די פארכטיגע מורא'דיגע טעג, וועל איך ווארשיינליך זיין אפוועזנד פאר נאך א וויילע, אין מיין קורצע באזוך על'יך דערווייל אראפלאזן אביסל צידה לדרך און בדיל ויעבור...

וואס ברענגט מיך דא אהער אין אזא רואיגן זונטאג, בעגינען פון חודש אלול? די השגחה האט צוגעפירט אז אין בלויז איין טאג האב איך "פונקט" זיך געדארפט אנשטויסן אין עטליכע גריצלדיגע עפיזאדן וועלכע שילדערן מיט שרייעדיגע פארבן דעם "בשבילי, בשבילי נברא....", זיצנדיג אויפ'ן פאטעל אין מיין שיינעם שלאס, האב איך געקלערט, ווייסטו, דער ראש העיר האט שוין לאנג נישט אפגעשטאט קיין באזוך ביי די תושבי העיר, נאך אזוינע עפיזאדן לאמיר זיך אריינלאזן אויף א קורצן באזוך, און איבערלאזן אביסל יאזענד פאר מיינע פריינד.

דער טאג האט זיך אנגעהויבן רעגולער, היינט גיי איך דאווענען אין א צענטראלן "מנין פעקטארי", איך שלייך מיך אריין אין דעם באליבטן קאווע צימער, שטיי איך שוין ווארטן פאר מיין רייע צו נעמען מילך.. די סדרי העולם איז געווארן אינגאנצן פארדרייט זינט ס'איז אנגעקומען דא די שרעקעדיגע קאראנע, מענטשן פארשטעלן זיך אין די גאסן ווי פרים קטן, פארברעכער דרייען זיך פראנק און פריי פארנט פון די קעמרעס און אייגעלעך, הלמאי זייערע פארברעכערישע געזיכטער זענען פארדעקט מיט מאסקעס, ווען איינער גיט א הוסט פארדעקן זיך אלע די געזיכטער, מענטשן עפענען טויערן און טירן מיט די עלנבויגן אדער ארבל, זיי ציטערן אנצוכאפן הענטלעך פון טירן, און מיט רעכט, זיי ווילן נאך לעבן מיט'ן גאנצן הארץ..

איינס פון די קרישקעלעך וואס איז פארענדערט געווארן אין די ימי הקאראנע, מיר האבן פארלוירן די גרויסע קיען וואס גיבן אונז שוין מילך פאר א שיינע וויילע, אין ביהמ"ד פעגט זיין אזא באקוועמליכקייט, מ'פלעגט גיבן א רוק ארויף דעם אייזן, און פון דעם ווייסן שלויכ'ל איז געקוואלן מילך אין דעם קאווע אריין, פלעשלעך מילך? בלויז אינדערהיים... האט די רעגירונג גוזר געווען אז עס דארף זיך ווארפן פלאסטישע פלעשער מילך אין די גאסן, אזוי אז פון אלע שטיבער און מוסדות איבעגעבלייבעכטס לאנדן זיי סוף כל סוף אין "קאווע שטיבל" אין ביהמ"ד..

צוריק צו מיין קאווע שטיבל, איך שטיי אין די רייע צו באווייסן מיין שווארצע קאווע, שטייען פאר מיר א זקן מיט א לאנגן ווייסן זקן, א פרישער אינגערמאן, און א גרויסער בחור.. והדרת פני זקן, ער איז דער ערשטער אויף די רייע, שטופט אריין זיין גאנצן לאנגן נאז אין דעם פלעשל זיכער מאכן אז עס איז טאקע פריש ביז דעם לעצטן טראפן דארט אונטן.., קוקט אויס דער טעסט איז ארויס פאזיטיוו, ער גיסט אריין מיט מתינות און ישוב הדעת די מילך אין זיין קאווע, און פאמעלעך מאכט ער פלאץ פאר'ן קומעדניגן "אינספעקטאר", יעצט שטופט זיך דער בחור אריין, ער יאגט זיך ער האט נישט קיין צייט צו ווארטן אויף זיין רייע, ער איז א ביזי-באדי... לייגט אריין זיין נאז מיט א שנעלקייט און מעשה מומחה דרייט דעם פלאש אהער און אהין בשעת דער נאז טוט זיין ארבעט מיט אזא פלינקקייט, איינמאל ער איז פארטיג מיט זיין אייגענע בדיקה, גיט ער א שאקל ווי אן "אפראוועל", גיסט זיך אריין, וואקט אוועק שנעל, איבערלאזנדיג אפאר שפריצעס פון די פרישע קאווע אין אלע זייטן, יעצט קומט דער אינגערמאנטשיק'ס רייע, ווי נאר ער הייבט אויף זיין נאז צו די מילך, כאפ איך א נייע פלעשל, איך עפן עס פון פריש, איך הער דעם "קראך" פון די פריש אפגעבראכענער דעקל, איך גיס מיר אן מיין ביסל מילך אן קיין שמעקן, און אן אריינקוועטשן מיין נאז אין די פאבליק מילך פלעשל, און ווייסט וואס? מיין קאווע איז געווען זייער גוט, די מילך איז געווען גאר פיין, אן די אלע נעזער דערינען...

אנגעווארעמט צו עבודת הבורא שפרייז איך מיר אריין אין ביהמ"ד, איך לייג מיין טלית ותפלין אויף מיין אויסגעוועלטע מקום, איך וויקל מיך איין אין דעם טלית, איך לייג מיין הוט נעבן מיין טלית בייטל, און איך עפן מיר א סידור אויף מיין בייטל מיט אירע געצייגן, און איך גרייט מיך צו די הייליגע מצוות תפלין, נעבן מיר זעצט זיך נאך א מתפלל, טוט די זעלבע, מאכט אן עטיפה, לייגט זיין הוט נעבן מיינס, און איז ממשיך זיין עבודה אויפ'ן פלאץ, ווען איך בין פארטיג מיט די עבודה, גיי איך מיר וואשן די הענט, ווען איך קום צוריק אנדרייענדיג די רצועות אויף די פינגער, קוק איך צו מיט נישט ווייניג וואונדער און מיט נישט ווינציגער שאק צו א מאדנע סצענע, שטייט א ברייט ביינעדיגער אינגערמאן א טיש פארנט פון מיינס, ווען זיין טיש איז אינגאנצן ליידיג, ער ענדיגט זיך ארומווארפן דעם טלית, דעקט זיך אויף דאס געזיכט איינגעהילט אין דעם טלית, ער נעמט זיין הוט פון זיין ליידיגן טיש, ער הייבט אויף מיין הוט פון איר מנוחה, לייגט אים ארויף אויף מיין סידור און טלית בייטל, און לייגט זיין גרויסן הוט אט דארטן ווי מיינער איז געלעגן אזוי שיין רואיג ביז די רגע, וואס די גיהנם גייט דא פאר? איך אבזערוויר ווייטער ווי ער שפרייט זיך אויס, זיין טלית בייטל עקסטער, תפלין בייטל באזונדער, זיין סידור עקסטער, און ער נעמט אויף אזא האלבן טיש פאר גארנישט, אבער העי, דו האסט נאך אלס גענוג און נאך פלאץ פאר דיין הוט און אפילו דיין קאפל אויך! בדלית בריה, נעם איך מיין הוט און איך לייג אים אויפ'ן אנדערן טיש, ווי אינטערעסאנט ווען איך זעה אז ער שפאצירט גאר ארויס און גייט דאווענען מיט אן אנדערן מנין, זיין גאנצע האב און גוטס אויסגעלייגט אויף צוויי טישן, ווען ניטאמאל דאווענט ער דא... איך וויל מאכן א ברכה מיט לויב און דאנק אז איך קוק נישט אויס אזוי, איך קען מיך נישט צוזאמקלויבן וועלכע ברכה איך דארף יעצט זאגן, משנה הבריות, עושה מעשה בראשית, שהבדילנו מן השוטים...

גיי איך אריין אין לאנטשאנעט זיך איינרייכן א פת שחרית'ל, שטייט א פריש געביגלטער אינגערמאן מיט זיינע הערליכע ברילן און שיינעם שטייפענעם אנצוג, קוקט גראדע אויס ווי שיין אהערגעשטעלט, ס'איז געווען אינטערסאנט, אלע אין די רייע האלטן זייער בייגל אדער זעמל מיט א וועקס אדער פלאסטיק, ער דרוקט הארציג זיין זעמעלע מיט זיין בלויזן האנט, אזוי שטיי מיר אלע אויף די רייע צו די סענדוויטש באר, פלוצים פאלט מיינע אויגן אויף די פרישע שאכטל בייגל וואס איז יעצט געווארן אראפגעשטעלט דערנעבן, דער אינגערמאן לויפט צו, ווארפט אראפ זיין אויסגעשוויצטע זעמל אריין אין באקס, זאלן יעצט אנדערע געניסן פון זיין ברייטן האנט, ער הייבט אן ארום טאפן און קוועטשן די בייגלס ביז איינס געפעלט אים, ער הייבט אים אויף און דרייט אים ארום און באטראכט עס פון אלע זייטן, ווען ער טרעפט א בלאט פלעק ווארפט ער אים באלד צוריק און נעמט אנ'אנדערס....

דא האב איך מחליט געווען, דעם היינטיגן טאג מוז איך נאטירן און רעקארדירן אין איר ריכטיגן ארט "בשבילי נברא העולם....".
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: בשבילי נברא העולם..! טשיקאווע עפיזאדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

ראש העיר האט געשריבן:

א נעבעך אויף די בשבילו'ניקעס (ניקעס נישט ניקס), אבער פאר אונז האטסעך עס געלוינט. שרייבר מער אפטער, זייער שיין!
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9979
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: בשבילי נברא העולם..! טשיקאווע עפיזאדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

פיין באשריבן הרב ראש העיר! מיר וואלטן געוואלט געניסן פון אייך אביסל מער!

לגבי די בשבילי ניקעס, אינטערסאנט דער האט זיך נישט אראפ געזעצט קודם טרינקען זיין קאווע און זאגן קרבנות אויף א צווייטע טיש בשעת וואס דער עולם שטייט און זיכט א פלאץ וואו זיך צו זעצן. ווען דער מנין איז שוין געפאקט, יעדער האט שוין געטראפן א פרעפעזאריש פלאץ שארט ער זיך ארויס פון דארט צום נעקסטן מנין...
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: בשבילי נברא העולם..! טשיקאווע עפיזאדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

מאך איך מיר אפאר מינוט וויס צו מאכן דעם קרעטשמע, רוקט דער ראש העיר אריין א שמאלציגע אשכול, אז מיינע מילצן זענען אויסגעריבן ווי אן אויסגעקלאפטע הושענא, און ס'בענקל ווארפט זיך אהן אויפהער, ווי זרח זעלבסשטענדיגער וואלט מיטגעזיצן מיט מיר...

פרעג איך אייך, איז דאס נישט בשבילי?


טענק יא ראש העיר!


און א קרישקעלע ווען די מילך שמעקעריי, איז מיר בשעת מעשה איינגעפאלן, אז דאס איז דער עיקר וואס האט געבאדערט פאר דתנ'ען און אבירם'ען
אף לא אל ארץ זבת חלב ודבש הביאותנו!
מ'האמיר נישט דא דעם מעגליכקייט אריינצושטעקן דאס נעזל אינעם חלב!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

Re: בשבילי נברא העולם..! טשיקאווע עפיזאדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

א גאטסי מעיאר, קומט זיך אריין שטילערהייט, ווארפט אראפ א באמבעלע און לויפט אוועק פאר נאך 2 יאר, אונז וועלען עס נישט צו לאזען! מעיק אוער וועלט גרעיט אגעין! קום צוריק נאכאמאל,
ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 10:45 am

Re: בשבילי נברא העולם..! טשיקאווע עפיזאדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש העיר »

שלום עליכם, אקעי, עליכם השלום!

אנטשולדיגט מיר פאר מיין לאנגע אפוועזנהייט, עס קען זיך צודוכטן אז אינדערצווישנצייט האמיר געגרייכט דעם עולם התיקון, נישט דא מער קיין בשבילי'ס, אלע איבער אלע טראכטן נאר פון יענעם, נישט פון זיך בכלל, אוודאי, א פוס...

וואס האט מיך דא צוריק געברענגט היינט אין דעם ערב פסח ראש? מיין היינטיגע פרי מארגן האט מיך פשוט ווי אריינגעשטופט אין דעם פארשטויבטן אשכול...

אויפגעשטאנען שפעט, געוויס, ערב פסח זיכער געווען פארנומען רייבן קראצן און שייערן ביז חצות הלילה, וואס, דער ראש העיר האט געלייגט א פינגער אין ווארעם וואסער? גיי פארקויף עס פאר די מארינען, א פייג! שוין, נעווער מיינד, הוי דן את כל האדם...

איך לויף אריין אין דעם בהלה'דיגן בין הזמנים אנגעפולטן מנין פעקטארי, איך זעה שוין וועלכע מנין גייט זיך שטעלן אין א ליאדע מינוט, אין הייב מיר די פיס מיט איין אימפעט צו עספייען און פארכאפן א פלאץ בעפאר איך פארפאס דעם לויפנדן באן, איך גיי, איך גיי? איך לויף מיט אן אטעם צום ציל, ווען פלוצלינג, בום! יא, א העד-אן קאליזשן מיט... ווער זענט איר? קוק איך מיט שטוינונג, -"איך פאר צוריק היינט קיין ארץ ישמעאל, איר קענט אפשר ארויסהעלפן?.." איך קוק אים אן מיט מיט צוויי שטרענגע אויגן, ווי צו אויסשרייען, דו זעסט נישט איך לויף כאפן א מנין? שוין, אפשר איז דאס מיין היינטיגע נסיון, איך שלעפ ארויס א OJC און דערלאנג אים מיט א געמאכטע שמייכל... זאל שוין זיין, איך שפאן שנעל צום שטיבל, מיט מיינע שארפע אויגן דערשנאפ איך א ליידיגן ארט, איך שפרייז אהין מיט דריי ריזן-טריט, איך לייג אראפ מיין לעדערנע טלית זעקל, איך וויל אראפווארפן דעם הוט און ארויפשמייסן דעם טלית, ווען מיינע אויגן באגעגענען זיך פנים אל פנים מיט א בערגל דרוכגעווייקטע טישוס אויפ'ן טיש, יאקס, יוקס, און יעך.. עפעס א אומנארמאלע בשבילי האט זיך דא אויסגעגעבן, און נישט נאכגעקומען די מינימאלע מענטשליכקייט פון מקיים זיין "וכסית את צואתך"...

נאכ'ן זיך ספראווען דערמיט, האב איך מיטגעלעבט די צווייטע סצענע...

מיין שכן א טיש פארנט פון מיר, א איד שוין אין די זילבערנע יארן, קוקט אויס ער האט נישט אנגעטון קיין מאנטל, אמער, עס אז דאך שוין חודש האביב, טאר מען דאך נישט, איי ס'איז קאלט? תיקו, און די רעזולטאטן האבן אים נישט אנטוישט און נישט געשפעטיגט, ער האט נעבעך געווישט און געבלאזן דעם נאז מבואו ועד צאתו, שוין, זאל עס אים זיין צו כפרת פשע און מחילת עוונות..

ער האט אפגעענדיגט אלע זיינע טישוס וואס ער האט מיטגעברענגט אין קעשענע, ער דארף זיך פארשאפן א פרישן גרויסן סופליי, ער לאזט זיך ארויס אויף א זוכעניש מיסיע, נאך א לאנגע וויילע, און פון ערגעץ וואו ברענגט ער א נייעם חבילה, א פארמאכטן באקסל טישוס, אן אוצר, ער רייסט אים אויף מיט פרישקייט, לייגט עס הארט נעבן זיך, און אטעמט אפ, איינער גייט אדורך און שלעפט ארויס צוויי פאפירערלעך און גייט ווייטער, פיין, חסד אויך, אבער ליידער, נישט לאנג האט די שמחה אנגעהאלטן, קומט צו שפאנען מר. בשבילי זשוניאר, א זון פון דעם גרויסן בשבילי, און גיט זיך אזא לייג אויס איבער'ן טיש, און בחד שיחיא שטרעקט ער אויס זיין לאנגען ארעם א זכר צו בתי' פון פרעה, און גיט א נעם דעם באקסל טישוס, און אן קיין שהיות טראגט ער זיך אפ דערמיט, איבערלאזנדיג דעם איד מיט א רינענדיגן נאז שאקירט און ערשטוינט..

#וועלקאם טו די ווארלד אוו "בשבילי"...
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”