א הארציגע רוף

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
געפילטע פיש
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2008 12:59 pm
לאקאציע: אין טאפ

א הארציגע רוף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געפילטע פיש »

געשריבן דורך א חבר מיינס וואס האט נישט קיין אינטערנעט.


כמעט צען יאר צוריק - ווען איך האב חתונה געהאט, האב איך נישט גע'חלומ'ט אין מיין ווילדסטן חלום וואס איך וועל אלס דארפן דורכגיין צו קענען האבן "א קינד".

"א קינד" צו קענען האלזן און קושן.

"א קינד" זיך אויפצואוועקן צו די בעיבי טיף אינמיטן פון נאכט און מאכן א באטל.

"א קינד" אנצוטוהן צופרי און שיקן אין חדר אדער סקול.

האבן א בעיבי נאכ'ן חתונה האבן איז עפעס וואס רוב מענטשן 'נעמען פאר גרענטעד', מ'האט חתונה, מ'האט א קינד, מ'קרעכצט אפילו ווען ס'איז שווער, אבער דאס לעבן גייט אן.

ליידער איז דאס אבער נישט עפעס וואס יעדער קען האבן נאטורליך. ס'איז דא מענטשן וואס גייען דורך יסורים ביז זיי קומען אן צום אזוי ערווארטעטן מאמענט פון קענען אנגערופן ווערן "טאטע".

און איך בין ליידער איינע פון די מענטשן.

אין די לעצטע דריי יאר אליינס האב איך שוין אויסגעגעבן איבער פערציג טויזענט דאללער (40,000$) פון מיין אייגן געלט פאר דאקטוירים. בוני עולם האט שוין געצאלט פאר מיר נאך 65,000$ צו א סך הכל פון מער ווי הונדערט טויזענט דאללאר.

אין די לעצטע דריי יאר האב איך און מיין ווייב שוין געמאכט "פינף IVF טריעטמענטס", וואס איינער וואס איז דאס נישט דורכגעגאנגען קען נישט פארשטיין די שוועריגקייטן דערפון, די יסורים און די צער וואס דאס קאסט. אלעס בין איך געוועהן גרייט צו טוהן מיט א שמייכל אלס כדי אנצוקומען צום ציל, נישט צו קויפן א הויז, נישט צו האבן א שיינע קאר, נאר פשוט צו האבן "א קינד"!

מיט עטליכע וואכן צוריק ווען איך בין געוועהן ביים דאקטאר, האט ער מיר געמאלדן וועגן א געוויסע טריעטמענט וואס ווען ער לייגט עס צאם מיט א נייע מעדיצין, טראכט ער אז דאס קען בעז"ה זיין די ישועה אויף וואס איך קוק שוין אזוי שטארק ארויס.

$24,000 - פיר און צוואנציג טויזענט דאללאר!

דאס איז וואס ס'וועט מיר אפקאסטן פון מיין טאש. זעקס און א האלב טויזענט דאללער האב איך ערלעדיגט צו שאפן פאר'ן יעצטיגן טריעטמענט פון חברים און ארגענעזאציעס. פאר די איבריגע מוז איך צוקומען צו אייך - פרעמדע מענטשן, בעלי חסד וואס איך קען נישט און איך וועל מן מסתם קיינמאל נישט קענען.

איך דארף אויפקומען מיט זיבעצן א האלב טויזענט דאללער אין די נעקסטע דריי וואכן כדי מיר זאלן קענען טוהן די טריעטמענט ווי שנעלער.

איך בעט אייך טייערע אידן, איך פארשטיי אז ס'איז שווער צו געבן ווען מען האט קוים גענוג פאר זיך אליין, אבער פינף אדער צעהן דאללער קען כמעט יעדער אוועקגעבן פאר א איד וואס איז אין א נויט.

אין דעם זכות פון העלפן א איד אין נויט, זאל די אייבערשטער אייך העלפן אז איר זאלט נישט וויסן וואס נויט מיינט און איר זאלט נישט וויסן פון קיין שום מיני צער.

יישר כח!




דאס איז געשריבן פאר א חבר וואס איך בין פערזענליך באקאנט מיט זיין מצב און איך ווייס ווי וויכטיג ס'איז אים ארויסצוהעלפן.

מען קען אים ארויסהעלפן אויפן לינק:
https://www.gofundme.com/infertilityfund
מצוה יונגעל
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 11, 2016 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצוה יונגעל »

געגעבן, אסאך הצלחה אין א רפואה שלימה!
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

מצוה יונגעל האט געשריבן:געגעבן, אסאך הצלחה אין א רפואה שלימה!
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

מצוה יונגעל האט געשריבן:געגעבן, אסאך הצלחה אין א רפואה שלימה!
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

העמער זיך אי"ה משתתף זיין.

ביי די וועי, פארוואס ניצט נישט דער עולם https://thechesedfund.com אנשטאט Gofundme? דאכט זיך מיר אז זיי נעמען נישט אראפ קיין פראצענט.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”