מיין פראפעסיאנאלע ביזנעס מיטונג (מי מנוחות #10)

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

מיין פראפעסיאנאלע ביזנעס מיטונג (מי מנוחות #10)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

מיינע פינגערס ווייברערירן פון שרעק, מיין פוס איז אריין אין א הייפער אקטיוו מאוד זיך צוזאמקלאפנדיג איינע אין דעם צווייטן ווי אלטע גוטע פריינד, וויפיל איך פרוביר זיי צו האלטן אין פלאץ אלס א גרעסערע הנאה האבן זיי צו ווייזן זייער בעלות און מיך ווייזן זייער אוואנטוריסטישע רייץ דווקא מיך אויפצורעגן. מיין בארד ווייזט רויטע צייכענעס אין פארעם פון א נעגל אויפן זעלבן פלאץ וואו עס האט אמאל פיגורירט די חוצפה'דיגע שטעכיגע האר וואס איז אויסגעפליקט געווארן מיט א זעלטן טייוולאנישע הנאה, וויפיל מאל איך האב פרובירט צו ווישן די פלעק אויף די קאלנער פון מיין נייע רעקל איז ער אלס צוריקגעקומען מיט א זעלטענע מאס ווידערשפעניגקייט ביז איך האב אנערקענט די ווייטאגליכע פאקט אז דאס איז שוין גארנישט קיין פלעק נאר ענדערש א פלאכע גרובל וואס איז געקומען אין דירעקטע רעזולטאט פון מיינע גרובערישע פינגער.

יא, איך בין נערוועז. איך בין אנגעצויגן ווי א צאנקעדיגע ליכט, איך קראץ מיין קאפ, איך בין מסדר מיין הוט שוין צום וויפילטן מאל די לעצטע צען מינוט, ווי אויף להכעיס האט די שפרינגעדיגע הארעלע באשלאסן צו שפילן מיט מיר היינט א סאדיסטישן שפיל זיך מאכענדיג באקוועם אויף די שפיגלדיגע גלעזער וואס איז שוין אפגעווישט געווארן מיט די שפאגל נייע ווישער וואס איך האב זיך ספעציעל איינגעהאנדלט צו דער היינטיגע מאמענט, איך וויש ווידער און ער איז דא צוריק, איך בלאז מיטן מויל מאכנדיג די די שוין אויספראבירטע הויכ-אפעקט אבער ער איז ווידער דא מיט זיין רייצערישע שמייכל, נאכן רייבן און ווישן פאר צען מינוט איז ארויסגעקומען דער סוד אז איך וויש אויף א טיפן קריץ.

פארוואס איך בין נערוועז היינט?

גוט געפרעגט, אייגנטליך איז שוין די קשי' געפרעגט געווארן פון אלע מיינע ארומיגע אזש פון דעם אליינס בין איך נערוועז געווארן, דאס גייט שוין צוריק צו א קנאפע דריי וואכן צוריק.

לאמיר מאכן א קורצע הקדמה, מיין נאמען איז (נאמען געהיטן אין דער רעדאקציע), איך בין אויפגעצויגן געווארן אין (שטאט געהיטן אין דער רעדאקציע), איך בין (יארגאנג געהיטן אין דער רעדאקציע), איך גיי מיט (לבוש געהיטן אין דער רעדאקציע) מיין סאושעל איז (סאושעל געהיטן אין דער רעדאקציע)... אקעי איך האב מיך שוין צופיל פאררעדט.

אין חדר ביי 'ענגליש' בין איך געווען א דורכשניטליכע קינד, און דורכשניטליך מיין איך דורכשניטליך, אידיש גערעדט האב איך געווארפן א 'דורכשניט' פון פינף פיטשעס א וואך אויף די פארהאסטע ענגליש טיטשער, מיין ריפארט קארד איז געווען א 'דורכשניט' פון א "דזשי מיינוס" און אין 'דורכשניט' בין איך געווען ארויסגעווארפן פון קלאס פיר מאל א וואך. א שנעלע קאלקולאציע ברענגט דער טאטעל אז מיין 'ענגליש' איז נישט געווען עפעס מוראדיג פראפעסיאנאל, גראב גערעדט האט עס געענדלט מער אין דזשיבריש ווי א מעקסיקאנע ענגליש.

פארשטייט זיך אז פאר די גויים האב איך געהאלטן א שטרענגע סוד איבער מיין ארימע ענגליש, נעמליך איך האב זיי נישט פארציילט אז איך קען נישט די שפראך, אין ביזנעס האב איך האב געשפילט כאילו איך רעד א הויעך-וואקאבולערי ענגליש (עס האט אויסגעקוקט ווי דער גר וואס האט זיך געוואונדערט וויאזוי מען דערקענט אויף זיין שפראך אז ער איז נישט קיין געבוירענע איד), בקיצור, איך האב אויסגעשפילט די גאנצע וועלט, און אזוי איז דאס לעבן געפארן.

איינע פון מיינע קאנטאקט מענטשן אין ביזנעס איז געווען איינער מיט די נאמען 'מייק', איך פלעג פירן מיט אים אסאך געשעפטן, מיר פלעגן כסדר שמועסן אויף אימעיל איבער ביזנעס איינגעלעגנהייטן, ווען איך פלעג עפעס ווילן פון אים האב איך געשיקט א אימעיל און דאס זעלביגע פארקערט, וואס איך האב פרובירט צו באהאלטן פון מייק איז אז ער זאל נישט געוואויר ווערן אז איך בכלל נישט די פראפעסיאנאל וואס ער מיינט אז איך בין, צוליב דעם האב איך פארמאגט א ניק-נעים 'דזשעק' וואס איך האב גענוצט אין ביזנעס צו געבן מער א פראפעסיאנאלע אויסקוק. איך האב קיינמאל נישט גערעדט צו מייק אויפן פאון און אוודאי נישט געטראפן מיט אים פערזענליך וויבאלד איך האב מורא געהאט אז די רגע וואס ער וועט הערן מיין שטימע אדער מיך זען וועט ער געוואויר ווערן די אמת, מיט אימעיל האב איך נישט מורא געהאט וויבאלד איך בין אייביג געזיצן גרייט מיט א דיקשאנערי און גוגל טרענסלעיט אזוי ארום האב איך געקענט קאמיוניקירן מיט אים ווי א פראפעסיאנאל.

ויהי היום, איין פרימארגן באקום איך א אימעיל פון מייק אז ער האט פאר מיר א גאר גרויסע ביזנעס פארשלאג און מיר מוזן זיך טרעפן פנים אל פנים. עס איז מיר שווארץ געווארן פאר די אויגן, איך האב פרובירט צו טרעפן אלע ערליי תירוצים פארוואס אזא מיטונג קען נישט צושטאנד קומען אבער נאך אפאר וואכן בין איך אויסגעלאפן פון פרישע תירוצים און בלית ברירה איז די מיטונג באשטימט געווארן אויף א מאנטאג וואו מיר וועלן זיך טרעפן ערגעצוואו אין מאהעטן.

איך בין געווען דערשראקן ביז גאר, מיין בויך האט זיך געדרייט פאר שרעק אבער דער שרעקעדיגע טאג איז להכעיס אנגעקומען, עס איז מאנטאג אינדערפרי און איך דארך מיך ארויסלאזן אין וועג. שוין וואכן פריער האב איך מיך געגרייט צו דעם מיטונג, איך בין אויפגעווען גאנצעטע נעכט מיט א דיקשאנערי, געלערנט און געחזר'ט, איך בין געזיצן מיט מיין ווייב שעות ארוכות און זיך געגרייט צו דעם שרעקעדיגן מאמענט און אט איז עס דא.

איך האב אראפגעלייגט א דאווענען ווי קיינמאל בעפאר, געגעבן צדקה און געזאגט תהילים. פארשטייט זיך אז השתדלות האב איך אויך געטון און איך האב מיך נאכגעפרעגט ביי מיינע חבירים פאר לעקציעס וויאזוי איך דארף מיף אויפפירן, וויאזוי איך דארף אויסזען, אלע כולם פה אחד האבן געזאגט אז כדי צו מאכן א גוטע רושם מוז איך ארויפדרייען מיין פיאות אויפן אויער, נעמליך וויבאלד גויים גלייכן בעסער פיאות אויף די אויער ווי אראפגעלאזטע. נא, וואס טוט מען נישט פאר פרנסה איך בין אריבער צו מיין חבר אינדערהיים ווי ער האט מיר געהאלפן מסדר זיין מיין פיאות. איך האב אנגעטון מיין נייע הוט, גענומען א נאטיצן צעטל פון מיין ווייב מיט וויכטיגע ענגלישע ווערטער וואס קען מיר צונוצקומען און ויסעו, איך האב מיך ארויסגעלאזט אויפן וועג.

איך קום אן אין מאנהעטן איך טרעף א פארקינג, מיינע ליפן שעפשען אלקא דמאיר עננו אז איך זאל חלילה נישט באגעגענען איינע פון מיינע באקאנטע דא און מיך זען מיט די ארויפגעדרייטע פיאות, עס איז געווען גרויסע בושות. נאך צען מינוט האב איך געטראפן דאס פלאץ און איך קוק מיך ארום צו זען צו מייק איז שוין דא, א שטיקל פיאה האט לאנגזאם אנגעהויבן אראפצוקומען פון דער זייט און איך שטיי אזוי אומבאהאלפן ווארטנדיג מיט אנגסט אויף מייק.

פלוצלינג איז מיר שווארץ געווארן, פון דערווייטנס באמערק איך א קענטליכע פנים, עס איז מעכל א חבר פון ישיבה, אויוויי פארוואס פונקט ער האט געמוזט דא זיין יעצט, איך בייג איין מיין קאפ אונטער מיין רעקל ער זאל מיך נישט באמערקן און ברוך השם עס איז געלונגען, ער איז מיר דורכגעגאנגען און מיך נישט באמערקט, איך באטראכט אים אזוי פון דער זייט און איך באמערק אז עפעס איז מאדנע דא מיט אים, פלעגט ער נישט גיין מיט א ביבער הוט און שווארצע גלעזער? ער טראגט יעצט מיט שטאלץ א שטאפענע הוט מיט שיינע רימלעס גלעזער, וואס איז געשען מיט אים.

און דאן איז עס געשען, אן קיין שום ווארענונג געבט ער זיך א דריי אויס דעם קאפ און ער האט מיר געפאקט, ער געבט מיר א פאכע מיט די האנט און קומט צו מיר, ער פרעגט מיר וואס איך טו דא און איך ענטפער אים אז איך ווארט אויף א ביזנעס מיטונג, אויף מיין פראגע צוריק קומט דער זעלביגע ענטפער אז אויך ער ווארט דא אויף א ביזנעס מיטינג, איך נעם זיך די גאטס און פרעג אים, זאג מיר וואס גייט פאר מיט דיר, האסט זיך געטוישט לבוש? ער קוקט מיך אן מיט א רויטליגע בליק און זאגט, ווייסט דאך וואס טוט מען נישט פאר ביזנעס.. מען דארף זיך אהערשטעלן, דאס איז די ערשטע מאל וואס איך גיי פאר א ביזנעס מיטונג און יעדער האט מיר געזאגט אז איך קען נישט גיין מיט מיין ביבער הוט, צוליב דעם האב איך מיך איינגעהאנדלט א שטאפענע הוט... אבער איך בעט דיך מאך א שווייג, רעד נישט דערפון.

איך זע וואו ער ווערט נערוועז ער נעמט ארויס זיין פאון און הייבט אן טעקסטן, איך פריי מיך ברוך השם אז ער ווערט ביזי.. אבער וואו איז טאקע מייק, פלוצלינג פיל איך א דריזל, א טעקסט פון מייק: אייעם וועיטינג העיר, דא יו העוו טרעפיק? געשוואונד נעם איך מיין פאון און איך שרייב אים צוריק: אייעם העיר, איי דאנט סי יו... מיט א זייטיגע בליק מערק איך ווי מעכל הייבט אויף זיין קאפ פארוואונדערט ווי גלייך ער זוכט איינעם, ער קוקט אהין און אהער און דאן האבן אונדער ביידע בליקן זיך באגעגנט...

מייק??

דזשעק??

אונז שטייען ביידע מיט אפענע מיילער און רויטע געזיכטער, איך מיט מיין פיאות אויף דער אויער און ער מיט זיין שטאפן הוט, וואאאאס???

גרויסע בושות.
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

:oops: :oops:

;l;p- ;l;p- :lol: :lol:

פלטיאל האט געשריבן: פארשטייט זיך אז השתדלות האב איך אויך געטון און איך האב מיך נאכגעפרעגט ביי מיינע חבירים פאר לעקציעס וויאזוי איך דארף מיף אויפפירן, וויאזוי איך דארף אויסזען, אלע כולם פה אחד האבן געזאגט אז כדי צו מאכן א גוטע רושם מוז איך ארויפדרייען מיין פיאות אויפן אויער, נעמליך וויבאלד גויים גלייכן בעסער פיאות אויף די אויער ווי אראפגעלאזטע. נא, וואס טוט מען נישט פאר פרנסה איך בין אריבער צו מיין חבר אינדערהיים ווי ער האט מיר געהאלפן מסדר זיין מיין פיאות.


גראדע אמאל געהערט ווי א גוי גראדע א פערזענליכקייט אין די גוי'אישע וועלט, האט געפרעגט אויף די וואס פירן זיך צו גיין מיט די פיאות אונטערן קאפל (גער וכדו') פ"וו זיי טוען דאס, צו מחמת בושה ווייל לויט ווי ער פארשטייט ברויך מען צו זיין פראוד דערמיט...
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

פלטיאל האט געשריבן:וויבאלד גויים גלייכן בעסער פיאות אויף די אויער ווי אראפגעלאזטע.
אוי איז עס לאכעדיג

זייער שיין אראפגעלייגט
אם לא עכשיו אימתי
Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yoely »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

דאס איז ריכטיג א סעמפל פון ערשטקלאסיגע שרייב טאלאנט און הומאר.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

יעפ, פלטי, גוט איז גוט.
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

פלטיאל עז יוזשעל, א געשמאק געווען צו ליינען
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

געליינט אין מי מנוחות, און געלאכט פון די בדיחות.
אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אט אזוי »

חחחחחחח
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

געליינט אין מי

נישט געקענט צו זיך קומען פון די שעפערישקייט ...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

חזקה על פלטיאל שאינו מוציא מתחת ידו דבר שאינו מסוכן להטחול...
חלה פיש אין קיגעל
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה פיש אין קיגעל »

האהא זייער גיט
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

נייס דזשאב פלטי, מיר האבן שטארק הנאה געהאט
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

געליינט, און זיך געבענקט צו די פריערדיגע יארן. א שיין ערשטקאלסיגער ארטיקל מיטן היימישן חן
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

וואו! חברה, מיר האבן דא יגר'ל לייוו!!

האלאו דו לעבסט נאך? ווי קען מען אייך טרעפן אין אשל אברהם?

ווען קומט נאך א באנק ארטיקל אדער א בריוו צום עזר?
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

פיין געלאכט! איך בין זיכער געווען חילי וועט אויסניצן קעגן דיר אינעם קאמפיין...
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

Haha
;l;p-
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

פלטי ביפיו,

פיין אראפגעלייגט
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנחס בן חיים »

אויסגערעכנט האט געשריבן:נייס דזשאב פלטי, מיר האבן שטארק הנאה געהאט
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

א קרעטשמע קלעסיק!
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

אוי האב איך געלאכט...

א דאנק דיר פלטיאל.
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

איך האב דיר אויך אויסגעלאכט... א דאנק פלטי
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

דו ביטס פאלטי................
קיינמאל געוויסט מיט וועם איך מאך ביזנעס...............
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
לעמעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמעלע »

מיר געקאסט את שמייכל, אפילו די רעיון איז א באקאנטע. א פיינעם פעדער פלטיאל
אויבנאויף בין איך טאקע נישט קיין גבר אלים, אבער ווער עס הייבט זיך מיט מיר אן ד' וה' ישלם
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

Re: מיין פראפעסיאנאלע ביזנעס מיטונג (מי מנוחות #10)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

זיך דערמאנט איבער דעם אשכול, וועגן עפעס…
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”