א טאטע אין שידוכים / ווארט / תנאים

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

חלק ג'

א טאטע פון א בחור
אז מ'האט א בחור וואס איז שוין אין די יארן, דארף מען וויסן עטליכע כללים,
א') די סדר העולם (ביי חסידישע קרייזן) איז אז שדכנים רופן קודם דעם צד פונעם מיידל, ממילא קען זיך מאכן אז שדכנים רופן ווייניג דעם בחור'ס עלטערן, נישט ווייל זיי האבן פארגעסן פונעם בחור'ס צד, נאר ביז ווילאנג זיי קומען אן צו דיר האלט מען שוין אינמיטן א מעשה.

ב') אויב אז ס'איז טאקע דער פאקט אז מ'רופט קודם דעם מיידל'ס צד ווי דער בחור'ס צד, איז טאקע כדאי זיך אליין צושארן צו א שדכן און אנהייבן רעדן מיט אים (ווי געשריבן אויבן), נישט אים צו געבן די הרגשה אז מ'גייט אויס פאר א שידוך און מ'איז ממש א נצרך, נאר פשוט מודיע זיין אז איך האב א בחור, און איך בין גרייט צו הערן ווען ער האט עפעס א הצעה, אט די שריט מאכט אסאך מאל פיל גרינגער פארן שדכן צו רעדן, ווייל אסאך מאל פילט זיך נישט דער שדכן גענוג באקוועם צו רופן דעם בחור'ס צד ווען ער ווייסט נאכנישט קיין האלב זיכערע זאך פון צד המיידל, דער שדכן האט נאך נישט עפעס גענוג סחורה אין די האנט אויף צו מאכן א טעלעפאן קאל נאר פארדעם אליין, יעצט אבער אז דער צד הבחור רעדט שוין סייווי מיטן שדכן כאיש אל רעיהו וועט דער שדכן זיין מער באקוועם צו זאגן די נייעס וואס ער טראגט אן און וואו ס'האלט וכו' וכו' אפי' ס'איז נאכנישט אזוי קראנט ביים צד השני.

ג') און אויב איז טאקע אזוי אז דער שדכן קומט הערשט אן צום צד החתן נאר נאכן צד הכלה, איז יתכן אז אסאך מאל קומט דער שדכן שוין צום צד החתן נאר בתורת שליחות ווייל דער צד המיידל האט אים געשיקט, דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אז דער שדכן ארבעט בכלל נישט פאר דיינעט וועגן, ער האט נאר אינטרעסע פארן צד המיידל, (דאס איז רוב מאל נישט אזוי, אבער צומאל יא,) דערפאר דארף א טאטע וואס שפירט דאס אז דער שדכן ארבעט נישט פאר זיינעט וועגן, טרעפן א וועג וויאזוי אומצוגיין מיט דעם, ווייל צומאל איז דער שדכן / שליח דא מיט גרויס פרעשור ווייל יענע זייט איז שוין פארטיג מיט די החלטה, און ער שפירט אז ער מוז אויספירן זיין שליחות (נישט זיין שדכנות) און נישט פאר דיין אינטערעסע, דערפאר קען ער קומען מיט א וועלט פון פרעשור און מיט אסאך שקר, און דער טאטע דארף צודעם האבן עקסטערע כוחות דאס צו מאניווירן (הגם ס'שטייט פון בעל התניא אז יעדע שידוך וויבאלד דאס איז א חלק פון שמים וארץ מוז דאס גיין דורך שקר ווייל אז נישט וואלט דאס נישט געקענט צושטאנד קומען), אבער מ'דארף האלטן קאפ ווען ס'איז שקר מיט א מאס און ווען ס'איז איבער די מאס.

ד') אז דער טאטע שארט זיך צו צום שדכן איז אויך כדאי צו פרעגן דעם שדכן, טו מיר א טובה ווער מיר געוואר וואס פאר א נאמען האט מיין זון אין די גאס.....
יא יא! פרעג אינפארמאציע אויף דיין אייגענעם זון, זייער אסאך מאל האט דער זון גאר א אנדערע נאמען אין די גאס, ישיבה, חברים, ווי דער טאטע קוקט אים אן אינדערהיים, אמאל בעסער און אמאל ערגער, אמאל קען דער טאטע זיין זון אלץ א שווער קינד וועלכע קריגט זיך אינדערהיים מיט די געשוויסטער, אדער א שוואכע מתמיד ווארום אינדערהיים רוהט ער זיך אפ און שטרענגט זיך נישט איבער, ווידער אין ישיבה מיט חבירים קען ער הייסן דער בעסטער חבר און ער איז א מתמיד וואס ניצט אויס יעדע מינוט, און אמאל מיינט דער טאטע אז זיין זון איז א פיינע פיינע בחור, און ביזערווייל אין ישיבה צווישן חבירים איז להיפך, דער שדכן האט זיך שוין זיינע מקורות ווי געוואר צו ווערן, און לויט זיין נאמען אין די גאס קען מען בעסער אנאליזירן די שידוכים.
און לויט די יעצטיגע אינפארמאציע זוך אים א פאסיגן שידוך וואס איז פאסיג פאר דיין זון, נישט עפעס וואס איז פאסיג פאר דיין נאמען אויפן לוח המודעות צעטל, ווייל א פלא פון א לשון שטייט אין רבינו בחיי (פי' חיי עה"פ כי אם אל ארצי וגו') "לפי שהבריות מזדוגות כל אחד ואחד אל מינו - השלום מתקיים ומתרבה בעולם" דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אז ווען מ'טרעפט א פאסיגן זיווג פון דעם "בחור" צום "מיידל" איז דא א שלום בעולם, ומכלל הן אתה שמוע לאו.
(און דא האט איר א תירוץ אויף די פילע סעפערעישאן'ס נעבאך היינטיגע טעג.... ווייל מ'זוכט נאר עפעס וואס איז פאסיג פאר מיר, נישט עפעס וואס איז פאסיג פארן בחור, נישט ווייל דער סייז פונעם שייטל שטומט איז דער שידוך א פאסיגער..., די שנור'ס לבוש מוז נישט אייביג מעטשן פונקטליך מיט די שוויגער'ס, אסאך מאל זעהט מען שידוכים וואס גארנישט האט נישט קיין שיכות, נישט די מחותנים, נישט די חתן כלה, גארנישט, נאר די סייז פונעם שייטל דאס איז אייניג...., דערפאר אויב דיין זון איז אביסל פרומער געשטומט טו אים א פרומער שידוך, און אויב פארקערט שטעל אים צו זיין פאסיגן, ס'איז מיר אלץ א ווינדער פארוואס ווען א מענטש טוט א שידוך מיט זיין קינד מיט א שטוב וואס איז פרומער ווי זיינס מכח די החלטה ווייל זיין קינד איז אביסל פרומער, וועלן מענטשן אים בארעדן אין ביהמ"ד און זאגן א בהמה פון א איד ער מאכט זיך משוגע מיט אזא פרומער שידוך, און ווען ס'איז פארקערט א איד טוט א שידוך מיט א מער פענסי'ער שטוב ווי זיינס איז אלעס דא מיט א שמייכל... און מ'זאגט אה א קלוגער איד דער מחותן דער האט געזעהן אז דער זון איז נישט דערביי האט ער אים צוגעשטעלט זיינס גלייכן...., פליז, פליז, זאגט'ס נישט קיין מיינונגען ווען מ'ווייסט נישט וואס טוט זיך בעובי הקורה).
פרעגן אינפארמעישאן ביים שדכן אויפן אייגענעם קינד איז גילטיג ביי א מיידל אויך פונקט ווי א בחור.

ה') מ'מאכט א שמועס מיטן בחור וואס פארא שידוך ער זוכט, אויפן איידעלעם אופן, למשל ווען אין די משפחה איז דא א שידוך, פרעגט מען אים זיין מבינות אויפן שידוך און אזוי אריין דרייען א שמועס צו אים, וויאזוי און וואס ער וואלט ווען געהאלטן איז א גוטע שידוך, (אסאך מאל קען מען צוריק הערן טענות פון יונגעלייט נאך די חתונה, איך האב גארנישט געקענט זאגן ווייל מיין טאטע איז געקומען צו מיר מיט א פארטיגע שידוך און מיר גארנישט געפרעגט פון פריער), לעומת זה איז נישט כדאי צו פארציילן פארן בחור פערזענדליך די נעמען וואס ליגן אויפן טיש, מ'טוט מיט דעם א שטארקע אומרעכט פארן בחור'ס לעבן ווען ער ווייסט די אלע נעמען וואס מ'האט אים אלץ אנגעטראגן, ווייל סוף כל סוף פון די אלע נעמען בלייבט דאך נאר איינס, און ווען א בחור ווייסט אז ער איז געוועהן אנגעטראגן דא און דארט שטערט דאס אים עווענטועל אינעם לעבן זיך צו באווייזן דעם פנים פאר אסאך מענטשן און זייערע משפחות, (עלטערן טפשים וואס האבן נישט קיין שכל פארציילן אלע נעמען פאר די קינדער, זיי טוען מיט דעם א מקח רע פאר זייער אייגן קינד) הגאון הח' מו"ר ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל פלעגט זאגן אז אברהם אבינו האט באשוואוירן אליעזר מיט א שבועה ער זאל נישט נעמען א פרוי מבנות כנען, צו וואס דארף מען מאכן אזא שבועה? זאל אברהם אבינו אריין רופן זיין זון יצחק און אים זאגן בפירוש נעם נישט קיין אשה מבנות כנען, ער וועט זיכער פאלגן אפי' אן א שבועה, נאר וואזשע דען, מיט א בחור רעדט מען נישט קיין שידוכים....!!!!!

ו') א טאטע דארף זיין גרייט מיט עטוואס געלט (אפי' מ'האט פלענער פון וואו חתונה מאכן קינדער) אוועק געלייגט אין די זייט וואס מ'דארף האבן די ערשטע וואך, מינימום 1500$ פאר א שדכן, מינימום 1500$ פאר די צירונג צום ווארט (זייגער אדער ברעסלעט ווענדט זיך אין מנהג המקום), און סתם אזוי אפאר מאות פאר זייטיגע צרכים וואס קומט אונטער די לעצטע מינוט, (אויסער די הוצאות פאר תנאים רינגל וואס איז אביסל שפעטער), אן אויסגערעכנטע טאטע מאכט זיך אזא ענוועלאפ און לייגט דאס אוועק ערגעץ במקום משומר, ווייל א שידוך קען זיך אנרוקן סיי ווען אימער פון איין רגע צום צווייטן, אפי' אין א ערב יו"ט אדער ערב שבת, און מ'דארף האבן שוין דאס געלט אויפן פלאץ.

ז') וואס זוכט מען אויף א מיידל?, ס'איז אסאך שווערער צו האבן קראנטע אינפארמאציע אויף א מיידל ווי אויף א בחור, ווייל א בחור איז מער אפן און עקספאוזד ווי א מיידל, א בחור קומט יעדן טאג אין ביהמ"ד, מ'קען זעהן זיין דאווענען, זיין חסיד'ישקייט, זיין בין הזמנים, ער זיצט אין ישיבה ביז די לעצטע מינוט, ס'איז דא וועמען צו פרעגן, און מ'קען ביז א וואך קלאר וויסן צי דער בחור שטייט אויף פארטאגס צי נישט....,
א מיידל טוט זיך אן שיין און שמייכלט, און ס'איז באמת שווער צו וויסן קראנטע אינפארמאציע, און אפי' אויב יא, וואס דארף איך וויסן?, ביי א בחור ווייסט יעדער וואס די נקודה איז (ווי מיר וועלן שרייבן ביים טאטן פון א מיידל). א מיידל; בכלל, וואו גריבלט מען?, געווענדליך גייט דאס אזוי אז מ'שיקט ארויס דאס ווייב פרעגן אינפא ביי די פרענדס, ביי משפחה, ביי באקאנטע, און יעדער קומט צוריק מיט די זעלבע ענטפערס - אזוי ווייבעריש געשטומט, פיין, קיואט, זיס, בא'טעמ'ט, מיטשויר, ספעשיל, טאפ מיידל וכו' וכו', ווייניג ווייסן צו רעדן פון יראת שמים (א אפענע פסוק אשה יראת ד' היא תתהלל), אדער גוטע מידות, חוץ ווען מ'פרעגט א טיטשער, זיי ווייסן שוין יא מער ווייניגער וויאזוי צו ענטפערן אביסל בעסער.

שטייט טאקע פון אלשיך הק' (פ' בראשית) בת פלוני לפלוני, ביים מיידל פרעגט מען זיך נאך בת פלוני אויף די שטוב, און ביי א בחור פרעגט מען זיך נאך אויף "פלוני" דער בחור אליין, אזוי איז אויך משמע פון די גמ' אין מס' תענית, בחור שא עינך וראה תן עינך במשפחה, דער בחור זאל זיך אומקוקן אויף די משפחה, משפחה מיינט זייער אסאך, ווי א מיידל דרייט זיך, אירע מידות, איר באנעמונג, באשיידנקייט, נישט יעדע מיידל וואס הייסט א טאפ מיידל איז באמת טאפ....
שטייט אין כלי יקר - אברהם אבינו האט געהייסן גיין נעמען א כלה פון בתואל כאטש וואס זיי האבן געדינט ע"ז ענדערשט ווי זיינע נאענטע פריינד, ענר, אשכול און ממרא. ווייל די כנענים האבן געהאט שלעכטע מידות, האט אברהם אבינו אונז אויסגעלערנט ענדערשט צו נעמען א עובד ע"ז ווי איידער שלעכטע מידות, ווייל מידות איז א זאך וואס קינדער ירש'נען,
מידות! מידות! מידות!, און דאס קען מען גוט נאכקוקן ביי די משפחה ארום און ארום, סבלנות און נאכגיביגקייט, באשיידן און צוריק געצויגן ביי א מיידל איז א מעלה נישט קיין חסרון, נישט נאכגיין נאך יעדע נייע מאדע, ווייל אויב דארף א מיידל אלעס אויף די וועלט, וועט דאס דיין זון דארפן איר צושטעלן נאך די חתונה!

ח) אט קוקט אריין אין רש"י מס' יבמות, די גמ' זאגט נחית דרגא ונסיב איתתא,זאגט רש"י בזה הלשון "לא תקח אשה חשובה ממך שמא לא תתקבל עלי'ה", איך וויל נישט צולייגן צום רש"י גארנישט, אבער אסאך טרערן זענען שוין פארגעסן געווארן צוליב נישט פאלגן די ווערטער פון רש"י ודי, ווער ס'פארשטייט פארשטייט.

א טאטע פון א מיידל
א') די שדכנים מאכן משוגע, מ'שלאגט פאר יעדע מין בחור, זיי ווייסן דאך באמת נישט וואס דיין טאכטער איז, אמת, ס'איז דא אסאך נערוון קריכערס, און א טאטע פון א מיידל דארף האבן א עקסטערע דאזע געדולד פאר דעם.

ב') א יונגערמאן וואס האט געהאט 6 מיידלעך אין א רייע פארציילט מיר, אז איינער האט אים געטרייסט אז זוכן א איידעם איז מער היימיש ווי זוכן א שנור.....
א טאטע פון א מיידל האט די אויפגאבע פון זוכן א איידעם, ס'איז אבער ביי אסאך מענטשן מיט א לייכטערע געפיל ווי זוכן א שנור, ווייל ביי א זון איז די הרגשה איך גיב אוועק מיין זון פאר א פרוי וואס וועט אוועק שטעלן א שטוב לויט איר גייסט, (ווייל געווענדליך פירן זיך די שטובער לויט די ווייבער) ממילא איז דער פחד מיטן ספק אסאך גרעסער, מיין זון גייט בויען זיין שטוב לויט די נייע שנור, אבער ווען מ'נעמט אן איידעם איז מען עטוואס מער באקוועמער ווען מ'ווייסט אז די טאכטער וועט זיך לכאורה פירן ווי די מאמע און איך דארף נאר טרעפן אן איידעם וואס זאל איר צוהעלפן, שווער אריין צו גיין אין די דקות'דיגע הרגשים אבער ס'לאזט זיך טראכטן.
אבער אליבא דאמת איז דאך פיל שווערער צו טרעפן א פיין בחור ווי א פיין מיידל, דער בחור אין ארדער צו זיין פיין מוז טאהן א לאנגע רשימה מיט זאכן, דאווענען, לערנען, קענען, פארהערן, יר"ש, מדות וכו' וכו', משא"כ א מיידל טוט זיך אן און שמייכלט און הייסט פיין...

ג') ווען מ'פרעגט אינפארמאציע אויף א בחור דארף מען ניצן שכל און וויסן די אומשטענדן ארום און ארום, צומאל קען מען באקומען אינפא פון ישיבה קטנה אז אין א געוויסע יארגאנג איז דער בחור געוועהן הונטערשטעליג אדער שוואך, נישט אלץ מעג מען לייגן א דגוש אויף דעם, מעגליך יענעם יאר האט ער געהאט פארלוירן א חברותא אדער א מגי"ש האט זיך נישט פארשטאנען מיט אים וכדומה, און ווען מ'באקומט לעצטיגע אינפא דארף מען אויך וויסן דעם ארום און ארום, ווי א יונגערמאן זאגט מיר לעצטנס איך האב באקומען אינפא אויף יענעם בחור אז ער שטייט נישט אויף פארטאגס. קוק, איך זיך א בחור וואס איז א גע'סעטעלט'ע בחור, אז ער שטייט נישט אויף פארטאגס איז א סימן אז דער איז נישט מסודר..., ס'איז אבער נישט אמת, מעגליך דער בחור וואלט ווען גערן אויפגעשטאנען פארטאגס די שאלה איז וואס איז דער מצב אין ישיבה, אויב קיינער שטייט נישט אויף די צייטן אין ישיבה וועט ער נישט דער איינציגסטע נער וואס שטייט יא אויף, מ'דארף קוקן אויפן גאנצן בילד ארום, און אויך געדענק אז ווען א "בחור" זאגט אינפא אויף א צווייטן "בחור" מוז עס נישט אייביג זיין אזוי מיינסגעבנד..., א בחור'ישע שפראך קען פון א בחור וואס איז נישט קיין מפונק מאכן א שלאך..., און פון א ירא שמים מאכן א חסידישע שלעפער..., און פון א בעל הכנעה וועלכע וויל נישט עובר זיין אויף תקנות הישיבה מאכן א תמים און א נער.... וכו' וכו' יעדער ווייסט וואס מיינט בחור'ישע שפראך.

ד') וואס דארף מען קוקן אויף א בחור?, דאס ערשטע איז יר"ש, מיין ר"י ר' אברהם שמואל שטערן זצ"ל פלעגט נאכזאגן פון זיין ר"מ ר' אברהם ראנד זצ"ל, אז א בחור'ס יר"ש דערקענט מען ביים דאווענען, מ'זעהט אסאך מאל פיינע בחורים, מתמידים, פארהערן זיך, אלע מעלות, אבער רק אין יראת אלקים במקום הזה..., זיי זענען אפשר פיינע תורה סטודענטן, זיי האבן שטודירט תורה אבער אנע ברעקל חסידות, דאס פינטעלע יר"ש פעלט, מיין ראש ישיבה הנ"ל פלעגט זאגן "נישט דעם בלאט גמ' וועסטו איבער געבן פאר דיינע קינדער – נאר דעם שטיקל אוהחה"ק מיט דעם קידוש פרייטאג צונאכט'ס דאס איז די מסורה פאר דיינע קינדער", ווען מ'זיכט א פיינעם בחור דארף מען קוקן מיט אויגן אויף 10 יאר ארום, און טראכטן וואס פארא טאטע וועט ער זיין פאר זיין שטוב, וויאזוי וועט דער בחור אויסקוקן ווען ער מאכט צו די גמרא און גייט ארבייטן, און ווען מ'טראכט אזוי קען מען אסאך מאל דעם אזוי גערופענע פיינעם בחור לייגן אין די זייט, און דעם פלעינעם בחור ארויסהייבן, ווייל דער אזויגערופענע פיינע בחור קען 10 יאר נאך די חתונה זיין א טריקענע האלץ, קיין שבת, קיין יו"ט, קיין אידישקייט, און דער פלעינע בחור וואס האט אביסל תוכן, יר"ש, חסידות, וועט זיין א ווארעמע חסיד'ישע יונגערמאן, פירן שיינע שבתים, און זיין א ווארעמע טאטע צו זיינע קינדער.

רבי בנימין הצדיק (ר' בנימין ראבינאוויטש זצ"ל) פון ירושלים האט אמאל געזאגט פאר א אינגערמאן וואס האט זיך נאכגעפרעגט אויף א שידוך און די אינפא איז געוועהן אביסל פארווע, האט ער אים געפרעגט "זאג נאר דעם טאטן וואלסטו גענומען פאר א איידעם היינט וויאזוי ער זעהט אויס?", דו דארפסט קוקן וויאזוי דער בחור וועט אויסזעהן אין 10 יאר ארום, אויב דער טאטע געפעלט דיר, לכאורה וועט דער זון אין יארן ארום אויסקוקן ווי דער טאטע, (אין היינטיגע צייטן אז די ווינטן פון די גאסן בלאזן אזוי שטארק איז שווער צו זאגן דעם כלל, אבער ס'גיבט אביסל דעם בליק וויאזוי צו קוקן), מ'קען אבער כאפן א שטיקל בילד ווען מ'זעהט די עלטערע ברודער'ס פונעם בחור וועלכע האלטן שוין עטליכע יאר נאך די חתונה וויאזוי זיי האבן זיך אויסגעשטעלט, הגם אין די היינטיגע צייטן איז דאס אויך נישט אייביג א ראי', אבער דער עיקר נקודה איז צו קוקן אויף פאראויס (דרך אגב רוב פרויען פארשטייען נישט אט די שמועס וואס מיינט א פיינע יונגערמאן 10 יאר נאך די חתונה וכו' וכו', חוץ א פרוי וואס איז אויפגעוואקסן אין א אינגל שטוב).

ה') ווען מ'רעדט פון יר"ש, דארף מען זיך נאכפרעגן צו דער בחור האט א שטארקע כאראקטער אין ערליכקייט, ווייל אז מ'קוקט פאראויס, דארף מען דעם בחור באטראכטן וואס גייט אזא בחור טון צוויי יאר נאך די חתונה מיט א נסיון למשל פון א סמארטפאן, גייט ער זיין שטארק אדער זיך אונטערברעכן?

ו') שמירת הזמנים און מידות ובעיקר מידות הכנעה, איז א וויכטיגע פונקט זיך נאכצופרעגן, ווייל דער וואס האלט א זמן איז א מסודר'דיגע, ער איז גרייט צו טראגן א עול, אויב ער שטייט אויף צופרי פונקטליך איז זיכער אז ער טראגט אן אחריות פון אויפשטיין ביים לייגן צייטליך, און דאס איז א וויכטיגע נקודה וואס איז נוגע נאך די חתונה אין א שטוב אין ברענגען פרנסה וכו', הכנעה, איז די יסוד היסודות פון אידישקייט, ווער ס'האט הכנעה פאר זיין מגי"ש, זיין ראש ישיבה, דער האט הכנעה פאר עלטערן / שווער און שוויגער, און הכנעה פאר זיין רב אדער מורה הוראה, און דאס מיינט אידישקייט, און ווער נישט – נישט. (יא, און דערפאר זוכן זיך מענטשן צו געהערן אין אזעלכע מקומות ווי מ'דארף נישט האבן קיין הכנעה פאר קיינעם, נישטא קיין עול, קיינער זאל מיר נישט זאגן וואס צו טון, און ער קען נאך הייסן אין די זייט א עובד ד' אויך... ודי ואכמ"ל).

איך האב געטראפן א איד אין מאנסי וועלכע האט שוין חתונה געמאכט עטליכע טעכטער, אליין באלאנגט ער נישט אין קיין שום ספעסיפישן קרייז, אבער ווען ער האט גענומען איידעמער האט ער דוקא מקפיד געוועהן צו נעמען נאר איינער וואס באלאנגט ערגעץ, ער זאגט אויב האב איך חלילה א פראבלעם מיט מיין איידעם נאך די חתונה וויל איך האבן א פלאץ ווי איך קען מיך ווענדן און זיי וועלן אים נעמען אונטער זייער פליגל, דאס איז גאר טיפע מחשבות, והדברים ידועים.

חלק ד' קומט אי"ה בקרוב
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

גאר שטארקע נקודות, שיין צאמגענומען, כנוסח שאץ

מיר ווארטן אויפ'ן נעקסטן חלק
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

געשמאקער האט געשריבן:גאר שטארקע נקודות, שיין צאמגענומען, כנוסח שאץ

מיר ווארטן אויפ'ן נעקסטן חלק
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

שאץ מאץ האט געשריבן:ו') שמירת הזמנים און מידות ובעיקר מידות הכנעה, איז א וויכטיגע פונקט זיך נאכצופרעגן, ווייל דער וואס האלט א זמן איז א מסודר'דיגע, ער איז גרייט צו טראגן א עול, אויב ער שטייט אויף צופרי פונקטליך איז זיכער אז ער טראגט אן אחריות פון אויפשטיין ביים לייגן צייטליך, און דאס איז א וויכטיגע נקודה וואס איז נוגע נאך די חתונה אין א שטוב אין ברענגען פרנסה וכו', הכנעה, איז די יסוד היסודות פון אידישקייט, ווער ס'האט הכנעה פאר זיין מגי"ש, זיין ראש ישיבה, דער האט הכנעה פאר עלטערן / שווער און שוויגער, און הכנעה פאר זיין רב אדער מורה הוראה, און דאס מיינט אידישקייט, און ווער נישט – נישט. (יא, און דערפאר זוכן זיך מענטשן צו געהערן אין אזעלכע מקומות ווי מ'דארף נישט האבן קיין הכנעה פאר קיינעם, נישטא קיין עול, קיינער זאל מיר נישט זאגן וואס צו טון, און ער קען נאך הייסן אין די זייט א עובד ד' אויך... ודי ואכמ"ל)


א גרויסן דאנק פאר די נוצבארע ארטיקלעך.

האב איך אמאל געהערט א טייער ווארט פון הגאון רבי אפרים אשרי ז"ל, לגבי דעם ענין אז ס'איז וויכטיגער צו קוקן אויף די מדות ווי וואספארא גרויסע תלמיד חכם דער בחור איז, ער האט זיך באצויגען לגבי וואס מ'האט עם (אדער פאר א קרוב משפחה) אנגעטראגן א בחור וואס הארוועט אויף מדות און ער איז א ריזיגע ת"ח: "וואס וועט מיין טאכטער טון אין דעם טאג וואס ער וועט נישט הארווענען אויף די מדות?! ענדערש זאל ער הארווענען אויף תורה און זיין א בעל מדות, אזוי אפילו ער וועט איין טאג נישט הארווענען אויף תורה, וועט זיין זוגתו נישט ליידן, ווייל ער איז א בעל מדות".
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח שאץ.

מיר וואונדערט נאר וויאזוי דו ווייסט דאס אלעס... האסטו דען שוין א שידוך געטוהן מיט א זוהן און מיט א טאכטער?
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

א ריזיג שטיקל ארבעט. תוכן'דיג און זאכליך. באמת.

מגיימער דאך איין טאג זיין א מחותן בעז"ה...

ידיד האט געשריבן:יישר כח. און מ'ווארט מיר אויפן המשך.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

@שאץ נישטא קיין ווערטער...........

כ'האף דו בלייבסט דא, קוק נאר וויפיל דו געבסט צו צום וועלטל מיט אזאלכע הערליכע סחורה.
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

Wow keep it up
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

איך בין נישט פון די גרויסע שכוח טיילערס דא, אבער כ'מוז זאגן אז אין 'חלק ג'' האסטו געשריבן אסאך אמת'ע נקודות
איין נקודה וויל איך צילייגן, [וואס איך בין זיך נוהג עכ"פ] דאס מערסטע וואלט איך זיך פארלאזט אויף א שדכן וואס קען באמת פערזענליך ביידע, סיי דעם בחור און סיי דעם מיידל (נישט די משפחות\עלטערן), צי איז עס ווייל ער איז א קרוב משפחה פאר ביידע, צי איז עס איינער סתם וואס דער בחור\מיידל האט זיך געדרייט ביי אים אין שטוב [פרענדס, שכינים, קאנטרי וכדומה] און ווייסט גוט אליינס צו עס איז א פאסיגע זאך לויט זייער תכונות הנפש אדער נישט. ווייל רוב שדכנים קלאפן סתם צאם שידוכים פון א 'ביכל' אדער א פאפירענע ליסטע סתם אין די וועלט אריין... אדער מעטשן זיי די עלטערן וכדומה..., אנדערש איז ווען איינער קען באמת ביידע, והבן
כ'האב אמאל געקלערט א רמז אין די באקאנטע מדרש אויף ר' יהושע בן קרחה וועלכער האט געזאגט פאר די מטרוניתא אז הקב"ה יושב ומזווג זיווגים, איז זי געגאנגען און צאמגעקלאפט עבדים מיט שפחות הוידל בוידל, און ס'האט זיך אויסגעלאזט וואס ס'האט זיך אויסגעלאזט, אז חז"ל ווילן אונז מרמז זיין, אפילו אז א שידוך איז באשערט, האט הקב"ה געגעבן עפעס א בחירה און א בינה המבחנת פאר עלטערן צו טוהן שידוכים מיט זייערע קינדער עס זאל פאסן פאר זיי, נישט נאכגיין בלינדערהייט וואס א שדכן אדער די געפיל זאגט
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8744
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

יהיה כן האט געשריבן:דאס מערסטע וואלט איך זיך פארלאזט אויף א שדכן וואס קען באמת פערזענליך ביידע, סיי דעם בחור און סיי דעם מיידל (נישט די משפחות\עלטערן), צי איז עס ווייל ער איז א קרוב משפחה פאר ביידע, צי איז עס איינער סתם וואס דער בחור\מיידל האט זיך געדרייט ביי אים אין שטוב [פרענדס, שכינים, קאנטרי וכדומה] און ווייסט גוט אליינס צו עס איז א פאסיגע זאך לויט זייער תכונות הנפש אדער נישט.

זייער א גוטע עצה, אבער גאר שווער אויסצופירן, וויפיל מענטשן קענען קענען ביידע פערזענליך? דאס איז גוט פאר ווען מ'איז זיך משדך אין די משפחה, אבער ביי צוויי פרעמדע משפחות?
נישט אומזיסט האט אברהם אבינו געזאגט ממשפחתי ומבית אבי
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

מי יודע האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:דאס מערסטע וואלט איך זיך פארלאזט אויף א שדכן וואס קען באמת פערזענליך ביידע, סיי דעם בחור און סיי דעם מיידל (נישט די משפחות\עלטערן), צי איז עס ווייל ער איז א קרוב משפחה פאר ביידע, צי איז עס איינער סתם וואס דער בחור\מיידל האט זיך געדרייט ביי אים אין שטוב [פרענדס, שכינים, קאנטרי וכדומה] און ווייסט גוט אליינס צו עס איז א פאסיגע זאך לויט זייער תכונות הנפש אדער נישט.

זייער א גוטע עצה, אבער גאר שווער אויסצופירן, וויפיל מענטשן קענען קענען ביידע פערזענליך? דאס איז גוט פאר ווען מ'איז זיך משדך אין די משפחה, אבער ביי צוויי פרעמדע משפחות?
נישט אומזיסט האט אברהם אבינו געזאגט ממשפחתי ומבית אבי

איך ווייס נישט צו דו ווייסט, אבער די מציאות היינט איז אז רוב שידוכים [כ'רעד פון נארמאלע שידוכים, נישט פעלער וואס מען דארף טאקע א מומחה שדכן] ווערט אויסגעפירט דורך אייגענע משפחה מיטגלידער!!, דוק ותשכח
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

חלק ד'

היימישע שידוכים
ס'האט אמאל געזאגט איינער פון די רוזין'ער אייניקלעך פאר א חסיד, ווען מ'האט יענעם אנגעטראגן א בחור פון א אנדערע חסידות, אז מ'איז מכריז פאר א שידוך בת פלוני לפלוני, נישט חסיד פלוני לפלוני...., דאס מיינט אין אנדערע ווערטער נישט אייביג דארף מען זיך אריין שטעלן אין א באקס און זאגן איך נעם דוקא נאר פון מיין קרייז, מ'מעג נעמען א בחור פון א אנדערע חסידות.
למעשה האט אבער די פאקט באוויזן אז מענטשן מיינען איך וועל טרעפן אין די פרעמד עפעס וואס איך האב נישט אין מיין קרייז, ווייל אין מיין קרייז ווייס איך דאך קלאר און דייטליך יעדן איינעם'ס חסרונות, און מ'זינגט דעם ניגון אז ס'איז נישטא קיין שידוכים, נישטא קיין גוטע בחורים ביי אונז, נישטא קיין גוטע מיידלעך מיט מיין לבוש ביי אונז וכו' וכו', און דערפאר מוז מען זוכן א שידוך פון דער פרעמד, די מציאות איז אבער אז חסרונות איז דא איבעראל, נאר דער חילוק איז אז ווען מ'טוט א דרויסנדיגע שידוך ווערט מען געוואויר דעם חסרון הערשט א יאר שפעטער, און ווען מ'טוט א שידוך פון אינעווייניג ווייסט מען דעם חסרון שוין יעצט איידערן שידוך, דערפאר איז דער בחירה זייער קלאר; אדער קענסטו דיר קלויבן אזא שידוך וואס דו ווייסט די חסרונות פון פריער נאר דו קלויבסט דיר אויף דעם שידוך מיטן קלענסטן חסרון, אדער קענסטו טון א גלאנציגע שידוך פון דרויסן אין די חסרונות שווימען ארויף נאך די חתונה (און אז מ'ווייסט נישט אין וועלכן חסרון מ'פאלט אריין איז דער מצב צום סוף בכלל נישט אזוי געשמאק), דעפאר איז קלאר אז א היימישע שידוך מיט א חסרון איז בעסער ווי א פרעמער מיט אזוי גערופענע שלימות, איך זאג עס מיט א זיכערקייט ווייל 99 פראצענט אידן וואס האבן נאר געטון דרויסנ'דיגע שידוכים האבן ביטער חרטה צום סוף, (יעדער פארשטייט וואס מיינט דרויסנ'דיג, ביי יעדן קרייז איז פארהאן אן אינעווייניג מיט א דרויסן ודי).

ס'איז דא מענטשן וואס זענען מקפיד אויף משפחות, און דערפאר שליסן זיי אויס א פראצענט שידוכים פון זייער ליסטע ווייל "מיר" זענען זיך נישט משדך מיט "זיי"..., יענע משפחות וועלכע ליגן אינטער זיין סטיגמע איז אויסגעשלאסן פון חשבון, איך גיי מיך נישט קריגן מיט מסורה ווי מענטשן האבן צוואות פון די עלטער באבעס אויף געוויסע משפחות, אבער שטייט גע'פסק'נט אין נודע ביהודה (מהד"ק יו"ד ס"ט) אז ביז דריי דורות קוקט מען אויף א פגם המשפחה, און די זעלבע שטייט אויך אין שו"ת חת"ס (אה"ע סי' קי"ג) ווען איינער פרעגט א שאלה אויב דער אבי אם אביו של החתן האט זיך געשמד ל"ע, און דער חת"ס פסק'נט אז דער חתן איז שוין א דור רביעי און מ'דארף נישט חושש זיין עיי"ש, הלכה איז הלכה און א מנהג איז א מנהג.

געלט שידוכים
געלט איז א זאך וואס פארבלענדט די אויגן פון א מענטש, שטייט אין ספר חסידים אז אסאך מאל שיקט דער באשעפער געלט פאר א מענטש נאר כדי ער זאל קענען טאהן גוטע שידוכים מיט די קינדער, (פשט איז - אז אנע געלט ווער וואלט געקוקט אויף אים?....), דער ווילנא מגיד פלעגט אבער זייער אוועק מאכן די געלט שידוכים, און געזאגט אז ער אלץ מגיד ווען ער וויל עפעס ברענגען צום שכל פון מענטשן ניצט ער א משל מיט א נמשל מקרב צו זיין צום דעת און שכל אז מענטשן זאלן פארשטיין, אבער אויף א פשוט'ע זאך וואס יעדער פארשטייט דארף מען נישט ניצן קיין משל, די זעלבע איז מיט שידוכים, אויב דער חתן און כלה איז א גוטע זווג און א פאסיג פארל וואס איז פארשטענדליך פאר יעדן בר דעת, דארף מען נישט ניצן קיין משל - קיין געלט צוזאמען צו ברענגען אט דעם זווג, ווידער אמאל מאכט זיך אז דער שידוך איז נישט פארשטענדליך - דא קומט שוין אריין א משל, והכסף יענה את הכל....

עכ"ז איז אבער געוועהן אין אלע דורות א ענין פון געלט שידוכים, מ'האט געטון שידוכים פאר געלט, דאך איז אבער נאך אלץ פארהאן זייער א גרויסע חילוק צווישן א בחור ביז א מיידל, פאר א בחור א ת"ח האט מען זיך אין אלע דורות געלאזט באצאלן, אן עושר האט זיך איינגעזעצט אן איידעם א ת"ח אויסגעהאלטן און געשטיצט אז יענער זאל אויסוואקסן בתורה, ממילא איז פארשטענדליך אז א טאטע פון א בחור א ת"ח קען אמאל זיכן א בעל בית'שע איד וואס זאל זיין גרייט אויסצוהאלטן זיין בחור אפאר יאר, און ס'וועט נישט שטערן פארן שלום בית שפעטער אז דער בחור ווייסט אז מ'האט פאר אים באצאלט, אדרבה ער האט א געוויסע עול אז ער קען נישט פארברענגען קיין צייט ווייל אז נישט איז ער ווי א שטיקל גנב פון זיין שווער'ס געלט.

ווידער ווען א איד האט א געראטן טאכטער און ער זוכט א געלט שידוך איז דאס ממש כאילו כופתה לפני הארי, ווייל יעדער מאן וואס האט חתונה איז די ערשטע מלאכה וואס א מאן דארף טאהן איז כובש צו זיין דאס ווייב, נאכדעם וואס די פרוי איז אזוי צוגעבינדן אלע יארן צו איר עלטערן'ס שטוב, און דער מאן מיט דעת און סבלנות נאכדעם וואס ער ווייזט ארויס הערצה און ריכטיגע אהבה צו זיין ווייב צוביסלעך צוביסלעך הייבט זי אן אריבער לייגן איר גאנצע וועזן פון אירע עלטערן צום מאן, דאס איז דער געווענדליכע פראצעדור פון א מאן צו א פרוי די ערשטע צייטן, ווידער אויב דער מאן איז אזא איינער וועמען מ'האט גענומען צוליב זיין געלט, דאס טייטש אז דער מאן האט געקויפט זיין כלה אדאנק זיין טאטנ'ס געלט, דער קומט אריין אין שטוב מיט גאר א אנדערע צוגאנג, ער פרובירט דעם אריבערגאנג פון די ווייב'ס עלטערן צו זיין שטוב צו מאכן אסאך שנעלער אפי' אומוויסנדיג, ער האט נישט די געהעריגע סבלנות פון א געווענדליכע מאן ווייל זיין סוב-קאנטשעס זאגט "נו! לאז שוין אפ דיינע עלטערן איך האב דאך דיר געקויפט פאר געלט ווי א חפץ אין געשעפט", ער האט אזא הרגשה כאילו ער איז מער בעה"ב אויף זיין ווייב ווי א צווייטער, און לעומת זה די פרוי שפירט זיך דערנידערט ווען זי ווייסט אין איר סוב-קאנטשעס אז מ'האט איר פארקויפט פאר געלט, און דאס קען שאפן זייער אסאך פראבלעמען נאך די חתונה (איך שרייב נישט קיין דמיונות, איך רעד פון אמת'ע פאקטן) אמת, יעדע כלל האט א יוצא מן הכלל אבער ס'איז א פונקט וואס מ'דארף טראכטן פאר מ'טוט אזא שריט.

מרן רביה"ק מהריט"ב זי"ע האט אמאל געזאגט בדרך הלצה מ'ווייסט דאך קשה זווגו של אדם כקריעת ים סוף, צומאל וויל א מענטשן טאהן א שידוך מיטן ביזת הים – מיט געלט, צום סוף קען זיך עס אויסלאזן מיט א ים פון בזיונות...., פארצייטישע גוט זאגערס פלעגן זאגן א רמז אויפן סימן פון די קריאה יו"ט פסח: קדש, בכספא, משך, תורא, פסל, במדברא, "קדש בכספא" – אז מ'האט מקדש געוועהן א שידוך נאר צוליב געלט, איז אדער "משך תורא" – האסט גענומען א גרויסן אקס, אדער "פסל במדברא" – א אנדערע פסיל אינעם מדוברת...

אינשטאט / אויסלאנד
א שטארקע מדובר איז ביי שידוכים ווען מענטשן מאכן זיך אייגענע גדרים, איך זיך נאר א שידוך פון וויליאמסבורג, ב"פ, איך טו נאר א שידוך פון קרית יואל, מאנסי, וכו' וכו', אמת, ס'איז זייער שווער צו זאגן א מיינונג ווייל יעדע בחור איז אנדערשט, ס'איז דא בחורים וואס זייער טבע איז אנדערשט און ס'איז שווער זיך אריין צו גלידערן אין א נייע ישוב, אבער אינעם זעלבן לאנד פון איין שטאט צום צווייטן אויב מאכט מען זיך אזא גדר איך נעם נישט קיין שידוך פון א צווייטן שטאט איז מען זיך שטארק מצמצם די אויסוואלן און מ'מאכט זיך אליין שווערער, אמת, א בחור פון אפסטעיט קען האבן א טענה איז וויל נישט קיין שידוך פון די שטאט צוליב די הויכע רענט, אבער צומאל זעהט מען אז דוקא אין די אייגענע שטאט איז נישטא די פאסיגע אויסוואל און נאר אין דער פרעמד איז דא גוטע זאכן און מ'קען באמת מצליח זיין.

אסאך מאל איז גאר די טויש פון איין שטאט צום צווייטן דירעקט א תועלת, ווען א בחור וויל טוישן זיין לעבן, אויפמישן א ניי בלעטל, אדער א בחור פון א גרויסע שטאט מיט כשרונות נאר אין די גרויסע שטאט ווערט ער פאר'וואסער'ט און ווען ער קומט אין מער א קלענערע געגנט שיינען ארויס זיינע מעלות, און דאס קען אויך געזאגט ווערן לגבי אויסלאנד, אמת א שידוך פון אויסלאנד איז זייער א שווערע זאך ווייל דאס איז אויסמישן אנדערע קעגנזייטיגע טבעיות, אין אמעריקא יאגט מען - אין אייראפע איז מען שטאטער, און אזוי איז אויך דא זייער אסאך פארקערטע מהלכים אין לעבן וואס קען אפאקטירן דאס לעבן נאך די חתונה, עכ"ז זעהט מען דאך זייער אסאך מאל מענטשן וואס האבן חתונה מיט אויסלאנד, און דוקא דארט שיינען זיי ארויס אויף א אופן וואס אין זיין אייגן פלאץ וואלט עס קיינמאל נישט געוועהן, דערפאר איז זייער שווער צו זאגן א כללות'דיגע מיינונג ווייל יעדע בחור איז אנדערשט, און יעדע מצב איז אנדערשט, און יעדע משפחה איז אנדערשט, און יעדע שטאט איז אנדערשט.

(חלק ה' דער שידוך ווערט ערנסט... קומט אי"ה)
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

כ'וועל שפעטער מגיב זיין, פאר דערווייל נעם א ;l;p-

ס'איז מיר נאר אביסל שווערליך די פאלגנדע זאץ,
שאץ מאץ האט געשריבן:....................אדרבה ער האט א געוויסע עול אז ער קען נישט פארברענגען קיין צייט ווייל אז נישט איז ער ווי א שטיקל גנב פון זיין שווער'ס געלט.

איז ריכטיג עס צו טיען אויפן קינד'ס חשבון?
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

שאץ..! בלי מילים,

הערליך שיין מסודר, קלאר ארויסגעברענגט, און אמת'ע נקודות..

{שיעור נישט וואס די מסודות זאלן טיילען א קאפי דערפון פאר די עלטערן ווען מען שרייבט איין די עלטערע קינדער אין די בתי חינוך..}
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

רבי @שאץ מאץ, הערליכע ארטיקל מיט אסך וויכטיגע און אמתע נקודות.

לאמיר צולייגן נאך איין קריטישע פוינט וואס איז באמת די ווייניגסטע וויכטיגע פונעם שידוך, און פון די אנדערע זייט איז עס די סאמע וויכטיגסטע זאך פונעם גאנצען שידוך. וויכטיגער ויי אלעמען בבחינת "דער עלעפאנט אין די ראם"

וואס וועט די גאס זאגן צום שידוך? איז עס א שיינער שידוך?

אוי די צוויי סענטענסעס, וויפיל קרבנות און עגמת נפש האט דאס שוין געקאסט.

דאס לאזט נישט אויס קיינעם. בעל בעתישע, פרומערע, רבישע און עמך אידן, רייך און ארעם.

אבער.... מען קען נישט דעם נושא אוועקמאכן און זאגן, קוק נישט וואס די גאס וועט זאגן הויפטזעכליך וועגן 2 טעמים.

1. אונזער גאנצער עקזיסטענץ און לעבן דרייט זיך (ליידער) וואס יענער וועט זאגן, סא דער עולם גייט למעשה יא קוקן אויף דעם.
2. ביי שידוכים איז דא דערין א לעגעטימע נקודה אויך, ווייל טאמער ביי דעם קינד איז מען זיך משדך מיט א דלפון אדער א פאני מענטש, אדער סתם א פאני שידוך, וועט מען ביים קומענדיגען שווערער קענען טרעפן א גוטע זאך....ווייל דער נעקסטער מחותן גייט דאך אויך וועלן טוען א שיינער שידוך (ווייל ער האט אויך מורא..)... וכולי...און

און אזוי גייט דער כישוף ראד ווייטער און ווייטער.

סך הכל וואס איך זאג, אז ווען מען רעדט אלעס ארום שידוכים, דארף די נקודה פון יענער מיט די פרא'ס און די קאן'ס, און די עקסטרעם'ס אויף ביידע זייטן א באזונדערע ערענסטע אפהאנדלונג און נישט זיך מתעלם זיין דערפון.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

הערליך!
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

הרב שאצעל
מיטען ''באלאנגען'' בחלק ג' האסטו מיר פארלוירען
הגם מיט דיין נקודה ביזטו גערעכט אבער מיט די הג''ה זענט איר נישט גערעכט
איך וויל נישט פארדרייען דעם הערליכען אשכול וועט זיין גענוג מיט דעם
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

שאץ, זאל איך זאגן אז דו ווערסט נאר בעסער? ניין, ווייל די ערשטע זענען פונקט אזוי גוט...

זיי ממשיך, מ'ווארט מיר.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

סארקאזי האט געשריבן:הרב שאצעל
מיטען ''באלאנגען'' בחלק ג' האסטו מיר פארלוירען
הגם מיט דיין נקודה ביזטו גערעכט אבער מיט די הג''ה זענט איר נישט גערעכט
איך וויל נישט פארדרייען דעם הערליכען אשכול וועט זיין גענוג מיט דעם


רט. די וד"לס לאז ביטע ארויס.

אדערווייס איז עס גאר באלערנדע געשמאקע ארטיקלן, הפלא ופלא.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

להודיע האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:הרב שאצעל
מיטען ''באלאנגען'' בחלק ג' האסטו מיר פארלוירען
הגם מיט דיין נקודה ביזטו גערעכט אבער מיט די הג''ה זענט איר נישט גערעכט
איך וויל נישט פארדרייען דעם הערליכען אשכול וועט זיין גענוג מיט דעם


רט. די וד"לס לאז ביטע ארויס.

אדערווייס איז עס גאר באלערנדע געשמאקע ארטיקלן, הפלא ופלא.

אט האט איר זיין שיטה וואס ער האט געמיינט צו מרמז זיין. עס האט געברענגט א שטורעם בשעתו.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פיין הנאה געהאט פונעם פרישן איינטראגע. האלט אן!
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

חלק ה'

שידוך האלט שוין ערנסט
ס'איז דא מענטשן וואס טוען שידוכים ווי א ביזנעס, מ'נעמט די ליסטע און מ'הייבט אן צו מאכן ווי מ'רופט עס אין ביזנעס אן "עקסעל שיעט", למשל דער טאטע פונעם מיידל נעמט די ליסטע פון ישיבה און גייט דורך די נעמען, צום ערשט פסל'ט מען אפ די אלע נעמען וואס שטימען נישט מיט'ן לבוש, נאכער בלייבט איבער בערך 20 פראצענט, און פון די 20 פראצענט שטרייכט מען אויס וועמען מ'האט נישט ליב, און מ'בלייבט איבער מיט עטליכע נעמען מיט וועמען מ'וואלט געהאט חשק זיך משדך צו זיין, נו, ווי קומט דער קאץ איבער'ן וואסער? מ'טוט השתדלות, מ'שיקט שדכנים, גוטע פריינד, יענעמ'ס ידידים, משפחה, מ'רוקט אונטער כאילו פערצופאל'דיגע אינפא, ועוד ועוד, ס'איז דא מענטשן וואס גלייבן אין דעם שריט מורא'דיגע שטארק און זיי האלטן אז מיט ריכטיגע געדרייטע שטיק איז מען מצליח סוף כל סוף צום שידוך וואס מ'האט זיך פארגעשריבן פון אנפאנג אז מ'האט חשק צו טון.

למעשה איז דא א מכתב פונעם נאסאד'ע רב זי"ע צו ר' יודא'לע ווייס ז"ל, און ער שרייבט אים אז ער האט בקבלה פון צדיקי הדור אז דארט ווי מ'קוקט ארויס אויף דיר און ס'איז זיי צום הארץ'ן דיר צו האבן דארט זאלסטו מאכן דעם קשר, דאס מיינט אין אנדערע ווערטער, אז ווען דו האסט 2 אפציעס איינס ווי מ'וויל דיר האבן, דו ביסט אקצעפטירט, און פון די אנדערע זייט איז דא א מעכטיגע שידוך ווי דו קענסט אפשר אריין לייגן דיין קינד מיט אסאך שתדלנות, איז די ריכטיגע שריט ענדערשט צו נעמען דעם שידוך ווי מ'וויל דיר, מ'ווארט אויף דיר, דו וועסט זיין אגאנץ לעבן וועלקאם דארט, ווי איידער א שידוך וואס דו האסט אריין גערוקט דיין קינד צו א משפחה מיט חכמה און שתלנות.

כ'האב געהערט פון א ערליכע איד אז א מענטש מיט אמונה דארף וויסן אז ער טוט דאס זיינינגע און דער באשעפער איז דער וואס פירט אלעס, און דערפאר דארף מען טון די מאס השתדלות וואס מ'האט געטון אין אלע דורות, דהיינו, זיך נאכפרעגן ביי אייניגע מענטשן ארום, און גלייבן אז דער בורא ב"ה פירט דיר אויפן ריכטיגן וועג, אבער די מענטשן וואס פארלאזן זיך נישט אויפן באשעפער אליין און שפירן אז זיי זענען נישט רואיג ביז מ'האט איבער געדרייט יעדן שטיינדל פאר אינפא ווייל "איך" וועל מיר זיך נישט סתם אזוי לאזן אריין נער'ן פון יעדן, און ער מוז באמת וויסן ממש קלאר קראנטע אינפא און מ'גריבלט און מ'גריבלט עד אין סוף, געווענדליך פאר אזא איינעם שיקט מען א מעסעדש פון אויבן אז דו קענסט אליין – נו גיב דיר א עצה אליין, און צום סוף פאלט מען אריין פונקט דאס וואס מ'האט נישט געוואלט האבן דאס באקומט מען יא, ודו"ק ותשכח כי אמת הוא.

ווי געזאגט איז די גראד'סטע זאך צו רעדן גראד, רעד גראד צום שדכן, דאס וויל איך יא, דאס וויל איך נישט, איך וויל ווארטן ביז שבת, ס'שמעקט מיר יא, אדער ס'שמעקט מיר נישט, זאג נישט אנדערשט וואס דו טראכסט, ווייל דאס צומישט מענטשן און קיינער האט נישט קיין תועלת פון דעם. אז דו האלסט דערביי, מאן און פרוי זענען ביי די זעלבע מיינונג, מ'האט זיך דורך גערעדט מיט א ערליכע איד, אז מ'קען גיין ווייטער, גיי ווייטער. דער חפץ חיים האט געזאגט א שידוך איז ווי א אתרוג, פון פאר ר"ה קען מען זיך קלויבן דא און דארט וויפיל מ'וויל, אבער ווען ס'קומט ערב סוכות איז נישטא קיין 2 ברירות, נעם דאס בעסטע פון וואס ס'איז דא, די זעלבע איז מיט שידוכים, מאך דיר אפ א זמן ביז ווילאנג דו ווילסט דיר קלויבן, און ווען ס'קומט דער זמן, מאך דיר א סך הכל, וואס ליגט אויפן טיש, ווער וויל מיך, ווער איז מסכים זיך משדך צו זיין מיט מיר, און פון אט די פאר נעמען קלויבט מען אויס דאס בעסטע און מ'גייט ווייטער, ווייל יעצט איז ביי דיר ערב סוכות, און געדענק וואס די וועלט זאגט "אלעס ביי איינעם – איז נישטא ביי קיינעם", קיינער האט נישט אלע מעלות, יעדער מוז פארקוקן אויף עפעס, און כ'וועל דיר זאגן א סוד; דיין צוקונפטיגע מחותן פארקוקט אויך עפעס ביי דיר.....

אסאך עלטערן שפירן זיך זייער געטריי צו די קינדער און טענה'ן איך קען מיר נישט זעהן טאהן אט דעם שידוך, ווי קען איך דאס טאהן צו מיין זון, זייער אסאך מאל זאגט מען אזעלכע ווערטער מיט אן אומרעכט, עלטערן טוען אסאך מאל בא'עוולה'ן זייער אייגן קינד מיטן אויפהאלטן און אוועק שטופן שידוכים מיט אויסריידן אז דאס איז נישט גוט און יענץ איז נישט גוט, אויב איז דיין טענה אז ממש מ'קען עס נישט טאהן פארן קינד, ווער זאגט אז דאס קינד אליין איז גרייט צו ווארטן נאך א חודש, מיט וואספארא רעכט האלט אים דער טאטע אויף? נקוט כללא זה, יעדע שידוך האט כאטש איין חסרון, קלויב דיר היצט א שידוך וואס האט כאטש די ווייניגסטע חסרונות, און געגאנגען.

זייער א שארף לשון שטייט אין א בריוו פונעם סטייפלער גאון ז"ל, פאר א טאטן וואס האט זיך נישט געקענט דערוועלן א שידוך פאר זיין טאכטער, ער הייבט אן אז יעדן טאג וואס ער ווארט ווערט איר מום גרעסער ווייל זי ווערט עלטער און עלטער, און צום סוף שרייבט ער אזוי (איך שרייב עס נאך צוליב דעם שארפקייט) "והנה אין אדם חי לעולם וסוף סוף יבוא יום שמע"כ יעמוד לפני בי"ד של מעלה וישאלו אותו למה ומדוע שפך דמה של בתו וכל התירוצים שמע"כ מגיד בעוה"ז כאילו מכוון לטובת בתו לא יתקבל בשמים כלל וכלל, כי שם המדות מבוררים ומה שעושים מפני תאות הכבוד הדבר נראה בחוש ע"ד שאמרו חז"ל נשמתו מעידה בו, ומה יענה ביום הדין ואנה יברח ויטמין עצמו ממדת הדין, הלא טוב שכת"ר יפסיק התנהגותו ולא ישפוך דם בתו שהוא בת ת"ח גדול" עכ"ל פון דעם מכתב, איך מיין אז די ווערטער שרייען פאר זיך אליין.

א ת"ח האט מיר אמאל געזאגט אז ס'איז דא א אנגענומענע סגולה צו זאגן 40 מאל שיר השירים און טרעפן א פאסיגע שידוך, זאגט ער מיר אז ער וואלט פארגעשלאגן מ'זאל ענדערשט זאגן 40 מאל קהלת...., איינס, מ'וועט געוואויר ווערן אז מ'איז אליינס בכלל נישט אזוי געלונגען, שנית וועסטו געוואויר ווערן אז די גאנצע וועלט איז הבל הבלים, ס'לוינט זיך נישט אזוי זיך צו פלאגן און קלויבן... ודפח"ח. נחות דרגא ונתוב איתתא, זאגן צדיקים נידער אראפ א טרעפ פון וואס דו ביסט באמת - נישט פון וואס דו מיינסט אז דו ביסט.....

זאג א תפלה צום רבונו של עולם, "טאטע דו ביסט דער גרעסטע שותף אין מיינע קינדער העלף מיר און פיר מיך אויף גלייכן וועג צו טאהן די ריכטיגע שריט", מיט אביסל צדקה פאר ר' מאיר בעל הנס, און די שווערע עול פון מאכן די שווערסטע החלטה אין די וועלט וועט אביסל לייכטער ווערן, ניץ אביסל די אלטע אמונה וואס מ'האט דיר אויסגעלערנט אין די אינגע יארן, און גיי לחיים ולשלום צום שידוך שליסן, ווייל צדיקים האבן געזאגט אפי' אין א דור פון א הסתר פנים אבער ביי שידוכים זעהט מען נאך עד היום הזה אפענע זאכן.

א זיס ווארט שטייט פון הרה"ק מהר"ש מבעלזא זי"ע אז די גמ' זאגט אין מו"ק (דף י"ח) אז מ'מעג טון א שידוך אפי' חוה"מ שמא יקדמנו אחר ברחמים, זאגט ער א שידוך וואס האלט נאענט מוז מען מיט אלע כוחות ענדיגן, דער שטן וויל דאס צוריק האלטן מיט אלע זיינע כוחות ווייל ער וויל נישט ס'זאל זיין נאך א מקום פאר השראת השכינה, זאגט ער שמא יקדמנו אחר ברחמי"ם די אותיות נאך רח"ם איז שט"ן, זאלסטו דיך מקדים זיין מיטן טון דעם שידוך כדי ס'זאל נישט צוקומען צו א מצב פון אחר ברחמי"ם וואס ס'איז שט"ן ודפח"ח, עכ"פ מ'זעהט אבער אז ס'איז דא א באזונדערע כח היצר ממש פארן גמר השידוך נישט צו ענדיגן, און מ'דארף זיך שטארקן איבער דעם.

פרעגן די עלטערן און געשוויסטער
אריין מישן נאענטע משפחה מיטגלידער אין שידוכים איז זייער א ערנסטע טעמע, ס'איז דא מענטשן וואס לייגן דאס מערסטע געוויכט אויף די מיינונג פון זייערע חתונה געהאטע קינדער, און אסאך מאל קען דאס זיין א שטארקע צוריקהאלט פון טון א שידוך, קודם כל נישט אייביג ווייסן די אייגענע געשוויסטער די אמת'ע אינפא אויף זייער ברודער / שוועסטער, און דערפאר זענען זיי גרייט צו פסל'ן שידוכים רעכטס און לינקס, און נאכדעם קומט נאך צו די קינדערישע קנאה וואס איז דא צווישן געשוויסטער, ווען דאס ווערעמל פון קנאה עסט זיך אריין אין א ברודער / שוועסטער ווען יענער זעהט אז מ'רעדט דא אזא גוטן שידוך פאר יענעם און מ'קוקט זיך אליין אן כאילו איך האב דאס נישט באקומען, ליידער איז נישט יעדער אויסגעארבעט אין די מדה פון אהרן הכהן אויף וואס די תורה איז מעיד וראך ושמח בלבו, נישט יעדער איז גרייט זיך צו פרייען 100 פראצענט מיטן סוקסעס פונעם ברודער, לאמיר זיך נישט נער'ן מ'קען אמאל אפרעדן א שידוך פון אן אייגענעם ברודער צוליב קנאה.

און אפי' ווען מ'האמיר שוין יא צוטאהן מיט גאר גוטע געשוויסטער וועלכע פארגינען פון הארצן טיעפן, אבער היות זיי זענען נאך אינג קוקן זיין מיט אן אנדערע בליק אויף שידוכים, למשל מ'וועט אנטראגן א טאכטער פון משפחת גרינבערג פון ב"פ פאר א בחור און דער טאטע פרעגט זיין חתונה געהאט'ע טאכטער נו? וואס זאגסטו צו דעם פארשלאג?, די טאכטער האט אין אירע אויגן א שלעכטע בליק אויף די באבע גרינבערג וועלכע שטייט אין קליידער געשעפט אויף 20'טע עוו. זאגט זי גלייך נע! טאטי ס'איז נישט פאר דיר, איך קען זיי, זיי זענען זייער יאנטשי מענטשן, עכטע נאכגעלאזטע, זיין קערן נישט וכו' וכו', און דער שידוך איז אראפ פון טיש, פארוואס, ווייל די טאכטער האט נישט ליב די באבע, כמו כן קען די יונגערער טאכטער וועלכע איז יעצט א גרויס מיידל האבן נעגאטיווע מיינונגען אויף יעדן צווייטן מיידל וואס זי געדענקט פון קעמפ.

און וואס טוט זיך ווען מ'זיכט א איידעם און מ'פרעגט דעם ערוואקסענעם זון (אדער איז ער יעצט אין ישיבה גדולה אדער האט ער הערשט חתונה געהאט און ער ציפט זיך נאך די מילך בארד), ער שפירט זיך דא משה מענטש מ'פרעגט אים אינפא פאר א שידוך פאר "זיין" שוועסטער, ער שפירט זיך גוט ער קען פסל'ן יעדן בחור וואס ליגט נאר אויפן טיש, נע! טאטי דאס איז נישט פאר דיר, איך קען דעם בחור, ער איז די גרעסטע נערוון קריכער אין די ישיבה, דער זאגט אלץ קארני וויצן, א בהמה פון א בחור וכו' וכו'.
א טאטע כאפט זיך אליין נישט ווי ער לייגט זיך אליין אריין אין פרישע פראבלעמען ווען ער דיסקאסירט אלע שידוכים מיט זיינע ערוואקסענע קינדער, אמת מ'קען אמאל באקומען א גוט שטיקל אינפא פון ערוואקסענע קינדער, אבער עמטליך צו ניצן זייער מיינונג און דעת צו מאכן החלטות אין שידוכים קען זיין א גרויסע שטער און דער טאטע דארף האבן די אחריות און וויסן וואו, ווען און וויאזוי מרעדט מיט ערוואקסענע קינדער איבער געשוויסטער'ס שידוכים.

יעצט לאמיר שפרינגען צו די טעמע פון עלטערן, יעדער ווייסט ס'איז דא א מצוה פון כיבוד אב ואם, מ'דארף אפגעבן כבוד פאר טאטע און מאמע און אזוי אויך זיך רעכענען מיט זייער מיינונג. אבער יעדע משפחה איז אנדערש אויסגעשטעלט און יעדע זיידע האט א אנדערע קשר מיט זיינע אייניקלעך ממילא איז נישט אייביג שייך צו ניצן די פולקאמע עצות פון עלטערן, קודם די עלטערן קענען זיך נער'ן אין זייערע קינדער, ביים טאטן זענען דאך זיינע קינדער די חשוב'סטע, און ווען דאס קינד האלט שוין אין שידוכים און ער הערט אז מ'טראגט אים אן עפעס שוואכער פון וואס ער מיינט אז ס'קומט זיך פאר זיין ליבן זון וועט ער דאס אוועק מאכן, און נישט אייביג קען דער זיידע / באבע די אמת'ע אינפא אויף די אייניקלעך, און די באבע וועט הערן אז מ'טראגט אן משפחת שווארצבערג'ס טאכטער וועט זי זאגן, וואס?! פאר דיין שלומי?, שלומי איז דאך אזא פיינע בחור ער העלפט דאך אייביג זיידי מאכן די סוכה... אזא שוואכע שידוך?, ניין לאז דיך נישט פון די שדכנים, (זאגט'ס נאר טייערע באבע איר ווייסט אפשר אז מ'האט שוין דיין זיסע שלומי ארויס געווארפן פון ישיבה 2 מאל?.... וואס דרייסטו א קאפ....).

כבר הי' לעולמים ווען קינדער האבן געהאט בעסערע שטובער ווי די עלטערן און ס'איז דא געוויסע מענטשן וואס ווען ס'קומט צו שידוכים ביי די אייניקלעך קומען ארויף זייערע אייגענע קאשמארן ביי שידוכים און זיי רעדן אפ, אהא! הייסט דאס מ'טראגט דיר אן בראכשטיין פון ב"פ, דו ווייסט אז ביי מיר האבן זיי דריי מאל אפגעזאגט ביי רחי ביי יענקי און ביי בער'לען, און דו גייסט זיך משדך זיין מיט זיי?.... רבותי ס'איז דא אזאנס אויך, און אסאך מאל זאגט מען עס נישט הויך אבער מ'מאכט אוועק שידוכים אין די תירוץ איז די אויבדערמאנטע, נאר דאס זאגט מען שטיל אין קאפ...

פון די צווייטע זייט, האבן אבער עלטערן א ים מיט עקספיריענס, זיי ווייסן אסאך אינפא אויף משפחות, זיי פארשטייען וויאזוי אומצוגיין אין שווערע זמנים, זיי האבן זיך אסאך געלערנט אויפן אייגענעם פיקל וויאזוי מ'גייט צו צום שידוך, און מ'קען אסאך ניצן זייער ראט און קלוגע עצות, דארף אבער יעדע איינער ביי זיך וויסן ווען ער פרעגט עלטערן און ס'קומט צוריק א נעגאטיווע תשובה צו ס'ליגט נישט עפעס זייטיגע חשבונות דערונטער.

(חלק ו' - בעשוי - ווארט - תנאים וועט נאכקומען בקרוב אי"ה)
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הרב שאץ, האלט אן איך ליין מיט קאפ און נייגער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קוימען קערער
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 25, 2008 6:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוימען קערער »

WOW אזוינס און אזעלעכס

שאץ א ריזיגער ישר כח, איך האלט שוין אינמיטן שידוכים, שוין חתונה געמאכט עטליכע, איך האב מיך געלערנט א שיינע פאר זאכן אויף מיין אייגענע בארד, וואלט איך געהאט דעם ארטיקל פארדעם וואלט איך מיר פארשפארט עגמת נפש

נאר מיט דעם חלק וואס די האסט שוין געשריבן ביזדערוייל (איך האף אז די ביסט ממשיך מיט דעם ארטיקל און מיט נייע ארטיקלן אויך) וועסטו העלפן די וואס זענען אין אנהויב פון שידוכים
פון אן אלטער ליינער און א אינגער שרייבער
דער קוימען קערער
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

דיינע ארטיקלען זענען געוואלדיג, עמיר פראבירן דיך צו פאלגן מכאן ולהבא כאטשיג
יא, כ'האב שוין אויך חתונה געמאכט ב"ה
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”