בלאט 1 פון 2

מיין צניעות'דיגע באנק ביכעלע

געשריבן: זונטאג יולי 03, 2016 5:36 pm
דורך זאלץוואסער
איך האב אינדערהיים א באנק ביכעלע וואו איך האלט אלע חשבונות פון הוצאות און הכנסות, לאו דוקא דאס געלט וואס גייט אין באנק, נאר יעדעס דאללער וואס קומט אריין אדער גייט ארויס ווערט נאטירט אין דעם ביכעלע.

למשל פאר פסח, מיש איך אויף דעם באנק ביכל ביי פסח, און איך קוק וואס פאראיאר האבן די הוצאות פארלאנגט, און איך מאך א בערך'דיגן חשבון כפי המצב וויאזוי עס קען אויסקוקן היי יאר, און דערנאך מאכט מען א קורצן איבערזיכט צו זעהן צו מ'איז געפארן קיין מזרח אדער מערב. און מ'אנאלאזירט די סיבות. אמאל זענען די סיבות אזוינע וואס מ'קען איבערן יאר פארמיידן אדער מינימיזירן, און אמאל זענען די הוצאות אויפריכטיג געשטיגן און דער באנק ביכעלע באשטעטיגט נאר דעם פרישן מציאות מיט וואס מ'דארף לעבן.

עס איז דא אמאל ווען מיין באנק ביכעלע ווערט אזוי אויפגעברויזט אז ער נעמט זיך מאכן גרימאזן, און איך מוז מיט אים כאפן א ליבליכן שמועס עם נישט ארויסצושלעפן פון גלייך געוויכט, איך מוז אים קענען ענטפערן פארוואס אדער וויאזוי עס האבן זיך אנגעפירקלט דריי בלעטער הוצאות אויף עפעס וואס ער האט נאך נישט איינגעזעהן פאר וויכטיג.

וואס אן אמת איך האב פון אים ווייניג מורא, איך בין בעה"ב און אז איך וויל, וועל איך קאטשקענען מיטן רויטן פעדער וויפיל דאס הארץ גלוסט זיך, און אז ער איז נישט צופרידן זאל ער בעטן ביים דאווענען אין קומענדיגן גלגול מגולגל ווערן אין א שענערן באנק ביכל, (ער קען גיין צום גביר פון שטאט, אדער צום שלעפער וועלכער האט אויך א ריינעם באנק ביכל ווייל ער ליגט נאך אינעם פלעסטיק פון דאס ערשטע מאל ווען מ'האט באשלאסן מ'גייט האלטן חשבון) אבער ס'דא אמאל ווען זיינע טענות קומען מיט ראיות און הוכחות, ווי אויך מיט עדים זוממין וועלכע פארלאנגען מ'זאל באצאלן די חובות וואס זאמלען זיך אן, וואס זיי קען איך שוין נישט סתם צומאכן און אריין לייגן אין הינטערשטן שופלאד, זיי קענען אלע מיינע טעלעפאן נומערן, און זיי ווייסן וואו איך וואוין, זיי זענען נישט גרייט סתם מיטצוגיין מיט מיינע שיקאנען. דאן דארף איך שוין יא זיך אראפזעצן און מסדר זיין א שיינעם סך הכל און אויפקומען מיט הארטע וואלוטע תירוצים.

---

געווען איז דאס אין יאר (הלואי איך ווייס וועלכע…) ווען איך בין צום ערשטן מאל געגאנגען אין די קאנטרי, ווען איך האב געמוזט נאכן סעזאן זיך אראפזעצן מיט מיין באנק ביכעלע און פארהאנדלען מיט אים א סטראטעגיע. ער האט געטענה'ט חי וקיים אז פאראיאר זומער האט מיר דאס לעבן געקאסט א נישטיגע 3 אלפים א חודש, און ער איז נישט דערביי צו דעקן פרישע 15 אלפים מיר נישט דיר נישט אן קיין געהעריגע שמועס און א פלאן פון פאראויס וויאזוי מ'גייט אים דעקן ער זאל נישט האבן בושות.

ווי איר זעהט שוין איז מיין באנק ביכעלע א צניעות'דיקע און איידעלע נשמה, גלייכט זייער צו זיין געדעקט, און וויל נישט זיין אויסגעשטעלט צו קיין בזיונות, איך קען נישט טון מער ווי אים מחנך זיין, און אויסלערנען אז אין די נייע "קאנטרי עפאכע" דארף מען זיין מער פריצות'דיג. איך קען נישט מער ווי אים פרובירן פארשטיין געבן אז די כללים פון פינאנץ גייען נישט אלס אן, גיי זיי אים מסביר אז צוויי חדשים א יאר זענען פלאס און מיינוס אומרעלעוואנט, און אז צוויי חדשים א יאר איז גרין און רויט דער זעלבער קאליר…

מיין באנק ביכעלע פרעגט מיך זייער קלאר: איך זעה דא אז דו צאהלסט רענט 2000 דאללער פאר די געוויינליכע דירה, און 4000 פאר עפעס א דירה אין פאלסבורג. מה פשט?

איך בין אים מסביר אז די 4000 דאללער איז נישט סתם אזוי א דירה, עס איז א "באנגעלוי".

ער פארשטייט נישט, אבער מער פון אלעם פארשטייט ער נישט פארוואס צו דער זעלבער צייט האלט איך אויף 2 דירות? און אויב יא אזוי פארוואס האלט איך נישט ביידע דירות א גאנץ יאר?

גיי זיי מסביר פאר א באנק ביכעלע, סטייל.

דערנאך וויל ער וויסן וואס די פרישע הוצאות פון שכר לימוד איז?

יא יא באנק ביכעלע, דאס איז קעמפ געלט, אלזא לאמיר דיר מסביר זיין: ווייל מיר אלע גייען אין קאנטרי, דארפן אונזערע מוסדות מאכן קעמפס, אויב נישט וואלטן די איבערגעליבענע צוריקגעשטאנענע וואס גייען נישט אין קאנטרי, נישט געהאט קיין חדר, און דערפאר מוזן מיר די קאנטרי פארער צאלן סיי פאר קאנטרי, סיי פארן שטאט, סיי שכר לימוד, און סיי קעמפ געלט.

פארשטייט ער ווייטער נישט דער דום קאפ. איך פלאן אים ערנסט צו אויפזאגן פון בוכהאלטעריי, דער פארדרייט מיר שוין צופיל דעם קאפ.

נאך לאנגע הסברים, פאנגט ער אן צו באגרייפן אז ס'איז א מכת מדינה, וואס נישט די מדינה האקט, נאר מיר האקן זיך קאפ אליינס אין וואנט, אבער איין שאלה האט ער נאך:

אלעס ביז אהער פארשטיי איך, איך פארשטיי פארוואס דו האלטסט אויף ביידע דירות, איך פארשטיי פארוואס דו צאלסט עקסטער שכר לימוד, איך פארשטיי פארוואס ס'קאסט עקסטערע הונדערטער דאללארן דאס אנקומען די טראנסטפארטאטציע אהין און צוריק, און איך פארשטיי אז דו טוסט עס נאר פארן חינוך פון די קינדערלעך און פארן שלום בית. אבער איין זאך פארשטיי איך נאך אלס נישט: וויאזוי איז מעגליך אז עסן און שאפפינג קאסט דיך דרייפאכיג מער ווי א גאנץ יאר???

איך האב נישט געהאט קיין תירוץ בין איך געלאפן דאווענען מנחה.

עני העלפ???

געשריבן: זונטאג יולי 03, 2016 5:38 pm
דורך פערפעקט
זאלץוואסער?

צוקערוואסער!!

געשריבן: זונטאג יולי 03, 2016 5:41 pm
דורך סעמס
אוי וויי! האט ער אויסגעשריגן, ארויף געגאסן זאלץ וואסער אויף די אפענע וואונדן

געשריבן: זונטאג יולי 03, 2016 6:19 pm
דורך נא_שכל
געוואלדיג גוט געשריבן, און בעיקר אמת'דיג!
"עני העלפ?" זיכער דער זעלבער וואס העלפט אונז לגבי דירות און חתונה הוצאות וועט אונז יעצט העלפן...

געשריבן: זונטאג יולי 03, 2016 6:21 pm
דורך וואוילע שעפעלע
חחחחחחח.....

כ'זעה שוין, פאר די קומענדיגע 2 חדשים גיי איך זיצן דא אין שטאט און לאכן פון די אלע קאנטרי אשכולות...

#בנפול אויבך...

געשריבן: זונטאג יולי 03, 2016 6:29 pm
דורך נשמה
:smile:

געשריבן: זונטאג יולי 03, 2016 6:42 pm
דורך פארבינדן
:lol: :lol: :lol:

געשריבן: זונטאג יולי 03, 2016 6:52 pm
דורך געשמאקער
זאלצי בתפארתו ;l;p-

געשריבן: זונטאג יולי 03, 2016 7:25 pm
דורך הלשון
שוין לאנג נישט וואס זאלץ איז געווען אזוי זיס!

געשריבן: זונטאג יולי 03, 2016 7:26 pm
דורך פערפעקט
שאול קליין סטייל, מ'רעדט צום ביכעלע, די ביכעלע ענטפערט... וואנדערפאל.

געשריבן: זונטאג יולי 03, 2016 7:35 pm
דורך אויסגערעכנט
כאטש רעכענט זיך זאלצי מיטן ביכעלע, ווען נישט וואס וואלטן מיר געהאט אויב נישט זאלצי׳ן

געשריבן: זונטאג יולי 03, 2016 8:19 pm
דורך געלעגער
א זאלציגע ארטיקל! זאפטיג!

געשריבן: זונטאג יולי 03, 2016 8:29 pm
דורך אַבּערוואַס
געלעגער האט געשריבן:א זאלציגע ארטיקל! זאפטיג!

געשריבן: זונטאג יולי 03, 2016 8:39 pm
דורך ווישוואש
פערפעקט האט געשריבן:שאול קליין סטייל, מ'רעדט צום ביכעלע, די ביכעלע ענטפערט... וואנדערפאל.

;a-1;

געשריבן: זונטאג יולי 03, 2016 8:57 pm
דורך ראפאט קראמפלי
זלצתי וגם פלצתי..

געשריבן: זונטאג יולי 03, 2016 9:55 pm
דורך בן נון
זאלצי, וואו שאפט מען אזא פעדער? אזעלכע אויסדריקן? און די געדאנקען?

יעדער קאמפלעינט אויף קאנטרי, אבער וואט ען איידיע!!

געשריבן: זונטאג יולי 03, 2016 9:59 pm
דורך עירמאנט'ער
פיין וואויל געשריבן


איז מעגליך אז עסן און שאפפינג קאסט דיך דרייפאכיג מער ווי א גאנץ יאר???

דאס האט מסתם צוטיען מיט די זעלבע פאוביע פון פסח
אז מען האט מורא אז סעט נישט זיין גענוג קויפט מען איין דרייפאכיג

געשריבן: זונטאג יולי 03, 2016 10:27 pm
דורך ענדע צדיק!
ווי נעמט מען דאס שעפערישקייט אין געדאנק וואס גיסט זיך פון זאלצי'ס פעדער?

געשריבן: זונטאג יולי 03, 2016 11:30 pm
דורך מה פתאום???
פערפעקט האט געשריבן:שאול קליין סטייל, מ'רעדט צום ביכעלע, די ביכעלע ענטפערט... וואנדערפאל.

געשריבן: מאנטאג יולי 04, 2016 12:27 am
דורך חלה פיש אין קיגעל
האהא האב איך זיך צילאכט

שעקויעך

געשריבן: מאנטאג יולי 04, 2016 3:19 pm
דורך גדלי וואסער שעפער
זייער פיין ! ישר כח פארן ברענגן א שמייכעלע

געשריבן: דינסטאג יולי 05, 2016 11:30 am
דורך לכתחילה אריבער
בין איך געשטאנען פון די ווייטענס, און צוגעקוקט מיט אנגוסט די אנגעצויגענע לאגע צווישן זאלצי און זיין באנק ביכל....

זיי האבן מיר ביידע נישט געזעהן, אבער איך האב זיי יא געזעהן.

כ'האב זיך אפילו פארחלומ'ט אינדערמיט... ווייסעך נישט צו ווייל עס איז געווארן לאנגווייליג, אדער ווייל איך האב געזוכט ווי צו אנטלויפן.. די עיקר נישט צוצוקוקן די אומאנגענאמע אטמאספערע, ווי די עבדים משלו בנו האט גענומען איר פולע מיין... דאס באנק ביכעלע האט אים געשטעלט אין פלאץ... און ער האט נישט געהאט וואס צו ענטפערן.

אזוי פארטראכטערהייט, האבעך שיעור פארפאסט זיין לויפן צו מנחה. איך וואלט געווען זייער צובראכען, נישט קענענדיג מיטהאלטן די ענדע.. די ענדע איז אלס די אנטערעסאנטסע.

אבער דער אויבערשטער האט געהאלפן, און א אומשולדיג אויסזענדע רעש פון א צווייטע דירעקציע האט מיך אויפגעוועקט פון מיין טרוים, די לעצטע סעקונדע, און איך האב נאך עספעיעט צו זעהן ווי ער לויפט אהין אין בית המדרש, אזוי האב איך געוויסט אויך אהין צוגיין.

איך האב זיך געיוגט שטארק, נישט וועלענדיג פארפאסן גארנישט.

איך בית המדרש לויפט ער אריין, שטעלט זיך אריין אין א שטיבל ביים ווינקל. קענטיג אז ער וויל נישט ווערן געשטערט יעצט. ער וויל ענדיגען דאווענען, און האפענטליך נאך א תפלה וועט ער האבן די ריכטיגע ענטפער צו די שווערע דילעמע וואס די ביכאלע האט אים אזוי ריכטיג אראפגעשטעלט.

וואס ער האט נישט באמערקט, איז אז פונקט נעבן אים האט זיך אראפגעשטעלט א צווייטער, און יענער האט געהאט אט גענוי די זעלבע שמועס מיט זיין ביכאלע - קוקט אויס די אז די ביכאלעך, און די שמועסן מיט זיי איז א מנהג המקום... - אבער איין אינטערשיד איז געווען צווישן אים און דער אנדערער, אז די שמועס וואס ער האט געהאט דאס יאר מיט זיין ביכאלע, האט יענער שוין געהאט מיט צוויי יאר צוריק!

צו מאכען א לאנגע מעשה קורץ... האט זיך יענע פארמעסט גענדיגט נישט אזוי גוט. דאס ביכאלע האט מנצח געווען! נישט קענענדיג געהעריג אפענטפערן, האט ער אויפגעגעבן! און הארציג צוגעזאגט, אז דאס יאר קען איך שוין גארנישט טאן, ווייל אלעס איז שוין באשטעלט סיי ווי, אבער אי"ה נעקסטעס יאר וועלן מיר נישט איבערטאן די נארישקייט, און מיר בלייבן אינדערהיים.

א מחי' איין דירה, איין שכר לימוד, א פארגעניגן וואס פאסט ניטאמאל פאר א איד אין גלות.

שוין... דאס עסן איז טאקע נישט געווען אזוי ווי א געווענדליכע וואך... ווייסטעך.. האט ער געטענה'ט מיט ביכאלע... אלע זענען אויף די בערג... און איך בין דא געבליבן.. כאטש אזויפיל אז דאס עסן זאל זיין ברייט.

דאס ביכאלע האט הפנים פארשטאנען, און געשוויגן.

דאס ערשטע שבת איז אריבער דערהויבן, און מאכענדיג די חשבון שנעל... האט מען געזהן אז יא! עס האט זיך געלוינט, מען לויפט ווייייט אונטערן בודזשעט פון פאריאר, און דאס איז שוין מיט די ברייטערע סעודות.. ברייטערע נאש... ברייטערע פרוכט פארן נאכמיטאג.. אא"וו.

עס איז געקומען זונטאג, און די חשובן איז געגאנגען ווייטער... מיר זענען דאך געבליבן... עס איז דאך פיל ביליגער ווי פאר אנדערע.. עס וואלט נישט געשאטן אז מען גייט ... "אביסל ארויס"...

דא נישט ווייט - זאגט ער הויעך אויפן קול, אזוי אז דאס ביכעלע זאל הערן.. און נישט האבן קיין טענות... - און דאס ביכאלע איז שוין געווארן אביסל אומבאקוועם... אבער.. וואס איז אמת איז אמת... מען איז דאך נישט געפארן אין קאנטרי.

די איבריגע טעג פון די וואך איז אריבער רעלאטיוו שטיל... אפשר אביסעלע ברייטער ווי געווענדליך... מען איז דאך נישט געפארן... אבער נישט אויף צו מאכען א ערענסטע איינדרוק.

נאך א שבת... נאכמאל ברייטער ווי די מנהג... און דאס ביכאלע האט שוין געמאכט א שנעלע חשבון... אויב וועט דאס זיין אלע אכט שבתים... הממממ... וועט נישט זיין ביליג... אבער... מען איז דאך נישט געפארן....

די איינשפארונגען זענען שוין נישט געווען אזוי נתפעל צו ווערן.. אבער דאך בעסער ווי גארנישט! אמער... מען איז דאך נישט געפארן.

די נעקסטע צוויי וואכען זענען געגאנגען נישט קשה... סיידן א צוויי דריי נאכטמאלן וואס מען האט זיך ערלויבט ברייטער, נישט חלילה אין די וועלט אריין.. אבער ווייסטעך.... מען איז דאך נישט געפארן...

דאן איז געקומען איינע פון די שבתים... און דאס ביכאלע האט אנגעהויבן שוין מיטוואך שפירן אז עפעס קומט! עפעס האט מען זיך געשושקעט.. עפעס רעדט מען וואס מען וויל נישט עס זאל עס אויפכאפען... קיין נער איז דאך די ביכאלע נישט, האט ער צווישן די ווערטער אויפגעאפט ווערטער, און עס איז געווארן זויער... עפעס ווערטער ווי "נאר פאר איין שבת".... "האטעל"... "זייער גוטע עסן... און עס איז אריינגערעכענט".... ממש געבליבן איינצעלע צימערן... מען דארף שוין באשליסן...

דאס ביכאלע האט געכאפט דאס עסק וואס גייט פאר... אויסגעטאן דאס היטאלע, ארויף געשארצט די ארבל.. געפענט דאס פענסטער פאר אביסל פרישע לופט.. אראפגעריקט די ברילן, און אנגעהויבן רעכענען.... די בעסטע מעגליכקייט.. און דאס ערגסטע...

אויב זאל די פרייז זיין אויף די טייערע זייט... דאן איז מען אפיציעל אריין אין א דעפעציט קעגן פאריארן... וואס האט מיר דאס אויסגעפעלט.... אוי די געפילן פון חרטה... פארוואס האב איך אים נישט געלאזט פארן אין די קאנטרי... אלס דארף איך פראבירן זיין א חכם... שוין... לאמיר נישט טראכטען אזוי שווארץ.. אפשר וועט עס זיין ביליג...

אביסל א טרייסט... אויב איז עס ביליג... דאן וועלמער זיין "פונקט ביים גרעניץ"... אפשר נאך אביסל אונטערן גרעניץ. טאקע נישט קיין רווח.. אבער כאטש נישט טייערער פון פאריאר.. כאטש קיין יועצנו רעה בינעך נישט געווען.

דאנערשטאג איז געקומען, און פרייטאג האט זיך באוויזן... און ערגעץ צווישן די צוויי טאג.. אזוי אינמיטן די נעפל פון האפענונג און צובראכענקייט איז עס געווארן "אויס סוד".... מען האט גערעדט דערפון הויעך... פונקטליך וועלכע שעה פון די לעצטע צוויי טעג עס איז געווען האטערנשיט געדענקט... אבער יעצט קוקט אויס מעג שוין די ביכאלע וויסן... מען פארט אין א האטעל אויף שבת!!

און נאך בעפאר דער בעלעבאס האט געהאט די געלעגענהייט האט דאס ביכאלע שוין אליין געזאגט... אבער ווייסטעך...... מען איז נישט געפארן....

למעשה איז די פרייז געווען ערגעץ אינצווישן.. און אזוי פון די דרוק האט דאס ביכאלע פארלוירן דעם פונקליכען חשבון.. אבער עס איז - מיינטער - נישט געווען צופיל ערגער ווי פאריאר... הפנים... עס איז געווען א לעקציע... אבער... נישט אזא טייערע..

צווישן די ברייטע עסן.. די האטעל... די קאר וואס מען האט געדינגען.... צו באזוכען די קינדער... פארשטייצעך.... און נאך אפאר "אדס ענד ענדס".... און עס איז אינגאנצן געווען א דריטעל טייערער ווי פאריאר!

און נישט צו פארגעסן... מען איז דאך למעשה נישט געפארן...

דאס איז די געשיכטעלע פון די צווייטע ביכאלע! און איבערלעבונג האט יענע ביכאלע איבערגעגעבן פאר זאלציס ביכאלע.. אזוי בין תנור לכרים... צווישן די צוויי שעמענעסרעס.

---

זאלצי איז אהיים געקומען... צוריק ארויסגענומען דאס ביכאלע.. און ער וויל ענדיגען די חשבון....

איך בין ווייטער מיטגעקומען.. זייעדיג נייגעריג וויאזוי דאס וועט זיך ענדיגען.

זעהעך א מאדנע זאך... זאלצי וויל אנפאנגען עפעס זאגן... קוקט אויס ווי אים איז עפעס בייגעפאלן אויפן וועג וויאזוי צו ענטפערן פארן ביכאלע איבער די הארבע פראגע... אביסל אומזיכערקייט האט זיך אנגעזעהן אויף זאלציס פנים... הממממ קוקט אויס ווי ער אליין ווייסט אז יענע תירוץ איז גאנץ א קנאפער... אבער בעסער ווי גארנישט.

און אזוי ווי זאלצי וויל אנהייבן רעדן.. איז די וואונדער געשען! דאס ביכאלע האט פאר זאלצין געזאגט... ווייסטע וואס!! כ'האב זיך איבערגעטראכט... כ'מיין אז עס איז יא כדי צו פארן... ער אויס... ארבייטס אזוי שווער.. קאסט וואס קאסט!!

זאלצע איז געווען פארווינדערט! וואס איז דא געשען?....

און פון וואו זאל ער טאקע וויסן וואס איז געשען... אינמיטן שמונה עשרה האט ער דאך נישט געקענט מיטהאלטן יענעם שמועס צווישן די ביכלאך!

געשריבן: דינסטאג יולי 05, 2016 11:34 am
דורך פערפעקט
WOW WOW זעהמיר גוט??

בדיעבד איז לכתחילה צוריק אדער לכתחילה איז בדיעבד צוריק!!!

ברוכים הבאים אוי האמיר זיך געבענקט! מאך עס נישט נאכאמאל!

געשריבן: דינסטאג יולי 05, 2016 11:35 am
דורך geek
פשיהא, אזאנס פון א נייע ניק....?

געשריבן: דינסטאג יולי 05, 2016 12:04 pm
דורך בן נון
בדיעבד?????