לאמיר דערציילן די מעלות פון אידישע קינדער!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

goldman
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 22, 2013 11:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך goldman »

טויזענטער יונגעלייט באהאלטען דעם סמארטפון אין ביהמ״ד.
טויזענטער יונגעלייט זענען חוסם את פיהם ווען זיי קומען אריין אינעם מקום קדוש.
סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם אזוי »

א טייער אשכול, עליונים ששו ותחתונים עלזו.
כ'קלער צוצושטעלן צום אשכול די הייליגע ווערטער פון הרה"ק רבי נחמן מברסלב זיע"א אין ליקוטי מוהר"ן אין דעם אלעמען באקאנטן תורה רפ"ב, דע כי צריך לדון את כל אדם לכף זכות ואפי' מי שהוא רשע גמור וכו' ועל ידי זה שמוצא בו מעט טוב עי"ז מעלה אותו באמת לכף זכות, און רעדט דארט ווייטער אז אזוי אויך יעדע מענטש ביי זיך אליין דארף אריינטראכטן און טרעפן עפעס א נקודה טוב ביי זיך, כי אע"פ שהוא רשע איך אפשר שאין בו מעט טוב עדיין, און מיט דעם דן לכף זכות זיין איז מען באמת מעלה דעם מענטש לכף זכות [עוד מעט ואין רשע, אויב קוקט מען אריין און מ'זוכט דעס ביסעלע וואס איז "אין רשע", והתבוננת על מקומו, מיט דעם שטעלט מען אים אוועק, ואיננו, ער איז מער נישט די זעלבע], והדברים ידועים. לענינינו קאן אפשר זיין אז מיט דעם אשכול וועלכע אידישע קינדער קלערן אריין און ברענגען ארויס בלויז די מעלות פון אידישער קינדער, איין מעלה איז, נאך א מעלה איז, און ווידער א מעלה איז, כאטש כאטש כאטש, אבער דאך דאך דאך, דאס וועט באמת מעלה זיין אלע אנדערע אשכולות ווי עס זענען אמאל ליידער יא אביסל שלעכטס גערעדט געווארן. להגביה קרנינו למעלה.
הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

גם אני מצטרף איך קען א איד וואס קען באמת נוצען דאס געלט וואס פארדינגט א שיינע דריי רומיגע דירה פאר נישט מער ווי 1500$ צוליב וואס דער טענעט איז נישט ביכולת צו צאלען מער.
אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערפעקט »

מי כעמך ישראל!
Definition of perfect: as good as it is possible to be
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

א טראגעדיע פאסירט, א קינד נעבעך אומגעקומען אויף א טראגישן אופן ה"י.

אידן וואס וואוינען נישט נעבן וואלאבאוט, אידן וואס קענען נישט די משפחה - אלעס טרויערט מיט די אומגעהויערע צער און פארלוסט.

כי אנשים אחים אנחנו. מען קלאגט מיט יענעמ'ס צרה. מען פריידט זיך מיט יענעמ'ס שמחה.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

און פון די אנדערע זייט הערט מען ווי דער פאטער -וואס האלט שוין ליידער ביי לקה בכפליים- שטארק זיך מיט די אמונה,
ברענגט עס ארויס דאס מי כעמך ישראל מיט אירע פולסטע קאלירען.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
חלה פיש אין קיגעל
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה פיש אין קיגעל »

איך האב פינקט גערעדט צו א גוי א שטיק צייט ציריק
פרעגט ער מיר וויפיל אינטרעסט די גמ״ח בעט ?
זאג איך אים אז ביי אינז איז דא א הלכה אז מען טאר נישט בעטן קיין אינטרעסט אין נישט נאר דאס מען מעג אפילו נישט געבען א מתנה פאר די מלוה.
זאגט ער מיר אז ער האט עפעס איבער געבויעט אין זיין הויז ער האט געדארפט האבן 2000 דאללער האט ער געבעטען פון אפאר פון זיין חבירים
אין קיינער האט נישט געוואלט בארגען יעדער מיט א צווייטע תיריץ ביז איין חבר האט מסכים געווען צו בארגען אויף דריי חדשים פאר 13% אינטרעסט

מי_כעמך_ישראל!!!
אוועטאר
בעילוםשם
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעילוםשם »

וואסערע פארגלייך בכלל, דער איד צום עכו"ם, די מדריגה פון א איד איז די העכסטע בריאה!

ס'איז דא לפי הדרגות
- דומם
- צומח
- חי
- מדבר
און נאך העכער פון דעם איז
- ישראל עובד ה'!

ס'ידוע דער אוחה"ק אין פ' אחרי איבער די זוהמא פון די עכו"ם לעומת טהרת לבן של ישראל, יעדער איד!

מי כעמך ישראל! ברוך ה' אלקי ישראל!
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

הכנה לזכות בדין בימי הרחמים והרצון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

וויאזוי קען מען אליינס גורם זיין אז מ'זאל זוכה בדין בראש השנה?

לאמיר לערנען א שטיקל קדושת לוי פון די וואך פרשת שופטים:

שופטים ושוטרים תתן לך בכל שעריך כו' ושפטו את העם משפט צדק. דהנה הקדוש ברוך הוא שופט את הכנסת ישראל בבוא יום המשפט בגודל רחמיו וחסדיו, אך צריכין אתערותא דלתתא לעורר את המדה של רחמנות למעלה, ועל ידי מה נתעורר אותו המדה של חסד?

כשאנו למטה מתנהגים בחסד, ולמדים זכות על כל איש מישראל לדונן לכף זכות! ואז על ידי זה גם מלמעלה נתעורר אותו המדה ולמדין גם עליו וגם על כל זרע ישראל חסדים.

ואם כן האדם מעורר בעובדא שלמטה השער העליון לפתוח שערי חסד להריק ברכה על כל זרע ישראל.

וזה שכתוב "שופטים ושוטרים תתן לך בכל שעריך", רוצה לומר שאתה בעצמך תתקן ותכין המשפט של מעלה על ידי שעריך, והוא השערים שלך שאתה עושה ומעורר במעשיך. וזהו "ושפטו את העם משפט צדק", רוצה לומר כל איש ילמוד את עצמו להתנהג לשפוט את העם משפט צדק ללמד צדקה וזכות על כל זרע ישראל ואז האדם מעורר השער של מעלה ועל ידי זה יוצא בדין זכאי במשפט של מעלה, כי במדה שאדם מודד מודדין לו.


געוואלדיגע עצה, און ס'איז נישט שווער מקיים צו זיין.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

איין וואך אויפן וועג ארויס צו די קאנטרי זע איך קארס שטיין ביי די זייט דא דארט, אלעס גוים ווארטן אליינס, קענען זיך קוים באפארענען, אביסל ווייטער זע איך א יוד שטיין ווען נאך דריי קארס האבן זיך אפגעשטעלט פאר אים צו ארויסהעלפן מיט וואס ער דארף נאר.... מי כעמך ישראל
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

נא_שכל האט געשריבן:וויאזוי קען מען אליינס גורם זיין אז מ'זאל זוכה בדין בראש השנה?

לאמיר לערנען א שטיקל קדושת לוי פון די וואך פרשת שופטים:

שופטים ושוטרים תתן לך בכל שעריך כו' ושפטו את העם משפט צדק. דהנה הקדוש ברוך הוא שופט את הכנסת ישראל בבוא יום המשפט בגודל רחמיו וחסדיו, אך צריכין אתערותא דלתתא לעורר את המדה של רחמנות למעלה, ועל ידי מה נתעורר אותו המדה של חסד?

כשאנו למטה מתנהגים בחסד, ולמדים זכות על כל איש מישראל לדונן לכף זכות! ואז על ידי זה גם מלמעלה נתעורר אותו המדה ולמדין גם עליו וגם על כל זרע ישראל חסדים.

ואם כן האדם מעורר בעובדא שלמטה השער העליון לפתוח שערי חסד להריק ברכה על כל זרע ישראל.

וזה שכתוב "שופטים ושוטרים תתן לך בכל שעריך", רוצה לומר שאתה בעצמך תתקן ותכין המשפט של מעלה על ידי שעריך, והוא השערים שלך שאתה עושה ומעורר במעשיך. וזהו "ושפטו את העם משפט צדק", רוצה לומר כל איש ילמוד את עצמו להתנהג לשפוט את העם משפט צדק ללמד צדקה וזכות על כל זרע ישראל ואז האדם מעורר השער של מעלה ועל ידי זה יוצא בדין זכאי במשפט של מעלה, כי במדה שאדם מודד מודדין לו.


געוואלדיגע עצה, און ס'איז נישט שווער מקיים צו זיין.

באמת א מפורשע גמרא אין מסכת שבת דף קכ"ז ע"ב ואתם כשם שדנתוני לזכות כך המקום ידין אתכם לזכות.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”