מיין בריוו צו נכדי הרה"ק ר' ישעי'לע

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

מיין בריוו צו נכדי הרה"ק ר' ישעי'לע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

אל מע"כ הרבנים המפורסמים, וכל שאר הנכדים, כל אחד בשמו הטוב יבורך

איך בין אייך אמת'דיג מקנא אז איר האט די זכי' צו זיין אן אייניקל פון דעם הייליגן צדיק, איר האט באמת א זכי', און ווען איך וואלט געווען פארמעגליך וואלט זיכער געווען אז מ'דארף אייך שטיצען מדרך כבוד. ס'קיין שום שאלה נישט.

איך אליין האב געהערט ערשט האנטיג גאר וואונדערליכע מעשיות פון דעם צדיק, סיי בחייו און סיי לאחר מותו, ווי אידן זענען געהאלפן געווארן בזכות אותו צדיק.

איך וואלט אבער געוואלט בעהטן איין בקשה אויב איך מעג, ביטע האלט דעם כבוד פון אייער זיידן טייער, און מאכט זיכער אז זין נאמען זאל נישט ווערן מבוזה.

אויב אייער כוונה מיט די אלע פרסומים זענען טאקע ריין לשם שמים, פשוט איר קענט נישט צוקוקן ווי אידן מוטשען זיך מיט צרות, און איר ווילט ארויסהעלפן די אידן געהאלפן צו ווערן, אויב דאס איז טאקע אייער חשבון, וועל איל פארקוקן אויף די חסרונות און איר זאלט ווייטער טוהן דאס וואס איר טוט.

אויב אבער טוט איר די אלע פאמפערייען, ווייל איר ווילט מיט דען הייבן אייער כבוד, אדער אפילו ר' ישעי'לעס כבוד, וויל איך בעהטן, דאס ברענגט נישט קיין כבוד נישט פאר אייך און נישט פאר אייער זיידן.

אנא, עשה למען שמו הגדול אם לא למענינו.

יישר כח
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
יושע משה יחזקאל הלוי
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 13, 2016 4:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יושע משה יחזקאל הלוי »

איך בין נישט אזוי אפטודעיט וואס מיינט איר מיט די בריוו צו די אייניקלעך? נאר די אייניקלעך פירען אן די הכנסת אורחים, יארצייטען, קופות צדקה? און וועלכע פון די דריי ברענגען בזיונות אדער איז עס א פערטע זאך? אויב סאיז נישט שווער צו רעדן קלאר
שכח
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

יושע משה יחזקאל הלוי האט געשריבן:איך בין נישט אזוי אפטודעיט וואס מיינט איר מיט די בריוו צו די אייניקלעך? נאר די אייניקלעך פירען אן די הכנסת אורחים, יארצייטען, קופות צדקה? און וועלכע פון די דריי ברענגען בזיונות אדער איז עס א פערטע זאך? אויב סאיז נישט שווער צו רעדן קלאר
שכח

דער בריוו איז מיין בריוו, און וואס איל מיין איז, די פירסומים וואו מ'גייט און שטייט.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

יושע משה יחזקאל הלוי האט געשריבן:איך בין נישט אזוי אפטודעיט וואס מיינט איר מיט די בריוו צו די אייניקלעך? נאר די אייניקלעך פירען אן די הכנסת אורחים, יארצייטען, קופות צדקה? און וועלכע פון די דריי ברענגען בזיונות אדער איז עס א פערטע זאך? אויב סאיז נישט שווער צו רעדן קלאר
שכח

גראדע לויט ווי איך פארשטיי, טוען אנפירן די הכנסת אורחים נישט דווקא אייניקלעך פון ר' ישעי'לע זצוק"ל, נאר אידן וואס זענען דבוק אין אים מבית אבותיהם, ווי משפחת פריעדלענדער, רידער, ועוד.
---
אוועטאר
פלעסטיק גלעזער
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 26, 2015 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעסטיק גלעזער »

די בוסט אויבן און הומעל? די ווייסט וואס איז יא כבוד אעדר נישט?
אוועטאר
שרייבטאראפ
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2009 7:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייבטאראפ »

געשריבן דא נוגע נאך מער אהער.

שרייבטאראפ האט געשריבן:איך פארשטיי נישט באמת על מה יצא הקצף הזה מיט קריטיק על גבי קריטיק אויף די עסקני ונכדי קערעסטיר. (איך מיין נישט דוקא דעם אשכול, עס איז דא אויך אין די אנדערע קערעסטירער אשכולות)

עס זענען דא צוויי חלקים דא, וואס די צוויי זענען באמת נישט קיין סתירה איינס מיטן צווייטן.

1. טיילן פאר נויטבאדערפיגע אידן איז א געוואלדיגע מצוה,
2. צושטעלן סעודת הילולא, מיט תיקון להחיות נפש כל חי ביומא דהילולא, איז אויך אן אלטע אנגענומענע ענין ביי חסידים ואנשי מעשה, און געווען אנגענומען אלץ סגולה להיפקד בדבר ישועה ורחמים, (לדוגמא וואו ס'איז איינגעפיררט ביים בת עין ועוד).

ועוד בה שלישיה
3. דאס אויפנעמען די אידן וועלכע קומען להשתטח און פוקד זיין מקום מנוחתו בקודש פון דעם צדיק, איז אויך יסודתו בהררי קודש, דער תפארת שלמה האט דאס געטוהן ביים רבי ר' אלימלך ועוד.

למעשה טוען זיי דאך ביידע חלקים, די צוויי פליגלן שע"י קערעסטיר
1. "רב להושיע" טיילט עסן פאר די ארעמע עניי ארץ ישראל און זענען זיי מחי' מיטן העלפן פיטערן די שעפעלעך צו דער זעט
2. "רב להושיע" שטעלט צו דעם ברייטן תיקון סעודת הילולא בכל מקום
3. "מעיין הישועה" שטעלט צו אש"ל פאר'ן ציבור וואס קומען צו פארן קיין קערעסטיר

און בענין דעם קאמפיין, וואס מאנכע שרייבן אז דאס שטערט זיי,
וואס איז מיט די איבערגעטריבענע פירסומים און קאמפיינען וואס עס מאכן היינט יעדער מוסד, אנגעהויבן פון בוני עולם געענדיגט ביי הצלה און כמעט יעדער אינדערצוישן.

יעדער דינער און מעמד היינט איז ארויסגעבלאזן פון אלע גדרים און פראפארציעס, אנגעהויבען פון די הונדערט גראפישע קאלירטע בילדער בראשורן אויסגאבעס און פלאקאטן, ביז די קעניגליכע מעניוס פון ברבורים סושי גרילד שליו ודגים, מיט 8 קאורסעס סעודות העולים על שלחן מלכים וועלכע קאסטן ממון ודמים.
דערצו שטעלט מען אונז צו לייוו אינטערטעינמענט פארוויילונג זינגערס שפילעס און בדחנים וועלכע ווערן אימפארטירט פון אנדערע עקן וועלט פאר טבין ותקילין, דער אווענט ווערט אהערגעשטעלט פאר די כאניאקישע ציבור אזוי וואו וואלט געפאסט פאר די גרעסטע מיליאנערן.

(איך רעד שוין נישט פון די גרויסע ווידיו סקרינס וואס איז ביז לעצטענס האט מען געוויסט אז ס'איז בבל יראה ובל ימצא ביי אונזערע קרייזן...)

איך זיך נישט איבערצומאכן די וועלט.
ווער געדענקט בכלל דער גאנצער אמאליגער באגריף פון אן איידעלע מלוה מלכה מיט ניסלעך געפילטע פיש און קיגל און פשוטע דיספאוזעבעל טישטוכער/דישעס עקזיסטירט כמעט נישט. עס האט געקאסט כמעט גארנישט און די גאנצע הכנסה איז געווען קודש.

אבער וואס האט מען זיך אנגעטשעפעט אין "קערעסטיר" און אטאקירט זיי פאר זייערע צעטלעך קאמפיינען מיט'ן בילד פון הייליגן רבי ישעי'לע, און אן איינפאל פון מאכן זייער קאמפיין מיט א געשמאקן פרישטאג סעודה פאר אידענס וועגן ביומא דהילולא.

איך בין נישט חושד אז די קריטיק איז מיט עפעס א באהאלטענע אגענדע, נאר ס'פעלט פשוט הבנה, אז זיי זענען גארנישט ווייניגער ווי אנדערע גבאי צדקה.

איך ווינטש זיי מיט'ן פולסטן פארדינטן רעספעקט הצלחה בעבוה"ק, און דער זכות פון דעם צדיק וקדוש רבינו ישעי' ב"ר משה זי"ע זאל מגין זיין אויף זיי און אויף אונז און אלע אידן.

(אויב קריטיק פארדינט ענדערש די נייע ערשיינונג פון זיך מקשר זיין מיט'ן רבי'ן דורכ'ן טרינקן וויין און שפילן כלי זמר (אין די ספירה) אויפ'ן ציון הקדוש פון צדיק... וואס איז נגד הלכה, כ'בין נישט דער מוכיח בשער, אפשר אויב דאס ברענגט זיי נענטער צום אויבערשטן און צדיקים, איז עס אויך גוט, כ'ווייס ניט, רעד איך נישט אריין)

עוד רגע אדבר:

נ.ב. זייט מיר מוחל פאר'ן נעמן דעם שופר אין די האנט, אבער איך שפיר בכלל לעצטענס בלאזט אביסל אזא נעגאטיווע ווינטל דא אין וועלטל, ווען עס איז געווארן אביסל מער אין-סטייל צו קריטיקירן, אוועקמאכן, אפפרעגן, און מבטל זיין דברי חבירו, אויף א א פארנעם וואס האט נישט עקזיסטירט אמאל צווישן אונז דא, איך מיין עס דארף א שטיקל מזרזין למזורזין צו מתקן זיין, בפרט אצינד אין די ימי הספירה, ווען מ'דארף מתקן זיין דעם ענין פון לא נהגו כבוד זה לזה..
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

לוי יצחק האט געשריבן:איך אליין האב געהערט ערשט האנטיג גאר וואונדערליכע מעשיות פון דעם צדיק, סיי בחייו..

נישט געוואוסט איר זענט אזוי אלט
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

לוי יצחק האט געשריבן:אנא, עשה למען שמו הגדול אם לא למענינו.

יישר כח

מצטרף לדברי אמת.

מקום החתימה.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ווען אידן טוען חסד מיט אנדערע טאר מען זיי נישט אפרעדן אדער חלילה שטערן, זאלן זיי אלע זוכה זיין כל ימיהם עד זיבולא בתרייתא צו טאן חסד מיט אנדערע אידן יומם ולילה געזונטערהייט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

שרייבטאראפ האט געשריבן:

אמת ויציב איעדעס ווארט.
אוועטאר
יונהלע
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 21, 2013 12:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונהלע »

עס דערמאנט מיר א מעשה, א יוד איז געקומען פרעגען זיין רבי'ן אויף א געוויסע צדיק וואס פלעגט פאסטען תעניתים צו דאס וואס יענע צדיק פאסט איז פון כח הקדושה אדער קומט עס פון די חלילה פון גאווה? האט אים זיין רבי גענטפערט צו די אלע פרעסערייען וואס דו עסט איז דיר נאך קיינמאל נישט איינגעפאלן צו פרעגען צו ס'איז מצד הקדושה אדער טמאה נאר ווען אן ערליכע יוד טוט עפעס האסטו פראגעס...

דאס זעלבע זאך גייט דא פאר. ווען מ'מאכט אלע מיני צוזאמקום'ס, ראלי'ס פאר יודען און להבדיל..., צודרייטע דינער'ס פאר ארגענעזשאן, אינדאר, אויפן גאס, אויף שיפען, מענער, פרויען, דעמאלטס האט קיינער נישט קיין פראבלעם קיינער פרעגט נישט צו מען מעג יא אדער נישט?, צו ס'ברענגט כבוד שמים? אדער צו דאס האבן צדיקים געוואלט ?
אבער ווען מ'גיבט עפעס פאר א צדיק האלט מען שוין אפען עטליכע אשכולות "צו דאס געבן צו עסן און שול איז אויסגעהאלטן?"
"צו דאס האט דער צדיק געוואלט?"
"ברענגט עס כבוד פארן צדיק?"
"א בריוו צו די אייניקליך"
איך קען נישט פארשטיין וואס סאיז די אוסברויך דא?
חכם לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 05, 2012 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם לב »

[.ן
לעצט פארראכטן דורך חכם לב אום פרייטאג מאי 13, 2016 1:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

להבהיר, ח"ו אוועקצומאכן מעשים טובים וואס אידן טוען, וואס איך האב געמיינט מיט דעם בריוו, זעה איך אז עטליכע האבן געכאפט, און דער וואס נישט, איז נישט. אויב בין איך פון די מיעוט, איז א סימן איך בין נישט גערעכט.

שרייבטאראפ האט געשריבן:2. צושטעלן סעודת הילולא, מיט תיקון להחיות נפש כל חי ביומא דהילולא, איז אויך אן אלטע אנגענומענע ענין ביי חסידים ואנשי מעשה, און געווען אנגענומען אלץ סגולה להיפקד בדבר ישועה ורחמים, (לדוגמא וואו ס'איז איינגעפיררט ביים בת עין ועוד).

חחחחחחחחחחחח

לכאורה האט געשריבן:
לוי יצחק האט געשריבן:איך אליין האב געהערט ערשט האנטיג גאר וואונדערליכע מעשיות פון דעם צדיק, סיי בחייו..

נישט געוואוסט איר זענט אזוי אלט

כ'וואלט געלאכט, אבער קעגן אנדערע וויצן דא איז דאס אין שאטן...

פלעסטיק גלעזער האט געשריבן:די בוסט אויבן און הומעל? די ווייסט וואס איז יא כבוד אעדר נישט?

גוטע פראגע
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
יונהלע
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 21, 2013 12:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונהלע »

farshlufen האט געשריבן:ווען אידן טוען חסד מיט אנדערע טאר מען זיי נישט אפרעדן אדער חלילה שטערן, זאלן זיי אלע זוכה זיין כל ימיהם עד זיבולא בתרייתא צו טאן חסד מיט אנדערע אידן יומם ולילה געזונטערהייט.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אלס חרם דרבינו גרשם איז אסור פאר ווער ס'נישט ר' שעי'לעס אן אייניקל צו ליינען דעם בריוו, כ'קאן נישט פארשטיין ווי אזוי ניקעס רעאגירן אויף א בריוו וואס איז בכלל נישט געשיקט צו זיי....
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

העי, האללאו,
וויאזוי ווייסטו ווער ס'איז א אייניקל און ווער נישט ?!?.. :roll:

גילוי אלערט !...
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6816
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

אלס אייניקל איז דאך די בריוו פאר מיר, ברויך איך דאך ענטפערן

עס איז דא בערך 6 זאכן וואס גייט אן לע״נ ר׳ ישעי׳לע, לאמיר פראבירן צו חשבון׳ען אויף וואס דיין בריוו באציעט זיך

1) הכנסת אורחים בביתו הק׳
2) מוסדות מעיין הישועות, הכנסת אורחים בעיר קערעסטיר
3) בית התבשיל בעיר וויליאמסבורג ע״ש הק׳
4) לחיים אין די בתי מדרשים
5) מוסד רב להושיע
6) נסיעות אויף קערעסטיר

אויף נומער 1 דאכט זיך מיר אז דו האסט נישט קיין טענות, און די זעלבע מיט נומער 2
דאס איז אפאר אידן וואס גיבן צו עסן פאר אידן אין קערעסטיר, דו שטויסט זיך נישט אן אין זיי מן ג׳ אייר זה עד יום ג׳ אייר הבא עלינו לטובה

נומער 3 איז א איד א צדיק, נישט קיין אייניקל פון ר׳ ישעי׳לע, די מאקסימום ווי דו שטויסט זיך אן אינעם איז איין מאל א חודש ווען אן איידעלער אינגערמאן גייט אין די בתי מדרשים נאך געלט, ניטאמאל האסטו שוין געהערט זיין קול, דער איד גיבט צו עסן פאר עניים כפשוטו איך האף אז דו ביסט נישט ברוגז אויף אים

אויף נומער 4 איז שוין די אשכול פארשפארט, אבער עס האט מיט די אייניקלעך זילטש. דאס איז אידן יחידים, ניטאמאל קיין ארגאנאזירטע זאך, דיין בריוו איז נישט אויסגעשטעלט צום ריכטיגען אדרעס, און די זעלבע איז נומער 6

בלייבן מיר איבער די שטורעם איבער נומער 5, דאס איז מוסד רב להושיע

דאס איז צוויי דריי אייניקלעך, זיי טוען בערך דאס וואס ר׳ משה ארי׳ פריינד׳ס שליח טוט און וואס הרב שווארטץ טוט מיט ווילעדניק, און בוני עולם טוט מיט רב באכנער בחייו

ביטע אויסקלארן אז איך זאל עס קענען צושיקן צום ריכטיגען אדרעס די זייער וויכטיגע בריוו

א שאד עס וואלגערט זיך אין די פאסט אזוי לאנג

במיסיע ללבנה
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

חחחחח יהי' כן...

שאינו יודע האט געשריבן:אלס אייניקל איז דאך די בריוו פאר מיר, ברויך איך דאך ענטפערן

ייש"כ פארן צענעמען אזוי שיין.
און יא, דאס אז מ'בלייב מיר מיט נאמבער 5, האסטעס זייער שיין צעלייגט, און מיך באדערט אז מ'נעמט ר' ישעי'לע און מ'מאכט איהם פאר ר' חיים קנייבסקי אדער פאר ר' שלמה באכנער, יו גאט דע פוינט...
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 11:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פר בן בקר »

לוי יצחק האט געשריבן:און יא, דאס אז מ'בלייב מיר מיט נאמבער 5, האסטעס זייער שיין צעלייגט, און מיך באדערט אז מ'נעמט ר' ישעי'לע און מ'מאכט איהם פאר ר' חיים קנייבסקי אדער פאר ר' שלמה באכנער, יו גאט דע פוינט...

און מיר באדערט אז מ'מאכט פון ר' חיים קנייבסקי ר פאר ר' חיים קנייבסקי....
לעצט פארראכטן דורך פר בן בקר אום מאנטאג מאי 16, 2016 12:23 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

פר בן בקר האט געשריבן:
לוי יצחק האט געשריבן:און יא, דאס אז מ'בלייב מיר מיט נאמבער 5, האסטעס זייער שיין צעלייגט, און מיך באדערט אז מ'נעמט ר' ישעי'לע און מ'מאכט איהם פאר ר' חיים קנייבסקי אדער פאר ר' שלמה באכנער, יו גאט דע פוינט...

און מיר באדערט אז מ'מאכט פון ר' חייי קנייבסקי ר פאר ר' חיים קנייבסקי....

מסכים, גוט ארויסגעברענגט
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
מטרנה
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 05, 2016 4:09 pm
לאקאציע: ירושלים עיר הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטרנה »

ר' לוי יצחק, און דיינע ידידים, ווייס איך נישט וואס איר ווילט פון רב להושיע

רב להושיע, שטיצט הונדערטער (!!!!) משפחות אין ירושלים, (איך רעדט שוין נישט פון בית שמש / ביתר / אמעריקא), דורך דעם וואס זיי העלפן אונז ארויס
(קוקט מיר אויס, דו האסט נישט געליינט מיין ישועה ביי רב להושיע - נישט מופתים, נאר פשוט הצלת נפשות זעה דא: מיין ישועה דורך די מטרנה פון 'רב להושיע - קערעסטיר' צדקה קאסע)
ווייס איך נישט על מה יצא הקצף, ווילסט נישט געבן געלט, איז געב נישט, אבער וואס פארפירסטו

ווען א איד געבט געלט וויל ער עפעס באקומען דערפאר
נו, אויב גוט מען פאר די רבי מאיר בעל הנס פושקע'ס (שומרי החומות, חבת ירושלים א.ד.ג.), וויל מען באקומען רבי מאיר בעל הנס, און מ'איז מתפלל ביי זיין ציון
איז אז מ'גיבט פאר רב להושיע, וואס איז אויף רבי ישעי'לע קערעסטירערס נאמען, און ווערט געפירט דורך זיינע אייניקלעך, איז מען מתפלל ביים ציון הק' אין קערעסטיר,
איז על מה יצא הקצף?

ווילסט איך (מיט נאך אפאר הונדערט משפחות) זאל זיך ווייטער פייניגן אין מיין נויט?
מטרנ"ה ר"ת מ'ציל ט'ויזנער ר'בבות נ'פשות ה'נצרכות
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

מטרנה האט געשריבן:ר' לוי יצחק, און דיינע ידידים, ווייס איך נישט וואס איר ווילט פון רב להושיע

רב להושיע, שטיצט הונדערטער (!!!!) משפחות אין ירושלים, (איך רעדט שוין נישט פון בית שמש / ביתר / אמעריקא), דורך דעם וואס זיי העלפן אונז ארויס
(קוקט מיר אויס, דו האסט נישט געליינט מיין ישועה ביי רב להושיע - נישט מופתים, נאר פשוט הצלת נפשות זעה דא: מיין ישועה דורך די מטרנה פון 'רב להושיע - קערעסטיר' צדקה קאסע)
ווייס איך נישט על מה יצא הקצף, ווילסט נישט געבן געלט, איז געב נישט, אבער וואס פארפירסטו

ווען א איד געבט געלט וויל ער עפעס באקומען דערפאר
נו, אויב גוט מען פאר די רבי מאיר בעל הנס פושקע'ס (שומרי החומות, חבת ירושלים א.ד.ג.), וויל מען באקומען רבי מאיר בעל הנס, און מ'איז מתפלל ביי זיין ציון
איז אז מ'גיבט פאר רב להושיע, וואס איז אויף רבי ישעי'לע קערעסטירערס נאמען, און ווערט געפירט דורך זיינע אייניקלעך, איז מען מתפלל ביים ציון הק' אין קערעסטיר,
איז על מה יצא הקצף?

ווילסט איך (מיט נאך אפאר הונדערט משפחות) זאל זיך ווייטער פייניגן אין מיין נויט?

ח"ו, מיר שטערט נישט אז מ'מאכט א קאמפיין און מ'שנארט געלט פאר גוטע צוועקן, מיר באדערט אויך נישט ח"ו אז אידן ווערן געהאלפן ביי רבי ישעי'לע זי"ע.

מיר באדערט דאס פארלירן צניעות - באשיידענקייט, א ווארט וואס ביז נישט צו לאנג צוריק האט מען נאך געוואוסט דער באדייט דערפון; און מיר באדערט דאס מאכן דעם עיקר פאר א טפל און דער טפל פאר אן עיקר.

א מוסד וואס איר ציל איז צו העלפן נויטבאדערפטיגע משפחות - וועט דאס זיין איר רעקלאמע! העלפט משפחות אין ירושלים! און צו מאכן פארן עולם א חשק, קען מען אין קליינע אותיות מעלדן אויך ישועות וואס נדבנים האבן געהאט, פאר די וואס דארפן א שלא לשמה שטופ.

אבער דער רעקלאמע זאל לויפן ווערט געהאלפן ביי רבי ישעי'לע! און ניטאמאל ווייסט דער געבער עכט אויף וואסערע צוועק די געלט גייט... דאס איז פארדרייט די יוצרות, און געמאכט א געים פון די גאנצע צדקה.

רעדסט פון רבי מאיר בעל הנס, ס'נאך דא פונקט אזעלכע שיינע מעשיות פון געבן פאר רבי מאיר בעל הנס, אידן האבן אומגלויבליכע מעשיות, קיין ערגעץ וועסטו נישט זעהן דאס עדווערטייזד! ווייל זייער ציל איז טאקע "צדקה". משא"כ דא איז די ציל פרסום און בלאזעריי, וואס נעמט אוועק יעדעס ביסל צניעות.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אי-רעלעווענט »

און וואס זאגט איר צו: ״העלפט משפחות פון ירושלים און ווערט געהאלפן מיט ישועות בזכות רבי ישעי׳לע״ ? אלעס בהעלם אחד.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

אי-רעלעווענט האט געשריבן:און וואס זאגט איר צו: ״העלפט משפחות פון ירושלים און ווערט געהאלפן מיט ישועות בזכות רבי ישעי׳לע״ ? אלעס בהעלם אחד.

אויב ס'איז נוגע מיין מיינונג אין דעם, און ס'וועט אויסמאכן, וועל איך ענטפערן באישי, אבער קוקט נישט אויס דערווייל אז איינער זאל זיך רעכענען מיט מיר דערווייל...
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”