אונטערן באלל- נקודה למחשבה
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
אונטערן באלל- נקודה למחשבה
מיין חבר האט מיך עס אריין געשיקט ארויף צי לייגען
רבותי, אלע פיר פלעיס זענען פערטיג? איך
מיין אז יא! נו שוין יעצט אז מהאלט שוין נאך אלעמען, נאך די שרעקעדיגע פארטס, נאך די זשוקס, וכו' נאכן רעיטן יעדע חלק באזונדער, און נאך א רעטינג אויף די גאנצע געשעפט בכלל. מיין איך קען מען אביסל מיט ישוב הדעת איבערקלערען וואס סגייט דא פאר, די הו הא פארן פלעי, די הו הא ביים פלעי, און די הו הא גלייך נאכדעם בשעת מקייט איבער און מקוקט איבער די קליפס.
לאמיך ענק פארציילן א מעשה: א אינגערמאן זאגט מיר די טאג וואס מהאט פארקויפט די טיקעטס. איך ווייס נישט וואס צי טוען איך האב א בחור פון 14 יאר ער האט חשק צי גיין אבער איך ווייס באמת נישט צו איך זאל אים שיקן צו נישט. השקפה ראשונה, פארוואס נישט?!? סאיז א גלייכערע וועלט היינט סאיז נישט געאסרט ביי קיינעם. אלע בוחרים און אינגעלייט גייען, מזעהט אפילו זיידעס מיט אייניקלעך, און בכלל דארף א בחור זיך אויסשזכענען אביסל סאו פארוואס זאל עס נישט זיין מיט קאושער אינטערטעינמינט ? האט ער א פאונט? איך מיין אז יא!
זאג איך אים לאמיך דיר דערציילן א מעשה און איך מיין סשטארק נוגע אהער.
ווען איך בין געווען א בחור האב איך גלערענט ביי רב געלדצעהעלער ז"ל און די ר"י האט אונז געלאזט בין הסדרים שפילן באל זיך אויסשזכענען אביסל, יעצט וואס פאר א באל רעדט מען מיינסטו? אביסל אילעמנעשאן, די היט מיך איך היט דיך וכדומה. איז דיך די ישיבה נישט געווען אין א מדבר, נישט נאר נישט אין א מדבר נאר דווקא אין דאס הארץ פון די אידישע וועלט הנקרא. "וויליאמסבורג" און פארשטייט זיך אז און דעים הייליגן שטאט זאל זיין א ישיבה ווי משפילט באל ר"ל איז דאך א פרצה וואס מברויך קעיר נעמען און אלע וויליאמסבורגע תלמידים דארפן וויסן וואס פאר א פירצה דאס איז, האט מען אונז טאקע אייביג מעורר געוועזען, ווי לערנסטו? אה געלדצעהעלער דארט ווי משפילט באל?!?
או, אין פארגעסען נאך איין זאך און גאר דאס וויכטיגסטע ביי די אידן. די רבי ז"ל האט נישט געלאזט שפילן באל!! מיט כמה וכמה מעשות אין ראיות ברורות אז די רבי האט נישט געלאזט. ני שוין יעצט איז שוין געווען א שטינק מיט פרעשור סהאט זיך געטון אז פרעג נישט.
געדענק איך איין טאג איז די ר"י אריינגעקומען אין אונזער כתה, און געזאגט אז ער וויל רעדן אפאר ווערטער וועגן די באלל געשפילאכטס אין די גאנצע שטינק וואס סקימט פאר, האט ער געזאגט אזוי. מענטשען האבן טענות סאטמאר רבי ( וואס כיודע איז געווען די ר"י א שטארקע חסיד פון רבין ז"ל) האט נישט געלאזט שפילן קיין באל. וויל איך ענק עפעס מסביר זיין , איך בין אויפגעצויגען געווארן אין קווינס צווישען די עכטע פאגרעבטע אמריקנע ציבור לאמיך ענק עפעס מסביר זיין וואס באלל מיינט. פון אלס קינדווייז אן ווערט מען פארכאפט אין א שמעלצטאפ וואס הייסטו באל, מען הערט אדער מוואטשט געימס, מבלאנגט צי א טיעם. און מוואקסט ווייטער, און אלס טיען עיזשיר וואקסטו עס פארשטייט זיך מיט, מווערט שוין עלטער אלס אינגערמאן פרעג גאר נישט אלעס איז דיין טיעם. יעצט ווערט ער שוין פערציג, פיפציג, זעכציג, און אזוי ווייטער. זיין גאנצע מציאות איז זיין טיעם זיינע ירידות און עליות זענען די טיעםס און אזוי פארקערט אויך די טיעםס אופס און דאונס ווערן דיינע. און ווען סקומט צי די שפילערס אליין או דעמאלטס איז ניטאמאל דא צי וועם צי רעדן. די שפילערס זענען דאך דאס ערגסטע פון די ערגסטע פון די גוים, טאקע ווייל זיי האבן אלעס. און די חברה ווערן גאר די ראול מאדעלס פון אלטע אכציגע יעריגע..... און אין די בעדרומס הענגט מען זייערע פיקטשערס !!
האט די ר"י מסביר געווען די סארט באל האט א כח המשכה אז ווען מפאנגט שפילן און מיטהאלטן אלס קליין קינד וואקסטו עס מיט און ווי גרעסערע מענטש מאיז, אלס א גרעסערע בעבי איז מען. און דאס האט סאטמאר רב נישט געוואלט האבן. אבער דעיס מדמה צי זיין צי נארישע באל געשפילאכטס פון עלימינעשין וכדומה וואס איינמאל די קומסטו אן צי געוויסע יארגאנג לאכט מען פון זיך אליין האט די רבי זיכער נישט געמיינט. און די ר"י האט צוגעלייגט וואס מיינט עטס אויב זעה איך דא בוחרים שפילן די באלל וואלט איך עס דען געלאזט? דא פארהערט מען זיך מסכת'ס יעדעס יאר. נשים, נזיקין, משניות זרעים, און אזוי ווייטער. מיינט עטס אז איך וויל האבן א ישיבה פון באל שפילערס?!נשאר וואס דען סאיז גארנישט אנדערש פון קעטש און פאליס גנבים וכדומה. סאו גייטס ארויס און מאכטס א לעבן. אזוי אז נאך לאנטש זאל מען לערנען נאך פלייסיגער. עד כאן המעשה
זאג איך פאר דעים אינגערמאן לאמיר צירוקדרייען די זייגער אפאר יאר און קום צירוק אריין אביסל אין אונזער קינדערישע שיך. קענסטו דיך פארשטעלן זיינדיג שביעי של פסח צופרי אין ביהמ"ד און הערן ווי דיין טאטע רעדט מיט זיין חבר/ שול מעיט. או דעי נייע עיקטאר האניג (על נהרות בבל) האט אזוי מין גוט געעיקט! און זיין זינגען אוי איז דאס געווען שיין ! וואס זאגסטו נישט צי שלמה שמש? פיינע נייעס דער ניין? עני וועי חלום ווייטער אליין. איך וואלט אין מיין וויסטע חלום נישט געקענט דעיס פיקטשירען. זאגט ער מיר אז ער אוואדאי אויך נישט. ( און איך מיין אז יעדער דא וועט אויך אזוי זאגן) זאג איך אים אז סאו פאר סאום ריזען איז עפעס געשעהן די לעצטע פאר יאר אז מזהעט אלטע טאטעס רעדן און ליגען אין דעי נארישקייטן. אז מקוקט מיט א ניכטערען בליק איז אנבעליוועבל ווי פארטעמט און פארפלאטשיגט די עולם איז געווארן ממש ווי קעלבלעך, מרעדט ווי גוט דעי טאטע עקט ווי גוט יענע טאטע עקט. (דעיס בעסיקלי קומט פונעם גוי אבער סאיז נישט פאר יעצט) איך זאג נישט איינער איז שילדיג, סקען זיין סאיז די דור אבער סאיז א פאקט וואס יעדער ווערט פארכאפט, וגם אני בתוכם. איך רעד נישט דא ווייל איך בין העכער פון דעים איך בין פונקט אזוי פארטעמט. מדארף אבער נאך אלץ געדענקן וואס איז נארמאל און וואס נישט.
עני וועיס זאג איך אים, אין מיי אפניען שיק נישט דיין בחור. הגם סאיז נישט קיין עוולה אפשר אלס די אינטערטעינמינט חלק און אפשר איז עס גאר בעסער פון אנדערע זאכן. אבער סאיז די זעלבע וואס די ר"י ז"ל האט אונז מסביר געווען לגבי באלל, און די זיי נישט דער וואס זאל אריינפירען דיין זון און דעים נערישען סייקל אז ער זאל ווערן א אלטע זעצער און מעשוגע ווערן פאר די און די עקטאר, פארקערט די פורביר עים מסביר זיין דעי פאונט און פורביר עס אפצישטעלן. וועט ער פארשטיין איז גוט און אז נישט איז אויך נישט עק וועלט, אבער די האסטו כאטש פורבירט דיינס און פורבירט צי העלפן דיין בחור נעיוויגעיטן זיין שיף און די היינטיגע שטורמישע וואסערען!!!

-
- שר האלפיים
- תגובות: 2400
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
- לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

מטעמים האט געשריבן:הערליך געשריבען, אבער איך האב גראדע נאך קיינעם נישט געהערט רעדן פון די פלעיס אזוי ווי איר לייגט עס דא אראפ.
#נקודה למחשבה.
@מטעמים די ביסט אויך גערעכט, אבער די מציעות איז אז א ביי א קינד איז חשוב דאס וואס ביי זיין טאטע איז חשוב, סא אויב הערט דער קינד פון טאטע גיטע זאכען און גיטע ענינים, און די פלעי איז נאר אזא אגב, ביסטו גערעכט. אבער אויב ער קאכט און דעם, זיי גרייט אז דיין זין (כ׳מיין נישט דיר @מטעמים) וועט אויך און דעם קאכען, און קאכען אין לערנען, און גיטע זאכען נאר אזוי בדרך אגב... איז דאס וואס מיר ווילען?
בקיצר אייביג איז די שאלה, וואס איז די עיקר ביים טאטען און וואס איז בלויז א טפל. והנראה לעניות דעתי כתבתי.
-
- שר העשר
- תגובות: 44
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 04, 2013 3:36 pm
-
- שר מאה
- תגובות: 200
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:18 am
- לאקאציע: אויפן צווייטן שטאק
- בוחר בשירי זמרה
- שר האלפיים
- תגובות: 2627
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm
א יישר כח פארן אביסל אויסגלייכן אונזער מחשבה
ס'איז קיינמאל נישט שלעכט צו געבן אביסעלע אמת'ע דיבורים
איך וואלט עס אויגעברייטערט צו אלע ענטערטעינמענט, ווי גראמען- זינגען -שפילן מוזיק- קווייערס- ווי מ'זעהט ערוואקסענע עס מאכן פאר אן עיקר, אנשטאט א טפל, (ווי אויך די אלע אינטערוויאוס אין צייטונגען, און האטליין ,פון די נושאים)

איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
מטעמים האט געשריבן:הערליך געשריבען, אבער איך האב גראדע נאך קיינעם נישט געהערט רעדן פון די פלעיס אזוי ווי איר לייגט עס דא אראפ.
#נקודה למחשבה.
גם אני, אבער איך האב מער הנאה פונעם משל, קיינמאל נישט געהערט דעם הסבר, אויף אזויפיל איז מיר קיינמאל נישט גוט געשטאנען די מימרא פון רבין ז"ל אז ער האט נישט געלאזט שפילן קיין באל, ס'האט מיר עפעס נישט געמאכט קיין סענס, יעצט פארשטיי איך שוין, און מ'האט דאס פארדרייט ווי נאך אסאך זאכן
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
מי חכם האט געשריבן:כהיום (און אמאל אויכעט) האבן מיר די טיעם'ס על טהרת הקודש. טעגלאש און הודו טעגלאש
ביזט ליידער אויך גערעכט. הגם כהיום יום פארנעמט עס אסאך ווייניגער פלאץ אין אונזערע קינדערס מוחות (אויב בכלל ) ווי 15 יאר צוריק, ס'גייט צוביסלעך ארייין אין די בעקגראונד, און בלייבט אן ארטיקל אין די מוזעאם.
לגופו של ענין.
איך מיין אז דאס איז די רעזולטאט פון א געלונגענע פי אר פון די אנפירערס וואס מאכן זיכער אז אלע קינדער זאלן שוין הערן וואכן און חדשים פארדעם פון די "פראפס" און די עקטערס וכו' עפעס וואס איך אלץ קינד געדענק נישט זיין א "טאלק" ביז גאר נאנט צו יו"ט אדער אפי' חול המועד.
בקיצור, ס'איז נישט עפעס וואס אונז קענען געהעריג קאנטראלירן. ווייל אפי' דו וועסט אים נישט לאזן גיין, לעבט ער נישט אליינס אויף א אינזל און אלע חבירים/שכינים דיסקוסירן דעם שפיל און זיין קאפ איז במילא דארט.
די איינציגסטע עפעקטיווע זאך וואס דו קענסט טוהן איז אים 'מחנך' אויף וואס ער דארף יא טוהן וכו' און עווענטועל וועט ער אליינס ווערן 'מעטשור' און ס'וועט אים מער נישט אינטערסירן.
אבער אין נישט לאזן גיין זעה איך נישט קיין שום ציהל, חוץ אוויב דו האלטסט אז א פלעי בכלל איז נישט אויסגעהאלטן
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 332
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 3:32 pm
זייער גערעכט, ס'איז דא זייער א שטארקע PR אויף יעדע זאך, אנגעפאנגן פון די קלוידינגס מיט זייערע משוגע'תן, די פסח'דיגע קעיקס מיט זייער גרויליגע פארגע "מה נשתנה", זינגער'ס, עקטער'ס, אזוי גלידערן זיך איין זאכן אין אונזערע קונדערס מוח וואס נאכדעם ווייסט מען נישט פארוואס זייער אסאך אידישקייט זאכן זענען ביי אים א געלעכטער.
מיט אביסל הסבר קען מען פארשטיין אז דאס ממש האבן די יוונים געטוהן מיט כלל ישראל, און דאס איז ממש חכמת יוונית.
א איד, מעג ער זיין די גרעסטע עושר מיט אלע פיטשעפקעס, ער קומט אריין אין ביהמ"ד מיט זיין גלייכע רוקן, יעדער קוקט אים נאך, וואס האלט ער, וכו' וכו', אונדערזייט שטייט א קליין אידל מיט אן אנגעבויגענעם רוקן, צוריסענע קליידער, א רחמנות אנצוקוקן, אויב אבער איז דער איד א תלמיד חכם קוקט מען אים ארויף מער ווי אויפ'ן עושר, ווייל די תורה איז איבער אלעם, און ווער עס לערנט תורה האט א חן אין יעדעמס אויגן, יעדער וועט וועלן כאפן מיט אים א שמוס.
די יוונים האבן דאס געוואלט אראפברענגען, האבן זיי געמאכט ספארטס און נאך און נאך, וואס דאס האט איבערגענומען די זאך אז אפילו א שלעפער, אויב קען ער די בעסטע שפולן ספארט איז ער די געווינער און ווערט באשריבן אין אלע צייטונגען, אזוי איז מיט זינגער'ס, שפילער'ס, און יעדע זאך וואס מען הייבט זיין כבוד נישט וועגן תורה, און ס'איז זיי נעבעך געלונגען אריינצוברענגען די מהלך המחשבה ביי אונז היימישע אידן עד היום הזה.

- אויסגערעכנט
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6858
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm
סמארט גאי האט געשריבן:מי חכם האט געשריבן:כהיום (און אמאל אויכעט) האבן מיר די טיעם'ס על טהרת הקודש. טעגלאש און הודו טעגלאש
ביזט ליידער אויך גערעכט. הגם כהיום יום פארנעמט עס אסאך ווייניגער פלאץ אין אונזערע קינדערס מוחות (אויב בכלל ) ווי 15 יאר צוריק, ס'גייט צוביסלעך ארייין אין די בעקגראונד, און בלייבט אן ארטיקל אין די מוזעאם.
לגופו של ענין.
איך מיין אז דאס איז די רעזולטאט פון א געלונגענע פי אר פון די אנפירערס וואס מאכן זיכער אז אלע קינדער זאלן שוין הערן וואכן און חדשים פארדעם פון די "פראפס" און די עקטערס וכו' עפעס וואס איך אלץ קינד געדענק נישט זיין א "טאלק" ביז גאר נאנט צו יו"ט אדער אפי' חול המועד.
בקיצור, ס'איז נישט עפעס וואס אונז קענען געהעריג קאנטראלירן. ווייל אפי' דו וועסט אים נישט לאזן גיין, לעבט ער נישט אליינס אויף א אינזל און אלע חבירים/שכינים דיסקוסירן דעם שפיל און זיין קאפ איז במילא דארט.
די איינציגסטע עפעקטיווע זאך וואס דו קענסט טוהן איז אים 'מחנך' אויף וואס ער דארף יא טוהן וכו' און עווענטועל וועט ער אליינס ווערן 'מעטשור' און ס'וועט אים מער נישט אינטערסירן.
אבער אין נישט לאזן גיין זעה איך נישט קיין שום ציהל, חוץ אוויב דו האלטסט אז א פלעי בכלל איז נישט אויסגעהאלטן
RT
-
- שר האלף
- תגובות: 1069
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

דאס זעלביגע איז דאכט זיך אויך לגבי פאליטיק, אידן האבן געקענט אמאל הערן איבער פריימעריס, וויסן ווער עס לויפט וכדומה, דאס איז כמעט נישט קיין עולה, די היימישע צייטונגען האבן אריינגעווארפן א ווארט דא און א ווארט דארט, אבער זיך קאכן אין דעם דאס איז שוין א נייע זאך, וואס לויט מיין מיינונג איז דאס געווען איינע פון די סיבות פאר וואס צדיקים און ערליכע אידן האבן ארויסגעגעבן אייגענע צייטונגען, כדי מען זאל נישט אזוי ליגן און לעבן אין די ענינים (די אמאליגע גוי'אישע צייטונגען זענען נישט געווען אזוי שמוציג ווי די היינטיגע, עס איז נאר געווען גוי'איש, און דאס איז וואס מיר ווערן ווען מיר לעבן אין די זאכן), אבער גיי טויש דעם דור.
אם לא עכשיו אימתי
הא לכם קטע פון די באקאנטע בריוו "הבה נתחכמה" וואס די ר"י ז"ל [הרב אליעזר געלדצעהלער] האט געשריבען און איז לעצטנס געדרוקט געווארן אינעם ספר "תורת אליעזר" - מכתבים.
בעיקר כוונתי לקטע המתחיל "וממילא לענינינו" ואילך.

- אטעטשמענטס
-
- סוף מכתב הבה נתחכמה.pdf
- סוף מכתב "הבה נתחכמה" הידוע, להגר"א גלדצלר זצ"ל
- (152.82 KiB) געווארן דאונלאודעד 165 מאל
- חושב מחשבות...
- שר האלפיים
- תגובות: 2818
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
- לאקאציע: בין שמים לארץ