די ישועה דורך פושקעס 'מטרנה' פון די קופה רב להושיע קערעסטיר

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

mordechai האט געשריבן:איך האב היינט געזעהן אין בית מדרש א מודעה פון רב להושיע עפעס וועגן קמיעות
וויל איך וויסן אןיף וועמענס פלייצע שרייבט מען היינטיגע צייטן קמיעות
און ווער איז דער מקובל וואס שרייבט דאס אדער שטיצט דאס?

(גראדע האט מיר געכאפט זייערע מעשיות און מופתים וואס איך וואלט ווען געקענט ניצן אבער איך האב מורא פון ספאוקי זאכן...)


דאן ביטע שטיצט די נייע צדקה קאסע 'קופת מכלכל חיים בחסד ד'טוליטילא, דעם רשב"א'ס צדקה'.....
מיר האבן נישט קיין קמיעות ....

איר ווייסט נישט ווער דער רשב"א איז?, א גרויסער צדיק וואס האט געלעבט לערך 800 יאר צוריק, געהאט א גרויסע הכנסת אורחים און א ישיבה גדולה....
חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרוזים »

mordechai האט געשריבן:איך האב היינט געזעהן אין בית מדרש א מודעה פון רב להושיע עפעס וועגן קמיעות
וויל איך וויסן אןיף וועמענס פלייצע שרייבט מען היינטיגע צייטן קמיעות
און ווער איז דער מקובל וואס שרייבט דאס אדער שטיצט דאס?

(גראדע האט מיר געכאפט זייערע מעשיות און מופתים וואס איך וואלט ווען געקענט ניצן אבער איך האב מורא פון ספאוקי זאכן...)


כרגע בין איך אביסל פארנומען וועל איך נאר קענען אריין קומען ברייטער שפעט ביינאכט אדער מארגן צופרי

אבער אין קורצן

דער צדיק וקדוש רבי ישעי'לע זיע"א האט געלאזט שרייבן קמיעות און געגעבן פאר ישועות (אפי' געשיקט איין אזא קמיע קיין אמעריקא בשעתו)

אפאר יאר צוריק האבן גדולי דורינו אין ארה"ק, ובראשם המקובלים רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א וראשי ישיבת שער השמים, שטארק געשטיפט הנהלת קופת הצדקה וחסד 'רב להושיע קערעסטיר', אז זיי זאלן אנהייבן שרייבן קמיעות, וואס זאל זיין פאר ישועות נפלאות
באטאנענדיג אז די וואס שטיצן די קאסע מיט דעם סכום מסוים וויפיל א קוויטל קאסט (864$) זאלן באקומען די קמיע, וואס ווי זיי דריקן זיך אויס
'כדאי אותו צדיק והקמיע שלו שיוושעו על ידו'

און דערביי האבן זיי געשטעלט א געוויסע מקובל אין ארה"ק נכד רבי ישעי'לע זיע"א וואס הייסט נאך דעם גרויסן זיידע, זאל שרייבן די קמיעות לויט די כוונות און הדרכות וואס זיי האבן אים געגעבן.

און ב"ה אסאך זענען שוין געהאלפן געווארן דורך דעם


בעז"ה שפעטער וועל איך דא ארויף לייגן נאך פרטים וועגן די קמיע, און די הסכמות פון די רבנים דערויף
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

זאלסט מיר אנטשולדיגען

אבער עס איז א מורא׳דיגע מאדנע זאך אז איינער זאל טיילן קציעות בזמן הזה
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרוזים »

איך בין געווען פארנומען נעכטן מיט די מסיבות אין לעיקוואוד און אין וומ"ס, האב איך נישט געהאט קיין צייט צו שרייבן

וועל איך יעצט ענדיגן וואס איך האב נישט אנגעיאגט

ווען מ'האט אנגעהויבן שרייבן קמיעות, האט דער מקובל הגה"צ רבי יעקב מאיר שכטר שליט"א געזאגט פאר די מנהלי הקופה (נאכדעם וואס רבי יעקב מאיר האלט מיט אלע פעולות הקופה פאר די לעצטע 10 יאר שטענדיג), אז די אלע וואס נעמען א טייל אין די פעולות הקופה, און באקומען דעם קמיע, איז זיכער, אז די קמיע וועט זיין פאר זיי לשמירה ולהצלחה, און דעריבער זאל מען דייקא שרייבן קמיעות, און דאס טיילן פאר די וואס נעמען א חלק מיט א סכום הגון.

און ווער ס'באקומט א קמיע איז מען מזכיר ביים ציון יעדע ער"ח במשך די ערשטע 12 חדשים,

דערצו האט הגרי"מ שכטר געשריבן אין זיין המצלה בזה"ל: "וכדאי אותו צדיק שיתברכו ישראל ע"י הקמיע שלו"

דער ירושלימער רב שליט"א, וואס שטיצט זייער שטארק די קופה, און האט אונז שוין געגעבן מערערע המלצות, האט געשריבן אין איינע פון די ערשטע המלצות (זעה בייגעלייגט די גאנעצ נוסח) שרוצים לייסד, צדקה לעילוי נשמתו הקדושה בצירוף קמיע שלו, והריני מצטרף בברכה וכו'


כ"ק אדמו"ר מפארשעי שליט"א נשיא הקופה וואס באגלייט אלע פעולות הקופה מיום הווסדה, און איז עומד בראש, שרייבט אין איינע פון זיינע המלצות פאר די קופה: וכן אני מעיד על הישועות חוץ לדרך הטבע, בזכות מצוה נשגבה זו, וזכות זק' הק' זי"ע ונוסח הקמיע שלו כדאי שיליצו בעדנו להיוושע בדבר ישועה ורחמים.

הגאון האדיר ר' נפתלי הירצקא פרענקיל זצ"ל חבר הביד"צ, שרייבט אין זיין המלצה בזה"ל: והקמיע שלו כדאי הוא שיוושעו ע"י"


והא לך נוסח שכתבו רבני דורינו (מתוך המלצתם של הגה"צ אבד"ק פאפא מאנסי, הגה"צ ר' חיים פאוויל שנעבאלג, הגה"צ ר' שלום פאלאק, הרה"ג ר' בצלאל טובי' וועטנשטיין, הרה"ג ר' יוסף ישראל אייזנבערגער, ועוד רבנים חשובים)

ואל המחזיקים הקמיעות יאמר, כדאי אותו צדיק שיוושעו בזכות הקמיעות שלו, ובזכות מעשי הצדקה.


וואס דעריבער ווערן די קמיעות געשריבן בהכוונתם והדרכתם פון גדולי דורינו אין ארה"ק, ובעידודם פון גדולי דורינו בחו"ל (ס'דא נאך אסאך צו שרייבן באריכות וועגן דעם, אבער היום קצר, והמלאכה מרובה ועוד חזון למועד)

איך וועל נאר אביסל צולייגן בילדער פון די כת"י, און פון די רבנים, מ'זאל אליין קענען זעהן די לשונות בכתב ידם.
אטעטשמענטס
הגרי''מ שעכטער מברך את הקמיעות.JPG
הגרי''מ שעכטער בחתימתו על הקמיע.JPG
רבי יעקב מאיר שכטער כותב על הקמיע, וכדי אותו צדיק שיתברכו ישראל ע''י הקמיע שלו.JPG
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org
חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרוזים »

כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א
און להבחל"ח הגאון הגדול מוהרנ"ה פרענקל זצ"ל
אטעטשמענטס
הגרנ''ה פרענקל זצ''ל כותב, והקמיע שלו כדאי הוא שיושעו על ידו.JPG
כ''ק מרן גאב''ד ירושלם שליט''א מיט די קמיע הישועות.JPG
גאב''ד ירושלים שליט''א כותב' צדקה לעילוי נשמתו הקדושה בצירוף קמיע שלו, והריני מצטרף בברכה וכו'.JPG
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org
חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרוזים »

כ"ק אדמו"ר מפארשעי שליט"א
און קאפי פון לשונם פון קול קורא פון אנדערע רבנים שליט"א לטובת דעם קופת החסד
אטעטשמענטס
מתוך לשון הסכמתם של הגאונים שליט''א רבי שלום פאלאק, רבי חיים פאוויל שנעעבאלג ועוד רבנים.JPG
אדמור מפארשעי נשיא הקופה כותב, ונוסח הקמיע שלו כדאי שיליזו בעדינו להיוושע בדבר ישועה ורחמים.JPG
אדמו''ר מפארשעי נשיא הקופה בחו''ל בכתיבת המלצתו עבור הקמיע.JPG
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org
חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרוזים »

אגב כתיבה

נעכטן איז געווען אין לעיקוואוד א שיינע מסיבה, ווי רבים מתושבי העיר האבן זיך באטייליגט

בילדער בייגעלייגט
אטעטשמענטס
לעיקוואוד 01.JPG
לעיקוואוד 02.JPG
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org
חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרוזים »

אזוי אויך איז אין וומ"ס געווען א רייכע מסיבה, אין קאנטענענטל זאל

ווי כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א מרבני הקופה האט אויפגעטראטן
אטעטשמענטס
אין וומ''ס לטובת קופת החסד רב להושיע קערעסטיר, רבי ישעי'לעס צדקה כ''ק אדמו'ר מקאסאן מרבני הקופה בדרשתוJPG.JPG
מסיבה אין וומ''ס לטובת קופת החסד רב להושיע קערעסטיר, רבי ישעי'לעס צדקה ליל ששי תזו''מ תשע'ז.JPG
מסיבה אין וומ''ס לטובת קופת החסד רב להושיע קערעסטיר, רבי ישעי'לעס צדקה ליל ששי תזו''מ תשע'ז 01.JPG
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org
חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרוזים »

יעצט ב"ה גענדיגט די מסיבה אין מאנסי, בארא פארק, און אין קרית יואל, און ירושלים

ס'איז ב"ה געווען א גרויסע סוקסעס אין אלע לאקאציעס, איך האף מארגן צופרי, ארויף צו לייגן בילדער פון די מסיבות


ויה"ר מ'זאל מיר האבן געפויעלט אלעס גוט'ס
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org
חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרוזים »

וועלן מיר יעצט ארויף לייגן נאך אפאר בילדער וואס מיר האבן פון די נעכטיגע מסיבות, אין מאנסי און אין ירושלים
אטעטשמענטס
חלק מהקהל במונסי.JPG
הרב בערל שנעבאלג שליט''א ביי זיין דרשה.JPG
שלחן הכבוד במ''מ במאנסי, נראים רבני העיר, הרב בערל שנעעבאלג שליט''א ביי זיין דרשה.JPG
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org
חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרוזים »

המשך
אטעטשמענטס
חלק מהקהל במונסי 01.JPG
במ''מ במונסי.JPG
במונסי, בדרשת הרב בערל שנעבאלג.JPG
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org
חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרוזים »

דברי ברכה
אטעטשמענטס
אדמו''ר מקאסאן הילקרעסט שליט''א בדרשתו.JPG
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org
חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרוזים »

בילדער פון די מסיבה אין ירושלים
מעמד התהלים, ביחד עם הגה"צ רבי אלימלך בידרמן שליט"א, בשידור חי עם מעמד התפלה בקערעסטיר
אטעטשמענטס
הגה''צ רבי אלימלך בידרמן שליט''א ביים פארזאגן תהלים.JPG
באמירת תהלים עם הגה''צ רבי אלימלך בידרמן שליט''א, בשידור חי עם המתפללים על הציון הקדוש בקערעסטיר.JPG
חלק מהקהל בירושלים.JPG
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org
חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרוזים »

דרשת הרבי מראזלא שליט"א מרבני הקופה
אטעטשמענטס
אדמו''ר מראזלא שליט''א מרבני הקופה, בדרשתו, נראים הגאון רבי משה וואלף זארגער שליט''א מרבני הקופה, וגאב''ד היכל הוראה שליט''א.JPG
דער קהל ביים יא''צ סעודה און מ''מ אין ירושלים.JPG
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org
חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרוזים »

לעכט, און קוויטלעך ביים מסיבה אין ירושלים
אטעטשמענטס
לעכט און קוויטלעך ביים מ''מ אין ירושלים.JPG
די הכנות צום מ''מ אין ירושלים.JPG
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

געווען ביי די מסיבה אין ב"פ

ב"ה א שיינער עולם געווען, און שיינע דרשות
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
mordechai
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mordechai »

ווער איז דאס קאסאן-הילקרסט וואס האט גערעדט אין מאנסי ? משפחה מיט רבי חיים לייבוש פון פארשעי ?
מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה ידידות »

mordechai האט געשריבן:ווער איז דאס קאסאן-הילקרסט וואס האט גערעדט אין מאנסי ? משפחה מיט רבי חיים לייבוש פון פארשעי ?


א ברודער זיינע
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

מ'האט גענומען דעם צדיק אויף נעקסט לעוועל.

צודרייט.

-
נעקסט קומט א אדווערטייזמענט פון א צולאזטן עקסטערמינעיטאר ווי דער צדיק שפריצט אויף מייז.
אטעטשמענטס
Rav Lehoishia.jpg
Rav Lehoishia.jpg (88.42 KiB) געזען 2243 מאל
לחיים ולברכה!
מטרנה
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 05, 2016 4:09 pm
לאקאציע: ירושלים עיר הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטרנה »

ר' נחמן נתן, איך ווייס נישט פונקליך וואס דיר באדערט

ס"ה א שיינע בילד פון רבי ישעי'לע, און ווי ער נעמט די קוויטלעך מיט זיך, א שיינע איידיע, מיט אסאך גוטע פידבע"ק

און ס'ליגט אמת אין דעם אויך, ווייל יעדער וואס שיקט א קוויטל צום צדיק, נעמט דאס דער צדיק מיט זיך, און פויעלט פאר זיי ישועות נפלאות אויבן אין הימל
מטרנ"ה ר"ת מ'ציל ט'ויזנער ר'בבות נ'פשות ה'נצרכות
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

קיין שאלה נישט
ווי לאנג ס'יז דא קונים אויף די באבקעס, זענט איר הונדערט פראצענט בארעכטיגט צו פארקויפן וואס איר ווילט
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

די גאנצע מטרנה קאמפיין שיינט אלס מעכטיגער סקעם. איינמאל א יאר שווימט מען ארויף איבער חלוקות, מ'דרייט אן א פראפאגאנדע ווי א בוני עולם צי rccs דינער
זייער אויפפאלנד, עכ"פ אין מיינע אויגן, הלואי בין איך נישט גערעכט.
חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרוזים »

ב"ה איך בין פארנומען במשך דעם יאר, דעריבער האב איך נישט די צייט צו זיין ביזי מיט אלע וואס האבן מורא אז ס'איז א סקעם צו כדומה
י
אבער פאר ווער ס'וויל נישט גלייבן, מיר צווינגען קיינעם נישט, אבער איר קענט רופן וועמען איר ווילט אין ירושלים אדער אין בית שמש, וועט איר הערן, אז איינמאל א חודש ווערט פארטיילט מטרנה, פאר אריבער טויזנט משפחות אין ירושלים און אין בית שמש

יעדע ערש"ק איז דא טועמיה צוגעשטעלט אין א זאל אויף רחוב רבינו גרשום, ווי אלע חו"ל בחורים וואס האבן נישט ווי צו עסן טועמי' קומען אריין עסן אן קיין אפצאל, און ס'דא ב"ה בריווח צו עסן, צענדליגע ירושלימער טאטעס קומען אריין נעמען טועמיה פאר זיך און פאר זייערע קינדער און ב"ב

און יעדע מוצש"ק איז דא צוגעשטעלט מלוה מלכה אין באבוב זאל אויף רחוב חגי אין ירושלים, ווי אלע חו"ל בחורים וואס האבן נישט ווי צו עסן מ"מ, קומען דארט וועכנטליך עסן מ"מ, ווי ס'ווערט ברייט סערווירט, דערצו קומען דארט פולע סתם עניים ואביונים וואס האבן נישט וואו צו עסן, (דארט איז אויך דא א הבדלה ווינקל, ווי בחורים קומען און מאכן הבדלה און גייען ווייטער),

נאכדעם איז דא יעדע מוצאי תענית, (עשרה בטבת, תענית אסתר (וואס אין ירושלים איז נישט ליל פורים) שבעה עשר בתמוז, און תשעה באב) ווערט צוגעשטעלט א ברייטע אויספאסטונג

עכ"פ ווען ס'נישטא ווער ס'זאל צושטעלן צו עסן, איז רב להושיע דא

און דאס איז חוץ סעודות שבת, וואס הרב משה שמואל הלוי ר"ב ממנהלי הקופה, שטעלט צו ביי זיך אין שטוב פאר צענדליגע בחורים א וואך.

ווילט איר נישט גלייבן, גייען מיר נישט אייך צווינגען, בל"נ במשך דעם קומענדיגן יאר, אז כ'וועל געדענקען און האבן צייט, וועל איך אייך פרובירן צו האלטן געאבדעי"ט


ווילט איר געבן אייער נדבה, אדער הערן נאך פון רב להושיע, דריקט דעם לינק
צו דאנעיטן אויף רב להושיע וועב-זייטל
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

לא לנו האט געשריבן:די גאנצע מטרנה קאמפיין שיינט אלס מעכטיגער סקעם. איינמאל א יאר שווימט מען ארויף איבער חלוקות, מ'דרייט אן א פראפאגאנדע ווי א בוני עולם צי rccs דינער
זייער אויפפאלנד, עכ"פ אין מיינע אויגן, הלואי בין איך נישט גערעכט.


כווייס נישט צו די ביסט ווערט אז מען זאל דארפן צונעמען דיינע ווערטער אויף קליין געלט ווייל איך גלייב נישט אז איינער נעמט אן דיינע ווערטער ערענסט
אבער אעפ״כ אויפן צד אז יא און אלס ״מדשתקי״ העל איך ענטפערן

די לייגסט אראפ אן הנחה
האסט אפשר געספענט א האלבע שעה צו מאכן טעלעפאנען צו דיינע קרובים אין א״י צו זעהן אויב דיינע השערות זענען ריכטיג?!

איז דא כאטש א צעהן פראצענט טשענס אז עס איז יא אמת? איז וויאזוי נעמסטו די אחריות קליע צו מאכן פאר א קופה של צדקה

ווער ווייסט, אפשר אדאנק דיין זינלאזע תגובה העט איין בעיבי האבן ווייניגער צו עסן- צו ווילסטו נעמען אחריות?!

אצינד לגופו של ענין
עס איז קלאר אז אין די היסטאריע איז שוין געווען סקעמערס און ב״ה אז זייט מהאט געמשפט איינעם וועגן דעם איז סך בעסער. אבער וועגן אזא פארדאכט זאל מען ח״ו גרינגשעצן און מחזק זיין ידי עניים?!

די אייבישטער האט דאך נאר געגעבן אפאר איבריגע דאלאר אין טאש אז די זאלסט קענען מחזק זיין אנדערע און דער עני איז דיך מזכה מיט א רייע מצוות עשה דאורייתא

אצינד, צום ארגענעזאציע גופא
איך בין געווען אמאל אינוואלווד אין א גרויסע קופת צדקה
עס איז נישט שייך צו שטיין א גאנצע טאג און אויפווייזן מענטשן אז אז די קופה איז ערליך, דעריבער גייט מען נעמען הסכמות וואס עפ״ר אינטערסירן זיך עפ״ר בעפאר זיי געבן אן הסכמה - און אויב טאקע זעהט מען אז א קופה טוט עפעס שלא כהוגן איז זייער נארמאל צוצוגיין צום בעל הסכמה און פארציילן

צו ווילסטו אפשר אז די ארגון זאל ארויסלייגן שעמלאזע ווידיאס ווי די ירושלימער שטייען אין די שורה צו נעמען אביסעל מטרנה?!
די ביסל צדקה וואס מיר געבן זאל זיין כאטש בדרך כבוד וח״ו מבייש צו זיין די עניים

די מערסטע וואס די ארגון וואלט געקענט טוהן איז ארויסלייגן די invoices וואס דאן העסטו טענ׳ן אז ספאלטש. בקיצור אדער קומסטו אויף מיט א וועג וואס דע ארגון זאל טוהן אדער פארמאך דיין מאל און געב נישט קיין פעני
ארויסלייגן א תגובה בנוסח פאשקעוויל איז נישט קיין מהלך

----
סליחה פארן אריכות אבער סגייט מיר אויף די נערווען צו זעהן וואו מענטשן רעדן מיט א זולזול אקעגען ארגונים ובפרט אקעגען ״משולחים״
די גלייבסט אפשר נישט אז סדא מענטשן וואס קענען נישט דעקן זייערע חובות? איז געב נישט
ציוואס דארפסטו אבער רעדן?!

איך האב גארנישט קיין קשר מיט די ספעציפישע צוועק, אבער לענ״ד איז שטיצן עניים לע״נ אותו צדיק א גרעסערע זכות וואו אנשטאפן מענטשן מיט גרויסע סעודות ( כן נראה לענ״ד)
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”