מעמד "דינא" שע"י "דרור"
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- לוי יצחק
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4362
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
- לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...
מעמד "דינא" שע"י "דרור"
אין בארא פארק איז באהאנגען געווארן צעטלעך, אז נאך פסח גייט פארקומען א מעמד "דינא", וואו מ'וועט אויסשמועסן ענינים הנוגעים לדינא דמלכותא, סיי פאר כולל יונגעלייט, און סיי פאר מתחילים אין ביזנעס.
איינער מיט מער פרטים זאל ביטע אריינקומען.

א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
- לוי יצחק
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4362
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
- לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...
ייש"כ פארבינדן.
זעה איך אז מ'קען זיי אריינשיקן שאלות.
ס'פלעגט זיין אין ב"פ אפאר יאר אזא זאך, אין וויזשניצער האלל.
געווען אויך דערנאך צעטלעך פון "המעוררים", אז מ'האט דארט אראפגעמאלן אז אלע גנבים זענען אידן, בפרט חסידישע אידן. וואלט געווען וויכטיג, אז מ'זאל אנזאגן פאר די רעדנערס פון דעם אווענט נישט צו מאכן דעם טעות.

לוי יצחק האט געשריבן:ייש"כ פארבינדן.
זעה איך אז מ'קען זיי אריינשיקן שאלות.
ס'פלעגט זיין אין ב"פ אפאר יאר אזא זאך, אין וויזשניצער האלל.
געווען אויך דערנאך צעטלעך פון "המעוררים", אז מ'האט דארט אראפגעמאלן אז אלע גנבים זענען אידן, בפרט חסידישע אידן. וואלט געווען וויכטיג, אז מ'זאל אנזאגן פאר די רעדנערס פון דעם אווענט נישט צו מאכן דעם טעות.
יא יא, עס ליגט מיר נאך אין די ביינער דעם בראנפמאן'ס דרשה דעמאלטס...
- פליגל
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5993
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
- לאקאציע: ביים פענסטער
יעע, נאכן'ס אויסהערן האב'ך געטראכט צו מיר וואס כ'נעם ארויס דערפון? אה, אז חסידים זענען אידיאטן און אומגעלערנטע מענטשן, פירן זיך אויף ווי חיות אויף די ערעפלאנען און לאזן אים נישט דאווענען מנחה פארן עמוד אין אן אפיס בנין טראץ דעם וואס ערז געווען אין יאר...
צו אומז ברויך מיר זיך בעסער מסדר זיין איז איין זאך, אבער נישט דאס האמיר ערווארטעט פון איינע פון די גרעסטע לויערס, נאך א איד שומר תומ"צ.

נאט אייך א גרינע...
איך האב דעמאלס ארויסגענומען אז מ'קען נישט וואינען אין גרויסע שטעט, ארבייטן אין גרויסע שטעט, און מאכן גרויס געלט און זיך אויפפירן ווי א קליינשטעטליש איד פון אמאל.
לאמיר זיך נישט נארן, א גרויס חלק פון די פראבלעמען אין דעם נושא (חוץ פעיר פרעשור...זעה דעם אנדערן אשכול) איז פון א געוויסע מענטעליטי ווי מ'שטרענגט זיך נישט גענוג אן צו פארשטיין די רולס פון סאסייעטי ארום אונז. די רולס מיינט סיי ליגל רולס (וואס דאס איז די עיקר נושא) און סיי סאסייעטי רולס (וויזוי "ס'פאסט" צו גריסן, האלטן די טיר אפן זיך פירן אויף א עראפלאן וכו').
בשורשו איז דאס זייער גוט. דאס קומט פון א געוויסע שטאלץ און התבדלות וואס יעדער איד דארף האבן, אבער פון די אנדערע זייט ווען מ'איז צווישן גוים אין גלות איז דא א פליכט שיהא ש"ש מתאהב על ידך וכו' און נישט טון זאכן וואס פון זייער פערספעקטיוו איז דאס אפגעפרעגט. למשל ביי גוים היינט ארבייט אז האלטן א טיר אפן איז די סימבאל פון מאנירן. יעצט ער ווייסט נישט אז איך קען זיין אזוי גרויס אין חסד ווי ר' מרדכי פאלאטשעק וכדו', טאמער האלט איך נישט די טיר אפן בין איך א חי' פון וואלד ביי אים... און ווען איך טו עס בין איך מחלל שם שמים מיט די פשוטע דעפיניציע פון "ראה זה שלמד תורה וכו'". דאס איז לגבי מענשליכקייט רולס.
לגבי ליגל רולס איז די פוינט צו וויסן אז דאס וואס האט געארבייט אמאל ווען יעדער האט אונז געשוינט/ליב געהאט (אדער כאטש רעספעקטירט)/אדער כאטש גענומען שוחד... ארבייט נישט. ממוז זיך צושטעלן צום שאך ברעטל לויט די רולס. סא ביידע נושאים זענען זייער פארבינדן
דאס איז אויפן שפיץ גאפל. כמובן אז מ'קען מאריך זיין.

Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אנטשולדיגט מילקי
דאס האט גארנישט מיט דינא דמלכותא און א ודאי נישט מיט 'ליגעל אישוס', מען קען פונקט אזוי גיין לערנען די שחורים זאלן נישט קטנ'ען אין די גאס און ביינאכט זאלן זיי נישט מאכן קיין גערודער...
דעמאלטס געדענק איך זענען געוווען די פלאקאטן 'זיך נישט פארפלאנטערן מיטן געזעיץ' [הגם עס האט געהייסן 'ועשית הישר והטוב'] און געענדיגט האט זיך עס מיט א דרשה פון בען בראנפמאן, איבער א מעשה ווי א חסידישער יוד האט עם ציגענומען דעם עמוד ווען ער איז געווען אין יאר......
אויב וויל מען אונז לערנען 'מענארס' זאל מען שרייבן אויף די פלאקאטן אז מען גייט דארט רעדן פון דרך ארץ און נימוס, אויב וויל מען רעדן פון לעגאלע אישוס זאל מען דארט רעדן נאר פון לעגאלע אישוס, די אלע לשון הרע'ס אויף די האסידים און וויפיל זיי שטינקען, איז נישט נוגע,
דעמאלטס איז עס געווען אויפן אינציאטיוו פון הנגיד המפורסם ר' חיים גראס פון ב"פ ז"ל, ווער שטייט יעצט אונטער דעם?

שאלת חכם חצי תשובה, שרייבסט דאך אליין אז ס'האט געהייסן ועשית הישר והטוב. מיין תגובה איז געווען צו פארענטפערן דעם שייכות.
און זיי מיר מוחל, מ'האט נישט גערעדט נישט פון שטינקען און נישט לשון הרע'ס. אלעס קאמען סענס.
און יא, דער אמת טוט וויי! מיר האט עס זייער געציפט. די פאנטש ליין פון זיין מנחה מעשה איז געווען אז דער איד וואס האט אים צוגענומען דעם עמוד איז געווען זיינס א קליענט! ס'איז דא אסאך וועגן צו מעיין זיין אין די מעשה איינס פון דעם (די ציפעדיגע) איז געווען "צו זענען מיר א סאסייעטי ווי דער גנב און שווינדלער פילט ביי זיך מער אקסעפטעבל ווי דער וואס גייט אן קיין בארד?"
יעצט איז נישט אינטערעסאנט קיין שמועסן איבער וויזוי אונז שטייג מיר זיי איבער אין 10 זאכן און וויזוי זיי זענען נישט אזעלכע צדיקים בין אדם לחבירו (רוב פון זיינע קליענטן זענען נישט קיין חסידים). די פוינט איז 'דער פלוני, וואס נוצט מיר בשעת קלקלתו ווען ער איז געכאפט אלס גנב, האלט זיך סאמהאו פאר א שענערער איד ווי מיר, א שומתמ"צ, וואס איז אנדערש אויפגעוואקסן ווי אים'. מ'קען אסאך שמועסן אבער די פוינט פאר זיך איז זייער ריכטיג אז ליידער איז די נושא פון גניבה ביי מאנכע ווייניגער חמור ווי נישט אנטון קיין גארטל צו מנחה.
דאס איז אלעס זייער רילעיטעד צו די גאנצע שמועס. האסט טאקע געמיינט אז מ'גייט אין דריי שעה אויסלערנען די גאנצע יו עס קאוד? אדער גאר וויזוי מ'קען לאנדערן כשר'ערהייט? אוודאי איז די שמועס איבער די עטיטוד וואס דארף זיך טוישן. און דאס האט יעדער אויף זיין וועג ארויסגעברענגט. איינער מיט טרערן, א צווייטער מיט תורה'ס, א דריטער מיט וויזוי תפסה קוקט אויס, א פערטער מיט פראקטישע עצות וואס צו טון ערשט ווען מ'איז שוין אנגעקלאגט און ער מיט "העי, ס'איז פלעין נישט נארמאל, עפעס מוז זיך טוישן ווייל ס'איז געפערליך די מצב"
האף איך אז דו פארשטייסט מיר, און אז נישט וועט מוזן גוט זיין אזוי אויך

-
- שר מאה
- תגובות: 152
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 13, 2016 4:32 pm
- סאדאם חוסעין
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm
אט אזוי האט געשריבן:ווי קען מען באקומען א סידי פונעם גאנצן אסיפה איינער ווייסט?
א ענליכע מעמד
viewtopic.php?p=1181405#p1181405
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
בען בראנפמאן האט געמאכט א גוטן דזשאב מיט די לעגאלע חלק, גערעדט זייער גוט און צו דער זאך, ווי ס'שיינט האט אים געדרוקט אויפ'ן הארץ יענע באליידיגונג, און ער האט געטראפן דאס ערשטע מאל אזא גרויסע אוידיענץ פון חרד'ישע אידן, האט ער עס ארויסגעגעבן. בכלל איז ער א לויער מיט הארץ, און האט ליב היימישע אידן..
די אנדערע יאר האט אויפגעטרעטן א לויער רובין, גראדע א בנש"ק'ל, דוכט זיך מ'האט אים געברענגט צו פליען פון באלטימאר, און זיין גאנצע דרשה איז געווען אראפ צו רייסן חסידים און חרדים, זיין דרשה איז געווען אן עקל און א גרויל, מיט גאר ווינציג אויף למעשה, ער איז גראדע שוין נישט בין החיים, תנצב"ה..

שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..
-
- שר חמישים
- תגובות: 87
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 5:57 pm
- חושב מחשבות...
- שר האלפיים
- תגובות: 2818
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
- לאקאציע: בין שמים לארץ
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 480
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm
- לוי יצחק
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4362
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
- לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...
יונהלע האט געשריבן:פארוואס מאכט מען נישט אזא אסיפה אין וויליאמסבורג? מ'האט שוין געמאכט עטליכע מאל אזאנ'ס אבער קיינמאל נישט אין וויליאמסבורג? פארוואס? וויליאמסבורג ווארט דערויף
די דרשות ווערן נישט געגעבן דורך היימישע רבנים און עסקנים, נאר דורך ענגליש רעדענדע פראפעסארן, אויב איר קענט גאראנטירן אז אזא מסיבה זאל אריבערגיין אן קיינע מחאות, גלייב איך אז די עסקנים וואלטן עס געמאכט דארט אויך...
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
- טרעפיק לייט
- שר מאה
- תגובות: 112
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 17, 2014 11:07 am
- fiena nieas
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5559
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am
לוי יצחק האט געשריבן:יונהלע האט געשריבן:פארוואס מאכט מען נישט אזא אסיפה אין וויליאמסבורג? מ'האט שוין געמאכט עטליכע מאל אזאנ'ס אבער קיינמאל נישט אין וויליאמסבורג? פארוואס? וויליאמסבורג ווארט דערויף