אדיקטעד צום טעלעפאן

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

דבר
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2016 2:07 pm

אדיקטעד צום טעלעפאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דבר »

"ביסט אדיקטעד צו דיין טעלעפאן!" וויפיל מאל האט איר שוין געהערט דעם געזאנג? "א גאנצן טאג ביסטו מיט'ן קאפ אראפגעבויגן, קוקסט און ווישסט – גענוג געווען! נעם דיך אין די הענט אריין!"

אוודאי איז פאראן אזא מושג פון זיין אדיקטעד צום טעלעפאן, אבער כ'וויל בארירן א נקודה למחשבה. ווען מ'רעדט פונעם "טעלעפאן", רעד מען ווי ס'וואלט געווען א כלי וואס טוט א געוויסע פונקציע, און מ'איז אדיקטעט דערצו. דער אמת איז אבער אז מ'איז באשעפטיגט מיט'ן טעלעפאן אזויפיל שעות פון טאג, נישט ווייל מ'איז אדיקטעט צום טעלעפאן, נאר ווייל דער טעלעפאן נעמט היינט אריין אזויפיל זאכן וואס מ'פלעגט אמאל אמאל טון אן דעם טעלעפאן, נאר היינט געפונט זיך אלעס אין איין כלי.

כ'בין אדיקטעט צום טעלעפאן? ניין, כ'בין אדיקטעט צו א שלל פון טאג-טעגליכע פונקציעס וואס צוליב דעם היינטיגן טעכנאלאגישן פארשריט געפונען זיך די אלע פונקציעס אין איין קליינעם מאשינקע. מיט'ן טעלעפאן טו איך שמועסן, טשעטן, שיקן בריוו, כאפן בילדער, קאלקולירן, האלטן מיין סדר היום, סארטירט מיינע דאקומענטן, לייענען ביכער, זיך דערהיינטיגן מיט די נייעס, שרייבן, קויפן, פארקויפן, שרייבן נאטיצן, הערן מוזיק, קוקן ווידעאס, נעוויגירן, רעקארדירן, שפילן, און נאך. איר זעט, דאס אלעס טו איך אויפ'ן טעלעפאן דורכאויס דעם טאג, טא, ווי איז שייך צו זאגן אז כ'בין אדיקטעט צום "טעלעפאן" ווי עס וואלט געווען איין צוציענדער פונקציע? אן דעם טעלעפאן וואלט איך אויך געווען פארנומען פילע שעות פון טאג צו טון די אלע פונקציעס.

על דרך משל, ווי יענער וואס טענה'ט אז איר זענט אדיקטעט צו אייערע ברילן, ווייל דורכאויס דעם גאנצן טאג הערן איר נישט אויף צו קוקן אויף אייערע ברילן. איר וועט אבער יענעם אפלאכן און מסביר זיין אז מיט די ברילן קוקט איר אויף טויזנטער אנדערע זאכן...
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

נישט ריכטיג, רוב זאכן וואס א דורכשניטליכע מענטש טוט אויפן טעלעפאן האט ער נישט געטון בכלל פאר ער האט פארמאגט דעם כלי, און א גרויס חלק דערפין איז סתם פארברענגעריי, ווי טשעטן, קוקן ווידיאוס, שפילן געימס, וכדומה די זאכן זענען די וואס נאגלען אראפ דעם מענטש צום טעלעפאן און צוביסליך ווערט מען דערצו 'עדיקטעד',
הק' איש ימיני
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

בעפאר די טעלעפאן עפאכע האסטו פארמאגט ביי דיר אין טאש א קאלקיולעטאר/קאמערא/צייטונג/בריוון/ביכער/טעיפ רעקארדער/ווידעא פלעיער/רעקארדער/געימס א.ד.ג? פלעגסט שיקן בריוון א גאנצן טאג? פלעגסט רעדן מיט דיינע חברים 25 שעה א טאג? ביסט געלאפן קויפן אלע צייטונגען די מינוט וואס זיי זענען ארויסגעקומען?

אויב ביסטו געווען אזא פארשוין ביסטו א בא בטענה.... (און גאר גאר מאדנע)
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

דבר האט געשריבן:"ביסט אדיקטעד צו דיין טעלעפאן!" וויפיל מאל האט איר שוין געהערט דעם געזאנג? "א גאנצן טאג ביסטו מיט'ן קאפ אראפגעבויגן, קוקסט און ווישסט – גענוג געווען! נעם דיך אין די הענט אריין!"

אוודאי איז פאראן אזא מושג פון זיין אדיקטעד צום טעלעפאן, אבער כ'וויל בארירן א נקודה למחשבה. ווען מ'רעדט פונעם "טעלעפאן", רעד מען ווי ס'וואלט געווען א כלי וואס טוט א געוויסע פונקציע, און מ'איז אדיקטעט דערצו. דער אמת איז אבער אז מ'איז באשעפטיגט מיט'ן טעלעפאן אזויפיל שעות פון טאג, נישט ווייל מ'איז אדיקטעט צום טעלעפאן, נאר ווייל דער טעלעפאן נעמט היינט אריין אזויפיל זאכן וואס מ'פלעגט אמאל אמאל טון אן דעם טעלעפאן, נאר היינט געפונט זיך אלעס אין איין כלי.

כ'בין אדיקטעט צום טעלעפאן? ניין, כ'בין אדיקטעט צו א שלל פון טאג-טעגליכע פונקציעס וואס צוליב דעם היינטיגן טעכנאלאגישן פארשריט געפונען זיך די אלע פונקציעס אין איין קליינעם מאשינקע. מיט'ן טעלעפאן טו איך שמועסן, טשעטן, שיקן בריוו, כאפן בילדער, קאלקולירן, האלטן מיין סדר היום, סארטירט מיינע דאקומענטן, לייענען ביכער, זיך דערהיינטיגן מיט די נייעס, שרייבן, קויפן, פארקויפן, שרייבן נאטיצן, הערן מוזיק, קוקן ווידעאס, נעוויגירן, רעקארדירן, שפילן, און נאך. איר זעט, דאס אלעס טו איך אויפ'ן טעלעפאן דורכאויס דעם טאג, טא, ווי איז שייך צו זאגן אז כ'בין אדיקטעט צום "טעלעפאן" ווי עס וואלט געווען איין צוציענדער פונקציע? אן דעם טעלעפאן וואלט איך אויך געווען פארנומען פילע שעות פון טאג צו טון די אלע פונקציעס.

על דרך משל, ווי יענער וואס טענה'ט אז איר זענט אדיקטעט צו אייערע ברילן, ווייל דורכאויס דעם גאנצן טאג הערן איר נישט אויף צו קוקן אויף אייערע ברילן. איר וועט אבער יענעם אפלאכן און מסביר זיין אז מיט די ברילן קוקט איר אויף טויזנטער אנדערע זאכן...

א חוץ דעם טעלעפאון דארף איך געדענקען איז דא ווייב אין קינדער, מיט לערנען וכו' כאפסט? סאו, איך מוז סייווי באשליסן אז איך גיי קיינמאל נישט קענען אריינכאפן נאר א פיצי פון די גאנצע וועלט. איז איך מוז אנהייבן באשליסן וואס איז די וויכטיגסטע און די איבעריגע וועל איך קיינמאל נישט האבן קיין צייט דערצו, קיינמאל מיינט קיינמאל!!! סאו, ס'קומט אויס אז איך וועל ענדערש נישט זיין דערהיינטיגט מיט אזויפיהל נייעס, אבער איך וועל יא זיין דערהיינטיגט מיט די מעשה'לעך פון מיין יונגעל פון חדר. איך זאג דיר אז ס'דא א וועלט אינדרויסן פונעם טעלעפאון אויך, און איך זאג דיר און איך מיין אז דו וועסט מודה זיין צו מיר,אז די וועלט איז סייווי צו גרויס אלעס אריינצוכאפן, און אלעמאל וועל איך מוזן אויפגעבן אויף עפעס. סאו ס'לוינט זיך אויפצוגעבן אויף א נייעסל אבי צו קענען טוהן וואס איז וויכטיג.

אויף גוגל סטאר איז דא טויזענטער עפפס, מ'קען דען יעדע עפפ נוצן, יעדער פראבירט צו כאפן דיין אטענשאן, אמאל האט די וועלט געמיינט אז זיי דארפן האבן א פאלם פיילעט פאר טעסקס, היינט איז עס פאר נישט אזאנע וויכטיגע ווידעאוס, ודי. די וועלט גייט זיך כאפן, און די מענשטהייט גייט צוביסלעך ווערן מער און מער סימפל. אזוי מיין איך. אזוי ווי וועב סייטס איז אמאל געווען ראשיג, היינט איז עס סימפל. די וועלט גייט שוין מער נישט האבן קיין געדולד צו אזויפיל זאכן מיט איינמאל, ערגעץ גייט עס סטאפן. און נאך אביסל וועט גוגל ארויסקומען מיט א טעלעפאון צו שפארן צייט. אזוי ווי אמאל האט יעדער דערהיינטיגט זיין רינגער, אבער כהיום הערסטו דעם זעלבן ניגון פון יעדעמ'ס טעלעפאון, די וועלט גייט נישט קענען אזוי, ס'איז צופיהל.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

שטארקע נקודה, @נשמה.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5493
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

לויט נשמה וועט נישט נעמען צו לאנג און די וועלט גייט אנהייבן ניצן פליפ פאנס ..
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

דבר האט געשריבן:"כ'בין אדיקטעט צום טעלעפאן? ניין, כ'בין אדיקטעט צו א שלל פון טאג-טעגליכע פונקציעס וואס צוליב דעם היינטיגן טעכנאלאגישן פארשריט געפונען זיך די אלע פונקציעס אין איין קליינעם מאשינקע. מיט'ן טעלעפאן טו איך שמועסן, טשעטן, שיקן בריוו, כאפן בילדער, קאלקולירן, האלטן מיין סדר היום, סארטירט מיינע דאקומענטן, לייענען ביכער, זיך דערהיינטיגן מיט די נייעס, שרייבן, קויפן, פארקויפן, שרייבן נאטיצן, הערן מוזיק, קוקן ווידעאס, נעוויגירן, רעקארדירן, שפילן, און נאך. איר זעט, דאס אלעס טו איך אויפ'ן טעלעפאן דורכאויס דעם טאג, טא, ווי איז שייך צו זאגן אז כ'בין אדיקטעט צום "טעלעפאן" ווי עס וואלט געווען איין צוציענדער פונקציע? אן דעם טעלעפאן וואלט איך אויך געווען פארנומען פילע שעות פון טאג צו טון די אלע פונקציעס.


זאג איבער די שטיקעל בעל פה שטייט און קלאר, מילה במילה, אולי יחוס אז וועסט אליינס דערהערן און דערשפירען ווי נישט די ווערטער איז...
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”