עסקנים פאר א נערישע פלעשל, אייכם?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- יגרסהדותא
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 3686
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
- לאקאציע: קאר וואש
עסקנים פאר א נערישע פלעשל, אייכם?
שכח פארן געבן די געלגנהייט, אנשי שלומינו זאלן קענען געבן זייערע עצות, איך האב כסדר הנאה פון דעם וועלטל
על של עתה באתי
יעדער זעהט לעצטנס פרייזען פון מילעך האלט אין איין שטייגן, מענטשן האבן נישטא די געלט צו קויפן א פלעשל מילעך, איך פארשטיי נישט ווי זענען די עסקנים ווען עס קומט אזא וויכטיגע זאך לטובת הציבור, וואס יעדער זאל קענען הנאה האבן??
וואס קאסט שוין א קי?? די עסקנים וואלטן געדארפט קויפן איין קי, אריינברענגן אין ביהמ"ד, דער עולם זאל נעמען מילעך.
מען דארף נישט קויפן איין פלעשל מילעך דארף נישט קאסטן אזויפיל געלט, מ'קויפט א קי, ווער עס דארף מילעך קומט נעמען, עס ווערט זיין א ספעציעלע שטיבל אין ביהמ"ד, דער עולם איז גרייט צו באצאלן פאר עס!! מ'זאל נישט בעטן די איבערגעטריבענע סכומים, וואס קאסט שוין א קי??
מען ברענגט א קי, מען וועלט אים האלטן אין שול יעדער וועט קומען מיטט א פלעשל זיך אנפילן, איך גלייב ווען מען גייט ארום אין ביהמ"ד אז מען וויל קויפן יעדער וועט געבן! און אפי' נישט, קען מען בעטן פון אפאר נדברים זאלן מנדבר זיין איין קי, און די גאנצע קהלה וועט הנאה האבן, פאר וואס יעדעס מאל וואס מען דארף מילעך דארף מען זיך אויסליידיגן די טאשן צו קענען קויפן א פלעשל
ס'איז פאר קליינע קינדער, וואס זאל איך טון איך האב נישט קיין געלט, וואס זאלן די קליינע קינדער טון יעצט??
וואס זענען זיי שולדיג אז זייער טאטע האט נישט קיין געלט, זיי בלייבן דארשטעריג, און זיי האבן נישט וואס צו טרינקן! ס'איז סכנת נפשות!!
די עסקנים וואלט זיך געמעגט אריינלייגן דערין, און אפקויפן איינמאל פאר אלעמאל אן אייגענע קי מען האלט אים אין ביהמ"ד יעדער וועט קומען נעמען מילעך
אטאטמאטיש וועט פאלן די פרייזן פון מילעך, איך זאג אייך, ווען מען ברענגט אזא קי אין שול די קאמפאניס וואס רייסן געלט פונעם עולם וועלן גראד איינזעהן אז זייער ביזענס איז אין די ערד, זיי וואלטן גראד אראפגעלאזט די פרייזן!
נאכדעם, קען מען שוין אוועקגעבן די קי! מען וועט זיך שפעטער זארגן וואס צו טון מיט די קי, אבער מען דארף האבן עסקנים וואס זאלן קויפן די קי. סימפל עס סימפעלער.
פאר יעדע זאך איז דאס עסקנים , פאר אזא וויכטיגע צוועק זעה איך נישט די עסקנים, די עסקנים זענען נישטא!! ווי זענען די רבנים?? מ'דארף זעהן צו טון עפס דאס איז ממש געפערלעך, מען ברענגט די קי, די קינדער וויינען יעדען טאג זיי האבן נישט וואס צו טרינקן
עס עסט מיר אויף די געזונט, איך וואלט געזאגט עס טרינקט מיר אויס, אבער איך הא נישט וואס צו טרינקן, ס'איז ממש פיקוח נפש, איך האף אז דא איז די פלאץ מעורר צו זיין
"אידישע וועלט" גייטס ווייטער אן, דער שרעקט אייך נישט פון קיינעם, יעדע זאך איז שווער אנהייב
זייטס ענק מחזק מיט די הייליגע ארבעט

- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8114
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
מוראדיגע איינפאל! און די מבינים וואס שמעקן די מילך וועלן האבן עפעס ממשות וואס צי שמעקן!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
- סאדאם חוסעין
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm
ביען איך געווען פאריאר אין אוקריינע מיט א גראפע יונגעלייט, זענען מיר געגאנגען וויזיט'ן א שטיקעל אידשע ישוב, האבן זיי מכבד געווען די געסט מיט פיינע פרישע מילך גראד ארויס פון קוה, איך מיין אז קיינער דארט האט עס נישט אויסגעטרינקען,
אויב האסטו סתם געהאט א ליידיגע מינוט וואלסטו אפשר געדארפט אויך זאגן אז די קלאדינג סטאר'ס וואס זיי זענען דעי וואס פרעסן באמת די געלט פון עולם אבי געזונט, וועט מען אויך קענען וואודען דורכ'ן קענען אליין שניידן די וואל,
אבער אליבא דאמת ווויפיל מילך און וואל קומט דען שוין ארויס פון איין שעפסעלע

ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
- שמעלקא טויב
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5396
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
- לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!
דערנאך וועט דער נגיד - יעקב אלי', אדער זיין ברודער... - האלטן א ציפעדיגע דרשה פארהאלטענדיג מתפללים פארן העצן דעם משמש אנטקעגען אריינלאזן קיען פון אומ-איידעלע שטובער...
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
-
- שר מאה
- תגובות: 152
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 13, 2016 4:32 pm
כ'ווייס נישט וואס מען פארפירט דא, אבער אין כמעט יעדע גרויסע ביהמ''ד אין גרעיטער ניו יארק, פארמאגט אין קאווע שטיבעל, א קי, פון וואס די עולם נעמט מילעך, גאלדען פלוי פארקויפט בעגס דערפאר, און כ'האב מיר אמאל געמאכט די חשבון אז סקומט בכלל נישט אויס ביליגער ווי מקויפט עס ווען אין באטלעך אין גראסערי!, אגב איינער האט מיר געזאגט אז די ''קי מאשין'' איז א יודשע אויסטרעף ווייל ביי די גוי ווי קען ער עס נוצען? איך בין נייגעריג צו סאיז אמת
אריינברענגען א קוה אין שוהל קען פעסט הייבן די אידישע עקאנאמיע, נאכדערצו ביי די גרויסע שולן ווי ס'וועט זיך אויספעלן אפאר קוען, צו אפשר גאר א פארעם.
אידן וועלן אנהייבן האנדלען מיט קוען פונקט ווי אמאליגע צייטן, מ'וועט פארן צום יריד אין דשעוויץ סענטער
מוסדות וועלן האבן נאך א פלאץ ווי צו ברענגען די קינדער, היינט גייט מען זעהן די ריזיגע פארעם אין ראדני שוהל...
שמשים וועלן אנהויבן פארקויפן שטרוי, אא"וו
ייש"כ יגר'ל פארן ארויפברענגען דעם געניאלן איינפאל, איך זעה עטליכע צוקונפטיגע גבירים דא...

הנותן לשכוי בינה...
- סאדאם חוסעין
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm
- סאדאם חוסעין
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm
כי משמש בד' לשונות: "כי, קי, קו. קוה".
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
- הרבטייטעלבוים
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6379
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
- לאקאציע: שתולים בבית ד'
סאדאם חוסעין האט געשריבן:ביען איך געווען פאריאר אין אוקריינע מיט א גראפע יונגעלייט, זענען מיר געגאנגען וויזיט'ן א שטיקעל אידשע ישוב, האבן זיי מכבד געווען די געסט מיט פיינע פרישע מילך גראד ארויס פון קוה, איך מיין אז קיינער דארט האט עס נישט אויסגעטרינקען,
אבער אליבא דאמת ווויפיל מילך און וואל קומט דען שוין ארויס פון איין שעפסעלע
שעפסעלע? קי.
און דער תירץ איז היפש.
דייקא קאן איך א גרופע אידען, וואס פארען אראפ יעדע וואך מעלקען פרישע מילך.
איר דעמאנט, די מעשה פון דעם מילך טרעגער, וואס אויף דער עלטער האט ער געמאכט א חשבון הנפש און אויפגעהערט אריין לייגען אזוי פיל וואסער און די מילך, און דער עולם האט אויפגעהערטא נעמען ביי אים, זאגענדיג: עפעס האט דער מילך טרעגער אנגעהויבען אריינלייגען און די מילך, עס האט א אנדערע טעם...
דער עולם ווייסט פשוט נישט וויאזוי מילך טעיסט.
איך האלט אז ווער עס וואוינט אין נ.י. סטעיט אוו העלט און האט א פראבלעם צו באצאלן פאר מילך מעג עפ"י הלכה נעמען ווי"ק
זיי גיבן גענוג און נאך. ויאכלו ענוים וישבעו

You can alter your life, By altering your attitude (credit: walter james)
to apply for a bilt credit card use this link https://bilt.page/r/DAX2-0KZ3
- סאדאם חוסעין
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm
-
- שר האלף
- תגובות: 1041
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
- לאקאציע: אינעם עולם התהו
אויב די פארלאנג פאר מילך וועט זיך פארמערן וועט מען קויפן נאך קיהען. אזוי אז יעדער בהמ״ד וועט האבן עטליכע קיהען.
נו ווערט א פארבלעם. סאיז נישטא קיין פלאץ מער פאר זיי און שול. נאך א פראבלעם איז אז זיי מאכן א געפערליכע שטינק. און א גרידער. א פיפטע פארבלעם איז אז מען ברויך זיי געבן צו עסן כסדר היי אדג. ועוד צוליב די פארמערטע קוה׳ן מוז מען שוין האבן מאשינערי זיי צו מעלקן. בקיצור ס׳איז צו א גרויסער לאסט פאר׳ן שמש,
נאך א קהל׳ס מיטינג איז מען אויפגעקומען מיט א לייזונג צו אלע פראבלעמען,
מען וועט דינגען א פארעם אינדרויסן פון שטאט. ווי דארט וועט מען אנפירען די גאנצע פרעצעדור פון מאכן מילך, א איד א עסקן וועט דאס דערנאך אריין ברענגען און שטאט אריין שיין פארפאקט און באטלעך, ער וועט דאס פארקויפן פאר די געשעפטן. פארשטייט זיך ער וועט ארויף לייגן א פאר סענט אז עס זאל זיך אים לוינען דאס גיין און קומען אדג. און מיט די איבריגע געלט וועט ער אליין דארפן אויסהאלטן די גאנצע פלאץ. אזוי אז עס זאל נישט פאלן אויף קהל׳ס חשבון. און דאס רויאגקייט וועט זיך צוריק קערן און בהמ״ד,
אזוי האט מען טאקע געטון, און עס איז שוין פארבליבן אזוי פאר לאנגע יארן.
עכ״כ אז די היינטיגע אינגווארג ווייסן ניטאמאל אז מעלקן מילך קומט און שול,

ווי אויך איז געווען א קהל'ס מוטנג אז היות בכלל די בית מדרש קאסט אסאך אויפצוהאלטען, און די קהלישע קאסע קען זיך עס נישט ערפארדען, ע"כ וועט מען אויפנעמען א וועד הבית מדרש וואס זאלן קער נעמען פון די בית מדרש, והך קאווע, אזש אז די עולם ווייסט שוין גארנישט אז די בית מדרש קומט אונטער קהל,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
- זאג א גוטס
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3291
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm
Re: עסקנים פאר א נערישע פלעשל, אייכם?
למעשה זענען טאקע היי יאר (אנטשולדיגט, תש"פ) די עסקנים ענדליך אפירגעקומען צו מנדב זיין מילך פארן ציבור...