הערט פון אנדערע הגהות און קריטיק, וואס האלט איר צי דעם פאום?

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

הערט פון אנדערע הגהות און קריטיק, וואס האלט איר צי דעם פאום?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

די אשכול עפען איך פאר דער וואס וויל הערען הגהות אדער קריטיק אויף זיינס א פאום/פאעזיע. יא קריטיק! אז נישט מיזט איר נישט אהער לייגען אדער לינקען צי אייער'ס א פאום/פאעזיע.

די דרך איז ווען איינער שרייבט א פאום/פאעזיע לייגט ער עס אריין און א תגובה דריקט שלך, אבער קיינער גייט דיך נישט זאגען דעם אמת וואס ער האלט, אז ס'איז א דארעך פאל, אדער האט און זיך א חסרון, ווייל אז א שרייבער האט זיך געפלאגט פאר א זאך וויל דאך קיינער נישט קריטעקירען.

אנדערש דא איז א ווינקעל פאר ווער ס'וויל יא הערען הגאות און קריטיק און דאס גלייכען זיך צי קענען פארבעסערען און לערנען פון אנדערע! קען קימען דא. ולא הביישן למד! היות כ'האב א געפיל (כאטש נישט געוויסט ביז לעצטענ'ס צי דעם...) צי די זאכען און כ'האלט אמאל, ווי די לעצטע פאום וואס כ'האב געשריבען און אורות, אז ס'איז א געלונגענע זאך קען איך באשטיין צי הערען מיינונגען פון אנדערע כדי זיך נישט סתם צי נער'ן.

ובזה החלי וואס האלט איר צי דעם? viewtopic.php?f=3&t=27937&start=75#p1155657

נאכאמאל יר קענט שרייבען וואס איר האלט באמת, אוואדע קען נישט שאטען זאגען א גיט ווארט, אבער לא על זה באתי אלא ללמוד.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

אויב די מנהלים און אחראים האלטען ס'באלאנגט ערגעץ אנדערש קענען זיי עס אהין לייגען. פשוט היות די "אורות ווינקעל" ליגט דא און קרעטשמע. לייג איך עס אויך דא.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

ווייסט וואס לאמיר געבען א דוגמא וואס איך מיין.

דוגמא א'
איך האלט אז די צווייי שירות
האסט דו די שילדען און מודעות, געטיען לעזען?
פארען פארן אויף, די שטרוזען און וועגען

איז נישט צי די זאך. ווייל סתם אוי ניצט מען נישט די ווארט לעזען!

מיין ענטפער קען זיין, אז ניין דוקה ווייל ס'איז א פאום וואס דארף פירען צי אנדערע ספערען.
איז דוקה יא גיט ניצען וואס מער נישט אזוי געניצטע ווערטער.

דוגמא ב'
די צוויי שירות.
האסט דו געהערט, די מגיד שיער דעם קלארען.
האסט דו געהערט, דעם מלמד מיטען בייטש.

זענען ענדלעך. כ'האלט איז ס'איז נישט קריעטיוו!

מיין ענטפער אפשר א צווייטע מאל. יעצט מיז איך שוין גיין.
חאצאצקע רבי
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 21, 2015 9:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצאצקע רבי »

!!Wow אמזינסטע הגה ועריכה?!
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

פיינע אשכול!!

בנוגע די לינק וואס האסט געשטעלט, די פוינטס זענען גוטע אבער די שטיקל וואלט איך נישט געריפען פאעזיע, ס'איז מער גראמעריש, משא''כ די טרער שטיקל איז געווען אבסטראקט ארט, עס פירט דעם מענטש צו עפעס העכערס, וואס ווען ער ענדיגט ליינען בלייבט די אטעם פארהאקט, דורשטיג פאר נאך....
כנלע"ד די חילוק פון פעאזיע און גראם, גראם סערווירט דיר א גרייטע טרי קורס מיעל, בשעת פאעזיע איז מער באפעט סטייל, ווי קען זיך אליינס קלויבען דאס מעסעדזש, למשל דאס וואס כ'האב געשריבען פאראיאר ביים פארמעסט,



א שטורעם, אין מח.
ס'ארעם, מיין כח.
למרום, דארט הויעך.
טו איך האפען.

פארטריבען, מיין טרוים.
געקליבען, פון בוים.
פארבליבען, איז קוים.
א טיר'ל אפען.

געזינקען, האט עס.
טרינקען, פון בלאטעס.
ווינקען, מיט פאטאס.
פון מיר בלאפען.

אמונה, טוה איך זייגען.
שכינה, טוט מיר צייגען.
געווינער, טוהען נישט בייגען.
דאס איז מיין וואפען.

אויפגעבען, חלילה קיינמאל.
שטרעבען, נאך איינמאל.
דערלעבען, כ'וועל אמאל.
מיין גליק געטראפען.


ביינאכט , איז טאקע היינט.
מיט פראכט, מיין זון אויף שיינט.
טראכט, עס דערמאנט.
צום פראנט פריש געלאפען.

געווען וואס האבען עס אויסגעטייטשט פאר תשובה, ווען באמת איז מיין כוונה געווען אפ צו'משל'ן א מצפה לישועה.

אדרבה אויב די עולם האט קריטיק אויף די שטיקל, בין איך גרייט צו הערען, ווייל סוכ''ס איז עס נישט מיין סטראנג פוינט, נאר זייענדיג אונטערען אינפלוענס פון אלע פאעזיעס , האט זיך עפעס ארויסגעקאטשקעט......
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

א גראם מיט טעם האט געשריבן:בנוגע די לינק וואס האסט געשטעלט, די פוינטס זענען גוטע אבער די שטיקל וואלט איך נישט געריפען פאעזיע, ס'איז מער גראמעריש, משא''כ די טרער שטיקל איז געווען אבסטראקט ארט, עס פירט דעם מענטש צו עפעס העכערס, וואס ווען ער ענדיגט ליינען בלייבט די אטעם פארהאקט, דורשטיג פאר נאך....
כנלע"ד די חילוק פון פעאזיע און גראם, גראם סערווירט דיר א גרייטע טרי קורס מיעל, בשעת פאעזיע איז מער באפעט סטייל, ווי קען זיך אליינס קלויבען דאס מעסעדזש, למשל דאס וואס כ'האב געשריבען פאראיאר ביים פארמעסט,


@גראם איך גלייב נישט אז די מיינסט צי זאגען אז ס'איז א כלל ביי פעאזיע אז ס'מיז זיין געשריבען אויף א אופן אז ס'זאל זיין א אויסוואל צי קענען ארויס נעמען דערפוין עטליכע מעסעדזשע'ס... ווייל אז איינער שרייבט פעאזיע מיט א טאפיק לאמיר זאגען איינער באשרייבט די מצב וואס מען פילט ווען ס'שניי'ט וואס פארע אויסוואל פון א מעסעדזש קען מען און דעם מאכען?

סא עפעס אנדערש זע איך נישט און דיינע ווערטער, בלייבט מיר אום קלאר פארוואס די האלטס'ט אז די "האסט דו געפרעגט?" פאום קען נישט אריין גיין און די מהלך פון פאעזיע. אדרבה זאג מיר אויב כ'האב דיר נישט ריכטיג פארשטאנען.

יעצט לדעתי דארף פעאזיע זיין געשריבען אויף א אויפען וואס נעמט ארויס דער מענטש פון א צימצום, און פירט אריין און עפעס א אנדערע וועלט, העכערע ספערען.

ווי אויך האלט איך אז אויב ס'האט א מעסדזש איז עס אסאך א שטערקערע זאך. אכ'פ איך האב מער ליב אזאנע וואס האבען א און זיך א מעסעדזש ס'קיקט אויס אז מיט דעם ביסט דו מסכים.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

יעצט לגבי דיין פעאזיע מיז איך דיר זאגען אז ס'איז זייער שיין ווארעם און קינצלעך אבער כ'פארשטיי נישט אפאר שורות. מיינע הגאות זענען פאר דיר און די סגריים און באלד. (ביי נאך אנדערע שורות, האב איך וואס צי מעורר זיין אויב ביסט אינטערסירט) אדרבה זיי זיי מסביר. אבער לדעתי פעלט עס און שלימות ווייל ווי די וועלט זאגט א דזשאק וואס מען דארף מסביר זיין איז קיין דזשאק נישט. והי הדין הכא. ופשוט.
א גראם מיט טעם האט געשריבן:
פארטריבען, מיין טרוים. (פשט אז מען איז געווארען פארטריבען און גלות. פיין.)
געקליבען, פון בוים. (אבער ווי קימט דאס אריין? פארשטיי איך נישט.)
פארבליבען, איז קוים. (פארבליבען זענען קוים אביסעל יודן, מיינסט דו מסתמא.)
א טיר'ל אפען. (אבער דאך איז דא צי וועם זיך צי ווענדען. פיין)

געזינקען, האט עס. (פון די בית פארשטיי ממש גארנישט, וואס האט געזינקען?)
טרינקען, פון בלאטעס. (ווער געטרינקען און וואס געטרינקען?)
ווינקען, מיט פאטאס. (וואס מיינען די ווערטער? זעט אויס ווי ספאניש...)
פון מיר בלאפען. (ווער בלאפט פון וועם?)
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

איך באמערק יעצט אז די לינק וואס כ'האב געלייגט און די ערשטע תגובה איז נישט גיט, (און פארעכטען, האב איך נישט די אפשען) לייג איך דא נאך אמאל ארויף די גאנצע פאום. און לאמיר הערען ווער נאך ס'האט עפעס הארות אדער קריטיק וואס צי זאגען? און לאמיר הערען צו נאך איינער האלט אזוי ווי @גראם אז ס'קען נישט אריין גיין און די גדר פון פעאזיע, און אז נישט, נישט פארוואס?
האסט דו געפרעגט, די שומרים פון די גאסען?
וואס אויף די שטאט, זיי טיען אויפפאסען
אינגאנצען פארבלאנדזשעט, יעצט ביסט
די שכל, פארוואס נישט געניצט...

די קאנדאקטער, האסט דו געטיען פרעגען?

ווי די באנען גייען, ווייסט ער אלע וועגען
יעצט ביים סויף וועג, טיט מען שוין האלטען
פארוואס האסט דו ביז יעצט, געטיען ווארטען...

האסט דו געפרעגט, פון דעם שלאס מייסטער?
ווי אזוי צי עפענען, די טירען אלעס ווייסט ער
אינדרויסען, פארשפארט, יעצט די ביסט
דאס ביסעל מי, פארוואס נישט געניצט...

האסט דו געהערט, די מגיד שיער דעם קלארען?

ווי אזוי סברות, טיט מען צו פארען
פארפאסט האסט דו, דעם געלעגענהייט
און גמרא ווי אזוי צי האבען, א קלארקייט...

האסט דו די שילדען און מודעות, געטיען לעזען?
פארען פארן אויף, די שטרוזען און וועגען
ווי ביסט יעצט, קיין אנוינג די האסט
פארוואס האסט דו, דאס ציגעלאזט...

האסט דו געהערט, דעם מלמד מיטען בייטש?
ווען געוואלט האט ער, לערנען דיר טייטש
ביים עמוד יעצט, בושה'ס די כאפסט
ווייל דעמאלט'ס האסט דו, דיך זיך געפוילט...

האסט דו געפרעגט, פון דעם דור דער אלטען?

וואס דער אמאל, האבען זיי מיטגעהאלטען
אינגאנצען פארצווייפעלט, טיסט שפירען
ווייל די ווייסט נישט, ווי אזוי זיך צי פירען...
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
א גראם מיט טעם האט געשריבן:בנוגע די לינק וואס האסט געשטעלט, די פוינטס זענען גוטע אבער די שטיקל וואלט איך נישט געריפען פאעזיע, ס'איז מער גראמעריש, משא''כ די טרער שטיקל איז געווען אבסטראקט ארט, עס פירט דעם מענטש צו עפעס העכערס, וואס ווען ער ענדיגט ליינען בלייבט די אטעם פארהאקט, דורשטיג פאר נאך....
כנלע"ד די חילוק פון פעאזיע און גראם, גראם סערווירט דיר א גרייטע טרי קורס מיעל, בשעת פאעזיע איז מער באפעט סטייל, ווי קען זיך אליינס קלויבען דאס מעסעדזש, למשל דאס וואס כ'האב געשריבען פאראיאר ביים פארמעסט,


@גראם איך גלייב נישט אז די מיינסט צי זאגען אז ס'איז א כלל ביי פעאזיע אז ס'מיז זיין געשריבען אויף א אופן אז ס'זאל זיין א אויסוואל צי קענען ארויס נעמען דערפוין עטליכע מעסעדזשע'ס... ווייל אז איינער שרייבט פעאזיע מיט א טאפיק לאמיר זאגען איינער באשרייבט די מצב וואס מען פילט ווען ס'שניי'ט וואס פארע אויסוואל פון א מעסעדזש קען מען און דעם מאכען?

סא עפעס אנדערש זע איך נישט און דיינע ווערטער, בלייבט מיר אום קלאר פארוואס די האלטס'ט אז די "האסט דו געפרעגט?" פאום קען נישט אריין גיין און די מהלך פון פאעזיע. אדרבה זאג מיר אויב כ'האב דיר נישט ריכטיג פארשטאנען.

יעצט לדעתי דארף פעאזיע זיין געשריבען אויף א אויפען וואס נעמט ארויס דער מענטש פון א צימצום, און פירט אריין און עפעס א אנדערע וועלט, העכערע ספערען.

ווי אויך האלט איך אז אויב ס'האט א מעסדזש איז עס אסאך א שטערקערע זאך. אכ'פ איך האב מער ליב אזאנע וואס האבען א און זיך א מעסעדזש ס'קיקט אויס אז מיט דעם ביסט דו מסכים.

למשל ווען מ'באשרייבט שניי, און דו משל'סט אפ די שיינע ווייסע פאנאראמע , וועט אבער אין ריכטיגע פאעזיע זיין א חלק ליינער וואס וועלען ארויסנעמען עפעס פון די חלק פון ברעקעלעך פאלען,בשעת אנדערע וועלען נעמען א מעסעדזש אז ס'שיין ווילאנג ס'נישט צוטרעטען,ווידער אנדערע וועלען באקומען די איידיע פון קעלט פראסט גליטש און מאראסט,און ניטאמאל שפירען דעם שיינעם בילד וואס דו האסט אויסגעשפרייט,ווידעראום גראמען כאפט יעדער די זעלבע נקודה וואס דו ווילסט ארויס ברענגען, אין אנדערע ווערטער פאעזיע איז עפעס וואס דו קענסט אנקוקען פון זעקס זייטען אבער דאך נאך אלס נישט אן כאפען, ס'נישט ממשות'דיג.

דערפאר אין די שטיקל פון 'וואס האלטסטו' ליין איך אפ נאר וואס דו האסט געשריבען און גארנישט מער כ'קען נישט גיין טיפער און נישט נענטער, דו האסט געלייגט א מחיצה און איך זעה די זעלבע פיקטשער ווי דו, סאו סך הכל איז עס גראמען.

נאכאמאל דאס איז מיין מיינונג, און מ'מעג זיך דינגען.
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:יעצט לגבי דיין פעאזיע מיז איך דיר זאגען אז ס'איז זייער שיין ווארעם און קינצלעך אבער כ'פארשטיי נישט אפאר שורות. מיינע הגאות זענען פאר דיר און די סגריים און באלד. (ביי נאך אנדערע שורות, האב איך וואס צי מעורר זיין אויב ביסט אינטערסירט) אדרבה זיי זיי מסביר. אבער לדעתי פעלט עס און שלימות ווייל ווי די וועלט זאגט א דזשאק וואס מען דארף מסביר זיין איז קיין דזשאק נישט. והי הדין הכא. ופשוט.
א גראם מיט טעם האט געשריבן:
פארטריבען, מיין טרוים. (פשט אז מען איז געווארען פארטריבען און גלות. פיין.)
געקליבען, פון בוים. (אבער ווי קימט דאס אריין? פארשטיי איך נישט.)
פארבליבען, איז קוים. (פארבליבען זענען קוים אביסעל יודן, מיינסט דו מסתמא.)
א טיר'ל אפען. (אבער דאך איז דא צי וועם זיך צי ווענדען. פיין)

געזינקען, האט עס. (פון די בית פארשטיי ממש גארנישט, וואס האט געזינקען?)
טרינקען, פון בלאטעס. (ווער געטרינקען און וואס געטרינקען?)
ווינקען, מיט פאטאס. (וואס מיינען די ווערטער? זעט אויס ווי ספאניש...)
פון מיר בלאפען. (ווער בלאפט פון וועם?)

קודם כל האב איך שוין געשריבען דעמאלטס אז כ'בין נישט קיין מבין אין פאעזיע, נאר כ'האב עס געשריבען זייענדיג אין די גוסטע,
אבער אז דו פרעגסט שוין יא, אנשטאט אפטייטשען גלות, משל דיך אפ א מחשבה פון (לדוגמא בעלמא) א פארפאלק וואס ווארט שוין עטליכע יאר אויף א קינד, און יעדע חודש איז נאכאמאל דא אנטוישינג, אבער דער טיר כאטש ס'איז אפען גאר שמאל איז זי אבער דאך א אפענע,און דאס געט חיזוק ווייטער צו גיין, און יעצט ליין עס איבער און זעה אויב דו כאפסט די מעסעדזש .
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

פאעזיע איז ארויסברענגען דער פונקט, דער יסוד המחשבה פון די זאך און לאזן די מח פון די ליינער עס אויסברייטערן לויט זייער פארשטאנד.

עס איז נישט דאס באשרייבן אדער אפטייטשן א מחשבה, עס איז דער מחשבה זעלבסט.
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

כ'האב געשריבען א נייע פאום מיט דעם נאמען, "א שפאציר און גאט'ס נאטור" דא viewtopic.php?p=1166572#p1166572
איר קענט עפענען די לינק און א אנדערע טעב. און דא קאמענטירען.


איך וויל זייער הערען פון חברים עפעס קריטיק וועגען דעם פאום, אפאר זאכען וואס איז מיר און מחשבה, אבער עני אנדערע הגאות וועט זיין זייער זייער עפרישיעטעד.

מייןטרה איז מיט די אשכול, צו ברענגען אנדערע ווי איך, און נאך, וואס ווילען זיך אביסעל צו שארפען און די זאכען זאלען קענען הערען פון אנדערע חברים וואס קענען גיט די מלאכה.

איז אזוי, לאמיר הערען פון חברים און שטיבעל, קען דאס ווערען געריפען פאעזיע?

און וואס האלט איר וועגען די טאפיק? איז עס נישט אביסעל צי בארינג... ווייל נאטור איז א זאך וואס יעדע שרייבט וועגען, און אויך יעדע ארטיקעל הייבט זיך אן מיט נאטור!!
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

קודם כל wow, דאס הייסט א גאלדענע פעדער!! ס'ליינט זיך זייער געשמאק, וועגען דאס אז ס'רעדט פון נאטור איז נישט קיין פראבלעם, וויבאלד יעדער קוקט אן די וועלט מיט אנדערע גלעזער, און יעדער וויל ארויס ברענגען וויאזוי ס'אפקעטירט עם אויף זיין אופן, די אמאליגע מחברים פון פיוטים האבען אויך ארויסגעברענגט זייער התפעלות צו די בריאה ,און מ'קען אפי' האבען צוויי פיוטים אויפען זעלבען נושא נאר אין אנדערע ווערטער ,עניוועי קיעפ איט אפ!
לעצט פארראכטן דורך א גראם מיט טעם אום מיטוואך יאנואר 13, 2016 10:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

א גראם מיט טעם האט געשריבן:קודם כל wow, דאס הייסט א גאלדענע פעדער!! ס'ליינט זיך זייער געשמאק, וועגען דאס אז ס'רעדט פון נאטור איז נישט קיין פראבלעם, וויבאלד יעדער קוקט אן די וועלט מיט אנדערע גלעזער, און יעדער וויל ארויס ברענגען וויאזוי ס'אפקעטירט עם אויף זיין אופן, עניוועי קיעפ איט אפ!

שכח @גראם! און וואס טיט זיך מיט קריטיק? גארנישט? ......
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

אפשר אין ספעלינג פעהלט א תיקון..
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

מסכים איך טריי מיין בעסט. מיט די צייט אי'ה... ווער נאך, מיט עפעס קריטיק, הארות?
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

דא האט איר איר מיין נייע היינט געשריבענע פאום, מיטען נאמען "קוים שוין ציריק ירושלים" איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך האב שוין לאנג נישט געשפירט אזוי באגייסטערט נאכען שרייבען א פאום, ווי כ'האב געשפירט נאך די, איך ווייס נישט וואס... הגם וואס נישט יעדע שורה גראמט, און ס'איז נישט פערפעקט. שפיר איך עפעס זיער טיף און דעם, אדרבה אפשר קען מיר איינער מסביר זיין פשט?

viewtopic.php?f=3&t=27937&start=75#p1174512

עניווע לאמיר דערמאנען נאכאמאל דעם עולם, די אשכול איז געמאכט פאר הגאות אדער קריטיק! איז לאמיר הערען, וואס געפעלט אייך נישט און דעם פאום? איז דא עפעס א שורה, וואס איר האלט ס'מאכט נישט קיין סענס, אדער וואס?

קען די פאום, אריין גיין און די גדר פון פאעזיע, אדער ניין?
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

איך האב געכאפט א בליק און אפגעשריבען אייניגע הגהות וואס איך קלער. אין אלגעמיין איז דער פאעזיע נישט שלעכט (פון ספעלינג רעד איך נישט וואס דארף א תיקון גדול), מיט עטליכע שיינע שורות.

גאלדענע פעדער האט געשריבן:די הייליגע שטאט, ירושלים
די שטאט פון פראכט, ירושלים
די שטאט פון גאלד, ירושלים
אינזער קשר מיט גאט, ירושלים

קום שוין ציריק ירושלים....

די האפענונג פון דעם יוד, ירושלים
צי וואס מיר בענקען אזוי, ירושלים
איך פארגעס נישט פון דיר, ירושלים
מיט די שכינה צו זיין, ירושלים

קומט נישט אריין אין דעם סטראף (stanza). דא וואלט ענדערש געפאסט דעם לעצטע וועס פונעם פריעדיגען סטראף 'אונזער קשר מיט גאט' (וואס אגב איז אויך אביסעל נישט אין פלאץ פריער).

קום שוין ציריק ירושלים....

איר ערד איז מיט דיימאנטען געבענטשט, ירושלים
איר הימעל מיט א קאליר פון תכלת שיינט, ירושלים
אירע איינוואוינער מיט קדושה און פארכט, ירושלים
איר באדען איז מיט בערג געהאלדזט, ירושלים

איר ערד מיט דייאמאנטען געפלאסטערט
איר הימעל א טיפען תכלת
אירע איינווואוינער מיט קדושה איינגעהילט
איר באדען מיט בערג ארומגעהאלזט


קום שוין ציריק ירושלים....

א גאנצע נאכט איך וויין, ירושלים
צי מיין אלטער היים, ירושלים
איך קען מיך נישט טרייסטען, ירשלים
ווייל מיין הארץ איז ציבראכען, ירשלים

מיין הארץ איז צושאסען אויף פיצלעך
און קען קיין טרייסט נישט מקבל זיין

קום שוין ציריק ירושלים....


מיינע אויגן ווילען זעהן דיר זעהן, ירושלים
מיין הארץ וויל דיר שפירען, ירושלים
מיינע פיס ווילען צי דיר גיין, ירושלים
מיינע אויערען ווילען הערען, דיין געזאנג, ירושלים

מיינע אויגען ווילען דיך זעהן
מיינע הענט דיך אנטאפען
מיינע פיס אויף דיין באדען שפאצירען
מיין אויערען דיין געזאנג הערען

קום שוין ציריק ירושלים....
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
גין-גאלד
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 12:02 pm
לאקאציע: נישט אהער און נישט אהין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גין-גאלד »

די מומחים זענען געלאדענט אריינצוקומען אין בילד, (לשם מצוה...)

איך וויל זיך באדאנקן פאר מיינע עלטערן, פארן האלטן דאס איייניקל -מיין טאכטער תחי'- ביי זיי אינדערהיים, אין צייט וואס איז מיר געבוירן געווארן א קינד אין שטוב למז''ט ב''ה,
איך וויל אריבער שיקן עפעס, בייגעלייגט מיט א שיינע פאום, (איך וויל נישט אז די מתנה זאל זיין מרומז אינעם פאום), דא לייג איך וואס איך האב אפגעשריבן.

איך זוך נישט ס'זאל זיין פראפעשיאנעל, אבער איך בין גרייט צו הערן הגהות אויף זאכן וואס איר האלט אז מ'''מוז טוישן'', און ווי אויך ''אויבנאויף'' זאכן וואס מ'קען פארבעסערן.

מיט דאנק פון פאראויס.

אומבאגרעניצטע דאנק געפילן ווילן מיר אויסדריקן, אבער מיר זענען ווערטערלאז

גאנצע פיר וואכן האט ---- --- תחי' גענאסן פון זיידי און באבי'ס ווארימע היים, א מחי'

רעדן מיר שוין נישט פון די הילף אלעמאל צו יעדע צייט, וואו מען געבט זיך נאר א דריי

ווען עס פעלט זיך נאר אויס פונעם קלענסטן ביזן גרעסטן זאך, אן א שיעור און אן א ענד

יעצט ספעציעל די שטארקע הילף, ווען עס איז געבוירן געווארן למזל טוב ----- ----- נ''י

ס'האט איר גארנישט געפעהלט זייענדיג אין ענקער הויז, דאס איז באמת נישט קיין רבותא

נערונג און פרישע כוחות זאל זיך איר מאמע קענען אנשעפן, זענען ענק געווען גורם דערצו

דאנקן און דאנקן ווילן מיר ווי ווייט מעגליך, ---- --- תחי' וויל צו ענקער הויז נאכאמאל קומען

א ריכטיגער באצאלונג קען נאר השי''ת געבן, און מיר בלויז אויף א צעטעלע מ'גיבט א שרייב

נאר צו ווייזן וואס ליגט אין הארץ, און צו מיטלייגן א ברכה אויף הצלחה און סיעתא דשמיא

קיין ברכות מיר שפארן נישט, נאר מיר ווינטשן נאך שמחות געזונטערהייט מיט נחת לרוב

פארדינסטן גרויסע ברוחניות ובגשמיות, בקרוב בימינו ארויסגיין פון גלות אויף דער פריי
לעצט פארראכטן דורך גין-גאלד אום דאנערשטאג יוני 22, 2017 1:27 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
האלט! איידער איר זאגט אויס פאר אייער ''נאנטסטער חבר'' ווער עס פארשלייערט זיך אונטער אייער ניק, ביטע ליינט דא.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

גאר שיין!

(כ'וואלט געטוישט פון רבותא צו גוזמא)
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

זייער שיין
איך וואלט אריינגעלייגט גראמען אויך וואס גיבט א שטארקע געפיל
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
גין-גאלד
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 12:02 pm
לאקאציע: נישט אהער און נישט אהין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גין-גאלד »

לכאורה האט געשריבן:גאר שיין!

(כ'וואלט געטוישט פון רבותא צו גוזמא)

עקסעפטעד!, א דאנק!
---
סביב העולם האט געשריבן:זייער שיין
איך וואלט אריינגעלייגט גראמען אויך וואס גיבט א שטארקע געפיל

גערעכט אז מיט גראמען וואלט עס געווען ממש אן אנדערע זאך, אבער ס'וואלט מיר גענומען אסאך מער צייט צו שרייבן, ווייל איך בין נישט קיין מומחה,
און אין מיין סיטואציע האט נישט אויסגעפעלט ס'זאל זיין עפעס מורא'דיג, ממי' האב איך מיר באגעניגט מיט דעם.
א דאנק!
האלט! איידער איר זאגט אויס פאר אייער ''נאנטסטער חבר'' ווער עס פארשלייערט זיך אונטער אייער ניק, ביטע ליינט דא.
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

איר האט א ביזנעס קארטל?...

עמעיזינג שיין, הערליך און ריין, סיי הארץ שפראך, צו דער זאך און רייך.

דארפסט גארנישט טוישן, ס'פערפעקט. ספעשל באנוס, די שעפערישקייט פון אויפקומען מיט די גרויסע הויפט ווערטער רעכטס און לינקס, געניאל!


גין-גאלד האט געשריבן:די מומחים זענען געלאדענט אריינצוקומען אין בילד, (לשם מצוה...)

איך וויל זיך באדאנקן פאר מיינע עלטערן, פארן האלטן דאס איייניקל -מיין טאכטער תחי'- ביי זיי אינדערהיים, אין צייט וואס איז מיר געבוירן געווארן א קינד אין שטוב למז''ט ב''ה,
איך וויל אריבער שיקן עפעס, בייגעלייגט מיט א שיינע פאום, (איך וויל נישט אז די מתנה זאל זיין מרומז אינעם פאום), דא לייג איך וואס איך האב אפגעשריבן.

איך זוך נישט ס'זאל זיין פראפעשיאנעל, אבער איך בין גרייט צו הערן הגהות אויף זאכן וואס איר האלט אז מ'''מוז טוישן'', און ווי אויך ''אויבנאויף'' זאכן וואס מ'קען פארבעסערן.

מיט דאנק פון פאראויס.

אומבאגרעניצטע דאנק געפילן ווילן מיר אויסדריקן, אבער מיר זענען ווערטערלאז

גאנצע פיר וואכן האט ---- --- תחי' גענאסן פון זיידי און באבי'ס ווארימע היים, א מחי'

רעדן מיר שוין נישט פון די הילף אלעמאל צו יעדע צייט, וואו מען געבט זיך נאר א דריי

ווען עס פעלט זיך נאר אויס פונעם קלענסטן ביזן גרעסטן זאך, אן א שיעור און אן א ענד

יעצט ספעציעל די שטארקע הילף, ווען עס איז געבוירן געווארן למזל טוב ----- ----- נ''י

ס'האט איר גארנישט געפעהלט זייענדיג אין ענקער הויז, דאס איז באמת נישט קיין רבותא

נערונג און פרישע כוחות זאל זיך איר מאמע קענען אנשעפן, זענען ענק געווען גורם דערצו

דאנקן און דאנקן ווילן מיר ווי ווייט מעגליך, ---- --- תחי' וויל צו ענקער הויז נאכאמאל קומען

א ריכטיגער באצאלונג קען נאר השי''ת געבן, און מיר בלויז אויף א צעטעלע מ'גיבט א שרייב

נאר צו ווייזן וואס ליגט אין הארץ, און צו מיטלייגן א ברכה אויף הצלחה און סיעתא דשמיא

קיין ברכות מיר שפארן נישט, נאר מיר ווינטשן נאך שמחות געזונטערהייט מיט נחת לרוב

פארדינסטן גרויסע ברוחניות ובגשמיות, בקרוב בימינו ארויסגיין פון גלות אויף דער פריי
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
גין-גאלד
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 12:02 pm
לאקאציע: נישט אהער און נישט אהין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גין-גאלד »

מזל מידיע האט געשריבן:.

א גרויסן יישר כח פארן קאמפלימענט.
(און פארן אריינקומען אין בילד...)
האלט! איידער איר זאגט אויס פאר אייער ''נאנטסטער חבר'' ווער עס פארשלייערט זיך אונטער אייער ניק, ביטע ליינט דא.
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”