מיין עצה פאר טראמפ

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

מיין עצה פאר טראמפ

תגובהדורך צווייפעל » דינסטאג נובעמבער 03, 2015 11:08 am

(היות טראמפ פאלט לעצטנס, האב איך מורא אז די וואלן אשכול גייט ווערן  זייער ערנסט, דעריבער לייג איך עס אין פאברענגען.

מנהלים, אויב טראמפ פארט צוריק ארויף, ביטע דאס אהין לייגן צו די לעגיטימע נייעס)‏

דער עולם איז שטארק נישט באגיסטעט לעצטנס, מילד גערעדט.

טראמפ פאלט לעצטנס אין די פאללס  (וועלכע ביי דע וועי איך טראסט נישט).

עס איז נישט צום דערהייבן, די פאלסטערס האבן אים פשוט פיינט באקומען, נישט יושר'דיג, סגייט מיר נישט אריין אין קאפ, מען מוז עפעס זען צו טון, אויפשאקלען דעם קאמפיין.

דאנאלד פון זיין זייט האט לעצטנס אנגעהויבן צו שפילן א פאלשע מאסקע 'נארמאל', דאס אפיעלט אפשר צו עטליכע נערווען שוואכע יענקיס, אבער שטעלט ווייט נישט צופרידן די טראמפ לאגער.

אלע זאגן אז ער מוז קאמפיינען שטערקער, מער אגרעסיווער, אבער רבש"ע, וואס איז שייך שטערקער, ער שרייט דאך שוין יעצט מיט ביטערליכע קולות ווי א וואנזיניגער, ער האקט אויף יעדן מיט וואס ער קען נאר, וואס קען ער דען טון מער ? 

איך האב געקלערט פון א סמארט מאוו, וועלכע קען ערנסט טוישן דעם ריכטונג פונעם גאנצן קאמפיין.

ווי באוויסט, איז 'אויסזען' א וויכטיגע פאקטאר אין די אמעריקאנע פרעזידענטשאפט, די טראמפ קאמפיין איז אסאך געבויעט אויף דעם, טראמפ כידוע זעט אויס מורא'דיג, ספעציעל זיינע האר, זיי זעען אויס עפעס נישט מעלמא הדין, די אמעריקאנע יוגנט גייט ניסעלעך דערפאר, אבער זעט אויס אז קארסאן איז אויך נישט קיין מפיל קינד ווען עס קומט צו אויסזען, זיינע דיקע ליפן, און ווייסע ציינער, געקרייזלטע קליינע גרויע האר, איז אויך נישט אוועק צו מאכן, און עס דערקענט זיך לעצטנס היבש אין די פאללס (אין טראמפ לאגער איז אנגענומען אז דאס איז די מערסטע פראקטישע סיבה פארוואס קארסאן שטייגט- גיי פארשטיי א גוי'ס טעיסט).

ממילא צו קענען געווינען און גיין פאראויס, מוז טראמפ ענהענסן (-פארבעסערן) זיין אויסזעהן.

עס זאגט זיך אזוי גרינג, פארבעסערן זיין אויסזען, אבער גיוואלד, ווי איז דא ארט פאר פאבעסערונג, אפשר זאלער  זיך אנשמירן שווארץ ? אפשר זיך אפשניידן די לעגענדארע האר ?

נאכן פיל קלערן, און נאכן אויפשפילן אלע אפציעס, בין איך געקומען צו די החלטה אז די זאך וועלכע האט געברענגט ער זאל זיין הויך ביז איצט, די זעלבע זאך קען העלפן ער זאל צוריק שטייגן, די האר, ער מוז צולייגן נאך האר, ער זאל זיך לאזן וואקסן א בארד, וואס זאל לויפן אין די זעלבע ריכטונג ווי די האר פון אויבן.

שטעלט אייך פאר די הערליכע שפיציגע גאלדענע טשופ פון אויבן, אינטערגעבעט מיט א געלע שפיציגע בארד פון אונטן, און פון אינמיטן גיסן זיך פערלרייד, דאס וואלט דאך געווען עפעס הערליך, די אמעריקאנע חלום! 

איבעריג צו זאגן אז ווען די כינעזער  וועלן נאר דערזען זיין געפעקלטע בארדע מיט די ארויסגעשטארטע שפיצן, וועט זיי איינעמען דאס קדחת, און וועלן אפטראגן מיט די נשמה אין די הענד, צו די ווייטע האנט געמאכטע אינזלען.

('טראמפ לאז זיך וואקסן א בארד'-קאפי רייט טרעידמארק, יוסער אנדער לייסענס, צווייפעל - איי וועלט)

עס הערט זיך מאדנע? א קאנדידאט זאל זיך לאזן וואקסן א בארד אינמיטן א קאמפיין? וועט ער זיך בכלל וויסענדיג מאכן פון עפעס א נארישע צווייפעל בריוו ? 

הערט א שטיקל אינטערסאנטע היסטאריע.

עיברעהעם לינקאלן איז ארומגעפארן קאמפיינען איבער אמעריקע.

בשעת'ן קאמפיינען האט אים א 11 יעריגע מיידל (Grace Bedell) געשריבן א בריוו, ווי זי בעט אים אז הגם זי איז עפעס א ווילד פרעמד קליין מיידל, און ער איז אזא הויכגעשעצטער מענטש, בעט זי אז ער זאל זיך לאזן וואקסן א בארד, ווייל זיין מארדע (טשין) איז זייער מאגער, און אויב וועט ער זיך לאזן וואקסן א בארד וועט ער אויסזעהן בעסער, לינקאלן וועלכער האט פארשטאנען די נחיצות פון אויסזען גוט, (-עס איז געווען די ערשטע קאמפיין וואס דער פאלק האט געזען בילדער פון די קאנדידאטן)  האט זיך טאקע געלאזט וואקסן א בארד, און קיין וואשינגטאן איז ער אנגעקומען מיט א בארד, א דאנק עפעס א קליין מיידל !

(חילי איז מכובד אפצושרייבן באריכות די אינטערסאנטע שטיקל היסטאריע)

איך האלט אז טראמפ מיט א בארד, וועט אויסקוקן פיל בעסער, גרעסער, און מעכטיגער, טרעמענדיסער, און וועט איבערשטייגן קארסאן  פי כמה אין אויסזען.

איך קלער אים צו שרייבן א בריוו, און אויב וועט ער זיך וויסענדיג מאכן, וועט דאס אריינגיין אין די היסטאריע ביכער פון אמעריקע, אז א קליין שרייבערל פון איי וועלט האט געמאכט אז דער גרעסטער פרעזידענט פון די פאראייניגעטע שטאטן זאל זיך לאזן וואקסן א בארד!!


נ.ב., די בריוו פון די מיידל פאר לינקאלען האט זיך פארקויפט פאר אנדערהאלבן מיליאן דאללער פאר צוואנציג יאר צוריק, מיין בריוו פאר פרעזידענט טראמפ, וועט לכאורה זיין ווערד פי כמה, די ארגינאלע וועל איך פארקויפן, פאר אפפערס קען מען מיך קאנטאקטן.

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1376
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » דינסטאג נובעמבער 03, 2015 11:39 am

:lol: ;l;p-

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג נובעמבער 03, 2015 11:42 am

טראמפ גייט אליין קויפן די בריוו, און............... עס נישט געבן פאר די מידיע צו ווייזן.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג נובעמבער 03, 2015 11:44 am

!!!
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2185
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » דינסטאג נובעמבער 03, 2015 11:47 am

;l;p- ;l;p- ;l;p-
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דינסטאג נובעמבער 03, 2015 12:24 pm

Wow....

גוט געשריבן. און דער עיקר עס וועט אים צוריקגעבן דעם אימעזש, אז ער איז נישט נארמאל. א זאך וואס ער ברויך יעצט וויכטיג האבן..

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דינסטאג נובעמבער 03, 2015 1:24 pm

אמשל לך משל למה הדבר דומה...
1.JPG
קאפי רייט טרעידמארק, יוסער אנדער לייסענס, גערעכטער - איי וועלט...
הק' איש ימיני

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג נובעמבער 03, 2015 1:29 pm

צווייפעל האט געשריבן:(היות טראמפ פאלט לעצטנס, האב איך מורא אז די וואלן אשכול גייט ווערן זייער ערנסט, דעריבער לייג איך עס אין פאברענגען.

מנהלים, אויב טראמפ פארט צוריק ארויף, ביטע דאס אהין לייגן צו די לעגיטימע נייעס)‏

דער עולם איז שטארק נישט באגיסטעט לעצטנס, מילד גערעדט.

טראמפ פאלט לעצטנס אין די פאללס (וועלכע ביי דע וועי איך טראסט נישט).

...............


זיס ווי צוקער!
לעצט פאראכטן דורך לכתחילה אריבער אום דינסטאג נובעמבער 03, 2015 4:47 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג נובעמבער 03, 2015 1:30 pm

גערעכטער האט געשריבן:אמשל לך משל למה הדבר דומה...
1.JPG
קאפי רייט טרעידמארק, יוסער אנדער לייסענס, גערעכטער - איי וועלט...

וועעעעךךךךך
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » דינסטאג נובעמבער 03, 2015 1:31 pm

מיין עצה פאר צווייפל: שרייב נאך ארטיקלען... ביזט גוט!

אין אמת'ן גערעדט, טראמפ וואלט זיך שוין לאנג געלאזט וואקסן א בארד, ווען נישט ער האט מורא אז מען וועט אים פארטוישן מיטן 'רענט איז טו דעעם היי' קאנדידאט...

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » דינסטאג נובעמבער 03, 2015 1:39 pm

ברעקינג !!!!

א צייטונג אין 1966 שרייבט פאר אז דער פרעזידענט פון 2016 גייט זיך לאזן וואקסן א בארד !!!!!!!

http://paleofuture.gizmodo.com/donald-t ... 1723727969
צוגעלייגטע
beard.jpg
beard.jpg (96.15 KiB) געזעהן 3050 מאל
beard (244x260).jpg
beard (244x260).jpg (94.37 KiB) געזעהן 3162 מאל
לעצט פאראכטן דורך צווייפעל אום דינסטאג נובעמבער 03, 2015 2:50 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג נובעמבער 03, 2015 1:48 pm

גערעכטער האט געשריבן:אמשל לך משל למה הדבר דומה...
1.JPG
קאפי רייט טרעידמארק, יוסער אנדער לייסענס, גערעכטער - איי וועלט...

לאמיר זען ווי שנעל דאס וועט גיין וויירעל..
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דינסטאג נובעמבער 03, 2015 1:54 pm

נישט קיין וויץ, אז איינער וועט עס ארויפלייגן אויף סאשעל מידיא,דאכט זיך וועט עס אנקומען אין די גויאישע גאס.

צווייפעל, קענסט ערווארטן א קאל פון טראמפ..

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג נובעמבער 03, 2015 2:22 pm

גערעכטער האט געשריבן:אמשל לך משל למה הדבר דומה...
1.JPG
קאפי רייט טרעידמארק, יוסער אנדער לייסענס, גערעכטער - איי וועלט...

נעם עס אראפ פון דא איך האלט אונמיטן עסן פארעקעל מיר נישט
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דינסטאג נובעמבער 03, 2015 2:26 pm

איך האב עס ששוין ארויסגעשיקט אויפן וואסער לאמער זען ביז ווי ס'וועט אונקומען
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג נובעמבער 03, 2015 2:31 pm

אויסגערעכנט האט געשריבן:איך האב עס ששוין ארויסגעשיקט אויפן וואסער לאמער זען ביז ווי ס'וועט אונקומען

שלח לחמך על פני המים כי "ברוב" ימים ימצאך סא דאמלטס וועט ער שוין לאנג נישט זיין קיין קאנדידאט
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג נובעמבער 03, 2015 2:50 pm

צווייפעל האט געשריבן:ברעקינג !!!!

א צייטונג אין 1966 שרייבט פאר אז דער פרעזידענט פון 2016 גייט זיך לאזן וואקסן א בארד !!!!!!!

http://paleofuture.gizmodo.com/donald-t ... 1723727969

יעצט זאג מיר דעם ווארן אמת, אבער אין פנים אריין: וואס האט געפעדערט, דאס הינדל אדער דער איי?
האסטו געשריבן דעם גאנצן ארטיקל אין ליכט פון דעם צייטונגס אויסשניט וואס דו האסט ערגעץ וואו געפונען?

אזוי צי אזוי, ביסטו געוואלדיג. אייביג געווען, און ווערסט נאר בעסער.

און א דאנק פאר גערעכטער פארן ממחיש זיין דאס אומגעזעהנע...
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » דינסטאג נובעמבער 03, 2015 2:53 pm

לכאורה האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:ברעקינג !!!!

א צייטונג אין 1966 שרייבט פאר אז דער פרעזידענט פון 2016 גייט זיך לאזן וואקסן א בארד !!!!!!!

http://paleofuture.gizmodo.com/donald-t ... 1723727969

יעצט זאג מיר דעם ווארן אמת, אבער אין פנים אריין: וואס האט געפעדערט, דאס הינדל אדער דער איי?
האסטו געשריבן דעם גאנצן ארטיקל אין ליכט פון דעם צייטונגס אויסשניט וואס דו האסט ערגעץ וואו געפונען?

אזוי צי אזוי, ביסטו געוואלדיג. אייביג געווען, און ווערסט נאר בעסער.

און א דאנק פאר גערעכטער פארן ממחיש זיין דאס אומגעזעהנע...


די ארטיקל האב איך קודם געשריבן, כהאב נאר געסערטשט אפשר האט שוין איינער געמאכט א בילד פון אים, איז דאס ארויפגעקומען. און טאקע גערעכטער, טענקס פאר דיין בילד, טראמפ איט איז !!!

אוועטאר
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

תגובהדורך גלייכגילטיג » דינסטאג נובעמבער 03, 2015 3:24 pm

לאמיך אויך כאפן א פלאץ אין דיזן היסטארישן אשכול, וואס וועט ביז אפאר טעג זיין אין שפיץ פון אלוועלטליכן מידיע.

צווייפל, ביזט גוט! קיין צווייפל!

כ'זעה אז דו גייסט אין די פוסטריט פון יענעם צייטונג (אפשר וואשינגטאן פאוסט. כ'געדענקט שוין נישט) וואס האט אוועקגעפירט די טראמפ נייעס צו די קאמעדיע בלעטער.
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5669
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג נובעמבער 03, 2015 4:17 pm

צווייפל!!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1516
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דינסטאג נובעמבער 03, 2015 7:14 pm

@צווייפעל ביסט פיינע נייעס! געוואלדיג איז נישט דאס ווארט! ;l;p- און @גערעכטער נעם דיר אויך איין.

און בשם כל הקהל הקדוש הדן, ובשם וואט עווער, א זין פון וואט עווער, און איר, איר, איר אייניקל, ביז דעם וואט עווער הראשון (כא כאאא כאאא.. קרעדיט גאלדענע) וויל איך בעטען פון די געטרייע אחראים, אריין לייגען דיזע אשכול (קרעדיט אייוועלט שפראך) אינעם קרעטשע! שרייטס אלע נאך, אריין און קרעטשמע! אריין און קרעטשמע אריין! ואנו כל העם אמן!
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג נובעמבער 03, 2015 7:54 pm

א געהעריגע קרעטשמע ארטיקל. שוין אריבער פירן

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג נובעמבער 03, 2015 8:35 pm

געלעגער האט געשריבן:א געהעריגע קרעטשמע ארטיקל. שוין אריבער פירן

קען איינער מסביר זיין פאר די נייע ניקים, [יא עס שמעקט פאר די אלטע אז אונז האלט מיר זיך נייע] די חילוק פון קרעטשמע און פארברענגען?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7519
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג נובעמבער 03, 2015 8:40 pm

גערעכטער האט געשריבן:אמשל לך משל למה הדבר דומה...
1.JPG
קאפי רייט טרעידמארק, יוסער אנדער לייסענס, גערעכטער - איי וועלט...

צוויפעל ביסט טרעמענדיס...! @גערעכטער אפשר קען מען עס נעמען א טריט ווייטער, איך וויל זעהן א בילד ווי ער האט נאר די בארד מיט א גלאט הוילען קאפ...

home
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 20, 2012 10:23 pm

תגובהדורך home » דינסטאג נובעמבער 03, 2015 11:13 pm

It's huge


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 20 געסט