דיין בליק אויף אבאמא

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

דיין בליק אויף אבאמא

תגובהדורך אמביציע » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 11:31 am

דא איז אן אשכול וואס דער עולם וועט ארויס ברענגען זייער מיינאנג אמבאלאנג ''אבאמא''
לעצט פאראכטן דורך אמביציע אום דינסטאג אוגוסט 25, 2015 11:36 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 11:33 am

פארוואס נישט מאכן אן אנקעטע??
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 11:35 am

וואס א חילוק האט געשריבן:פארוואס נישט מאכן אן אנקעטע??

אזוי קען א יעדער אויסשמיסן זייער מיינאנג אויף אבאמא מיט א ברייטקייט וואס זיי האלטן וועגן עם, וואס זיי גלייכן פון עם און וואס נישט,.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 11:47 am

גיטע איידיע קיפ אן!

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 11:50 am

א געלונגענער מענטש מיט שטארקע אמביציע, געשליפן און ווייסט וויאזוי אדורכצופירן זיינע מיסיעס און וויאזוי זיך אדורכצוקומען מיט זיינע קעגנער

נ.ב. קען זיין א הארבער חשש פון לא תחנם, וצ"ע
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 11:52 am

בנימין הלוי האט געשריבן:א געלונגענער מענטש מיט שטארקע אמביציע, געשליפן און ווייסט וויאזוי אדורכצופירן זיינע מיסיעס און וויאזוי בייצוקומען זיינע קעגנער

נ.ב. קען זיין א הארבער חשש פון לא תחנם, וצ"ע

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 11:56 am

בנימין הלוי האט געשריבן:א געלונגענער מענטש מיט שטארקע אמביציע, געשליפן און ווייסט וויאזוי אדורכצופירן זיינע מיסיעס און וויאזוי זיך אדורכצוקומען מיט זיינע קעגנער

נ.ב. קען זיין א הארבער חשש פון לא תחנם, וצ"ע

פארגעסן איין ווארט, מיט שרעקליכער פרעשער אויף וועם ער ווארפט אן אויג ער רייסט און יענעם אריין זיינע נעגל און יענער קען זיך פון דארט נישט ארויס זען,.
דאס הייסט געטויגט? דאס הייסט פעניפאלירט,.
לעצט פאראכטן דורך אמביציע אום דינסטאג אוגוסט 25, 2015 12:07 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 12:01 pm

זייער טויגליך, ער האט געוואלט אוועקנעמען פון אמעריקע די "סופער-פאוער" סטאטוס.
ער האט עס דורכגעפירט 101% !
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 12:04 pm

שוועמל האט געשריבן:זייער טויגליך, ער האט געוואלט אוועקנעמען פון אמעריקע די "סופער-פאוער" סטאטוס.
ער האט עס דורכגעפירט 101% !

און קוק וויאזוי די וועלט קוקט אויס, און אנדערע וועטער זאגסטי אז ער איז אזא איינער וואס האט געוואלט אוועקנעמן די שטארקייט פון אמעריקע, דאס שיינט מער פאר א רוסישער פרעזידענט און נישט פאר קיין אמעריקאנער פרעזידענט,.

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 12:06 pm

בנימין הלוי האט געשריבן:א געלונגענער מענטש מיט שטארקע אמביציע, געשליפן און ווייסט וויאזוי אדורכצופירן זיינע מיסיעס און וויאזוי זיך אדורכצוקומען מיט זיינע קעגנער

נ.ב. קען זיין א הארבער חשש פון לא תחנם, וצ"ע

דאס איז שקר איך גלייב נישט אז אפילו "די קיל קעפיגע מיט די ווארימע הערצער" וועלען דאס זאגען
צום ענין האב איך שוין געשריבען אין די אנדערע אשכול
קינג כוסעין איז א ריזיגע נוקם ונוטר און מישט אריין אסאך זיין איגאו אין ערענסטע באשלוסען מען דארף נישט מאכען קיין גרויסע ריסערטש צאם צונעמען אלע ראיות

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 12:10 pm

זיינע מעלות

-א געלונגענער מענטש
-א גוטן פיסק און קען גוט דרייען מיט די צינג
-נישט קיין בעל גאוה און ווערט נישט אזוי שנעל באליידיגט.

זיינע חסרונות

-א שוואכלינג
-נישט קיין עכטער אמעריקאנער פאטריאט (עכ"פ נישט גענוג).
-נאיוו.

אנדערע שטריכען (נישט מעלות אדער דוקא חסרונות).


-ער איז א שחור
-האט גאר א לינקע וויזיע
-רעספעקטירט ווייניג מענטשען וואס האבן אן אנדערע מיינונג אדער אידעלאגיע אין אמעריקאנער פאליטיק.

ווען עס קומט צו אינערן פאליטיק איז ער גאנץ בחסד (עס איז באמת נישטא אזוי סך וואס א פרעזידענט קען אנמעסען אין לאנד, ער מוז צו אלעם צוקומען צום קאנגרעס).

אין אויסערן פאליטיק "א שטיק דעזעסטער" פון אנהויב ביזן סוף. אלס א גאווערנער וואלט ער גווען זייער גוטע. די נארישע יענקיס האבן עם אבער געגעבן דעם פרעזידענט בענקעל..

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 12:14 pm

נישט קיין בעל גאוה, און נישט רעספעקטירן די וואס האבן אן אנדערע מיינונג פון עם, שטימט נישט, ביידע זענען געקניפט און געבינדן,.

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 12:14 pm

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:זיינע מעלות

-א געלונגענער מענטש
-א גוטן פיסק און קען גוט דרייען מיט די צינג
-נישט קיין בעל גאוה און ווערט נישט אזוי שנעל באליידיגט.

זיינע חסרונות

-א שוואכלינג
-נישט קיין עכטער אמעריקאנער פאטריאט (עכ"פ נישט גענוג).
-נאיוו.

אנדערע שטריכען (נישט מעלות אדער דוקא חסרונות).


-ער איז א שחור
-האט גאר א לינקע וויזיע
-רעספעקטירט ווייניג מענטשען וואס האבן אן אנדערע מיינונג אדער אידעלאגיע אין אמעריקאנער פאליטיק.

ווען עס קומט צו אינערן פאליטיק איז ער גאנץ בחסד (עס איז באמת נישטא אזוי סך וואס א פרעזידענט קען אנמעסען אין לאנד, ער מוז צו אלעם צוקומען צום קאנגרעס).

אין אויסערן פאליטיק "א שטיק דעזעסטער" פון אנהויב ביזן סוף. אלס א גאווערנער וואלט ער גווען זייער גוטע. די נארישע יענקיס האבן עם אבער געגעבן דעם פרעזידענט בענקעל..

איך קריג מיך גאר שטארק אויף די באלד שורה בעיקר אויף די ווערט נישט אזוי שנעל באליידיגט

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1123
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 12:26 pm

ביטע טוישן קעפעל
דיין אויפברויז אויף אבאמא

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 12:32 pm

פאקטען האט געשריבן:ביטע טוישן קעפעל
דיין אויפברויז אויף אבאמא

"זיין" אויפברויז, און א צווייטענס הערצה..

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 12:55 pm

פאקטען האט געשריבן:ביטע טוישן קעפעל
דיין אויפברויז אויף אבאמא

פייניג נישט, עס איז א פאבליק פארום און די אשכול איז אפן זיך ארומצו'טענה'ן, אדרבה זאג עפעס זאכליך.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9638
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 1:02 pm

פאקטען האט דאך זייער זאכליך געזאגט, היות ס'איז דאך א פאבליק פארום און פריי זיך ארומצו'טענה'ן...

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 1:05 pm

ער קוקט דאס אהן ווי די פותח האשכול האט געעפנט פאר זיך, באמת וויל ער זעהן וואס דר'עולם האלט און זיך טענה'ן.

קאכעדיגע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

תגובהדורך קאכעדיגע » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 1:07 pm

משנה מקום האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:זיינע מעלות

-א געלונגענער מענטש
-א גוטן פיסק און קען גוט דרייען מיט די צינג
-נישט קיין בעל גאוה און ווערט נישט אזוי שנעל באליידיגט.

זיינע חסרונות

-א שוואכלינג
-נישט קיין עכטער אמעריקאנער פאטריאט (עכ"פ נישט גענוג).
-נאיוו.

אנדערע שטריכען (נישט מעלות אדער דוקא חסרונות).


-ער איז א שחור
-האט גאר א לינקע וויזיע
-רעספעקטירט ווייניג מענטשען וואס האבן אן אנדערע מיינונג אדער אידעלאגיע אין אמעריקאנער פאליטיק.

ווען עס קומט צו אינערן פאליטיק איז ער גאנץ בחסד (עס איז באמת נישטא אזוי סך וואס א פרעזידענט קען אנמעסען אין לאנד, ער מוז צו אלעם צוקומען צום קאנגרעס).

אין אויסערן פאליטיק "א שטיק דעזעסטער" פון אנהויב ביזן סוף. אלס א גאווערנער וואלט ער גווען זייער גוטע. די נארישע יענקיס האבן עם אבער געגעבן דעם פרעזידענט בענקעל..

איך קריג מיך גאר שטארק אויף די באלד שורה בעיקר אויף די ווערט נישט אזוי שנעל באליידיגט

ער קען זיך גאר גוט איינהאלטען ביז ס'קומט די פאסיגע צייט זיך נוקם צו זיין

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 1:16 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:פאקטען האט דאך זייער זאכליך געזאגט, היות ס'איז דאך א פאבליק פארום און פריי זיך ארומצו'טענה'ן...

וואס האט זאכליך געזאגט?
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9638
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 1:20 pm

אז אבאמא האט איין מעלה...

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 1:21 pm

העכער די זיבעציג און די זכרון דינט אים ווי א אינגערמאן!

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 1:25 pm

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:ווען עס קומט צו אינערן פאליטיק איז ער גאנץ בחסד (עס איז באמת נישטא אזוי סך וואס א פרעזידענט קען אנמעסען אין לאנד, ער מוז צו אלעם צוקומען צום קאנגרעס)

נישט ממש ריכטיג ווען מ'"האט א פען" ווי יר"ה, און מ'האלט אין איין אווערריידן במישרין ובעקיפין...
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 1:33 pm

אמביציע האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:זייער טויגליך, ער האט געוואלט אוועקנעמען פון אמעריקע די "סופער-פאוער" סטאטוס.
ער האט עס דורכגעפירט 101% !

און קוק וויאזוי די וועלט קוקט אויס, און אנדערע וועטער זאגסטי אז ער איז אזא איינער וואס האט געוואלט אוועקנעמן די שטארקייט פון אמעריקע, דאס שיינט מער פאר א רוסישער פרעזידענט און נישט פאר קיין אמעריקאנער פרעזידענט,.

הער איך דיין טענה, אבער דארפסט פארשטיין ער טוט עס נישט סתם אזוי נאר דאס איז די באזיס וואס שטיצט אונטער זיין אויסערן פאליטיק פאלעסי ווי איראן וכדו', ער גלויבט אמעריקע קען זיך בעסער דורכקומען ווען זי איז נישט די איינציגסטע וועלט פאליסמאן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 1:36 pm

בדרך כלל האט ער געטון וואס ער האט צוגעזאגט, די וואס האבן געשטימט פאר אים, האבן ערווארטעט די רעזולטאטן, נאך בוש, האט רוב אמעריקע דאס געוואלט, אין אויסערן פאליטיק ארבעט דאס פשוט נישט, (פארשטייט זיך אז בוש'נס מהלך איז אויך נישט גוט).

א נוקם ונוטר ? נישט ספעציעל, נישט ערגער ווי יעדער גוי, כמיין א צווייטער וואלט טויזנט מאל מער צוגעפאכעט נתניהו פאר זיין חוצפה, איך קוק אים גראדע אן פאר א שטארק געדולדיגער (בוש למשל האט געטון ערגערע זאכן אלס נקמה, איך האלט אז ער איז נאר אריין אין איראק אלס נקמה).

ער איז א שוואכלינג בנוגע אויסערן פאליטיק, נישט אז בוש וואלט אנדערשט באהאנדעלט רוסלאנד ווי אים, נאר זיין שפראך איז שוואך, למשל, ווען איראן האט אראפגעצווינגען א אמעריקאנע דראון, אנשטאט איינצופאקן, האט ער עס איידלערהייט צוריקגעבעטן... ווער געדענקט.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גם אני און 20 געסט