ווער וויל נישט זיין קיין מיליאנער

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 11:42 pm

ווער וויל נישט זיין קיין מיליאנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פר בן בקר »

א גוטע וואך! זרענו וכספנו ירבה כחול, נאך פורים מ'האט אויסגעטיילט אסאך געלט אויף צדקה און אויף אלע מצוות היום יעצט איז צייט צוריק צוגיין ברענגען פרנסה און מאכן אפאר דאללער (ס'קומט שוין באלד פסח).

איך וויל אדורך טום מיט די עולם א געדאנק וועגען לאטאריס

אין די עולם הלאטארי איז דא עטליכע וועגען ווי אזו צוצוגיין.
1 אז מקויפט יעדעס וואך אפאר שטיק, און ווען די יצר שטופט קויפט מען שוין צו נאך אפאר.
2 אז מק'ויפט קיינמאל נישט, סייווי איז דאך נאר א מיליאנצטיל % אז איך גיי געווינען, לאז דיך אפ מיט די לופט געשעפטען, ווען מ'קויפט מיט דעם שווער אויס געהארעוועט'ן דאללער א דעניש האט מען זיכער הנאה געהאט.
3 אז ווען מ'הערט אז די סכומים גייען ארויף אין די הינדערטער מיליאנען און אלע רעדן דערפון, פאלט מען אדרוך און מ'האנדלט זיך איין איינס, (אבער נישט מער ח"ו, איך בין דאך נישט קיין געמבלער, איך ווייס אז איך גיי נישט געווינען, אבער זיך צו לאזן דמיונע'ן אפאר טעג אז איך גיי זיין ראטשילד איז מיר אויך ווערט 1 דאללער).

פאלט מיר איין א געדאנק וואס וועט געבען פאר'ן מענטש אסאך מער טשענסעס אז ער גייט געווינען, און אלס ווייטער פאר די נישטיקער פאר דאללער, דהיינו איך וועל מפרסם זיין אז מ'קען זיך איינשרייבן ביי מיר, און ווערען א מעמבער (פאר סה"כ 5 דאללער א יאר), און איך וועל קויפען במשך'ן יאר 100 לאטאריס פאר אלע מעמבערס בשותפות.
דאס הייסט אז יעדעס מאל די לאטארי גייט ארויף צו 100 מיליאן דאלער קויף איך א לאטארי צעטל פאר אלע צוזאמען, און אויב בעז"ה מ'געווינט באקומט יעדער איינער 1 מיליאן דאללער (אין פאל וואס די גרופ האלט ביי 100 מענטשען), קומט אויס אז דורך איין יאר וועט יעדער מעמבער האבן 100 טשענסעס צו ווערען א מיליאנער. הפלא ופלא.

איך וועל פארדינען 400 דאללער אויף די געשעפט, ווייל מעמבערשיפ איז 5 דאללער א יאר אין איך קויף נאר 100 לאטאריס א יאר.
יעדער מעמבער וועט האבן אסאך מער מעגיכקייטן צו אנקומען צו עפעס.

כדי צו קלאר מאכן אז דאס איז נישט סתם א דריידל נאר א פארלעסליכע זאך וועל איך ארויס שיקן יעדעס וואך א פיקטשער פון די לאטארי צעטל נאך פאר ס'שפילט די לאטא, וועט יעדער זיך קענען אליין איבערצייגען אז ס'איז אויסגעהאלטען.

מיין שאלות צום עולם איז נאר, איז די פלאן אוסגעהאלטן סוחר'יש? און איז עפעס איליגעל דא? דארף איך זי עפעס באווארנען? איז דא עצות בעסער צו מאכען דעם פלאן?
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך private »

איין עצה האב איך פאר דיר ״גיי ארבעטן״. אה ס׳זונטאג, סארי.
אוועטאר
אורייתא
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 13, 2013 2:33 pm
לאקאציע: בד' אמות של הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורייתא »

א גוט מארגען עס איז א גוטע גידענק און נאכדערצו מיט די חבירים פונעם וועלטעל און עס איז א לגעטימע געדאנק וואס א סאך חבורות מאכן איל האב נישט. לאנג צרוק זיך באגעיגענט מיט א מעשה און. 2014 פון א גרופע ארבייטערס וואס האבען געווינען א שיינע סכום איך וועל פראבירען אפירקראצען יענעם ארטיקעל שפעטער
אורייתא וישראל חד הוא
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

פיר הונדערט דאללער א יאר איז זייער א שיינע פרנסה. כ'זע נישט וואס ס'קען זיין ראנג.
אוועטאר
ירמי'
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירמי' »

ידיד האט געשריבן:פיר הונדערט דאללער א יאר איז זייער א שיינע פרנסה. כ'זע נישט וואס ס'קען זיין ראנג.

זיי אים נאכנישט מקנה, ס'וועט זיין ביזנעס עקספענסעס אויך...
!
ענדליך...
אוועטאר
לאנגווייליג
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 8:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנגווייליג »

קודם ישר כח, איך בין מסכים צו זיין די ערשטע מעמבער.

נאר אפאר שאלות
1) וויאזוי קען איך דיר באצאלען אן גילוי ח"ו?
2) די לאטערי גייט ארויף העכער 100 מיליאן דאלער 100 מאל אין א יאר?
3) אין פאל אונזער קבוצה וועט געווינען וועט זיין א MEGA גילוי פין 100 אייוועלט מעמבערס...
אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 11:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פר בן בקר »

ירמי' האט געשריבן:
ידיד האט געשריבן:פיר הונדערט דאללער א יאר איז זייער א שיינע פרנסה. כ'זע נישט וואס ס'קען זיין ראנג.


פון איין קבוצה פון 100 מענטשען פארדין איך 400 דאללער, און איך מאך נאך א קבוצה און נאך איינס.......

זיי אים נאכנישט מקנה, ס'וועט זיין ביזנעס עקספענסעס אויך...


למשל??????.

נאר אפאר שאלות
1) וויאזוי קען איך דיר באצאלען אן גילוי ח"ו?
2) די לאטערי גייט ארויף העכער 100 מיליאן דאלער 100 מאל אין א יאר?
3) אין פאל אונזער קבוצה וועט געווינען וועט זיין א MEGA גילוי פין 100 אייוועלט מעמבערס...

עס דארף בכלל נישט זיין מצומצום אויף אונזערע וועלטל, מ'קען גיין ווארלד ווייד
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1920
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

זייער א גוטע עצה, אבער...

1) לאמיר זאגען אז די לאטערי גייט זיין הונדערט מיליון דאלער, קומסטו אהיים נאר מיט 60 מיליון (נאר א משל) ווייל א גרויס חלק גייט פאר טעקס.

2) דעיס קענסטו נאר טוהן מיט די מעגא וואס קאסט נאר 1 טאלער משא"כ די פאwער קאסט 2 טאלער.

3) די מעגא גייט נישט צופיל מאל ארויף צו 100 מיליון, טאקע וועגן דעים ווייל ס'קאסט נאר 1 טאלער.

4) איך פלעג עס מאכען אין מיין שטיבל, איעדער פלעגט געבען איין דאלער און איך האב געקויפט מער פון הונדערט לאטעריס, אויב מען האט געוואונען $50 איז געוועהן א שטיקל פראבלעים...
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

פאר פיר הונדערט דאלער א יאר לוינט נישט (וע"ע בדברי הרב זינגער אויב ס'איז בכלל רעאליסטיש...).

ווידעראום מיט מער מענטשן (בלשונך: ווארלדווייד) וועסטו שנעל אריינפאלן און פארפלאנטערטע לעגאליטעטן/סכסוכים, אווערהעד וכדו', לוינט זיך ווייטער נישט!

private האט געשריבן:איין עצה האב איך פאר דיר ״גיי ארבעטן״.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
purple knish
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 8:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך purple knish »

די עצה איז קריעטיוו און גענוצט דעם קאפ (אלעמאל א געוואונטשענע זאך)

בכגון דא אמרי' "חילך לאורייתא" (לפרנסה)

נישט בתורת אוועקמאכן נאר בתורת קאמפלימענט
אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 11:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פר בן בקר »

זינגער האט געשריבן:זייער א גוטע עצה, אבער...

1) לאמיר זאגען אז די לאטערי גייט זיין הונדערט מיליון דאלער, קומסטו אהיים נאר מיט 60 מיליון (נאר א משל) ווייל א גרויס חלק גייט פאר טעקס.

ס'איז נאך דא כדי חלוקה. ווען יעדער איינער טוט דאס אליין דארף ער דאך אויך צאלען טעקס
2) דעיס קענסטו נאר טוהן מיט די מעגא וואס קאסט נאר 1 טאלער משא"כ די פאwער קאסט 2 טאלער.

גערעכט. אבער מ'קען אפמאכן אז מ'קויפט די פאור באלל אויך
3) די מעגא גייט נישט צופיל מאל ארויף צו 100 מיליון, טאקע וועגן דעים ווייל ס'קאסט נאר 1 טאלער.

מ'קען אפמאכען אז מ'קויפט מער פון איין טיקעט, דהיינו אז יעדעס חודש למשל קויפט מען 9 טיקעטס, און פאל אז די חודש איז נאכנישט אויסגעקומען 9 לאטאריס, וועט מען קויפען סוף חודש 9 טיקעטס פון די זעלבע לאטארי

4) איך פלעג עס מאכען אין מיין שטיבל, איעדער פלעגט געבען איין דאלער און איך האב געקויפט מער פון הונדערט לאטעריס, אויב מען האט געוואונען $50 איז געוועהן א שטיקל פראבלעים...
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”