טאגבוך פון מיין טראסק

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

טאגבוך פון מיין טראסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

קאפיטל 1

מוצאי שבת איז דא א טבע ביי מענטשן צו גיין שלאפן שפעט, בפרט אויב מען האט זיך פיין אויסגערוהט דעם נאכמיטאג בעפאר, אדער מען האלט נאך א פולע מלוה מלכה... האב איך דעם פארלאפענעם מוצאי שבת קודש פרשת וארא גענומען זאכן רואיג, און פארברענגט אין שטוב ביז ארום האלב נאך איינס, ווייל קיינער טרייבט מיך נישט צו גיין שלאפן פריער. מיין טעגליכע שיעור הייבט זיך אן ארום 9 אזייגער. ווינטער ווען דער סוף זמן תפילה איז פריה פרוביר איך טאקע צו האלטן 9 אזייגער נאכן דאווענען, אבער צו דעם איז גענוג אויפצושטיין ארום 7:00, ווען איך שטיי סייווי אויף צו וועקן מיינע גרויסע.

למעשה בין איך אויפגעשטאנען אביסל שפעטער ווי 7, און זאכן האבן זיך אנגעהויבן פארשלעפן ביז איך האב אנערקענט אז איך וועל מוזן לערנען דעם שיעור בעפאר תפלת שחרית. האב איך מיך שוין נישט געיאגט, און פארלאזט דאס הויז ארום האלב ניין. איך האב נאך עספיהט צו הערן אויף קול מבשר בולעטין אפטיילונג אז די וועטער אינסטאנצן זאגן פאר א פארפרוירענע רעגן אויף די פארטאגס שעות ביז אכטע צייט, איך האב נישט גע'חלומ'ט אז דאס האט עפעס מיט מיר...

ארויסגייענדיג פונעם טיר צו די גאס, האב איך געזען אז עס רעגנט, האב איך שנעל ארויפגעצויגן דעם פלאסטיק אויפן היט און ווייטער שפאצירט. ביים ווינקל פון די גאס שטעלט מיך אפ א שכן און ווארנט מיר צו היטן די טריט ווייל עס איז אזוי גליטשיג אז "מען קען זיך צושפלעטערן דעם קאפ" רח"ל. איך האב צוגעשטימט, האבנדיג אליין געשפירט דאס זעלביגע פון די פאר טריט וואס איך בין דערווייל אפגעגאנגען.

איך האב אריבערגעקראסט פון מיין גאס צום קומענדיגן גאס, און באשלאסן צו שפאצירן ווי נאנטער צו די הייזער אויף די אנדערע גאס, ווייל דאס ערשטע הויז האט אן אונטערערדישע הייצונג סיסטעם וואס צולאזט די שניי ווי נאר עס לאנדעט, און נאך אסאך הייזער איבער דעם גאס האבן גרויסע פארטשעס פון פארנט, וואס לאזט איבער א טרוקענע שטיקל ערד הארט פארנט פון די הייזער, וועט מען זיך דארפן אביסל ווייניגער גליטשן.

נאכן אדורכגיין אלע אידישע הייזער אויפן בלאק, קום איך אן צו א גוי'איש הויז וואו דער בעל הבית שטייט אינדרויסן און זאלצט מיט אייפער כדי די מענטשן זאלן זיך נישט אויסגליטשן. דער מענטש האט אזאנס געלאכט, ממש ווי א גוי... ער האט נישט געקענט צו זיך קומען פון געלעכטער, און איך האב נישט געכאפט דעם וויץ. נאכן טראסקענען ביים געביידע דערויף האב איך געקלערט אז אע"ג דאיהו לא חזי מזליה חזי, פון הימל האט מען אים געמאכט לאכן אויף דעם בעפארשטייענדן טראסק וואס איז ערווארטעט דורך מיר, א שטייגער צו זאגן "דער מענטש טראכט און גאט לאכט", אבער שפעטער האב איך געהערט אז ער האט 'נאך' געלאכט פון דעם פריערדיגן נפילה וואס א אינגערמאן האט געכאפט באותו מקום מיט א פישוט ידים ורגלים אקוראט ווי מיר, ער האט נאר געהאט מער מזל און זיך געקענט אויפהייבן און גיין ווייטער.

איך גיי ווייטער און פרוביר צו שטעלן פעסטע און זיכערע טריט, לייגנדיג דאס גאנצע שווערע געוויכט פונעם קערפער אויף יעדן טריט און טריט כדי צו פארמיידן א גליטש, אבער דאן האט דאס פאסירט...

דער לינקער פוס האט געכאפט א גליטש צום רעכטן זייט, זינט דער סיידוואלק איז געגאנגען שיעף אראפ פונעם הויז צום גאדער, נישט האבנדיג קיין שטיצע אונטער זיך איז דער גאנצער קערפער אראפגעפאלן און באטראפן דעם לינקן פוס, צוברענגנדיג א שווערן זעץ דערויף וואס האט גענצליך איבערגעבראכן די צוויי ביינער וואס לויפן צווישן דעם קניה און קנעכל.

הערנדיג דעם קראך און שפירנדיג דעם צעטיילונג האב איך תיכף ומיד געוואוסט מיין שיקזאל... דאס איז עס, איך גיי שוין נישט יעצט ווייטער אין בית המדרש. איך האב אויסגעשריגן צום ערשטן אינגערמאן וואס האט אדורכגעוואקט אויף די גאדער "ר' איד, רוף הצלה". יענער איז א פרומע אינגערמאן, קוים וואס ער האט זיך אפגעשטעלט קוקן... שפאצירנדיג ווייטער האט ער אנגערופן די חברה הצלה און זיי איבערגעגעבן דעם גאס נאמען.

אינדערצווישן האבן נאך עטליכע פארבייגייער מיך באמערקט אויף דער ערד, איינער פון זיי איז נארוואס געליגן אויפן זעלבן פלאץ. איך האב יענעם מכבד געווען אויפצוהייבן מיין טלית ותפילין זעקל וואס האט געלאנדעט א הויז אהינציר. פון א צווייטן שכן האב איך געבארגט א טעלעפאן אהיימצורופן דערציילן דעם מצב, זינט איך האב נישט געקענט צוקומען צום טעלעפאן וואס איז געליגן אין מיין לינקע הויזן טאש וואס איז געווען איבערגעדעקט מיט א רעקל און מאנטל און יעדע ריר דאס צו טוישן איז געווען יסורים.

אין גאר קורצע מינוטן איז אנגעקומען דער ערשטער הצלה וואלונטיר, דער אינגערמאן האט פרובירט לייגן אייז פעקלעך אויפן וואונד, אבער מיט יעדע טריט צווישן די קאר און מיר האט ער אליינס געגליטשט, און דאס זעלביגע איז אמת געווען מיט אלע ביישויער וואס האבן פרובירט צו העלפן, עס איז געווען ממש איום ונורא, מען האט נישט געקענט שטיין גראד אן זיך אנכאפן אויף עפעס... דער הצלה אינגערמאן האט פארגעשלאגן איך זאל מיך אריינזעצן אין זיין קאר און דארט ווארטן אויפן אמבולאנס, ווייל די חברה הצלה איז צו פארנומען געווען מיט מערערע פאציענטן און עס וועט געדויערן א וויילע ביז א 'באס' קומט אן. איך האב אבער געהאלטן אז זיצן אויף דער קאלטער נאסער ערד אונטער א פראסטיגע רעגן קומט מיר אן לייכטער ווי טוישן פאזיציע מיט דעם צובראכענעם פוס.

ברם יזכרו לטובה די אלע געטרייע שכנים וואס זענען געבליבן אויפן ארט פונעם נפילה ביזן אריינגיין אין שפיטאל, איינער האט געהאלטן א שירעם איבער מיין קאפ, א צווייטער האט בארוהיגט, אנדערע האבן ארויסגעוויזן מיטלייד, אפילו א באס מיט קינדער וואס איז פונקט אדורכגעפארן האט זיך אפגעשטעלט און איך האב געוויזן לחיים פארן דרייווער און די קינדער...

דער ראדיא סיסטעם פון די חברה הצלה איז געווען צו אנגעשטרענגט, האט דער וואלונטיר געמוזט אריינרופן דורך זיין געווענליכע טעלעפאן צום דיספעטשער צו בעטן אן אמבולאנס.

נאך א ווארטעניש פון א שיינע פאר מינוט איז ענדליך אנגעקומען דער אמבולאנס, דא האט זיך אנגעהויבן א דין ודברים וויאזוי מיך אריבערצוזעהן פון דער קאלטער נאסער ערד צום אמבולאנס בעטל. אלע אנוועזנדע האבן געמוזט צולייגן א האנט, און מיט דעם אלעם האט מען נאך געברויכט סייעתא דשמיא אז דער בעטל זאל זיך נישט אוועקגליטשן מיטן אייז...

ווילאנג מען האט זיך מסדר געווען אינעם אמבולאנס, האט די משפחה געהאט צייט זיך מסדר צו זיין. די געטרייע חברי הצלה האבן פארגעשלאגן צוצופארן צום הויז און אפנעמען די בני בית כדי מיטצוקומען אין שפיטאל. דאן איז מען געפארן גלייך צו בית ישראל שפיטאל אין מאנהעטן, זינט "דזשוינט דיזיס" פארמאגט נישט קיין עמערדזשענסי רום און נעמען נישט אן אלע סארט אינשורענסן.

המשך יבא אי"ה
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

אה, די טאגבוכער סעריע איז הער, ווערי עקסיידינג

די שפראך, די פעדער, דיו אילו ימים, זאנע זאפטיגע שפראך אז כגיי ניסלעך (די גרויסע אגוזים מיינעך) דערפאר
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

שרעקליך!!! אלעס טראסקעט!
די געלט, די שכל, די עקאנעמי, די אייוועלט שרייבערס...
וואס דא גייט נארנישט פאר!

די שפראך איז מתוק מתוק! יעדע דעטאל אזוי פונקטליך צי געדענקען (אדער מאכן נייע אויפ'ן פלאץ... הא? וואס זאגט איר? ס'יא פונקטליך? זאג, איר האט עדות אז ס'איז טאקע אזוי געווען?! הא?).

א דאנק פאר די פיינע (נעבעך...) ווארע! מיר לעזען מיט דורש ביינעזאם. יעפ, אויך שפאנונג איז דערביי מיט אונז.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

זאפטיג זיס אראפגעלייגט א ביטערע מצב
כרם
שר האלף
תגובות: 1146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרם »

לכאורה, איך שפיר דיין ווייטאג
חסדי ה' אז די גראבע פינגער (tumb) פין דיין לינקע האנט איז נישט געשעדיגדט געווארן
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פארוואס פונקט די דיקע פינגער פונעם לינקן האנט?
איך דאנק אויף אלע רמ"ח און שס"ה וואס זענען געבליבן גאנץ נאך די נפילה
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8609
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

דוכט זיך בעומק כוונת כרם, אז איר זאלט קוקן צו עס איז טאקע נישט צובראכן אין אזוי ארויף זאלט איר זיך אליינס געבן דעם פארדינטן גרינעם.
יעצט טוט עס צוויי מאל... איינס פאר כרם און איינס פאר מיר.

א געשמאקע שפראך פארמאגט איר
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
כרם
שר האלף
תגובות: 1146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרם »

אוודאי דארף מען דאנקן אויף יעדע אבר
אבער די טאמב איז דאך דיין סימבאל פאר לכוארה :lol:
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

געשמאק און זיס אראפגעלייגט, מאייז יצא מתוק..
לעצט פארראכטן דורך שוועמל אום מוצ"ש פעברואר 07, 2015 8:41 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

אוטש.... נפלה לא תוסיף, מער קיינמאהל נישט האבן קיינע נפילות, קום בתולת ישראל.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

שרייב נאך ר' כוירע, נעקסטיים ברענג פרייליכערע מעשיות
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 3:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והנה און נון »

אויסערן מיניסטער האט געשריבן:שרייב נאך ר' כוירע, נעקסטיים ברענג פרייליכערע מעשיות
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אויף וויפיל ס'שייעך זאגעך ישר כח פאר די הנאה פון אזא גוט געשריבן שטיקל. ס'איבריגע חלק, זאלסטע האבן אפגעקומען אלעס פאר זיך און פאר די דורות.

נאר איין פראגע, האסטע געמאכט נאטיצן די גאנצע צייט? כ'מיין וויאזוי געדענקט מען אלעס?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

כרם האט געשריבן:אוודאי דארף מען דאנקן אויף יעדע אבר
אבער די טאמב איז דאך דיין סימבאל פאר לכוארה :lol:

יעצט כאפ איך... נאכן זאגן קלאר פארשטיי איך אויפן ווינק
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

קאפיטל 2

דער הצלה אמבולאנס האט זיך געשלענגלט איבער די אייזיגע גאסן פון ניו יארק סיטי, און איך בין געליגן אויפן בעטל מיט איין הצלה אינגערמאן אויף די רעכטע זייט און מיין חשוב'ע בני בית אויף די לינקע זייט. מר. הצלה-מאן האט די גאנצע צייט געפירקלט אויף א לאנגע פראגע בויגן און פון צייט צו צייט מיר געשליידערט א פראגע וועגן מיין מעדעצינישע היסטאריע און אלערדזשיס און דאס גלייכן. דער אמבולאנס האט זיך געווארפן און ביי יעדע אזא באמפ האב איך געדארפט פארבייסן די ליפן און נישט אויסשרייען צוליב די שמערצן פונעם צובראכענעם ביין וואס האט נישט געהאט קיין מנוחה.

ווען מען איז אנגעקומען צום שפיטאל האט שוין נישט גערעגנט, די חברי הצלה (דער דרייווער מר. פלוני און דער מיטפארער מר. אלמוני) האבן ארויסגעשלעפט דעם בעטל און איך האב מיך געשפירט ווי א רבי וואס ווערט געפירט דורך חסידים... פרובירנדיג צו האלטן דעם שטימונג אויפגעהייטערט, האב איך געוויזן פאר די גרויע בנינים איבער מיין קאפ "לחיים"... ביז זיי זענען פארשוואונדן געווארן ווען מען האט מיך ארויפגעפירט דעם רעמפ צום עמערדזשענסי אריינגאנג.

דער אריינגאנג איז זייער באקאנט פאר מיר, רוב פון מיינע קינדער זענען געבוירן געווארן אין בית ישראל, און יעדע מאל בין איך אריינגעקומען דורך דעם אריינגאנג, אבער דאס איז דאס ערשטע און האפנטליך לעצטע מאל וואס איך ווער געפירט ווי א פאציענט...

תיכף ביים אריינקומען אין פאדערצימער פון עמערדזשענסי רום, האבן די געטרייע חברי הצלה דערציילט פארן אויפנעמער באאמטער וואס די מעשה איז, א נורס איז ביז א האלבע מינוט דערויף געקומען מיט אזא ברעיסלעט צו לייגן אויף די האנט, מיט מיין נאמען, מעדיקל רעקארד און סיריעל נומערן, געבורטסטאג און דאטום פון יענעם טאג, איך האב נישט עספיהט צו בעטן זי זאל עס לייגן אויף די רעכטע האנט (וועגן די תפילין), און די קומענדיגע פיר טעג האב איך טאקע געהאט א באזונדערע ארבעט אדורכצופירן די רצועות אונטער דעם ברעיסלעט. זי האט בחדא מחתא אויך ארויפגעלייגט א צווייטע געלע ברעיסלעט אז איך בין א "FALL RISK"... דאס מיינט אז מען טאר מיך נישט אראפלאזן פון בעט אן אבזערוואציע.

דער עמערדזשענסי רום פון בית ישראל איז איינגעטיילט אין דריי חלקים, די בלויע אפטיילונג איז פאר די גאר ערנסטע וואונדן (א שאס א.ד.ג.), די גרינע פאר מיטעלע וואונדן, און די אראנדזשע פאר לייכטערע וואונדן. די אראנדזשע איז געווען צוגעמאכט צוליב דעם וואס עס איז געווען זונטאג בעפאר צען אזייגער, האבן זיי מיך אריינגעפירט אין די גרינע אפטיילונג, און די געטרייע חברי הצלה האבן נישט אפגעטרעטן פון מיין בעט ביז זיי האבן זיכער געמאכט אז מען מאכט זיך דארט וויסנדיג פון מיר און מיין מצב. זכרה להם אלקי לטובה!

דער זייגער איז געווען ארום א פערטל צו צען ווען איך בין אנגעקומען צו מיין כמו צימערל אין עמערדזשענסי רום. נעבן מיר איז געליגן אן אלטע כמעט 90 יעריגע פרוי וואס האט נישט געוואוסט פארוואס זי איז דארט... טראץ מיינע ווייען האב איך מיך מחזק געווען אז ב"ה איך בין ביי מיר און באוואוסטזיניג און איך האב מיין פאמיליע מיט מיר, בעת יענע איז אריינגעקומען אן קיין באגלייטונג און הערשט איז זי נישט געווען ביכולת צו דערציילן פאר די נורסעס פונקטליך פארוואס זי האט זיך דערזעהן אויף דער ערד און פארוואס מען האט איר אריינגעברענגט. איך האב נעבעך געלאכט פון אירע צרות... ווען מען האט איר אויסגעטוהן (הונטער די מחיצה) און געטראפן בלויע און שווארצע צייכענס אויף אלע זייטן, האבן די דאקטוירים און נורסעס געפרעגט וואס דאס איז, און זי זאגט "דאס איז א מיסטעריע... איך ווייס אויך נישט"... כ'ציטער אויב זי האט שלום בית פראבלעמען און פרובירט דאס צו פארמיידן פון די אינסטאנצן... אדער איז איר איינער איבערגעפאלן און אזוי מיאוס באקלאפט אז זי האט פארגעסן דאס גאנצע געשיכטע.

איינס פון די ערשטע זאכן וואס מען האט געקוקט אויף מיין צובראכענע פוס, איז געווען אויב מען קען שפירן די פולס אויף מיין פוס-פלאך, ווייל אויב נישט איז א סימן אז עפעס ערנסט האט דארט פאסירט און מען ברויך דאס עמערדזשענסי באהאנדלן. ב"ה מען האט געשפירט די פולס קלאר און דייטליך און דער מצב איז נישט געווארן מער אנגעצויגן.

א געהילף איז אריינגעקומען און געזאגט אז ער גייט מיר אריינלייגן אן אינטערווינעס ליניע, ווייל בעפאר מען רוקט צוריק דעם ביין אויפן פלאץ וויל מען מיך געבן פעין קילערס דורך איי.ווי. (מארפין?). אבער דער שמועס האט זיך זייער שנעל פארקירעוועט צום אנדערן אפציע וואס האט געלויטעט צו אפערירן אינעם זעלבן טאג, און דאן ברויך מען גארנישט צוריקשטעלן אין פלאץ ביז די אפעראציע גופא, דערפאר האבן זיי הערשט אריינגעשטעלט דעם אינטערווינעס שפעטער אינעם טאג.

די ערשטע זאך ברויך מען מאכן עקסרעי, און צו דעם ברויך מען פירן דעם גאנצן בעטל צום ספעציעלע עקסרעי צימער. האט די השגחה עליונה צוגעפירט אז די פרוי וואס איז ממונה אויף דעם טראנספארט און אויפן מאכן די עקסרעיס, איז א שקלאפטע פון ארום 70 יאר וואס האט נישט קיין שום געפיל פאר די פארוואונדעטע פאציענטן וואס קומען אונטער איר שוץ... צום ביישפיל: אויפן וועג צום עקסרעי צימער איז א קעסטל/שענקל געשטאנען אין וועג, האט זי נישט אנדערש פארשטאנען נאר אריינגעשטופט מיין לינקע (צובראכענע) פיס, וואס האט עטוואס ארויסגעשטארט פונעם בעטל, אריין אין דעם שענקל!!!!! איך האב מיך איינגעהאלטן פון שרייען, אבער עס וואלט סייווי נישט געהאלפן... אין עמערדזשענסי רום איז שרייען די נארמע... יעדע פאר מינוט רופט מען אויס אויפן הויכהילכער אז מען ברויך א מאפ מיט א רייניגער אין צימער פלוני... דער עולם ברעכט און בלוטיגט און דאס לעבן גייט ווייטער.

זי האט אראפגעשטעלט מיין בעט נעבן דעם עקסרעי צימער, און געווארט דער שטוב זאל ליידיג ווערן. דערווייל האב איך געזען נאך היימישע אידעלעך שלעפן זיך אריין אין עמערדזשענסי רום, קענטיג אז איך בין נישט דער איינציגסטער וואס איז היינט געפאלן אויף שווארצע אייז. אזוי ווארטנדיג האב איך אויך באמערקט און באגריסט דעם בית ישראל ליעזאן ר' יואל דייטש ני"ו בן ר' יודל ני"ו (די הצלה וואלונטירן האבן מיר געגעבן זיין נומער נאך איידער זיי האבן זיך געזעגנט, אין פאל איך ברויך הילף אין שפיטאל).

מען פירט מיך אריין אין עקסרעי צימער איינער אליין, די משפחה דארף בלייבן אינדרויסן מיט די חפצים (מיין לינקע שוך, הוט, מאנטל און רעקל זענען אלע געליגן אין זעקלעך אונטער די בני בית'ס אויפזיכט). יעצט הייבט זיך אן דער קושי השיעבוד... די שקלאפטע הייסט מיך אריבערגיין פון סטרעטשער צום ספעציעלן עקסרעי בעט (א פלאכע אייזן מיט א ליילעך דערויף)... איך האב געציטערט פאר מיין לעבן, ווייל איך האב שוין געוואוסט אז זי איז אומשטאנד צו געבן א שלעפ אוועק דעם בעטל אז איך זאל פלאצן... איך האב זיכער געמאכט אז דער בעטל איז פארשלאסן און וועט זיך נישט רירן ווען איך הייב מיך אן אריבערשלעפן אויף אלע פיר צום עקסטרעי טיש. אביסל סימפאטישער איז זי געווארן ביים זעהן דעם וואונד גופא, און האט פארשפראכן זיך אומצוגיין סאליד און רואיג בשעת די עקסרעיס.

מען דארף אבער עטליכע בילדער פון עטליכע פאזיציעס, האב איך געדארפט דעם צובראכענעם פיס דרייען רעכטס און לינקס און האלטן גראד אויף ארויף... שטעלט אייך פאר ווי לייכט דאס איז געווען... צו מזל איז מען שנעל פארטיג געווארן און איך בין צוריקגעקראכן צום סטרעטשער און זי האט מיך צוריקגערעדלט צו מיין גרינע צימער אויף נאך אפאר שעה.

המשך יבא אי"ה
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

אוי וויי, שוין דריי וואכען צוריק געשעהן און איהר האט גארנישט מודיע געוועהן? רבש"ע, ס'האר פון קאפ שטעלט זיך אפ ווען מען ליינט אייערע שילדערונג, מיט אזוינע לעבעדיגע פארבען. רח"ל, ס'כאפט א פחד. וואס מאכט איהר יעצט? איהר זענט שוין ארויס פון שטוב? מען קען קלינגען מבקר חולה זיין?
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

די וואס ליינען יעדע תגובה אויפן וועלטל - און איך צייל מיך צווישן זיי - ווייסן אז איך האב שוין געמאלדן דערוועגן ביז א וואך אדער ווייניגער נאך די נפילה. אנגעהויבן אין וועטער אשכול, דאן אין די גאזאלין פרייזן אשכול... יעצט האב איך געווידמעט א באזונדערן אשכול פאר דעם טאגבוך וואס קען זיין אינטערסאנט פאר אנדערע אויך.

ליידער גיי איך נאכנישט ארויס אין גאס כמעט, מען קען רופן און מען קען אריבערקומען פערזענליך, פאר פרטים פרעגט אין אישי.
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

רפואה שלימה במהרה לכאורה.
ס'איז מיר אינטרעסאנט אז מען האט געמאכט א פשוט'ע עקס-רעי סקען, ווען מיין ברידער האט. זיך צובראכען זיין פיס האט מען אין די צוריק געבליבענע ענגלאנד געמאכט א סי-טי סקען, און אזוי האט מען נישט געדארפט רוקען די פאציענט פון איין בעט צום אנדערען און דרייען די פיס אויף אלע זייטען, כמנהג עקס -רעי סקען.

יישר כח פארן אזוי שיין באשרייבען, אזוי קען יעדער מיט שפירען דיין ווייטאג.
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח יאפין

נאך די אפעראציע האט מען יא גענומען עקסרעי בילדער אינעם ריקאווערי רום און מיך נישט געהייסן אריבערגיין צו אן אנדער בעטל, איבערדעם אין די קומענדיגע קאפיטלן אי"ה
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

הישגעוויסט וועגן פולס אין די פוס לגבי אמערדשענסי, דאס אז מאנכע האבן שכל אין די פיס האב איך שוין געהערט...

מיר ווארטן אויף די קומענדיגע
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
טעגלאש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 10, 2014 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעגלאש »

שומו שמים, וואס דו פארציילסט נאר נישט, מיין פיס טוט שוין וויי
#היפנאסיס
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

אנעים זמירות האט געשריבן:אוי וויי, שוין דריי וואכען צוריק געשעהן און איהר האט גארנישט מודיע געוועהן? רבש"ע, ס'האר פון קאפ שטעלט זיך אפ ווען מען ליינט אייערע שילדערונג, מיט אזוינע לעבעדיגע פארבען. רח"ל, ס'כאפט א פחד. וואס מאכט איהר יעצט? איהר זענט שוין ארויס פון שטוב? מען קען קלינגען מבקר חולה זיין?


עפעס שטימט נישט... אט איז א תגובה געשריבן דורך לכאורה » דינסטאג פבואר 03, 2015 12:32 am
נושא: רפואה שלימה פאר חברי הקרעטשמע
לכאורה האט געשריבן:אמן!

ברם יזכרו לטובה די חשוב'ע ניקס וואס האבן זיך גענומען די מיה אפצושטאטן א באזוך, אנגעהויבן פון וויכטיג מאכער און מאן יימער (נאך די ערשטע נאכט אין שפיטאל), בן הרחמן, הערליך, מילין יקירין, יאנקל פאדראטשיק, פארשלאפן, אויפריכטיג, זייער נייגעריג, ים רויבער, שנאפס, אויסערן מיניסטער, און שלום אויש, און נאך אנדערע וואס איך געדענק נישט אויפן מאמענט אדער איך ווייס נישט זייער ניק...

אויך די ניקס וואס האבן גערופן טעלעפאניש, אריינגערעכנט סאכדעס, איך הער, פענסטער, לוי יצחק, אנעים זמירות, מילכיגער, שטארק זיך, זאלץ וואסער, און נאך.

אויך די ניקס וואס האבן געוואונטשן אין אישי אדער אין אימעיל, אריינגערעכנט ידידינו עוז ר' מנחם שלום שליט"א, ר' קיקיון, און נאך.

איר זאלט קיינמאל נישט דארפן צוקומען דערצו.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

"מיסטעריעז" האט שוין באמערקט די מיסטעריע אינעם "זאכן וואס איך וויל וויסן" אשכול, עיין שם
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

מאכצעס נישט מער קאמפלעצירט ווי ס'איז!

לכאורה, כ'האב נישט קיין כח מגיב צי זיין אויף יעדע קאפיטעל דיינעם, ווייל ווארשיינליך גייט עס נעמען אפאר וואכן ביז איר גייט האבן געענדיגט ארויסשטעלן איעדען דעטאל פון אייער טראסק (כאן לעשות טראסק גדול! אם 'באלד' אותיות!!).
לאזט מיר וויסען ווען איר האט ארויפגעלייגט אלע קאפיטלען און מיר וועלען אי"ה מגיב זיין כיד ה' הטובה עלינו.

מיט דאנק(י) פאר אייער קאפע-ראציע.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

א טראסק פון א טאגבוך!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”